זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
בקיצור
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 502
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 613

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך בקיצור »

פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 6:08 pm
בקיצור האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 6:00 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:58 pm
לאמיר זיך נישט מצמצם זיין בלויז צו די שלש שבועות. מען רעדט דא פון 'ציוניזם' אין אלגעמיין.

חבלי משיח איז זייער א כלליות'דיגע טערמין וואס זאגט גארנישט. די וואס האבן געזאגט אז מען קען נישט פארשטיין זענען דאך בכלל נישט אין דעם שמועס דא.

די וואס האבן גערעדט פון דער רוחניות'דיגער ירידה זענען זעלבסט קאלירפול. אסאך פון די האבן עס קלאר צוגעבינדן צו ציוניזם און השכלה.
ציוניזם און השכלה איז טאקע געוועהן די עיקר גורמים צו די רוחניות'דגע ירידה.
שפעטער איז דא א ענין פון נעמען א מלוכה פאר די צייט.
וזה לא עלה על הדעת פון קיין שום גדול בישראל אז דייקא דאס האט גורם געוועהן דער חורבן
אפילו סאטמארער רב האט נישט צוגעשריבן די שואה בלויז צו די איין נקודה פון דחיקת הקץ, נאר אויך צו 'מרידה באומות' און 'עליה בחומה'. אזוי אויך צו דעם ענין פון למה תתראו - וואס ער באצייכנט אלס עפעס וואס האט מגרה געווען די אומות קעגן אונז.

לאמיר אביסל מער מסביר זיין. די באוועגונג איז באשטאנען פון די געדאנק אז 'איד' ווערט נישט דעפינירט דורך אמונה בה' און תורה ומצוות, נאר ככל הגוים בית ישראל, מיר זענען אן עם. אנהויב השכלה איז דער ככל הגוים בית ישראל באשטאנען פון זיך וועלן געפעלן צום גוי און זיין אזוי ווי אים, דאס האט אראפגעפירט ריזיגע חלקים פון וועג. עס האט אויסגעריסן די אידישע 'אייגנקייט' פון אידישע הערצער. ביי ציוניזם איז עס געגאנגען א שטאפל ווייטער, אנשטאט זיך געפעלן פאר'ן גוי דורכ'ן זיך אראפבייגן צו אים און זיין ווי אים כדי ער זאל מיר ליבן, וועלן מיר זיך אויפהייבן די קעפ און אוועקשטעלן אונזער אייגנקייט, נישט דורך תורה ומצוות, נאר דורכ'ן ווערן א געהעריגער 'עם' אזוי ווי אלע גוים.

פארשטייענדיג דאס, ווערןט די רוחניות'דיגע ירידה, די כפירה ווינטן וואס האבן דאן געבוזשעוועט, די אפענע התגרות ומרידה באומות (וואס איז טייל פון די שלש שבועות), דאס זיך משוה זיין צו די אומות, דאס זיך באווייזן פאר די אומות אז מיר זענען פונקט אזוי מעכטיג ווי ענק און נאכמער: מיר וועלן זיך נישט לאזן פון ענק, און די באהאלטענע שטערונגען צו הצלה, הערליך משולב.

על כל פנים, פון א מחלוקת אדער ענליך איז נישט דא קיין שום שמץ, זיכער נישט פון "רוב חכמי ישראל".
כ'פארשטיי באמת נישט וואס האט טומאת הציונות און די פארדארבנקייט אז ככל הגוים בית ישאל, מיט די שבועה שלא ימרדו באומות ושלא ידחקו את הקץ.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1784

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

אגב, מען זעט די סענטימענטן אויך היינט דא אין אמעריקע.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1784

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

בקיצור האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 6:28 pm

כ'פארשטיי באמת נישט ווא סהאטטטטטמאת הציונות און די פארדארבנקייט אז ככל הגוים בית ישאל, מיט די שבועה שלא ימרדו באומות ושלא ידחקו את הקץ.
כ'ווייס.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1784

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

מענין לענין באותו ענין: איך בין נישט דער גרויסער ויואל משה לערנער, אבער איך האב זיך פונקט אנגעשטויסן אין א שטיקל וואס איז נוגע אהער:

וכעין זה המה דברי הכלי יקר בפרשת דברים, על הכתוב "רב לכם סוב את ההר הזה פנו לכם צפונה", וזה לשונו, "רבים אומרים כי פסוק זה נוקב ויורד עד התהום, ויש בו רמז לשעה ולדורות. וענין סבוב זה, שילכו סחור סחור לכרם ה’ צבאות לא יקרבו, כי ימים רבים לישראל שיהיו נדים ונעים סביבו ולא יותן לישראל כח עליהם עד מדרך כף רגל, עד שיבוא מי שנאמר בו ועמדו רגליו ביום ההוא על הר הזתים. וכל זמן שישראל הולכים סחור סחור נאמר להם פנו לכם צפונה, ודרשו בזה אם הגיע שעתו של עשיו הצפינו עצמיכם. וענין הצפנה זו, שאם ימצא האיש הישראלי איזה הצלחה זעיר שם זעיר שם, אזי יטמינו ויצפינו הכל בפני עשיו וכו’. וכן יעקב צוה לבניו למה תתראו, פירש רש”י בפני בני ישמעאל ועשיו כאילו אתם שבעים, כי שניהם סוברים שיצחק גזל הצלחת ישמעאל ויעקב גזל הצלחת עשיו על ידי השתדלות, על כן צוה פנו לכם צפונה, שלא יתקנא בכם. וזה היפך ממה שישראל עושין בדורות הללו.כי מי שיש לו מנה, הוא מראה את עצמו במלבושי כבוד ובתים ספונים וחשובים, כאילו היה לו כמה אלפים, ומגרים האומות בעצמם ועוברים על מה שנאמר פנו לכם צפונה. ומנהג זה ברבת בני עמנו, והוא המסובב את כל התלאה אשר מצאתנו. והמשכילים יבינו ליקח מוסר", עד כאן לשונו.

הנה העיד שכל התלאה אשר מצאתנו, הוא בשביל המבקשים גדולה וכבוד בעיני האומות טרם ביאת המשיח, וכל שכן בבנין בית המקדש בעת הגלות שהיתה גזירה רעה רח”ל.

וקל וחומר בן בנו של קל וחומר ליקח מלכות וממשלה טרם ביאת המשיח, שהמינים והאפיקורסים החפצים במלכות וממשלה בלא תורה, ואינם מאמינים בביאת המשיח, עושים סמיות עינים שזהו הצלה. ושאני מינות דמשכא, ונגררין העם אחריהם, ובעונותינו הרבים שטנא נצח. וכל אשר עינים לו לראות האמת, רואה עד כמה מהפכין דברי אלקים חיים, וכל דרכיהם הם סכנה עצומה ח”ו לכלל ישראל.

ה’ יתברך ירחם ויאמר לצרותינו די, ויצילנו מרשת זו טמנו, ויחיש זמן גאולתינו ופדות נפשינו ברחמיו וחסדיו המרובים יתברך שמו לעד.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2516
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5602

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך הדסים »

דאכט זיך אז פון אברבנאל איז אויך דא ענליך.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2295
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7565

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך נקודות טובות »

כא כא כא האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:48 pm אנטשולדיגט פאר מיין אויסדריק, אבער נאך אזא שאלה, הייב איך אן צו פארשטיין די שואה לייקענערס.

די האסט געזען ווי די דייטשן הרג'ענען אדער די האסט עס נאר נאכגעהערט?

די האסט נאך טאקע קיינמאל נישט געהערט דעם אויסדריק פון די רשעים "רק בדם תהיו לנו הארץ" ???
קודם כל, די בריוו עקזעסטירט דאך נישט. ר' מיכאל בער שרייבט בסך הכל אז "ער" האט עס געזעהן. סא קיין ניתי ספר וניחזי איז דאך נישט דא. איך האלט נישט ר' מיכאל בער פאר א שקרן, אבער ס'איז זייער שווער צו בויען אויף אזא סלאגאן ווען ר' מיכאל אליינס שרייבט אז ער שרייבט עס נאר פון זכרון. א ווארט ארויף אדער אראפ קען טוישן די גאנצע משמעות. איינער וואס קויפט דאס נישט מטעם זה, איז נישט קיין האלעקאוסט לייקענער. ס'איז נישט קיין הארטע דאטא, ס'איז א בריוו אין מן המיצר.

אגב. דער נתן שוואלב וואס האט אנגעבליך געשריבן די בריוו, איז באקאנט מיט אנדערע פעלער אין וואס ער האט דירעקט געהאלפן ראטעווען אידן סיי פון דייטשלאנד, און סיי פון אונגארין. ס'איז זייער מאדנע אז אזא איינער וואס האט געהאלפן ראטעווען אידן פון אנדערע לענדער, זאל שרייבן רק בדם אויף יהדות סלאוואקיע אין אזא קאנטעקסט ווי כאילו מען טאר נישט ראטעווען, ווייל עס דארף קאסטן נפשות ישראל.

ער שרייבט אז אידן מוזן זיך "שלאגן" גענוי ווי די אמעריקאנער "שלאגן זיך" און אזוי וועלן זיי קענען באקומען א"י. ווייל אויב זאלן די אידן נישט צושטעלן קיין קעמפער, מיט וואספארא פנים וועלן זיי שפעטער קענען באקומען א"י. און חוץ מזה איז עס איז ניטאמאל א נארמאלע בקשה צו בעטן פון אמעריקע צו ערלויבן שיקן געלט פאר "זייערע שונאים", כדי צו ראטעווען די אייגענע בלוט. און ער געבט א ווארף אריין כי רק בדם תהיה לנו הארץ. ס'איז מער מסתבר סיי לויט די המשך הדברים, און אזוי אויך פון די פאקט אז שוואב האט אין אנדערע פעלער יא געהאלפן אז די רק בדם גייט ארויף אויפן ערשטען חלק און נישט די צווייטע. ובפרט אז די ווערטער זענען נאר געשריבן פון זכרון, וואס אין אזא פאל איז זייער שווער צו מברר זיין פונקטלעך וואס ער האט מכוון געווען.

