פארפאלענער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm
אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער
@הכל הבל
דאנערשטאג 5/16
א לעכטיגן פרימארגן!
געריכט סעסיע אונטערוועגנס
היינט איז טראמפ געקומען אין באגלייטונג פון קאנגרעס מטגלידער מעט געיטץ, מייק וואלץ, ראבערט גוד און לאורען באובערט, איליי קרעין, דיאנא הערשבערגער, ענדי ביגס, ראלף נארמאן, מייקל קלאוד, ענדי אגעלס, אנא לונא
די ליניע פון פאליטיקאנטן וועלכע האבן באוויידלט טראמפ אויפן וועג אריין צום געריכט האט זיך געשלענגלט פאר אזוי לאנג אז די זיכערהייט באאמטע האבן זיך געמוטשעט צו טרעפן גענוג זיצן צו פלאצירן אלע פון זיי
----
בלענטש זעצט פאר מיט די קרייץ פארהער
בלענטש ערווענט די פארבינדונגען וואס קאהען האט געהאט מיט א געוועזענע אויספארשער פון די דיסטריקט אטוירני אפיס
יענער איז די דעטעקטיוו פאר וועם קאהען האט איבערגעגעבן זיינע טעלעפאנען
מען שפילט אויף די טעקסט מעסעדזש קארעספאנדעץ צווישן קאהען מיט יענעם און גרויסע טיילן זענען פארמעקט
פראקוראר האפינגער פארלאנגט אז מען זאל נישט קענען אריינשטעלן די מעסעדזשעס אין די באווייזן זאפאס וואס די דזשורי זאל קענען נוצן און קאהען פארלאנגט אויך אזוי
ריכטער מערשאן אורטיילט אקעגן די פראקוראר זאגנדיג אז מען קען עס יא רעכענען
אין איינע פון די מעסעדזשעס שרייבט קאהען אז ער גייט האלטן טראמפ פאראנטווארטליך
פראקורארן פרובירן עס צו בלאקירן אבער ריכטער איז נישט איינשטימיג
די דעטעקטיוו פון וועם מען רעדט איז ירמי' ראזנבערג און בלענטש וויל וויסן אויב ראזנבערג איז דער וועלכע האט באשטעאטיגט צו קאהען אז טראמפ גייט ווערן אנגעקלאגט
קאהען: ניין
קאהען זאגט אז ער איז געוואויר געווארן איבער די קלאגעס פון די ניו יארק טיימס ארטיקל
אין א מעסעדזש פון קאהען צו ראזנבערג שרייבט ער: שיין אויסצוגעפונען דורך די ניו יארק טיימס ארטיקל, א דאנק פארן לאזן וויסן פון פאראויס
בלענטש דערמאנט אן אינטערוויו וועלכע קאהען האט געגעבן פאר סי ען ען נאך די קלאגעס אקעגן טראמפ און עסס באצייכנט ווי דוד אקעגן גלית
קאהען ערקלערט איצט אז ער האט זיך באטראכט ווי דוד און טראמפ ווי גלית
מען שפילט אויף א קליפ פון א קאהען פאדקעסט גלייך נאך די קלאגע
האפינגער וויל עס בלאקירן אבער ריכטער אומאיינשטימיג
ריכטער , קאהען און בלענטש טוען אן די העדפאונס עס צו קענען הערן אבער טראמפ נישט
קאהען ווערט געהערט זיך באדאנקן פאר די דיסטריקט אטוירני אפיס און איר שרעקלאזע פירער אלווין ברעג
ער זאגט אז טראמפ גייט אצינד פארזוכן דאס וואס ער (קאהען) איז אריבער און ער פארזיכערט אז עס איז נישט קיין פאן
דאס פילמירן טראמפ ביים ווערן ארעסטירט פארפולט מיר מיט פרייד און טרויער צוגלייך און עס איז א שאנדע צו די אפיס פונעם פרעזידענט
אין א פרישע שמועס הערט מען קאהען זאגן אז ער האפט מיט גאנצן כח אז טראמפ קומט אין אין טורמע
ער פירט אויס: נקמה איז א שפייז וועלכע איז אס בעסטע ווען עס ווערט סערווירט קאלט און איך האף אז ער גייט אראפ אהין און שימלט אפ צוליב וואס ער האט געטון צו מיין פאמיליע
אויף די אנפראגע פון בלענטש שטימט קאהען צו אז דאס וואס טראמפ איז געווארן אנגעקלאגט איז כאטש טיילווייז צו פארדאנקן די שריט וואס קאהען האט גענומען עס צו מאכן פאסירן
בלענטש: דו האסט געזאגט אז דו נעמסט פאראנטווארטליכקייט פאר דיינע ליגנס אבער אין די זעלבע צייט נאכאנאנד באשולדיגט די לאיאליטעט צו טראמפ אלס אויסרייד פארן זאגן ליגן
קאהען: מיר האבן געזאגט די סטעיטמענטס זיך צו האלטן אין ליניע מיט פארטיידיגונג אפמאך וואס מיר אלע האבן געוואוסט אז טראמפ וויל אז מיר זאלן זאגן
בלענטש: הייסט עס אז דו נעמסט פאראנטווארטליכקייט אויף די ליגנס אדער דו ווארפסט גאר די שולד אויף די פארטיידיגונג אפמאךך?!
