גערעכט מיט וואס
נייעס ארום די טראמפ פראצעסן
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער 2020 וואלן
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3635
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער 2020 וואלן
געוועזענער ווייסע הויז עטיקס לויער אונטער טראמפ, זאגט פאר אז טראמפ וועט פארלירן דעם אימיאונטי ארגיאומענט אין קאורט.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:04 pmמעשה שהיה כך היה:
טראמפ טיעם האט אריינגעגעבן א מאושען טאו דיסמיס, אין אנדערע ווערטער א מאושען אז דער ריכטער זאל ארויסווארפן דעם קעיס אויף די בעיסעס אז טראמפ איז 'אימיאונד קעגן אנקלאגעס' ווי שוין מסביר געווען אויבן. ריכטער טשאטקען האט אבער דיסעגריעד און אפגעווארפן דעם מאושען.
דער טראמפ טיעם האט אפיעלט דעם פסק און די זעלבע צייט געבעטן ריכטער טשאטקען נישט ווייטער צו פירן דעם קעיס ווי לאנג די אפעלאט פאנעל דיסייד זייער פסק. (ווי שוין מסביר געווען זיכט די טראמפ טיעם צו שלעפן צייט, זיי באהאלטן אפילו נישט זייערע מאטיווען).
ביני לבינו, זעט אויס סמיט האט געהאלטן אז ריכטער טשאטקען וועט מן הסתם נאכגעבן פאר די טראמפ טיעם, איז שנעל געלאפן צום סופרים קאורט.
בדרך אגב, האט דער טראמפ טיעם געבעטן אז דער סופרים קאורט זאל זיך נישט יאגן מיט זייער פסק.
היינט האט ריכטער טשאטקען טאקע מסכים געווען מיט טראמפ טיעם נישט ווייטער צו פירן דעם קעיס ווי לאנג ס'איז נישט דא קיין פסק פון די אפעלאט פאנעל.
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער 2020 וואלן
טראמפ'ס לויער האט געבעטן אפצושטופן די קעיס וויבאלד איר טאטע האט קאוויד....
Make Gaza Great Again
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער 2020 וואלן
טראמפ'ס טרייעל איז אפגעשטיפט מיט נאך א טאג ביז דארנעשטאג.
Make Gaza Great Again
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3635
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער 2020 וואלן
טראמפ האט היינט פארלוירן דעם אפעלאט קאורט מיט אלע דריי ריכטער אויף פאנעל ביי די זעלבע מיינונג אז טראמפ האט נישט קיין אימיאונטי. ס'איז אבער נאכנישט פערטיג עס ליגט שוין אין די האנט פון די העכסטע גריכט אין לאנד - די וואשינגטאן סופרים קאורט.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:09 pmגעוועזענער ווייסע הויז עטיקס לויער אונטער טראמפ, זאגט פאר אז טראמפ וועט פארלירן דעם אימיאונטי ארגיאומענט אין קאורט.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:04 pmמעשה שהיה כך היה:
טראמפ טיעם האט אריינגעגעבן א מאושען טאו דיסמיס, אין אנדערע ווערטער א מאושען אז דער ריכטער זאל ארויסווארפן דעם קעיס אויף די בעיסעס אז טראמפ איז 'אימיאונד קעגן אנקלאגעס' ווי שוין מסביר געווען אויבן. ריכטער טשאטקען האט אבער דיסעגריעד און אפגעווארפן דעם מאושען.
דער טראמפ טיעם האט אפיעלט דעם פסק און די זעלבע צייט געבעטן ריכטער טשאטקען נישט ווייטער צו פירן דעם קעיס ווי לאנג די אפעלאט פאנעל דיסייד זייער פסק. (ווי שוין מסביר געווען זיכט די טראמפ טיעם צו שלעפן צייט, זיי באהאלטן אפילו נישט זייערע מאטיווען).
ביני לבינו, זעט אויס סמיט האט געהאלטן אז ריכטער טשאטקען וועט מן הסתם נאכגעבן פאר די טראמפ טיעם, איז שנעל געלאפן צום סופרים קאורט.
בדרך אגב, האט דער טראמפ טיעם געבעטן אז דער סופרים קאורט זאל זיך נישט יאגן מיט זייער פסק.
היינט האט ריכטער טשאטקען טאקע מסכים געווען מיט טראמפ טיעם נישט ווייטער צו פירן דעם קעיס ווי לאנג ס'איז נישט דא קיין פסק פון די אפעלאט פאנעל.
Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס איבער 2020 וואלן
דער סופּרים קאורט האט נעכטן געזאגט אז זיי גייען אורטיילן אויף דער פראגע צי דאנאלד טראמפּ קען ווערן פּראצעסירט פאר זיינע שריט ארום די יאנואר זעקס ראיאטן.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3635
Re: משפט טראמפ - קלאסיפיצירטע דאקומענטן
געוויסע אינדיקאציס אז ריכטער'קע קענאן גרייט זיך צו דיסמיסן די 'קלאסיפצירטע דאקומענטן קעיס' אנטקעגן טראמפ.
דאס קומט נאכדעם וואס צוויי לעגאלע גרופעס האבן אריינגעגעבן א מאושען טו דיסמיס, צוליב דעם וואס זיי טענה'נען אז 'ספעציעל פראסיקיאוטער' "דזשעק סמיט" קען נישט דינען אלעס 'ספעציעלע פראסיקיאוטער' צוליב דעם וואס ער איז קיינמאל געווארן קאנפירמד ביים סענאט.

- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: משפט טראמפ - קלאסיפיצירטע דאקומענטן
טראמפ'ס לויערס האבן געפיילט א מאשעין צו דיסמיסן די קעיס אלטס סעלעקטיוו פראסיקיוטען צילוב וואס ביידען איז געלאזט געווארן גיין פריי אויף דו זעלבע קלאגעס וואס טראמפ ווערט אנגעקלאגט
סמיט האט אויף דעם גענטפערט אז טראמפ'ס קלאגעס זענען פיל הארבער צילוב טראמפ'ס דוקאמענטען זענען געווען אין א ערנסטע געפאר פון ארויסרינען אמעריקאנער סודות בשעת וואס ביידענס דוקאמענטען וואס זענען געליגן אין א גאראטש זענען געווען פארזיכערט פון פרעמדע הענד

חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: משפט טראמפ - קלאסיפיצירטע דאקומענטן
אויף די טענה פון טראמפ האט יא די ריכטערין אויסגעקוקט היבש גענויגט אויף טראמפ'ס זייט צו דיסמיסן די קעיס אלטס סעלעקטיוו פראסיקיוטען פרעגענדיג סמיט צו עני אנדערע פרעזידענט איז שוין אמאל געווארן אנגעקלאגט מיט אזא קריים
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: משפט טראמפ - קלאסיפיצירטע דאקומענטן
די ערשטע האלב פון די פארהער האט זיך קאנצעטרירט אויף די מאושען פון טראמפ וואס האט גע'טענה'ט אז די געזעץ אונטער וועלכע ער ווערט אנגעקלאגט איז אומקאנסטיטוציאנאל אומקלאר און ברייט
קענאן האט אויסגעדרוקט זארג אז ארויסווארפן זאפארט די קלאגע באזירט אויף אזא מאושען איז פריצייטיג און צו דערקלערן אז די געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל קען זיין אן אויסארדנטליך
זי ווייזט אן אז איידער מען באפאסט זיך מיט אזעלכע פונדאמענטאלע פראגן איז צייט זיך צו קאנצעטרירן אויף פאקטן איבער וועלכע די צוויי זייטן זענען אומאיינשטימיג ווי צום ביישפיל אויב די טראמפ דאקומענטן ווערן פאררעכנט אלס פערזענליך פאר טראמפ
די צווייטע טראמפ מאושען האט געזוכט צו זאגן אז אין די צייט וואס א גרויס טייל פון די דאקומענטן זענען געווארן סארטירט צו ווערן אפגעליפטערט קיין מאר-א-לאגא איז ער נאך געווען פרעזידענט און עס געקענט מאכן אומקלאסיפיצירט אויף די אייגענע האנט אונטער די פרעזידענטליכע רעקארד'ס אקט און דעריבער איז די אויספארשונג נישט געווען אויסגעהאלטן פון די ערשטע מינוט און דעריבער דארפן אויך די אבסטראקשען קלאגעס ווערן ארויסגעווארפן
