איז דא איינער וואס רעכנט נישט דעם האלאקאוסט פאר די נאציס ימח שמם?איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 4:01 pm אז מ'קוקט אין חז''ל קען מען זעהן אז ביי די חורבן בית שני - ווען שווערער טויזענטע אידן זענען ליידער גע'הרג'ט געווארן דורך די רוימער, האבן ליידער אויך די אידן געהאט א חלק, די בריונים וכו' וואס האבן זיך גערייצט געפערלעך וואס האט אסאך גורם געווען ווי חז''ל דערציילן.
אעפ''כ ווערט די חורבן פארעכנט אויף די רוימים.
זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
עטליכע זאכן פון ר' Think and Thank
און יעצט צו עטליכע זאכן פון ר' Think and Thank,
די פרשה פון מלכיאל גרינוואלד און קאסטנער איז נישט עפעס פאר א קורצע תגובה, אבער פארט עטליכע פאקטן וואס קענען העלפן אויסקלארן:
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 4:23 am די ציונים האבן נישט פאר'משפט קאסטנער'ן. די מדינה האט אנגעקלאגט מלכיאל גרינוואלד פאר'ן מוציא שם רע זיין אויף קאסטנער דורך אים באשולדיגן אין ארבעטן מיט די נאציס, זיי ארויסהעלפן אויסמארדן די אונגארישע אידנטום, און העלפן קורט בעכער ימ"ש זיך ראטעווען פון די תלייה ביי די קריגס פראצעסן נאך די קריג. למעשה האבן זיי מיאוס אריינגעביסן ווען דורכאויס די פראצעס האט גרינוואלד פשוט און פראסט אויפגעוויזן אז ער איז גערעכט. די איינציגסטע באשולדיגונג קעגן קאסטנער וואס איז נישט געווארן אויפגעוויזן איז געווען גרינוואלד'ס טענה אז קאסטנער האט זיך צוטיילט מיט בעכער מיט גערויבטע אידישע פארמעגנס. דער ריכטער האט גע'פסק'נט אז קאסטנער האט פארקויפט זיין נשמה צום שטן.
אין אמעריקע צענזורירט מען נישט די אינפארמאציע איבער די סעינט לואיס. אין ארץ ישראל האט מען יארן לאנג נישט געמעגט אריינברענגען מן המיצר אדער Perfidy (א בוך אויף ענגליש באזירט אויף די פראטאקאלן פונ'ם קאסטנער פראצעס.)
די פרשה פון מלכיאל גרינוואלד און קאסטנער איז נישט עפעס פאר א קורצע תגובה, אבער פארט עטליכע פאקטן וואס קענען העלפן אויסקלארן:
- עס איז געווען מער פון איין געריכט; דער ערשטער האט ריינגעוואשן גרינוואלד, און דער צווייטער פונעם העכערן געריכט האט דאס אפגעווארפן.
- די קאורט קעיסעס זענען געווען איבער עטליכע נקודות, נישט נאר איינס.
- דער בוך Perfidy איז קיינמאל נישט געווען געאסר'ט אין ארץ ישראל, עס איז פעיק ניוז. אויב דו האסט אן אפיציעלן רעגירונג דאקומענט, אדרבה ברענג עס. וואס יא, מעגליך עס האט אפשר נישט געהאט קיין שטארקע פארשפרייטונג דארט, זיינדיג געשריבן אויף ענגליש אין א לאנד וואס רעדט עברית. דאס זעלבע מיט מן המיצר וואס איז געשריבן אין א רבנישן לשון קודש. - אבער ווער עס האט עס געוואלט, האט עס אייביג געקענט באקומען און ברענגען. ווער עס זאגט אז נישט, לעבט אין א דמיון.
- איך האב געליינט Perfidy יארן צוריק אלס בחור, און גראדע פיין הנאה געהאט דערפון; ער איז גווען אן אייזנער שרייבער No disagreement about that!
- פארט איז אקצעפטירט היינט, אז וואס ער שרייבט איז לאו דוקא היסטאריע און פאקטן; ער איז געווען א באקאנטער נאוועליסט און סקרין-רייטער פאר פילמס, און בכלל נישט קיין היסטארישער פארשער.
- ער איז גראדע געווען א פארבנטנע ציוני, נאר פון דעם רעכטן לאגער וואס האט דעמאלטס געזוכט אונטערצוקלאפן די לינקע וואס זענען געווען אין קאנטראל, און דאס זענען געווען די מאטיוון פון דעם בוך, ווי אויך אסאך פון דעם וואס האט זיך דעמאלטס אפגעטון אין די מדינה ארום די געריכטן.
- וויבאלד זיין בוך איז געשריבן אויף אן אופן צו כאפן דעם ליינער, און אויך מיט א מאטיוו משפיע צו זיין צו זיין ציל, איז עס מער א נאוועל ווי א פאקטישע היסטאריע.
- און ווען מען רעדט פונעם היסטארישן אמת, זענען דא פיל בעסערע מקורות ווי דעם ביך, אדער בכלל די גריכט - און טייל פון די זאכן זענען שפעטער געווארן מער אויסגעקלערט.
- פאר א באלאנסירטן איבערבליק, סיי אויף די פרשת קאסטנער בשעת די מלחמה, סיי אויף דעם געריכט, און סיי אויף דעם בוך, וואלט איך געראטן צו הערן די סעריע - Come on and Ride the Train: The Kastner Story - פון דעם היסטאריקער יהודה גערבר (א תלמיד פון מיר א"י).
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 5:11 am די מקור פון די מעשה איז בספר מן המיצר, עמוד י"ד-ט"ו. דארט ברענגט הגה"צ ר' מיכאל בער זצ"ל וואס ר' שלמה גראס (מגדולי עסקני ההצלה וואס האט געפירט די משא ומתן צווישן אים און וויסליצעני ימ"ש) האט דערציילט פאר זיין שווער דער נייטרער רב זצ"ל וואס ר' מיכאל בער איז געווען אנוועזנד דערביי:
דאס וואס דו ברענגסט אז עס איז געבויט אויף וואס עס שטייט אין מן המיצר, איז גאר א גוטע דוגמה צו וואס איך האב פריער געשריבן, וועגן די היסטארישן קאנטעקסט און הגה"צ ר' מיכל בער.
איז לאמיר דאס אנאליזירן: רב מיכל בער דערציילט (ערשטע מענטש) וואס גראס (צווייטע מענטש) האט אים געזאגט, וואס ער האט געהערט פון א נאצי וויליצעני (דריטע מענטש), וואס ער האט דערציילט - זעט אויס נישט פון זיין דארט אליין, נאר פון וואס ער האט געהערט (איז שוין גווען א פערטע מקור) - וואס האט זיך אפגעשפילט ווען היטלער האט געלייענט די רעדע פון ווייז.
