וועלכער רשע ענטפערט אזוי שאלות?אלתר האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:49 pm► Show Spoilerבשורה טובה: א סוף צו די "הוראת שעה"! – ענדליך א "חלב ישראל" לעזונג פאר נוטרישאן דרינקס
נאך יארן פון "בלית ברירה" וואו חולים וזקנים האבן געמוזט אנקומען צו חלב עכו"ם, קומט אן די פריידיגע נייעס פונעם מאגרובער רב שליט"א איבער דעם נייעם "פיוז-פלאס" (Fuse+) געטראנק פון "מהדרין", וואס לייזט דעם הלכה'דיגן פראבלעם פאר חולים וזקנים וואס דארפן צוקומען דערצו.
מערכת כשרות.אנליין
כ"ג טבת תשפ״ו
3 מינוט צו ליינען
בשורה טובה: א סוף צו די "הוראת שעה"! – ענדליך א "חלב ישראל" לעזונג פאר נוטרישאן דרינקס
עס איז א ווייטאגליכע סצענע וואס האט זיך, ליידער, אפגעשפילט אין פילע היימישע שטובער יארן לאנג:
א איד א זקן, אדער חלילה א חולה וואס דארף זיך שטארקן, באקומט אן אנווייזונג פונעם דאקטער אז ער/זי מוז טרינקען די "נוטרישאן דרינקס" (ווי Ensure וכדומה) כדי צו האלטן דעם גוף ביים לעבן און ביי די כוחות. דא הייבט זיך אן דאס הארץ-ווייטאג: דער איד, וואס האט זיין גאנץ לעבן מקפיד געווען אויף קלה כבחמורה און האט זיך מוסר נפש געווען נישט אריינצונעמען קיין פרעמדס אין מויל, דארף יעצט – אויף די עלטערע יארן – טרינקען א געטראנק וואס איז געמאכט פון "חלב עכו"ם".
אמת, על פי הלכה איז דאס מותר (במקום חולי), און רבנים האבן געגעבן היתרים בלית ברירה. אבער די "הרגש" פון א אידיש הארץ האט געליטן. אידן האבן געזוכט און געבעטן: "רבונו של עולם, גיב אונז א כשר'ע אלטערנאטיוו!"
די "מודעה משמחת":
די וואך האט אפגעליכט אין די עולם הכשרות מיט א "מודעה משמחת" וואס איז פובליצירט געווארן דורך דעם בארימטן מומחה בכשרות, הגה"צ רבי יהושע כ"ץ שליט"א, אבד"ק מאגרוב.
אין די מודעה, וואס איז ממש בבחינת "מים קרים על נפש עייפה", מעלדט דער רב אז נאך א לאנגער תקופה פון "עמל ויגיעה", איז געלונגען פאר די באקאנטע "מהדרין" פירמע צו פראדוצירן א פולקאמע לעזונג.
די נייע פראדוקט:
דער נייער געטראנק הייסט "פיוז פלאס" (Fuse+).
עס איז א פולקאמער ערזאץ (Substitute) פאר די באקאנטע Ensure געטראנקען, אנטהאלטנדיג די פונקטליכע זעלבע וויטאמינען און מינעראלן וואס זענען "להחיות בהם נפש כל חי", ווי דער רב שרייבט.
אבער דער וויכטיגסטער חידוש איז: עס איז "חלב ישראל" למהדרין מן המהדרין!
דער פראדוקט ווערט פראדוצירט דורך די באקאנטע און פארלעסליכע פירמע "מהדרין", אונטער די פערזענליכע השגחה פונעם מאגרובער רב, וועלכער איז באקאנט מיט זיין מומחיות אין די פעלדער פון רפואה וכשרות.
אנטוויקלונג: פון "בדיעבד" צו "לכתחילה"
פאר די עוסקים במלאכת הכשרות איז דאס א געוואלדיגע אנטוויקלונג. ביז היינט, ווען א איד האט געפרעגט א שאלה איבער נוטרישאן דרינקס, איז דער ענטפער געווען באגלייט מיט א קרעכץ: "עס איז נישטא קיין ברירה, עס איז פיקוח נפש/צרכי חולה, מעג מען נוצן די חלב עכו"ם".
פון היינט און ווייטער, ב"ה, קען מען ענטפערן מיט א שמייכל: "עס איז דא א כשר'ע לייזונג!".
עס איז באקאנט וואס צדיקים האבן געטייטשט אויפן פסוק "ה' יסעדנו על ערש דוי" – אז דוקא ווען א מענטש איז, רח"ל, אויפן "ערש דוי" (קראנקן בעט), דארף ער סייעתא דשמיא אז די מאכלים וואס מען גיט אים זאלן נישט פארשטאפן דאס הארץ און מוח. דער נייער "פיוז פלאס" איז א גוטע שליח צו ערמעגליכן אז די רפואה זאל אריינקומען אין א גוף טהור.
