כשרות המאכלים און אלעס ארום

אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2428
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5885

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך ווער »

Screenshot 2025-04-09 151837.jpg
Screenshot 2025-04-09 151837.jpg (105.12 KiB) געזען געווארן 1165 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך שמח »

טעמע: על דא ועל הא
שמח האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 10:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:20 pm טרעף איך נישט קיין כשרות ווינקל דא, העמיר עס לייגן דאהי אין על דא.

אז כ'האב הנאה געהאט, זאלט איר אויך הנאה האבן...

זייער א שיינע שמועס מיט הגה"צ רבי ברוך ט''ב שליט"א בעניני כשרות, דעם חוה''מ פסח

נאך א מעמד וואס איז פארגעקומען דעם חול המועד איבער כשרות אין וומסב''ג
1000366943.jpg
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך שמח »

1000382762.jpg
1000382762.jpg (141.33 KiB) געזען געווארן 1063 מאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4030
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6859

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך וואוילער »

unnamed (4).png
unnamed (4).png (166.58 KiB) געזען געווארן 1044 מאל
אוועיטער
מאטל שניידער
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:08 pm
x 5

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך מאטל שניידער »

אין די לעצטערע חדשים בין איך געווען פארנומען אהערצושטעלן א שפאגל נייע וועבזייטל געווידמעט צו דינען דעם ציבור מיט א רייכע אויסוואל פון שיעורים איבער הלכות ועניני כשרות המאכלים אין אידיש.

די זייטל איז יעצט אין א פארמאכטע Beta פאזע, ווער עס איז אינטערסירט צו באקומען צוטריט יעצט אין אויסטויש פאר הערות אין הארות זאל ביטע אריינשיקן זייער אימעיל אין אישי.

די צוועק פון די Beta פאזע איז צו האבן Heavy users וואס וועלן גוט צודרייט מאכן דעם סייט און באריכטן פראבלעמען, סעקיוריטי אישוס, באגס, עצות און געדאנקען בעפאר די וועבזייטל ווערט געפענט פאר די ברייטע פובליק
די אלטע פארעכטן, די נייע נישט פאדארבן!
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 249
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 301

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך דריידל »

.
פיילס
IMG-20250804-WA0003.jpg
IMG-20250804-WA0003.jpg (177.26 KiB) געזען געווארן 948 מאל
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Likuor Ad 1.jpg
Likuor Ad 1.jpg (95.9 KiB) געזען געווארן 831 מאל

“ברוינפן מוז האבן א גוטן הכשר” ווערט אנערקענט ביים ערליכן ציבור, צוליב באהאלטענע אינגרידיענס, און טריפה’נע בליעות ר”ל

ברייטע אויפוואכונג אין קראפט דורך “ועד הכשרות קרית יואל”, נאך וואס אירע רבנים און משגיחים האבן דורכגעפירט גרונטליכע פארש ארבעט נאכגייענדיג ערשטהאנטיג און לעבעדיג יעדן דעטאל אינעם ברוינפן פראדוקציע

גרעסערע פארלאנג ביי שמשים און מקוה אידן אומעטום אריינצוברענגען נאר ברוינפן מיט היימישע הכשרים

Likuor Ad 1+News.jpg
Likuor Ad 1+News.jpg (353.58 KiB) געזען געווארן 831 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 1:55 pm
גרעסערע פארלאנג ביי שמשים און מקוה אידן אומעטום אריינצוברענגען נאר ברוינפן מיט היימישע הכשרים

Likuor Ad 1+News.jpg
וויזוי ווייסן זיי? די בלאט האט דאך ערשט היינט בכלל געמאלדן דעם אנדעקונג?
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 5:08 pm

כ'פארשטיי נישט דיין שאלה.

כ'בין זיכער ס'איז א ערנסטע שאלה... סוי פרעג ביטע איבער.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך שמח »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 5:08 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 1:55 pm
גרעסערע פארלאנג ביי שמשים און מקוה אידן אומעטום אריינצוברענגען נאר ברוינפן מיט היימישע הכשרים

Likuor Ad 1+News.jpg
וויזוי ווייסן זיי? די בלאט האט דאך ערשט היינט בכלל געמאלדן דעם אנדעקונג?
שוין א לאנגע צייט.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2159
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7462

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך מסתמא »

קען איינער אריינקומען מיט א בירור הלכה אויף די פיילאט פון די געז רענטש לגבי בישול עכו”ם.

