ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 352

ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

ברעיקינג!
מר. האניג האט ענדליך געזאגט זיין צווייטע חלק פון שיעורים אנטקעגן היליאסענטרעסיזם, ס'טייטש די זון איז אינדערמיט אדער נישט.

ס'לוינט זיך צי אויסהערן די ערשטע חלק, עקס 25152# וואס חוץ חוזק מאכן יעדע צווייטע מינוט פון די גוישע סיינטיפיק קאמיונטי וואס ווייסט נישט וואס זיין רעדן... ברענגט ער יא די 10/12 ראיות אז די וועלט פארט ארום די זון, און ער ענדיגט צו מיט פאטאס אז ער'ט נאך איין טאג מסביר זיין פארוואס ס'נישט אמת און אז די וועלט איז יא אינדערמיט. נישט אזויווי די גוים ווילן זאגן וגו' והוא רחום יכפר עוון...

איז, כ'האלט נאך אינמיטן שרייבן א לענגערע באריכט פון די יעצטיגע, אבער קודם פאר יעצט קען איך מיך נישט איינהאלטן כ'מוז זאגן די צוויי נקודות;

1. טיכה ברעיה'ס מאדעל קען ארבעטן (אויב צענדליגע עפי און סאב-עפיסייקלס הייסט געארבעט...) פון יעדע פלאנעט וואס דו שטייסט אויף, און ס'ראטעיט. קענסט שטיין דארט און זאגן: איך דריי מיך נישט, די גאנצע יוניווערס דרייטצעך ארום מיר.
2. אקארדינג צו די איינשטיין וואס כבוד הרב פריידט זיך אזוי, האלט יעדע גרינע עפל אויך אז די ערד פאלט צו אים, און ער איז גערעכט ווייל פון זיין פרעים אוו רעפרענס שטייט ער אויף איין פלאץ.

און ביי די וועי, דער "הייליגע נחמד ונעים" שרייבט די מורא'דיגע זאכן וואס ער'ט געזעהן אויף יענעם אינזל, מיינט נאך נישט אז דאס איז דער לעצטער פסק. איר ווילט קומען זעהן די היינטיגע מעזשערמענט כלים אשר עין לא ראתה?
כ'הא טאקע זיך אזוי געפריידט ווען איר'ט געמאכט דעם טעות און געזאגט "וואו קען מען אזוי זאגן? מ'האט דאך שוין 400 יאר צוריק געהאלטן אנדערש..."

נאכא btw די סיבה פארוואס מר. טיכה האט נישט געוואלט זעהן אז די וועלט פארט ארום איז אויך געווען א רעליגיעזע/פאליטישע.
און טאקע ביי אים האט זיך געהאדעוועט מר. קעפלער...

שוין לאז עפעס פאר שפעטער
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1112

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך חנן »

וואו רעדט ער? און פארוואס רעדט ער?

נישט געוואוסט אז עס נאך פאראן היינטיגע טעג מענטשן וואס גלייבן אין געאצענטעריזם... (כ'רעד נישט פון די וואס גלויבן אינעם פלאכן וועלט קאנספיראציע טעאריע, מיט אזוינע חברה קענסטו זיך קיינמאל אויסרעכענען...)
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 871

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך אוטובאס »

פליז... קום אריין קלאר רעד נישט כינעזיש
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 352

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

חנן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 5:39 pm וואו רעדט ער? און פארוואס רעדט ער?

נישט געוואוסט אז עס נאך פאראן היינטיגע טעג מענטשן וואס גלייבן אין געאצענטעריזם... (כ'רעד נישט פון די וואס גלויבן אינעם פלאכן וועלט קאנספיראציע טעאריע, מיט אזוינע חברה קענסטו זיך קיינמאל אויסרעכענען...)
ער רעדט אויף יושבי אוהל טעל ליין עקס 251
ער גיבט יעדן ראש חודש שיעורים אויף נפלאות הבורא,

ער איז זייער שטארק קעגן די 'גוישע סייענטיפיק קאממיוניטי', און עט זיי אראפ רייסן ווען נאר מעגליך...
"אונז אידן, די עם חכם ונבון ווייסט בעסער וכו'" ווי ער דרוקט זיך אויס אין זיין יעצטיגע גיאוסענטרעסיזם שיעור...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 352

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

אוטובאס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 9:06 pm פליז... קום אריין קלאר רעד נישט כינעזיש
אין קורצן; אמאל האט מען געמיינט אז די וועלט שטייט אינדערמיט און די זון גייט אונז ארום יעדע 24 שעה,
איז געקומען איינער קופערנוקעס און פארגעלייגט אז אפשר די וועלט פארט ארום די זון איינמאל א יאר, טאג און נאכט געשעט אז די וועלן ראטעיט-דרייט זיך וואו א דריידל.
סאו נישט די זון שיינט אויף און גייט אונטער, נאר אונז דרייען זיך אוועק פון די זון ווערט ביינאכט.