קאנטראסט דאס מיט די רעדע פון היטלער ביי די רייכסטאג, וואס עס איז דא די רעקארדינג וואס יעדער קען הערן, און עס זענען דא דאקומענטן פון דעמאלטס וועגן די רעדע, ווען און וואו דאס איז פארגעקומען וכו'.
יעצט לאמיר גיין צו שלב ב': פון די שמיעה דורך הרב מיכל בער (צדיק מפי איש מפי חיה, מפי חיה אדער חיות), איז געווארן ביי דעם בעל דרשן א טעיפ וואס איז דא און איז אפגעשריבן געווארן, ווען אין פאקט איז נישט דא אזא זאך.
אבער אין 70 יאר ארום וועט דאס שוין זיין זייער שווער אפצופרעגן, בפרט אויב מען וועט נאך ארויסגעבן א ספר פון די דרשות פון דער בעל דרשן. מענטשן וועלן זיכער דעמאלטס זאגן פאר איינעם וואס וועט טשעלענדזשן די מעשה מיט'ן טעיפ: "וואס הייסט? דער חשוב'ער רב האט ברבים געזאגט אז עס איז דא א טעיפ! דאס וואס דו האסט נישט דעם טעיפ מאכט נישט אויס, דער רב איז דאך נאמן, האט ער דען חלילה געזאגט א ליגנט?"You get what I’m saying?
נישט אז די גאנצע מעשה מיט היטלער'ס רעספאנס צו ווייז'ס דרשה מאכט באמת אויס פון א היסטארישן פערספעקטיוו, ווי פריער געזאגט, אבער פונדעסטוועגן איז עס א גוטע דוגמה וואס זאל געדענקט ווערן.
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 4:39 am ...דער עוכר ישראל יצחק גרינבוים ימח שמו וזכרו ווייל עס איז א שאד אויסצוגעבן געלט צו ראטעווען אידן וואס גייען ממילא נישט העלפן בויען די מדינה ווען מ'קען נוצן דאס געלט צו בויען דאס לאנד, וכלשונו הטמא 'איין קי אין פאלעסטינע איז ווערט מער ווי גאנץ אייראפע.'
דאס וואס דו ברענגסט אז יצחק גרינבוים האט געזאגט אז איין קו אין פאלעסטינע איז ווערט מער ווי גאנץ אייראפע — האסטו א דאקומענט פון דעמאלטס פון אים אויף דעם?
אויב נישט, גלייב איך עס נישט. פשוט ווייל למעשה איז ער געווען פון די וואס האבן געארבעט מיט אלע כוחות צו ראטעווען ווי מער אידן, אפגעזען וואו זיי וועלן גיין, און אויף דעם זענען פארהאן צענדליגער דאקומענטן פון יענע צייטן, וואס מען קען זען אין דעם וואס איך וועל בעזרת השם ברענגען ביי קלעים 8.
המשך דא
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
פון זייערע זאכן וואס זיי טוען אלץ ציונות און אלץ זייער מרידה באומות קומט נישט ארויס קיין גוטס. (אפילו מיט די פליישיגע אויגן פארשטייען מיר דאס נישט לגבי אזא לאריזשאני.)נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 10:12 pm
די רבי זאגט דאך אז מרשעים יצא רשע, פון די ציונים וועט קיין גוטס נישט ארויס קומען. נו אויב אזוי ווי אזוי קען זיין אז כ''א כסלו איז געקומען דורך די ציונים? פון רשעים קען דאך קיין גוטס נישט ארויס קומען? אלא מאי איז עס דאך נישט געווען קיין ניסים. נו אויב אזוי וואס איז די שמחה כ''א כסלו?
אבער אן אינווידועל וואס איז בשיטה א ציוני זאל נישט קענען טאן א גוטע זאך אנרילעיטעד צו ציוניזם? ווי שטייט דאס אים רבי'נס ספרים?
------------
אויף אן אינדאסטריעל סקעיל, אדער איינעם דא איינעם דארט אין איינקלאנג מיט ואתם טיילו?נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 7:06 pm אגב. דער נתן שוואלב וואס האט אנגעבליך געשריבן די בריוו, איז באקאנט מיט אנדערע פעלער אין וואס ער האט דירעקט געהאלפן ראטעווען אידן סיי פון דייטשלאנד, און סיי פון אונגארין.
Re: קלעים 6 אזוי ווי די אידן האבן נישט געהאט וואו צו גיין, האט מען זיי געהרגעט
אין דירעקטע רעאקציע צום רעיון פון מאכן דארט א אידיש לאנד.
וועלכער נארמאלער מענטש וואלט אריינגעלאזט מענטשן אין זיין לאנד וואס ווילן אים עמטליך איבערנעמען.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5680
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 5:52 amאויב שוואלב האט געלייקענט דעם בריוו איז עס א שטיקל ראי' אויפ'ן משמעות.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 5:22 am
וויקפידיע איז ווייט נישט קיין מקור, אבער לכבודך ולכבוד בית אבא... כ'מיין לכבוד נקודות האב איך זיך גענומען די מי און נאכגעקוקט אין מן המיצר, און עטס זענטס גערעכט. כאטש עס שטייט נישט בפירוש אז שוואלב האט עס געשריבן איז די משמעות אזוי.
אגב, האב איך געטראפן אן אינטערעסאנטע ארטיקל פון איינער וואס האט יארן שפעטער געהאט א שמועס מיט שוואלב איבער דעם בריוו (וואס שוואלב האט אודאי געלייקנט).
וואס דארף מען משמעות'ער ווען עס איז קלאר ארויסגעשטאנען אינ'ם בריוו?
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5680
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
שיינע השערה אבער העט-ווייט פונ'ם מציאות אז נאר. קודם כל, עס זענען נישט געווען קיין 'מקורבים פון רבי'ן' וואס האבן געארבעט פאר זיין באפרייאונג, ווייל זיינע מקורבים זעלבסט זענען געווען אונטער די דייטשן. ר' פייוויש אשכנזי הי"ד, זיין נאנטסטער מענטש, איז גע'הרג'עט געווארן, און אזוי אסאך אנדערע און די איבריגע זענען געווען אין די געטאס און לאגערן. די וועלכע האבן אים געראטעוועט זענען געווען אלגעמיינע ארטאדאקסישע הצלה עסקנים וועלכע האבן אויף זייער קאנטע די רעטונג פון נאך צענדליגער טויזנטער אידן - פרומע ווי פרייע.
אבער חוץ מזה, ביז תש"ד ווען דייטשלאנד האט איינגענומען אונגארן, איז דער רבי זעלבסט געווען גאר שטארק אקטיוו ארויסצוהעלפן די פעולות ההצלה - פאר פוילישע אידן וועם ער האט בכלל נישט געקענט, אזוי אז דיין פאוסט איז נאריש ביז גאר.