דער רמ”א שרייבט אז ביי א פייער פון א פייער איז נישטא דערביי קיין בישול עכו”ם. עקסטער איז דאך נישט זיכער די הגדרה פון צוויי פייערס, אפשר איז עס קודם איין גרויסע וואס צוטיילט זיך נאכדעם? און פארוואס איז מען מחמיר? כפרעג ווייל כווייס גארנישט. אויב איינער קען מיך געבן אפילו מראי מקומות עס דורכצוטון וועל איך אים מכיר טוב זיין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2159
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7462

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך מסתמא »

אויכעט, אין 7-11 געשעפט אין מאנסי איז דא קאפי און ’אויכעט’ כשרע מילך באטלעך וואס אסאך היימישע אידן נוצן. כפי ידיעתי אויב איז די באטל אפן און עס איז ברשות פון א גוי, אין אזא פאל קען מען דאס נישט טרינקען מער. מצד שני, אידן טרינקען דאס, ווילסט מיר זאגן אז ממש מען ווערט נכשל מחמת חיסרון ידיעה? יתכן. ווער עס האט צו זאגן דערויף לכאן או לכאן וועל איך מכיר טוב זיין. ייש”כ למפרע.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שטיינער
פרישער באניצער
פאוסטס: 96
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:50 am
x 68

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך שטיינער »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 3:43 pm אויכעט, אין 7-11 געשעפט אין מאנסי איז דא קאפי און ’אויכעט’ כשרע מילך באטלעך וואס אסאך היימישע אידן נוצן. כפי ידיעתי אויב איז די באטל אפן און עס איז ברשות פון א גוי, אין אזא פאל קען מען דאס נישט טרינקען מער. מצד שני, אידן טרינקען דאס, ווילסט מיר זאגן אז ממש מען ווערט נכשל מחמת חיסרון ידיעה? יתכן. ווער עס האט צו זאגן דערויף לכאן או לכאן וועל איך מכיר טוב זיין. ייש”כ למפרע.
כ'מיין מ'איז זיך סומך אויף יוצא ונכנס.
אבער ס'איז שוין געווען מכשולות.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2159
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7462

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך מסתמא »

שטיינער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 5:31 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 3:43 pm אויכעט, אין 7-11 געשעפט אין מאנסי איז דא קאפי און ’אויכעט’ כשרע מילך באטלעך וואס אסאך היימישע אידן נוצן. כפי ידיעתי אויב איז די באטל אפן און עס איז ברשות פון א גוי, אין אזא פאל קען מען דאס נישט טרינקען מער. מצד שני, אידן טרינקען דאס, ווילסט מיר זאגן אז ממש מען ווערט נכשל מחמת חיסרון ידיעה? יתכן. ווער עס האט צו זאגן דערויף לכאן או לכאן וועל איך מכיר טוב זיין. ייש”כ למפרע.
כ'מיין מ'איז זיך סומך אויף יוצא ונכנס.
אבער ס'איז שוין געווען מכשולות.
שוין. האב איך אנגערופן הדיין הגאון ר’ חיים האלד הי”ו און ער האט מיר געזאגט אז מדינא דשולחן ערוך האט דאס נישט קיין שום היתר און עס איז געהעריג אסור צו טרינקען.

די איינציגסטע וועג צו מעגן טרינקען מילך פון א גויאישע געשעפט איז אויב מען עפנט א פרישע פארמאכטע באטל.

איי מענטשן טרינקען עס? נו נו, זיי ווייסן נישט. זאל מען וויסן צו נזהר זיין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מטות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 104
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 178

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך מטות »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 6:57 pm
שטיינער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 5:31 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 3:43 pm אויכעט, אין 7-11 געשעפט אין מאנסי איז דא קאפי און ’אויכעט’ כשרע מילך באטלעך וואס אסאך היימישע אידן נוצן. כפי ידיעתי אויב איז די באטל אפן און עס איז ברשות פון א גוי, אין אזא פאל קען מען דאס נישט טרינקען מער. מצד שני, אידן טרינקען דאס, ווילסט מיר זאגן אז ממש מען ווערט נכשל מחמת חיסרון ידיעה? יתכן. ווער עס האט צו זאגן דערויף לכאן או לכאן וועל איך מכיר טוב זיין. ייש”כ למפרע.
כ'מיין מ'איז זיך סומך אויף יוצא ונכנס.
אבער ס'איז שוין געווען מכשולות.
שוין. האב איך אנגערופן הדיין הגאון ר’ חיים האלד הי”ו און ער האט מיר געזאגט אז מדינא דשולחן ערוך האט דאס נישט קיין שום היתר און עס איז געהעריג אסור צו טרינקען.