דערנאך איז געווען איינער טיכה בראהי אן 'אבזערוועבל אסטראנאמער' ד.מ. איינער מיט גוטע געצייג צו קענען גוט אבזערווירן די גאנג פון די פלאנעטן און שטערנס,(ס'לוינטצעך צו ארבעטן פארן קעניג) ער'ט גלייך געזען אז די ביז יעצטיגע מהלך שטימט נישט, ס'טייטש דו זאגסט פאר אז דינסטאג 6:00 דארף צדק זיין אינמיטן די הימל. כ'קוק 6'ע ס'נישט דארט, מיינט אז עפעס שטימט נישט א.א.וו.
איז ער אויפגעקומען מיט א נייע מהלך וואס שטימט (...) יא, ס'איז אביסל קאמפליצירט צו מסבירן די גאנצע דא, נאר זאגן אזויפיל אז רוב פלאנעטן גייען ארום די זון...

זיין ארבעטער 'קעפלער' האט נאך זיין טויט (מ'טאר נישט טרינקען אזוי באנטש ביר) איבער גענומען אלע זיינע געשרייבאכטצער און עס גענוצן צו שטיצן 'קופענוקעס'ס' מהלך אז די זון איז אינדערמיטן, דאס הייסט "היליאסענטרעסיזם"...

אויך האט ער ארויס געגעבן 3 געזעצן וואס אלע 'זאכן' אין ספעיס פאלגן זייער שיין...

משה שפיטצער אויף קול מבשר האט 5-6 שיעורים וועגן די היסטאריע פון אסטראנאמיע, ס'לוינט זיך אויסצוהערן, און צו נעמען נאוטס...

הלואי זאל זיין מער אינטערעס ביי אונזער ציבור אין די נושא, וועט די 'גוישע פאליטיק & נייעס אשכול' זיין אביסל שטילער...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
לעפעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2025 1:37 pm
x 81

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך לעפעלע »

ווי פינקטליכער קען מען דאס הערן
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 352

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

לעפעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 1:38 pm ווי פינקטליכער קען מען דאס הערן
יושבי אוהל
6054774444 עקס 25121
און עקס 25122 פאר שיעור צוויי

משה שפיטצער - קול מבשר 356
שמועס 120,119,118,117,116,115
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 352

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

ר' יודל דאנציגער'ס פון קול מבשר ווייסעך שוין נישט וואו מ'קען טרעפן...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1112

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך חנן »

בחינה 25 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:51 am
חנן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 24, 2026 5:39 pm וואו רעדט ער? און פארוואס רעדט ער?

נישט געוואוסט אז עס נאך פאראן היינטיגע טעג מענטשן וואס גלייבן אין געאצענטעריזם... (כ'רעד נישט פון די וואס גלויבן אינעם פלאכן וועלט קאנספיראציע טעאריע, מיט אזוינע חברה קענסטו זיך קיינמאל אויסרעכענען...)
ער רעדט אויף יושבי אוהל טעל ליין עקס 251
ער גיבט יעדן ראש חודש שיעורים אויף נפלאות הבורא,

ער איז זייער שטארק קעגן די 'גוישע סייענטיפיק קאממיוניטי', און עט זיי אראפ רייסן ווען נאר מעגליך...
"אונז אידן, די עם חכם ונבון ווייסט בעסער וכו'" ווי ער דרוקט זיך אויס אין זיין יעצטיגע גיאוסענטרעסיזם שיעור...
אינטערעסאנט צו הערן אויב ער רעדט עפעס דברים של טעם, אדער קומט ער מיט נארישע טענות, און רייסט סתם אראפ.

די גוי'אישע סייענטיפיק וועלט האט אסאך שטותים, אלעס וואס איז טעאריע מיינט אז דאס מוז נישט זיין, און דארט זענען זיי זייער אסאך מאל סתם ראנג און וואן טרעק מיינדעד.

ווען עס קומט אבער צו זאכן וואס זענען אויפגעוויזן געווארן, מיט תורה און אידישקייט האט עס קיין שום סתירה נישט, דאן פארוואס זיך דינגען? סתם, אזא אידישע ווערסיע פון קאנספיראציע טעארעטיקער?

די קירכע האט געהאלטן אז היליאצענטעריזם איז קעגן די תורה, לויט זייערע נארישע טרענסלעישנס. זיי האבן זיך אריינגעלאזט אין א מלחמת חרמה דערקעגן וואס זיי האבן עווענטועל פארלוירן, אזוי אז ווען עס איז געקומען צו עוואלוציע האבן זיי לכתחילה אויפגעגעבן.