-
עומד על תלת
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 258
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
- Location: Ny
- x 485
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
דאס איז אגב אויך א סתם א העצן טענה,
בשעת מען האט מסדר געווען די ערשטע באן, איז נאך געווען געווען אין פלאן די אונגארישע אידינטום פלאן,
אפשר טאקע נישט דארוך ר' מיכאל בער, ווייל קאסטנער האט אים ארויסגעשטויסן אים מיט ר' פנחס פרוידיגער,
אבער מען האט זיך נאך איינגערעדט אז עס וועט זיין נאך, דעיס אז די רבי האט געדארפט פארן אויף די ערשטע איז פארשטענליך ווייל אים האבן די רשעים דירעקט געזוכט צו כאפן,
אגב די רבי איז אנגעקומען קיין קלויזנבורג מיטן פלאן צו אנטלויפן דארוך א אנדערע וועג, וואס פון יענע וועג האבן זיך געראטעוועט צענליגער אנדערע אידן צווישן זיי די רבי'ס טאכטער אין איידים,
עס איז א עקסטערע נס אז איז צום סוף נישט צושטאנד געקומען ווייל די חבורה מיט וואס די רבי האט זיך געדארפט שווערצן האט מען ליידער געכאפט...
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
ישר כח פארן ברענגען.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 5:22 am
אגב, האב איך געטראפן אן אינטערעסאנטע ארטיקל פון איינער וואס האט יארן שפעטער געהאט א שמועס מיט שוואלב איבער דעם בריוו (וואס שוואלב האט אודאי געלייקנט).
זיינע לגיונות איבער נישט וויסן פון דעם בריוו ביז דעמאלטס קאנפירעמד בעיסיקלי איר עקזיסטענץ און דעם פשוט'ן פשט אין דעם. (חוץ אויב ער האט העווי געוועפט אין יענע צייט.)
-
עומד על תלת
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 258
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
- Location: Ny
- x 485
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
מען טשעלינשט דא דאס וואס מען זאגט אין סאטמאר אז נישט די ציונים האבן גראטעוועט דעים רבין,
איך וויל דא ברענגען אפאר נקודות וואס שטיצן דאס ווער עס האט נאך זאל קומען.
1 ר‘ מיכאל בער האט אנגעהויבן די פארהאנדלונגען מיט וויסליצעני ימ"ש, מען האט אים נאר ארויסגעשטויסן,
עס האט געהאט צו טוהן אויך מיט א פרעזענטליכע שנאה אויך צווישן אייכמאן שר"י אין דער הויפט פון די עס עס,
ווער איז פאראנטווארטלעך אויף די אידן, דעיס האט קאנסטער גענוצט ביים ארויסשטופן ר' מיכאל בער,
2 די דיפאזיט אויף די טרעין האט געצאלט ר' פנחס פרוידיגער, נאך בשעת ר' מיכאל בער איז געווען אינוואלווד,
3 אויפן רבי'ס פלאץ האט מען עקסער באצאלט, צוויי מאל,
4 ווען עס האט זיך פארהאנקערט אין בערגן בעלזן האבן די חרידשע עסקנים איבערגעדרייט א וועלט עס אפצוראטעווען, פארהאנדלונגען מיט בעכער, דשאונט, וכדומה.
5 די גאנצע געלט וואס סאלי מאיער האט אפגעהאלטן איז אויך געווען צוזאמגעשטעלט דארוך חרידשע אידן,
6 בשעת מען האט אויפגעהלטן די באן ביים גרעניץ האט א חרידשע עסן פון שווייץ געצאלט פרזעינטליך פאר די דייטש וואס איז מיטגעפארן אז ער זאל זאגן אז די אפהאלט באפעל איז אנגעקומען צו שפעט.
7 די רבי אליינ‘ס האט אזוי געזאגט!

איז דא ערגעץ אין חז"ל אדער ראשונים וואס שטייט אז די בריונים זענען שולדיג אינעם חורבן???אגד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 10:40 amאיז דא איינער וואס רעכנט נישט דעם האלאקאוסט פאר די נאציס ימח שמם?איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 4:01 pm אז מ'קוקט אין חז''ל קען מען זעהן אז ביי די חורבן בית שני - ווען שווערער טויזענטע אידן זענען ליידער גע'הרג'ט געווארן דורך די רוימער, האבן ליידער אויך די אידן געהאט א חלק, די בריונים וכו' וואס האבן זיך גערייצט געפערלעך וואס האט אסאך גורם געווען ווי חז''ל דערציילן.
אעפ''כ ווערט די חורבן פארעכנט אויף די רוימים.
Re: קלעים 6 אזוי ווי די אידן האבן נישט געהאט וואו צו גיין, האט מען זיי געהרגעט
קארעקט... ווייל אלע אנדערע לענדער ארום די וועלט ווי מען האט נישט געפלאנט צו מאכן א אידישע מדינה, האבן אויפגענומען די אידן מיט ברייטע ארעמעס...
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5680
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
פון חז"ל האסטו די גמרא אין פסחים (קיח:) אויפ'ן פסוק פיזר עמים קרבות יחפצון (עי"ש במהרש"א ד"ה קרבות). נאכדעם האסטו דעם ספורנו בראשית לג ד, לחם דמעה (לר' שמואל די וידאש, א גדול פון 500 יאר צוריק וואס ווערט אסאך געברענגט אין שיטה מקובצת) איכה ג' ד', מהרש"א גיטין נו. ד"ה הוו, ראשון לציון (להאוה"ח הקדוש) איכה א' ז'.שכל הישר האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 12:05 pmאיז דא ערגעץ אין חז"ל אדער ראשונים וואס שטייט אז די בריונים זענען שולדיג אינעם חורבן???אגד האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 10:40 amאיז דא איינער וואס רעכנט נישט דעם האלאקאוסט פאר די נאציס ימח שמם?איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 4:01 pm אז מ'קוקט אין חז''ל קען מען זעהן אז ביי די חורבן בית שני - ווען שווערער טויזענטע אידן זענען ליידער גע'הרג'ט געווארן דורך די רוימער, האבן ליידער אויך די אידן געהאט א חלק, די בריונים וכו' וואס האבן זיך גערייצט געפערלעך וואס האט אסאך גורם געווען ווי חז''ל דערציילן.
אעפ''כ ווערט די חורבן פארעכנט אויף די רוימים.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5680
Re: עטליכע זאכן פון ר' Think and Thank
ברוך שאמר האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 10:47 amThink and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 4:39 am ...דער עוכר ישראל יצחק גרינבוים ימח שמו וזכרו ווייל עס איז א שאד אויסצוגעבן געלט צו ראטעווען אידן וואס גייען ממילא נישט העלפן בויען די מדינה ווען מ'קען נוצן דאס געלט צו בויען דאס לאנד, וכלשונו הטמא 'איין קי אין פאלעסטינע איז ווערט מער ווי גאנץ אייראפע.'
