זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
ברוך שאמר
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
Location: New York
x 72

זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?

פאוסט דורך ברוך שאמר »

איך בין נישט געשלאפן די בעסטע נעכטן נאכט.

פרעגסט פארוואס?

ווייל מיין בחור זאגט מיר נעכטן: טאטי, די גרעסטע רוצחים פון אידן זענען ליידער געווען אידן אליין, די רשעים די ציוניסטן!

וואס הייסט? פרעג איך,

טראכטנדיג ביי מיר פון וואו דאס קומט צו אים? נישט איך און נישט ער האבן געלערנט אין מוסדות וואס זענען גערופן נאך א שטאט אין רומעניע.

זאגט ער מיר: איך האב געהערט אויף א פאפולערע טעלעפאן ליין א דרשה פון הרב מה"ש, א חשוב'ע פערזענליכקייט, וואס לייגט עס אראפ מיט אלע דעטאלן וואס זענען דאקומענטירט.

איך וועל עס דיר אנצינדן, וועסטו אליין הערן און זיך איבערצייגן.

נו, אומר ועושה, מיר האבן פארברענגט איבער א שעה הערנדיג פלאמדיגע ווערטער, און צווישן זיי געשרייען ווי: "רשעים ארורים", "ימח שמם", וכדומה.

שפעטער אין בעט האט עס מיר נישט געלאזט שלאפן; עס האט מיר געברויזט אין קאפ:

פארוואס דארף מען באשולדיגן אונזערע אייגענע ברידער אין דער גרעסטער קאטאסטראפע וואס האט אונז נאר באטראפן?

און מיט דעם ארומחושן און אנפילן יונגע מוחות מיט האס און שנאה?

איז ער אזוי נישט זיכער מיט זיין התנגדות צו ציונות מצד תורה'דיגע יסודות, אז מען קען זיך נאר פארזיכערן מיט'ן אויסמאלן די ציונים ווי בלוט-דורשטיגע ברידער-מערדער?

איז דאס וואס דער יסוד וואס די שיטה קעגן ציונות איז געבויט?

אבער איבער אלעס, האט מיך געגעסן די וועג וויאזוי מען טוט דאס, מיט א שלייער פון לאזונגען אז דאס זענען "פאקטן" און עס איז "דאקומענטירט", ווען אין פאקט נוצט מען האלבע דרושים און פשט'לעך וואס זענען געפלאכטן מיט ליגנט.

אין די אמת'ער פאקט איז, אז אסאך פון די אקציעס צו ראטעווען אידן זענען גאר געטאן געווארן דורך דעקלערטע ציוניסטן.

דאנט געט מי ראנג, זיכער אז מיט אונזער היינטיגן בליק, וואס איז א 20/20 היינדסייט וויזשן, קענען מיר זען וואו און וויאזוי טעותים זענען געמאכט געווארן, אבער דאס איז יעצט; מענטשן דעמאלטס האבן דאס אלעס נישט געוואוסט.

און איבער אלעם, די סארט טעותים זענען געמאכט געווארן ביי אלע קרייזן, נאר ווען עס איז ביי דיין אייגענעם קרייז רעדט מען נישט דערפון, אדער ווען איינער פרעגט זאגט מען: נו, וואס האט מען געקענט טון? עס זענען געווען פארנעפלטע אדער העכערע זאכן.

אבער אין די זעלבע צייט קאכט מען זיך איבער די טעותים פון אנדערע קרייזן, נאך מיט א שמיץ אריבער, מיט'ן צולייגן און פארדרייען די פאקטן, זאגן פשט'לעך און אריינלערנען כוונות, און מיט דעם פראקלאמירט מען: די רשעים די ציונים ימם שמם האבן געהרגעט זעקס מיליאן!

איך האב אסאך וואס צו שרייבן, און איך קען איבערגיין דעם בעל דרשנ'ס דרשה פונקט נאך פונקט און אויפווייזן סיי ווי מאדנע דער עצם לאגיק ער נצוט איז, אין סיי פון פאקטשע זאכן, באזירט אויף דאקומענטירטע פאקטן.

און צו זיין קלאר: איך באשולדיג נישט דער בעל דרשן, ער זאגט נאר איבער דאס וואס מען האט אים געזאגט מיט 30 יאר צוריק, נאר ער טוט עס אפשר מיט מער כח, און האס.

אבער אז מען קען דאס פארשפרייטן בחוצות – און ער קען אריינשרייען זיינע פשטלאך אין מיין בחור'ס מוח – וואלט רעכט געווען אז אנדערע זאלן קענען ארויסשטעלן די פאקטן, כדי כאטש ערוואקסענע זאלן קענען לערנען און אויסשמועסן די זאך מיט אן אמת, ווי ערוואקסענע מענטשן.

