המשך פון
דא
ייש"כ ר'
@Think and Thank פאר דיינע געשמאקע תגובות, עס גיבט צו צום נושא!
איך האב מתחילה נישט געפלאנט צו אדרעסירן תגובות אדער קאמענטארן ביז איך ענדיג דורכצוגיין די קלעימס על הסדר, כדי דער נושא זאל זיין מסודר, אבער צוליב דעם תוכן און געשמאק פון דיינע תגובות, און בעיקר ווייל עטליכע נקודות וועלן זיין בייהילפיג פארן המשך, וויל איך עס יא יעצט אדרעסירן.
בנוגע 'רק בדם' און די הצלה פון יהדות אונגארן, וועלן מיר רעדן אין קלעים 7 און 8, און איך האף אז עס וועט דארט קלאר ווערן; אויב נישט, לאז ביטע וויסן.
נאר פאר יעצט, דו און אנדערע דערמאנען הגאון הצדיק רב מיכל בער זצוק"ל און וואס ער האט געשריבן.
איך פערזענליך בין נבהל ונשתומם פון דעם אדם גדול בענקים, פון זיין מסירות נפש און איבערגעגעבנקייט פאר יעדן נפש בישראל; ווייניג קענען דאס צולייגן צו זייער אקאונט אויף אזא פארנעם!
מען זאגט אז זיין הארץ ווי, צוליב אלעס וואס ער האט צוגעזען און בעיקר וואס ער האט געפילט אז עס וואלט געדארפט געטון ווערן, האט אים נאך די מלחמה באריעט דער געזונט, בגוף ובנפש, און געברענגט צו זיין פריצייטיגע פטירה.
אבער נאך דעם אלעם איז וויכטיג צו פארשטיין, אז וואס ער שרייבט איז זיין זכרון פון וואס עס איז געשען און וואס ער האט מיטגעהאלטן פון זיין פלאץ, אונטער פחד און שרעק פון די רשעים אינמיטן די מלחמה, און דאס איז געשריבן געווארן נאכדעם מיט זיין פערזענליכן איבערבליק און אפטייטש אויף געוויסע געשעענישן. עס איז אויך געשריבן געווארן נישט לאנג נאך די מלחמה, לויט די ידיעות און מעגליכקייטן וואס זענען דעמאלט געווען פאר אים.
דאס איז אלעס איז חשוב און טייער, און עס דארף און זאל דורכגעלערנט און אנאליזירט ווערן, מיט די מערסטע רעספעקט.
אבער, אחרי הכל, ווען מען וויל עס אפשאצן פון א היסטארישן שטאנדפונקט, און ווען מען וויל דערגיין די אמת'ע פאקטן פון וואס עס האט פאסירט, דארף מען אריין נעמן אין באטראכט נאך זאכן.
צום ערשט, פונקט ווי הרב מיכל בער האט געהאט זיינע זכרונות און אופטייטשונגען, אזוי אויך האבן הונדערטער אנדערע ערנסטע שפילערס וואס האבן געהאט א חלק אין די געשעענישן און זענען געווען פערזענליך פארמישט דערין ערשט-האנטיג, פונקט ווי הרב מיכל בער, אויך געהאט זייערע אייגענע זכרונות, געפילן און אפטייטשן אויף די זאכן.
און דער געמיש פון מיינונגען און צומאל קעגנזייטיגע עדות'שאפטן איז גרויס ווי דער ים, און דאס אלעס אפצושאצן איז היפש קאמפליצירט.
מען רעדט נישט נאר פון אידן, נאר אויך — להבדיל — פון גויים. עס זענען דא זכרונות פון די נאציס ימח שמם, מעמוארן, און אויך אינטערוויוס וואס געוויסע פון זיי האבן געגעבן בשעת און נאך די מלחמה.
דאס זעלבע איז מיט שפילער פון די אפיציעלע איינגשטעלטער און מיליטערישע מענטשן פון די אלירטע מדינות: אמעריקע, בריטאניע, פראנקרייך, רוסלאנד, און נאך.
אזוי אויך זענען דא באריכטן פון פארשידענע אנדערע מענטשן וואס זענען געווען ביישטייער אדער פארמישט אויף פארשידענע אופנים.
דאס אלעס אדוריך צוגיין און פארשן, זענען דא מענטשן וואס ספעציאליזירן זיך אין דעם, און האבן דאס געמאכט פאר זייער לעבנס-ארבעט עס דורכצוגיין, אנאליזירן, און דערנאך דאקומענטירן; גאנצע בערג מיט ביכער זענען שוין געשריבן געווארן דערוועגן.
אבער דער כלל ביי די ערנסטע פארשער אין דעם נושא איז; אז ווען מען קוקט אויף מעשיות און זכרונות ווערן זאכן זייער פראבלעמאטיש, ווייל דאס איז די טבע פון א מענטש — צו געדענקען זאכן אויף געוויסע וועגן לויט אסאך פערזענליכע אומשטענדן.
אפטמאל ווערט א אופטייטש מיט דער צייט א חלק פון דעם עצם זכרון פון דער מעשה אליין, אזוי אויך, זאכן וואס מען הערט און ליינט ווערן צומאל אריינגעפלאכטן אין די מעשה אינעם זכרון, און עס ווערט שווער צו וויסן וואס איז דעם מענטשן'ס אייגענע פאקטישע זכרון פון וואס עס איז געשען, און וואס איז שוין צוגלייקט.
דאס איז א באקאנטע זאך אין די היסטאריע-פארש וועלט, בכללות. פונדעסטוועגן איז נאך אלץ חשוב און וויכטיג צו הערן פון די וואס זענען דארט געווען, וואס זיי זאגן און געדענקען.