דאס וואס דו ברענגסט אז יצחק גרינבוים האט געזאגט אז איין קו אין פאלעסטינע איז ווערט מער ווי גאנץ אייראפע — האסטו א דאקומענט פון דעמאלטס פון אים אויף דעם?
אויב נישט, גלייב איך עס נישט. פשוט ווייל למעשה איז ער געווען פון די וואס האבן געארבעט מיט אלע כוחות צו ראטעווען ווי מער אידן, אפגעזען וואו זיי וועלן גיין, און אויף דעם זענען פארהאן צענדליגער דאקומענטן פון יענע צייטן, וואס מען קען זען אין דעם וואס איך וועל בעזרת השם ברענגען ביי קלעים 8.
איך האלט אינמיטן אפשרייבן א לענגערע אנטווארט צו דיר (עס איז ערב פסח און כ'האב נישט אזויפיל צייט), אבער איך ציטיר דיין דאזיגע סטעיטמענט אלס א גוטע דוגמא ווי פארדרייט דיין מהלך איז ווען עס קומט צו באשליסן וואס איז פאקט און וואס איז דמיון. איך האב נישט קיין דאקומענט וואס ציטירט דעם ימח שמו'ניק'ס סטעיטמענט איבער איין קי אין פאלעסטינע, אבער ר' מיכאל בער זצ"ל האט עס ציטירט אין זיין קול קורא וואס ער האט געשריבן אין תש"ח. לדעתך איז דאך לפי זה א דבר פשוט אז עס איז אויסגעזויגן פון פינגער, היות דו גייסט דאך איבערווייזן פון קלארע דאקומענטן אז יצחק גרינבוים האט געארבעט מיט'ן לייב אין לעבן פאר די רעטונג פון אידן נישט קיין חילוק וואו זיי וועלן גיין. די פראבלעם איז אז יצחק גרינבוים זעלבסט טענה'ט אז דו רעדסט נישט צו די זאך! אט איז וואס יצחק גרינבוים זעלבסט שרייבט אין זיין בוך בימי חורבן ושואה (און איך ברענג דוקא נישט פון שרופי הכבשנים מאשימים וואס ציטירט עס ווייל אלס שומר תורה ומצוות האט ער דאך נישט קיין נאמנות, נאר איך ברענג א סניפ פונ'ם בוך זעלבסט וואס איך האב האלבוועגס באוויזן צו עפענען אויף גוגל בוקס) וואס ער האט געענטפערט ווען מען האט אים געבעטן צו נוצן די געלט פון קרן היסוד צו ראטעווען די אייראפעאישע אידנטום:
יעצט זאג דו מיר וואס גרינבוימ'ס שיטה איז געווען בנוגע ראטעווען אידן אויפ'ן חשבון פון בויען א מדינה.
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
יחידי'שע רעטונג אפעראציעס איז גענצליך עפעס אנדערש ווי מאסן רעטונג אפעראציעס.
איך האב מיר באצויגן צו דעם פונקט אז די ציונים האבן אויך געראטעוועט אסאך אידן, ממילא ווי קומסטו דא זאגן אז זיי האבן גאר געהאלפן די האלאקוסט. ענטפער איך, אז ס'איז נישט קיין סתירה. זיי האבן נישט געראטעוועט אידן ווייל ס'איז זיי אנגעגאנגען אידישע לעבנס, זיי האבן נאר געראטעוועט די וואס זיי האבן געדארפט פאר א מדינה.
גענוג קלאר?
Re: עטליכע זאכן פון ר' Think and Thank
קענסט ברענגען אפאר בלעטער פארדעם און נאכדעם מ'זאל קענען זעהן די גאנצע קאנטעקסט?Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 2:11 pmברוך שאמר האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 10:47 amThink and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 4:39 am ...דער עוכר ישראל יצחק גרינבוים ימח שמו וזכרו ווייל עס איז א שאד אויסצוגעבן געלט צו ראטעווען אידן וואס גייען ממילא נישט העלפן בויען די מדינה ווען מ'קען נוצן דאס געלט צו בויען דאס לאנד, וכלשונו הטמא 'איין קי אין פאלעסטינע איז ווערט מער ווי גאנץ אייראפע.'
דאס וואס דו ברענגסט אז יצחק גרינבוים האט געזאגט אז איין קו אין פאלעסטינע איז ווערט מער ווי גאנץ אייראפע — האסטו א דאקומענט פון דעמאלטס פון אים אויף דעם?
אויב נישט, גלייב איך עס נישט. פשוט ווייל למעשה איז ער געווען פון די וואס האבן געארבעט מיט אלע כוחות צו ראטעווען ווי מער אידן, אפגעזען וואו זיי וועלן גיין, און אויף דעם זענען פארהאן צענדליגער דאקומענטן פון יענע צייטן, וואס מען קען זען אין דעם וואס איך וועל בעזרת השם ברענגען ביי קלעים 8.
איך האלט אינמיטן אפשרייבן א לענגערע אנטווארט צו דיר (עס איז ערב פסח און כ'האב נישט אזויפיל צייט), אבער איך ציטיר דיין דאזיגע סטעיטמענט אלס א גוטע דוגמא ווי פארדרייט דיין מהלך איז ווען עס קומט צו באשליסן וואס איז פאקט און וואס איז דמיון. איך האב נישט קיין דאקומענט וואס ציטירט דעם ימח שמו'ניק'ס סטעיטמענט איבער איין קי אין פאלעסטינע, אבער ר' מיכאל בער זצ"ל האט עס ציטירט אין זיין קול קורא וואס ער האט געשריבן אין תש"ח. לדעתך איז דאך לפי זה א דבר פשוט אז עס איז אויסגעזויגן פון פינגער, היות דו גייסט דאך איבערווייזן פון קלארע דאקומענטן אז יצחק גרינבוים האט געארבעט מיט'ן לייב אין לעבן פאר די רעטונג פון אידן נישט קיין חילוק וואו זיי וועלן גיין. די פראבלעם איז אז יצחק גרינבוים זעלבסט טענה'ט אז דו רעדסט נישט צו די זאך! אט איז וואס יצחק גרינבוים זעלבסט שרייבט אין זיין בוך בימי חורבן ושואה (און איך ברענג דוקא נישט פון שרופי הכבשנים מאשימים וואס ציטירט עס ווייל אלס שומר תורה ומצוות האט ער דאך נישט קיין נאמנות, נאר איך ברענג א סניפ פונ'ם בוך זעלבסט וואס איך האב האלבוועגס באוויזן צו עפענען אויף גוגל בוקס) וואס ער האט געענטפערט ווען מען האט אים געבעטן צו נוצן די געלט פון קרן היסוד צו ראטעווען די אייראפעאישע אידנטום:
DRHBCUHO.JPG
יעצט זאג דו מיר וואס גרינבוימ'ס שיטה איז געווען בנוגע ראטעווען אידן אויפ'ן חשבון פון בויען א מדינה.
