נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 903
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1868

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

לך לך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 5:30 pm
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 5:24 pm די מוסדות האבן יעצט פאר יום טוב געליטן פון צוויי ערנסטע פייערס וואס האט געברענגט אסאך שאדן פאר די מוסדות.
דינסטאג האט אפגעברענט א טרעילער אינטערן תלמוד תורה אויף רימנוב וואס ווערט גענוצט פאר חדר מיוחד אין די מוסדות, און דאס צו איבערבויען און אויסשטאפירן פונדאסניי איז אסאך געלט
מיטוואך ערב יום טוב האט אפגעברענט אויף קאזניץ אין די זייט פון די סקול א טרעילער וואס איז געווארן גענוצט פאר א מצה בעקעריי פאר יארן לאנג, און ערב יו"ט האט זיך פון די אויבן אנגעצינדן דעם גאנצן טרעילער און אפגעפלאקערט.
ד' ימלא חסרונם
ביטע שרייבט פון וועלכע מוסדות איר רעדט
:lol: די מוסדות וואס האט בנינים אויף רימנוב און אויף קאזניץ
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1474
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2332

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

אויך וועלכע שטאט ביטע.
טויגליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:20 pm
x 49

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך טויגליך »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 5:24 pm די מוסדות האבן יעצט פאר יום טוב געליטן פון צוויי ערנסטע פייערס וואס האט געברענגט אסאך שאדן פאר די מוסדות.
דינסטאג האט אפגעברענט א טרעילער אינטערן תלמוד תורה אויף רימנוב וואס ווערט גענוצט פאר חדר מיוחד אין די מוסדות, און דאס צו איבערבויען און אויסשטאפירן פונדאסניי איז אסאך געלט
מיטוואך ערב יום טוב האט אפגעברענט אויף קאזניץ אין די זייט פון די סקול א טרעילער וואס איז געווארן גענוצט פאר א מצה בעקעריי פאר יארן לאנג, און ערב יו"ט האט זיך פון די אויבן אנגעצינדן דעם גאנצן טרעילער און אפגעפלאקערט.
ד' ימלא חסרונם
סאיז נישט דא קיין אינשורענס דערפאר?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1474
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 2332

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

טויגליך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 9:49 pm
בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 06, 2026 5:24 pm די מוסדות האבן יעצט פאר יום טוב געליטן פון צוויי ערנסטע פייערס וואס האט געברענגט אסאך שאדן פאר די מוסדות.
דינסטאג האט אפגעברענט א טרעילער אינטערן תלמוד תורה אויף רימנוב וואס ווערט גענוצט פאר חדר מיוחד אין די מוסדות, און דאס צו איבערבויען און אויסשטאפירן פונדאסניי איז אסאך געלט
מיטוואך ערב יום טוב האט אפגעברענט אויף קאזניץ אין די זייט פון די סקול א טרעילער וואס איז געווארן גענוצט פאר א מצה בעקעריי פאר יארן לאנג, און ערב יו"ט האט זיך פון די אויבן אנגעצינדן דעם גאנצן טרעילער און אפגעפלאקערט.
ד' ימלא חסרונם
סאיז נישט דא קיין אינשורענס דערפאר?
לכאורה יא דא, די שאלה איז צו עס לוינט זיך צו קלאגן, ווען עס וועט מסתמא ארויפגיין יערליכע פרימיום פאר די מוסדות מעסטער אינשורענס פאלעסי פיל מער ווי די יעצטיגע רעלאטיוו קלייינע שאדן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3440
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11081

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בקשה צו די עורכי "דער בלאט": הערט אויף מכשיל זיין אונזערע קינדער מיט מונקאטשיזם!

כלל ישראל איז פאראייניגט אין אן ארכי-דראמאטישע היסטאריש-פאראייניגטע נעגל-געשניטענע קאמף קעגן די אייגנטימער, אנפירער, שיק-אינגלעך, רעדאקטארן, שרייבער, גרעפיקער, און שטאב איינגעשטעלטע אין "דער בלאט" מיט דעם אומצוויידייטיגן פארלאנג זיי זאלן אראפנעמען די שעדליכע לאפעס, לאפעטעס, און קאלאטשן, פון די ליינער — ולה' הישועה

כעלעם, ניו יארק - איינוואוינער אינעם שטעטל קרית יואל, דער אייגנארטיגער שטאט וועלכע איז באקאנט מיט איר שטרענגע קאנטראל וועלכע גייען צומאלווייטע שטרעקעס לפנים משורת הדין, זענען שווערליך אנטוישט און שאקירט געווארן, ווען אין א העלן פרימארגן האבן זיי זיך ערוועקט צום ביטערן ידיעה אז דער מלאך המשחית האט ליידער באוויזן צו אריינדרינגען בתוך מחנינו, און מעשה שטן הצליח, צו אלעמענ'ס באדויער, א שרעקליכע פירצה בחומת יהדות האט זיך אפגעשפילט, טאקע דא בפּאלם-טרין של מלך, האט אזאנס פאסירט.