די איינציגסטע וועג צו מעגן טרינקען מילך פון א גויאישע געשעפט איז אויב מען עפנט א פרישע פארמאכטע באטל.

איי מענטשן טרינקען עס? נו נו, זיי ווייסן נישט. זאל מען וויסן צו נזהר זיין.
פאריאר געווען מפורסם א מעשה פון איינער וואס האט געמאכט א סימן ביי א גוי'שע געז סטעישן אויפן באטל מילך און קלאר געזעהן ווי סווערט צוריק פיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Likuor Ad 2.jpg
Likuor Ad 2.jpg (193.09 KiB) געזען געווארן 594 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Likuor Ad 3.jpg
Likuor Ad 3.jpg (122.73 KiB) געזען געווארן 524 מאל
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 815

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2025-11-04 160309.png
Screenshot 2025-11-04 160309.png (184.76 KiB) געזען געווארן 396 מאל
.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Likuor Ad 4 Ruv Drushe.jpg
Likuor Ad 4 Ruv Drushe.jpg (166.38 KiB) געזען געווארן 321 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך חלום חלמתי »

לאזט וויסן פארן עולם וואס ס'איז געבליבן. שכח
פיילס
IMG_20260107_005717_937.jpg
IMG_20260107_005717_937.jpg (57.23 KiB) געזען געווארן 198 מאל
IMG_20260107_005702_615.jpg
IMG_20260107_005702_615.jpg (45.56 KiB) געזען געווארן 198 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
שמחה של מצוה
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:20 pm
x 86

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך שמחה של מצוה »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2026 1:07 am לאזט וויסן פארן עולם וואס ס'איז געבליבן. שכח
דו האסט בכלל געקוקט די דאטום אויפן צעטל?
די היתר פון שומרי הדת איז פון סיוון תשפ"ג
די וואך האט מחזיקי הדת מפרסם געוועהן א נייע איסור!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך חלום חלמתי »

שמחה של מצוה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2026 9:56 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 07, 2026 1:07 am לאזט וויסן פארן עולם וואס ס'איז געבליבן. שכח
דו האסט בכלל געקוקט די דאטום אויפן צעטל?
די היתר פון שומרי הדת איז פון סיוון תשפ"ג
די וואך האט מחזיקי הדת מפרסם געוועהן א נייע איסור!
ניין כ'אב נישט. שכח פארן אנמערקן.

איך האב עס געזען איינס נעבן צווייטן און נישט באמערקט די דאטום
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 815

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2026-01-12 091027.png
Screenshot 2026-01-12 091027.png (165.06 KiB) געזען געווארן 117 מאל
אלתר
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 5:04 pm
x 14

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך אלתר »

בשורה טובה: א סוף צו די "הוראת שעה"! – ענדליך א "חלב ישראל" לעזונג פאר נוטרישאן דרינקס
נאך יארן פון "בלית ברירה" וואו חולים וזקנים האבן געמוזט אנקומען צו חלב עכו"ם, קומט אן די פריידיגע נייעס פונעם מאגרובער רב שליט"א איבער דעם נייעם "פיוז-פלאס" (Fuse+) געטראנק פון "מהדרין", וואס לייזט דעם הלכה'דיגן פראבלעם פאר חולים וזקנים וואס דארפן צוקומען דערצו.

מערכת כשרות.אנליין
כ"ג טבת תשפ״ו
3 מינוט צו ליינען
בשורה טובה: א סוף צו די "הוראת שעה"! – ענדליך א "חלב ישראל" לעזונג פאר נוטרישאן דרינקס
עס איז א ווייטאגליכע סצענע וואס האט זיך, ליידער, אפגעשפילט אין פילע היימישע שטובער יארן לאנג:

א איד א זקן, אדער חלילה א חולה וואס דארף זיך שטארקן, באקומט אן אנווייזונג פונעם דאקטער אז ער/זי מוז טרינקען די "נוטרישאן דרינקס" (ווי Ensure וכדומה) כדי צו האלטן דעם גוף ביים לעבן און ביי די כוחות. דא הייבט זיך אן דאס הארץ-ווייטאג: דער איד, וואס האט זיין גאנץ לעבן מקפיד געווען אויף קלה כבחמורה און האט זיך מוסר נפש געווען נישט אריינצונעמען קיין פרעמדס אין מויל, דארף יעצט – אויף די עלטערע יארן – טרינקען א געטראנק וואס איז געמאכט פון "חלב עכו"ם".