-
גד'ל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 87
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
- Location: ניו יארק
- x 95
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
אויך דא אין עברית מיטן נאמען כחשThink and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 4:39 amברוך שאמר האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 3:42 pmאבער עס קען זיין אז איך האב א טעות, אין דאס איז נישט די פלאץ, - און צו שרייבן אין אלעס זאל געמעקט ווערן, האב איך נישט קיין צייט.► Show Spoiler
וועלן מיר זען אויב דאס וועט איבערלעבן; און אויב דער עולם וויל מען זאל ממשיך זיין, וועלן מיר בעזרת השם ווייטער גיין פונקט נאך פונקט, מיט פאקט נאך פאקט.
הוספה: דער המשך געפינט זיך דא.
אויב צוליב דיין ברייטע מוח איז די ווערטער פון ר' מיכאל בער - א גאון עצום וצדיק תמים וואס איז ספעציפיש געווען אויסגעצייכנט אין מדת האמת עד קצה האחרון - נישט מאסגעבנד צו דערציילן זאכן וואס ער האט אליין מיטגעלעבט, קענסטו ליינען Perfidy, א בוך באזירט אויף די פראטאקאלן פון די קאסטנער פראצעס (זעה דערוועגן איין פאוסט ארויף) געשריבן דורך א פרייער איד אן די מינדעסטע שייכות מיט סאטמאר אדער קנאים, פאר די ווערסט אזוי צואווילדעוועט איבער איינער וואסהאט דיר בסך הכל מגלה געווען פאקטן וואס דו האסט נישט געוואוסט.
אבער עס צו מאכן כאילו ער שרייבט נאר די פאקטן און ער האט נישט קיין נגיעה איז נישט ריכטיג ווייל ער איז געווען א פארברענטע רעכטע ציוני און די רעכטע ציונים האבן געזוכט אייביג צו באשמוצן די לינקע מיט זייער אויפירונג ביים שואה סיי וועגן סערטיפאקעטס און וועגן קאסטנער און וועגן די דורכפאל מיט ר' מיכאל בערס פלאן וואס יואל בראנד און קאסטנער האבן איבערגענומען און זיי באשולדיגן אז די לינקע האבן עס געשטערט און איבערגעגבן בראנד פאר די בריטן
Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן
אמת, אויב דו נעמסט אויך אן אז די לינקע ציונים זענען נישט באגלייבט צוליב זייערע נגיעות.גד'ל האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 5:52 pm
אויך דא אין עברית מיטן נאמען כחש
אבער עס צו מאכן כאילו ער שרייבט נאר די פאקטן און ער האט נישט קיין נגיעה איז נישט ריכטיג ווייל ער איז געווען א פארברענטע רעכטע ציוני און די רעכטע ציונים האבן געזוכט אייביג צו באשמוצן די לינקע מיט זייער אויפירונג ביים שואה סיי וועגן סערטיפאקעטס און וועגן קאסטנער און וועגן די דורכפאל מיט ר' מיכאל בערס פלאן וואס יואל בראנד און קאסטנער האבן איבערגענומען און זיי באשולדיגן אז די לינקע האבן עס געשטערט און איבערגעגבן בראנד פאר די בריטן
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
יצחק גרינבוים, דער כאילו בעל ה'איין קו' סטעיטמענט אין זיין למעשהדיגע פעולות הצלה.
המשך פון דא
אוי, רבונו של עולם, ווי צעמישט דארף מען זיין און אנגעגעסן מיט שנאה צו פארדרייען פאקטן מיט אזעלכע ליגנטס, און דאס אלעס נאך כאילו אין דיין, באשעפער'ס, נאמען.
עס זעט אויס ווי א שיינע פאר האבן שוין געקלאטשט, קוק, דער Think and Thank האט דעליווערד!
דא האט ער אונז געברענגט שווארץ אויף ווייס וואס דער עוכר ישראל, ימח שמו'ניק וכו', האט אליין געזאגט.
אבער טייערע ר' @Think and Thank, דו ברענגסט דא די בעסטע ראיה וויאזוי די צעדרייטע שקרים-מאשין ארבעט.
און ניין, עס האט נישט קיין שייכות מיט יא פרום אדער נישט פרום; עס האט צו טון מיט גיין מיט דעם אמת. און זאל שוין די יעצטיגע תגובה אויך דינען אלס א לימוד אויפן ספר 'שורפי הכבשנים' און דעם וועג וויאזוי דאס איז צוזאמגעשטעלט.
איז אזוי, פון אן אויסצוג פון א פאר ווערטער, געקראפט פונקט ווי מען וויל כדי מען זאל נישט קענען זען וואס עס איז געווען פארדעם און וואס נאכדעם, בויט מען בנינים.
דערנאך פוצט מען עס אביסל צו, מען מאכט א סלאגאן "איין קו" וכו', וואס איז קיינמאל נישט געזאגט געווארן, און דאס חזר'ט מען איבער נאכאמאל און נאכאמאל ביז דאס ווערט שוין פאקטן, פאקטן וואס יעדער ווייסט שוין.
און מיט דעם מאכט מען דעם מענטש וואס האט אויף זיין רעזומעי פילע השתדלותן און פאקטישע פעולות פאר הצלה (נישט קיין מעשיות פון חלומות וואס טוישן זיך יעדעס יאר ערב חנוכה), און יא נאך אזוי פיל ווי להבדיל הרב מיכאל בער, ער ווערט שוין יעצט גערופן דער עוכר ישראל, ימח שמו.
-----------------------------------------------------------------
איז פאר ווער עס וויל יא וויסן דעם אמת, לאמיר זען וואס עס איז געווען פארדעם און וואס נאכדעם, און הויפטזעכליך א ביסל פון די פאקטישע דאקומענטירטע מעשים און פעולות.
די ווערטער פון גרינבוים זענען געזאגט געווארן בשעת א זיצונג פון די Zionist Actions Committee (ZAC), דער פראטאקאל פון דער זיצונג איז נאך אלס דא, און יעדער קען עס ליינען (דאס איז דער ארכיוו רעפערענץ - ZAC, 18.1.1943, S25/295, CZA).
דער שמועס איז געווען איבערן ניצן געלט וואס מען האט געזאמלט פון מענטשן, וועלכע האבן דאס געגעבן פארן ציל פון אויפבויען ארץ ישראל, און יעצט זאל מען דאס טוישן פאר פעולות הצלה.
ער האט דעמאלטס ביי יענער זיצונג געהאלטן און געזאגט אז מען זאל דאס נישט טון. זיין חשבון איז געווען סיי צוליב די נאמנות צו דעם וואס מענטשן האבן מנדב געווען פאר, און סיי אז נאכדעם וואס מען ראטעוועט איינעם, דארף זיין א פלאץ וואו ער זאל קענען קומען, און עס וועט אויספעלן אינפראסטרוקטור וכדומה; דעריבער האט ער געוואלט אז עס זאלן זיין צוויי באזונדערע קאסעס.