די ריכטערין האט אויך אויסגעדרוקט אינטערעסע איבער די צייט ווען די רעכט פאר טראמפ צו האלטן די דאקומענטן איז אויסגעלאפן און געזאגט אז לויט די טעאריע אין די אנקלאגע האט עס טראמפ געמעגט האלטן אלס פרעזידענט אבער עס ער איז געווארן אומאויטאריזירט מיטן ענדע פון זיין קאדענץ און זי האט געוואלט פארשטיין אויב די אומאויטאריזאציע גייט אריין אין קראפט די טאג וואס ער פארלאזט די ווייסע הויזטראמפ'ס אדוואקאט האט געזאגט אז מיט דאס וואס טראמפ האט זיי מיטגענומען מיט זיך האט ער עס דערקלערט אלס פערזענליך און די רעגירונג קען נישט איבערצייגן אז ער איז געווען אומאויטאריזירט דערצו אונטער די עספיאנאזש אקט
די צוויי זייטן האבן זיך ארומגעקריגט איבער די אפטייטש פון די ווארט "אומאויטאריזירט" און ריכטערין קענאן האט אויסגעקוקט איינשטימיג מיט די פראקורארן צו נוצן די לעקסיקאן דעפיניציע און געפרעגט פון די טראמפ אדוואקאט אז אויב זי ווארפט אפ זייער מאושען ווי אזוי ער וואלט אנגעוויזן פאר די דזשורי אפצולערנען די טערמין "אומאויטאריזירט"
פראקוראר דזשעי בריט האט אנגעוויזן אויף די רעקארדירונג פון טראמפ וואס זאגט אז אלס פרעזידענט קען ער דעקלאסיפיצירן די דאקומענטן ואוס צייגט אז ער האט געוואוסט אז מיטן איבערלאזן די ווייסע הויז האט ער פארליורן די רעכט
אנדערע מאושענס פארוואס ארויסצואווארפן די קעיס זענען אויך געווארן געפיילט און קענאן האט פריער אין וואך געגעבן א פארלענגערונג פון 10 טאג פאר די טראמפ טיעם צו קענען פיילן מער דאקומענטן אונטערצושטיצן זייער מאושען איידער זי אדרעסירט עס און דאס איז אויסער די אימיוניטי מאושען וועלכע ווערט נאך באהאנדלט אין סופרים קאורט
די טראמפ אדוואקאטן האבן ארגינעל געהאט געבעטן אז מען זאל אפליגן די פראצעסאויף נאך די וואלן אבער אצינד זאגן זיי אז אויב די ריכטערין האלט אז מען דארף יא פאראויסגיין פריער וואלטן זיי פארגעשלאגן עס אנצוהויהויבן ערגעץ אין אוגוסט אדער סעפטעמבער למספרם
קרעדיט @הכל הבל

ריכטערין קענאן ווארפט ארויס די טראמפ מאושען צו דערקלערן די געזעץ אונטער וועלכע ער ווערט געקלאגט אלס אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס עס איז אומקלאר און זייער ברייט
זי לאזט אפן די מעגליכקייט עס צו אדרעסירן שפעטער אבער איצט וויל זי עס נישט באטראכטן
איבער די אנדערע מאושען פון די פרעזידענטליכע רעקארדס אקט האט זי דערווייל נישט געאורטיילט
זי לאזט אפן די מעגליכקייט עס צו אדרעסירן שפעטער אבער איצט וויל זי עס נישט באטראכטן
איבער די אנדערע מאושען פון די פרעזידענטליכע רעקארדס אקט האט זי דערווייל נישט געאורטיילט
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
Re: משפט טראמפ - קלאסיפיצירטע דאקומענטן
ספעשל קאונסיל סמיט האט פרייטאג אין א פיילינג געשריבן צו ריכטערין קענאן אז אנדערש ווי זיי האבן געהאט געזאגט ביז איצט איז די ארדער און רייע ווי אזוי די דאקומענטן זענען געווען אויסגעלייגט אנדערש אין די ארגינעלע שאכטלען אין די צייט פון די אבלאווע אנדערש אין די דיגיטאלע קאפי וועלכע איז געווארן צוגעשטעלט פאר די פארטיידיגונג
זיי זאגן אז מען האט נישט ארומגעטוישט מאטריאל פון איין שאכטל צום צווייטן אבער אינערהאלב געוויסע שאכטלען זעלבסט זענען זאכן נישט אין די ארגינעלע אויסלייג ואין מוקדם ומאוחר
זיי ערלקערן אז עס האנדלט זיך אין א גרויסע צאהל שאכטלען און פילע פון די מאטריאל זענען נישט די סטאנדארד פאפיר נאר קלענערע פאסט קארטלעך און בילדער און דעריבער האבן זאכן געקענט ווערן צומישט ביים טראגן און ברענגן אבער שטעלן קלאר אז עס דארף נישט טראגן קיינע ערנסטע אימפאקט אויף די קעיס

צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
Re: משפט טראמפ - קלאסיפיצירטע דאקומענטן
טראמפ פיילט אן אפיציעלע אפעיל צו ריכטער קענאן צו דיסמיסן די קעיס אלטס סעלעקטיוו פראסיקיוטען אנצייגענדיג אז פרעזידענטן אין וויצע פרעזידענט זענען נישט געווארן אנגעקלאגט אויף די זעלבע זאך אין די פארגאנגענהייט אריינגערעכנט ביידען פרעזידענט קלינטאן אין מייק פענס
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: משפט טראמפ - קלאסיפיצירטע דאקומענטן
אין א שטארקע געווינס פאר טראמפ, האט די ריכטער אין די קלעסעפייד דאקומענטס קעיס אפגעשטיפט די טרייעל וואס האט זיך געדארפט אנהייבן נעקסטע וואך.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
ברעיקינג! טראמפ באשולדיגט דורך דזשורי אין זיין ניו יארקער פראצעס
ברוכים הבאים
אויב שוין דא אזא אשכול ביטע צו ווייזן
ביטע אויב זענט איר אינטערסירט דערין ביטע געבן א לייק
אן הקדמה פון די בארימטער רעפארטער @הכל הבל ביי די אנהויב פון די קלאגעס
אויב שוין דא אזא אשכול ביטע צו ווייזן
ביטע אויב זענט איר אינטערסירט דערין ביטע געבן א לייק
אן הקדמה פון די בארימטער רעפארטער @הכל הבל ביי די אנהויב פון די קלאגעס
הכל הבל האט געשריבן: אביסל מער קאנטעקסט:
עימיצער האט באשולדיגט טראמפ און אומפאסיגע באציאונגען צוריקגייענדיג צו 2006 למספרם
טראמפ האט עס נאכנאנאנד געלייקנט אבער אין צוגרייטונג צו זיין פרעזידענט קאמפיין האט טראמפ געזוכט צו באמאהלן געלט פאר יענעם צו פארשטילן די באשולדיגונג
וועלנדיג פארדעקן זיינע פינגער אפדרוקן האט מייקל קאהען באצאהלט דאס געלט פאר יענעם און טראמפ האט שפעטער צוריק באצאהלט פאר קאהען
די דיסטריקט אטוירני טענה'ט אז טראמפ האט עס נישט געהעריג באריכטעט און געפעלשט די רעקארדס מיטן פארהוילן אז ער איז געשטאנען אונטער די צאהלונג
ברעג'ס פארגייער סיירוס ווענס איז געקומען צום אנערקענונג אז אנצוקלאגן טראמפ פארן פעלשן ביזנעס רעקארדס וועט זיין א בלויזע מיסדימינאר סיידן ער קען אויפווייזן אז ער האט עס געפעלשט אין א פארזוך צו פארדעקן א צווייטע פארברעך
די פראבלעם איז געווען צו אידענטפיצירן א צווייטע פארברעך און די בעסטע אפציע איז געווען די קאמפיין פינאנץ געזעץ פארלעצונג אויף וועלכע מייקל קאהען האט זיך דערקלערט שולדיג
זעלבסשטענדיגע דרויסנדיגע לעגאלע עקספערטן האבן אבער אין יענע צייט קלארגעשטעלט אז אזא קעיס קען זיין גאר שווער און אז א געריכט קען זייער מעגליך קומען צום אויספיר אז פארוואנדלען פעלשעווען ביזנעס רעקארדס אין א פעלאני קען בלויז פאסירן אויב עס איז געקומען אין א פארזוך צו פארדעקן א "סטעיט" געזעץ און נישט א "פעדעראלע" (א שטייגער ווי די קאמפיין פינאנץ) געזעץ
אצינד גרייט זיך ברעג לויט די באריכטן יא צו פארוואנדלען די מיסדאמינאר פון פעלשן ביזנעס רעקארדס אין א פעלאני קלאגע טאקע מיטן טענה אז די אומדירעקטע צאהלונג צו האלטן די באשולדיגונג אראפ פון די פאליצעס האט בענעפיטירט טראמפ און ער וואלט דאס געדארפט באריכטן און דאס נישט איינמעלדן אלץ א קאמפיין אויסגאבע איז א פארלעצונג פון ניו יארק סטעיט קאמפיין פינאנץ געזעצן
אזא סארט קלאגע איז נאכנישט געווארן אויספרובירט בעפאר און טאקע צוליב דעם זאגן געוויסע אז עס איז מערקווירדיג אז ברעג זוכט אויסצופרובירן אזא זאך אקעגן טראמפ
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: ניו יארק טראמפ פראצעס
פאריגע וואך מאנטאג האט מען אויסגעפרעגט טראמפ’ס געוועזענע ראטגעבער מייקל קאהען
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: ניו יארק טראמפ פראצעס
אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
א לעכטיגן פרימארגן!