דער שטאט איז דערציטערט געווארן, און אירע איינוואוינער צאפלען ווי א קידוש לבנה פארקויפער אין סאמע פרילינג. די ווענט אין שטאט זענען באהאנגען מיט שאנדפולע פלאקאטן, וועלכע צייגן קאלירפולע לעבעדיגע בילדער פון נישט קיין צווייטער ווי דער מונקאטשער רבי שליט"א.

"מיין גאנצע לעבן איז צעטרייסלט געווארן" האט איינער פון די לאקאלע איינוואוינער זיך אויסגעדרוקט, "נאך אזא אינצידענט, ווער ווייסט וואס דער מארגן וועט ברענגען. ווי א דורכזיכטיגע שאטן אויף א פארפלעקטן וואנט זע איך דעם עתיד פאר קרית יואל".

אנדערע איינוואוינער האבן זאגאר גענומען דראסטישע שריט און געמאלדן אז זיי נעמען דעם אור-אלטן וואנדער-שטעקן, און גענוי ווי אונזערע עלטער זיידעס וועט מען גיין אין גלות צו טרעפן א נייעם הייליג ארט, נישט קענענדיג שלינגען די פארשוועכונג אויפ'ן אמאליגן הייליגן שטעטל.

אט ווען דער מצב האט שוין אויסגעקוקט אזוי ענג, איז געקומען דער ישועה אין פארעם פון אן אלטן צעקנייטשטן הוט, ברילן געדיכט אין אויל, א קאווע'פארשמירטע לאנגע שנויץ, אן אויבערראק וועלכע האט שוין געזען פיל בעסערע צייטן, און הויזן וועלכע קוקן אויס מער ווי א בעזים, וואס אין דעם שמוץ-וועש זאק האט זיך געפונען א מאן, איינער פון די עליטע טעסק פארס אפיצירן אינעם אינטערנאציאנאלן "גאט'ס ארמיי" בריגאדע.

דער יעניגער האט איינגעשטעלט זיינע זיבעציג יאר און אלע לאנגווייליגע טעג דערין, און ווי דער פנחס בן עמינדב בדורינו האט ער מקדש שם שמים געווען, און אפגעטאן דעם חרון אף פון קרית יואל, דורכ'ן אויסשניידן דעם שרעקליכן בילד פון אלע שילדן.

קרית יואל וועט קיינמאל אין א מיליאן יאר נישט קענען גענוג דאנקען דעם אליפורני-קאפ וועלכע האט געראטעוועט אונזער שטאט פון דעם ביטערן מכשול.

זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן ס'זאל שוין מקויים ווערן דער אייביגער הבטחה פון "איך גיי שוין זיין וואויל", און דעם רבי'נס ברכה "משוגעים גייטס אהיים" זאל טאקע אויך נתמלא ווערן ברחמים וברצון, וילמדו טועים בינה, ובא לציען אויערן, ונשלמה פרים שפתינו.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 6037
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 47724

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2026 2:33 am בקשה צו די עורכי "דער בלאט": הערט אויף מכשיל זיין אונזערע קינדער מיט מונקאטשיזם!

כלל ישראל איז פאראייניגט אין אן ארכי-דראמאטישע היסטאריש-פאראייניגטע נעגל-געשניטענע קאמף קעגן די אייגנטימער, אנפירער, שיק-אינגלעך, רעדאקטארן, שרייבער, גרעפיקער, און שטאב איינגעשטעלטע אין "דער בלאט" מיט דעם אומצוויידייטיגן פארלאנג זיי זאלן אראפנעמען די שעדליכע לאפעס, לאפעטעס, און קאלאטשן, פון די ליינער — ולה' הישועה
יעדע בילד פון א פנים ווערט אויסגעשניטן אין ק"י. גארנישט מיט מונקאטש.

זאל עס זיין די רבי ז"ל אליין. א בילד ווערט דערשטאכן

זעה דא
viewtopic.php?p=244574#p244574
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3440
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11081

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2026 2:46 am

יא יא...

אנגעכאפט איין ביישפיל צו אדרעסירן דעם קרענק.

מדארף באמת בּאַפּאַטשן מענטשן דא. קיינער זאל מיר נישט איינרעדן אז איינער מיינט ער טוט וואס איז ריכטיג. דאס איז קראנקע שלעכטיגקייט לשם שלעכטיגקייט לשם שלעכטיגקייט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 389
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 855

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך totty »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2026 2:33 am בקשה צו די עורכי "דער בלאט": הערט אויף מכשיל זיין אונזערע קינדער מיט מונקאטשיזם!