קאהען: איך נעם פאראנטווארטליכקייט
ווען דו האסט זיך דערקלערט שולדיג אויף פעדעראלע קלאגעס איז עס געקומעןנאכן וויסן אז א מאן מיט וועלכע דו האסט געהאנדלט אין די טעקסי ביזנעסס קאאפערירט מיט די רעגירונג אקעגן אים?
קאהען: ריכטיג
בלענטש: האט די רעימיצער געסטראשעט אז דו מוזט זיך דערקלערן שולדיג?
קאהען: איך האב באקומען אן 48 אולטימאטום צו אקצעפטירן די שולד דעקלעראציע אדער אויסשטיין קלאגעס אקעגן מיר און מיין פרוי און באשלאסן איר צו שטעלן פאראויס
זענען די סטעיטמענטס (אין די שטייער קעיס) געווען ליגן?
קאהען: עס איז נישט געווען אמת
בלענטש: וואס איז די אונטערשיד צווישן נישט אמת און ליגן?
קאהען: איך האב בלויז גענוצט א צווייטע אויסדרוק
בלענטש: איז עס ווירקליך געווען ליגן?
קאהען: ריכטיג
בלענטש: לויט וואס דו האסט געשריבן אין דיין בוך און ווידערהאלסט ביז היינט ביזטו נישט באגאנגען שטייער שווינדל אבער זיך געמוזט דערקלערן שולדיג צו באשווצן דיין פרוי
קאהען: ריכטיג
קאהען באשטעטיגט אז די פראקורארן זענען אין אנהויב געווען אומצופרידן פארן נישט נעמען קיין עכטע פאראנטווארטליכקייט אויף די שטייער קלאגעס
קאהען זאגט אז ער שטייט נאך אונטער די סטעיטמענט אז די ריכטער וועלכע האט אים פאראורטיילט אין די שטייער קעיס איז קארופטירט און האט געזוכט אים טשעפען און אז ער האט באצייכנט די פראקורארן אלס געמיינע חיות
בלענטש: דו האסט געזאגט אויפן עדות שטול אין די טראמפ ציווילע קעיס אז דו ביזט נישט באגאנגען די פארברעכן אויף וועלכע דו האסט זיך דערקלערט שולדיג?
קאהען: ריכטיג
קאהען הויבט אן רעדן עטוואס שנעלער און מער אומרואיג ביים ערקלערן פאר די דזשורי פארוואס ער האט נישט געזאלט אויסשטיין די שטייער קלאגעס
בלענטש רייסט איבער קאהען אינמיטן רעדן זאגנדיג אז ער וויל נישט הערן קיין לאנגע רעדעס
בלענטש: האסטו געזאגט ליגן אויף די געריכט אפליקאציע ביים זיך דערקלערן שולדיג?
קאהען: איך האב גענומען די גלאבאלע פלי וואס מען האט מיר צוגעשטעלט
איז ריכטיג צו זאגן אז דו האסט געזאגט ליגן אונטער שבועה צוליב וואס עס האט אפעקטירט דיר פערזענליך?
קאהען: ריכטיג
האסטו פארציילט צו קאנגרעס אדער סענאט אז דו האסט געזאגט ליגן פארן ריכטער אונטער שבועה?
קאהען: ניין
בלענטש: גלויבסטו אז דערמיט האסטו צוריקגעהאלטן וויכטיגע אינפארמאציע פון געזעצגעבער?
ריכטער מערשאן בלאקירט א פארזוך צו בלאקירן די פראגע
קאהען ענטפערט סייווי: איך גלויב נישט אז זיי האבן מיר געפרעגט די פראגע
דו האסט געזאגט אין קאנגרעס אז דו דו האסט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דיין אויפפירונג
ביזטו איינשטימיג אז זיך פאלש דערקלערן שולדיג העעסט נישט גענומען פאראנטווארטליכקייט?
קאהען: איך האב אקצעפטירט פאראנטווארטליכקייט און געליטן די קאנסקווענצן אין רעזולטאט מיטן גיין אין טורמע
דו האסט באקומען קרעדיט אין די סענטענסינג צוליב וואס דו האסט גענומען פאראנטווארטליכקייט דורך א פאלשע שולד דעקלעראציע
קאהען: נאכאמאל, איך ווייס נישט ווי אזוי די ריכטער האט באשלאסן די סענטענסינג און ווי די ווייסט פארמאגן ריכטער א ברייטע אויסוואל פון רעכטן איבער סענטענסינג פארשריפטן
בלענטש: קלערסטו אז דער ריכטער וואלט געוואלט וויסן אז דו האסט געזאגט ליגן צו אים?
