ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

אינטערעסאנטע ידיעות איבער אלץ און אלעם
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 955
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1949

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

aitch האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 10, 2026 8:31 pm כ'וואלט זיך נישט געוואגט צו גיין אזוי ווייט. דער רמב"ם (מו"נ ח"ב פכ"ה) שרייבט אז קדמות העולם (אפלטון'ס שיטה) וואלט מען געקענט טייטשן אין די פסוקים, אויב ס'וואלט געווען אויפגעוויזן.
1. דער רמב"ם מאכט א קלארן חילוק צווישן שיטת אפלטון און שיטת אריסטו בנוגע קדמות העולם. אפלטון האט געהאלטן אז דער חומר איז קדמון, אבער דער סדר העולם איז געווארן דורך א פעולה פונעם בורא. משא"כ אריסטו האט געהאלטן אז דער עולם איז קדמון על צד החיוב, און דער סדר הטבע קען נישט ווערן געטוישט. דערויף שרייבט דער רמב"ם:

"אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו, שהוא על צד החיוב, ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

דאס הייסט, אריסטו'ס שיטה איז סותר יסודי התורה, ווייל לויט דעם איז נישטא קיין מקום פאר שינוי הטבע און ניסים.

משא"כ בנוגע אפלטון'ס שיטה שרייבט דער רמב"ם:

"הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות".

און דער רמב"ם זאגט אז ווען אפלטון'ס שיטה וואלט געווען מוכח במופת, וואלט מען געקענט מפרש זיין די פסוקים לויט דעם.

אבער דא קומט דער עיקר נקודה. למעשה האט דער רמב"ם נישט אנגענומען אפלטון'ס שיטה, טראץ דעם וואס זי איז נישט סותר יסודי התורה. פארוואס? ווייל זי איז מנוגד צום פשטות הכתובים, און ס'איז נישטא קיין מופת וואס זאל אונז צווינגען אוועקצוגיין פונעם פשטות. ווי דער רמב"ם שרייבט:

"אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה, אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת".

און ווייטער:

"אמנם כל עת שלא יתבאר במופת, לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם".

הרי לנו מפורש, אז אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, טאר מען נישט דערפאר אוועקגיין פונעם פשטות התורה. נאר ווען ס'איז דא א מופת וואס צווינגט אונז דערצו, איז שייך צו זוכן אן אנדערן פירוש אין די פסוקים.

יעצט קומען מיר צו שיטת העוואלוציע. קודם כל, דער רמב"ן (וואס איך האב שוין פריער געברענגט) שרייבט מפורש (בראשית א', ג'):

"ודע, כי הימים הנזכרים במעשה בראשית היו בבריאת השמים והארץ ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו שישה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא".

הרי לנו אז לויטן רמב"ן זענען די ששת ימי בראשית געווען ימים ממש, נישט תקופות פון מיליאנען יארן. ממילא איז א פירוש וואס מאכט פון די ששת ימים לאנגע תקופות מנוגד צו דעם פשטות וואס דער רמב"ן שטעלט אוועק.

ממילא איז דא א גרויסער חילוק צווישן זאגן אז א געוויסע שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, און זאגן אז מ'קען זי למעשה אננעמען אדער אזוי אריינלערנען אין די פסוקי התורה. אפלטון'ס שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, אבער איינמאל דער פשטות התורה לערנט אונז אנדערש, און ס'איז נישטא קיין מופת צו פארלאזן דעם פשטות, איז זיין שיטה למעשה מנוגד צו דעם וואס די תורה לערנט אונז. און אויב וועט איינער אזוי אפלערנען די פסוקי התורה איז ער א כופר ומין לויט'ן רמב''ם אין הל' יסודי התורה.

***
2. כדי צו מדמה זיין שיטת העוואלוציע צו שיטת אפלטון, כדי צו נעמען דעם רמב''ם פאר א ראי' אז מ'קען אזוי אפלערנען די פשטי הכתובים, מוזטו על כרחך זאגן אז עוואלוציע גיבט א מקום פאר ניסים און שינוי הטבע. ווייל אויב האלטסטו אז די חוקי הטבע זענען א הכרח וואס קען נישט געטוישט ווערן, איז דאך דיין שיטה מופרך מעיקרא, פונקט ווי שיטת אריסטו, אויף וועלכער דער רמב"ם שרייבט: "ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

יעצט, אויב ביסטו מודה אז דער בורא איז למעלה מן הטבע, און די חוקי הטבע זענען נישט קיין הגבלה אויף זיין כח, פארוואס דארפסטו בכלל צוקומען צו ביאורים עפ"י טבע אויף חידוש העולם יש מאין? דו ביסט דאך מודה אז דער בורא קען משנה זיין דעם טבע ברצונו, און ביי ניסים דארפסטו נישט קיין טבע'דיגן הסבר וויאזוי דער בורא האט געקענט טון וואס בדרך הטבע איז אוממעגליך. איז פארוואס פונקט ביי מעשה בראשית, וואס איז דער עצם חידוש המציאות יש מאין, דארפסטו פלוצלינג צוקומען צו א טבע'דיגן פראצעס פון מיליאנען יארן?

און אויב וועסטו ענטפערן אז די ראיות פון עוואלוציע ווייזן אז אזוי איז למעשה געווען, דארפסטו ערשט אויפווייזן אז די ראיות זענען בגדר מופת, וואס איז גענוג צו פארלאזן דעם פשטות הכתובים, ווי דער רמב"ם פארלאנגט אפילו ביי שיטת אפלטון.

דער רמב"ם האט נישט געעפנט א טיר צו פארדרייען דעם פשטות התורה כדי עס צוצופאסן צו יעדע חכמה חיצונית. אדרבה, ער האט אוועקגעשטעלט א קלארן גדר, אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, קען נישט פארנעמען דעם פלאץ פונעם פשטות הכתובים אן א מופת.

עס עקלט מיר אפילו זיך אפצוגעבן מיט די דברים המכוערים ביותר, אבער ההכרח לא יגונה.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.

תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 9:09 am
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 8:25 am
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 09, 2026 5:57 pm

ר' גדליה נדל האט אנדערש געהאלטן
שוין געווארט פון אנהויב שמועס אז איינער זאל דערמאנען דעם נאמען....

איך גיי בכלל נישט אריינגיין בגדלותו הרמה של רבי גדליה ז''ל, וכבודו הרם במקומו מונח.

שבקת רבנן ועבדת כרבי גדלי'?

אלע תלמידי חזו''א זענען געווען אויסגעשפראכן אקעגן יצחק שילת פאר'ן דרוקן דעם ספר. הגאונים רבי מיכל יהודה ליפקוביץ רבי ניסים קרליץ ורבי חיים קנייבסקי זצ''ל שרייבן: ''ומיראתנו פן יפורסמו על שמו קטעי דברים ומהעתקות קלוטות דברים שאינם מוסמכים, ויחפאו דברים אשר לא כן ויצואיו על צדיק עתק לזאת הננו להזהיר ולהתריע שלא לסמוך ולא לתן אימון אלא במה שיודפס ע"י בניו ותלמידיו הנאמנים והמובהקים שליט"א'' וכו' ''וזולת זה יחרדו לנפשם ובאזהרת אל תשכן באהליך עוולה''.

יצחק שילת אליינס אין זיין הקדמה צום ספר שילדערט ווי סוף ימיו פון רבי גדלי' ז''ל איז ער געווען נתרחק ביי זיינע חברים לומדי בית המדרש על אף גדלותו הרמה. ער שרייבט ווען ער האט אים געטראפן צום ערשטען מאל:
בימים ההם היו ימי הקיץ של שנת תשל״ג. עסקתי בעיון בלימוד סוגיות תקיעת שופר במסכת ראש השנה, ועם ההשתקעות בנושא חשבתי להעלות את הדברים על הכתב, לתועלת הרבים, בגלל מיעוט הספרים במקצוע זה.
בסוגיית שברים־תרועה בנשימה אחת או בשתי נשימות נתקשיתי מאד בהבנת דברי ה׳חזון איש׳. החלטתי לנסוע לבני־ברק ולחפש תלמיד של החזו״א שיפרש לי את דבריו.
הגעתי לבני־ברק לשבת. אמרו לי, לך לבית כנסת לדרמן, שם מתפלל ר׳ גדליה, מהאריות שבחבורת תלמידי החזו״א.

הגעתי ללדרמן בזמן ההמתנה לתפילת ערבית של ליל שבת. נכנסתי לביהכ״נ, ושאלתי מישהו, מי כאן ר׳ גדליה. אמר לי, מטייל בחוץ.
יצאתי החוצה לרחוב רשב״ם ושאלתי ילד. אמר לי, זה הוא.

ראיתיו מתהלך ברחוב הנה והנה, תפוש במחשבות, אך ער ורגיש לכל מה שמתרחש סביבו.
חשבתי בלבי: אלמלא אמרו לי שזה הוא הגאון ר׳ גדליה, הייתי חושב שאיזה בעל־בית הוא, המטייל ברחוב ומהרהר.
״אפשר לשאול שאלה?״ ניגשתי בהיסוס.
״כן״, ענה. וכו'.

30 יאר שפעטער: באחד מימי ר"ח תשס"א נזדמנתי לבני ברק סמוך לשעת ערבית, ונכנסתי ללדרמן להתפלל. באמצע פרשה ראשונה של שמע נכנס רב מפורסם. כל הקהל עמד על רגליו. מעט אחר כך נכנס ר' גדליה, עקב בצד אגודל, כשהוא נשען על מקל ונתמך על ידי מאן־דהוא. רק בודדים שמו עליהם עמדו. אמרתי אני בלבי, הנהגה המסכן בזה...

