ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 955
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1949

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm @צווייטער אודה אז כ'האב נישט אויפגעפאסט דעם רמב"ן ביז יעצט, דער מדרש (פסיקתא דר"כ כג, א) זאגט מנין העולם הייבט זיך אן פון בריאת האדם ולא העולם (ויתכן דכן משמע קצת בכוזרי מ"א סעיף מז).
זיכער איז די מנין שנות העולם פון בריאת האדם, אונז מאכן ראש השנה א' תשרי און נישט כ''ה אלול. וואס דו זעסט אין כוזרי כאפ איך נישט.
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm כ'האב מיך אויך מסתמך געווען אויפ'ן רבינו בחיי אויף בונה עולמות ומחריבן וגם על פירושו של התפארת ישראל על סדרי בראשית הבונה ע"ז. ובדרך אפדר ודרוש גם על תורת הקבלה בסדר ההשתלשלות.
בונה עולמות ומחריבן עפ''י האר''י מיינט די ז' מלכין דמיתו. סדר ההשתלשלות איז געווען בעולמות העליונים, נישט קיין עולם גשמי בכלל.

ועי' כאן מה שכתבו גדולי ישראל אודות דרשה הנ'''ל מבעל תפא''י
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm ווי אויך, פשטות השכל, 6 טעג לפני בריאת מציאות הזמן והגלגלים האט נישט קיין וועג צו מיינען 6 היינטיגע טעג.
טאקע דאס זאגט דער רמב''ן צו שולל זיין.
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm אבער דער רמב"ן איז קלארע דיבורים. ס'איז מיר שווער צו פארשטיין, יתכן ס'איז געווען מעשה נסים וואס געניצט עתיד לפני בריאתו, בפרט אויפ'ן ערשטן טאג ממש.
וכלשונו: "והפירוש בסידור הכתובים בזה נשגב ונעלם, ודעתנו בו פחות מטיפה מן הים הגדול".
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 342
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 551

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Who knows »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:34 pm האב איך שוין פריער געשריבן
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 12:37 pm
אבער מיין עיקר נקודה, איינמאל מ'גלייבט אז דער בוכ"ע האט די אומבאגרעניצטע יכולת צו באשאפן א גאנצע מציאות יש מאין הגמור, מיט אלע אירע חוקים און סדרי הטבע, פארוואס דארף מען בכלל צוקומען צו טבעיות'דיגע טעאריעס כדי מסביר צו זיין דעם מעשה בראשית?

וואס פעלט אונז אן דעם? אין לך טפשות גדולה מזו.

די חוקי הטבע זענען דאך אליין א חלק פון דער בריאה. זיי זענען נישט קיין געזעצן וואס זענען געשטאנען העכער דעם בורא און האבן אים מחייב געווען וויאזוי צו באשאפן זיין וועלט. אדרבה, דער בורא האט באשאפן דעם טבע, און דער טבע איז כפוף צו זיין רצון.

ממילא, פון וואנעט נעמט זיך דער הכרח אז דער אופן פון דער ערשטער בריאה מוז שטימען מיט די סדרים און פראצעסן וואס מיר זעען היינט אין דער שוין באשאפענער וועלט?

אויב דו גלייבסט אז דער בוכ"ע האט באשאפן דעם גאנצן עולם יש מאין הגמור, און דו גלייבסט אין די ניסים פון יציאת מצרים, קריעת ים סוף, מעמד הר סיני און אלע אנדערע ניסים וואס זענען מפורש בתורה, וואס פעלט דיר בכלל אויס א טבעיות'דיגער מהלך כדי צו פארשטיין וויאזוי דער עולם איז באשאפן געווארן?

ווען די תורה דערציילט אז דער ים האט זיך געשפאלטן, זוכסטו דען א טעאריע וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן לויט די חוקי הטבע? און אויב דו האסט נישט אזא טעאריע, איז דען עפעס שווערער צו גלייבן אין קריעת ים סוף?

פארוואס דען ווען מ'קומט צו מעשה בראשית, וואו דער בורא האט באשאפן נישט בלויז די וועלט, נאר די עצם חוקי הטבע גופא, שפירט מען פלוצלינג א צורך צו זוכן א טבעיות'דיגן פראצעס וואס זאל מסביר זיין וויאזוי דאס האט פאסירט?

אדרבה, אויב ביי קריעת ים סוף פארשטייסטו אז דער בורא איז נישט משועבד צו די חוקי הטבע, איז דאך כל שכן ביי בריאת העולם, ווען די חוקי הטבע אליין זענען נאך נישט געווען קיין באשטימטע מציאות.
1) די עצם זאך פון וועלן עפעס מסביר זיין על פי טבע ענדערש ווי על פי נס איז נישט קיין כפירה, דאס איז געווען שיטת הרמב"ם ווי ער שרייבט אין אגרת תחיית המתים: ואנחנו נשתדל לקבץ בין התורה והמושכל, וננהיג הדברים על סדר טבעי אפשר בכל זה, אלא מה שהתבאר בו שהוא מופת, ולא יתכן לפרש כלל, אז נצטרך לומר שהוא מופת. עס איז זיכער אז רבו החולקים עליו אבער מ'קען נישט זאגן אז דאס איז כפירה. דאס מיינט אז אפילו נאכן גלייבן אין רצון קען נאך זיין א נטי' צו מפרש זיין ווי מער על פי טבע.
2) אפילו אן די בליק קען זיין א צורך פארדעם פאר אנדערע סיבות, למשל זאכן וואס מיר זעהן אין די בריאה וואס האבן נישט קיין גוטע הסבר נאר לויט די טעאריע. וואס דאס איז בכלל נישט צו ממעט זיין נסים נאר צו מסביר זיין זאכן וואס מיר זעהן.