כלל ישראל איז פאראייניגט אין אן ארכי-דראמאטישע היסטאריש-פאראייניגטע נעגל-געשניטענע קאמף קעגן די אייגנטימער, אנפירער, שיק-אינגלעך, רעדאקטארן, שרייבער, גרעפיקער, און שטאב איינגעשטעלטע אין "דער בלאט" מיט דעם אומצוויידייטיגן פארלאנג זיי זאלן אראפנעמען די שעדליכע לאפעס, לאפעטעס, און קאלאטשן, פון די ליינער — ולה' הישועה

כעלעם, ניו יארק - איינוואוינער אינעם שטעטל קרית יואל, דער אייגנארטיגער שטאט וועלכע איז באקאנט מיט איר שטרענגע קאנטראל וועלכע גייען צומאלווייטע שטרעקעס לפנים משורת הדין, זענען שווערליך אנטוישט און שאקירט געווארן, ווען אין א העלן פרימארגן האבן זיי זיך ערוועקט צום ביטערן ידיעה אז דער מלאך המשחית האט ליידער באוויזן צו אריינדרינגען בתוך מחנינו, און מעשה שטן הצליח, צו אלעמענ'ס באדויער, א שרעקליכע פירצה בחומת יהדות האט זיך אפגעשפילט, טאקע דא בפּאלם-טרין של מלך, האט אזאנס פאסירט.

דער שטאט איז דערציטערט געווארן, און אירע איינוואוינער צאפלען ווי א קידוש לבנה פארקויפער אין סאמע פרילינג. די ווענט אין שטאט זענען באהאנגען מיט שאנדפולע פלאקאטן, וועלכע צייגן קאלירפולע לעבעדיגע בילדער פון נישט קיין צווייטער ווי דער מונקאטשער רבי שליט"א.

"מיין גאנצע לעבן איז צעטרייסלט געווארן" האט איינער פון די לאקאלע איינוואוינער זיך אויסגעדרוקט, "נאך אזא אינצידענט, ווער ווייסט וואס דער מארגן וועט ברענגען. ווי א דורכזיכטיגע שאטן אויף א פארפלעקטן וואנט זע איך דעם עתיד פאר קרית יואל".

אנדערע איינוואוינער האבן זאגאר גענומען דראסטישע שריט און געמאלדן אז זיי נעמען דעם אור-אלטן וואנדער-שטעקן, און גענוי ווי אונזערע עלטער זיידעס וועט מען גיין אין גלות צו טרעפן א נייעם הייליג ארט, נישט קענענדיג שלינגען די פארשוועכונג אויפ'ן אמאליגן הייליגן שטעטל.

אט ווען דער מצב האט שוין אויסגעקוקט אזוי ענג, איז געקומען דער ישועה אין פארעם פון אן אלטן צעקנייטשטן הוט, ברילן געדיכט אין אויל, א קאווע'פארשמירטע לאנגע שנויץ, אן אויבערראק וועלכע האט שוין געזען פיל בעסערע צייטן, און הויזן וועלכע קוקן אויס מער ווי א בעזים, וואס אין דעם שמוץ-וועש זאק האט זיך געפונען א מאן, איינער פון די עליטע טעסק פארס אפיצירן אינעם אינטערנאציאנאלן "גאט'ס ארמיי" בריגאדע.

דער יעניגער האט איינגעשטעלט זיינע זיבעציג יאר און אלע לאנגווייליגע טעג דערין, און ווי דער פנחס בן עמינדב בדורינו האט ער מקדש שם שמים געווען, און אפגעטאן דעם חרון אף פון קרית יואל, דורכ'ן אויסשניידן דעם שרעקליכן בילד פון אלע שילדן.

קרית יואל וועט קיינמאל אין א מיליאן יאר נישט קענען גענוג דאנקען דעם אליפורני-קאפ וועלכע האט געראטעוועט אונזער שטאט פון דעם ביטערן מכשול.

זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן ס'זאל שוין מקויים ווערן דער אייביגער הבטחה פון "איך גיי שוין זיין וואויל", און דעם רבי'נס ברכה "משוגעים גייטס אהיים" זאל טאקע אויך נתמלא ווערן ברחמים וברצון, וילמדו טועים בינה, ובא לציען אויערן, ונשלמה פרים שפתינו.
אין אידיש וואס גייט פאר
מהאט נישט אריינגעלאזט דער בלאט מיטן בילד אין קרית יואל?
איך האב דאך עס יא נאר וואס יא?
כטריי צי כאפן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3440
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11081

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

totty האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2026 3:34 pm

אויף די סיינס אין די גאסן האט מען אויסגעשניטן די בילדער פון מענטשן... געווען א בילד פונעם מונקאטשער רב, און פונעם ברך משה. אויסגעשניטן. הרף. לא יבוא משחית וכו'.

חמורים וואס מיינען אז יעדע סארט מחאה און פראוואקאציע איז הייליג. כהאב א איידיע פון א געוויסע ועד דא אין שטאט וואס קען נוצן אפאר אזעכע חמורים אויפ'ן באורד.

ברוך המבדיל בין קודש לקודש.

שרייב פאוסט