קאהען: איך ווייס נישט אויב דער ריכטער..
בלענטש: דו ווייסט נישט אויב ער וואלט געוואלט וויסן אז דו פארקויפסט אים ליגן?
קאהען: איך בין זיכער אז ער וואלט געוואלט וויסן
דו ווארפסט די שולד פון די אויפפירונג איבער וועלכע דו ביזט געפונען געווארן שולדיג אין די לעצטע יארן אויף אנדערע
קאהען: יא, איך באשולדיג אנדערע
דו באשולדיגסט דיין בוכהאלטער?
קאהען: ריכטיג
אין צייטן קענסטו באשולדיגן די באנק?
קאהען: ריכטיג
דו באשולדיגסט פעדעראלע פראקורארן?
קאהען: ריכטיג
דו באשולדיגסט די ריכטער?
קאהען: ריכטיג
דו באשולדיגסט טראמפ?
קאהען: ריכטיג
טוט די אויסגאנג אין די פראצעס אפעקטירן דיר פערזענליך?
קאהען: ריכטיג
קאהען באווייזט זיך דערווייל צו האלטן פראפעסיאנאל אבער איז קענטליך אנגעצויגן
קאהען ערקלערט פארוואס ער האט באקומען באצאלט פון אזויפיל קארפארעישאנס זייענדיג אין די טעקסי אינדוסטריע זאגנדיג אז עס איז סטאנדארד און מען האט געהאלטן איינס אדער 2 מעדאליאנס אין איטליכע קארפארעישאן
בלענטש: א דאנק
קאהען: דו ביזט וועלקאם
צימער פארגייט אין געלעכטער
בלענטש: די סטעיטמענט אין קאנגרעס אז דו האסט קיינמאל געבעטן א פארדאן איז געווען פאלש?
קאהעןף איך האב עס קיינמאל געבעטן און בלויז גערעדט צו מיין אדוואקאט דערוועגן
ער זאגט אז ער האט בלויז געוואלט הערן אויב אזא פארדאן איז לעגיטים אבער זאגט אז א פארדאן וואלט געווען א קאשמאר
בלענטש: דו האסט געזאגט אין קאנגרעס אז דיין אדוואקאט האט עס באטראכט ווייל דו ביזט געווען 100 פראצענט אפן דערצו?
קאהען: ריכטיג
האסטו א געוואוינהייט צו בעטן מענטשן ארום דיר צו פארמעקן יעדע שטיק צייט זייער קאמיוניקאציע מיט דיר?
קאהען באשטעטיגט אז דאס איז די פאל ווען עס קומט צו געוויסע מענטשן
אין מערץ 9 2018 למספרם האט מייקל אוואנאטי ארויסגעלייגט א סטעיטמענט וועלכע האט פארציילט אז די האסט גענוצט די היים עקוויטי יין אוו קרעדיט פאר די לא תחרץ צאלונג
2 טאג שפעטער האסטו פארמעקט אלע טעקסט מעסעדזשעס וואס דו האסט געהאט מיט דיין פרוי (אום מערץ 11 למספרם) ?
קאהען: ניין, איך בין נישט באוואוסטזיניג צו אזא זאך
קאהען זאגט אז ווען ער האט געזאגט פאר קאנגרעס אז ער האט נישט און וואלט קיינמאל אקצעפטירט א פארדאן פארשלאג איז עס געווען ריכטיג אין יענע צייט ווייל אין יענע תקופה האט ער טאקע נישט פארהאנדלט איבער אזא זאך
בלענטש דערמאנט אז קאהען' אדוואקאט האט געדארפט פיילן א סטעיטמענט אויסצוקלארן קאהען'ס ווערטער אין קאנגרעס איבער די פארדאן ווייל קאהען'ס ענפטער'ס זענען געווען ליגן
האבן זיי געדארפט פארריכטן דיין עדות'שאפט ווייל עס איז נישט געווען אמת אין די צייט וואס דו האסט עס געזאגט?
קאהען: ריכטיג
קאהען ערקלערט אז יענע געשפרעך איז געווען צומישט
בלענטש (העכערט זיין שטימע) : עס איז נישט געווען א צומישטע געשפרעך
עס איז געועון א געשריבענע סטעיטמענט אריינגעשטעלט אין די רעקארד
----
סי ען ען לעגאלע אנאליסט אלי' האניג זאגט אז קאהען גליטשט אראפ פון די שינעס און אז אז זיין דאס רעדן פון זיין שולד דעקלעראציע אויף באנק און שטייער שווינדל נעמט אים אזוי ארויס פון די געשיר טראץ וואס ביי אנדערע טעמעס האלט ער זיך רואיג
אויך אנדערע אנאליסטן אין די מידיא וועלכע זענען נישט איבריג אין שטיצע פון טראמפ האלטן אז קאהען הויבט אן אונטערהינקען און אז זיין עדות'שאפט ברענגט אויף ערנסטע צווייפלען ביי די דזשורי
----
פויזע