דאס פארציילט אסאך.
און נאך אלע זאכן האט אים קיינער נישט באטיטלט אלס כופר ח"ו.
ווייל מ'האט אים געקענט אישית. וכעי' מ''ש הראב''ד על הרמב''ם א"א, ולמה קרא לזה מין? וכמה גדולים וטובים ממנו הלכו בזו המחשבה לפי מה שראו במקראות, ויותר ממה שראו בדברי האגדות המשבשות את הדעות.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צרורא דלעילא
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 8:51 pm
Location: מאדים
x 34

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צרורא דלעילא »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 9:17 am
aitch האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 10, 2026 8:31 pm כ'וואלט זיך נישט געוואגט צו גיין אזוי ווייט. דער רמב"ם (מו"נ ח"ב פכ"ה) שרייבט אז קדמות העולם (אפלטון'ס שיטה) וואלט מען געקענט טייטשן אין די פסוקים, אויב ס'וואלט געווען אויפגעוויזן.
1. דער רמב"ם מאכט א קלארן חילוק צווישן שיטת אפלטון און שיטת אריסטו בנוגע קדמות העולם. אפלטון האט געהאלטן אז דער חומר איז קדמון, אבער דער סדר העולם איז געווארן דורך א פעולה פונעם בורא. משא"כ אריסטו האט געהאלטן אז דער עולם איז קדמון על צד החיוב, און דער סדר הטבע קען נישט ווערן געטוישט. דערויף שרייבט דער רמב"ם:

"אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו, שהוא על צד החיוב, ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

דאס הייסט, אריסטו'ס שיטה איז סותר יסודי התורה, ווייל לויט דעם איז נישטא קיין מקום פאר שינוי הטבע און ניסים.

משא"כ בנוגע אפלטון'ס שיטה שרייבט דער רמב"ם:

"הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות".

און דער רמב"ם זאגט אז ווען אפלטון'ס שיטה וואלט געווען מוכח במופת, וואלט מען געקענט מפרש זיין די פסוקים לויט דעם.

אבער דא קומט דער עיקר נקודה. למעשה האט דער רמב"ם נישט אנגענומען אפלטון'ס שיטה, טראץ דעם וואס זי איז נישט סותר יסודי התורה. פארוואס? ווייל זי איז מנוגד צום פשטות הכתובים, און ס'איז נישטא קיין מופת וואס זאל אונז צווינגען אוועקצוגיין פונעם פשטות. ווי דער רמב"ם שרייבט:

"אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה, אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת".

און ווייטער:

"אמנם כל עת שלא יתבאר במופת, לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם".

הרי לנו מפורש, אז אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, טאר מען נישט דערפאר אוועקגיין פונעם פשטות התורה. נאר ווען ס'איז דא א מופת וואס צווינגט אונז דערצו, איז שייך צו זוכן אן אנדערן פירוש אין די פסוקים.

יעצט קומען מיר צו שיטת העוואלוציע. קודם כל, דער רמב"ן (וואס איך האב שוין פריער געברענגט) שרייבט מפורש (בראשית א', ג'):

"ודע, כי הימים הנזכרים במעשה בראשית היו בבריאת השמים והארץ ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו שישה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא".

הרי לנו אז לויטן רמב"ן זענען די ששת ימי בראשית געווען ימים ממש, נישט תקופות פון מיליאנען יארן. ממילא איז א פירוש וואס מאכט פון די ששת ימים לאנגע תקופות מנוגד צו דעם פשטות וואס דער רמב"ן שטעלט אוועק.

ממילא איז דא א גרויסער חילוק צווישן זאגן אז א געוויסע שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, און זאגן אז מ'קען זי למעשה אננעמען אדער אזוי אריינלערנען אין די פסוקי התורה. אפלטון'ס שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, אבער איינמאל דער פשטות התורה לערנט אונז אנדערש, און ס'איז נישטא קיין מופת צו פארלאזן דעם פשטות, איז זיין שיטה למעשה מנוגד צו דעם וואס די תורה לערנט אונז. און אויב וועט איינער אזוי אפלערנען די פסוקי התורה איז ער א כופר ומין לויט'ן רמב''ם אין הל' יסודי התורה.

***
2. כדי צו מדמה זיין שיטת העוואלוציע צו שיטת אפלטון, כדי צו נעמען דעם רמב''ם פאר א ראי' אז מ'קען אזוי אפלערנען די פשטי הכתובים, מוזטו על כרחך זאגן אז עוואלוציע גיבט א מקום פאר ניסים און שינוי הטבע. ווייל אויב האלטסטו אז די חוקי הטבע זענען א הכרח וואס קען נישט געטוישט ווערן, איז דאך דיין שיטה מופרך מעיקרא, פונקט ווי שיטת אריסטו, אויף וועלכער דער רמב"ם שרייבט: "ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

יעצט, אויב ביסטו מודה אז דער בורא איז למעלה מן הטבע, און די חוקי הטבע זענען נישט קיין הגבלה אויף זיין כח, פארוואס דארפסטו בכלל צוקומען צו ביאורים עפ"י טבע אויף חידוש העולם יש מאין? דו ביסט דאך מודה אז דער בורא קען משנה זיין דעם טבע ברצונו, און ביי ניסים דארפסטו נישט קיין טבע'דיגן הסבר וויאזוי דער בורא האט געקענט טון וואס בדרך הטבע איז אוממעגליך. איז פארוואס פונקט ביי מעשה בראשית, וואס איז דער עצם חידוש המציאות יש מאין, דארפסטו פלוצלינג צוקומען צו א טבע'דיגן פראצעס פון מיליאנען יארן?

און אויב וועסטו ענטפערן אז די ראיות פון עוואלוציע ווייזן אז אזוי איז למעשה געווען, דארפסטו ערשט אויפווייזן אז די ראיות זענען בגדר מופת, וואס איז גענוג צו פארלאזן דעם פשטות הכתובים, ווי דער רמב"ם פארלאנגט אפילו ביי שיטת אפלטון.

דער רמב"ם האט נישט געעפנט א טיר צו פארדרייען דעם פשטות התורה כדי עס צוצופאסן צו יעדע חכמה חיצונית. אדרבה, ער האט אוועקגעשטעלט א קלארן גדר, אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, קען נישט פארנעמען דעם פלאץ פונעם פשטות הכתובים אן א מופת.

עס עקלט מיר אפילו זיך אפצוגעבן מיט די דברים המכוערים ביותר, אבער ההכרח לא יגונה.
די עיקר טענות פונעם רמבם אויף אפלטון איז ווייל פילוסופיש שטימט עס נישט (דאם כן הבורא מוגבל, ועוד) דאס וואס ער זאגט וועגן 'פשטות הכתובים' איז נאר ליתר שאת

דרך אגב איז דא וואס ווילן פארענטפערן אז אפי' לויטן רמב''ן שטימט עס בזמננו נאך איינשטיין אז מווייסט אז צייט לויפט אנדערש אין די יוניווערס ממילא קען זיין פון דער באשאפערס פוינט אוו וויו איז נאר דורך 6 טעג משא''כ אויף אונזער וועלטל קען דורכלויפן אין די צייט ביליאנען יארען
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 178

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

כ'מיין אז מיר זענען מער מסכים ווי ס'זעט אויס.

דער רמב"ם פאדערט א מופת כדי אוועקצוגיין פונעם פשט: ריכטיג, און דאס איז וואס איך האב געשריבן: די איינציגע שאלה איז צי עוואלוציע איז א פאקט.

דער רמב"ן: מיר זענען אלע מסכים אז דאס איז דער פשוט'ער פשט אין פסוק.

"כופר ומין לויטן רמב"ם אין הל' יסודי התורה": וואו? פ"א ה"ט, טייטשט ער אוועק פסוקים פון גשמיות, "דברה תורה כלשון בני אדם". און אין מו"נ שרייבט ער אז ער וואלט געטייטשט אויך ביי קדמות, ווען ס'וואלט געווען באוויזן. דאס קען ביי אים נישט זיין כפירה.

עוואלוציע מיט חוקי הטבע אן רצון איז ווי אריסטו: דא בין איך מסכים. אבער עוואלוציע אליין זאגט דאס נישט.

פארוואס דארף דער בורא א טבע'דיגן פראצעס?: ס'איז נישט א שאלה וואס ער דארף, נאר וואס איז געשען. און דאס ברענגט אונז צוריק צו דער זעלבער שאלה: איז דא א מופת?

סא ס'בלייבט איין שאלה: איז עס א מופת. דארט ברענגט מען ראיות פון דער מציאות, נישט ציטאטן.
כ'מיין איך האב שוין געזאגט אלעס, כ'לאז עס דא.
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2369
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8374

פאוסט דורך מסתמא »

מיינע צוויי צענט, כהאף אז יעדער דא ווייסט אז מען טרעט אין שרעקעדיגע טערעטאריע ספעציפיש מיט די נושא פון עוואלוציע וואס פירט צו מוציא זיין פרשת בראשית מפשוטו. און עס איז בעסער צו זאגן איני יודע ווי איידער זיין אליינס א כופר, אדער אן איבעריגע קנאי א מרבה כופרים - עס איז או לי אם אומר או לי אם לא אומר. עס איז א שרעקעדיגע נושא. משום איזה סיבה האבן רוב גדולים געהאלטן עוועלוציע אלץ כפירה, ומצד שני איז דאך דא א צורך צו רעדן דערפון און עס צולייגן, אולי מיט א בי”ד של 72. אבער דער רמב”ם בימיו האט דאך געשפירט צו שרייבן דעם ספר המורה. ואולי קען דער ערליכער איד זאגן: קען זיין אז דו דארפסט עס, אבער מיט מיר ביטע טייל נישט מיט די זעלבע קהילה... עניוועי. מאיז אביסל צווישן האמער און נאגל און כהאב נישט קיין איינונג אויב עס באלאנגט אויף א היימישע פארום, אדער ‘מוז‘ עס זיין, אדער ‘טאר עס נישט‘ זיין.

