אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
כ'זע מיין תגובה אין די מצא טוב אשכול פעלט, סתם נייגעריג פארוואס, כ'מיין עס איז געווען געשריבן זייער בזהירות און אן אריינגיין אינעם עצם נושא, אזוי ווי די מנהלים האבן פארלאנגט
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
די מנהלים האבן געבעטן אז מען זאל נישט פירן קיין שמועס, און אייער תגובה האט אן אריינגיין אינעם נושא געברענגט אז די שמועס איבער די עצם נושא זאל פארן ווייטער דערפאר געווארן געמעקט.Programming האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:22 pm כ'זע מיין תגובה אין די מצא טוב אשכול פעלט, סתם נייגעריג פארוואס, כ'מיין עס איז געווען געשריבן זייער בזהירות און אן אריינגיין אינעם עצם נושא, אזוי ווי די מנהלים האבן פארלאנגט
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 278
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
- Location: גלילות
- x 161
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
מיין תגובה פעלט אויך און האט ממש נישט געהאט מיטן נושא איך בין נייגעריג פארוואסחצקל משמש האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 1:39 pmדי מנהלים האבן געבעטן אז מען זאל נישט פירן קיין שמועס, און אייער תגובה האט אן אריינגיין אינעם נושא געברענגט אז די שמועס איבער די עצם נושא זאל פארן ווייטער דערפאר געווארן געמעקט.Programming האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 9:22 pm כ'זע מיין תגובה אין די מצא טוב אשכול פעלט, סתם נייגעריג פארוואס, כ'מיין עס איז געווען געשריבן זייער בזהירות און אן אריינגיין אינעם עצם נושא, אזוי ווי די מנהלים האבן פארלאנגט
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
לכאורה וועט פאוסטס פליען גייט שוין מיט יעדע ספק, מ'קען נישט קלויבן פונקטלעך.
גערעכט?
גערעכט?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
געווענטליך. סדארף זיין עקסטער גוט אז א חבר הנהלה זאל איבערארבעטן די פאוסט און עס ארויסשטעלן עקסטער פון די גאנצע שמועס.. אמאל אויכעט אז מהאט עקסטער צייט מהיכי תיתי..
למען האמת, מיר ווילן עכט בכלל נישט דארפן צוקומען צו מעקן נאר בלויז האבן שרייבערס וועלכע ווייסן מתחילה וואס איז פאסיג צו ווערן געשריבן.
- חלום חלמתי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 78
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 89
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
איז דא ערגעץ ווי איך קען ליינען די תקנות פון איד-טיש אויף אידיש?
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
viewforum.php?f=2יענקי פויפסט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:33 pm איז דא ערגעץ ווי איך קען ליינען די תקנות פון איד-טיש אויף אידיש?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- חלום חלמתי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 78
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 89
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
שכחוואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:35 pmviewforum.php?f=2יענקי פויפסט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:33 pm איז דא ערגעץ ווי איך קען ליינען די תקנות פון איד-טיש אויף אידיש?
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
- דבוק אין צדיק
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 260
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
- Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
- x 222
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
טעמע ”אידישע קנאישע הרגשים” איז געבלאקט דורך גדר, וואס גייט פאר?
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
יעצט באמערקט די זעלבע זאך. נאר די טעמע איז געבלאקטדבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 8:55 pm טעמע ”אידישע קנאישע הרגשים” איז געבלאקט דורך גדר, וואס גייט פאר?
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
נאכן בעטן גדר עס צו עפענען האבן זיי עס צוריקגעוויזן… וואסי פשט?בן מלך האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:41 pmיעצט באמערקט די זעלבע זאך. נאר די טעמע איז געבלאקטדבוק אין צדיק האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 8:55 pm טעמע ”אידישע קנאישע הרגשים” איז געבלאקט דורך גדר, וואס גייט פאר?
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
גראדע פארשטיי איך יא פארוואס... און איך בין זיי מכיר טוב דערויף און איך פארשטיי נישט די היזיגע הנהלה פארן צולאזן אזעלעכע גראבע ציוניסטישע מיינונגען דאהי
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 62
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:39 pm
- x 34
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
איך האב גדר און איך קען עס געהעריג זעהן,
סאיז א פחד וואס מענטשען רעדן אלץ צוזאם
א איד דארף אלעמאל זיין פרייליך
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
אויף מיין קאמפיוטער איז עס אפן אויפן טעבלעט געבלאקטירחמיאל מאניש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:41 pmאיך האב גדר און איך קען עס געהעריג זעהן,
סאיז א פחד וואס מענטשען רעדן אלץ צוזאם
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 62
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:39 pm
- x 34
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
אה! איך בין אויפן קאמפיטעריום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:48 pmאויף מיין קאמפיוטער איז עס אפן אויפן טעבלעט געבלאקטירחמיאל מאניש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:41 pmאיך האב גדר און איך קען עס געהעריג זעהן,
סאיז א פחד וואס מענטשען רעדן אלץ צוזאם
א איד דארף אלעמאל זיין פרייליך
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
פארוואס סתם קריטיקירן? ביטע באריכטן סיי וועלכע פאוסטס איר זעהט אלץ אומפאסיג. די הנהלה קען נישט זיין אלץ איבעראל צוליב דעם האט איר די באריכט אפציע. מיר נעמען אלעס אן מיט די פולסטע ערנסטקייט.ירחמיאל מאניש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:41 pmאיך האב גדר און איך קען עס געהעריג זעהן,
סאיז א פחד וואס מענטשען רעדן אלץ צוזאם
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
גערעכט אבער איך האב נישט געקענט באריכטן ווייל גדר האט געבלאקטצייטווייליג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:09 pmפארוואס סתם קריטיקירן? ביטע באריכטן סיי וועלכע פאוסטס איר זעהט אלץ אומפאסיג. די הנהלה קען נישט זיין אלץ איבעראל צוליב דעם האט איר די באריכט אפציע. מיר נעמען אלעס אן מיט די פולסטע ערנסטקייט.ירחמיאל מאניש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:41 pmאיך האב גדר און איך קען עס געהעריג זעהן,
סאיז א פחד וואס מענטשען רעדן אלץ צוזאם
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
נער'ישקייטן...
