זייער קלאר האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 03, 2026 4:06 pm
קראכמאל האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 03, 2026 3:46 pm
זייער קלאר האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 03, 2026 3:18 pm
לייען איבער: די פראגראם פארלאנגט הפרדת הדת,
ד.ה. נישט צו לערנען אידישקייט
און למעשה, לערנט מען דארטן אידישקייט אדער נישט?
ווען דער אינספעקטאר איז דארט ?
לכאורה נישט
ווי אפט איז די אינספעקטאר דארטן? איינמאל א יאר?
איך פרעג פשוט, ווייל איך האב לעצטענס אויסגעפרעגט איינער וואס האט א קינד אין העד-סטארט, ער זאגט מיר אז ער האט אליינס געהאט חשדות, הערנדיג אזויפיל אז מען שניידט ארויס דעם אייבערשטענס נאמען וכו' וכו'. אבער צוליב שלו' בית האט ער מסכיכם געווען צו שיקן דארטטן. למעשה קוקט ער איבער די צעטלעך יעדע וואך, און אלעס איז זייער אידישלעך, מיטן אייבערשטענס נאמען דערמאנט, אפשר נייערע גרעפיקס וכדו', אבער חוץ פון דעם גארנישט. ער האלט שוין יעצט סוף יאר, און ער קען נישט כאפן אויף וואס מען פארפירט אזוי אויף העד-סטארט.