אין ספוילער איז די בריוו געברענגט אין מן המיצר.
► Show Spoiler
פיגער עס אויס!
בקיצור
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 502
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 613

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך בקיצור »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 7:06 pm

איז וואס איז די כוונה רק בדם, ועמענס בלוט?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3529
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4255

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 6:10 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 6:09 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pm

וואס?

מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
דער סאטמארער רבי האט געזאגט אז עפעס איז געשען.
איבער זיין מיינונג קען מען זיך דינגען און טרעפן אנדערע גדולים וואס האלטן אנדערש אבער מיט מציאות איז נישט שייך צו קריגן

ער האט געזאגט אז די ציונים האבן במעשה ובמזיד געברענגט צו הרג'ענען אידן

איז דא איינער קרעדיבל וואס לייקענט עס? אדער פלעין ווייל סאטמארער רבי איז געווען באקאנט מיט זיין שארפקייט קעגן ציונות איז ער נישט באגלייבט?
האסט א ריכטיגע טענה. אויב איז עס א מחלוקת אין מציאות, דארף מען קומען מיט געהעריגע פאקטן. ביידע זייטן.
ווער לייקענט?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4721
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 19928

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך פליט »

פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:23 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:15 pm

פאר א סאטמארן חסיד.
איז דא א מחלוקת אין מציאות אין א נושא וואס סאטמארער רבי האט געזאגט חוץ ביי דעם?
וואס?

מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
זאגסט גוט.

אבער ערענסט גערעדט, האלטסט אז מען וועט דא לאזן שרייבן ביידע זייטן?
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2516
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5602

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך הדסים »

פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 7:18 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:23 pm

איז דא א מחלוקת אין מציאות אין א נושא וואס סאטמארער רבי האט געזאגט חוץ ביי דעם?
וואס?

מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
זאגסט גוט.

אבער ערענסט גערעדט, האלטסט אז מען וועט דא לאזן שרייבן ביידע זייטן?
דערפאר האב איך געבעטן אז מ'זאל לאזן דעם רבי'ן אינדרויסן פון דער דיסקוסיע, ס'קען מען טון אז געוויסע האבן מורא געהאט דערפון..?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3529
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4255

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 7:27 pm
פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 7:18 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pm

וואס?

מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
זאגסט גוט.

אבער ערענסט גערעדט, האלטסט אז מען וועט דא לאזן שרייבן ביידע זייטן?
דערפאר האב איך געבעטן אז מ'זאל לאזן דעם רבי'ן אינדרויסן פון דער דיסקוסיע, ס'קען מען טון אז געוויסע האבן מורא געהאט דערפון..?
איך האב נישט קיין מורא צו האבן דעם שמועס אן דעם רבי'ן. איז מוז נישט צוקומען צו זיין קרעדיביליטי ווייל עס איז א דבר ידוע

איך האב נאר געפרעגט צו ער איז נישט באגלייבט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1784

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 7:18 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:23 pm

איז דא א מחלוקת אין מציאות אין א נושא וואס סאטמארער רבי האט געזאגט חוץ ביי דעם?
וואס?

מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
זאגסט גוט.

אבער ערענסט גערעדט, האלטסט אז מען וועט דא לאזן שרייבן ביידע זייטן?
אויב רעדט מען פון דעם מציאות, אן קיין נעמען, פארוואס נישט?
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4721
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 19928

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך פליט »

פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 9:50 pm
פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 7:18 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:34 pm

וואס?

מיין נקודה איז אז ביידע זייטן דארפן זיין אפן. דער סאטמארער קען נישט קומען אויפקלערן דעם נישט-סאטמארן מיט'ן זאגן אז זיין רבי האט אליין געזאגט, און דער נישט-סאטמארער קען נישט סתם קומען שרייען "ליגנט" אויב זיין מיינונג איז באזירט בלויז אויף דעם וואס ער איז נישט קיין סאטמארער. ביידע זייטן דארפן פורש שמלה זיין.
זאגסט גוט.

אבער ערענסט גערעדט, האלטסט אז מען וועט דא לאזן שרייבן ביידע זייטן?
אויב רעדט מען פון דעם מציאות, אן קיין נעמען, פארוואס נישט?
אקעי.

"מיטן פילן רעספעקט"
די ארגאניזירער פונעם באן פון סאטמערע רב זענען דאך געווען די ציונים, סאו קומען זאגן אז די ציונים זענען דא געווען צו אויס'הרג'ענען ווי מער אידן?

כ'פארשטיי אז עס איז זייער א האקעלע נושא, און איך האף עכט קיינעם נישט צו ווייטוהן.
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 10, 2026 11:46 pm נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3529
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4255

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:06 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 9:50 pm
פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 7:18 pm

זאגסט גוט.