מ'טאר זיך נישט טענה'ן אין שיטה?
אויב איינער רעדט קלאר אקעגן דעת תורה, אדער אקעגן תקנת המקום, קען מען עס באריכטן, אבער סתם נארמאלע טענה'ריי אזויווי ביים נארמאלן קופקע אין שול, וואס איז די פראבלעם?
מ'טאר זיך נישט טענה'ן אין שיטה?
אויב איינער רעדט קלאר אקעגן דעת תורה, אדער אקעגן תקנת המקום, קען מען עס באריכטן, אבער סתם נארמאלע טענה'ריי אזויווי ביים נארמאלן קופקע אין שול, וואס איז די פראבלעם?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
נו הגה בעצמכם.. זאגט אליינס, איז דא געווען ציונות די פראבלעם? אדער די עצם עקזיסטענץ פון אידטיש וואס האט געטריבן אפאר היץ קעפ צו מסר’ן אידטיש צו די פילטער קאמפעניס מיטן האפענונג אז זיי וועלן בלאקן די גאנצע סייט.. אבער לאמיר עס לאזן ביי דעם.יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:11 pmגערעכט אבער איך האב נישט געקענט באריכטן ווייל גדר האט געבלאקטצייטווייליג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:09 pmפארוואס סתם קריטיקירן? ביטע באריכטן סיי וועלכע פאוסטס איר זעהט אלץ אומפאסיג. די הנהלה קען נישט זיין אלץ איבעראל צוליב דעם האט איר די באריכט אפציע. מיר נעמען אלעס אן מיט די פולסטע ערנסטקייט.ירחמיאל מאניש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:41 pm
איך האב גדר און איך קען עס געהעריג זעהן,
סאיז א פחד וואס מענטשען רעדן אלץ צוזאם
וכאן הקריאה יוצאת, אויב זעהט איר סיי וואס אומפאסיג ביטע באריכט עס תיכף ומיד. אידטיש איז און וועט בעזה”ש ווייטער זיין א פלאץ פון בלויז יראים ושלימים אן קיין שום פשרות.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 797
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 885
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
איך האב אנגערופן אין גדר אפיס.
זיי האבן באקומען קאמפלעינטס אז דא איז געשטאנען ציונות, ממילא האבן זיי דאס געבלאקט. זיי פרובירן נישט אריינצוגיין אין פארהערן נאר נעמען אן יעדע ערנסטע קאמפלעינט.
למעשה ווערט געזוכט איינער זאל באריכטן קאמפלעינטס אויף די אנדערע סייט'ס וואו עס קומען פאר אסאך ארגערע וויכוחים אן קיין שום נארמאלע אוועקגעשטעלטע מהלך וואס יא און וואס נישט.... אבער עכ"פ מצדינו פארשטייען מיר זייער אישו און מיר בעטן טאקע יעדן צו זיין מער נזהר, פי שניים, בפרט אז מיר האבן הונדערטער בעלי מכשירים וואס זוכן צו טרעפן א פסול...
----
מצדינו לאמיר זאגן אונזער קלארער מהלך:
- ציונות איז דא נישט ערלויבט. חס ושלום!
- מזרחי איז טמא, אזוי ווי ביי אלע ערליכע אידן שומרי תורה היראים לדבר ה'.
- וויכוחים איבער נושאים וואס זענן פארנעפלט, איז אדרבה, ס'איז בלויז א בענעפיט זינט גאר אסאך אינגעלייט זענען טאקע צומישט, און זיי ווערן נאר קלאר ווען עס ווערט געהעריג אויסגעשמועסט.
ס'איז בלויז א טובה, און געווענליך דער וואס שרייבט דא אויפ'ן צווייטן צד וויל 'אליינס' אויך קלאר ווערן, כאטש עס קוקט צומאל אויס ווי ער איז פאר'עקשנ'ט.
