נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 904
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1877

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

לך לך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 5:30 pm
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 5:24 pm די מוסדות האבן יעצט פאר יום טוב געליטן פון צוויי ערנסטע פייערס וואס האט געברענגט אסאך שאדן פאר די מוסדות.
דינסטאג האט אפגעברענט א טרעילער אינטערן תלמוד תורה אויף רימנוב וואס ווערט גענוצט פאר חדר מיוחד אין די מוסדות, און דאס צו איבערבויען און אויסשטאפירן פונדאסניי איז אסאך געלט
מיטוואך ערב יום טוב האט אפגעברענט אויף קאזניץ אין די זייט פון די סקול א טרעילער וואס איז געווארן גענוצט פאר א מצה בעקעריי פאר יארן לאנג, און ערב יו"ט האט זיך פון די אויבן אנגעצינדן דעם גאנצן טרעילער און אפגעפלאקערט.
ד' ימלא חסרונם
ביטע שרייבט פון וועלכע מוסדות איר רעדט
:lol: די מוסדות וואס האט בנינים אויף רימנוב און אויף קאזניץ
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1478
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2353

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

אויך וועלכע שטאט ביטע.
טויגליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:20 pm
x 50

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך טויגליך »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 5:24 pm די מוסדות האבן יעצט פאר יום טוב געליטן פון צוויי ערנסטע פייערס וואס האט געברענגט אסאך שאדן פאר די מוסדות.
דינסטאג האט אפגעברענט א טרעילער אינטערן תלמוד תורה אויף רימנוב וואס ווערט גענוצט פאר חדר מיוחד אין די מוסדות, און דאס צו איבערבויען און אויסשטאפירן פונדאסניי איז אסאך געלט
מיטוואך ערב יום טוב האט אפגעברענט אויף קאזניץ אין די זייט פון די סקול א טרעילער וואס איז געווארן גענוצט פאר א מצה בעקעריי פאר יארן לאנג, און ערב יו"ט האט זיך פון די אויבן אנגעצינדן דעם גאנצן טרעילער און אפגעפלאקערט.
ד' ימלא חסרונם
סאיז נישט דא קיין אינשורענס דערפאר?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1478
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2353

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

טויגליך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 9:49 pm

לכאורה יא דא, די שאלה איז צו עס לוינט זיך צו קלאגן, ווען עס וועט מסתמא ארויפגיין יערליכע פרימיום פאר די מוסדות מעסטער אינשורענס פאלעסי פיל מער ווי די יעצטיגע רעלאטיוו קלייינע שאדן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3449
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11132

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בקשה צו די עורכי "דער בלאט": הערט אויף מכשיל זיין אונזערע קינדער מיט מונקאטשיזם!

כלל ישראל איז פאראייניגט אין אן ארכי-דראמאטישע היסטאריש-פאראייניגטע נעגל-געשניטענע קאמף קעגן די אייגנטימער, אנפירער, שיק-אינגלעך, רעדאקטארן, שרייבער, גרעפיקער, און שטאב איינגעשטעלטע אין "דער בלאט" מיט דעם אומצוויידייטיגן פארלאנג זיי זאלן אראפנעמען די שעדליכע לאפעס, לאפעטעס, און קאלאטשן, פון די ליינער — ולה' הישועה

כעלעם, ניו יארק - איינוואוינער אינעם שטעטל קרית יואל, דער אייגנארטיגער שטאט וועלכע איז באקאנט מיט איר שטרענגע קאנטראל וועלכע גייען צומאלווייטע שטרעקעס לפנים משורת הדין, זענען שווערליך אנטוישט און שאקירט געווארן, ווען אין א העלן פרימארגן האבן זיי זיך ערוועקט צום ביטערן ידיעה אז דער מלאך המשחית האט ליידער באוויזן צו אריינדרינגען בתוך מחנינו, און מעשה שטן הצליח, צו אלעמענ'ס באדויער, א שרעקליכע פירצה בחומת יהדות האט זיך אפגעשפילט, טאקע דא בפּאלם-טרין של מלך, האט אזאנס פאסירט.