אזויפיל ווייס איך אז מיר זאגן ביי קידוש זכר ליציאת מצרים, טאקע וועגן דעם. בריאת העולם האבן מיר נישט געזעהן, יציאת מצרים יא. פון די ניסים אין יציאת מצרים ווייסן מיר צו גלייבן אין די דברי התורה. אט דאס זענען נישט מיינע דיבורים, דאס זענען די דברי הראשונים, די טור וכו‘.

פארשטייסטו דען די חטא עץ הדעת? איז בפועל געווען א פיזישע שלאנג מעשה? אולי. און אולי איז עס עפעס העכער. און פארשטייסטו דען אז קין והבל זענען געבוירן אין פרייטאג בו ביום וואס זייערע עלטערן זענען געבוירן און קין האט נאך עספיעט צו הארגענען הבל בו ביום, אזוי דערציילט די מדרש, אולי איז דאס מגלה אויף א גאר אנדערע חשבון פון צייט. וואס הייסט לעכטיגקייט בעפאר די זון איז אויפגעהאנגען געווארן? וויאזוי איז אריבער די ערשטע צוויי טאג אן א זון וואס זאל עס ארומקרייזן? אויב די לבנה איז די זעלבע גרויס ווי די זון שלינגט עס דאך איין די וועלט אין א רגע. איז די לבנה געווען ווייט ווייט אוועק מתחילה און ווען עס איז קליין געווארן איז עס נענטער געקומען? וויפיל זאכן האבן מיר דא אויסגערעכנט וואס צושאקלט אונזער גאנצע הבנה אין די מושג פון ‘זמן‘? דאס איז דאך אלעס כפשטות הפסוקים.

אלא מאי, זיין א ברעט און שרייען אז די ערשטע טעג איז 24 שעה לויט אונזער מושג פון שעות איז דאך נישט אזוי פשוט. און בכלל, אן קיין מענטשן וואס הייסט דאס זמן? אולי איז עס כלפי כביכול? כהאב באמת נישט קיין איינונג. מיר האבן נישט קיין איינונג.

לויט די טעאריע פון עוועלוציע איז נישטא קיין שום הסבר אויף כמה וכמה זאכן, דוגמת די מענטשליכע dna, זאכן זעהען אויס זיך צו האבן געטוישט פלוצלינג און ראדיקאל און דער מענטש האט פאסירט, דאס איז לדבריהם אז מען שטאמט פון מאלפעס. יעצט דאס איז דאך קלאר אז די מענטשליכע dna איז גאר בדומה צו די חיות ובהמות מיט 80+ פראצענט. מצד שני די פסוק דערציילט קלאר אז אדם איז גענומען געווארן פון עפר מן האדמה, וועסטו וועלן זאגן מען רעדט פון די ארגינעלע מאלפעס, דעמאלטס פארוואס שטייט דאס דוקא ביים מענטש? און חוה? זי איז דאך זיכער געקומען פון אדם. בקיצור, מען טרעט אין טיעפע מאראסט. יציאת מצרים ומעמד הר סיני בלייבט די שפיץ, די מסמור, די יתד שעליו תלוי הכל. איינמאל דאס איז די מסמור זאגן מיר נאך די פרשת בראשית און מיר ווייסן אז מיר ווייסן נישט פונקטליך. מיר זוכן בעיקר וואס עס קומט ‘אונז‘ לערנען. די חטא עץ הדעת איז א לימוד. רש"י ביי אור וחושך הייבט תיכף אן מיט א לימוד אויף די אור הגנוז. סיי וואס מער ווי דעם אנבאלאנגט די פיזישע געשעענישן למוד לשונך לומר איני יודע, מען קען לערנען פשט אין פסוק פון פשוט כפשוטו ביז מופשט כנפשט. כנלע”ד.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 955
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1949

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

צרורא דלעילא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 10:50 am
דרך אגב איז דא וואס ווילן פארענטפערן אז אפי' לויטן רמב''ן שטימט עס בזמננו נאך איינשטיין אז מווייסט אז צייט לויפט אנדערש אין די יוניווערס ממילא קען זיין פון דער באשאפערס פוינט אוו וויו איז נאר דורך 6 טעג משא''כ אויף אונזער וועלטל קען דורכלויפן אין די צייט ביליאנען יארען
וועם איז בייגעפאלן דעם שטות?

נאכאמאל זיין הייליג לשון "ודע, כי הימים הנזכרים במעשה בראשית היו בבריאת השמים והארץ ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו שישה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא". דער רמב"ן האט זיך נישט באגנוגנט מיטן זאגן אז ס'איז געווען זעקס טעג, נאר ער איז מדגיש "ימים ממש", "מחוברים משעות ורגעים", און צום סוף נאך "כששת ימי המעשה".

איז וואס איז דער פשט פון אלע די הדגשות, אויב מ'קען נאכאלץ אריינלערנען אז די זעקס טעג מיינען ביליאנען יארן לויט אונזער חשבון?

דער רמב"ן וויל דאך קלאר אוועקשטעלן אז די ששת ימי בראשית זענען געווען ימים ממש, אזויווי די געווענליכע טעג פון א וואך. און יעצט וויל מען אריינברענגען א נייעם חשבון פון רעלאטיוויטעט, כדי אריינצושטופן אינעם רמב"ן פונקט דאס וואס ער קומט לכאורה אויסצושליסן.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2369
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8374

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך מסתמא »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 11:48 am

זעה דא, סאיז זיכער אינטערעסאנט.

https://jewsforjudaism.org/knowledge/ar ... e-universe

ער איז מסביר אז לויט די פשוטע הארטע פיזיקס קען זעקס טעג כפשוטו און ביליאנען יארן זיין היינו הך ולא פליגי. כמובן שאיני יודע, אבער מגדר אינטערעסאנט ואולי קצת הסבר להסתדר עם שיטת הרמב”ן לא יצאנו. נאכאמאל לשיטת הרמב”ן אז עס איז כפשוטו ‘ממש‘ איז גאנץ שווער צו ממחיש זיין די ערשטע צוויי טאג אן קיין מערכת שמים פון זון און לבנה, וכן די לבנה‘ס גרויס זיין און קליין ווערן, וכן קין והבלס פרייטאגדיגע געבורט וכו‘. נאכאמאל, עס קען פונקט אזוי זיין אז באמת לאמיתו זענען די שעות און טעג געווען כפשוטו ממש און די דאזיגע זאכן זענען גאר געווען מעשי ניסים וכו‘. איני יודע
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 955
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1949

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

צרורא דלעילא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 10:50 am
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 9:17 am
aitch האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 10, 2026 8:31 pm כ'וואלט זיך נישט געוואגט צו גיין אזוי ווייט. דער רמב"ם (מו"נ ח"ב פכ"ה) שרייבט אז קדמות העולם (אפלטון'ס שיטה) וואלט מען געקענט טייטשן אין די פסוקים, אויב ס'וואלט געווען אויפגעוויזן.
1. דער רמב"ם מאכט א קלארן חילוק צווישן שיטת אפלטון און שיטת אריסטו בנוגע קדמות העולם. אפלטון האט געהאלטן אז דער חומר איז קדמון, אבער דער סדר העולם איז געווארן דורך א פעולה פונעם בורא. משא"כ אריסטו האט געהאלטן אז דער עולם איז קדמון על צד החיוב, און דער סדר הטבע קען נישט ווערן געטוישט. דערויף שרייבט דער רמב"ם:

"אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו, שהוא על צד החיוב, ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

דאס הייסט, אריסטו'ס שיטה איז סותר יסודי התורה, ווייל לויט דעם איז נישטא קיין מקום פאר שינוי הטבע און ניסים.

משא"כ בנוגע אפלטון'ס שיטה שרייבט דער רמב"ם:

"הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות".

און דער רמב"ם זאגט אז ווען אפלטון'ס שיטה וואלט געווען מוכח במופת, וואלט מען געקענט מפרש זיין די פסוקים לויט דעם.

אבער דא קומט דער עיקר נקודה. למעשה האט דער רמב"ם נישט אנגענומען אפלטון'ס שיטה, טראץ דעם וואס זי איז נישט סותר יסודי התורה. פארוואס? ווייל זי איז מנוגד צום פשטות הכתובים, און ס'איז נישטא קיין מופת וואס זאל אונז צווינגען אוועקצוגיין פונעם פשטות. ווי דער רמב"ם שרייבט:

"אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה, אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת".

און ווייטער:

"אמנם כל עת שלא יתבאר במופת, לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם".

הרי לנו מפורש, אז אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, טאר מען נישט דערפאר אוועקגיין פונעם פשטות התורה. נאר ווען ס'איז דא א מופת וואס צווינגט אונז דערצו, איז שייך צו זוכן אן אנדערן פירוש אין די פסוקים.

יעצט קומען מיר צו שיטת העוואלוציע. קודם כל, דער רמב"ן (וואס איך האב שוין פריער געברענגט) שרייבט מפורש (בראשית א', ג'):

"ודע, כי הימים הנזכרים במעשה בראשית היו בבריאת השמים והארץ ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו שישה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא".

הרי לנו אז לויטן רמב"ן זענען די ששת ימי בראשית געווען ימים ממש, נישט תקופות פון מיליאנען יארן. ממילא איז א פירוש וואס מאכט פון די ששת ימים לאנגע תקופות מנוגד צו דעם פשטות וואס דער רמב"ן שטעלט אוועק.

ממילא איז דא א גרויסער חילוק צווישן זאגן אז א געוויסע שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, און זאגן אז מ'קען זי למעשה אננעמען אדער אזוי אריינלערנען אין די פסוקי התורה. אפלטון'ס שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, אבער איינמאל דער פשטות התורה לערנט אונז אנדערש, און ס'איז נישטא קיין מופת צו פארלאזן דעם פשטות, איז זיין שיטה למעשה מנוגד צו דעם וואס די תורה לערנט אונז. און אויב וועט איינער אזוי אפלערנען די פסוקי התורה איז ער א כופר ומין לויט'ן רמב''ם אין הל' יסודי התורה.

