כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9592

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די ערשטע בריוו, איז דאך פשוט. ס'איז א אמת'ע בריוו... הונדערט פראצענט. (תיקון: איך זע די הנהלה האט עס שוין געמעקט)

די צווייטע בריוו, איז די מעשה אז מ'האט געוויזן פאר הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער א פאלשע בריוו כאילו מ'האט מפרסם געווען א חתימה בשמו לטובת די קהלא, און מ'האט אים געבעטן אז ממה נפשך, אויב גיט ער פאר קהלא מוז ער געבן פאר העדה אויך, אז נישט מישט ער זיך אין פאליטיק, און אז נישט טאר ער נישט געבן פאר קיין איינס.

האט דער רב ערשטוינטערהייט געזאגט "ס'איז דאך פאלש!... אודאי מיש איך זיך נישט". האט מען אים דאס געבעטן בכתב, און ער האט אונטערגעשריבן. די שפיצל איז געלונגען.

א טאג דערויף איז הרב שלעזינדער געוואויר געווארן וואס מ'האט דא געטון... האט ער אנגערופן די אידן און געזאג אז ער אסר'ט דאס צו מפרסם זיין. וכך הוה, עס ליגט אין גליון העדה....

עד כאן המעשה, און הרשות ניתנה ביד כל אחד לכפור! איך זאג עס נאר פאר ווער עס וויל גלייבן א מעשה שהי' וואס איך דערצייל.
עטרת זהב
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:08 am
x 35

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך עטרת זהב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:31 pm די ערשטע בריוו, איז דאך פשוט. ס'איז א אמת'ע בריוו... הונדערט פראצענט. (תיקון: איך זע די הנהלה האט עס שוין געמעקט)

א זאפטיגע תירוץ , אייביג מוז מען דאך מיט עפעס אויפקומען....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9592

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ס'איז גוט, דו מוזט נישט.
עטרת זהב
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:08 am
x 35

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך עטרת זהב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:39 pm ס'איז גוט, דו מוזט נישט.
אנטשולדיגט אבער ר' שמעון יצחק איז אביסל מער קלוגער פון אזאנע שפיצלך און עס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 431

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך אויגעלעך »

כבוד המנהל וואס איז פשט פונעם מעקן נאר איין בריוו?
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 676

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך צייטווייליג »

רבותי טייערע אידן, סזעהט אויס ווי מדארף נאכאמאל מחזק זיין אונזערע ווירדן פאר וואס אידטיש שטייט.

מ’טאר בשום פנים ואופן נישט מישן אין קיין מחלוקת’ער אדער פאליטיק, דער פריערגעברענגטע בריוו רייסט אראפ א צייטונג פון די צד שכנגד.. דעריבער איז מער ווי פארשטענדליך אז אזאנס באלאנגט נישט דא. סיי וואס עס רייסט אראפ איינעם אנדערש איז נישט פאסיג דאהי! (כמובן אז אויף עפעס וואס כלל ישראל איז פאראייניגט אז סאיז א פירצה וכו’ איז א נושא פאר זיך, ואכמ”ל)

ביטע פארשטיין אליינס די הגדרה וואס באלאנגט דא, און וואס נישט.

די צווייטע בריוו איז דאך בס”ה א הכחשה אויף עפעס אנדערש.. נו.. שוין.. אבער פערזענליכע אראפרייסעכצער פון איין צד אויפן צווייטן זאל זיין קלאר אז אזאנס קען נישט זיין דא בשום פנים ואופן.
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך וואסאפשט »

עטרת זהב האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:36 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:31 pm די ערשטע בריוו, איז דאך פשוט. ס'איז א אמת'ע בריוו... הונדערט פראצענט. (תיקון: איך זע די הנהלה האט עס שוין געמעקט)

די צווייטע בריוו, איז די מעשה אז מ'האט געוויזן פאר הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער א פאלשע בריוו כאילו מ'האט מפרסם געווען א חתימה בשמו לטובת די קהלא, און מ'האט אים געבעטן אז ממה נפשך, אויב גיט ער פאר קהלא מוז ער געבן פאר העדה אויך, אז נישט מישט ער זיך אין פאליטיק, און אז נישט טאר ער נישט געבן פאר קיין איינס.

האט דער רב ערשטוינטערהייט געזאגט "ס'איז דאך פאלש!... אודאי מיש איך זיך נישט". האט מען אים דאס געבעטן בכתב, און ער האט אונטערגעשריבן. די שפיצל איז געלונגען.

א טאג דערויף איז הרב שלעזינדער געוואויר געווארן וואס מ'האט דא געטון... האט ער אנגערופן די אידן און געזאג אז ער אסר'ט דאס צו מפרסם זיין. וכך הוה, עס ליגט אין גליון העדה....