אבער ערענסט גערעדט, האלטסט אז מען וועט דא לאזן שרייבן ביידע זייטן?
אויב רעדט מען פון דעם מציאות, אן קיין נעמען, פארוואס נישט?
אקעי.

"מיטן פילן רעספעקט"
די ארגאניזירער פונעם באן פון סאטמערע רב זענען דאך געווען די ציונים, סאו קומען זאגן אז די ציונים זענען דא געווען צו אויס'הרג'ענען ווי מער אידן?

כ'פארשטיי אז עס איז זייער א האקעלע נושא, און איך האף עכט קיינעם נישט צו ווייטוהן.
די ארגאניזירער פונעם באן זענען געווען ערליכע אידן נאר די ציונים האבן זיך אריינגעריקט. עס איז דאקומענטירט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2295
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7565

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך נקודות טובות »

פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:06 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 9:50 pm
פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 7:18 pm

זאגסט גוט.

אבער ערענסט גערעדט, האלטסט אז מען וועט דא לאזן שרייבן ביידע זייטן?
אויב רעדט מען פון דעם מציאות, אן קיין נעמען, פארוואס נישט?
אקעי.

"מיטן פילן רעספעקט"
די ארגאניזירער פונעם באן פון סאטמערע רב זענען דאך געווען די ציונים, סאו קומען זאגן אז די ציונים זענען דא געווען צו אויס'הרג'ענען ווי מער אידן?

כ'פארשטיי אז עס איז זייער א האקעלע נושא, און איך האף עכט קיינעם נישט צו ווייטוהן.
נע! דו זאגסט נישט נאך די קשיא גוט. ס'גייט אזוי.

די רבי זאגט דאך אז מרשעים יצא רשע, פון די ציונים וועט קיין גוטס נישט ארויס קומען. נו אויב אזוי ווי אזוי קען זיין אז כ''א כסלו איז געקומען דורך די ציונים? פון רשעים קען דאך קיין גוטס נישט ארויס קומען? אלא מאי איז עס דאך נישט געווען קיין ניסים. נו אויב אזוי וואס איז די שמחה כ''א כסלו?
פיגער עס אויס!
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 460

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך Who knows »

@ברוך שאמר א גרויסן יישר כח פארן עפענען די נושא, פתח פיך ויאירו דבריך
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2295
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7565

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך נקודות טובות »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:08 pm
פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:06 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 9:50 pm

אויב רעדט מען פון דעם מציאות, אן קיין נעמען, פארוואס נישט?
אקעי.

"מיטן פילן רעספעקט"
די ארגאניזירער פונעם באן פון סאטמערע רב זענען דאך געווען די ציונים, סאו קומען זאגן אז די ציונים זענען דא געווען צו אויס'הרג'ענען ווי מער אידן?

כ'פארשטיי אז עס איז זייער א האקעלע נושא, און איך האף עכט קיינעם נישט צו ווייטוהן.
די ארגאניזירער פונעם באן זענען געווען ערליכע אידן נאר די ציונים האבן זיך אריינגעריקט. עס איז דאקומענטירט
ההמממ.... די באן איז ארגענעזירט געווארן דורך קאסטענער. דו ווילסט זאגן אז ער האט געריטן אויפן צווייטן פלאן פון רבי מיכאל בער, און באוויזן צו איבער רעדן אייכמאן אויף זיין זייט? פיין. נישט אז איך האלט אזוי, אבער איך וועל דיר עס נאכגעבן.

די מציאות איז אבער אז פון רבי מיכאל בער'ס פלענער זענען געווארן עראפלאנען, און דוקא די 1,500 (1,600?) פון קאסטענער האט זיך אויסגעארבעט. דאס אז די פרומע האבן באצאלט פארן רבי'ן שווערע געלטער איז קלאר. אבער במציאות איז די באן געווארן אויסגעארבעט דורך קאסטענער.

נאר וואס, די מאמע פון דר' פישער איז דאך געקומען אין חלום.... סא נישט קאסטענער האט געראטעוועט דעם רבי'ן, נאר פארקערט....
פיגער עס אויס!
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 460

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך Who knows »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:31 pm נאר וואס, די מאמע פון דר' פישער איז דאך געקומען אין חלום.... סא נישט קאסטענער האט געראטעוועט דעם רבי'ן, נאר פארקערט....
איך האב שוין לאנג א קלער אז אויב איז דא עפעס אמת אין די מעשה, איז די מעשה לכאורה געווען אז מ'האט געצאלט א מטבע פאר דר. פישער צו חלומ'ען, כדי קאסטנער זאל מסכים זיין ארויפצולאזן סאטמאר רב
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2295
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7565

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך נקודות טובות »

Who knows האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:37 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:31 pm נאר וואס, די מאמע פון דר' פישער איז דאך געקומען אין חלום.... סא נישט קאסטענער האט געראטעוועט דעם רבי'ן, נאר פארקערט....
איך האב שוין לאנג א קלער אז אויב איז דא עפעס אמת אין די מעשה, איז די מעשה לכאורה געווען אז מ'האט געצאלט א מטבע פאר דר. פישער צו חלומ'ען, כדי קאסטנער זאל מסכים זיין ארויפצולאזן סאטמאר רב
:lol: :lol:
פיגער עס אויס!
פתח לנו שער
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:13 pm
x 9

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך פתח לנו שער »

כא כא כא האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 5:48 pm אנטשולדיגט פאר מיין אויסדריק, אבער נאך אזא שאלה, הייב איך אן צו פארשטיין די שואה לייקענערס.