***
2. כדי צו מדמה זיין שיטת העוואלוציע צו שיטת אפלטון, כדי צו נעמען דעם רמב''ם פאר א ראי' אז מ'קען אזוי אפלערנען די פשטי הכתובים, מוזטו על כרחך זאגן אז עוואלוציע גיבט א מקום פאר ניסים און שינוי הטבע. ווייל אויב האלטסטו אז די חוקי הטבע זענען א הכרח וואס קען נישט געטוישט ווערן, איז דאך דיין שיטה מופרך מעיקרא, פונקט ווי שיטת אריסטו, אויף וועלכער דער רמב"ם שרייבט: "ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

יעצט, אויב ביסטו מודה אז דער בורא איז למעלה מן הטבע, און די חוקי הטבע זענען נישט קיין הגבלה אויף זיין כח, פארוואס דארפסטו בכלל צוקומען צו ביאורים עפ"י טבע אויף חידוש העולם יש מאין? דו ביסט דאך מודה אז דער בורא קען משנה זיין דעם טבע ברצונו, און ביי ניסים דארפסטו נישט קיין טבע'דיגן הסבר וויאזוי דער בורא האט געקענט טון וואס בדרך הטבע איז אוממעגליך. איז פארוואס פונקט ביי מעשה בראשית, וואס איז דער עצם חידוש המציאות יש מאין, דארפסטו פלוצלינג צוקומען צו א טבע'דיגן פראצעס פון מיליאנען יארן?

און אויב וועסטו ענטפערן אז די ראיות פון עוואלוציע ווייזן אז אזוי איז למעשה געווען, דארפסטו ערשט אויפווייזן אז די ראיות זענען בגדר מופת, וואס איז גענוג צו פארלאזן דעם פשטות הכתובים, ווי דער רמב"ם פארלאנגט אפילו ביי שיטת אפלטון.

דער רמב"ם האט נישט געעפנט א טיר צו פארדרייען דעם פשטות התורה כדי עס צוצופאסן צו יעדע חכמה חיצונית. אדרבה, ער האט אוועקגעשטעלט א קלארן גדר, אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, קען נישט פארנעמען דעם פלאץ פונעם פשטות הכתובים אן א מופת.

עס עקלט מיר אפילו זיך אפצוגעבן מיט די דברים המכוערים ביותר, אבער ההכרח לא יגונה.
די עיקר טענות פונעם רמבם אויף אפלטון איז ווייל פילוסופיש שטימט עס נישט (דאם כן הבורא מוגבל, ועוד) דאס וואס ער זאגט וועגן 'פשטות הכתובים' איז נאר ליתר שאת
ביסט נישט מדויק. דער רמב"ם האט נישט קיין מופת פילאזאפי וואס איז מפריך אפלטון'ס שיטה, נאר ער איז מוכיח אז די ראיות פון די פילאזאפן אויף קדמות העולם זענען נישט קיין מופת, און ממילא איז קדמות העולם נישט מוכרח. ממילא בלייבט די פשטות הכתובים דער מכריע.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 955
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1949

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 11:59 am
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 11:48 am
צרורא דלעילא האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 10:50 am
דרך אגב איז דא וואס ווילן פארענטפערן אז אפי' לויטן רמב''ן שטימט עס בזמננו נאך איינשטיין אז מווייסט אז צייט לויפט אנדערש אין די יוניווערס ממילא קען זיין פון דער באשאפערס פוינט אוו וויו איז נאר דורך 6 טעג משא''כ אויף אונזער וועלטל קען דורכלויפן אין די צייט ביליאנען יארען
וועם איז בייגעפאלן דעם שטות?

נאכאמאל זיין הייליג לשון "ודע, כי הימים הנזכרים במעשה בראשית היו בבריאת השמים והארץ ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו שישה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא". דער רמב"ן האט זיך נישט באגנוגנט מיטן זאגן אז ס'איז געווען זעקס טעג, נאר ער איז מדגיש "ימים ממש", "מחוברים משעות ורגעים", און צום סוף נאך "כששת ימי המעשה".

איז וואס איז דער פשט פון אלע די הדגשות, אויב מ'קען נאכאלץ אריינלערנען אז די זעקס טעג מיינען ביליאנען יארן לויט אונזער חשבון?

דער רמב"ן וויל דאך קלאר אוועקשטעלן אז די ששת ימי בראשית זענען געווען ימים ממש, אזויווי די געווענליכע טעג פון א וואך. און יעצט וויל מען אריינברענגען א נייעם חשבון פון רעלאטיוויטעט, כדי אריינצושטופן אינעם רמב"ן פונקט דאס וואס ער קומט לכאורה אויסצושליסן.
זעה דא, סאיז זיכער אינטערעסאנט.

https://jewsforjudaism.org/knowledge/ar ... e-universe

ער איז מסביר אז לויט די פשוטע הארטע פיזיקס קען זעקס טעג כפשוטו און ביליאנען יארן זיין היינו הך ולא פליגי. כמובן שאיני יודע, אבער מגדר אינטערעסאנט ואולי קצת הסבר להסתדר עם שיטת הרמב”ן לא יצאנו. נאכאמאל לשיטת הרמב”ן אז עס איז כפשוטו ‘ממש‘ איז גאנץ שווער צו ממחיש זיין די ערשטע צוויי טאג אן קיין מערכת שמים פון זון און לבנה, וכן די לבנה‘ס גרויס זיין און קליין ווערן, וכן קין והבלס פרייטאגדיגע געבורט וכו‘. נאכאמאל, עס קען פונקט אזוי זיין אז באמת לאמיתו זענען די שעות און טעג געווען כפשוטו ממש און די דאזיגע זאכן זענען גאר געווען מעשי ניסים וכו‘. איני יודע
ווי שוין פריער געשריבן, אז מ'מוז צום ערשט צוקומען צו דער הכרה אז מיר ווייסן נישט און קענען נישט משיג זיין דעם סוד פון מעשה בראשית.

וכלשון הרמב"ן (בראשית א', א'): "מפני שמעשה בראשית סוד עמוק, אינו מובן מן המקראות, ולא יוודע על בוריו אלא מפי הקבלה עד משה רבינו מפי הגבורה, ויודעיו חייבין להסתיר אותו".

און ווייטער (בראשית א', ו'): "והפירוש בסידור הכתובים בזה נשגב ונעלם, ודעתנו בו פחות מטיפה מן הים הגדול".

און נאך (בראשית א', ח'): "ואל תקוה ממני שאכתוב בו דבר, שהענין הוא מסתרי התורה... והפירוש אסור ליודעיו וכל שכן אלינו".

דאס הייסט, דער רמב"ן שטעלט אונז קלאר אוועק דעם גבול פון אונזער השגה. מיר ווייסן אז דער בורא האט באשאפן דעם עולם, אבער דעם טיפן סוד פון דעם סדר ומהלך הבריאה זענען מיר נישט משיג.

אבער מיין עיקר נקודה, איינמאל מ'גלייבט אז דער בוכ"ע האט די אומבאגרעניצטע יכולת צו באשאפן א גאנצע מציאות יש מאין הגמור, מיט אלע אירע חוקים און סדרי הטבע, פארוואס דארף מען בכלל צוקומען צו טבעיות'דיגע טעאריעס כדי מסביר צו זיין דעם מעשה בראשית?

וואס פעלט אונז אן דעם? אין לך טפשות גדולה מזו.

די חוקי הטבע זענען דאך אליין א חלק פון דער בריאה. זיי זענען נישט קיין געזעצן וואס זענען געשטאנען העכער דעם בורא און האבן אים מחייב געווען וויאזוי צו באשאפן זיין וועלט. אדרבה, דער בורא האט באשאפן דעם טבע, און דער טבע איז כפוף צו זיין רצון.

ממילא, פון וואנעט נעמט זיך דער הכרח אז דער אופן פון דער ערשטער בריאה מוז שטימען מיט די סדרים און פראצעסן וואס מיר זעען היינט אין דער שוין באשאפענער וועלט?

אויב דו גלייבסט אז דער בוכ"ע האט באשאפן דעם גאנצן עולם יש מאין הגמור, און דו גלייבסט אין די ניסים פון יציאת מצרים, קריעת ים סוף, מעמד הר סיני און אלע אנדערע ניסים וואס זענען מפורש בתורה, וואס פעלט דיר בכלל אויס א טבעיות'דיגער מהלך כדי צו פארשטיין וויאזוי דער עולם איז באשאפן געווארן?

ווען די תורה דערציילט אז דער ים האט זיך געשפאלטן, זוכסטו דען א טעאריע וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן לויט די חוקי הטבע? און אויב דו האסט נישט אזא טעאריע, איז דען עפעס שווערער צו גלייבן אין קריעת ים סוף?

פארוואס דען ווען מ'קומט צו מעשה בראשית, וואו דער בורא האט באשאפן נישט בלויז די וועלט, נאר די עצם חוקי הטבע גופא, שפירט מען פלוצלינג א צורך צו זוכן א טבעיות'דיגן פראצעס וואס זאל מסביר זיין וויאזוי דאס האט פאסירט?

אדרבה, אויב ביי קריעת ים סוף פארשטייסטו אז דער בורא איז נישט משועבד צו די חוקי הטבע, איז דאך כל שכן ביי בריאת העולם, ווען די חוקי הטבע אליין זענען נאך נישט געווען קיין באשטימטע מציאות.

און דאס וואס מ'טענה'ט אז אויב מ'וועט אמאל אויפווייזן די שיטת העוואלוציע וועט דאס גורם זיין כפירה ביי מענטשן, פארשטיי איך בכלל נישט דעם מהלך.