למעשה:
עס איז כדאי מפרסם צו זיין די נייעס פאר אלע עסקנים, ביקור חולים ארגאניזאציעס און היימישע דאקטוירים, אז דער תירוץ פון "עס איז נישטא קיין ברירה" עקזיסטירט שוין מער נישט.
אשריכם ישראל! זאל דער אייבערשטער העלפן מען זאל עס נישט דארפן נוצן, און אלע חולי ישראל זאלן האבן א רפואה שלימה בקרוב.
אלעס ארום כשרות המאכלים
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 987
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1144
Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום
ווייסעך ווען אז מאטל איז דא האלטעך ווען דעם פיסק פארמאכט...מאטל שניידער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:57 pmhttps://kashrus.online/blog/articles/fu ... tion-drinkאלתר האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:49 pm בשורה טובה: א סוף צו די "הוראת שעה"! – ענדליך א "חלב ישראל" לעזונג פאר נוטרישאן דרינקס
נאך יארן פון "בלית ברירה" וואו חולים וזקנים האבן געמוזט אנקומען צו חלב עכו"ם, קומט אן די פריידיגע נייעס פונעם מאגרובער רב שליט"א איבער דעם נייעם "פיוז-פלאס" (Fuse+) געטראנק פון "מהדרין", וואס לייזט דעם הלכה'דיגן פראבלעם פאר חולים וזקנים וואס דארפן צוקומען דערצו.
מערכת כשרות.אנליין
Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום
כדי ווען עס איז מער נישט גאר וויכטיג, זאל ער דענקן אראפצוגיין דערפון.
Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום
פאר די וואס קענען נישט די דעמאגראפיקס:חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 07, 2026 1:07 am לאזט וויסן פארן עולם וואס ס'איז געבליבן. שכח
אין אנטווערפן זענען פארהאן צוויי שטאטישע קהילות, "די ארטאדאקסישע אידישע געמיינדע" 'קהל מחזיקי הדת' - אונטער וועלכע אלע חרדי'שע קהילות באלאנגען, און די "אידישע געמיינדע" 'קהל שומרי הדת' - וואס באשטייט פון א געמיש אנגעהויבן פון מאדערן ארטאדאקס ביז אידן וואס קומען שבת אין שול מיט דער קאר, רח"ל.
זיער רב איז טאקע א פרומער איד, א היימישע בעלזער איד, אבער דער קהילה זעלבסט איז בכלל נישט ארטאדאקסיש. יעצט, צי מען קען זיך פארלאזן אויף זייער ועד הכשרות, דארף מען וויסן ווער עס שטייט דערונטער און אויף וואספארא שטאפל זיי האלטן עס.
Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום
עיין סימן צב ט"ז על סעיף ז' בשם מהר"ם מינץ
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 987
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1144
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 574
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1008
Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום
עס ווערט יעצט פארקויפט אין די היימישע געשעפטן ווי בינגאו וכדו' אסאך סארטן ציצית מכונה (מאשין ציצית) ספעציעל אין די קינדער סייזע'ס, וועלכע זענען א גאר הארבע שאלה און מכשול! ועל הציבור להיזהר.

- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5366
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 40880
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
די געשמאקע ברטונרא שאמפעין האט באקומען די עדה הכשר
(קוק אויפן פלעשל אויב דאס איז די פרישע מיט עדה החרדית)
(קוק אויפן פלעשל אויב דאס איז די פרישע מיט עדה החרדית)
- פיילס
-
- IMG_20260217_101451_161.jpg (223.56 KiB) געזען געווארן 500 מאל
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
די כשרות ארגאניזאציע STAR-K מעלדט א וויכטיגן אפדעיט:
מען זאל עקסטער אכטונג געבן ביי גרעיפפרוכט אין קאסטקא (Costco). הגם די פעקלעך זעען אויס אמעריקאנער, ווייזן די "טעגס" אז זיי זענען למעשה "Product of Israel".
אין אלגעמיין: קוקט גוט דעם "Country of Origin" ביי פעפערס, מילגרוים און טייטלען אין די מארקעטס, וואס קומען יעצט פיל פון ארץ ישראל.
וויין: אכטונג געבן אויף ארץ ישראל'דיגע וויינען פונעם יאר 2022, זיי פארמאגן קדושת שביעית (שמיטה).

-
Headquarters
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 214
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
- x 524
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 714
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1765
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
איך געדענק נישט קיינמאל קיין גאם כשר לפסח
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
עס איז אן איגרידיענט וואס הייסט אזוי
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
וואס זאגסטו יעצט? האסט געליינט וואס ס'שטייט?