עוואלוציע איז כפירה. היליאצענטעריזם נישט.
אידישקייט איז נישט פילאזאפיע, און פילאזאפיע איז נישט אידישקייט. אויב עפעס שטימט נישט לויט פילאזאפיע, מיינט נישט אז עס שטימט נישט לויט אידישקייט.
אביסל טיפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
x 94

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך אביסל טיפער »

בחינה 25 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 4:54 pm
לעפעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 1:38 pm ווי פינקטליכער קען מען דאס הערן
יושבי אוהל
6054774444 עקס 25121
און עקס 25122 פאר שיעור צוויי

משה שפיטצער - קול מבשר 356
שמועס 120,119,118,117,116,115
איינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1112

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך חנן »

אביסל טיפער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pm
בחינה 25 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 4:54 pm
לעפעלע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 1:38 pm ווי פינקטליכער קען מען דאס הערן
יושבי אוהל
6054774444 עקס 25121
און עקס 25122 פאר שיעור צוויי

משה שפיטצער - קול מבשר 356
שמועס 120,119,118,117,116,115
איינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
דאס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט... אויף דעם גראפאלאג האב איך נאר זייער רחמנות געהאט. שפיטצער האט פון אים געביסן און געריסן אן קיין רחמנות און דער האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן...
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 352

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

חנן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 7:44 pm
ווען עס קומט אבער צו זאכן וואס זענען אויפגעוויזן געווארן, מיט תורה און אידישקייט האט עס קיין שום סתירה נישט, דאן פארוואס זיך דינגען? סתם, אזא אידישע ווערסיע פון קאנספיראציע טעארעטיקער?

די קירכע האט געהאלטן אז היליאצענטעריזם איז קעגן די תורה, לויט זייערע נארישע טרענסלעישנס. זיי האבן זיך אריינגעלאזט אין א מלחמת חרמה דערקעגן וואס זיי האבן עווענטועל פארלוירן, אזוי אז ווען עס איז געקומען צו עוואלוציע האבן זיי לכתחילה אויפגעגעבן.
ער זאגט אז ס'קומט נאך א שיעור וואו ער'ט אויפווייזן 'פון פריערדיגע' פרא גיאסענטרעסיזם.

איינע פון זיינע עיקר פאוינטס איז אז די גויש'ע וועלט שטופט די היליא אגענדע צו קענען נאכדעם זאגן "אונז זענען נאר א קליינער ספע"ק אין די גאנצע יוניווערס" וואס ח'ו ח'ו דאס קען אפשר ברענגען צו טראכטן, כ'וויל עס נישט ארויף ברענגען ח'ו הל'ת קלאפ אויף דיין מויל...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8310

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך מסתמא »

חנן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:50 pm
אביסל טיפער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pm
בחינה 25 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 4:54 pm

יושבי אוהל
6054774444 עקס 25121
און עקס 25122 פאר שיעור צוויי

משה שפיטצער - קול מבשר 356
שמועס 120,119,118,117,116,115
איינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
דאס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט... אויף דעם גראפאלאג האב איך נאר זייער רחמנות געהאט. שפיטצער האט פון אים געביסן און געריסן אן קיין רחמנות און דער האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן...
אים דא גייסטו נישט שוינען?
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 137
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 352

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2026 1:08 pm
חנן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:50 pm
אביסל טיפער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pm
איינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
דאס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט... אויף דעם גראפאלאג האב איך נאר זייער רחמנות געהאט. שפיטצער האט פון אים געביסן און געריסן אן קיין רחמנות און דער האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן...
אים דא גייסטו נישט שוינען?
אים שוינט מען זייער שטארק, נאר זיין שיטה עט מען צומאלן בעזהשי''ת...
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
אביסל טיפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
x 94

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך אביסל טיפער »

חנן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 9:50 pm
אביסל טיפער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 8:25 pm
בחינה 25 האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 25, 2026 4:54 pm

יושבי אוהל
6054774444 עקס 25121
און עקס 25122 פאר שיעור צוויי

משה שפיטצער - קול מבשר 356
שמועס 120,119,118,117,116,115
איינער מיט אלימלך ניימאןס נאמבער זיי צו צוזאמשטעלען פאר א דיבעט אזויווי ביי גראפילאגיע?
דאס וואלט געווען העכסט אינטערעסאנט... אויף דעם גראפאלאג האב איך נאר זייער רחמנות געהאט. שפיטצער האט פון אים געביסן און געריסן אן קיין רחמנות און דער האט נישט געהאט קיין וועג ווי אזוי זיך צו פארטיידיגן...
ער האט נישט געריסן פון אים, ער האט געריסן פון זיין שיטה, דאס איז איינע פון די גרעסטע שוועריקייטן ווען סקומט זיך צו טאנען מיט מענטשן, רוב מענטשען זענען זייער צוגעבינדן צו וואס זיי האלטען, קענען זיי נישט איינזעהן א צוויטע מיינאנג.
שרייב פאוסט