להבדיל, אין הלכות צדקה זענען אויך דא כללים און שמועסן וועגן משנה זיין געלט וואס ווערט געגעבן פאר א געוויסן צוועק, צו א צווייטן.
אבער פארשטענדליך אז דאס איז נאר אזוי לאנג ווי מען רעדט נישט פון פיקוח נפש, און דא איז דאך געווען א מצב פון פיקוח נפש - און אט דאס האבן די אנדערע באטייליגטע ביי דער זיצונג געטענה'ט, אז מען דארף אלעס געבן פאר הצלה. זיי האבן געזאגט אז "דאס איז וואס ציוניזם מיינט יעצט!" - אלעס צו טון צו ראטעווען מענטשן, און מען זאל געבן אלע סומעס, אפילו פאר פלענער וואס זעען אויס אביסל ווילד צי עס וועט מצליח זיין, און דאס זאל גיין פאר יעדן איינעם, צי ער איז א ציוני צי נישט, און אפגעזען צי ער וועט אמאל אנקומען קיין ארץ ישראל צי נישט.
מען האט אויך מציע געווען מען זאל זיך אריינלייגן אין א מאסן-קאמפיין צו שאפן וואס מער געלט, כדי עס זאל זיין מיט וואס צו ארבעטן. דאס איז טאקע געווען די החלטה פון די אפשטימונג, און דאס איז געווארן די אפיציעלע שטעלונג.
דער Jewish Agency Executive (JAE), וואס גרינבוים איז געווען א מיטגליד דערין, האט דערנאך מבטיח געווען אז עס וועט ארבעטן צו צושטעלן די פאנדן וואס אנדערע וועלן דארפן פאר מעשי הצלה, דאס איז דאקומענטירט אין די דריי דאקומענטן.
און יעצט נאך א פאר פאקטן איבער דעם גרינבוים און זיינע פעולות:
גענוג? ווייל עס איז דא נאך; פאר מער קען מען זע אין דעם ביכל פון איבער 700 בלעטער. Arrows in the Dark (Volumes 1 and 2).pdf
און דאס איז דער מפתח וואו גרינבוים ווערט דערמאנט. המשך דא
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 2:11 pm איך האלט אינמיטן אפשרייבן א לענגערע אנטווארט צו דיר (עס איז ערב פסח און כ'האב נישט אזויפיל צייט), אבער איך ציטיר דיין דאזיגע סטעיטמענט אלס א גוטע דוגמא ווי פארדרייט דיין מהלך איז ווען עס קומט צו באשליסן וואס איז פאקט און וואס איז דמיון.
איך האב נישט קיין דאקומענט וואס ציטירט דעם ימח שמו'ניק'ס סטעיטמענט איבער איין קי אין פאלעסטינע, אבער ר' מיכאל בער זצ"ל האט עס ציטירט אין זיין קול קורא וואס ער האט געשריבן אין תש"ח.
לדעתך איז דאך לפי זה א דבר פשוט אז עס איז אויסגעזויגן פון פינגער, היות דו גייסט דאך איבערווייזן פון קלארע דאקומענטן אז יצחק גרינבוים האט געארבעט מיט'ן לייב אין לעבן פאר די רעטונג פון אידן נישט קיין חילוק וואו זיי וועלן גיין.
די פראבלעם איז אז יצחק גרינבוים זעלבסט טענה'ט אז דו רעדסט נישט צו די זאך! אט איז וואס יצחק גרינבוים זעלבסט שרייבט אין זיין בוך בימי חורבן ושואה (און איך ברענג דוקא נישט פון שרופי הכבשנים מאשימים וואס ציטירט עס ווייל אלס שומר תורה ומצוות האט ער דאך נישט קיין נאמנות, נאר איך ברענג א סניפ פונ'ם בוך זעלבסט וואס איך האב האלבוועגס באוויזן צו עפענען אויף גוגל בוקס) וואס ער האט געענטפערט ווען מען האט אים געבעטן צו נוצן די געלט פון קרן היסוד צו ראטעווען די אייראפעאישע אידנטום:

HE, 27-28.1.1943, vol. 67M, HA; RC, 31.1.1943, S26/1239, CZA; MS, 10.2.1943, 24/43, LPA
און יעצט נאך א פאר פאקטן איבער דעם גרינבוים און זיינע פעולות:
- גרינבוים אליין, געציילטע וואכן שפעטער נאך וואס מער ידיעות זענען אנגעקומען, האט אנגעהויבן אליין צו שטופען דערפאר אז אלע פאנדן וואס שייך זאלן גענוצט ווערן פאר הצלה.
- ער האט אנגעפירט אקציעס צו שאפן געלט, און געפארן דערפאר קיין אמעריקע און דרום אפריקע, וואו ער האט מסביר געווען פאר וועמען ער האט נאר געקענט די וויכטיגקייט פון געלט פאר מעשי הצלה.
JAE, 24.1.1943, CZA; RC, five meetings, January 1943, S26/1237,1239, CZA; NC, Book of Documents, p. 343; HS, 15.3.1943, 10.35, HA
- ער איז געפארן קיין מצרים צו מאכן זיכער און קלארשטעלן אז מען זאל נוצן געלט פאר הצלה, אפילו אויב עס וועט נישט ברענגען די מענטשן קיין ארץ ישראל; מען זאל טון וואס מען קען פאר יעדן איינעם אן קיין שום הגבלות.
RC, 9.11.1943, S26/1239, and 23.11.1943, 19.1.1944, S26/1237; NC, 7.2.1944, J1/7256; all CZA; Barlas, Rescue in Days of Holocaust, p. 300
- ער ארבעט צו באקומען וויזעס קיין אויסטראליע און נאך לענדער, און אז מען זאל ראטעווען אלע אידן, אפילו אלטע און קראנקע.
Gruenbaum, JAE, 14.9.1944, CZA
- אין א בריוו שרייבט ער, אז ווי מער געלט עס וועט זיין, אלס מער אידן וועט מען קענען ראטעווען; אין דאס איז בעצם די גרויסע ציוניסטישע ארבעט, און פאר דעם זענען מיר דא.
Gruenbaum to Marks, 8.6.1944, S26/1089, CZA
- עס זאל נישט זיין קיין שום לימיט אויף די סכומים וואס מען גיט צו ראטעווען א איד.
RC, 4.11.1943, S26/1237, CZA; HE, 16,29-30.12.1943, vol. 69M, and 27.1.1944, vol. 70M
- ער שטופט די אליאירטע אז זיי זאלן אנטראגן אויסצוטוישן דייטשן וואס געפינען זיך ביי זיי, פאר אידן וואס געפינען זיך ביי די דייטשן.