ריכטער מערשאן האט נארוואס באזעצט די באנק און מען גרייט זיך אויסצוהערן די שטערן עדות ארין די פראצעס מייקל קאהען
----
ווען קאהען איז אריינגעקומען האט ער באטראכט די גאלערי
טראמפ קוקט נישט דערווייל אין זיין ריכטונג און בלויז געווארפן א בליק ווען קאהען איז אים פארביי געגאנגען
קאהען טראגט א טונקעלע אנצוג, ווייסע העמד און לייכט פינקע שניפסל
----
קאהען האט אנגעהויבן מיט זיין יחוס און היסטאריע
ער האט נישט געוואלט זיין אן אדוואקאט נאר ענדערש געוואלט האנלען אויף וואל סטריט אבער זיין באבע האט אים געשטופט דערצו
----
דערווייל שיינט קאהען צו זיין היבש נערוועז און אומרואיג
פארציילט אז ווען זיין פריינט האט זיך אוועקעצויגן פון אמעריקא האט ער געהאט די געלעגנהייט צו אינוועסטירן אין טעקסי מעדאליאנס און באקומען א 50 פראצענט אינטערעסט אין א פירמע
----
קאהען ווערט געבעטן צו אידענטיפיצרן טראמפ און טראמפ זיצט מיט פארמאכטע אויגן ווען קאהען זאגט אז ער דערקענט אים
----
קאהען שילדערט איצט ווי אזוי ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן פאר טראמפ
----
ריכטער מערשאן אורטיילט אז פראקורארן קענען נישט איינשליסן אין די באווייזן די אפמאך מיט אלען ווייסעלבערג זאגנדיג אז אויב די פראקורארן האבן אויסגעוועלט נישט אראפצוברענגן ווייסעלבערג קענען זיי נישט נוצן די אפמאך אנשטאט דעם
----
קאהען זאגט אז איינמאל טראמפ האט אים אויפגענומען צו ארבעטן פאר אים איז ער מער קיינמאל נישט צוריק צו זיין אלטע אפיס און טראמפ האט אריבערגעשיקט עטליכע ארבעטער אפצונעמען זיינע געפעק
---
טראמפ און קאהען האבן זיך באקענט ווען קאהען האט געהאלפן שליכטן א קא אפ באורד סיטואציע און דערנאך געטוהן נאך ארבעט פאר טראמפ אבער אלעס איז געווען פריי פון אפצאל,
ווען טראמפ האט אים אנגעבאטן צו ארבעטן פאר אים האט ער אים קלארגעשטעלט אז אינעם טאג וואס ער וועט ערווענן די 100 טוינט דאלאר וואס ער איז אים שולדיג וועט ער פליען פון זיין פאזיציע
קאהען פלעגט נישט ארבעטן פאר די ארגאנאזאציע דזזשענעראל קאונסעל'ס אפפיס נאר דירעקט פאר טראמפ
טראמפ פלעגט אים קענען אהינגעבן בילס און אינוואויסעס וועלכע ער האט געהאלטן אז עס איז נישט יושר'דיג און אין געהייסן פארהאנדלען עס צו רעדוצירן
----
ווען די טראמפ אוניווערסיטעט האט זיך געטראפן אין דער ערד איז מען געבליבן שולדיג פאר 50 ווענדארס און קאהען האט זזיי פארגעשלאגן צו אקצעפטירן בלויז 20 פראצענט פונעם חוב
אלע מיטן אויסנאם פון 2 זענען איינגעגאנגען דערויף און זיי האבן באקומען די שיבוש ביז 48 שטונדן
פראקוראר האפינגער:
וואס איז געווארן מיט די אנדערע צוויי?
קאהען: זיי זענען איינפאך אוועקגעגאנגען
האפינגער: מיינט דאס אז מען האט זיי נישט באצאלט?
קאהען: ריכטיג
----
קאהען פלעגט אריינגיין צו טראמפ און שטאלצירן נאך יעדע דערגרייכונג צו בויען זיין קרעדיט אין טראמפ'ס אויגן
ווען טראמפ פלעגט אים אויסרימען אלס פאנטאסטיש אדער געוואלדיג פלעגט קאהען שפורן ווי ער שטייט ביים שפיץ פון די וועלט
----
טראמפ זיצט אנגעלאנט מיט פארמאכטע אויגן
בלענטש זיצט אנגעשפיצט אויסהערנדיג קאהען
בלענטש גייט זיין דער וואס נעמט קאהען אויף די קרייץ פארהער
----
קאהען דעטאלירט וועלכע סארט אויפגאבעס ער פלעגט דורכפירן פאר זיין אויבערהאר
ווען די פרעסע האט געלאזט פאלן עפעס נעגאטיוו אקעגן טראמפ וואס האט אים פארדקראסן האט ער געדארפט זיך פארבונדן מיט זיי און זיין קלארשטעלן אז זיי דארפן פארמעקן אדער אויסבעסערן די ארטיקל סיידן זיי ווילן אויסשטיין א לאוסוט
האפינגער: פלעגסטו זיין אגרעסיוו?
קאהען: נישט אלעמאל אבער היבש אפט
----
טייל דזשורארס האלטן מיט גאר קאנצעטרירט די עדות'שאפט און פארצייכענען נאטיצן
----
קאהען פלעגט רעדן מיט טראמפ יעדן איינציגן טאג פערזענליך אדער אויפן סעלפאן
טראמפ האט נישט פארמאגט קיין אימעיל אדרעס
טראמפ פלעגט זאגן אז צופיל מענטשן זענען אונטערגעגאנגען צוליב אימיעל אויסטוישן וועלכע פראקורארן האבן גענוצט אקעגן זיי
----
קאהען האט געהאט אן אפענע טיהר פאליסי צו טראמפ נישט דארפנדיג קיין אודיענץ צו זעהן זיין אויבערהאר
טראמפ פלעגט אז ער זאל אים אלעמאל האלטן אינפארמירט איבער אנטוויקלונגען פון זיין ארבעט און אויב איז טראמפ געוואויר געווארן אפדעיטס פון אנדערע אנשטאט עס הערן באצייטנס פון אים האט עס נישט געטויגט
----
קאהען זאגט אז עס איז געווען פאנטאסטיש צו ארבעטן פאר טראמפ און א געוואלדיגע ערפארונג
עס זענען געווען שוואכערע צייטן אבער אין אלגעמיין איז עס געווען אן אויסנאם גוטע פעריאד און גאר געשמאק צו ארבעטן דארט און די טראמפ פאמיליע איז געווארן ווי א סעמי פאמיליע צו אים
----
האפינגער: פלעגסטו צומאל זאגן ליגן פאר טראמפ?
קאהען: יא
האפינגער: פלעגסטו קענען רודפ'ן מענטש?
קאהען: יא, די איינציגסטע זאך וואס האט מיר געקימערט איז געווען צו אויספירן מיינע פליכטן און צופרידנשטעלן טראמפ
----
קאהען ערקלערט ווי אזוי ער האט געהאט אזויפיל ווי 30 טויזנט קאנטאקט נומערן אויף זיין סעלפאן
ער זאגט אזז טראמפ איז איינגעגאנגען אז אלע זיינע קאנטאקט אינפארמאציע זאל ווערן אריבערגעלייגט צו קאהען'ס
ווען די צוויי האבן גערייזט אינאיינעם האט מען זיך געקענט פארבונדן צו סיי וועם דורך קאהען'ס טעלעפאן
----
קאהען רעדטט איבער דעיוויד פעקער
זאגט אז זיי האבן זיך גוט געקענט און ווען זיי פלעגן קאמיוניקירן איבער אנגעלעגנהייטן וואס זיי האבן נישט געוואלט אז מען זאל קענען נאכגיין פלעגן זיי רעדן אויף אן ענקריפטעד עפפ
----
קאהען איז נישט געווען באוואוסטזיניג איבער אנגאזשירונגען צו צאהלן לא יחרץ געלט פאר מענטשן בעפאר די 2016 למספרם קאמפיין
----
אין 2011 למספרם האבן 6 פראצענט געזאגט אין אן אנקעטע אז טראמפ וואלט געדארפט זיין פרעזידענט און קאהען האט עס געציגט פאר טראמפ וועלכע האט רעאגירט זאגנדיג אז עס איז אינטערסאנט און מען דארף אריינקוקן דערין
קאהען האט גענומען די ענטפער ערנסט און געעפנט א וועבזייטל ווא האט פארגעשטעלט די פראגע אויב טראמפ זאל לויפן
עווענטועל איז גארנישט געווארן דערפון אין א צייט וואס מען איז געווען פארנומען מיט א רייע גרויסע ריעל עסטעיט דיעלס און מידיא שאו'ס
----
ווען טראמפ האט שוקל געווען אוי צו לויפן אי ער געווען באזארגט איבער זיין פערזענזילכע לעבנס געשיכטע און נעגאטיווע אינפארמאציע וואס קענען נעגאטיוו אפעקטירן זיין קאנדידאטור
ער האט פארשטאנען אז ווי נאר ער מאכט א מעלדונג גייען ארויסשפראצן פילע מענטשן מיט באשולדיגונגען אקעגן אים
----
קאהען האט נישט אנגענומען א פארמאלע ראלע אין די טראמפ קאמפיין נאר ענדערש געדינט ווי א שיק אינגעל וועלכע פלעגט רעדן צו די פרעסע איבער פארשידענע טעמעס מיט טראמפ'ס גוטהייסונג
----
פארציילט איבער די 2015 למספרם מיטינג מיט טראמפ און פעקער ווי מען האט אויסגעשמועסט ווי בענעפיטירנד עס קען זיין פאר די טראמפ קאמפיין אויב די נעשאנעל ענקוויירער קען לופטערן פאזיטיווע נייעס איבער טראמפ און נעגאטיווע איבער זיינע אפאנענטן
