באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 05, 2026 8:40 pm
זייער קלאר האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 05, 2026 4:16 pm
דורותינו גליון - פנחס פו (1) (1).pdfדורותינו גליון - פנחס פו (1)_page-0001.jpgדורותינו גליון - פנחס פו (1)_page-0002.jpg
כ'מיין איך גיי אריין אין ביזנעס פון פאררעכטן קעפלעך...
פאריגע וואך דאס:
viewtopic.php?p=270512#p270512
באקוועמער אידל האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 03, 2026 11:32 am
געליינט, זייער שיין, אבער ביטע טוישן קעפל צו:
"פראיעקט A119 - ווען אמעריקע האט פלאנירט צו עקספלאדירן א נוקלעאר באמבע אויף די לבנה" כדי צו רעפלעקטירן מער אמת'דיג וואס עס שטייט אין דיין ארטיקל.
און יעצט דעם דורותינו:
דארף מען טוישן דע קעפל פון "אלטע חינוך רעגולאציעס פארבלייבן אין קראפט!!!"
צו:
"אלטע חינוך רעגולאציעס פארבלייבן אין קראפט פאר די וואס ווילן נישט נעמען קיין שום פעטוועי "
אדרבה, לייענט דעם ארטיקל...
(דער פראבלעם איז אבער אז דעמאלטס האט ער גארנישט געזאגט, אדרבה...)
ווי אויך קוק עפעס אויס דארט מאדנע געשריבן פאר פייער און פאר וואסער אז בארשאוו האט בשעתו געטענה'ט פארוואס די רעגירונג האט נישט קיין רעכט צו באצווינגען די מוסדות צו נעמען א פעטוועי איז צוליב וואס די רבנים הגאונים האבן געווארנט גלייך נאכדעם וואס די נייע רעגולאציעס זענען אריין אין קראפט אז ווילאנג עס קומען נישט ארויס קיין פרישע קלארע רעגולאציעס איז נישט לאגיש אריינצוטאנצען און נעמען א פעטוועי, במילא טענה'ט דער אדוואקאט אז יעצט א יאר נאך די נייע אמענדמענט איז נאכאלץ נישט ארויסגעגעבן געווארן קיין נייע רעגולאציעס במילא דארף מען נישט נעמען קיין פעטוועי וכו' וכו'
איינער האט דאס מינדעסטע אנונג פון וואס זיי רעדן, איז דא עפעס א פרישע אנטוויקלונג פון יעצט בשעתו א יאר נאך די נייע אמענדמענט אז מען טענה'ט אז מען וויל נישט נעמען קיין שום פעטוועי??? אויף וויפיל איך האב געזעהן, איז בארשאוו'ס קלאגע די לעצטע יאר צייט, דירעקט פארקערט, אז די מוסדות ווילן דווקא
יא נעמען א פעטוועי און די עדיוקעישאן דעפארטמענט לאזט נישט, און ער האט געווינען אין קאורט אז די מוסדות קענען טאקע יא נעמען...
עס איז אנבעליוועבעל וואסערע חושעריי עס קומט דא פאר.
עניוועי וויל איך מיך נישט אונטערנעמען צו ווערן דער קעפל און ארטיקל פאררעכטער פון דורותינו, ווייל דאס וועט זיין א וועכענטליכער דזשאב...
איך האב איבערגעלייענט וואס שטייט אין דורותינו, און עס קוקט מיר אויס אז איר פארמישט דא צוויי קעיסעס..
בארשעוו האט פארטרעטן צוויי סארטן מוסדות:
1) מוסדות וואס
די רעגירונג האט זיי בשום אין פנים ואופן נישט געוואלט לאזן נעמען א פעטוועי [סקווירא, סאטמאר ב"פ] וואס פאר זיי האט ער געזאגט אין געריכט אז זיי ווילן יא נעמען א פעטוועי
2) מוסדות התורה
וואס די רעגירונג ערלויבט זיי יא צו נעמען א פעטוועי, און אדרבא, די רעגירונג לויפט זיי גאר נאך אז זיי זאלן נעמען א פעטוועי, אבער די מוסדות ווילן קודם וויסן אויב די נייע געזעץ האט טאקע עפעס געטוישט, און פאר די מוסדות זאגט בארשעוו [פאר די רעגירונג] אז די קענסט מיר נישט 'הייסן' נעמען א פעטוועי, איידער די זאגסט מיר קלאר וואס די נייע פעטוועי איז.
דאס אז איר זעהט די זעלבע נאמען בארשעוו, וואס שרייבט די טענות, מיינט נישט אז ער גייט אלעמאל טענה'ן די זעלבע טענה... יעדע מוסד קען עם דינגען, און ער וועט טענה'ן פאר יעדן מוסד לפי רוחו...
1) פאריאר האט בארשעוו געטענה'ט [פאר סקווירא, סאטמאר ב"פ] לאז מיר 'יא' נעמען די נייע פעטוועי.
2) און איצט איז די רעדע פון אנדערע מוסדות, עס איז א אנדערע קעיס, איצט זאגט בארשעוו פאר די סיטי, די קענסט מיר '
נישט' צווינגן צו נעמען א פעטוועי, איידער די קומסט אריין קלאר, וואס די נייע פעטוועי מיינט לשיטתך.
אויף דעם צווייטן קעיס, האט די רעגירונג גענטפערט, אז זיי פלאנען נישט צו מאכן קיין נייע גיידליינס, צוליב די נייע געזעץ, ווייל אלעס בלייבט ביים אלטן.
אבער אויב איז דאס ריכטיג, אז די גיידליינס פארבלייבט ביים אלטן, מיינט דאס, אז די אלטע רעגולאציעס פארבלייבן אין קראפט
סיי פאר מוסדות וואס נעמען יא א פעטוועי [וואס לכאורה אז מען קען אריינגעבן קאמפלעינטס' וכו']
און סיי פאר מוסדות וואס נעמען נישט קיין פעטוועי [די גיידליינס רעדט פון ביידע מוסדות].
איך האף אז איצט זענט איר שוין 'קלאר'.
און מיט דעם איז אייער טויש אינעם העדליין נישט ריכטיג.