ראשית, מ'רעדט דאך דא פון א הייפאטעטישע שאלה, וואס וועט זיין אויב מ'וועט אמאל אויפווייזן אז די בריאה איז צוגעגאנגען דווקא לויט דעם מהלך.

שנית, פאר איינעם וואס זיין אמונה אין "בראשית ברא אלקים" איז קלאר און פעסט, און וואס גלייבט אין בריאה יש מאין און אין אלע ניסי התורה, איז דער עצם געדאנק אז דער בורא האט באשאפן דעם עולם שלא כדרך הטבע בכלל נישט קיין שוועריקייט. פונקט ווי ער דארף נישט קיין טבעיות'דיגן הסבר אויף קריעת ים סוף, דארף ער אויך נישט קיין טבעיות'דיגן הסבר אויף מעשה בראשית.

שלישית, אויב א געוויסער מהלך ווערט גענוצט אלס איינע פון די הויפט טענות פון די אטעאיסטן קעגן אמונה בבורא העולם, איז דען דאס א סיבה פאר אונז דווקא צו זוכן וויאזוי אריינצונעמען דעם מהלך אין פירוש התורה? אפשר איז פונקט פארקערט, אז מען דארף זיין די מערסטע זהיר נישט צו געבן דעם מהלך א מקום אין אונזער פירוש פון מעשה בראשית?

דער רמב"ם שרייבט דאך אין מורה נבוכים (ח"ג פל"ז), אז די מצוות פון הלכות עבודה זרה זענען געגעבן געווארן "להציל מטעות עבודה זרה ומדעות אחרות בלתי אמתיות שהתגלגלו עם עבודה זרה", און אז דער תכלית איז "להסיר הדעות הרעות ולהתרחק מהם עד הקצה האחרון".

און אין פרק מ"ו איז ער מאריך וויאזוי די תורה האט דווקא אוועקגעשטעלט געוויסע מצוות קעגן די מנהגים פון עובדי עבודה זרה, כדי אויסצוראטן זייערע אמונות.

מעמד הר סיני איז אונז גענוג צו מאמת זיין די בריאה יש מאין ותו לא מידי.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 430
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1146

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך חנן »

aitch האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 10, 2026 8:31 pm
חנן האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 09, 2026 5:42 pm
שיש האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 09, 2026 5:14 pm

איך רעד אין אלגעמיין, ווען מ'זעט אז א געוויסע נקודה אין תכונה שטימט נישט מיט'ן מציאות, צב"ש געאסענטעריזם נניח עס שטייט אין חז"ל פארקערט, איז נישטא קיין חיוב צו האקן קאפ אין וואנט אז דאס איז דאס מציאות.

יעצט צו עוואלושן, מ'קען נישט שרייען אז עוואלושן איז כפירה אויב ס'איז פארהאן א מעגליכקייט אז ביז א דור-צוויי וועט מען עס מוזן אננעמען - דהיינו, ס'וועט ווערן אויפגעוויזן. זאג אז היות ס'שטימט נישט מיט'ן פשטות נעם איך עס נישט אן ווילאנג ס'איז הונדערט פראצענט איבערצייגט (וואטעווער דו נעמסט אן פאר איבערצייגט).

ווען אימער די קירכע האט געטוישט א מיינונג, פון געאסענטעריזם צו דיני צניעות, האבן זיי יעדעס מאל פארלוירן טויזנטער נאכפאלגער. אויב עפעס קען זיין היינט כפירה ארורה און מארגן א מציאות מוחשית, איז עס מעורר נאך קושיות.

נקוט האי כללא, מרבה זיין כפירה איז מרבה כופרים.

דיינע איבריגע נקודות איבער קדושת חז"ל וחכמתם האב איך לכתחילה נישט בארירט ווייל איך בין נישט מחולק.
עוואלוציע איז כפירה במעשי בראשית. פינטל. און עס גייט נישט מארגן אויפגעוויזן אלס פאקט, ווייל אין דער תורה שטייט אנדערש. נישט פארהאן קיין וועג צו לערנען אנדערש פשט אין דער תורה. און אויב צווייפלסטו דערין, זאלסטו מוחל זיין און זיך גיין רייניגן דיין מח.
כ'וואלט זיך נישט געוואגט צו גיין אזוי ווייט. דער רמב"ם (מו"נ ח"ב פכ"ה) שרייבט אז קדמות העולם (אפלטון'ס שיטה) וואלט מען געקענט טייטשן אין די פסוקים, אויב ס'וואלט געווען אויפגעוויזן.

לויט דיין כלל, אז ס'איז נישט פארהאן קיין וועג צו לערנען אנדערש פשט, וואלט אויסגעקומען אז דער רמב"ם האט געדארפט רייניגן זיין מח.

(איך זאג נישט אז עוואלוציע איז אמת. אבער "נישט פארהאן קיין וועג" איז זיכער נישט א מהלך.)
קיין מורה נבוכים האב איך קיינמאל געלערנט, אבער אריינקוקנדיג אינעם מראה מקום וואס דו האסט געברענגט, האב איך קודם כל געטראפן דעם רמב"ם רעדן איבער דעם הימל און ערד חילוק צווישן עוואלוציע און הילעאצענטעריזם, ווען ער רעדט דער חילוק צווישן עולם קדמון און אלוק גשמי. און דאס ברענגט אונז צוריק צו פארשטערקערן מיין נקודה, קען זיין איך האב זיך נישט גוט ערקלערט.

זאגן אז א פסוק איז נישט פשוט פשט, איז נישט קיין היינטיגע אויפטרעף, אבער דאס אזוי לאנג ווי דער נישט-פשוט פשט גייט נישט קעגן די עיקרי הדת. בריאת שמים וארץ אין זעקס טעג, און אינעם זיבעטן טאג האט דער אויבערשטער 'גערוט' (כביכול), איז פון די עיקרי הדת, און דאס איז נישט עפעס וואס קען געטייטשט ווערן אנדערש.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 430
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1146

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך חנן »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 9:17 am
aitch האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 10, 2026 8:31 pm כ'וואלט זיך נישט געוואגט צו גיין אזוי ווייט. דער רמב"ם (מו"נ ח"ב פכ"ה) שרייבט אז קדמות העולם (אפלטון'ס שיטה) וואלט מען געקענט טייטשן אין די פסוקים, אויב ס'וואלט געווען אויפגעוויזן.
1. דער רמב"ם מאכט א קלארן חילוק צווישן שיטת אפלטון און שיטת אריסטו בנוגע קדמות העולם. אפלטון האט געהאלטן אז דער חומר איז קדמון, אבער דער סדר העולם איז געווארן דורך א פעולה פונעם בורא. משא"כ אריסטו האט געהאלטן אז דער עולם איז קדמון על צד החיוב, און דער סדר הטבע קען נישט ווערן געטוישט. דערויף שרייבט דער רמב"ם:

"אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו, שהוא על צד החיוב, ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

דאס הייסט, אריסטו'ס שיטה איז סותר יסודי התורה, ווייל לויט דעם איז נישטא קיין מקום פאר שינוי הטבע און ניסים.

משא"כ בנוגע אפלטון'ס שיטה שרייבט דער רמב"ם:

"הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות".

און דער רמב"ם זאגט אז ווען אפלטון'ס שיטה וואלט געווען מוכח במופת, וואלט מען געקענט מפרש זיין די פסוקים לויט דעם.

אבער דא קומט דער עיקר נקודה. למעשה האט דער רמב"ם נישט אנגענומען אפלטון'ס שיטה, טראץ דעם וואס זי איז נישט סותר יסודי התורה. פארוואס? ווייל זי איז מנוגד צום פשטות הכתובים, און ס'איז נישטא קיין מופת וואס זאל אונז צווינגען אוועקצוגיין פונעם פשטות. ווי דער רמב"ם שרייבט:

"אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה, אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת".

און ווייטער:

"אמנם כל עת שלא יתבאר במופת, לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם".

הרי לנו מפורש, אז אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, טאר מען נישט דערפאר אוועקגיין פונעם פשטות התורה. נאר ווען ס'איז דא א מופת וואס צווינגט אונז דערצו, איז שייך צו זוכן אן אנדערן פירוש אין די פסוקים.

יעצט קומען מיר צו שיטת העוואלוציע. קודם כל, דער רמב"ן (וואס איך האב שוין פריער געברענגט) שרייבט מפורש (בראשית א', ג'):

"ודע, כי הימים הנזכרים במעשה בראשית היו בבריאת השמים והארץ ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו שישה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא".

הרי לנו אז לויטן רמב"ן זענען די ששת ימי בראשית געווען ימים ממש, נישט תקופות פון מיליאנען יארן. ממילא איז א פירוש וואס מאכט פון די ששת ימים לאנגע תקופות מנוגד צו דעם פשטות וואס דער רמב"ן שטעלט אוועק.

ממילא איז דא א גרויסער חילוק צווישן זאגן אז א געוויסע שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, און זאגן אז מ'קען זי למעשה אננעמען אדער אזוי אריינלערנען אין די פסוקי התורה. אפלטון'ס שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, אבער איינמאל דער פשטות התורה לערנט אונז אנדערש, און ס'איז נישטא קיין מופת צו פארלאזן דעם פשטות, איז זיין שיטה למעשה מנוגד צו דעם וואס די תורה לערנט אונז. און אויב וועט איינער אזוי אפלערנען די פסוקי התורה איז ער א כופר ומין לויט'ן רמב''ם אין הל' יסודי התורה.