למעשה, דער גאלד סטאנדארט, ביים אפשאצן וואס די פאקטן זענען געווען, זענען פאקטישע דאקומענטן: אפיציעלע דאקומענטן איבער די פאליסיס פון די מדינות און ארגאניזאציעס, רשימות פון באאמטע בשעת מעשה, מיטינג נאטיצן וואס זענען געשריבן געווארן בשעת מעשה איבער וואס עס איז גערעדט און געזאגט געווארן, טעלעגראמען און בריוו וואס זענען געשיקט געווארן – אלעס פון בשעת מעשה – און אויף א שוואכערן פארנעם אויך צייטונגען פון יענע צייט.
מיט די יארן איז א ים פון אזעלכע זאכן אנטפלעקט געווארן, און דאס ליגט היינט אפגעהיטן אין ביבליאטעקן און זאמלונגען, וואס איז מיט די יארן אויך געווארן אוועילעבל אונליין צו ליינען און אנאליזירן.
די סארט דאקומענטן נעמען אריין: דייטשע דאקומענטן פון אלע אפטיילונגען אין זייער רעגירונג מאשין, און פון די אליאירטע כוחות. און אויך פון אידישע ארגאניזאציעס און יחידים.
דאס אלעס איבערצוגיין און אנאליזירן איז נישט קיין גרניגע ארבעט, און דאס איז וואס מומחים זיצן שוין דערויף פון נאך די מלחמה ביז יעצט, און כסדר ווערן זאכן מער אויסגעקלערט.
יא, אפילו איינער וואס רופט זיך א מומחה איז נישט ריין פון נגיעות, און דאס קען טרייבן א מענטש צו זען, אפטייטשן און רעאגירן אויף זאכן לויט זיין בליק.
אבער ווען איינער שרייבט און קען אנווייזן מיט א רעפערענץ פון וואו ער נעמט די זאכן, און דאס איז א קלארער דאקומענט — און זיכער ווען עס זענען דא עטליכע דאקומענטן וואס יעדער קען נאכקוקן און זען — דאס איז עפעס וואס טראגט א געוויכט; און ווערט למעשה אנגעקוקט אלס היסטאריש אקוראט און פאקטיש.
אפילו אויב דאס וועט נישט דוקא שטימען מיט'ן זעלבן בליק אדער פירוש וואס איינער וואס איז אליין דארט געווען שרייבט און זאגט נאך די מלחמה.
סוף דבר, דער היינטיגער בליק פון איינער וואס איז גרייט דאס דורכצוגיין, איז זיכער קלארער פון הרב מיכאל בער'ס בליק, אפגעזען פון זיין חשיבות אדער גדלות, ווייל עס איז פשוט א שאלה פון עקסעס צו אינפארמאציע.
איך האף אז די נקודה איז קלאר.
יעצט, אלעס וואס איך האבן געשריבן אויבן בנוגע די קלעימס איז באזירט אויף די סארט קלארע זאכן וואס זענען אנגענומען אין די אלגעמיינע היסטארישע וועלט — וואס נעמט אריין גויים פונקט ווי אידן.
איך האב געגעבן לינקס וואו מען קען אנהייבן נאכצוקוקן; די פלעצער האבן רעפערענצן וואס פירן ווייטער.
Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 17, 2026 5:22 am
וויקפידיע איז ווייט נישט קיין מקור...
דאס איז טאקע ריכטיג אז נישט אלעס וואס שטייט אויף יעדן נושא איז פארלעסליך, אבער דער כלל ביי דעם איז ווידער די רעפערענצן וואס ווערן אנגעגעבן אויף א זאך.
און אויך אז מען רעדט פון וועלטס געשעענישן, בפרט איבער די מלחמה וואס ווערט שטארק נאכגעפארשט און נאכגעקוקט, ווערן די זאכן - בפרט אין ענגליש - געלייענט דורך טויזנטער מענטשן וואס קענען גוט די נושא; און אויב עס איז דא איינער וואס עפעס שמעקט אים נישט, וועט ער דאס מעורר זיין, און אויב מען קען דאס נישט אויפווייזן, וועט עס ווערן אראפגענומען.
אלזא, דאס וואס מיר האבן געשריבן זענען זאכן וואס זענען אנגענומען, טאקע פון די סארט קלארע דאקומענטן וואס מען קען נאכקוקן.
דהיינו:
- דער באיקאט איז נישט געווען א ציוניסטישע אידעאלאגיע-געטריבענע איניציאטיוו, און איז נישט אנגעפירט געווארן דורך די אפיציעלע ציוניסטישע ארגאניזאציעס; זיי האבן גאר געארבעט דערקעגן.
- היטלער האט געהאסט די אידן פיל פארן באיקאט, און אפגעזען וויאזוי די פראפאגאנדע מאשין האט דאס אראפגעמאלן, ווערן די אקטן פון דער באיקאט נישט אנגעקוקט ווי א גורם צו וואס די נאציס האבן שפעטער געטון; זיי וואלטן דאס סיי ווי געטון, יא באיקאט אדער נישט באיקאט.
- דער ציל פון דעם באיקאט איז געווען צו מאכן דייטשלאנד איבערקלערן צי עס לוינט זיך זיי זייער אונטערדריקונג פון אידן, און גארנישט מער פון דעם.
און דאס זעלבע וואס מיר גייען שרייבן אין די המשך פון קלעימס 7-8, זענען די סארט אלגעמיינע אנגענומענע פאקטן געבויט אויף דאקומענטירטע זאכן, און מען קען דאס אלעס אליין נאכקוקן.