ער רעדט פון שבת שבע ברכותהרב_שלום האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 24, 2025 10:33 pmווי גייט מען פארקען, ביי מנחה מעריב איז זייער שווער מיט פארקינג, קוים וואס עס איז דא פלאץ צו דאווענען און לערנען ביינאכט (עס איז דא מנין מנחה מעריב יעדע 15 מינוט ביז 11:30להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:57 am שבת שבע ברכות:
א ווייטאג פאר זיך ... עס קאסט פאר אסאך מחותנים מער ווי די חתונה נאכט זעלבסט!
ווי געשריבן לאמיר מקצר זיין און לאמיר שרייבן קורץ ווייל מיין צייט ברענט...
אבער די פאקטישע הילף וואס מען ברענגט צום טיש איז לכה"פ די מעגליכקייט צו מאכן שבת שבע ברכות לאקאל אין די בתי מדרשים.
די וועלכע זענען שוין באשטעטיגט און אנאנסירט געווארן זענען:
1)בית דוב - לעמבערג.
2)בית מנחם זאב - שכונת ויואל משה.
3) יראי ה' - ברוך טעם - סמיט גארדענס.
מען האלט אינמיטן פארהאנדלען מיט נאך בתי מדרשים, און ווען זאכן וועלן ווערן באשטעטיגט וועט מען עס בס"ד מפרסם זיין לטובת הציבור.
אויסער וואס עס איז נישט קיין זאלן און דער ציל איז נישט אזוי ווייט א הכנסה פארן בית המדרש ווי א סערוויס פארן ציבור קומט דאס מיט די חידוש אז עס איז נישטא קיין מינימום קאפעלס! אין געווענליכע זאלן מיין איך גייט עס ביי א מינימום פון 25 קאפעלס, אין די בתי מדרשים קענסטו מאכן שבת שבע ברכות פאר 15 קאפעלס אויכעט, דאס מיינט א שניט פון 3 ביז 5 טויזענט דאלער פער שבת שבע ברכות!!!
פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2917
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9062
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
.
- פיילס
-
- Screenshot 2025-07-13 154503.png (253.23 KiB) געזען געווארן 1753 מאל
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2917
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9062
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
.
- פיילס
-
- Screenshot 2025-07-17 174422.png (61.61 KiB) געזען געווארן 1637 מאל
-
- Screenshot 2025-07-17 174449.png (127.21 KiB) געזען געווארן 1637 מאל
-
- Screenshot 2025-07-17 174632.png (227.11 KiB) געזען געווארן 1637 מאל
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2917
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9062
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
פרישע אפציע צוגעשטעלט און פראמאווטעד אין די ראמען פון די קעיטערינג דעפארטמענט אין די ראמען פון גמ"ח מרבה שמחה
- פיילס
-
- image (1).png (341.52 KiB) געזען געווארן 1530 מאל
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש.
איך זעה מכובד אדוועטייזעט 9 לאקציעס ווי מען קען מאכן שבת ש''ב פאר 15 קאפלס פאר די פרייז פון 3500להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:57 am שבת שבע ברכות:
א ווייטאג פאר זיך ... עס קאסט פאר אסאך מחותנים מער ווי די חתונה נאכט זעלבסט!
ווי געשריבן לאמיר מקצר זיין און לאמיר שרייבן קורץ ווייל מיין צייט ברענט...
אבער די פאקטישע הילף וואס מען ברענגט צום טיש איז לכה"פ די מעגליכקייט צו מאכן שבת שבע ברכות לאקאל אין די בתי מדרשים.
די וועלכע זענען שוין באשטעטיגט און אנאנסירט געווארן זענען:
1)בית דוב - לעמבערג.
2)בית מנחם זאב - שכונת ויואל משה.
3) יראי ה' - ברוך טעם - סמיט גארדענס.
מען האלט אינמיטן פארהאנדלען מיט נאך בתי מדרשים, און ווען זאכן וועלן ווערן באשטעטיגט וועט מען עס בס"ד מפרסם זיין לטובת הציבור.
אויסער וואס עס איז נישט קיין זאלן און דער ציל איז נישט אזוי ווייט א הכנסה פארן בית המדרש ווי א סערוויס פארן ציבור קומט דאס מיט די חידוש אז עס איז נישטא קיין מינימום קאפעלס! אין געווענליכע זאלן מיין איך גייט עס ביי א מינימום פון 25 קאפעלס, אין די בתי מדרשים קענסטו מאכן שבת שבע ברכות פאר 15 קאפעלס אויכעט, דאס מיינט א שניט פון 3 ביז 5 טויזענט דאלער פער שבת שבע ברכות!!!