דער שטאט איז דערציטערט געווארן, און אירע איינוואוינער צאפלען ווי א קידוש לבנה פארקויפער אין סאמע פרילינג. די ווענט אין שטאט זענען באהאנגען מיט שאנדפולע פלאקאטן, וועלכע צייגן קאלירפולע לעבעדיגע בילדער פון נישט קיין צווייטער ווי דער מונקאטשער רבי שליט"א.

"מיין גאנצע לעבן איז צעטרייסלט געווארן" האט איינער פון די לאקאלע איינוואוינער זיך אויסגעדרוקט, "נאך אזא אינצידענט, ווער ווייסט וואס דער מארגן וועט ברענגען. ווי א דורכזיכטיגע שאטן אויף א פארפלעקטן וואנט זע איך דעם עתיד פאר קרית יואל".

אנדערע איינוואוינער האבן זאגאר גענומען דראסטישע שריט און געמאלדן אז זיי נעמען דעם אור-אלטן וואנדער-שטעקן, און גענוי ווי אונזערע עלטער זיידעס וועט מען גיין אין גלות צו טרעפן א נייעם הייליג ארט, נישט קענענדיג שלינגען די פארשוועכונג אויפ'ן אמאליגן הייליגן שטעטל.

אט ווען דער מצב האט שוין אויסגעקוקט אזוי ענג, איז געקומען דער ישועה אין פארעם פון אן אלטן צעקנייטשטן הוט, ברילן געדיכט אין אויל, א קאווע'פארשמירטע לאנגע שנויץ, אן אויבערראק וועלכע האט שוין געזען פיל בעסערע צייטן, און הויזן וועלכע קוקן אויס מער ווי א בעזים, וואס אין דעם שמוץ-וועש זאק האט זיך געפונען א מאן, איינער פון די עליטע טעסק פארס אפיצירן אינעם אינטערנאציאנאלן "גאט'ס ארמיי" בריגאדע.

דער יעניגער האט איינגעשטעלט זיינע זיבעציג יאר און אלע לאנגווייליגע טעג דערין, און ווי דער פנחס בן עמינדב בדורינו האט ער מקדש שם שמים געווען, און אפגעטאן דעם חרון אף פון קרית יואל, דורכ'ן אויסשניידן דעם שרעקליכן בילד פון אלע שילדן.

קרית יואל וועט קיינמאל אין א מיליאן יאר נישט קענען גענוג דאנקען דעם אליפורני-קאפ וועלכע האט געראטעוועט אונזער שטאט פון דעם ביטערן מכשול.

זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן ס'זאל שוין מקויים ווערן דער אייביגער הבטחה פון "איך גיי שוין זיין וואויל", און דעם רבי'נס ברכה "משוגעים גייטס אהיים" זאל טאקע אויך נתמלא ווערן ברחמים וברצון, וילמדו טועים בינה, ובא לציען אויערן, ונשלמה פרים שפתינו.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 6175
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 49265

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2026 2:33 am בקשה צו די עורכי "דער בלאט": הערט אויף מכשיל זיין אונזערע קינדער מיט מונקאטשיזם!

כלל ישראל איז פאראייניגט אין אן ארכי-דראמאטישע היסטאריש-פאראייניגטע נעגל-געשניטענע קאמף קעגן די אייגנטימער, אנפירער, שיק-אינגלעך, רעדאקטארן, שרייבער, גרעפיקער, און שטאב איינגעשטעלטע אין "דער בלאט" מיט דעם אומצוויידייטיגן פארלאנג זיי זאלן אראפנעמען די שעדליכע לאפעס, לאפעטעס, און קאלאטשן, פון די ליינער — ולה' הישועה
יעדע בילד פון א פנים ווערט אויסגעשניטן אין ק"י. גארנישט מיט מונקאטש.

זאל עס זיין די רבי ז"ל אליין. א בילד ווערט דערשטאכן

זעה דא
viewtopic.php?p=244574#p244574
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3449
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11132

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2026 2:46 am

יא יא...

אנגעכאפט איין ביישפיל צו אדרעסירן דעם קרענק.