עד כאן המעשה, און הרשות ניתנה ביד כל אחד לכפור! איך זאג עס נאר פאר ווער עס וויל גלייבן א מעשה שהי' וואס איך דערצייל.
א זאפטיגע תירוץ , אייביג מוז מען דאך מיט עפעס אויפקומען....
ס'איז טאקע זאפטיג
אבער אפשר ביטע א מקור?
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 599

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:31 pm איך זאג עס נאר פאר ווער עס וויל גלייבן א מעשה שהי' וואס איך דערצייל.
קאמענטארן זענען איבריג.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 599

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך צווייזייטיג »

וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:39 pm ס'איז טאקע זאפטיג
אבער אפשר ביטע א מקור?
מ'גייט עס אריינלייגן (קראנט) אין קהלא, און נאכדעם גייט מען שוין האבן א מקור.

לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 723
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1184

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:36 pm

לאז יענעם האבן א זכות קיום, ביטע

יעדע צייטונג איז א מקור פאר זיין לאגער, אזוי גייט די וועלט

דא אידן וואס האבן גענומען זייער מקור ביי גיוס פון די איבערבליק, און ס'זענען דא אידן וואס נעמען זייער מקור בנוגע די עדה החרדית פון די קהלא.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 599

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך צווייזייטיג »

גערעכט.

והה"ד ווער עס וויל גלייבן וואס איך דערצייל...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 723
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1184

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:49 am גערעכט.

והה"ד ווער עס וויל גלייבן וואס איך דערצייל...
ס"ה וואס כ'זאג אז ס'נישט שייך זיך צי בייזערן אזוי

ווען עסטעבלישמעמטס באשליסן צי ארויפלייגן די טיטול איז נישט שייך זיך צי שלאגן

דערַ שרייבט אזוי און דער אזוי.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9592

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:36 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:39 pm ס'איז טאקע זאפטיג
אבער אפשר ביטע א מקור?
מ'גייט עס אריינלייגן (קראנט) אין קהלא, און נאכדעם גייט מען שוין האבן א מקור.
ביזדערווייל האט קהלא א העכערע סטאנדארט, ער איגנארירט אזעלכע סארט זאכן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9592

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צו מאכן מער קלאר (נאכאמאל, נאר פאר ווער עס גלייבט מיר) און פארשטיין די תוכן לשון המכתב, האב איך איבערגעפרעגט און געזען אז כ'האב פארפעלט חלקים.

מיט א יאר צוריק איז ארויסגעקומען א מכתב חיזוק פאר די קהלא, איינע פון די גרויסע חותמים זענען געווען הגאון הרב שלעזינגער שליט"א. צוף סוף שוין נאכ'ן חתמ'נען האבן די חותמים געבעטן אז מ'זאל דאס האלטן שטיל און נישט מפרסם זיין לרבים נאר פריוואט פאר די הנהלה וכדו', כדי עס זאל נישט ווערן יעצט א פארמסט מיט חתימות פאר די צד און יענע צד וכו'.

למעשה האט עס יעצט די קהלא יא אריינגעלייגט, נאר עפ"י בקשת החותמים האבן זיי פארמעקט די נעמען פון די חותמים (געמאכט בלורי). האט מען געמאכט א ווערסיע פון די קהלא וואו מען זעט יא די חותמים, און דאס געוויזן פאר הגרש"י, ממילא האט ער דאס געשריבן, וכו' כפי שכבר כתבתי.

הפנים אזויפיל זע איך, איך זע אז די גליון העדה והמסתעף ארבעט זייער העפטיג קעגן די קהלא קדישא ומהסתעף. לאמיר האפן עס זאל זיין רואיג און פרידן.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1211
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1581

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך טיפע טאשן »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:50 am
למעשה האט עס יעצט די קהלא יא אריינגעלייגט, נאר עפ"י בקשת החותמים האבן זיי פארמעקט די נעמען פון די חותמים (געמאכט בלורי).
די וואך?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9592

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

טיפע טאשן האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:53 am
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:50 am
למעשה האט עס יעצט די קהלא יא אריינגעלייגט, נאר עפ"י בקשת החותמים האבן זיי פארמעקט די נעמען פון די חותמים (געמאכט בלורי).
די וואך?
כ'מיין אז ר"ה. אדער סוכות.
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 134
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 49

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך געצל »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 11:50 am צו מאכן מער קלאר (נאכאמאל, נאר פאר ווער עס גלייבט מיר) און פארשטיין די תוכן לשון המכתב, האב איך איבערגעפרעגט און געזען אז כ'האב פארפעלט חלקים.