אבער, ווי געזאגט פריער, מ'דארף זיין זייער נזהר אין וואס און וויאזוי מען שרייבט, ס'זאל ח"ו נישט קענען ארויסקומען קיין מכשול אדער קאלטקייט אין דברים העומדים ברומו של עולם, ועיקרי האמונה.
און ווידער א יישר כח פאר אלעמען, ס'איז ב"ה א קידוש השם די הערליכע שמועסן.
--------
צו איבערחזרן נאכאמאל קלאר וואס איז שוין אויבן געשטאנען:

צייטווייליג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:27 pm וכאן הקריאה יוצאת, אויב זעהט איר סיי וואס אומפאסיג ביטע באריכט עס תיכף ומיד. די הנהלה קען נישט זיין אלץ איבעראל צוליב דעם האט איר די באריכט אפציע. מיר נעמען אלעס אן מיט די פולסטע ערנסטקייט.
אידטיש איז און וועט בעזה”ש ווייטער זיין א פלאץ פון בלויז יראים ושלימים אן קיין שום פשרות.
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 785
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 898
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
מיר האבן געענטפערט דארטן אינעם טעמע
צייטווייליג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:30 pm רבותי טייערע אידן, סזעהט אויס ווי מדארף נאכאמאל מחזק זיין אונזערע ווירדן פאר וואס אידטיש שטייט.
מ’טאר בשום פנים ואופן נישט מישן אין קיין מחלוקת’ער אדער פאליטיק, דער פריערגעברענגטע בריוו רייסט אראפ א צייטונג פון די צד שכנגד.. דעריבער איז מער ווי פארשטענדליך אז אזאנס באלאנגט נישט דא. סיי וואס עס רייסט אראפ איינעם אנדערש איז נישט פאסיג דאהי!
(כמובן אז אויף עפעס וואס כלל ישראל איז פאראייניגט אז סאיז א פירצה וכו’ איז א נושא פאר זיך, ואכמ”ל)
ביטע פארשטיין אליינס די הגדרה וואס באלאנגט דא, און וואס נישט.
די צווייטע בריוו איז דאך בס”ה א הכחשה אויף עפעס אנדערש.. נו.. שוין.. אבער פערזענליכע אראפרייסעכצער פון איין צד אויפן צווייטן זאל זיין קלאר אז אזאנס קען נישט זיין דא בשום פנים ואופן.
- צווייזייטיג
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1019
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
- x 599
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
מען טאר נישט לייגן א בריוו פון די רבנים קעגן די עירוב אין וויליאמסבורג?
--
גיימיר יעצט קוקן אלע מהר"א פראפאגאנדע בריוון וואס @דער תהלים איד האט געלייגט אויב גאנץ כלל ישראל איז פאראייניגט דערויף...
--
גיימיר יעצט קוקן אלע מהר"א פראפאגאנדע בריוון וואס @דער תהלים איד האט געלייגט אויב גאנץ כלל ישראל איז פאראייניגט דערויף...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
על ראשון ראשון.. ווען ר’ פישעלע זצוק”ל לעבט ווען היינט, א ודאי נישט. אויב איז היינט דא א געהעריגע רבנישע אוטאריטעט אויף די וויליאמסבורגע עירוב בפשטות טאר עס היינט אויכעט נישט ווערן דא ארויפגעלייגט. (גראדע כבין נישט אזוי באקאנט אין וויליאמסבורג במילה ווייס איך פערזענליך עכט נישט די מציאות הדברים)צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:31 pm מען טאר נישט לייגן א בריוו פון די רבנים קעגן די עירוב אין וויליאמסבורג?
--
גיימיר יעצט קוקן אלע מהר"א פראפאגאנדע בריוון וואס @דער תהלים איד האט געלייגט אויב גאנץ כלל ישראל איז פאראייניגט דערויף...
גיין דורכקוקן אלע בריוון... נישט קיין פראבלעם... איר קענט באריכטן סיי וואס איר שפירט אלץ אומפאסיג.
מיר האבן קלארגעשטעלט אז סהאט מיטן אראפרייסן אנדערע אידן און/אדער ארומטראגן מחלוקת’ער, וואס דאס קען בשום פנים ואופן נישט זיין אויף א היימישע אידישע זייטל. אויב ווילט איר קענט איר אויכעט פראפאגאנדירן (אזוי צו זאגן) פאר אייער רבי’ן, קהילה וכו’ הארצן גערן.. סאיז שטארק מעגליך אז אידן וועלן הנאה האבן פון אייערע מודעות
- א עפל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 96
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:09 pm
- Location: M מאנ
- x 189
Re: אפענע שמועס איבער די צענזור פון אידטיש
ביטע ענטפערן פארוואס מען האט פארמאכט מיין אשכול viewtopic.php?t=868
איך האב געארבעט שעות פאר עס געכאפט סקרין שאט'ס און געמאכט א גאנצע אויסשטעל און אריין געלייגט אסאך אסאך ארבעט...?
איך האב געארבעט שעות פאר עס געכאפט סקרין שאט'ס און געמאכט א גאנצע אויסשטעל און אריין געלייגט אסאך אסאך ארבעט...?