פעקער האט דאן אנגעבאטן צו האלטן אן אויג אויף נעגאטיווע געשיכטעס וועלכע הויבן זיך אן קאכן און באצייטנס איינמעלדן פאר די טראמפ קאמפיין זיי צו גיבן די אויבערהאנט עס צו קענען נוטראליזירן
קאהען זאגט אז ער האט אויסגעשמועסט בעפאר מיט פעקער אז הילערי קלינטאן טראגט גאר דיקע ברילן און אז זי האט געהאט געכאפט א קלאפ אין מח
זיי פלעגן אריבערשיקן צו קאהען געוויסע ערשטע זייט בלעטער בעפאר עס איז געגאנגען צום דרוק און ער פלעגט עס באלד צייגן פאר טראמפ
פארציילט איבער א נעגאטיווע געשיכטע מיט טראמפ'ס שומר הפתח וואס האט געזאלט לויפן און טראמפ האט פארארדנט קאהען עס צו באהאנדלען און זיכער מאכן אז עס גייט נישט ווערן פובליצירט
די פובליקאציע האט אויסגעקויפט די געשיכטע און פארזיכערט אז עס קען מער נישט ווערן פובליצירט און קאהען האט אנגעוויזן ווי אוי הארבער צו מאכן די שטראפן אויב יענער ברעכט די קאנטראקט און פארקויפט עס פאר א צווייטע מידיא קוואל
קאהן דערציילט ווי אזוי פעקער האט אים איינגעמלאדן איבער די צווייטע לא תחרץ קעיס און ער האט זיך באלד פארבונדן מיט טראמפ צו הערן מער דערוועגן
טראמפ האט אויסגעלויבט יענע אבער ווען קאהען האט אים געגעבן צו פארשטיין אז יענע קלערט פון גיין פובליק מיט די באשולדיגונג האט טראמפ אים עס באלויפן אפצושטעלן
קאהען האט עס אנגענומען אלס פארארדעוננג אויסצוקויפן די געשיכטע
----
המשך יבוא

אין יוני 16 האט קאהען געהאט א טעקסט מעסעדזש אויסטויש מיט טראמפ'ס גבאי קעיט שילער און געפרעגט אויב ער איז נעבן טראמפ און געוואלט רעדן מיט טראמפ איבער די צווייטע לא תחרץ קעיס
די אויסטויש מיט שילער ווערט איצט געצייגט
טראמפ האט דאן גערעדט אויפן טעלעפאן מיט קאהען פאר עטוואס מער ווי 2 מינוט
קאהען זאגט אז ער איז געווען צוזאמען מיט טראמפ ווען טראמפ האט גערעדט אויפן טעלעפאן מיט פעקער איבער די צווייטע לא תחרץ קעיס אויף ספיקער
טראמפ האט געפרעגט ווי אזוי זאכן גייען אנבאלאנגט די קעיס און פעקער האט אים פארזיכערט אז עס איז אונטער קאנטראל און עס ווערט באהאנדלט
קאהען האט אין יענע צייט געזאגט פאר טראמפ אויפן טעלעפאן אז די שפיל ו האלטן די געשיכטע אונטער די ראדאר וועט אפקאסטן 150 טויזנט דאלאר
טראמפ רעאקציע: קיין פראבלעם, איך וועל זיך באפאסן דערמיט
קאהען האט עס פארשטאנען צו זיין א פארשפרעכונג פון טראמפ אז ער וועט אים צוריקצאלן טראץ ווא מען האט נישט אויסגעשמועסט געוני ווי אזוי עס וועט צושטאנד קומען
קאהען האט זיך דאן פארבונדן מיט האוערד פון די נעשאנעל ענקוויירער און געגעבן די גרינע ליכט פאראויסצוגיין מיט די דיעל
יענער האט אים צוריקגעשריבן אז די באשולדיגער האט אפגעווארפן די אנבאט און שיינט וויליג צו טראגן איר עפיזאד צו ABC און מען האט איר געבעטן אקעגנצוקומען מיט א פאסיגע סומע וואס וועט איר צופרידנשטעלן
עוונטועל האט פעקער זעלבסט געלאזט וויסן פאר קאהען אז מען האט באוויזן אויסצוהאמערן אן אפמאך מיט יענעם
אצינד אדרעסירט מען די ערשטע לא תחרץ קעיס (פון די וועלכע האט עדות געזאגט פארלאפענע וואך)
פעקער האט געדרוקט אויף קאהען יך אונטערצואיילן צו שאפן די 150 טויזט פאר די צווייטע לא תחרץ קעיס בעטנדיג אז איך זאל קרעדן מיט טראמפ דערוועגן זינט עס איז צו א גרויסע סומע פאר אים אויסצובאהאלטן פאר א לענגערע צייט פון די בוכהאלטער אין א צייט וואס מען איז אים נאך שולדיג 30 טויזנט פון א צווייטע חוב
פעקער האט אנגעהויבן ווערן ערנסט בייז און קאהען האט זיך געוואנדן דערוועגן צו טראמפ וועלכע האט אים אים געזאגט זיך נישט צו זארגן ווייל ער וועט זיך אפגעבן דערמיט
קאהען זאגט אז ער האט רעקארדירט טראמפ (נישט צו האבן באווייזן גרייט אקעגן אים אויב עס וועט אויספעלן נאר ענדערש) צו בארואיגן פעקער וועלכע זאל הערן אז טראמפ פלאנט צו צאלן
ער זאגט אז ער האט געהאלטן זיין טעלעפאן אין די הענט דורכאויס די געשפרעך אבער נישט געוואוסט אויב טראמפ זעהט אז ער ווערט רעקארדירט
די רעקארדירונג ווערט אויפגעשפילט און קאהען ערקלערט אז ער וועט עפענען א פירמע פון וואנעט די צאהלונגען וועלן ארויסגיין צו האלטן טראמפ'סנ אמען אפגעזונדערט פון די געשיכטע
טראמפ אין די רעקארדירונג: צאהל מיט קעש
פויזע

צוריק אין סעסיעפארפאלענער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
טראמפ איז איצט מער וואך און פארזונקן אין זיינע פאפירן און געגעבן א שנעלע בליק אין ריכטונג פון קאהען
קאהען זאגט אז די רעקארדירונג פון די געשפרעך איז געווארן איבערגעריסן ווען עימיצער האט אריינגערופן
(טראמפ'ס אדוואקאטן האבן געהאט שפעקולירט אז קיינער האט נישט אריינגערופן און די רעקארדירונג איז געווארן אפגעשטעלט ווייל מען האט זיך ארומגעשפילט דערמיט צו לאזן בלויז די נעגאטיווע טיילאקעגן טראמפ)
קאהען זאגט אז ער האט שפעטער געזאגט פאר טראמפ אז א טשעק וועט זיין בעסער ווי קעש ווייל עס וועט מאכן די טראנזקאציע אויסקוקן מער לעגיטים
ער זאגט אז ער האט מער נישט געוואלט רעקארדירן טראמפ ווייל זיין איינציגע ציהל מיטן רעקארדירן איז געווען צו איבערצייגן פעקער אז ער קען זיין רואיג און דאס האט ער שוין באוויזן
עס קוקט אויס אז די פראקוראר לייגט היבש געוויכט אויסצוקלארן אז עמיצער האט אריינגערופן און דאס האט איבערגעריסן די רעקארדירונג
זיי זוכן קענטיג אפצושלאגן די נאראטיוו אז מען האט זיך איינפאך ארומגעשפילט מיט די רעקארדירונג
האפינגער פרעגט ווער עס האט אריינגערופן און קאהען זאגט אז דאס איז געווען א באנק פון מענעדזשער פון קעפיטאל וואן
קאהען זאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געפאטשקעט מיט א רעקארדירונג
און טראמפ פליסטערט שטיל צו זיין אדוואקאט
קאהען האט עווענטועל נישט אויפגעשפילט די רעקארדירונג פאר פעקער וועלכע האט געזאגט אז עס פעלט נישט אויס
----
מען צייגט איצט אן אימעיל וואס האופ היקס האט באקומען פון די וואשינגטאן פאוסט זוכנדיג קאמענטארן פון די קאמפיין בעפאר זיי פובליצירן די נעגאטיווע ווידעא פון טראמפ ביים ענדע פונעם קאמפיין
סטיוו בעננאן האט ווייטער געשיקט די אימעיל צו קאהען וועלכע איז דאן געווען אין לאנדאן ביי צו די געבורטסטאג פון זיין טאכטער
קאהען האט געפרעגט פון בענאן ווער עס טוט דעמעדזש קאנטראל און אים געבעטן צו רופן אויפן טעלעפאן
קאהען האט דאן אפגעהאלטן א סעריע פון עטליכע טעלעאפן געשפרעכן מיט היקס און טראמפ איז געווען אויפן ליניע דורכאויס איינע פון זיי
קאהען האט באזונדער איבערגעריסן נאכטמאל מיט יין פאמיליע צו קענען רעדן מיט טראמפ פריוואט
ער האט געוואלט אז איך זאל זיך פארבונדן מיט מיינע קאנטאקטן אין די מידיא און אנהויבן שפינען די נייעס און נוצן די סטראטעגיע וואס פרוי טראמפ האט רעקאמענדירט אוועקצומאכן די באמערקונגען אין די ווידעא איז נישט מער ווי איינפאכע פראסטע קאווע שטובל שפראך
----
מען צייגט אן אויסטויש צווישן קריס קאומא און קאהען פון יענע צייט
קאומא: דו גייסט אים פארטיידיגן?