די האסט געזען ווי די דייטשן הרג'ענען אדער די האסט עס נאר נאכגעהערט?

די האסט נאך טאקע קיינמאל נישט געהערט דעם אויסדריק פון די רשעים "רק בדם תהיו לנו הארץ" ???
די אינגארישע יודן די פוילישע האבן זיי נישט געהאט קיין חלק בכלל נאר די אינגארישע האבן זיי געמאכט א דיל מיט אייכמן ימ"ש אז מען גייט האלטן בשיתיקה די גאנצע זאך וואס גייט באמת געשעהן מיט די יודן אלטס אוישטויש פאר איין באן און דאס איז געווען די קאסטנאר באן
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3529
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4255

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך אנדערער »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:31 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:08 pm
פליט האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 10:06 pm

אקעי.

"מיטן פילן רעספעקט"
די ארגאניזירער פונעם באן פון סאטמערע רב זענען דאך געווען די ציונים, סאו קומען זאגן אז די ציונים זענען דא געווען צו אויס'הרג'ענען ווי מער אידן?

כ'פארשטיי אז עס איז זייער א האקעלע נושא, און איך האף עכט קיינעם נישט צו ווייטוהן.
די ארגאניזירער פונעם באן זענען געווען ערליכע אידן נאר די ציונים האבן זיך אריינגעריקט. עס איז דאקומענטירט
ההמממ.... די באן איז ארגענעזירט געווארן דורך קאסטענער. דו ווילסט זאגן אז ער האט געריטן אויפן צווייטן פלאן פון רבי מיכאל בער, און באוויזן צו איבער רעדן אייכמאן אויף זיין זייט? פיין. נישט אז איך האלט אזוי, אבער איך וועל דיר עס נאכגעבן.

די מציאות איז אבער אז פון רבי מיכאל בער'ס פלענער זענען געווארן עראפלאנען, און דוקא די 1,500 (1,600?) פון קאסטענער האט זיך אויסגעארבעט. דאס אז די פרומע האבן באצאלט פארן רבי'ן שווערע געלטער איז קלאר. אבער במציאות איז די באן געווארן אויסגעארבעט דורך קאסטענער.

נאר וואס, די מאמע פון דר' פישער איז דאך געקומען אין חלום.... סא נישט קאסטענער האט געראטעוועט דעם רבי'ן, נאר פארקערט....
איך געדענק נישט פונקטליך די דעטאלן און וועל לאזן פאר היסטאריקער דעם חלק

די פלאן צו העלפן אידן איז געקומען פון ערליכע אידן און די ציונים זענען שפעטער אריינגעקומען אין בילד
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
ברוך שאמר
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 13, 2026 7:51 am
Location: New York
x 90

די קלעימס ווי אזוי די ציונים האבן למעשה געהרגעט זעקס מיליאן

פאוסט דורך ברוך שאמר »

המשך פון דא

אלזא, עס האט איבערגעלעבט ביז יעצט, וועלן מיר בעזר השם ממשיך זיין.

איך וויל נאר אנצייכענען פאר מען פאנגט אן: מיר רעדן דא פון פאקטן, נישט קיין געפילן און רצונות. אז דו ווילסט זייער שטארק שרייען אז די ציונים זענען רוצחים פון זעקס מיליאן ווייל אזוי שמעקט דיר, אדער עס מאכט דיר בעסער שלאפן, אדער ווייל דו פילסט אזוי מצד אפעס א הרגשה פון הימל, איז דאס איין זאך.

אבער צו דעקלערן אז דאס איז אזוי בגשמיות געווען אויף דער פיזישער וועלט, און דאס איז גלוי לכל מיט דאקומענטירטע פאקטן, דאס איז שוין עפעס אנדערש, און אויף דעם גייען מיר זיך בעיקר באציען.

פאקטן זענען נישט קיין זאכן וואס האט צו טון מיט וועלכן קרייז דו געהערסט; עס איז אדער יא אדער נישט געשען. עס קענען זיין חילוקי דעות וויאזוי א זאך איז געשען, אבער די טענהריי דארף זיין באזירט אויף באווייזן, און ווער עס האט בעסערע באווייזן איז ידו על העליונה.