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
וועלכע השגחות נוצן יא די דערמאנטע אינגרעדיענט? זענען עס די היימישע? נפק"מ צו איך דארף איבערקוקן יעדע פראדוקט.
- מאטל שניידער
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 5
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:08 pm
- x 15
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
כ'מיין אז די עיקר רעדע דא איז איבער קריעם טשיז, אבער אויב געדענק איך גוט איז פאראיאר געשטאנען נאר guar gum נישט זענעטען
די אלטע פארעכטן, די נייע נישט פאדארבן!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21912
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
די מעשה איז אז ביז אפאר יאר צוריק האט יעדער גענוצט זענטען גאם מיט א השגחה פון וואלאווער, אבער די קאמפאני האט אויפגעהערט עס מאכן די כשר'ע וועג און ס'איז נישטא מער מיט א היימישע השגחה.
די קאמפאניס האבן עס ווייטער גענוצט, אפילו אלע די געבעקסן מיט היימישע השגחות, זיי פארלאזן זיך אויף OU וואס זאגט אז די אלקאהאקל איז פגום, אבער דער וואלאווער רב שרייבט אז ער האט עס טועם געווען און ס'איז 'נישט' פגום, און אויך אז מ'האט זיך קיינמאל נישט פארלאזט ביי אונז אויף אזא היתר וכ"ש נישט ביי חמץ בפסח. אויך שרייבט ער אז רבי יעקב בלוי ז"ל און הרב לאנדא ז"ל האבן קלאר גע'פסק'ט אז ס'איז חמץ גמור.
סוי צו דיין שאלה, יא, דארפסט קוקן אינגרידיענס פון אלע פסח קוקיס, און פסח נאש, און מאיאנעיז.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5366
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 40880
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
אויב איינער וויל, דא איז דער בריוו כשלעצמו.
- פיילס
-
- מכתב וואלאווא.pdf
- (54.72 KiB) דאונלאודעד 4 מאל
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
ליתר דיוקדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 07, 2026 11:05 pmדי מעשה איז אז ביז אפאר יאר צוריק האט יעדער גענוצט זענטען גאם מיט א השגחה פון וואלאווער, אבער די קאמפאני האט אויפגעהערט עס מאכן די כשר'ע וועג און ס'איז נישטא מער מיט א היימישע השגחה.
די קאמפאניס האבן עס ווייטער גענוצט, אפילו אלע די געבעקסן מיט היימישע השגחות, זיי פארלאזן זיך אויף OU וואס זאגט אז די אלקאהאקל איז פגום, אבער דער וואלאווער רב שרייבט אז ער האט עס טועם געווען און ס'איז 'נישט' פגום, און אויך אז מ'האט זיך קיינמאל נישט פארלאזט ביי אונז אויף אזא היתר וכ"ש נישט ביי חמץ בפסח. אויך שרייבט ער אז רבי יעקב בלוי ז"ל און הרב לאנדא ז"ל האבן קלאר גע'פסק'ט אז ס'איז חמץ גמור.
סוי צו דיין שאלה, יא, דארפסט קוקן אינגרידיענס פון אלע פסח קוקיס, און פסח נאש, און מאיאנעיז.
ס'איז געווען הכשרים וואס האבן גענוצט די נישט כשר'ע זעענטן גאם (כלשונו פון וואלאווא רב) אויך פארדעם, די האבן זיך פארלאזט אויף די או יו אז ס'איז פגום.
איין באקאנטע היימישע הכשר דא אין ניו יארק (קען זיין אז נאך, איינס וואס איך ווייס) פלעגט טוהן אזוי ווי די הוראה פון די עדה החרדית און הרב לאנדא, אבער נאך אפאר יאר נאך קאראנע האבן זיי זיך געבראכן און יא אנגעהויבן עס צו ערלויבן.
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
דא איז א קאפי פון ספר "מידי דאכילה" פון הרה"ג ר' אברהם יצחק (אבי) זשוראוועל פון OU, ווי ער איז מבאר אז די זעענטן גאם איז פגום, און אויף דעם תשובה האבן זיך די אלע פארלאזט.
אבער ער פירט אויס צום סוף, "ע"כ ראוי להתייעץ עם גדולי הפוסקים אם זה נקרא למהדרין או לא".
יעדער איז בארעכטיגט צו מאכן א חשבון הנפש ביי זיך צו ער איז פון די "למהדרין" פון וועם די או יו רעדט, און וועלעכע "פוסקים" ער וועט פאלגן בעצם, ובפרט בענייני חמץ פסח ר"ל (אסאך שוואכערע איסורים זענען מיר זיך מקדש און נישט מקיל מיט אזעלכע סארט קולות, און דאס איז לו יהא ס'זאל טאקע זיין פגום, כנ"ל).