קאהען: איך בין אין לאנדאן
קאהען : יעדער בעהט מיר צו ערשיינען אויף שאו'ס אנגעהויבן דינסטאג
קאהען: נישט זיכער וואס איך וועל טוהן
קאומא: וועט זיין צו שפעט, ער שטארבט אפ
----
נאך יענע סענזאציע האט נעשאנעל ענקוויירער עדיטאר דיילאן האוערד זיך פארבונדן מיט קאהען איבער די לא תחרץ קעיס זאגנדיג אז יענע וויל פארקויפן איר געשיכטע
קאהען זאגט אז די אפעקט וואס די געשיכטע וואלט געהאט אויף די קאמפיין וואלט געווען קאטאסראפאל און ער האט זיך אפארט פארבזונדזן מיט טזזזראמפ און געזאגזט אז דאס מו ווערן באהאנדלט
טראמפ האט רעאגירט:
אבסאלוטלי, טוה עס, גיב זיך אפ דערמיט
----
מען גייט שוין באלד גיין אויף מיטאג און קאהען הויבט אן צייגן צייכנס פון מידקייט
ער בעהט עטליכע מאל מען זאל איבערפרעגן די פראגע און דארף זיך דערמאנען די נאמען פון קעיט דעיווידסאן
----
מען ליייענט א מעסעדזש פון קאהען צו האוערד וועלכע שרייבט אז זייןער האט דיסקוטירט די "ביזנעס געלעגנהייט" מיט זיין קליענט און מען האט באשטעטיגט פאראויסצוגיין דערמיט
קאהען זאגט אזז טראמפ איז געווען גערעגט אויף אים זאגנדיג: איך האב געמיינט אז די באפאסט זיך מיט די זאכן
קאהען האט אים בארואיגט אז ער ספראוועט זיך דערמיט
טראמפ האט צוגעלייגט: פרויען גייען מיך האסן
מענער קענען עס אנקוקן קיהל אבער עס וועט זיין א חורבן פאר די קאמפיין
קאהען זאגט אז טראמפ האט אים פארארדנט צו רעדן מיט דעיוויד פעקער עס צו ברענגן אונטער קאנטראל
קאהען:
טראמפ האט מיר געזאגט אז ער וויל אז מען זאל עס שלעפן אויף כאטש ביז נאך די וואלן ווייל אויב איך געווין איז עס מער נישט רעלעוואנט זינט איךז בין פרעזידענט און אויב איך פארליר אינטערסירט מיר עס ניטאמאל
קאהען פירט אויס: ער האט ניטאמאל געטראכט פון זיין פאמיליע און אלעס איז געווען איבער די קאמפיין
טראמפ שמייכלט ציניש און שאקלט מיטן קאפ
געריכט גייט אוויף מיטאג פויזע
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
Re: ניו יארק טראמפ פראצעס
יישר כח @פארפאלענער
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: ניו יארק טראמפ פראצעס
קאהען צוריק אויפן עדות שטוהלפארפאלענער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
מען צייגט איצט א מעסעדזש פון קאהען צו אדוואקאט דעיווידסאן
קאהען ערקלערט אז אין יענע מעסעדזש האט ער גענוצט יום כפור אלס אויסרייד פארוואס צו פארשלעפן די פארהאנדלונגען האלטנדיג פאר די אויגן אז די הויפט ציהל פון טראמפ איז עס צו פארשלעפן אויף ביז נאך די וואלן
טראמפ זעצט פאר צו שטיין אין זיין שמירת עינים קבלה אלס א זכות ארויסצוגיין זכאי
מען צייגט אן אימיעיל פון דעיווידסאן צו קאהען אז וויבאלד ער האט דערווייל נישט געשיקט דאס געלט איז די אפמאך אפגערופן
קאהען זאגט אז ער איז נישט געווען שלאבעריש נאר בכוונה נישט געשיקט דאס געלט וואוסנדיג אז ער דארף בלויז באווייזן צו שלעפן מיט די צייט אויף ביז נאך די וואלן אבער נאך די שארפע מעסעדזש פון דעיווידסאן איז ער געווארן ערנסט באזארגט אז מען פארלירט קאנטראל אויף די געשיכטע
----
אום אקטאבער 17 למספרם האט האוערד געשריבן צו קאהען: איך הער זאגן אז זיי גייען גיין צו די דעילי מעיל
ביזטו באוואוסטזיניג?
קאהען: קלונג מיר
נאך א וויילע וואס קאהען האט נישט געהערט פון האוערד שרייבט ער: גוט?!
האוערד: דו הויבסט נישט אויף מיינע רופן
קאהען: דו מאכסט ליצנות פון מיר?!
קאהען: וועם האסטו פרובירט צו רופן?
האוערד: "די אגענט" (באציהט זיך צן אדוואקאט דעיווידסאן)
קאהען האט דאן געקלונגען טראמפ און טראמפ האט געטוהן וואס ער האט געטוהן צו האוערד (נישט אויפגעהויבן) און קאהען האט געלאזט א מעסעדזש
קאהען האט דערנאך עטאבלירט די פירמע צו זיין גרייט צו שיקן דאס געלט צו דעיווידסאן צו פארזיגלען די געשיכטע
אין די קומענדיגע טאג האט האט פרוי טראמפ געשריבן צו קאהען און געפרעגט אויב ער קען זיך פארבונדן טעלעפאניש מיט איר מאן אויף זיין סעלפאן און קאהען שרייבט אז ער וועט עס געוויס טוהן
קאהען האט דאן געקלונגען טראמפ וועלכע האט אים געזאגט אז ער האט גערעדט מיט עטליכע פריינד, קלוגע מענטשן וועלכע האבן אים געזאגט אז ער איז א ביליאנער און זאל נישט צעגערן מיטן צאלן 130 טויזנט דאלאר
טראמפ: עס איז נישט פארהאן קיין סיבה צו לאזן די זאך גיין פובליק און דעריבער זזזזאלסטו עזס טוהן
טרעף זיך מיט אלען ווייסעלבערג און גיט אייך אן עצה צו ערלעדיגן די זאך
קאהען קלונגט ווייסעלבערג און זאגט אז די פירמע דורך וועלכע עס צו שיקן שטייט גרייט און אצינד דארף מען בלויז די פאנדינג
ווייסעלבערג האט געוואלט וויסן אויב די מוטער פירמע פון די נעשאנעל ענקוויירער קען מאכן די צאלונג
קאהען האט קלארגעשטעלט אז דאס גייט נישט פאסירן (פעקער האט עדות געזאגט ענליכס, אז ער האט מער נישט געהאלטן ביים אויסלייגן קיין געלט)
ווייסעלבערג האט דאן פארגעשלאגן און געפרעגט אויב מען קען נוצן א גאלף קור מעמבערשיפ אדער אן אוונט ווי צום ביישפיל א הייראט צערעמאניע אדער בת מצוה קרעדיט פאר עימיצן וואס קען צאלן פאר יענע באשולדיגער אבער קאהען האט עס אפגעווארפן זאגנדיג אז טראמפ'ס נאמען איז אויף אלע זיינע קלאבס און די גאנצע ציהל איז געווען אז טראמפ'ס נאמען ערשיינט נישט אויף קיין איין לא תחרץ אפמאך
עווענטועל האט ווייסעלבערג אויפגעברענגט די מעגליכקייט אז קאהען זאל עס צאלן
ווייסעלבערג האט זיך פארענטפערט אז ער זעלבסט האט נישט געהאט די פינאנציעלע מעגליכקייט עס צו טוהן דארפנדיג דעקן שולע און קעמפ בילס פאר 4 אייניקלעך
די 2 האבן דאן אינפארמירט טראמפ אז קאהען וועט שיקן דאס געלט און טראמפ איז געווען דאנקבאר און געזאגט: זארג זיך נישט, דו וועט צוריקבאקומען דאס געלט
קאהען זאגט אז ער וואלט עס קיינמאל נישט געטון אויב וואלט ער געהאלטן אז טראמפ גייט אים נישט צוריקצאלן
קאהען האט ארויסגענומען א האום עקוויטי ליין אוו קרעדיט צו פינאנצירן די לא תחרץ געלט נישט וועלנדיג ארויסשלעפן דאס געלט פון זיין באנק קאנטע וואונידג אז זיין פרוי וואלט עס באמערקט
קאהען האט אין די לעצטע מינוט באשלאסן יא צו פרובירן מיט פעקער קלערנדיג אז ער האט נישט וואס צו פארלירן אבער אין די ענדע איז עס געבליבן אז קאהען זעלבסט וועט מאכן די צאלונג און אויפן וועג צו די באנק האט ער נאכאמאל געקלונגען טראמפ צו באקומען זיין צושטימונג
----
טראמפ מיט פארשטייפטע ליפן באטראכט קאהען
מען צייגט איצט די אפמאך אין וועלכע יענע פארפליכט זיך נישט צו רעדן אקעגן דעיוויד דעניסאן (די ניק פאר טראמפ)
----
געריכט צוריק אין סעסיע נאך א קורצע פויזע
מען רעדט אצינד איבער א וואל סטריט דזשורנאל באריכט איבער די צווייטע לא תחרץ קעיס