איז דאס נישט טייערער פער קאפל פון די זאלן?
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2917
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9062
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1364
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2184
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש.
עס איז אביסל טייער, אבער זיי פלאנען צו האבן א אייגענע קאך וועט עס ווערן ביליגער,שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 12:59 pmאיך זעה מכובד אדוועטייזעט 9 לאקציעס ווי מען קען מאכן שבת ש''ב פאר 15 קאפלס פאר די פרייז פון 3500להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:57 am שבת שבע ברכות:
א ווייטאג פאר זיך ... עס קאסט פאר אסאך מחותנים מער ווי די חתונה נאכט זעלבסט!
ווי געשריבן לאמיר מקצר זיין און לאמיר שרייבן קורץ ווייל מיין צייט ברענט...
אבער די פאקטישע הילף וואס מען ברענגט צום טיש איז לכה"פ די מעגליכקייט צו מאכן שבת שבע ברכות לאקאל אין די בתי מדרשים.
די וועלכע זענען שוין באשטעטיגט און אנאנסירט געווארן זענען:
1)בית דוב - לעמבערג.
2)בית מנחם זאב - שכונת ויואל משה.
3) יראי ה' - ברוך טעם - סמיט גארדענס.
מען האלט אינמיטן פארהאנדלען מיט נאך בתי מדרשים, און ווען זאכן וועלן ווערן באשטעטיגט וועט מען עס בס"ד מפרסם זיין לטובת הציבור.
אויסער וואס עס איז נישט קיין זאלן און דער ציל איז נישט אזוי ווייט א הכנסה פארן בית המדרש ווי א סערוויס פארן ציבור קומט דאס מיט די חידוש אז עס איז נישטא קיין מינימום קאפעלס! אין געווענליכע זאלן מיין איך גייט עס ביי א מינימום פון 25 קאפעלס, אין די בתי מדרשים קענסטו מאכן שבת שבע ברכות פאר 15 קאפעלס אויכעט, דאס מיינט א שניט פון 3 ביז 5 טויזענט דאלער פער שבת שבע ברכות!!!
איז דאס נישט טייערער פער קאפל פון די זאלן?
די געדאנק איז אז מען מיז נישט האבן קיין מינימום
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 693
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1662
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
איך זעה יעדע וואך אין אימעיל אויף די היימשטאט דעקל וועגן ביליגע חתונות, נאך א קאמיטע און נאך א זאל און נאך א תקנה, איך בין זייער צומישט, עפעס גייט עכט פאר? איינער קען קלאר מאכן אויב עפעס האט זיך געריקט אין די נושא פון חתונה מאכן?
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
די עסקנים ארבעטן פלייסיג און מען מאכט שטארקע פארשריט.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 3:42 pm איך זעה יעדע וואך אין אימעיל אויף די היימשטאט דעקל וועגן ביליגע חתונות, נאך א קאמיטע און נאך א זאל און נאך א תקנה, איך בין זייער צומישט, עפעס גייט עכט פאר? איינער קען קלאר מאכן אויב עפעס האט זיך געריקט אין די נושא פון חתונה מאכן?
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2917
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9062
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
יא, עס קומען כסדר צו פרישע חידושים און פרישע סערוויסעס, אז אויב איינער וויל גיין ביליג און גרינג זאל ער האבן די מעגליכקייטן דערצו.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 3:42 pm איך זעה יעדע וואך אין אימעיל אויף די היימשטאט דעקל וועגן ביליגע חתונות, נאך א קאמיטע און נאך א זאל און נאך א תקנה, איך בין זייער צומישט, עפעס גייט עכט פאר? איינער קען קלאר מאכן אויב עפעס האט זיך געריקט אין די נושא פון חתונה מאכן?
מרבה שמחה איז דא
ביתי דירות איז דא
מכובד זאלן זענען דא
ביליגע צירונג פעקעדזשעס זענען דא
פרויען קליידער גמ"ח'ן זענען דא.
ברעינוואשינג איז דא.
און נאך פארשידענע חלומות און דמיונות זענען דא אויפן טיש אויף וועלכע מען ארבעט.
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
קומענדיגן דינסטאג גייט זיין א טעלע קאנפערנץ אויסצופלאסטערן די וועג חתונה צו מאכן פאר 'פערציג אלפים'נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 3:42 pm איך זעה יעדע וואך אין אימעיל אויף די היימשטאט דעקל וועגן ביליגע חתונות, נאך א קאמיטע און נאך א זאל און נאך א תקנה, איך בין זייער צומישט, עפעס גייט עכט פאר? איינער קען קלאר מאכן אויב עפעס האט זיך געריקט אין די נושא פון חתונה מאכן?