מדארף באמת בּאַפּאַטשן מענטשן דא. קיינער זאל מיר נישט איינרעדן אז איינער מיינט ער טוט וואס איז ריכטיג. דאס איז קראנקע שלעכטיגקייט לשם שלעכטיגקייט לשם שלעכטיגקייט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 867

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך totty »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2026 2:33 am בקשה צו די עורכי "דער בלאט": הערט אויף מכשיל זיין אונזערע קינדער מיט מונקאטשיזם!

כלל ישראל איז פאראייניגט אין אן ארכי-דראמאטישע היסטאריש-פאראייניגטע נעגל-געשניטענע קאמף קעגן די אייגנטימער, אנפירער, שיק-אינגלעך, רעדאקטארן, שרייבער, גרעפיקער, און שטאב איינגעשטעלטע אין "דער בלאט" מיט דעם אומצוויידייטיגן פארלאנג זיי זאלן אראפנעמען די שעדליכע לאפעס, לאפעטעס, און קאלאטשן, פון די ליינער — ולה' הישועה

כעלעם, ניו יארק - איינוואוינער אינעם שטעטל קרית יואל, דער אייגנארטיגער שטאט וועלכע איז באקאנט מיט איר שטרענגע קאנטראל וועלכע גייען צומאלווייטע שטרעקעס לפנים משורת הדין, זענען שווערליך אנטוישט און שאקירט געווארן, ווען אין א העלן פרימארגן האבן זיי זיך ערוועקט צום ביטערן ידיעה אז דער מלאך המשחית האט ליידער באוויזן צו אריינדרינגען בתוך מחנינו, און מעשה שטן הצליח, צו אלעמענ'ס באדויער, א שרעקליכע פירצה בחומת יהדות האט זיך אפגעשפילט, טאקע דא בפּאלם-טרין של מלך, האט אזאנס פאסירט.

דער שטאט איז דערציטערט געווארן, און אירע איינוואוינער צאפלען ווי א קידוש לבנה פארקויפער אין סאמע פרילינג. די ווענט אין שטאט זענען באהאנגען מיט שאנדפולע פלאקאטן, וועלכע צייגן קאלירפולע לעבעדיגע בילדער פון נישט קיין צווייטער ווי דער מונקאטשער רבי שליט"א.

"מיין גאנצע לעבן איז צעטרייסלט געווארן" האט איינער פון די לאקאלע איינוואוינער זיך אויסגעדרוקט, "נאך אזא אינצידענט, ווער ווייסט וואס דער מארגן וועט ברענגען. ווי א דורכזיכטיגע שאטן אויף א פארפלעקטן וואנט זע איך דעם עתיד פאר קרית יואל".

אנדערע איינוואוינער האבן זאגאר גענומען דראסטישע שריט און געמאלדן אז זיי נעמען דעם אור-אלטן וואנדער-שטעקן, און גענוי ווי אונזערע עלטער זיידעס וועט מען גיין אין גלות צו טרעפן א נייעם הייליג ארט, נישט קענענדיג שלינגען די פארשוועכונג אויפ'ן אמאליגן הייליגן שטעטל.

אט ווען דער מצב האט שוין אויסגעקוקט אזוי ענג, איז געקומען דער ישועה אין פארעם פון אן אלטן צעקנייטשטן הוט, ברילן געדיכט אין אויל, א קאווע'פארשמירטע לאנגע שנויץ, אן אויבערראק וועלכע האט שוין געזען פיל בעסערע צייטן, און הויזן וועלכע קוקן אויס מער ווי א בעזים, וואס אין דעם שמוץ-וועש זאק האט זיך געפונען א מאן, איינער פון די עליטע טעסק פארס אפיצירן אינעם אינטערנאציאנאלן "גאט'ס ארמיי" בריגאדע.

דער יעניגער האט איינגעשטעלט זיינע זיבעציג יאר און אלע לאנגווייליגע טעג דערין, און ווי דער פנחס בן עמינדב בדורינו האט ער מקדש שם שמים געווען, און אפגעטאן דעם חרון אף פון קרית יואל, דורכ'ן אויסשניידן דעם שרעקליכן בילד פון אלע שילדן.

קרית יואל וועט קיינמאל אין א מיליאן יאר נישט קענען גענוג דאנקען דעם אליפורני-קאפ וועלכע האט געראטעוועט אונזער שטאט פון דעם ביטערן מכשול.

זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן ס'זאל שוין מקויים ווערן דער אייביגער הבטחה פון "איך גיי שוין זיין וואויל", און דעם רבי'נס ברכה "משוגעים גייטס אהיים" זאל טאקע אויך נתמלא ווערן ברחמים וברצון, וילמדו טועים בינה, ובא לציען אויערן, ונשלמה פרים שפתינו.
אין אידיש וואס גייט פאר
מהאט נישט אריינגעלאזט דער בלאט מיטן בילד אין קרית יואל?
איך האב דאך עס יא נאר וואס יא?
כטריי צי כאפן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3449
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11132

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

totty האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2026 3:34 pm

אויף די סיינס אין די גאסן האט מען אויסגעשניטן די בילדער פון מענטשן... געווען א בילד פונעם מונקאטשער רב, און פונעם ברך משה. אויסגעשניטן. הרף. לא יבוא משחית וכו'.

חמורים וואס מיינען אז יעדע סארט מחאה און פראוואקאציע איז הייליג. כהאב א איידיע פון א געוויסע ועד דא אין שטאט וואס קען נוצן אפאר אזעכע חמורים אויפ'ן באורד.

ברוך המבדיל בין קודש לקודש.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3597
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4393

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

ווען איז די סקעדזשועל פאר פרויען צו גיין צום ציון כ"ו ניסן?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3597
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4393

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

וואס איז פשט?
Sanitation Nisen 2026.jpg
Sanitation Nisen 2026.jpg (226 KiB) געזען געווארן 1331 מאל
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 342
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 667

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 4:28 pm וואס איז פשט?

Sanitation Nisen 2026.jpg
זיי מסביר דיין שאלה? ער שרייבט אלעס זייער קלאר ארויס...
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2982
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9279

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ער פרעגט וואס איז פשט אז דזשעיקאב פריינד איז נאך אויפן צעטל...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3597
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4393

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 4:25 pm ווען איז די סקעדזשועל פאר פרויען צו גיין צום ציון כ"ו ניסן?
איינער ווייסט?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
צבי וחמיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 68

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך צבי וחמיד »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 6:57 pm
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 4:25 pm ווען איז די סקעדזשועל פאר פרויען צו גיין צום ציון כ"ו ניסן?
איינער ווייסט?
איך מיין אז ס'פארמאכט פאר פרויען, ס'נאר אפן אין די טעג ארום די יארצייט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3597
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4393

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אנדערער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 5:06 pm ער פרעגט וואס איז פשט אז דזשעיקאב פריינד איז נאך אויפן צעטל...
איך בין געוואויר געווארן אז עס איז אזוי ווי עס שטייט אין צעטל אז מענטשן האבן געברענגט זייער אסאך גארבעדזש פון אינדרויסן פון ווילידזש

די ווילידזש האט געוואלט בעטן ווי א נארמאלע מענטש מען זאל עס נישט טון
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
בלק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 172
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:48 am
x 374

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בלק »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:48 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 5:06 pm ער פרעגט וואס איז פשט אז דזשעיקאב פריינד איז נאך אויפן צעטל...
איך בין געוואויר געווארן אז עס איז אזוי ווי עס שטייט אין צעטל אז מענטשן האבן געברענגט זייער אסאך גארבעדזש פון אינדרויסן פון ווילידזש

די ווילידזש האט געוואלט בעטן ווי א נארמאלע מענטש מען זאל עס נישט טון
עס מאכט נישט קיין סענס אבער שוין

בלומינגראוו האט עקסטערע גארביטש
מאנרא נעמט עטליכע מאל א וואך
דזשאנקשען האט א אייגענע קאמפעני
וואדבערי איז אפשר די איינציגסטע פאלץ פון ווי מען קען ברענגען וואס דארט וואינען סך הכל 200 משפחות פון דעם האבן אפשר 30 חברה געברענגט עטליכע בעגס
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2725
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 9968

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

בלק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 10:34 am
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:48 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 5:06 pm ער פרעגט וואס איז פשט אז דזשעיקאב פריינד איז נאך אויפן צעטל...
איך בין געוואויר געווארן אז עס איז אזוי ווי עס שטייט אין צעטל אז מענטשן האבן געברענגט זייער אסאך גארבעדזש פון אינדרויסן פון ווילידזש