טראמפ איז געווער זייער בייז פארוואס עס איז ארויסגערינען און דעיווידסאן האט קלארגעשטעלט אז ער האט יענע האט עס נישט געליעקט און פרובירט צופרידנצושטעלן קאהען מיטן ארויסשטעלן א סטעיטמענט עס אפצולייקענען
קאהען שרייבט צו היקס אז קיינער קויפט נישט די וואל סטריט דזשורנאל געשיכטע און ניטאמאל CNN רעדט דערפון
קאהען זאגט אז ער איז געווען אנטוישט אז מען האט אים נישט באטראכט פאר די שטאב הויפט פאזיציע אין ווייסן הויז טראץ וואס ער אנערקענט אז ער איז נישט געווען קאמפעטענט פאר די פאסטן
קאהען: איך האב געוואלט אז כאטש זאל מיין נאמען ערשיינען אויף די ליסטע פון פאטענציאלע קאנדידאטן
עס איז געווען פאר מיין עגא מער ווי פאר סיי וואס
קאהען האט געוואלט ווערן די פערזענלכע אדוואקאט פונעם פרעזידענט וואס אנדערש ווי די אפיציעלע לעגאלע קאונסעל וועט ער קענען פארבלייבן אין ניו יארק
ער האט געהאלטן אז גאר אסאך גרויסע שישקעס וועלכע וועלן וועלן באקומען א קלארערע בילד איבער טראמפ'ס פערזענליכקייט וועלנדיג כאפן זיין אויער וועלן זיך ווענדן צו אים צוליב זיין לאנגיעריגע נאנטע פארבינדונג מיטן נייעם פרעזידענט
ער האט געשריבן א דריי זייטן מעמאראנדום צו מאכן די קעיס פארוואס טראמפ דארף האבן אזא סארט פערזענליכע אדוואקאט און אז עס דארף זיין ער זעלבסט
ער האט זיך געטראפן מיט טראמפ און אים עס פארגעשטעלט און די זיצונג האט זיך געצויגן פזאר ארום א האלבע שטונדע
די פאזיציע וואס מען האט יא פארגעשלאגן פאר קאהען איז געווען צו ווערן געהילף ךעגאלע קאונסעל אבער ער האט עס אפגעווארפן
ווען עס איז געקוקמען ענדע למספרם יאר האט קאהען באקומען א חגא וואונטש קארטל אין וועלכע עס איז געווען בייגעלייגט די יערליכע באנוס טשעק וועלכע איז א טראדיציע אין די טראמפ ארגאנאזאציע אבער די סומע איז געווען מיט צוויי דריטל ווינציגער ווי א יאר בעפאר
ער האט זיך געשפורט טיף באליידיגט און אפגעפאטשט און עס באטראכט ווי א פארדרוסליכע גרייז אדער געפערליכע כפיית טובה
ער האט זיך פארבונדן מיט ווייסעלבערג און אים ערנסט באוואשן מיט א רייע נידריגע אויסדרוקן
ווייסעלבערג האט אים געבעטן זיך צו בארואיגן און פארשפראכן צו טוהן עפעס דערוועגן און פארזיכערט אז טראמפ גלייכט אים שטארק און וועט אים ריכטיג באהאנדלען
קאהען זאגט אז ער איז די שטאפל פון זיין אויפברויז איז געווען אומגעווענליך הויך אפילו לויט זיין כעס סטאנדארד
די ערשטע מאל היינט וואס די געריכט זאל פארגייט אין א שטארקע געלעכטער
ער האט זיך אויך באקלאגט צו פעקער און אנגעוויזן אז עס איז נישט אזוי ווייט איבער די סומע נאר איבער די גרינגשעצונג וואס מען צייגט אים נאך וואס ער איז ארויס פון זיין וועג צו באשוצן טראמפ
טראמפ האט אנגעקלונגען קאהען אין די צייט וואס קאהען איז געווען אווועקגעפארן אויף וואקאציע מיט זיין פאמיליע און אים געזאגט אז ער האט גערעדט מיט ווייסעלבערג און געהערט ווי אויפגעברויזט ער איטראמפ האט אים געזאגט אז ער זאל זיך נישט זארגן איבער "יענע אנדערע זאך" ווייל ער גייט עס מסדר זיין ווען ער קומט צוריק
קאהען האט געהערט פון ווייסעלבערג אז ער ארבעט אז מען זאל אים צאלן א גראס פון 360 טויזנט דאלאר וואס זאל שוין אריינרעכענען שטייער און עס אויסארבעטן אלס געהאלט ווי איידער א צוריקצאלונג
קאהען האט נישט פונקטליך פארשטאנען די אלע חשבונות וואס ווייסעלבערג האט אים אויסגערעכנט אבער עס האט אים קנאפ אינטערסירט און זיין הויפט וואונטש איז געווען צוריקצוזען דאס געלט
טראמפ קאהען און ווייסעלבערג האבן זיך עווענטועל געטראפן אין טראמפ טאוער צו דיסקוטירן די פעימענט פלאן און ווייסעלבערג האט פארגעלייגט אז עס זאל ווערן צוטיילט און קומען מאנאטליך אין לויף פון א יאר צייט
סעסיע פארטיג פארן טאג
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: ניו יארק טראמפ פראצעס
דינסטאג 5/14פארפאלענער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
א לעכטיגן פרימארגן!
טראמפ נארוואס ערשינען אין געריכט און אדרעסירט די פרעסע
פראקוראר האפינגער גרייט פארצוזעצן די פארהער
פרעגט איבער די דריי שפיצן מיטינג צווישן טראמפ, ווייסעלבערג און קאהען אין טראמפ טאוער
ווייסעלבערג האט געהאט אויסגעארבעט בעפאר אן אפמאך מיט קאהען אונטער וועלכע קאהען וועט שיקן פאלשע אינוואיסעס פאר מ'כלומר'שטע סערוויסעס און ער וועט באקומען 35 טויזנט דאלאר פאר א פעריאד פון 11 מאנאטן און די טאטאל פון 420 טויזנט דאלאר וועט דעקן די צאלונג וואס ער האט אויסגעלייגט אין צוגאב צו א באנוס און די שטייערן וואס וועט אראפגיין
מען זעהט איצט אן אימיעיל אין וועלכע קאהען בעהט פון די טראמפ ארגאנאזאציע קאנטראלער דזשעפרי מקאני אז ער זאל אים דערמאנען די סומע וואס ער דארף אריינשרייבן אין די מאנאטליכע אינוואויס און מקאני ענטפערט 35 טויזנט
נאך די 420 טויזנט דאלאר צאלונג אראנזשירונג האט קאהען געטוהן בלויז מינימאלע ארבעט פאר די טראמפ'/ס אבער נישט פאר באצאלט
ער האט איבערגעקוקט די אפמאך צווישן פרוי טראמפ אין א מוזעאום וועלכע האט געוואלט אהערשטעלן א וואקסענע סקולפטור פון די ערשטע פרוי
ער האט נישט ערווארט צו ווערן באצאלט זאגנדיג אז די ארבעט האט געדויערט אונטער 10 שטונדן און נישט גענוג צו שיקן אן אינוואויס און אז די 420 טויזנט איז נישט געווען פאר יענע ארבעט
קאהען האט קאנפערירט מיט עריק און דאנאלד טראמפ צו דיסקוטירן די מעגליכקייט צו נעמען שריט אקעגן די באשולדיגער פארן ברעכן די קאנטראקט און ליעקן איר געשיכטע
קאהען זאגט אז נאך וואס ער איז געווארן באשטימט אלס טראמפ'ס פערזענליכע קאונסעל האט ער באקומען פילע קליענטן אבער ער האט געטוהן פאר זיי הויפטזעכטליך קאנולטינג און ראטגעבער סערוויסעס אבער נישט קיין לעגאלע ארבעט און פארדינט דערפון ארום 4 מיליאן דאלאר אין 2017 און אין 2018 למספרם
----
אנדערש ווי געווענליכע דזשורי'ס וועלכע אנטוויקלען געווענליך אן אטמאספערע פון נאנטע צוזאמענארבעט קוקט די דאזיגע דזשורי קלאס אויס צו זיין א גרופע פון איזאלירטע מענטשן וואס יעדער גייט זיך זיין וועג
די דזשוראר'ס ווערן כמעט נישט געזעהן פארברענגן און שמועסן אדער אפילו זיך אנקוקן איינע די צווייטע
----
ווערנדיג געפרעגט פארוואס ער האט פארגעזעצט צו זאגן ליגן פאר טראמפ און ווי ער זאגט איז דאס געקומען אויס לאיאליטעט און אים צו באשוצן
ער זאגט אז ער האט געהאלטן די פאזיציע פון טראמפ'ס פערזענליכע אדוואקאט פאר 15 מאנאטן
טראמפ עפנט ריזיגע אויגן און מורמלט עפעס צו זיין אדוואקאט
קאהען רעדט איבער זיין עדות אין קאנגרעס און אז זיין אדוואקאט איז געווארן באצאלט דורך די טראמפ ארגאנאזאציע
ער זאגט אז ער האט דארט געזאגט ליגן וועלנדיג גיין אין ליניע מיט די טראמפ נאראטיוו אז עס איז נישטא גארנישט אין די קיין רוסלאנד רוסלאנד רוסלאנד סקאנדאל