האב איך געטראכט אז אידטיש איז א פאסיגער פלאץ, וואו מען רעדט טאקע ווי ערוואקסענע, און מען האט נישט מורא אדורכצוטאן און אויסשמועסן א זאך אמתדיג.

אבער עס קען זיין אז איך האב א טעות, אין דאס איז נישט די פלאץ, - און צו שרייבן אין אלעס זאל געמעקט ווערן, האב איך נישט קיין צייט.

וועלן מיר זען אויב דאס וועט איבערלעבן; און אויב דער עולם וויל מען זאל ממשיך זיין, וועלן מיר בעזרת השם ווייטער גיין פונקט נאך פונקט, מיט פאקט נאך פאקט.

הוספה: דער המשך געפינט זיך דא.
ברוך שאמר
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
Location: New York
x 72

שמועסן און קאמענטארן - הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך ברוך שאמר »

אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4675
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 19514

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך פליט »

טאטי האט געבעטן נישט אריינצוטרעטן אין קיין בלאטע...
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 280
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 807

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך חנן »

ר' מיכאל בער ווייסמענדאל האט מיט סאטמאר גארנישט געהאט. ער שרייבט אז געוויסע ציוניסטישע שישקעס האבן געשטערט זיינע רעטונג פרואוון מיט דעם לאזונג 'רק בדם תהיה לנו הארץ'.

ווייטער זענען דאקומענטירט אסאך שייכות וואס ציוניסטישע שישקעס האבן געהאט א יד, דירעקט און מיינסטענס אומדירעקט, אינעם האלאקאוסט. סיי מיטן אונטערהעצן די נאציס, צי דער האלאקאוסט וואלט געווען אזוי שרעקליך ווען נישט די ציוני'סטישע רייצערייען, איז א לעגיטימע פראגע. סיי מיטן שטערן רעטונגס פרואוון, אויסער ר' מיכאל בער'ס.

יעצט, זאגן אז די ציונים האבן געהארגעט 6 מיליאן אידן, נישט די נאציס, איז פאלג מיר א גאנג. די נאציס האבן געהארגעט. דאדס מיינט אבער נישט אז די ציוניסטישע הענט זענען ריין פון בלוט.

פונקט ווי יעדע זאך אין דער וועלט, טאר מען דאס אויך נישט ארויסנעמען פון קאנטעקסט. אבער זיך עגבערן פארן באשולדיגן "אונזערע אייגענע ברודער" אין די טויט פון די 6 מיליאן קדושים, קלונגט מאדנע.

האלאקאוסט אין א זייט געלייגט, האבן די ציונים גענוג אידיש בלוט אויף זייערע הענט, ביידים און דירעקטע גרמות. זיי זענען רשעים און מערדער. יא. ליידער. "אונזערע אייגענע ברודער".

אגב, די רעטונגען וואס די ציונים זעלבסט האבן אנגעפירט, זענען מייסטענס געווען געצילט בלויז פאר אזעלכע וואס וועלן העלפן אויפשטעלן די מדינה. סתם אידישע לעבנס איז זיי נישט געגאנגען אין לעבן.

ע"כ דברי. יעצט ווארט פאר די ריכטיגע בעקלעש.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5514

Re: שמועסן און קאמענטארן - הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך הדסים »

עז אלוועיס בין איך אפן צו הערן פרישע חידושים און זיך לערנען נייע זאכן.

כ'האף אז דו אויך.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1018
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1206

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך איד »

אז מ'קוקט אין חז''ל קען מען זעהן אז ביי די חורבן בית שני - ווען שווערער טויזענטע אידן זענען ליידער גע'הרג'ט געווארן דורך די רוימער, האבן ליידער אויך די אידן געהאט א חלק, די בריונים וכו' וואס האבן זיך גערייצט געפערלעך וואס האט אסאך גורם געווען ווי חז''ל דערציילן.

אעפ''כ ווערט די חורבן פארעכנט אויף די רוימים.
אוועיטער
יעקב דוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 324

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך יעקב דוד »

סאיז או אוממעגליך צו צייכענען אויף 1 געוויסע פאסירונג אז דאז איז די גורם פון אזא פארצווייגטע היסטארישע מלחמה און שחיטה, די האס און די מלחמה איז געבויט פון זייער אסאך פארצווייגטע איינצעלהייטן ווי למשל: די דורכפאל פון גערמאניע ביים ערשטן קריג, די פרייע אידן זיך רעיון מיטן דייטש, די פרייע אידן מיטן פירן געוויסע אינדוסריעס, סתם טעריטארישע אלטע ווייטאג (איינמאל סאיז דא קריג גיבט מען זיך שוין אויס אויפן אידן), און אסאך אסאך מער.

