1. דער רמב"ם מאכט א קלארן חילוק צווישן שיטת אפלטון און שיטת אריסטו בנוגע קדמות העולם. אפלטון האט געהאלטן אז דער חומר איז קדמון, אבער דער סדר העולם איז געווארן דורך א פעולה פונעם בורא. משא"כ אריסטו האט געהאלטן אז דער עולם איז קדמון על צד החיוב, און דער סדר הטבע קען נישט ווערן געטוישט. דערויף שרייבט דער רמב"ם:
"אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו, שהוא על צד החיוב, ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".
דאס הייסט, אריסטו'ס שיטה איז סותר יסודי התורה, ווייל לויט דעם איז נישטא קיין מקום פאר שינוי הטבע און ניסים.
משא"כ בנוגע אפלטון'ס שיטה שרייבט דער רמב"ם:
"הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות".
און דער רמב"ם זאגט אז ווען אפלטון'ס שיטה וואלט געווען מוכח במופת, וואלט מען געקענט מפרש זיין די פסוקים לויט דעם.
אבער דא קומט דער עיקר נקודה. למעשה האט דער רמב"ם נישט אנגענומען אפלטון'ס שיטה, טראץ דעם וואס זי איז נישט סותר יסודי התורה. פארוואס? ווייל זי איז מנוגד צום פשטות הכתובים, און ס'איז נישטא קיין מופת וואס זאל אונז צווינגען אוועקצוגיין פונעם פשטות. ווי דער רמב"ם שרייבט:
"אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה, אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת".
און ווייטער:
"אמנם כל עת שלא יתבאר במופת, לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם".
הרי לנו מפורש, אז אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, טאר מען נישט דערפאר אוועקגיין פונעם פשטות התורה. נאר ווען ס'איז דא א מופת וואס צווינגט אונז דערצו, איז שייך צו זוכן אן אנדערן פירוש אין די פסוקים.
יעצט קומען מיר צו שיטת העוואלוציע. קודם כל, דער רמב"ן (וואס איך האב שוין פריער געברענגט) שרייבט מפורש (בראשית א', ג'):
"ודע, כי הימים הנזכרים במעשה בראשית היו בבריאת השמים והארץ ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו שישה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא".
הרי לנו אז לויטן רמב"ן זענען די ששת ימי בראשית געווען ימים ממש, נישט תקופות פון מיליאנען יארן. ממילא איז א פירוש וואס מאכט פון די ששת ימים לאנגע תקופות מנוגד צו דעם פשטות וואס דער רמב"ן שטעלט אוועק.
ממילא איז דא א גרויסער חילוק צווישן זאגן אז א געוויסע שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, און זאגן אז מ'קען זי למעשה אננעמען אדער אזוי אריינלערנען אין די פסוקי התורה. אפלטון'ס שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, אבער איינמאל דער פשטות התורה לערנט אונז אנדערש, און ס'איז נישטא קיין מופת צו פארלאזן דעם פשטות, איז זיין שיטה למעשה מנוגד צו דעם וואס די תורה לערנט אונז. און אויב וועט איינער אזוי אפלערנען די פסוקי התורה איז ער א כופר ומין לויט'ן רמב''ם אין הל' יסודי התורה.
***
2. כדי צו מדמה זיין שיטת העוואלוציע צו שיטת אפלטון, כדי צו נעמען דעם רמב''ם פאר א ראי' אז מ'קען אזוי אפלערנען די פשטי הכתובים, מוזטו על כרחך זאגן אז עוואלוציע גיבט א מקום פאר ניסים און שינוי הטבע. ווייל אויב האלטסטו אז די חוקי הטבע זענען א הכרח וואס קען נישט געטוישט ווערן, איז דאך דיין שיטה מופרך מעיקרא, פונקט ווי שיטת אריסטו, אויף וועלכער דער רמב"ם שרייבט: "ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".
יעצט, אויב ביסטו מודה אז דער בורא איז למעלה מן הטבע, און די חוקי הטבע זענען נישט קיין הגבלה אויף זיין כח, פארוואס דארפסטו בכלל צוקומען צו ביאורים עפ"י טבע אויף חידוש העולם יש מאין? דו ביסט דאך מודה אז דער בורא קען משנה זיין דעם טבע ברצונו, און ביי ניסים דארפסטו נישט קיין טבע'דיגן הסבר וויאזוי דער בורא האט געקענט טון וואס בדרך הטבע איז אוממעגליך. איז פארוואס פונקט ביי מעשה בראשית, וואס איז דער עצם חידוש המציאות יש מאין, דארפסטו פלוצלינג צוקומען צו א טבע'דיגן פראצעס פון מיליאנען יארן?
און אויב וועסטו ענטפערן אז די ראיות פון עוואלוציע ווייזן אז אזוי איז למעשה געווען, דארפסטו ערשט אויפווייזן אז די ראיות זענען בגדר מופת, וואס איז גענוג צו פארלאזן דעם פשטות הכתובים, ווי דער רמב"ם פארלאנגט אפילו ביי שיטת אפלטון.
דער רמב"ם האט נישט געעפנט א טיר צו פארדרייען דעם פשטות התורה כדי עס צוצופאסן צו יעדע חכמה חיצונית. אדרבה, ער האט אוועקגעשטעלט א קלארן גדר, אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, קען נישט פארנעמען דעם פלאץ פונעם פשטות הכתובים אן א מופת.
עס עקלט מיר אפילו זיך אפצוגעבן מיט די דברים המכוערים ביותר, אבער ההכרח לא יגונה.