קאהען האט געהאט אינפארמירט טראמפ אז די באשולדיגער איז איינגעגאנגען צו פארלייקענען די געשיכטע
קאהען האט געוואלט אז זי זאל ערשיינען יענע נאכט אויף די שאן העניטי פראגראם עס צו לייקענען אבער זי האט געזאגט אז זי וועט נישט זיין גרייט אויף יענע נאכט און עווענטועל האט קאהען געשריבן צו דעיווידסאן אז די קלוגע מענטשן זאגן אז די געשיכטע ווערט סייווי צוביסלעך פארשוואוונדן פון די ארענע און זי זאל נישט ערשיינען אויף אינטערוויוס
קאהען האט געשריבן די פארלייקענונג סטעיטמענט וואס די באשולדיגער האט שפעטער איבערגעזאגט אויף די דזשימי קימעל שאו
קאהען פארציילט איבער א פאל אין פעברואר 2018 למספרם ווען ער האט געשיקט א מעסעדזש צו מעגי העבערמאן איבער א רעאקציע וואס טראמפ וויל מאכן צו א באשולדיגונג און זי גייט עס באקומען ערשט
ער האט געוואלט אז זי זאל אנהויבן שרייבן און איר פארשפראכן צו רופן אביסל שפעטער מיט מער דעטאלן
(העבערמאן זיצט איצט אין געריכט)
מען שפילט אויף א מעסעדזש פון טראמפ'ס אדוואקאט דזשעי סעקולא אין ועלכע ער שרייבט אז "קליענט (דער מיט די עינים הפלא) וויל זיך באדאנקן פאר וואס דו טוסט" (צו לייקענען אלעס און אים באשוצן)
קאהען פארציילט אז נאך די וואל סטריט דזשורנאל געשיכטע איבער די צאלונגען איז דעיוויד פעקער געווארן ערנטסט נערוועז און קאהען האט אים בארואיגט זאגנדיג אזז זאכן גייען ווערן באהאנלט ריכטיג און אז דזשעך סעשאנס וועט זיך אפגעבן דערמיט
ווי ער זאגט האט ער אים עס געקענט זאגן צוליב וואס ער האט געהאלטן נאך א געשפרעך מיט פרעזידענט טראמפ דערוועגן
ווען קאהען האט געהערט אז די באשולדיגער פלאנט אפיציעל צו פובליצירן איר באשטעטיגן איר געשיכטע אויף די 60 מינוט פראגראם האט ער פארשאפט א רעסטרעיניג ארדער איר אפצוהאלטן פון עס טוהן
ער האט נישט געהאט איר אדרעס און עס דעריבער געדארפט שיקן דורך איר אדוואקאט דעיווידסאן אבער דער לעצטער האט אים קלארגעשטעלט אז ער טוט איר מער נישט רעפרעזענטירן און עווענטועל האט ער אויסגעפונען אז מייקל אוואנטי גייט איר פארטיידיגן גייענדיג פאראויס
אבער אין די ענדע האט ער באשלאסן אינאיינעם מיט טראמפ ניט צו אינפארסירן די לא תחרץ אפמאך אקעגן איר
----
קאהען שילדערט די עף בי איי אבלאווע אין די צייט ווא ער האט זיך אויפגעהאלטן אין אן האטעל (צוליב וואס זיין היים איז אריבער א פארפלייצונג)
עס איז געווען 7 אזייגער אינדערפרי ווען ער האט געהערט א קלאפ אין טיר און דורך די שפאקטיוו האט ער געזען א גרויסע גרופע ווארטן אין די קארידאר
ביים עפענען האבן די אגענטן זיך פארגעשטעלט אלס די עף בי איי און אים פארבעטן צו פארלאזן די צימער
די סוירטש ווארענט האט זיי ערלויבט צו קאנפיסקירן זיינע 2 סעלפאנס, אלע עלעקטראניש אפארטן און רעקארדס
האפינגער פרעגט ווי אזוי ער האט געשפורט נאך די איבערפאל און קאהען זאגט אז עס איז גענוי דא וואס מען שפורט ווען דאס לעבן ווערט גענצליך איבערגעדרייט און ער איז געווען דערשראקן און אויפגערעגט
נאך די אבלאווע האט ער גערעדט די לעצטע מאל צו טראמפ וועלכע האט אים געזאגט אז ער איז דער פרעזידענט און אלעס איז אין ארדענונג און ער קען זיין רואיג
פויזע
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: ניו יארק טראמפ פראצעס
צוריק אין סעסיע.פארפאלענער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
קאהען רעדט איבער ווי אזוי ער האט זיך געטראפן מיט די דזשוליאני אליאירטע ראבערט קאסטעלא וועלכע האט אים אנגעזאגט אז עס וואלט געווען א גוטע געדנאק צו האבן א פארבינדונגס מאן וואס זאל פירן מעסעדזשעס צווישן אים און טראמפ צו פארזיכערן פאר אלע אז דו ביזט גוט און גייסט אין שפאן
קאהען איז געווען אומרואיג מיט קאסטעלא און נישט געזאגט אלעס וואס ליגט אים אויפן געדאנק אויס זארג אז אלעס וועט ווערן איבערגעזאגט צו דזשוליאני
אין א מעסעדזש צו קאהען שרייבט קאסטעלא: איך בין זיכער אז דו האסט געזען די נייעס אז דזשוליאני שליסט זיך אן אין טראמפ'ס לעגאלע גרופע
איך האב דיר געזאגט אז מיינע פארבינדונגען מיט רודי קענען זיך ארויסשטעלן צו זיין זייער זייער נוצבאר פאר דיר
קאהען האט געזען אין דעם א דערמאנונג צו האלטן א פארבינדונג דורך עימיצן צום פרעידענט און אז דער עימיצער זאל זיין קאסטעלא וועלכע זאל הערן נאכאנאנד פון קאהען וואו אזוי זאכן גייען און ער זאל עס באריכטן צו רודי וועלכע זאל עס מיטטיילן מיטן פרעזידענט
מעסעדזשעס ווערן אויפגעשפילט אין וועלכע קאסטעלא שרייבט צו קאהען איבער ווי צופרידן דזשוליאני איז איבער קאהען'ס פארבינדונג מיט אים (קאסטעלא) און איבער ווי באליבט ער איז ביי טראמפ וועלכע האט זיין צוטרוי
ער שרייבט אז טראמפ פארשטייט די שווערע טעג וואס ער מאכט מיט און איז אויף זיין זייט
קאטעלא דערמאנט ווידער קאהען אז ער קען שלאפן רואיג זינט ער פארמאגט פריינד אין די העכסטע פלעצער
אין א מעסעדזש פון קאסטעלא צו קאהען איז בייגעלייגט א פאטאגראף וועלכע צייגט א סעריע רופן וועלכע זענען געקומען פון דזשוליאני צו אים און קאסטעלא ערלקערט אז ער וויל אים איבערצייגן אז נישט ער איז דער וואס דארף נאכלויפן רודי נאר דער גרויסער רודי רופט אים גאר
קאהען זאגט אז לויט ווי ער געדענקט האט זיך די קעפל פון איינע פון די אימעילס וואס ער האט באקומען פון קאסטעלא געליינט: די פאטענציאל פון פאראויס געשאנקענע פארדאנס און אינעם אימעיל דערמאנט ער קאהען אים צו לאזן וויסן אויב ער וויל עפעס פונעם פרעזידענט
ווי קאהען זאגט איז קאסטעלא'ס זארג געווען אז קאהען וועט זיך אויסזוכן א צווייטע אדוואקאט און אום יוני 14 למספרם האט קאסטעלא אים געשיקט א לינק מצו א באריכט מיטן קעפל "דזשוליאני איבער די מעגליכקייט אז קאהען קאאפערירט אין די מולער אויספארשונג"
קאהען רעאגירט: פארוואס שיקסטו מיר דאס?
קאסטעלא רעאגירט: עס שיינט צו מיר אז דו ביזט אונטער די איינדרוק אז טראמפ און דזשוליאני פרובירן דיר אונטערצוהאקן און ווארפן אונטער די באס
איך האלט אז דו גרייזט און פאלסט צו די לינקע מידיא נאראטיוו און זיי ווילן אז דו זאלסט גלייבן וואס זיי שרייבן און שרייבן אז דו קאאפערירסט
קאהען זאגט אז ער איז געווען געווארנט נישט צו רעדן צו קאסטעלא איבער טראמפ'ס ראלע אין די צאלונגען ווייל ער האט געוואוסט אז פון דארט קוילערט זיך עס פון אים צו רודי און פון דארט צו טראמפ
קאהען פארציילט ווי עס איז געקומען צו א פונקט אין וועלכע זיין פרוי און טאכטער און אזוי אויך זיין זוהן האבן אים געצימבלט און געוואלט פארשטיין פארוואס ער האלט אן זיין לאיאליטעט צו טראמפ און אים דערמאנט אז זיין ערשטע לאיאליטעט דארף זיין צו די פאמיליע און אים דערמאנט אז עס איז העכסט צייט אויסצוהערן זייער ראט
קאהען האט דאן באשלאסן אז ער גייט זיך דערקלערן שולדיגט און אויפהערן זאגן ליגן צו באשוצן טראמפ.