אמת, על פי הלכה איז דאס מותר (במקום חולי), און רבנים האבן געגעבן היתרים בלית ברירה. אבער די "הרגש" פון א אידיש הארץ האט געליטן. אידן האבן געזוכט און געבעטן: "רבונו של עולם, גיב אונז א כשר'ע אלטערנאטיוו!"

די "מודעה משמחת":
די וואך האט אפגעליכט אין די עולם הכשרות מיט א "מודעה משמחת" וואס איז פובליצירט געווארן דורך דעם בארימטן מומחה בכשרות, הגה"צ רבי יהושע כ"ץ שליט"א, אבד"ק מאגרוב.

אין די מודעה, וואס איז ממש בבחינת "מים קרים על נפש עייפה", מעלדט דער רב אז נאך א לאנגער תקופה פון "עמל ויגיעה", איז געלונגען פאר די באקאנטע "מהדרין" פירמע צו פראדוצירן א פולקאמע לעזונג.

די נייע פראדוקט:
דער נייער געטראנק הייסט "פיוז פלאס" (Fuse+).
עס איז א פולקאמער ערזאץ (Substitute) פאר די באקאנטע Ensure געטראנקען, אנטהאלטנדיג די פונקטליכע זעלבע וויטאמינען און מינעראלן וואס זענען "להחיות בהם נפש כל חי", ווי דער רב שרייבט.

אבער דער וויכטיגסטער חידוש איז: עס איז "חלב ישראל" למהדרין מן המהדרין!

דער פראדוקט ווערט פראדוצירט דורך די באקאנטע און פארלעסליכע פירמע "מהדרין", אונטער די פערזענליכע השגחה פונעם מאגרובער רב, וועלכער איז באקאנט מיט זיין מומחיות אין די פעלדער פון רפואה וכשרות.

אנטוויקלונג: פון "בדיעבד" צו "לכתחילה"
פאר די עוסקים במלאכת הכשרות איז דאס א געוואלדיגע אנטוויקלונג. ביז היינט, ווען א איד האט געפרעגט א שאלה איבער נוטרישאן דרינקס, איז דער ענטפער געווען באגלייט מיט א קרעכץ: "עס איז נישטא קיין ברירה, עס איז פיקוח נפש/צרכי חולה, מעג מען נוצן די חלב עכו"ם".

פון היינט און ווייטער, ב"ה, קען מען ענטפערן מיט א שמייכל: "עס איז דא א כשר'ע לייזונג!".

עס איז באקאנט וואס צדיקים האבן געטייטשט אויפן פסוק "ה' יסעדנו על ערש דוי" – אז דוקא ווען א מענטש איז, רח"ל, אויפן "ערש דוי" (קראנקן בעט), דארף ער סייעתא דשמיא אז די מאכלים וואס מען גיט אים זאלן נישט פארשטאפן דאס הארץ און מוח. דער נייער "פיוז פלאס" איז א גוטע שליח צו ערמעגליכן אז די רפואה זאל אריינקומען אין א גוף טהור.

למעשה:
עס איז כדאי מפרסם צו זיין די נייעס פאר אלע עסקנים, ביקור חולים ארגאניזאציעס און היימישע דאקטוירים, אז דער תירוץ פון "עס איז נישטא קיין ברירה" עקזיסטירט שוין מער נישט.

אשריכם ישראל! זאל דער אייבערשטער העלפן מען זאל עס נישט דארפן נוצן, און אלע חולי ישראל זאלן האבן א רפואה שלימה בקרוב.

בילד

בילד
אוועיטער
מאטל שניידער
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:08 pm
x 5

Re: כשרות המאכלים און אלעס ארום

פאוסט דורך מאטל שניידער »

אלתר האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 3:49 pm בשורה טובה: א סוף צו די "הוראת שעה"! – ענדליך א "חלב ישראל" לעזונג פאר נוטרישאן דרינקס
נאך יארן פון "בלית ברירה" וואו חולים וזקנים האבן געמוזט אנקומען צו חלב עכו"ם, קומט אן די פריידיגע נייעס פונעם מאגרובער רב שליט"א איבער דעם נייעם "פיוז-פלאס" (Fuse+) געטראנק פון "מהדרין", וואס לייזט דעם הלכה'דיגן פראבלעם פאר חולים וזקנים וואס דארפן צוקומען דערצו.

מערכת כשרות.אנליין
https://kashrus.online/blog/articles/fu ... tion-drink
די אלטע פארעכטן, די נייע נישט פאדארבן!
שרייב פאוסט