אבער די עיקר ווי אנדערע האבן שוין געזאגט אז צו מוציא זיין די פסוקים מפשטן דארפן זיין שטארקע הוכחות אז דאס איז טאקע ריכטיג.
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 342
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 551

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Who knows »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 4:03 pm ועי' כאן מה שכתבו גדולי ישראל אודות דרשה הנ'''ל מבעל תפא''י
די מהרש"ם אין תכלת מרדכי ברענגט אים נאך
642415_52 (2).png
642415_52 (2).png (105.9 KiB) געזען געווארן 68 מאל
שיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:37 pm
x 17

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך שיש »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 4:03 pm
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm @צווייטער אודה אז כ'האב נישט אויפגעפאסט דעם רמב"ן ביז יעצט, דער מדרש (פסיקתא דר"כ כג, א) זאגט מנין העולם הייבט זיך אן פון בריאת האדם ולא העולם (ויתכן דכן משמע קצת בכוזרי מ"א סעיף מז).
זיכער איז די מנין שנות העולם פון בריאת האדם, אונז מאכן ראש השנה א' תשרי און נישט כ''ה אלול. וואס דו זעסט אין כוזרי כאפ איך נישט.
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:43 pm כ'האב מיך אויך מסתמך געווען אויפ'ן רבינו בחיי אויף בונה עולמות ומחריבן וגם על פירושו של התפארת ישראל על סדרי בראשית הבונה ע"ז. ובדרך אפדר ודרוש גם על תורת הקבלה בסדר ההשתלשלות.
בונה עולמות ומחריבן עפ''י האר''י מיינט די ז' מלכין דמיתו. סדר ההשתלשלות איז געווען בעולמות העליונים, נישט קיין עולם גשמי בכלל.
ס'איז א סתירה מיט'ן רבינו בחיי?

ס"ה דער מהלך עפ"י קבלה.
שיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:37 pm
x 17

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך שיש »

צ/ק
די וואך אין תורת אביגדור

ווי אלעמאל, ער האט נישט קיין פראבלעם מיט'ן עצם נושא נאר אויב עס ליגט דערונטער.
IMG_20261011_061228_504~2.jpg
IMG_20261011_061228_504~2.jpg (372.91 KiB) געזען געווארן 36 מאל
שטורעם
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:32 pm
x 81

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך שטורעם »

איך האב נישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול, ממילא בעט איך איבער אויב מען האט דאס שוין אויסגעשמועסט, אדער אויב איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען די שיטה פון ר' לוי יצחק האניג.

איך האב זיך נאר געוואונדערט צי עס האט נישט א שייכות מיט וואס דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה לפרק חלק, וואו ער רעדט וועגן די וואס נעמען די ווערטער פון חז"ל אלעמאל כפשוטם, מיט דער כוונה צו פארגרעסערן זייער כבוד, אבער דער רמב"ם שרייבט:
לפי שהם מכבדין ומנשאין החכמים כפי דעתם, והם משפילים אותם בתכלית השפלות והם אינם מבינין זה.
און ווייטער:
כי הכת הזה מאבדים הדרת התורה, ומאפילים זהרה.
מיין נקודה איז נישט דווקא צי די זון דרייט זיך ארום די ערד, אדער די ערד ארום די זון. אפילו אויב מען קען האבן פארשידענע מהלכים אין דעם, איז דאס נישט דער עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען.

איך טראכט נאר, אז ווען מען שטעלט פאר פאר אן עולם א געוויסן וויסנשאפטליכן מאדעל אלס דעם קלארן פשט אין תורה און אין חז"ל, און מען מאכט דערפון א קעגנזאץ צו דער היינטיגער וויסנשאפט, קען עס אפשר האבן אן אומגעוואונטשענע תוצאה.

ווייל אויב מענטשן ווערן שפעטער איבערצייגט פון די וויסנשאפטליכע ראיות אויף דער אנדערער זייט, קענען זיי בטעות באקומען דעם איינדרוק אז די תורה אליין שטימט נישט מיט דער מציאות, ווען עס קען זיין אז דער גאנצער קעגנזאץ איז נאר צווישן וויסנשאפט און אונזער אייגענעם פשט אין די ווערטער.

אפשר איז דאס איינע פון די זאכן וואס דער רמב"ם וויל אונז לערנען: אז מען דארף זיין זייער פארזיכטיג נישט צו פארבינדן דעם כבוד התורה מיט א געוויסער ליטעראלער פארשטאנד, ווען עס איז נישט זיכער אז דאס איז טאקע וואס חז"ל האבן געמיינט.

איך מיין חלילה נישט צו זאגן אז ר' האניג האט נישט קיין גוטע כוונות, אדער אז איך האב גענוג געהערט צו קענען אפשאצן זיין מהלך. איך ווארף נאר אויף א מחשבה:

צי דארף מען נישט זיין אביסל פארזיכטיג ווען מען שטעלט פאר א געוויסע וויסנשאפטליכע שיטה אלס דער שטאנדפונקט פון די תורה אליין?
שרייב פאוסט