***
2. כדי צו מדמה זיין שיטת העוואלוציע צו שיטת אפלטון, כדי צו נעמען דעם רמב''ם פאר א ראי' אז מ'קען אזוי אפלערנען די פשטי הכתובים, מוזטו על כרחך זאגן אז עוואלוציע גיבט א מקום פאר ניסים און שינוי הטבע. ווייל אויב האלטסטו אז די חוקי הטבע זענען א הכרח וואס קען נישט געטוישט ווערן, איז דאך דיין שיטה מופרך מעיקרא, פונקט ווי שיטת אריסטו, אויף וועלכער דער רמב"ם שרייבט: "ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

יעצט, אויב ביסטו מודה אז דער בורא איז למעלה מן הטבע, און די חוקי הטבע זענען נישט קיין הגבלה אויף זיין כח, פארוואס דארפסטו בכלל צוקומען צו ביאורים עפ"י טבע אויף חידוש העולם יש מאין? דו ביסט דאך מודה אז דער בורא קען משנה זיין דעם טבע ברצונו, און ביי ניסים דארפסטו נישט קיין טבע'דיגן הסבר וויאזוי דער בורא האט געקענט טון וואס בדרך הטבע איז אוממעגליך. איז פארוואס פונקט ביי מעשה בראשית, וואס איז דער עצם חידוש המציאות יש מאין, דארפסטו פלוצלינג צוקומען צו א טבע'דיגן פראצעס פון מיליאנען יארן?

און אויב וועסטו ענטפערן אז די ראיות פון עוואלוציע ווייזן אז אזוי איז למעשה געווען, דארפסטו ערשט אויפווייזן אז די ראיות זענען בגדר מופת, וואס איז גענוג צו פארלאזן דעם פשטות הכתובים, ווי דער רמב"ם פארלאנגט אפילו ביי שיטת אפלטון.

דער רמב"ם האט נישט געעפנט א טיר צו פארדרייען דעם פשטות התורה כדי עס צוצופאסן צו יעדע חכמה חיצונית. אדרבה, ער האט אוועקגעשטעלט א קלארן גדר, אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, קען נישט פארנעמען דעם פלאץ פונעם פשטות הכתובים אן א מופת.

עס עקלט מיר אפילו זיך אפצוגעבן מיט די דברים המכוערים ביותר, אבער ההכרח לא יגונה.
שפתיים יושק!
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 955
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1949

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

aitch האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 11:00 am

אבער איינמאל שיטת אפלטון איז אראפ פון טיש צוליב וואס איך בלייב יא ביי די פשטות פסוקי התורה, ממילא וועט אייינער וואס האלט יא אזוי זיין א כופר ומין.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 430
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 1146

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך חנן »

aitch האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 11:00 am
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 9:17 am
aitch האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 10, 2026 8:31 pm כ'וואלט זיך נישט געוואגט צו גיין אזוי ווייט. דער רמב"ם (מו"נ ח"ב פכ"ה) שרייבט אז קדמות העולם (אפלטון'ס שיטה) וואלט מען געקענט טייטשן אין די פסוקים, אויב ס'וואלט געווען אויפגעוויזן.
1. דער רמב"ם מאכט א קלארן חילוק צווישן שיטת אפלטון און שיטת אריסטו בנוגע קדמות העולם. אפלטון האט געהאלטן אז דער חומר איז קדמון, אבער דער סדר העולם איז געווארן דורך א פעולה פונעם בורא. משא"כ אריסטו האט געהאלטן אז דער עולם איז קדמון על צד החיוב, און דער סדר הטבע קען נישט ווערן געטוישט. דערויף שרייבט דער רמב"ם:

"אבל אמונת הקדמות על הצד אשר יראה אותו אריסטו, שהוא על צד החיוב, ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

דאס הייסט, אריסטו'ס שיטה איז סותר יסודי התורה, ווייל לויט דעם איז נישטא קיין מקום פאר שינוי הטבע און ניסים.

משא"כ בנוגע אפלטון'ס שיטה שרייבט דער רמב"ם:

"הדעת ההוא לא יסתור יסודי התורה ולא תמשך אחריו הכזבת האותות".

און דער רמב"ם זאגט אז ווען אפלטון'ס שיטה וואלט געווען מוכח במופת, וואלט מען געקענט מפרש זיין די פסוקים לויט דעם.

אבער דא קומט דער עיקר נקודה. למעשה האט דער רמב"ם נישט אנגענומען אפלטון'ס שיטה, טראץ דעם וואס זי איז נישט סותר יסודי התורה. פארוואס? ווייל זי איז מנוגד צום פשטות הכתובים, און ס'איז נישטא קיין מופת וואס זאל אונז צווינגען אוועקצוגיין פונעם פשטות. ווי דער רמב"ם שרייבט:

"אבל אין ההכרח מביא אותנו לזה, אלא אם התבאר הדעת ההוא במופת".

און ווייטער:

"אמנם כל עת שלא יתבאר במופת, לא זה הדעת ניטה אליו, ולא הדעת ההוא גם כן נביט אליו כלל, אבל נבין הכתובים כפשוטיהם".

הרי לנו מפורש, אז אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, טאר מען נישט דערפאר אוועקגיין פונעם פשטות התורה. נאר ווען ס'איז דא א מופת וואס צווינגט אונז דערצו, איז שייך צו זוכן אן אנדערן פירוש אין די פסוקים.

יעצט קומען מיר צו שיטת העוואלוציע. קודם כל, דער רמב"ן (וואס איך האב שוין פריער געברענגט) שרייבט מפורש (בראשית א', ג'):

"ודע, כי הימים הנזכרים במעשה בראשית היו בבריאת השמים והארץ ימים ממש, מחוברים משעות ורגעים, והיו שישה כששת ימי המעשה, כפשוטו של מקרא".

הרי לנו אז לויטן רמב"ן זענען די ששת ימי בראשית געווען ימים ממש, נישט תקופות פון מיליאנען יארן. ממילא איז א פירוש וואס מאכט פון די ששת ימים לאנגע תקופות מנוגד צו דעם פשטות וואס דער רמב"ן שטעלט אוועק.

ממילא איז דא א גרויסער חילוק צווישן זאגן אז א געוויסע שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, און זאגן אז מ'קען זי למעשה אננעמען אדער אזוי אריינלערנען אין די פסוקי התורה. אפלטון'ס שיטה איז נישט סותר יסודי התורה מצד עצמה, אבער איינמאל דער פשטות התורה לערנט אונז אנדערש, און ס'איז נישטא קיין מופת צו פארלאזן דעם פשטות, איז זיין שיטה למעשה מנוגד צו דעם וואס די תורה לערנט אונז. און אויב וועט איינער אזוי אפלערנען די פסוקי התורה איז ער א כופר ומין לויט'ן רמב''ם אין הל' יסודי התורה.

***
2. כדי צו מדמה זיין שיטת העוואלוציע צו שיטת אפלטון, כדי צו נעמען דעם רמב''ם פאר א ראי' אז מ'קען אזוי אפלערנען די פשטי הכתובים, מוזטו על כרחך זאגן אז עוואלוציע גיבט א מקום פאר ניסים און שינוי הטבע. ווייל אויב האלטסטו אז די חוקי הטבע זענען א הכרח וואס קען נישט געטוישט ווערן, איז דאך דיין שיטה מופרך מעיקרא, פונקט ווי שיטת אריסטו, אויף וועלכער דער רמב"ם שרייבט: "ולא ישתנה טבע כלל ולא יצא דבר חוץ ממנהגו, הנה היא סותרת הדת מעיקרה".

יעצט, אויב ביסטו מודה אז דער בורא איז למעלה מן הטבע, און די חוקי הטבע זענען נישט קיין הגבלה אויף זיין כח, פארוואס דארפסטו בכלל צוקומען צו ביאורים עפ"י טבע אויף חידוש העולם יש מאין? דו ביסט דאך מודה אז דער בורא קען משנה זיין דעם טבע ברצונו, און ביי ניסים דארפסטו נישט קיין טבע'דיגן הסבר וויאזוי דער בורא האט געקענט טון וואס בדרך הטבע איז אוממעגליך. איז פארוואס פונקט ביי מעשה בראשית, וואס איז דער עצם חידוש המציאות יש מאין, דארפסטו פלוצלינג צוקומען צו א טבע'דיגן פראצעס פון מיליאנען יארן?

און אויב וועסטו ענטפערן אז די ראיות פון עוואלוציע ווייזן אז אזוי איז למעשה געווען, דארפסטו ערשט אויפווייזן אז די ראיות זענען בגדר מופת, וואס איז גענוג צו פארלאזן דעם פשטות הכתובים, ווי דער רמב"ם פארלאנגט אפילו ביי שיטת אפלטון.

דער רמב"ם האט נישט געעפנט א טיר צו פארדרייען דעם פשטות התורה כדי עס צוצופאסן צו יעדע חכמה חיצונית. אדרבה, ער האט אוועקגעשטעלט א קלארן גדר, אפילו א שיטה וואס איז נישט סותר יסודי התורה, קען נישט פארנעמען דעם פלאץ פונעם פשטות הכתובים אן א מופת.

עס עקלט מיר אפילו זיך אפצוגעבן מיט די דברים המכוערים ביותר, אבער ההכרח לא יגונה.

כ'מיין אז מיר זענען מער מסכים ווי ס'זעט אויס.

דער רמב"ם פאדערט א מופת כדי אוועקצוגיין פונעם פשט: ריכטיג, און דאס איז וואס איך האב געשריבן: די איינציגע שאלה איז צי עוואלוציע איז א פאקט.

דער רמב"ן: מיר זענען אלע מסכים אז דאס איז דער פשוט'ער פשט אין פסוק.

"כופר ומין לויטן רמב"ם אין הל' יסודי התורה": וואו? פ"א ה"ט, טייטשט ער אוועק פסוקים פון גשמיות, "דברה תורה כלשון בני אדם". און אין מו"נ שרייבט ער אז ער וואלט געטייטשט אויך ביי קדמות, ווען ס'וואלט געווען באוויזן. דאס קען ביי אים נישט זיין כפירה.