די זעלביגע די יעצטיגע האס קומט פון גאר אסאך פארצווייגטע נושאים, די ציונים אלס די קאפוויי פונעם וועלט, די פרייע וואס פירן צופיל און עס ברענגט קנאה, סתם רעליגיעזע עקסטרעמיסטן, די מאכט סטראגל צעווישן גרויסמאכטן, די פאקט אז מילאנע אמעריקאנער צאלן רענט פאר אידן, די אידישע אפגעזינדערטקייט פון איין זייט אבער די הענט און א יעדן גויאישע שיסל פונעם אנדערן זייט ועוד ועוד.

חלילה די אלע זאגן זענען נישט מצדיק גארנישט נאר אזוי איז דער אייבישטער מלבש היסטוריע, און מיר דארפן משתדל זיין מיט תשובה און תיקון המעשים, און זעהן וואספארא השתדלות עס ברויכט צו פארבעסערען די אלע פונקטן.

און א יעדן פון די פונקטן קען זיין אז אויב מען איז עס מסלק וואלט געוועהן א Buterfly effect אז נפל חלק מהיסוד אפשר שיפול חלק או כל הבנין.
אבער א יעדער ערליכע איד וועט אנצייכענען כפי השקפתו וכפי מה שמסמנים לו מן השמים לפי דורו ושורש נשמתו אויף וועלעכע פונקט אנצוווייזן און מעורר צו זיין לאנשיו כדת מה לעשות, און ער איז 100% גערעכט ווען דער גדול שטורעמט און וויינט אז עוונותינו ומעשינו גרמו, אבער דאס מיינט נישט אז דער דייטש איז ווייניגער שילדיג, וכן היה ביי אלע חרבנות ופרעניות כדאיתא בחז"ל.
וזה פשוט ואין צריך להאריך און פירקלען גאנצע בלעטער דא ווער פונקטליך איז גערעכט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3503
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4202

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

איך ווייס נישט ווער מה"ש איז און פארוואס דיין בחור הערט זיין האטליין

איך וועל זיך נאר באציען צו דיין טענה אז די ציונים האבן געוואלט ראטעווען נאר צוריקקוקענדיג זעט מען טעותים

ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ״ל האט געזאגט אז די ציונים האבן אקטיוו געשטערט די אקטיוויטעטן פון הצלה

עס איז דאקומענטירט און באקאנט פאר יעדן וואס האט נישט מורא צו וויסן דעם אמת

די סיבה פארוואס יענער רעדנער זאגט עס ווייס איך נישט. איך קען אבער טראכטן אז היות עס זענען נעבעך דא אידן וואס עובר זיין אויף הארבע עבירות דערשרעקט זיי נישט און זיי ווערן ווייטער פארקויפט פאר די ציונים אבער ווען זיי הערן אז די ציונים האבן בכוונה געפירט צו אומברענגען אידן וועקט עס זיי יא אויף וויל זיי אויפוועקן מיט וואס עס ארבעט פאר זיי
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3503
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4202

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

איך באמערק יעצט דעם קעפל. עס איז ליידער נישט קײן ליגנט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
עטרת חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 162
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:29 pm
Location: קרית יואל
x 441

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך עטרת חיים »

ברוך שאמר האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 3:42 pm
קודם ווי די סדר ווען א נייער ניק הייבט אן חושן, זאגט מען, ברוך הבא!

כ"ק רבינו הק' זי"ע ברענגט אין זיינע ספרים אז די ציונים זענען שולדיג אין די מארד פון די 6 מיליאן קדושים, ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט אויך פילע מעשיות ווי די ציונים האבן געשטערט דאס ראטעווען אידן, דאס איז בכלל נישט ר' מ.ה.ש אויסטרעף

איך האב נאר צוצולייגן אז די נרצחים פון די שמחת תורה שחיטה איז אויך די שולד פון די ציונים ימ"ש און ווי אויך אלע אנדערע טעראר אטאקעס אין א"י און אלוועלטליך

יה"ר שילמדו תועים בינה

וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ
ועולתה תקפץ פיה, וכל הרשעה כלה כעשן תכלה, כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5514

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך הדסים »

עטרת חיים האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 4:58 pm
ברוך שאמר האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 3:42 pm
קודם ווי די סדר ווען א נייער ניק הייבט אן חושן, זאגט מען, ברוך הבא!

כ"ק רבינו הק' זי"ע ברענגט אין זיינע ספרים אז די ציונים זענען שולדיג אין די מארד פון די 6 מיליאן קדושים, ר' מיכאל בער ווייסמאנדל ז"ל האט אויך פילע מעשיות ווי די ציונים האבן געשטערט דאס ראטעווען אידן, דאס איז בכלל נישט ר' מ.ה.ש אויסטרעף

איך האב נאר צוצולייגן אז די נרצחים פון די שמחת תורה שחיטה איז אויך די שולד פון די ציונים ימ"ש און ווי אויך אלע אנדערע טעראר אטאקעס אין א"י און אלוועלטליך

יה"ר שיחמדו תועים בינה

וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעבור ממשלת זדון מן הארץ
לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דאס וואס דער רבי זאגט, אוודאי איז עס ניצליך אלס עמיצער וואס האט עס מיטגעלעבט בתורת עדות, אבער נישט אלס חסיד.