מיט א יאר צוריק איז ארויסגעקומען א מכתב חיזוק פאר די קהלא, איינע פון די גרויסע חותמים זענען געווען הגאון הרב שלעזינגער שליט"א. צוף סוף שוין נאכ'ן חתמ'נען האבן די חותמים געבעטן אז מ'זאל דאס האלטן שטיל און נישט מפרסם זיין לרבים נאר פריוואט פאר די הנהלה וכדו', כדי עס זאל נישט ווערן יעצט א פארמסט מיט חתימות פאר די צד און יענע צד וכו'.

למעשה האט עס יעצט די קהלא יא אריינגעלייגט, נאר עפ"י בקשת החותמים האבן זיי פארמעקט די נעמען פון די חותמים (געמאכט בלורי). האט מען געמאכט א ווערסיע פון די קהלא וואו מען זעט יא די חותמים, און דאס געוויזן פאר הגרש"י, ממילא האט ער דאס געשריבן, וכו' כפי שכבר כתבתי.

הפנים אזויפיל זע איך, איך זע אז די גליון העדה והמסתעף ארבעט זייער העפטיג קעגן די קהלא קדישא ומהסתעף. לאמיר האפן עס זאל זיין רואיג און פרידן.

אה, כ'האב הנאה צו זעהן ווי דיין מעשה גייט אויף סעיל...

קודם איז עס געווען אינגאנצן געפעלטשט, יעצט איז שוין נאר געווען די ריכטיגע חתימות
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 886

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ביטע דאס נישט ווייטער דעבאטירן דא.

יישר כח.
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 203

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך יונה טויב »

לכאורה די ערשטע צעטל מיט חתימות זייט די סומאטוכע
פיילס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (134.74 KiB) געזען געווארן 670 מאל
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 507
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 659

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

וואס איז פשט אז הרב אולמאן שליט"א לייגט זיין חתימה העכער ווי די אנדערע?
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך וואסאפשט »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:20 pm וואס איז פשט אז הרב אולמאן שליט"א לייגט זיין חתימה העכער ווי די אנדערע?
מעגליך קומענדיגע ראב"ד
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9592

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מען לייגט נישט אליינס חתימות. קענסט זען דער 'נאום' איז געדרוקט אין דעם סדר.

עס קען זיין אז דער סד"ד רבי יצחק שלמה בלוי האלט אז ווען די הנהלה וועט אפיציעל באשטימען דעם גאב"ד טיטל, וועלן זיי ממנה זיין הרב אולמאן אלס ראב"ד.
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך וואסאפשט »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:55 pm מען לייגט נישט אליינס חתימות. קענסט זען דער 'נאום' איז געדרוקט אין דעם סדר.

עס קען זיין אז דער סד"ד רבי יצחק שלמה בלוי האלט אז ווען די הנהלה וועט אפיציעל באשטימען דעם גאב"ד טיטל, וועלן זיי ממנה זיין הרב אולמאן אלס ראב"ד.
אזוי ארבעט עס
וואס ער האלט
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
הארציגע מוח
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:03 pm
Location: ישראל
x 13

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך הארציגע מוח »

וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:37 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:20 pm וואס איז פשט אז הרב אולמאן שליט"א לייגט זיין חתימה העכער ווי די אנדערע?
מעגליך קומענדיגע ראב"ד
הגרא"י אולמאן שליט"א איז אפיציעל 'סגן ראב"ד', און אומאפיציעל איז ער א שטיקל גאב"ד, דאס הייסט אז למעשה פירט ער היינט די טעגליכע דיני תורה וכדו' אינעם בית דין העדה החרדית, זינט הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א מרא דארעא וכו' איז נישט בכוחו צו קומען ממש טעגליך אינעם בית דין און פירן אלע ענינים, און נאר פארשידענע הכרעות אדער שווערע ענינים טראגט מען למעלה בקודש. (דוכט זיך ס'נאך פון די צייטן פונעם גאב"ד הגרי"ט זצ"ל).
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)

פאוסט דורך יום טוב »

הארציגע מוח האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:19 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:37 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:20 pm וואס איז פשט אז הרב אולמאן שליט"א לייגט זיין חתימה העכער ווי די אנדערע?
מעגליך קומענדיגע ראב"ד
הגרא"י אולמאן שליט"א איז אפיציעל 'סגן ראב"ד', און אומאפיציעל איז ער א שטיקל גאב"ד, דאס הייסט אז למעשה פירט ער היינט די טעגליכע דיני תורה וכדו' אינעם בית דין העדה החרדית, זינט הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א מרא דארעא וכו' איז נישט בכוחו צו קומען ממש טעגליך אינעם בית דין און פירן אלע ענינים, און נאר פארשידענע הכרעות אדער שווערע ענינים טראגט מען למעלה בקודש. (דוכט זיך ס'נאך פון די צייטן פונעם גאב"ד הגרי"ט זצ"ל).
אפיציעל ?
וואס הייסט אפיציעל ?
שרייב פאוסט