די ווילידזש האט געוואלט בעטן ווי א נארמאלע מענטש מען זאל עס נישט טון
עס מאכט נישט קיין סענס אבער שוין

בלומינגראוו האט עקסטערע גארביטש
מאנרא נעמט עטליכע מאל א וואך
דזשאנקשען האט א אייגענע קאמפעני
וואדבערי איז אפשר די איינציגסטע פאלץ פון ווי מען קען ברענגען וואס דארט וואינען סך הכל 200 משפחות פון דעם האבן אפשר 30 חברה געברענגט עטליכע בעגס
סאוי האלטסט אז זיי מאכן זיך משוגע פאר די 30 מענטשן?
ס'טוט מיך באמת וויי אז דער תהלים איד איז מער נישט מיט אונז.
גראסערי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 542
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 428

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

בעיני ראיתי כמה פעמים ווי אידן אפילו מיט ווייסע בערד נעמען ארויס פון די קארס גארבידזש
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1478
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2353

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

בלק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 10:34 am
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 2:48 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 10, 2026 5:06 pm ער פרעגט וואס איז פשט אז דזשעיקאב פריינד איז נאך אויפן צעטל...
איך בין געוואויר געווארן אז עס איז אזוי ווי עס שטייט אין צעטל אז מענטשן האבן געברענגט זייער אסאך גארבעדזש פון אינדרויסן פון ווילידזש

די ווילידזש האט געוואלט בעטן ווי א נארמאלע מענטש מען זאל עס נישט טון
עס מאכט נישט קיין סענס אבער שוין

בלומינגראוו האט עקסטערע גארביטש
מאנרא נעמט עטליכע מאל א וואך
דזשאנקשען האט א אייגענע קאמפעני
וואדבערי איז אפשר די איינציגסטע פאלץ פון ווי מען קען ברענגען וואס דארט וואינען סך הכל 200 משפחות פון דעם האבן אפשר 30 חברה געברענגט עטליכע בעגס
#נומערן קעגן פאקטן...

קוקט נישט אויס איר זענט באהאוונט אין די רעגולאציעס אין די אלע געגענטער, קיינער נעמט נישט אנלימיטעד גארבידזש, און קיינער נעמט נישט אלע סארט גארבידזש.

הן אגאנץ יאר, און נאך מער ביי די באלק וואס געווענליכע מוניציפאליטעטן וועלן נישט נעמען חוץ פון ממש היים אפלייענסעס.

למשל א הייס וואסער טאנק (בוילער בלשון בני אדם) וועט מען איבעראל דארפן ווארטן אויף באלק, וועט עס איינער אריבער ברענגען קיין קרית יואל וואו די ווילעדזש וועט צאלן ארום $25 דערפאר רויע קאסט.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1373
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2233

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

ווי איך האב געהערט איז די עיקר ווי עס האט אויסגעמאכט גאר אסאך איז ביי די באלק
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
צבי וחמיד
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:04 pm
x 68

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך צבי וחמיד »

בערל דער פייפער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2026 11:32 am ווי איך האב געהערט איז די עיקר ווי עס האט אויסגעמאכט גאר אסאך איז ביי די באלק
אוודאי האט עס שטראק אויסדעמאכט ביי באלק ווייל דעמאלט לייגט מען גרויסע גארביזש אבער די פראבלעם איז נישט נאר ביי באלק ס'איז אגאנץ יאר דא יודן וואס שלעפן ארום גארביזש, איך אליין האב א חבר וואס בעט מיר יעדע שטיק צייט איך זאל אים קומען העלפן שלעפן גארביזש
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3449
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11132

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

א איד וואס האט ארויסגעמופן צו איינס פון די נייע געגנטער האט מיר אמאל געזאגט אז פון די זאכן וואס ער האט נישט געכאפט אז ס'גייט אים קאסטן, איז אז ער איז געווארן א גארבעדזש טראק דרייווער... ברענגט תמיד אריין גארבעדזש קיין קרית יואל.

נאך א מזל ס'דא אזויפיל ועדים, קערפערשאפטן, מפעלים, צו היטן אויף די ריינקייט פון שטאט...

שרייב פאוסט