אויב איז אייער מיינונג שוין באשטימט פון פאראויס זייענדיג א סאטמארער, האט איר דאך נישט וואס צו טון אין דער טעמע.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1782

פאוסט דורך פעיק ניוז »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:10 pm

אמת, וכן להיפוך.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3503
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4202

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:10 pm לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דאס וואס דער רבי זאגט
דער רבי איז נישט א גוטע מקור?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1782

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:14 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:10 pm לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דאס וואס דער רבי זאגט
דער רבי איז נישט א גוטע מקור?
פאר א סאטמארן חסיד.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3503
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4202

Re: שמועסן און קאמענטארן - הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

וואס איז די טעמע אנדערש ווי די אנדערע?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 490
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 595

Re: שמועסן און קאמענטארן - הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך בקיצור »

ס'איז מומלץ צו דורכליינען "שרופי כבשן מאשימים", פון הרב משה שעהנפעלד זצ"ל ווא סאיז געוועהן פון די אגודה. און גארנישט געהאט מיט סאטמאר.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5514

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך הדסים »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:14 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:10 pm לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דאס וואס דער רבי זאגט
דער רבי איז נישט א גוטע מקור?
דער בעסטער מקור דארף זיין אפפרעגבאר.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 490
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 595

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך בקיצור »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:14 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:10 pm לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דאס וואס דער רבי זאגט
דער רבי איז נישט א גוטע מקור?
א מקור אויף וואס?

דער סאטמארער רב אי זמעי דאויף עפעס?

ער שרייבט סך הכל אז אים איז קלאר אז די שואה איז געקומען אלס עונש אויף די העברה על שלוש שבועות.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5514

Re: שמועסן און קאמענטארן - הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך הדסים »

בקיצור האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:18 pm ס'איז מומלץ צו דורכליינען "שרופי כבשן מאשימים", פון הרב משה שעהנפעלד זצ"ל ווא סאיז געוועהן פון די אגודה. און גארנישט געהאט מיט סאטמאר.
שרופי הכבשנים מאשימים?
Hebrewbooks_org_35333.pdf
(3.59 MiB) דאונלאודעד 22 מאל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5514

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך הדסים »

אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3503
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4202

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:15 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:14 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:10 pm לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דאס וואס דער רבי זאגט
דער רבי איז נישט א גוטע מקור?
פאר א סאטמארן חסיד.
איז דא א מחלוקת אין מציאות אין א נושא וואס סאטמארער רבי האט געזאגט חוץ ביי דעם?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3503
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4202

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

בקיצור האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:20 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:14 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:10 pm לענ"ד, כדי מ'זאל קענען קוקן אויף א זאך אביעקטיוו איז וויכטיג ארויסצולאזן דאס וואס דער רבי זאגט
דער רבי איז נישט א גוטע מקור?
א מקור אויף וואס?

דער סאטמארער רב אי זמעי דאויף עפעס?

ער שרייבט סך הכל אז אים איז קלאר אז די שואה איז געקומען אלס עונש אויף די העברה על שלוש שבועות.
סאטמאר רבי האט געזאגט אז די ציונים האבן געשטערט די הצלה
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3503
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4202

Re: שמועסן און קאמענטארן - הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

בקיצור האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:18 pm ס'איז מומלץ צו דורכליינען "שרופי כבשן מאשימים", פון הרב משה שעהנפעלד זצ"ל ווא סאיז געוועהן פון די אגודה. און גארנישט געהאט מיט סאטמאר.
תמצית?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 490
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 595

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך בקיצור »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:24 pm
בקיצור האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:20 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:14 pm
דער רבי איז נישט א גוטע מקור?
א מקור אויף וואס?

דער סאטמארער רב אי זמעי דאויף עפעס?

ער שרייבט סך הכל אז אים איז קלאר אז די שואה איז געקומען אלס עונש אויף די העברה על שלוש שבועות.
סאטמאר רבי האט געזאגט אז די ציונים האבן געשטערט די הצלה
כ'מיין אז סך הכל האט ער נאכגעזאגט רבי מיכאל בער און נישט מעי דגעוועהן ווא סער האט געזעהן מיט די אויגן
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2498
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5514

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך הדסים »

כ'מיין אז @ברוך שאמר זאל שרייבן די אריגינעלע טענות אינ'ם קאמענטארן אשכול...

שרייב פאוסט