aitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 6:24 pmסארי, איך האב בכלל נישט געזוכט זיך אריינצומישן, איך האב נאר געוואלט קלארשטעלן די פאקטן. גארנישט מער.Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 6:08 pmaitch האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 08, 2026 5:58 pm
פאסילס: קארבאן דעיטינג גייט נאר צוריק ביז ארום 50,000 יאר, ווייל קארבאן-14 צעגייט זיך צו שנעל. רוב פאסילן ווערן געדעיט מיט אנדערע מהלכים
שטיינער: גערעכט, קארבאן דעיטינג ארבעט נאר אויף עפעס וואס האט אמאל געלעבט. (קיינער האט נישט געשריבן אנדערשט)
ספעיס: מען נוצט יא קארבאן-14 אויף מעטעאריטס. קאסמיש שטראלן שאפט קארבאן-14 אינעם שטיין. ווען ער פאלט אראפ אויף דער ערד, הערט עס אויף און הייבט אן צו צעגיין. דורכן מעסטן וויפיל ס'איז געבליבן, ווייסט מען ווען דער מעטעאריט איז אראפגעפאלן.
וועסט אודאי נישט ברוגז זיין אז איך לאז זיך נישט אריינשלעפן אין דיין שפיל פון קוועטשן א ווארט ארויף א ווארט אראפ. דו האסט פרובירט אוועקצושטעלן א יסוד אז קארבאן דעיטינג ווערט כמעט נישט באנוצט צו דעיטן זאכן אויף די וועלט (וואס די מבול האט געקענט צומישן די חשבון), און עס איז ליגנט. מען נוצט עס גאר אסאך אויף ארכעאלאגישע געפינסן (נישט דוקא פאסילס ווי דו פרובירסט צו שפילן מיט די ווערטער) און אנדערע זאכן אויף פלאנעט ערד, אזוי אז זייער אסאך חשבונות וואס די סייענטיפישע וועלט האט דערקלערט אלס פאקט איז באזירט אויף קארבאן דעיטינג פון זאכן וואס האבן דורכגעלעבט די מבול.
און לאמיר עס נעמען א טריט ווייטער. דו האסט פרובירט אפצופרעגן מיין קשיא פון דעם מבול מיט דעם אז מען נוצט קארבאן דעיטינג אויף שטיינער פון ספעיס. יעצט ביזטו מודה אז מען נוצט עס נאר אויף שטיינער פון ספעיס 'וואס זענען אראפגעפאלן אויף די וועלט', צו כלומר'שט באשטעטיגן ווען זיי זענען אראפגעפאלן. סאו אויב קארבאן דעיטינג באשטימט אז עס איז אראפגעפאלן 30,000 יאר צוריק, איז עס דאך שוין דא געווען ביים מבול, ממילא איז די חשבון ווייטער נישט קראנט.
אין סך הכל: נישט נאר וואס דיין פרואוו אראפצומאלן כאילו סייענס בויעט נישט קיין סאך אויף קארבאן דעיטינג פון ערדליכע זאכן איז נישט ריכטיג, נאר אפילו דיינע ספעיס שטיינער זענען אויך ערגליכע זאכן אין די קאנטעקסט און די קשיא פונ'ם מבול איז קאי וקיים 100%.
איך האב פולע רעספעקט פאר דיין פרואוו אפצופרעגן קארבאן דעיטינג דורכן מבול. נאר ווייס אז קארבאן דעיטינג איז איין קליין שטיקל אינעם פאזל. וואס טוסטו מיט:
דעם גרענד קעניאן, שיכטן אין אזערעס, אייז-שיכטן, דער ים-באדן וואס ווייזט ווי אזוי די קאנטינענטן זענען צעגאנגען, זאלץ-שיכטן אונטערן ים, פארשטיינערטע ערד וואס מען טרעפט אלטע ערד מיט ווארצלען אונטער דעם, די האוואי אינזלען, שריים פון גלעטשערס, דער סדר פון פאסילן. ועוד
כ'האב נישט די כח, צייט און נערוון דורכצוגיין בעיון יעדע פון די זאכן וואס דו האסט דערמאנט בהעברה בעלמא, אבער די יסוד פון אלעם איז אז כמעט אלעס וואס דו דערמאנסט איז טעאריעס, נישט קיין פאקטן. למשל די גרענד קעניאן איז א פאקט אז עס עקזיסטירט, אבער דאס אז עס איז געשאפן געווארן דורך וואסער וואס האט צוביסלעך, דורכאויס צענדליגער מיליאנען יאר, אוועקגעוואשן די זאמד, איז א טעאריע, נישט קיין פאקט. ס'קען פונקט אזוי זיין אז דער אויבערשטער האט עס פשוט אזוי באשאפן (ווי חז"ל זאגן אין צייר כאלוקינו), און כ'וואלט בכלל נישט געווען סורפרייזד אויב אין 20 יאר ארום וועט סייענס אויפקומען מיט א פרישע טעאריע וויאזוי די גרענד קעניאן האט זיך פארמירט, דאסמאל דורכאויס טריליאנען יאר, און וועלן לאכן פון די נארישע טעאריע אז עס איז געשען דורך וואסער.