עוואלוציע מיט חוקי הטבע אן רצון איז ווי אריסטו: דא בין איך מסכים. אבער עוואלוציע אליין זאגט דאס נישט.

פארוואס דארף דער בורא א טבע'דיגן פראצעס?: ס'איז נישט א שאלה וואס ער דארף, נאר וואס איז געשען. און דאס ברענגט אונז צוריק צו דער זעלבער שאלה: איז דא א מופת?

סא ס'בלייבט איין שאלה: איז עס א מופת. דארט ברענגט מען ראיות פון דער מציאות, נישט ציטאטן.
כ'מיין איך האב שוין געזאגט אלעס, כ'לאז עס דא.
דא שטעקט דיין טעות. ער זאגט דאס נישט. ער זאגט אז אויב אלס פשוט פשט אין פסוק, וואלט מען זיך געקענט אן עצה געבן, פונקט ווי מ'קען זיך אן עצה געבן מיט אברים גשמיים פארן אויבערשטן, אבער באלד דערויף זאגט אז היות עס איז מנוגד צום עיקר הדת, איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט דאס אנצונעמען.
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 178

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

חנן האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 12:48 pm
דא שטעקט דיין טעות. ער זאגט דאס נישט. ער זאגט אז אויב אלס פשוט פשט אין פסוק, וואלט מען זיך געקענט אן עצה געבן, פונקט ווי מ'קען זיך אן עצה געבן מיט אברים גשמיים פארן אויבערשטן, אבער באלד דערויף זאגט אז היות עס איז מנוגד צום עיקר הדת, איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט דאס אנצונעמען.

:roll: לערן איבער בעיון, דערנאך קום צוריק.

וואס איז די חילוק צווישן אריסטו און אפלטון'ס שיטה? וואס זאגט ער אויב אריסטו'ס מהלך ווערט אויפגעוויזן במופת? און אויב אפלטון'ס?
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 178

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 12:48 pm
אבער איינמאל שיטת אפלטון איז אראפ פון טיש צוליב וואס איך בלייב יא ביי די פשטות פסוקי התורה, ממילא וועט אייינער וואס האלט יא אזוי זיין א כופר ומין.
100% (אזויווי איך האב שוין געשריבן...)

@צווייטער, לאמיר מאכן א סאמערי:

וואס איך האב געשריבן איז אזוי:
1. אמת און אמת קענען זיך נישט סותר זיין. די תורה איז אמת און א פאקט איז אמת, זוכט מען דעם ריכטיגן פשט און מען לייקנט נישט דעם פאקט. (אזוי האט דער רמב"ם געטון מיט גשמיות).
2. אן א מופת גייט מען נישט אוועק פונעם פשט (מו"נ ח"ב פכ"ה). אפילו ביי אפלטון'ס שיטה, וואס איז נישט סותר יסודי התורה, בלייבט מען ביים פשט ווייל ס'איז נישט באוויזן.
3. מקורות אליין זענען נישט מכריע, ווייל יעדע זייט האט מקורות. די איינציגע שאלה איז צי עס איז א מופת.
4. עוואלוציע אליין זאגט נישט אז ס'איז נישטא קיין רצון. ווער עס ניצט עס צו לייקענען דעם בורא, דאס איז זיין כפירה, נישט די עוואלוציע'ס.

סא ס'בלייבט איין שאלה: איז עוואלוציע א מופת? אויב ניין, בלייבט מען ביים פשט, און ווער עס גייט אוועק פונעם פשט אן א מופת, דא בין איך מיט דיר.

זענען מיר מסכים אויף די 5 פונקטן?
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 955
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1949

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

aitch האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 1:47 pm

4 בין איך נישט מסכים, איינמאל די פשטי הכתובים מורים להיפך, וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים תּוֹצֵא הָאָרֶץ נֶפֶשׁ חַיָּה לְמִינָהּ בְּהֵמָה וָרֶמֶשׂ וְחַיְתוֹ אֶרֶץ לְמִינָהּ וַיְהִי כֵן. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים אֶת חַיַּת הָאָרֶץ לְמִינָהּ וְאֶת הַבְּהֵמָה לְמִינָהּ וְאֵת כָּל רֶמֶשׂ הָאֲדָמָה לְמִינֵהוּ. וַיִּיצֶר ה' אֱלֹקִים אֶת הָאָדָם עָפָר מִן הָאֲדָמָה וַיִּפַּח בְּאַפָּיו נִשְׁמַת חַיִּים וַיְהִי הָאָדָם לְנֶפֶשׁ חַיָּה.

ווער עס זאגט אנדערש צו פארדרייען די פשטי הכתובים איז שוין א כופר ומין, פונקט ווי ווען איי ער זאל היינט אננעמען אפלטון'ס שיטה בקדמות העולם
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
שיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:37 pm
x 17

פאוסט דורך שיש »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:02 pm

נומער 4 הייסט דיר נישט אננעמען עוואלוציע. עס פרעגט דיר צי עוואלוציע בשרשו לייקנט אין רצון.

שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:07 pm

רצון איז א עקסטערע שמועס.

איך זאג אין איין סענטענס - די פשטות הכתובים ''תוצא הארץ נפש חיה למינה'' און ''וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה'' זענען מורה אויף א דירעקטע יצירה פון די באזונדערע מינים און פונעם אדם, נישט אויף א שטאפעלדיגע התפתחות פון אלע לעבעדיגע באשעפענישן. פינטל.

בחינה 25
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 158
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 20, 2025 11:35 pm
Location: Somewhere worldwide
x 371

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך בחינה 25 »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 12:37 pm
אבער מיין עיקר נקודה, איינמאל מ'גלייבט אז דער בוכ"ע האט די אומבאגרעניצטע יכולת צו באשאפן א גאנצע מציאות יש מאין הגמור, מיט אלע אירע חוקים און סדרי הטבע, פארוואס דארף מען בכלל צוקומען צו טבעיות'דיגע טעאריעס כדי מסביר צו זיין דעם מעשה בראשית?

וואס פעלט אונז אן דעם? אין לך טפשות גדולה מזו.

די חוקי הטבע זענען דאך אליין א חלק פון דער בריאה. זיי זענען נישט קיין געזעצן וואס זענען געשטאנען העכער דעם בורא און האבן אים מחייב געווען וויאזוי צו באשאפן זיין וועלט. אדרבה, דער בורא האט באשאפן דעם טבע, און דער טבע איז כפוף צו זיין רצון.

ממילא, פון וואנעט נעמט זיך דער הכרח אז דער אופן פון דער ערשטער בריאה מוז שטימען מיט די סדרים און פראצעסן וואס מיר זעען היינט אין דער שוין באשאפענער וועלט?

אויב דו גלייבסט אז דער בוכ"ע האט באשאפן דעם גאנצן עולם יש מאין הגמור, און דו גלייבסט אין די ניסים פון יציאת מצרים, קריעת ים סוף, מעמד הר סיני און אלע אנדערע ניסים וואס זענען מפורש בתורה, וואס פעלט דיר בכלל אויס א טבעיות'דיגער מהלך כדי צו פארשטיין וויאזוי דער עולם איז באשאפן געווארן?

ווען די תורה דערציילט אז דער ים האט זיך געשפאלטן, זוכסטו דען א טעאריע וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן לויט די חוקי הטבע? און אויב דו האסט נישט אזא טעאריע, איז דען עפעס שווערער צו גלייבן אין קריעת ים סוף?

פארוואס דען ווען מ'קומט צו מעשה בראשית, וואו דער בורא האט באשאפן נישט בלויז די וועלט, נאר די עצם חוקי הטבע גופא, שפירט מען פלוצלינג א צורך צו זוכן א טבעיות'דיגן פראצעס וואס זאל מסביר זיין וויאזוי דאס האט פאסירט?

אדרבה, אויב ביי קריעת ים סוף פארשטייסטו אז דער בורא איז נישט משועבד צו די חוקי הטבע, איז דאך כל שכן ביי בריאת העולם, ווען די חוקי הטבע אליין זענען נאך נישט געווען קיין באשטימטע מציאות.

און דאס וואס מ'טענה'ט אז אויב מ'וועט אמאל אויפווייזן די שיטת העוואלוציע וועט דאס גורם זיין כפירה ביי מענטשן, פארשטיי איך בכלל נישט דעם מהלך.

ראשית, מ'רעדט דאך דא פון א הייפאטעטישע שאלה, וואס וועט זיין אויב מ'וועט אמאל אויפווייזן אז די בריאה איז צוגעגאנגען דווקא לויט דעם מהלך.

שנית, פאר איינעם וואס זיין אמונה אין "בראשית ברא אלקים" איז קלאר און פעסט, און וואס גלייבט אין בריאה יש מאין און אין אלע ניסי התורה, איז דער עצם געדאנק אז דער בורא האט באשאפן דעם עולם שלא כדרך הטבע בכלל נישט קיין שוועריקייט. פונקט ווי ער דארף נישט קיין טבעיות'דיגן הסבר אויף קריעת ים סוף, דארף ער אויך נישט קיין טבעיות'דיגן הסבר אויף מעשה בראשית.

שלישית, אויב א געוויסער מהלך ווערט גענוצט אלס איינע פון די הויפט טענות פון די אטעאיסטן קעגן אמונה בבורא העולם, איז דען דאס א סיבה פאר אונז דווקא צו זוכן וויאזוי אריינצונעמען דעם מהלך אין פירוש התורה? אפשר איז פונקט פארקערט, אז מען דארף זיין די מערסטע זהיר נישט צו געבן דעם מהלך א מקום אין אונזער פירוש פון מעשה בראשית?
סתם א פוינט, דא ביי אונז אין אסטראנאמיע איז פארקערט מ'זוכט נישט ראיות צו פארשטיין וויאזוי ס'האט זיך אנגעפאנגען, נאר מ'זעט קודם די ראיות, ס'דא אינטערעסאנטע פאקטן ווי למשל זייער ווייטע שטערנס, די CMB, א יוניווערס וואס ווערט גרעסער א.א.וו. זוכט מען צו פארשטיין וואס זאגט אונז דעיס.