אוקעי, כדי צו קענען זיין אמתדיג און זיך באציען צו וואס עס איז אין פאקט געזאגט געווארן דורך דעם חשוב'ן בעל דרשן, האב איך עס יעצט איבערגעהערט און אויפגעשריבן ווארט פאר ווארט, דאס בעסטע וואס איך האב געקענט.

ער רעדט פון די יאר תרצ"ג (1933) ווען דער אשמדאי היטלער ימ"ש האט איבערגענומען די רעגירונג פון דייטשלאנד, און ער זאגט אזוי:
אלע מדינות האבן מורא געהאט, אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך, רוסלאנד, אלע האבן מורא געהאט, מען האט אים נאכגעגעבן.

איין פארשטינקענער איזראלי! ער האט נישט קיין מורא, דער ראציגער איזראלי ער האט נישט מורא! ער האט פארשטאנען: איך וועל זיך רייצן מיט דעם אשמדאי.

זיי זענען געגאנגען שרייבן בריווען, געלייגט אין די צייטונג מען זאל בויקאטירן דייטשלאנד.

עס איז אויפגעשריבן געווארן פון א טעפ ווי דער אשמדאי שרייט און שטויסט: זיי דעקלערן קריג מיט מיר, איך נעם עס אן.

וואס איז געווען דער חשבון פון די ציונים ימח שמם?

זייער חשבון איז געווען אנצוזייען שנאת ישראל אין דער גאנצער וועלט, אז קיין איין לאנד זאל נישט ארייננעמען קיין איין איד, וועלן די אידן נישט האבן קיין ברירה און מוזן אנקומען קיין פאלעסטינע, קיין ארץ ישראל.

און עס איז דאקומענטירט, אז דער אשמדאי ימח שמו האט ארומגערופן אלע לענדער; ער האט נישט געוואלט אויסהרגענען די אידן, נאר ער האט זיי געוואלט פארטרייבן און פארשטויסן אוועק פון זיך.

קיין איינער האט נישט געוואלט ארייננעמען די אידן, איינגערעכנט אמעריקע, קיינער!

וועגן די שנאת ישראל וואס די פארשטינקענע מחבלים (נישט געהערט קלאר דער ווארט) האבן געמאכט.

האט דער אשמדאי געזאגט: אויב קיינער גייט נישט אן דער מצב פון די אידן, דעמאלטס הרגעט זיי אויס.

זעקס מיליאן אידן האט מען נעבעך פארגאזט, אין דער צייט וואס די ציונים זיצן און קלאפן זיך דעם בויך: רק בדם תהיה לנו הארץ!

ר' מיכל בער ברענגט, אז מ'האט געקענט ראטעווען אלע אונגארישע אידן, א מיליאן אידן, זענען געגאנגען די ציונים, און אלעס אפגעווארפן, עס זאל נישט קענען דורכגיין.

ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ווי מער אידן עס וועלן שטארבן, אלס מער רחמנות וועט די יו-ען האבן אויף זיי, און זיי געבן די מדינה הטמאה, פוי!

האבן מיר א סך הכל פון 8 קלעימס:
  1. אלע לענדער האבן מורא געהאט, אבער די איזרעאליס האבן זיך דוקא גערייצט מיט היטלר.

  2. די איזרעאליס (ציונים) האבן געמאכט דעם באיקאט אויף דייטשלאנד.

  3. צוליב דער באיקאט, און טאקע נאכן באיקאט, האט היטלער דערקלערט קריג אויף די אידן.

  4. וואס איז געווען די ציל פון די איזרעאלי באיקאט? צו מאכן שנאת ישראל אין אלע לענדער, אז זיי זאלן נישט וועלן אריין נעמען די אידן, און אזוי וועלן די אידן מוזן גיין קיין ארץ ישראל.

  5. דאס האט למעשה פיין געארבעט און דאס איז אפילו דאקומענטירט: דער פאקט אז די ציונים האבן געמאכט א באיקאט האט פארשפרייט שנאת ישראל, ביז אפילו אמעריקע האט שוין נישט געוואלט ארייננעמען אידן.

  6. יעצט, אזוי ווי די אידן האבן נישט געהאט וואו צו גיין, און היטלער אליין האט געזוכט וואו זיי צו שיקן און נישט געפונען, האט היטלער מחליט געווען צו הרגענען די אידן.

  7. בשעת דאס איז געשען, און מען האט נעבעך פארגאזט זעקס מיליאן אידן, האבן זיך די ציונים ממש געפרייט און דערקלערט מיט זייער סלאגאן "רק בדם תהיה לנו הארץ" – זיי האבן זיגרייך דערגרייכט זייער ציל!

  8. עס איז געווען א פלאן און א מעגליכקייט פאר א מיליאן אונגארישע אידן געראטעוועט צו ווערן, אבער די ציונים האבן דאס דוקא צושטערט, ווייל זיי האבן ענדערש געוואלט אז נאך א מיליאן אידן זאלן געהרגעט ווערן כדי צו צהעלפן דאס באקומען א מדינה מיט פון דער יו-ען.