- מידי דאכילה.pdf
- (203.9 KiB) דאונלאודעד 3 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5366
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 40880
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
OU שמאו יו... התאחדות ערלויבט עס ווייטער און נאר וואלאווע איז דערקעגן ַדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 07, 2026 11:05 pmדי מעשה איז אז ביז אפאר יאר צוריק האט יעדער גענוצט זענטען גאם מיט א השגחה פון וואלאווער, אבער די קאמפאני האט אויפגעהערט עס מאכן די כשר'ע וועג און ס'איז נישטא מער מיט א היימישע השגחה.
די קאמפאניס האבן עס ווייטער גענוצט, אפילו אלע די געבעקסן מיט היימישע השגחות, זיי פארלאזן זיך אויף OU וואס זאגט אז די אלקאהאקל איז פגום, אבער דער וואלאווער רב שרייבט אז ער האט עס טועם געווען און ס'איז 'נישט' פגום, און אויך אז מ'האט זיך קיינמאל נישט פארלאזט ביי אונז אויף אזא היתר וכ"ש נישט ביי חמץ בפסח. אויך שרייבט ער אז רבי יעקב בלוי ז"ל און הרב לאנדא ז"ל האבן קלאר גע'פסק'ט אז ס'איז חמץ גמור.
סוי צו דיין שאלה, יא, דארפסט קוקן אינגרידיענס פון אלע פסח קוקיס, און פסח נאש, און מאיאנעיז.
- פיילס
-
- WhatsApp Image 2026-03-15 at 12.43.34 PM.jpg (108.8 KiB) געזען געווארן 73 מאל
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
וואלאווא, עדה החרדית, רב לאנדא, סקווירא, ועוד לאזן עס נישט.
נאר התאחדות, באטור, ווייסמאנדל, ועוד לאזן עס יא.
און הרב תהילים איד האט סך הכל געשריבן אז די אלע וואס לאזן עס יא פארלאזן זיך אלע אויף אוי יו שמאו יו.
נאר התאחדות, באטור, ווייסמאנדל, ועוד לאזן עס יא.
און הרב תהילים איד האט סך הכל געשריבן אז די אלע וואס לאזן עס יא פארלאזן זיך אלע אויף אוי יו שמאו יו.
-
מנחם קארפינקל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 33
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 10:48 am
- x 79
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
איך האב געהערט אז דער מהלך ביי געוויסע הכשרים איז אז די פסח פראדוקטן איז פאר שוואכע אידן ווייל ערליכע אידן מישן זיך נישט, ממילא גייט מען מיט קולות
קומט אויס אז 'כשר לכל השנה' איז מער מהודר לענינו ווי 'כשר לפסח' ווען ס'איז מער אויפן OU סטאנדארט
איז עס אזוי? וואס זאגט דער עולם צו אזא מהלך? זייער גרייזיג לענ"ד בעה"ב
מענטשן עסן עס אחרון של פסח זיך צו מישן אבער זיי דארפן טסריקטלי קאשעור
קומט אויס אז 'כשר לכל השנה' איז מער מהודר לענינו ווי 'כשר לפסח' ווען ס'איז מער אויפן OU סטאנדארט
איז עס אזוי? וואס זאגט דער עולם צו אזא מהלך? זייער גרייזיג לענ"ד בעה"ב
מענטשן עסן עס אחרון של פסח זיך צו מישן אבער זיי דארפן טסריקטלי קאשעור
Re: אלעס ארום כשרות המאכלים
זאת ועוד, ס'זענען דא געזונטע אידן וואס וואלטן געוואלט עסן די ווי די מדקדקים אויף פסח נאר געוויסע אומשטענדן לאזן נישט, לדוגמא די שטוב ווירטשאפט איז נישט ווי ס'דארף צו זיין. ער וואלט נישט געוואלט ארייננעמען אין מויל עפעס א מפוקפק'דיגער מאכל אום פסח.מנחם קארפינקל האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 15, 2026 4:25 pm איך האב געהערט אז דער מהלך ביי געוויסע הכשרים איז אז די פסח פראדוקטן איז פאר שוואכע אידן ווייל ערליכע אידן מישן זיך נישט, ממילא גייט מען מיט קולות
קומט אויס אז 'כשר לכל השנה' איז מער מהודר לענינו ווי 'כשר לפסח' ווען ס'איז מער אויפן OU סטאנדארט
איז עס אזוי? וואס זאגט דער עולם צו אזא מהלך? זייער גרייזיג לענ"ד בעה"ב
מענטשן עסן עס אחרון של פסח זיך צו מישן אבער זיי דארפן טסריקטלי קאשעור
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.