Gruenbaum, 16.3.1943, S26/1255, and 6,14.6.1943, A127/543, CZA; DBG, JAE, 29.11.1942, 6.12.1942, 28.2.1943, CZA
- ווען מען האט געהאנדלט איבער די יואל ברענד (Joel Brand) שליחות פאר אן אויסלייז פלאן, האט ער פארלאנגט מען זאל קלארשטעלן פאר די דייטשן אז מען דארף תיכף ומיד אפשטעלן די הריגות פון אונגארישן אידנטום, וויסנדיג אז יעדן טאג איז א גווינץ.
JAE, 18.6.1944, CZA
- ער קלאגט אויף דעם וואס די אליאירטע האבן מפרסם געווען די ברענד שליחות, וואס דורך דעם איז עס קאליע געווארן.
Gruenbaum, JAE, 23.7.1944, CZA
- ער האט אנגעפירט א קאמפיין צו באאיינפלוסן די אליאירטע כוחות צו באמבארדירן אוישוויץ. אויסער אמעריקע און בריטאניע, האט ער אויך געשיקט מעסעדזשעס צו סטאלין אים צו באאיינפלוסן; ער האט פארשאפט און געשיקט בילדער און צייכענונגען פון אוישוויץ צו העלפן דאס אויספירן, און ער האט געקרעכצט אויף דעם וואס זיי האבן זיך ארויסגעדרייט, הגם לויט זיין פארשונג האבן זיי געהאט די מעגליכקייט דאס צו טון.
- ער האט אויך פארגעשלאגן אז מען זאל געבן די אויפגאבע פאר די פוילישע אונטערגרונט זיך אריינצובאקומען אין די לאגערן, כדי צו באפרייען די אידן פון דארט.
Report on Gruenbaum-Pinkerton meeting, 7.6.1944, and Pinkerton's answer, 23.6.1944, S26/1232, CZA; Cables sent Z4/14870 and A127/544, CZA; Gruenbaum to Stalin, 18.1.1945, S26/1232, CZA; Rabbi Benjamin to Shertok, 25.5.1944, S26/1251, CZA; Rabbi Benjamin in Ha'aretz, 9.6.1944, and Bamishor, 29.6.1944
- ער ארבעט אויף אלע פראנטן אז מען זאל לייגן דרוק אויף הארטי (Horthy) פון אונגארן נישט צו לאזן ממשיך זיין מיט די דעפארטאציעס פון אידן.
JAE, 20.10.1944, CZA
גענוג? ווייל עס איז דא נאך; פאר מער קען מען זע אין דעם ביכל פון איבער 700 בלעטער. Arrows in the Dark (Volumes 1 and 2).pdf
און דאס איז דער מפתח וואו גרינבוים ווערט דערמאנט. המשך דא
Re: יצחק גרינבוים, דער כאילו בעל ה'איין קו' סטעיטמענט אין זיין למעשהדיגע פעולות הצלה.
אנגעגעסן מיט שנאה אקעגן וועם? הלא משנאיך ה' אשנא צווח הכתובברוך שאמר האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 18, 2026 8:20 am המשך פון דא
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 2:11 pm איך האלט אינמיטן אפשרייבן א לענגערע אנטווארט צו דיר (עס איז ערב פסח און כ'האב נישט אזויפיל צייט), אבער איך ציטיר דיין דאזיגע סטעיטמענט אלס א גוטע דוגמא ווי פארדרייט דיין מהלך איז ווען עס קומט צו באשליסן וואס איז פאקט און וואס איז דמיון.
איך האב נישט קיין דאקומענט וואס ציטירט דעם ימח שמו'ניק'ס סטעיטמענט איבער איין קי אין פאלעסטינע, אבער ר' מיכאל בער זצ"ל האט עס ציטירט אין זיין קול קורא וואס ער האט געשריבן אין תש"ח.
לדעתך איז דאך לפי זה א דבר פשוט אז עס איז אויסגעזויגן פון פינגער, היות דו גייסט דאך איבערווייזן פון קלארע דאקומענטן אז יצחק גרינבוים האט געארבעט מיט'ן לייב אין לעבן פאר די רעטונג פון אידן נישט קיין חילוק וואו זיי וועלן גיין.
די פראבלעם איז אז יצחק גרינבוים זעלבסט טענה'ט אז דו רעדסט נישט צו די זאך! אט איז וואס יצחק גרינבוים זעלבסט שרייבט אין זיין בוך בימי חורבן ושואה (און איך ברענג דוקא נישט פון שרופי הכבשנים מאשימים וואס ציטירט עס ווייל אלס שומר תורה ומצוות האט ער דאך נישט קיין נאמנות, נאר איך ברענג א סניפ פונ'ם בוך זעלבסט וואס איך האב האלבוועגס באוויזן צו עפענען אויף גוגל בוקס) וואס ער האט געענטפערט ווען מען האט אים געבעטן צו נוצן די געלט פון קרן היסוד צו ראטעווען די אייראפעאישע אידנטום:
DRHBCUHO.JPG
יעצט זאג דו מיר וואס גרינבוימ'ס שיטה איז געווען בנוגע ראטעווען אידן אויפ'ן חשבון פון בויען א מדינה.
אוי, רבונו של עולם, ווי צעמישט דארף מען זיין און אנגעגעסן מיט שנאה צו פארדרייען פאקטן מיט אזעלכע ליגנטס, און דאס אלעס נאך כאילו אין דיין, באשעפער'ס, נאמען.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5680
Re: יצחק גרינבוים, דער כאילו בעל ה'איין קו' סטעיטמענט אין זיין למעשהדיגע פעולות הצלה.
אהובי ידידי, דיינע רעפערענצן זענען גארנישט ווערט כל זמן מיר האבן נישט די מעגליכקייט זיי אויסצוטשעקן. כ'גיי נישט פארלאנגען דו זאלסט אהערשטעלן די דאקומענטן זעלבסט, כ'וועל זיך באגענוגן אויב דו וועסט אנווייזן א סייט וואו מ'קען עס ליינען אנליין. למשל די מיטינג וואס דו רעפערסט דא פון יאנואר 18 1943, האב איך נעכטן געזוכט פאר עטליכע שעה וואו כ'קען זען די פראטאקאלן פונ'ם מיטינג (צוליב אנדערע שיינע אויסדרוקן), דערווייל אן קיין ערפאלג.
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
Re: יצחק גרינבוים, דער כאילו בעל ה'איין קו' סטעיטמענט אין זיין למעשהדיגע פעולות הצלה.
זיכער, דא.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 18, 2026 9:52 am
אהובי ידידי, דיינע רעפערענצן זענען גארנישט ווערט כל זמן מיר האבן נישט די מעגליכקייט זיי אויסצוטשעקן. כ'גיי נישט פארלאנגען דו זאלסט אהערשטעלן די דאקומענטן זעלבסט, כ'וועל זיך באגענוגן אויב דו וועסט אנווייזן א סייט וואו מ'קען עס ליינען אנליין. למשל די מיטינג וואס דו רעפערסט דא פון יאנואר 18 1943, האב איך נעכטן געזוכט פאר עטליכע שעה וואו כ'קען זען די פראטאקאלן פונ'ם מיטינג (צוליב אנדערע שיינע אויסדרוקן), דערווייל אן קיין ערפאלג.
