פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 17, 2026 12:45 pm
זייער קלאר האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 16, 2026 3:25 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 12, 2026 3:58 pm
דער ריכטער האט געזאגט אז די נייע געזעץ האט "געטוישט די באדייט וואס א סובסטענשעל עקוויווילענט עדיוקעישאן באדייט" - און נישט ווי איר און די סטעיט (און אבי שיק אין זיין בריוו צום ריכטער) זאגן אז עס האט געלאזט אין פלאץ אלע פארלאנגען בנוגע וואס הייסט א סובסטענשעל עקוויווילענט עדיוקעישאן און בלויז געטוישט די וועג וויאזוי מען "ווייזט דאס אויף"
לשיטתך
ווען די געזעץ געבער לויער זאגט קלאר אז מען ברויך נאך אלס אלעס לערנען, און פון די משמעות פון די ריכטער איז משמע אפשר אז מען ברויך נישט, וועלכע ווערסיע באשטימט?
דאכט זיך אז אין די רעבעל קעיס איז דאס געווען די דין ודברים, אויב מען מוז 'יא' אדער 'נישט' ווייטער אלעס לערנען, און אויף דעם האט דער געזעץ געבער לויער געוואלט קלאר שטעלן פאר רעבעל אז יא, ממילא זיין טענה אז מען האט עפעס אוועקגענומען פון אים איז נישט ריכטיג.
משא"כ די געריכט פאפירן וואס די ברענגסט, איז די נושא נישט געווען דארט, אויב מען ברויך יא אדער נישט אלעס לערנען, נאר אויב די דריי מוסדות זענען נאך אלס סקולס.
דאס וואס די נייע געזעץ זאגט כלפי יא אדער נישט ווייטער ברויכן אלעס לערנען איז נאר אריינגעקומען בדרך אגב. [קען אפילו זיין אז די ריכטער האט פארשטאנען אזוי ווי רעבעל, אז מען ברויך שוין נישט אלעס לערנען, אויף דעם האט דער געזעץ געבער לויער געזאגט, אז ניין, מען ברויך נאך אלס ווייטער אלעס לערנען]
ממילא לכאורה קען מען נישט בויען אויף דעם קיין סאך.
אקעי, אלזא דער ריכטער האט "יא" געזאגט פארקערט אין זיין אורטייל.
סך הכל טענה'סטו אז ער האט עס נישט געזאגט בתורת אורטייל, נאר אלץ א זייטיגע פונקט וואס איז נישט נוגע, און ער קען וועןם פונקט אזוי האלטן אנדערש און דאך אורטיילן אזוי, און זאגסט זאגאר אז דאס איז בכלל נישט געווען די נושא און מען האט זיך ניטאמאל גע'טענה'ט איבער דעם...
איז לאמיר דיר אויסזאגן א סוד, די מחלוקת וויאזוי מען לערנט אפ די נייע געזעץ איז געווען די יסוד פונעם גאנצן קעיס, די סטעיט האט קלאר געשריבן אין זייערע פאפירן אז אזויווי די נייע געזעץ איז נישט א "נייע סיסטעם" נאר עס איז סך הכל א "פעטוועי" וויאזוי מען "ווייזט אויף" אז מען "לערנט פאקטיש, אלע לימודים וואס די געזעץ האט ביז יעצט פארלאנגט, און דעריבער אפילו אויב מען זאל וועלן אננעמען די טענות פון די מוסדות אז די געזעץ איז חל אויף זיי מאכט עס נישט קיין סענס זיי צו לאזן נוצן די געזעץ וואס איז סך הכל א מיטל וויאזוי "אויפצואווייזן" אז מען לערנט, ווען עס איז שוין פעסטגעשטעלט געווארן אז זיי לערנען נישט פאקטיש...
משא"כ די מוסדות האבן גע'טענה'ט אז ניין, די נייע געזעץ איז א גענצליך נייע סיסטעם וויאזוי מען באשטימט די באדייט פון עקוויווילענט, און דעריבער מאכט נישט אויס צו זיי לערנען עס יא אדער נישט, די איינציגסטע שאלה איז אויב זיי קומען נאך די נייע פארלאנגען פאר עקוויווילענס וואס ליגן אין די נייע געעזץ.
אלזא ווען דער ריכטער האט געאורטיילט לטובת די מוסדות און קלאר געשריבן אז דאס איז ווייל די נייע געזעץ האט געטוישט די באדייט וואס א סובסטענשעל עקוויווילענט עדיוקעישאן באדייט איז עס סאאאאאך מער ווערט ווי וואס די לאיער פאר די סטעיט זאגט...
new system.png
new system 2.png
איך הער וואס די זאגסט
למעשה האמיר דא פיר צדדים
צד א' - די געזעץ געבער וועלכע האבן געמאכט דעם געזעץ
צד ב' - די סטעיט עדיוקעישאן דעפט.
צד ג' - די דריי מוסדות - לויער בארשעוו
צד ד' - די ריכטער אויפן קעיס [פון די דריי מוסדות]
דא איז געווען א געריכט ווי מען האט דן געווען איבער 'וואס' האבן די געזעץ געבער געטוען מיטן מאכן דעם נייעם געזעץ.
ביים געריכט זענען געווען נאר דריי צדדים, [צד ב', ג', ד'] דהיינו סטעיט עדיוקעישאן דעפט, די דריי מוסדות, און די געריכט זעלבסט
די עדיוקיעשאן דעפט. - לשיטתך - האט געטענה'ט אז אפילו לויטן נייעם געזעץ נאך אלס דא א חיוב לימודים
די מוסדות בארשעוו האט געטענה'ט -לשיטתך- אז לויטן נייעם געזעץ איז שוין נישטא קיין חיוב הלימודים.
די ריכטער האט געזאגט אז זי האלט אז לויער בארשעוו איז גערעכט, און די נייער געזעץ האט אוועקגענומען דעם חיוב הלימודים.
איצט קומען די געזעץ געבער זעלבסט [צד א'] - די וואס האבן געמאכט דעם געזעץ - און זאגן פארנט פון א ריכטער, אז ווער עס זאגט אז די געזעץ געבער האבן אוועקגענומען דעם חיוב הלימודים מאכן א טעות, נאר מען ברויך ווייטער אלעס לערנען.
זאגסטו אז א דרויסענדער ריכטער קען זאגן פשט אין א געזעץ, פארקערט ווי וואס די וואס האבן געמאכט דעם געזעץ זעלבס זאגן - זאגסטו אז דאס איז גאר שטערקער??
עס איז מיר אביסל אינטערסאנט.
ווי אויך האט איך געליינט וואס
@פארטריבן האט געשריבען, אויך א שטארקע נקודה, אז אויב איז ריכטיג וואס איר זאגט וועט דאס בארשעוו זיכער ערווענען אין זיינע קומענדיגע פאפירן.