אוקעי, דאס זענען די טענות, אבער איי עם סארי פאר די שפראך, באט דאס איז פשוט א געמישעכץ פון ריינע טיפשות, געפלאכטן מיט אומוויסנשאפט פון פשוט'ע היסטאריע, מיט א שיין ביסל ליגנט און דמיון, געפאקט אין א באקס פון א גאר שטארקע רצון אז עס זאל האבן געווען אזוי.

לאמיר דאס איבערגיין פונקט נאך פונקט און זען וואס איז באמת געווען.

המשך דא
געלט מעשה
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 15, 2025 8:18 pm
Location: Monsey
x 4

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך געלט מעשה »

באט דאס איז פשוט א געמישעכץ פון ריינע טיפשות, געפלאכטן מיט אומוויסנשאפט פון פשוט'ע היסטאריע, מיט א שיין ביסל ליגנט און דמיון
ריינע טיפשות, אומוויסנשאפט, שיין ביסל ליגנט,
דער הייליגער קראסנער רב שרייבט בכתב יד קדשו אין די הקדמה צו זיי ספר שו"ת כוונת הלב וזל"ק:
ולפלא שבהיותי בגעטטא טרם הובילו אותנו לאוישוויטץ והי׳ עמנו כ״ק אדמו״ח הגה״צ אב״ד שימלוי זצ״ל הי״ד, והלך הלוך ושוב בגעטטא ודמעות על לחיו ואמר כמ״פ ״נאר דיא רשעים דיא ציונים האבען אונז היער געברענגט״, ולא הבנתי אז דבריו מה יד יש להציונים בזה ומה דין גרמא שלהם, אבל אח״כ נודע לנו מה שהוא כעת דבר מפורסם שבקל היו יכולים לפדות מיד הרשעים בעד בצע כסף שלא להוביל על מוקדה הרבה מאות אלפים יהודי אונגארין, וראשי הציונים שהמה עכשיו היושבים ראשונה בממשלתם מנעו הדבר, ועיניו של מו״ח ז״ל שפיר חזי.
דער הייליגער קראסנא רב אין דער הייליגער שימלויער רב זענען נישט נחשד מיט "אומוויסשאפט" "ליגנט" אין "דימיונות"
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1784

Re: די קלעימס ווי אזוי די ציונים האבן למעשה געהרגעט זעקס מיליאן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

ברוך שאמר האט געשריבן: זונטאג מערץ 15, 2026 11:54 pm אלזא, עס האט איבערגעלעבט ביז יעצט, וועלן מיר בעזר השם ממשיך זיין.

איך וויל נאר אנצייכענען פאר מען פאנגט אן: מיר רעדן דא פון פאקטן, נישט קיין געפילן און רצונות. אז דו ווילסט זייער שטארק שרייען אז די ציונים זענען רוצחים פון זעקס מיליאן ווייל אזוי שמעקט דיר, אדער עס מאכט דיר בעסער שלאפן, אדער ווייל דו פילסט אזוי מצד אפעס א הרגשה פון הימל, איז דאס איין זאך.

אבער צו דעקלערן אז דאס איז אזוי בגשמיות געווען אויף דער פיזישער וועלט, און דאס איז גלוי לכל מיט דאקומענטירטע פאקטן, דאס איז שוין עפעס אנדערש, און אויף דעם גייען מיר זיך בעיקר באציען.

פאקטן זענען נישט קיין זאכן וואס האט צו טון מיט וועלכן קרייז דו געהערסט; עס איז אדער יא אדער נישט געשען. עס קענען זיין חילוקי דעות וויאזוי א זאך איז געשען, אבער די טענהריי דארף זיין באזירט אויף באווייזן, און ווער עס האט בעסערע באווייזן איז ידו על העליונה.

אוקעי, כדי צו קענען זיין אמתדיג און זיך באציען צו וואס עס איז אין פאקט געזאגט געווארן דורך דעם חשוב'ן בעל דרשן, האב איך עס יעצט איבערגעהערט און אויפגעשריבן ווארט פאר ווארט, דאס בעסטע וואס איך האב געקענט.

ער רעדט פון די יאר תרצ"ג (1933) ווען דער אשמדאי היטלער ימ"ש האט איבערגענומען די רעגירונג פון דייטשלאנד, און ער זאגט אזוי:
אלע מדינות האבן מורא געהאט, אמעריקע, ענגלאנד, פראנקרייך, רוסלאנד, אלע האבן מורא געהאט, מען האט אים נאכגעגעבן.

איין פארשטינקענער איזראלי! ער האט נישט קיין מורא, דער ראציגער איזראלי ער האט נישט מורא! ער האט פארשטאנען: איך וועל זיך רייצן מיט דעם אשמדאי.

זיי זענען געגאנגען שרייבן בריווען, געלייגט אין די צייטונג מען זאל בויקאטירן דייטשלאנד.

עס איז אויפגעשריבן געווארן פון א טעפ ווי דער אשמדאי שרייט און שטויסט: זיי דעקלערן קריג מיט מיר, איך נעם עס אן.