בידידות!
-
מנחם קארפינקל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
- x 88
Re: זענען די ציונים געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
ברוך שמסר עולמו לשומרים אז ס'איז דא ווער ס'גיבט זיך אפ מיט די אוהבי 'ישראל' און מ'דארף נישט אריינקומען זיך אנזען מיט די יהללו רשע מרשיע צדיק קאמפיין
אבער דער קעפל זעט מען דאך פונדרויסן, שוין טאקע געטוישט אבער דאך, ''זענען די ציונים געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל? כצ"ל
אבער דער קעפל זעט מען דאך פונדרויסן, שוין טאקע געטוישט אבער דאך, ''זענען די ציונים געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל? כצ"ל
-
מנחם קארפינקל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
- x 88
Re: זענען די ציונים געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
אינטערסאנט
- פיילס
-
- דער איד.png (52.71 KiB) געזען געווארן 172 מאל
-
ברוך שאמר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
- Location: New York
- x 89
ווען מען ווארפט באשולדיגונגען קען עס צוריקטאנצן
המשך פון דא
א הוספה בנוגע מאכן באשולדיגונגען פון הוליע דמינות, און בפרט קעגן מענטשן וואס זענען אין פאקט געווען גאר די מערסטע אקטיוו, אין א צייט וואס אנדערע האבן כמעט גארנישט געטון.
איז ווען עס קומען אזעלכע וואס זענען פארנומען שרייבן און שרייען בקול חוצות איבער די עולות פון די טוער מיט שקרים וכזבים, אדער זיי גאר באשולדיגן אין די מארדן; 'שרופי הכבשן מאשימים'. דאס הייבט אויגן ברענען, און געוויסע וועלן אנפגען פראגען, לאמרי זען וואס טוט זיך ביי דיר אינדערהיים, איז דארט גווען איי איי?
לדוגמה, אז מען איז פארנעמען מיט דעם וואס מען האט נישט אינפארמירט די אונגארישע אידן איבער דעם וואס עס קומט, פרעגט מען די שאלה: וואס איז מיט די גאר גרויסע ביי דיר וואס זענען דארט געווען און האבן שוין געוויסט וואס עס האט פאסירט אין פוילן? זיי האבן דאך געהאט א געוואלדיגע השפעה, פארוואס האבן זיי נישט גערעדט? אדער פארוואס האבן זיי גאר געזאגט ווען מען האט זיי געפרעגט, אז מען זאל בלייבן און עס וועט זיין גוט?
און וואס איז מיט פינחס פרוידיגער, דער ארטאדאקסישער פירער פון די קהילה אין בודאפעסט און א טייל פון די זעלבע קאמיטע ווי קאסטנער, וואס האט געוויסט די זעלבע זאכן ווי אים? וואס איז מיט אים?
נאר אים ארויסצושלעפן (אזוי ר' @עומד על תלת דא) כדי צו געבן קרעדיט פאר די באן, ווייסטו פון אים; אבער די באשולדיגונגען (Perfidy) וואס מען שרייעט וועגן קאסטנער'ס שווייגן, דארט פארגעסטו פון אים? היפוקריט וואס די ביסט! וועלן זיי זאגן.
געוויסע זאגן אז דער דאבל-סטאנדארט איז בעצם א פסיכאלאגישע זאך, צו באשולדיגן יענעם כדי צו פארענטפערן די אייגענע שולד-געפילן.
איך פערזענליך האלט אז סיי וועלכע באשולדיגונג איז נאריש. עס איז אוממעגליך פאר אונז בכלל זיך אריינצולייגן אין די קאטאסטראפע וואס האט זיך אפגעשפילט; דאס איז געווען אזא שאק און אזוי אומגלויבליך, אז טייל מענטשן זענען געלאפן צו דינייעל, טראכט גוט וועט זיין גוט, און אנדערע זענען פארפרוירן אדער מיאוש געווארן.
און חוץ די עצם מארדן הי"ד, איז די טראומע וואס דאס האט אונז אריינגעגעבן עפעס וואס כלל ישראל טראגט און גייט נאך לאנג טראגן און זיך ספראווען מיט דעם.
אבער עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן: אויב דו ביסט דער גרויסער שאצער און קריטיקער, דו פארשטייסט יא און באשולדיגסט יא, אויב אזוי לאמיר אויך נעמען א פארגרעסערונג גלאז און קוקן אויף די אליין.
זיי וועלן גיין און ברענגן, וואס הגאון הקדוש הרב יששכר שלמה טייכטאל הי"ד, - א גאר חשוב'ער רב און פוסק, וועמענס תשובות (שו"ת משנה שכיר) און ספרים ווערן נאך היינט געלערנט מיט דארשט. ער איז געווען א תלמיד פון די גרעסטע גדולי הדור פארן קריג, און איז אליין געווען היפש קנאיש געשטימט פאר דער מלחמה. איז דא וואס ער אליין שרייבט אינמיטן די מלחמה יארן, ווען ער האט אנגעהויבן צו זען וואס עס קומט פאר; ער האט דאס געדרוקט אין זיין ספר אם הבנים שמחה אין שנת תש"ג.
עס געפינט זיך דארט אין ספר נאך פיל מער איבער דעם ענין.
אדער וועלן זיי ברענגן וואס די סטרופקוב רעבעצין (די שנור פונעם שינאווער רב) האט געזאגט גייענדיג צום פארגעזט ווערן על קידוש השם, הי"ד:
[די סיסטעם לאזט מיך יעצט נישט צולייגן פיילס. איך ווייס נישט פארוואס, עס וועט דארפן נאכקומען]
עס זענען שוין פארהאן אזעלכע וואס האבן נאך מער פארשארפט די טענות און זענען געגאנגען מער דירעקט; דאס איז א טעימה דערפון.
To Flee Or To Stay.pdf
הברחת וגם ירשת
שותפיו של עמלק
סוף דבר, ווען מען ווארפט באשולדיגונגען קען עס צוריקטאנצן.

די פוינט איז נישט אזוי ווייט אז מ'איז מצדיק רשע ומרשיע צדיק, נאר בשעת ער שרייבט אז ער קוקט בלויז אויף פאקטן מיט א ניכטערן בליק, שרייט זיך ארויס פון זיינע שורות דאס פארקערטע. דעטס אלל.מנחם קארפינקל האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 18, 2026 12:16 pm ברוך שמסר עולמו לשומרים אז ס'איז דא ווער ס'גיבט זיך אפ מיט די אוהבי 'ישראל' און מ'דארף נישט אריינקומען זיך אנזען מיט די יהללו רשע מרשיע צדיק קאמפיין