----
די הויפט לעגאלע אנאליסט אויף סי ען ען זאגט אז די איין זאך וועלכע די פראקורארן האבן דערווייל איבערצייגט אן קיין צווייפל איז אז טראמפ האט זיך ארומגענומען מיט צווייפלהאפטיגע עלעמנטן
----
טראמפ'ס אדוואקאטן האבן געהאט אנגעוויזן אז קאהען האט איבערגעגעבן זיינע 2 סעלפאנ'ס פאר די דיסטריקט אטוירני'ס אפיס אין צוויי באזונדערע טעג (און שפעקולירט צו ער האט געוואלט קויפן צייט צו פאטשקען מיט רעקארדירונגען)
אצינד ערקלערט קאהען אז ער האט צו ערשט געפונען איינס און עס איבערגעגעבן אין די צייט ואס ער האט נאך געזוכט נאך די צווייטע
קאהען אדרעסירט דאס וואס טראמפ האט אריינגעטראגן און דאן ארויסגעצויגן א האלבע ביליאן דאלאר לאוסוט אקעגן קאהען
פארהער פארטיג
מען גייט אויף מיטאג פויזע
נאך די פויזע הויבט זיך אן די קרייץ פארהער
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1611
Re: ניו יארק טראמפ פראצעס
געריכט זאל פולט זיך אןפארפאלענער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 19, 2024 10:14 pm אויסצוגן פון געריכט דורך די בארימטער רעפארטער @הכל הבל
קרייץ פארהער אויף מייקעל קאהען אונטערוועגנס
טראמפ אדוואקקאט בלענטש: הארט בעפאר די פראצעס אנהוב האסטו גענוצט געמיינע אויסדרוק פלוני אקעגן מיר אויף טיקטאק
קאהען: הערט זיך ווי עפעס וואלס איך וואלט געזאגט
ריכטער בלאקירט עטליכע פראגן אויב קאהען האט געלאזט פאלן געוויסע באמערקונגען איבער א צווייטע טראמפ אדוואקאט
בלענטש פרעגט אויב קאהען האט מיטגעהאלטן די פראצעס
קאהען: אין א געוויסן זין אבער נישט שטארק רעליגיעז צו וויסן יעדע דעטאל
געדענקסט וואס דו האבט געזאגט אויף טיקטאק אינמיטן עדות פעקער אז פון וואס מען האט דיר געזאגט איבער זיין עדות'שאפט באשטעטיגט וואס דו טענה'ט שוין דו לעצטע 6 יאר?
קאהען: ריכטיג
איז די פראצעס וויכטיג צו דיר?
קאהען: יא, זייער
בלענטש פרעט איבער קאהען אויב עס איז ריכטיג א רייע פון זיינע טיקטאק קאמענטארן אריינגערעכנט אז ער גייט צוריק אין די קליינע שטייג וואו ער באלאנגט אזוי ווי אנדערע באשעפענישן
איז וואר אז פראקורארן האבן דיר נאכאנאנד געבעטן נישט צו רעדן אין פובליק פון די קעיס.
קאהען: עס קען זיין
בלענטש: האבן זיי עס געבעטן?
קאהען: יא
בלענטש דערמאנט אז די דיסטריקט אטוירני אפיס איז געווען בייז ווען ליעקס איבער די אויספארשונגאיז אנגעקומען צו די אסאסיעטעד פרעסע איבער זאכן וואס קאהען און זיין אדוואקאט לעני דעיוויס האבן גערעדט צווישן זיך אבער ביידע האבן קאטעגאריש געלייקנט אז זיי האבן עס געליעקט
קאהען זאגט אז ער געדענקט עס נישט
קאהען איינשטימיג אז ער האט גערעדט צו די פרעסע איבער די אויספארשונג טראץ די אויפברויז פון די דיסטריקט אטוירני אפיס דערקעגן
קאהען זאגט צו ערשט אז עס שיינט צו זיין ריכטיג
בלענטש: איך וויל נישט הערן אויב עס שיינט, איך וויל וויסן אויב עס איז ריכטיג
קאהען: עס וואלט געווען ריכטיג
האסטו געזאגט פאר דאן לעמאן אז די דיסטריקט אטוירני אפיס האט דיר געבעטן דיינע טעלעפאנען?
קאהען: קלונגט ריכטיג
געדענקסטו אז די אפיס איז געווען בייז דערוועגן?
קאהען: ניין
בלענטש: דו האבט עדות געזאגט אז דו געדענקסט טעלעפאן געשפרעכן מיט פרעזידענט טראמפ פון 2016 למספרם אבער קענסט נישט געדענקן א פארשפרעכונג וואס דו האסט געמאכט מיט ווינציגער ווי א יאר צוריק צום דיסטריקט אטוירני אפיס אז דו וועסט אויפהערן ערשיינען אויף די טעלעוויזיע?!
קאהען: איך דענק נישט צו האבן געמאכט אזא געשפרעך מיט דעיוויס איבער נישט גיין אויף די טעלעוויזיע
ביזטו דער וועלכע האט געליעקט צו CNN איבער דיין איבערגעבן די טעלעפאנען צום DA?
קאהען: איך געדענק נישט
בלענטש פרעגט איבער זיין ציהל אויף סאציאלע מידיא
קאהען: צו בויען אן אודיענץ, און אויך צוליב וואס עס לינדערט זיין שלאפלאזיגקייט פראבלעם
בלענטש: דו לייזט אויך געלט דורך דעם
קאהען: ריכטיג אבער נישט עפעס ערנסט
דו לאזט לויפן דיינע אוונט טיקטאק שאו'ס צו פארדינען געלט?
קאהען: געלט ווערט פארדינט דורך דעם
בלענטש: מיין פראגע איז געווען אויב דו טוסט עס אויך צוליב דאס געלט
קאהען: יא
ווילסטו זעהן טראמפ געפונען שולדיג?
קאהען: זיכער
בלענטש: יא אדער ניין?
קאהען: זיכער
----
די דזשורי זעהט איצט די העמדל מיט א בילד פון טראמפ אין די אראנדזשע טורמע טראגע און אזוי אויך די גלעזל מיט די מאג שאט וועלכע קאהען פארקויפט מיט אן אויפשריפט אז מען זאל שיקן טראמפ אין טורמע און נישט צום ווייסן הויז
----
דו וואוינסט נאך ביז היינט אין א געביידע מיט טראמפ'ס נאמען דערויף
קאהען: ריכטיג
----
טראמפ'ס מארדע הויערט אויף זיין ברוסט קאסטן אין ער פארזונקן אין א וואכזאמע שלאף
זיין אדוואקאט בייגט זיך צו אים צו זאגן עפעס (מעגליך אים צו ערוועקן בעפאר זיין קאפ טראסקעט אראפ)
----
קאהען רעכנט אויס א ליסטע מיט טראמפ פאמיילע מיטגלידער וועם ער האט אלס רעפרעזענטירט אבער קען נישט געדענקן אויב ער האט אמאל רעפרעזענטירט פרוי קושנער
קאהען'ס יערליכע געהאלט איז געווען 375 טויזנט דאלאר אין צוגאב פון א 150 טויזנט דאלאר באנוס
קאהען איינשטימיג אז ער האט זייער שטארק געשעצט טראמפ'ס פינאנציעלע סוקסעס און הויכע פראפיל
ער באצייכנט זיין קונץ פונעם אפמאך בוך אלס געוואלדיג
אין די צייט וואס דו האסט געזאגט אז טראמפ האט געמאכט אמעריקא געוואלדיג האבטו געזאגט ליגן?
קאהען:
אין יענע צייט בין איך געווען טיף פארכאפט אין א קולט פון דאנאלד טראמפ
איך האב נישט געזאגט ליגן נאר ווי אזוי איך האב עכט געשפורט
איז עס געווען וואר?
קאהען: דאס איז וואס איך האב געשפורט איז יא, דאס וואלט געווען די אמת
קאהען איך האב געזאגט אומאקוראטע אינפארמיעצ פאר די מולער אויספארשער
בלענטש: איז אומאקוראטע אינפארמאציע א ליגן?
קאהען: זיכער
בלענטש: איז יענע ענטפער געווען א ליגן?
קאהען: עס איז געווען אומאקוראט, יא
בלענטש: איז עס געווען ליגן?
קאהען: איך ווייס נישט אויב איך וואלט ע כאראקטעריזירט אלס ליגן, עס איז געווען אומאקוראט
בלענטש: ערקלער'זשע ביטע די דיפערעץ צווישן די צוויי
קאהען: איך בין נישט געווען אמת'דיג, ווילסט עס רופן א ליגן דאן רוף עס א ליגן
האסט געזאגט פאר די מולער טיעם אז דו געדענקסט נישט צו האבן גערעדט מיט טראמפ איבער די נעגאטיווע טעיפ וואס איז ארויס ביים ענדע פונעם קאמפיין
קאהען: איך געדענק עס נישט
אבער די האבט נעכטן עדות געזאגט אז דו געדענקסט צו האבן גערעדט צו טראמפ איבער די טעיפ
קאהען: ריכטיג
קורצע פויזע
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com