וואס איז געווען דער חשבון פון די ציונים ימח שמם?

זייער חשבון איז געווען אנצוזייען שנאת ישראל אין דער גאנצער וועלט, אז קיין איין לאנד זאל נישט ארייננעמען קיין איין איד, וועלן די אידן נישט האבן קיין ברירה און מוזן אנקומען קיין פאלעסטינע, קיין ארץ ישראל.

און עס איז דאקומענטירט, אז דער אשמדאי ימח שמו האט ארומגערופן אלע לענדער; ער האט נישט געוואלט אויסהרגענען די אידן, נאר ער האט זיי געוואלט פארטרייבן און פארשטויסן אוועק פון זיך.

קיין איינער האט נישט געוואלט ארייננעמען די אידן, איינגערעכנט אמעריקע, קיינער!

וועגן די שנאת ישראל וואס די פארשטינקענע מחבלים (נישט געהערט קלאר דער ווארט) האבן געמאכט.

האט דער אשמדאי געזאגט: אויב קיינער גייט נישט אן דער מצב פון די אידן, דעמאלטס הרגעט זיי אויס.

זעקס מיליאן אידן האט מען נעבעך פארגאזט, אין דער צייט וואס די ציונים זיצן און קלאפן זיך דעם בויך: רק בדם תהיה לנו הארץ!

ר' מיכל בער ברענגט, אז מ'האט געקענט ראטעווען אלע אונגארישע אידן, א מיליאן אידן, זענען געגאנגען די ציונים, און אלעס אפגעווארפן, עס זאל נישט קענען דורכגיין.

ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ווי מער אידן עס וועלן שטארבן, אלס מער רחמנות וועט די יו-ען האבן אויף זיי, און זיי געבן די מדינה הטמאה, פוי!

האבן מיר א סך הכל פון 8 קלעימס:
  1. אלע לענדער האבן מורא געהאט, אבער די איזרעאליס האבן זיך דוקא גערייצט מיט היטלר.

  2. די איזרעאליס (ציונים) האבן געמאכט דעם באיקאט אויף דייטשלאנד.

  3. צוליב דער באיקאט, און טאקע נאכן באיקאט, האט היטלער דערקלערט קריג אויף די אידן.

  4. וואס איז געווען די ציל פון די איזרעאלי באיקאט? צו מאכן שנאת ישראל אין אלע לענדער, אז זיי זאלן נישט וועלן אריין נעמען די אידן, און אזוי וועלן די אידן מוזן גיין קיין ארץ ישראל.

  5. דאס האט למעשה פיין געארבעט און דאס איז אפילו דאקומענטירט: דער פאקט אז די ציונים האבן געמאכט א באיקאט האט פארשפרייט שנאת ישראל, ביז אפילו אמעריקע האט שוין נישט געוואלט ארייננעמען אידן.

  6. יעצט, אזוי ווי די אידן האבן נישט געהאט וואו צו גיין, און היטלער אליין האט געזוכט וואו זיי צו שיקן און נישט געפונען, האט היטלער מחליט געווען צו הרגענען די אידן.

  7. בשעת דאס איז געשען, און מען האט נעבעך פארגאזט זעקס מיליאן אידן, האבן זיך די ציונים ממש געפרייט און דערקלערט מיט זייער סלאגאן "רק בדם תהיה לנו הארץ" – זיי האבן זיגרייך דערגרייכט זייער ציל!

  8. עס איז געווען א פלאן און א מעגליכקייט פאר א מיליאן אונגארישע אידן געראטעוועט צו ווערן, אבער די ציונים האבן דאס דוקא צושטערט, ווייל זיי האבן ענדערש געוואלט אז נאך א מיליאן אידן זאלן געהרגעט ווערן כדי צו צהעלפן דאס באקומען א מדינה מיט פון דער יו-ען.

אוקעי, דאס זענען די טענות, אבער איי עם סארי פאר די שפראך, באט דאס איז פשוט א געמישעכץ פון ריינע טיפשות, געפלאכטן מיט אומוויסנשאפט פון פשוט'ע היסטאריע, מיט א שיין ביסל ליגנט און דמיון, געפאקט אין א באקס פון א גאר שטארקע רצון אז עס זאל האבן געווען אזוי.

לאמיר דאס איבערגיין פונקט נאך פונקט און זען וואס איז באמת געווען.

המשך יבא...
ארום ווען קען מען ערווארטן דעם המשך?
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
ראובן
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:27 am
x 94

Re: הער אויף ליגנט זאגן! מיט באשולדיגן אידן אין הרגענען זעקס מיליאן

פאוסט דורך ראובן »

אויף וויפיל מ׳רעד פון פאקטן, דאס הייסט לאפוקי הימלישע חשבונות, קען מען זעהן וואס זאגן די היסטאריקער פון די אומות העולם? וואס זאגן זיי איז געווען די גורם אדער גורמים?
שרייב פאוסט