ס'די זעלבע ווי ווען מ'האט געטראפן די סנה איינגעקריצט אין די שטיינער.
מ'האט עס נישט געזוכט, אבער אז מ'טרעפט עפעס אינטערעסאנט, וואס קומט אונז דעיס זאגן?
כ'בין נאך יונג, כ'קען נאך טוישן מיין מיינונג.
aitch
פרישער באניצער
פאוסטס: 97
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 6:34 pm
x 178

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך aitch »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:14 pm
איך זאג אין איין סענטענס - די פשטות הכתובים ''תוצא הארץ נפש חיה למינה'' און ''וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה'' זענען מורה אויף א דירעקטע יצירה פון די באזונדערע מינים און פונעם אדם, נישט אויף א שטאפעלדיגע התפתחות פון אלע לעבעדיגע באשעפענישן. פינטל.
גערעכט, דאס איז דער פשט. אויף דעם זענען מיר מסכים.

מזל טוב 👏🏻
יָכוֹל לִפְטוֹר הָעוֹלָם, אֲדוֹנֵינוּ בַּר יוֹחָאי
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 342
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 551

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך Who knows »

איינער האט ר' לוי יצחק'ס אימעיל אדרעס? ביטע עס מיר שיקן פריוואט
שיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:37 pm
x 17

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך שיש »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:14 pm
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:07 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:02 pm

4 בין איך נישט מסכים, איינמאל די פשטי הכתובים מורים להיפך, וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים תּוֹצֵא הָאָרֶץ נֶפֶשׁ חַיָּה לְמִינָהּ בְּהֵמָה וָרֶמֶשׂ וְחַיְתוֹ אֶרֶץ לְמִינָהּ וַיְהִי כֵן. וַיַּעַשׂ אֱלֹקִים אֶת חַיַּת הָאָרֶץ לְמִינָהּ וְאֶת הַבְּהֵמָה לְמִינָהּ וְאֵת כָּל רֶמֶשׂ הָאֲדָמָה לְמִינֵהוּ. וַיִּיצֶר ה' אֱלֹקִים אֶת הָאָדָם עָפָר מִן הָאֲדָמָה וַיִּפַּח בְּאַפָּיו נִשְׁמַת חַיִּים וַיְהִי הָאָדָם לְנֶפֶשׁ חַיָּה.

ווער עס זאגט אנדערש צו פארדרייען די פשטי הכתובים איז שוין א כופר ומין, פונקט ווי ווען איי ער זאל היינט אננעמען אפלטון'ס שיטה בקדמות העולם
נומער 4 הייסט דיר נישט אננעמען עוואלוציע. עס פרעגט דיר צי עוואלוציע בשרשו לייקנט אין רצון.
רצון איז א עקסטערע שמועס.

איך זאג אין איין סענטענס - די פשטות הכתובים ''תוצא הארץ נפש חיה למינה'' און ''וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה'' זענען מורה אויף א דירעקטע יצירה פון די באזונדערע מינים און פונעם אדם, נישט אויף א שטאפעלדיגע התפתחות פון אלע לעבעדיגע באשעפענישן. פינטל.
געוואלדיג, סאו שטיי מיר אונז גלייך? אויב עוואלוציע (עכ"פ חלקים דערפון) ווערט אויפגעוויזן איז עס נישט אנדערש ווי אפלטונ'ס קדמות. ווילאנג ס'איז נישט אויפגעוויזן איז עס נגד הפשטות און מ'נעמט עס נישט אן.

רש"ר הירש אין א דרשה זאגט בערך דאס; עוואלוציע איז ס"ה א שפעקולאציע, נניח ס'וועט ווערן אויפגעוויזן איז עס נישט מורה אויף אונזער יסוד גארנישט, און דער יסוד איז אז די בריאה איז נישט קיין מקרה ח"ו.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 955
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1949

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך צווייטער »

aitch האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:18 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:14 pm
איך זאג אין איין סענטענס - די פשטות הכתובים ''תוצא הארץ נפש חיה למינה'' און ''וייצר ה' אלקים את האדם עפר מן האדמה'' זענען מורה אויף א דירעקטע יצירה פון די באזונדערע מינים און פונעם אדם, נישט אויף א שטאפעלדיגע התפתחות פון אלע לעבעדיגע באשעפענישן. פינטל.
גערעכט, דאס איז דער פשט. אויף דעם זענען מיר מסכים.

מזל טוב 👏🏻
שיש האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:29 pm
געוואלדיג, סאו שטיי מיר אונז גלייך? אויב עוואלוציע (עכ"פ חלקים דערפון) ווערט אויפגעוויזן איז עס נישט אנדערש ווי אפלטונ'ס קדמות. ווילאנג ס'איז נישט אויפגעוויזן איז עס נגד הפשטות און מ'נעמט עס נישט אן.

רש"ר הירש אין א דרשה זאגט בערך דאס; עוואלוציע איז ס"ה א שפעקולאציע, נניח ס'וועט ווערן אויפגעוויזן איז עס נישט מורה אויף אונזער יסוד גארנישט, און דער יסוד איז אז די בריאה איז נישט קיין מקרה ח"ו.

האב איך שוין פריער געשריבן
צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 12:37 pm
אבער מיין עיקר נקודה, איינמאל מ'גלייבט אז דער בוכ"ע האט די אומבאגרעניצטע יכולת צו באשאפן א גאנצע מציאות יש מאין הגמור, מיט אלע אירע חוקים און סדרי הטבע, פארוואס דארף מען בכלל צוקומען צו טבעיות'דיגע טעאריעס כדי מסביר צו זיין דעם מעשה בראשית?

וואס פעלט אונז אן דעם? אין לך טפשות גדולה מזו.

די חוקי הטבע זענען דאך אליין א חלק פון דער בריאה. זיי זענען נישט קיין געזעצן וואס זענען געשטאנען העכער דעם בורא און האבן אים מחייב געווען וויאזוי צו באשאפן זיין וועלט. אדרבה, דער בורא האט באשאפן דעם טבע, און דער טבע איז כפוף צו זיין רצון.

ממילא, פון וואנעט נעמט זיך דער הכרח אז דער אופן פון דער ערשטער בריאה מוז שטימען מיט די סדרים און פראצעסן וואס מיר זעען היינט אין דער שוין באשאפענער וועלט?

אויב דו גלייבסט אז דער בוכ"ע האט באשאפן דעם גאנצן עולם יש מאין הגמור, און דו גלייבסט אין די ניסים פון יציאת מצרים, קריעת ים סוף, מעמד הר סיני און אלע אנדערע ניסים וואס זענען מפורש בתורה, וואס פעלט דיר בכלל אויס א טבעיות'דיגער מהלך כדי צו פארשטיין וויאזוי דער עולם איז באשאפן געווארן?

ווען די תורה דערציילט אז דער ים האט זיך געשפאלטן, זוכסטו דען א טעאריע וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן לויט די חוקי הטבע? און אויב דו האסט נישט אזא טעאריע, איז דען עפעס שווערער צו גלייבן אין קריעת ים סוף?

פארוואס דען ווען מ'קומט צו מעשה בראשית, וואו דער בורא האט באשאפן נישט בלויז די וועלט, נאר די עצם חוקי הטבע גופא, שפירט מען פלוצלינג א צורך צו זוכן א טבעיות'דיגן פראצעס וואס זאל מסביר זיין וויאזוי דאס האט פאסירט?

אדרבה, אויב ביי קריעת ים סוף פארשטייסטו אז דער בורא איז נישט משועבד צו די חוקי הטבע, איז דאך כל שכן ביי בריאת העולם, ווען די חוקי הטבע אליין זענען נאך נישט געווען קיין באשטימטע מציאות.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
שיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:37 pm
x 17

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך שיש »

צווייטער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 11, 2026 3:34 pm
האב איך דיר שוין געשריבן פריער אז שרייבן כפירה ארורה אויף עפעס וואס האט טעכניש א שאנס צו ווערן אויפגעוויזן איז מרבה כופרים.

איך האב נישט קיין דראנג צו איבערצייגן עוואלוציע, ההיפך הוא הנכון, מיר מאכט עס נישט קיין סענס שכל'דיג גערעדט. איך באצי זיך אך ורק אויפ'ן חלק פון מכפר זיין אן א גענוגנדע סיבה.
שיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 11:37 pm
x 17

Re: ר' לוי יצחק האניג קעגן היליאסענטערסיזם...

פאוסט דורך שיש »

@צווייטער אודה אז כ'האב נישט אויפגעפאסט דעם רמב"ן ביז יעצט, דער מדרש (פסיקתא דר"כ כג, א) זאגט מנין העולם הייבט זיך אן פון בריאת האדם ולא העולם (ויתכן דכן משמע קצת בכוזרי מ"א סעיף מז).

כ'האב מיך אויך מסתמך געווען אויפ'ן רבינו בחיי אויף בונה עולמות ומחריבן וגם על פירושו של התפארת ישראל על סדרי בראשית הבונה ע"ז. ובדרך אפשר ודרוש גם על תורת הקבלה בסדר ההשתלשלות.

ווי אויך, פשטות השכל, 6 טעג לפני בריאת מציאות הזמן והגלגלים האט נישט קיין וועג צו מיינען 6 היינטיגע טעג.

אבער דער רמב"ן איז קלארע דיבורים. ס'איז מיר שווער צו פארשטיין, יתכן ס'איז געווען מעשה נסים וואס געניצט עתיד לפני בריאתו, בפרט אויפ'ן ערשטן טאג ממש.
שרייב פאוסט