חלומות, נישט קיין מציאות חתונה צו מאכן פאר 'פערציג אלפים' א כלה זיכער נישט א חתן אויך נישט
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2917
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9062
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
דו זאגסט א ריכטיגע זאך, אבער דאך זאגט די משנה אז אל תהי מפליג לכל דבר. עס איז נישט קיין סתירה מיט פיזיקס.
כ'גיי שרייבן ווילדע דוגמאות
אויב זאל מען חתונה מאכן אין אשת חיל, מען זאל קויפן א שטריימל פון פורים סטאר, נישט קויפן קיין נייע וועש בלויז דאס וואס מען האט נישט אנגעהאט אלס בחור און אלס מיידל, דאן וועט עס קאסטן אונטער 40 אלפים.
משא"כ די רענט פאר א נייע דירה, פעקלעך פאר באווארפן, חתן כלה שיעורים, דאס איז נישט עפעס וואס מען קען קאטן, און מען קען נישט חתונה מאכן פאר פינעף אלפים.
סאו אפילו עס איז דא זאכן וואס כ'האב דא געשריבן גאר ווילדע זאכן,עס איז נישט מעגליך צו שאצן וויפיל אוממעגליך אויסזעהנדע זאכן עס קענען נאך פאסירן.
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 693
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1662
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
מיין פראגע איז נישט געווען אויב מען מאכט איידיעס, איך זעה דאך די קעפלעך יעדע וואך, טאקע די וואך נאכאמאל ריזיג, איך פרעג וואס מען טוישט הלכה למעשה און צו מענטשן זעען עס. שרייבן קען איך דאך אויך....שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 12:15 pmקומענדיגן דינסטאג גייט זיין א טעלע קאנפערנץ אויסצופלאסטערן די וועג חתונה צו מאכן פאר 'פערציג אלפים'נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 3:42 pm איך זעה יעדע וואך אין אימעיל אויף די היימשטאט דעקל וועגן ביליגע חתונות, נאך א קאמיטע און נאך א זאל און נאך א תקנה, איך בין זייער צומישט, עפעס גייט עכט פאר? איינער קען קלאר מאכן אויב עפעס האט זיך געריקט אין די נושא פון חתונה מאכן?
חלומות, נישט קיין מציאות חתונה צו מאכן פאר 'פערציג אלפים' א כלה זיכער נישט א חתן אויך נישט
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
פאר 40 אלפים איז נישט מעגליך
אויך נישט פאר 50 אלפים!
אבער אז מ׳פאמפעט פאר 40 וועט ווערן מעגליך חתונה מאכן פאר 55 אלפים. אזוי קלער איך!
מ׳דארף שרייען גענוג הויך א ציהל פון חתונה מאכן פאר 40 אלפים, אזוי וועלן מענטשן פרובירן זיך אריינצוקוועטשן אין א 55 אלפים באקס, וואס איז שוין יא מעגליך, נאר שווערליך!
עסקנים: ארבעטס אריין אן אויפהער. אזוי וועט עפעס ווערן בעזר הוי-ה!

- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4685
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 33308
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
ס'איז זייער זייער מעגליך.זוכער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:31 pm פאר 40 אלפים איז נישט מעגליך
אויך נישט פאר 50 אלפים!
אבער אז מ׳פאמפעט פאר 40 וועט ווערן מעגליך חתונה מאכן פאר 55 אלפים. אזוי קלער איך!
מ׳דארף שרייען גענוג הויך א ציהל פון חתונה מאכן פאר 40 אלפים, אזוי וועלן מענטשן פרובירן זיך אריינצוקוועטשן אין א 55 אלפים באקס, וואס איז שוין יא מעגליך, נאר שווערליך!
עסקנים: ארבעטס אריין אן אויפהער. אזוי וועט עפעס ווערן בעזר הוי-ה!
פירניטשור פון מצא טוב, _6,000 א זייט. א כלה גאון פון די גמ"ח (אין ק"י איז די גמ"ח חרוב ונחרב, אין מאנסי איז דא א גמח פאר כלה קליידער, ברענד ניו ברענד נעים, הערליכע זאכן. אזוי אויך אין וומ"ס) געשוויסטער פון די כלה קען מען דינגען (איך ווייס פון מרת סטראלאוויטש אין וומ"ס וואס האט הערליכע נייע זאכן) אפלייענסעס קען מען אויך טרעפן פאר גוטע פרייזן.
מען קומט ניטאמאל אן צו $50,000 שוין מיט 10k פאר די חתונה נאכט, און א זאל פאר שבת שבע ברכות
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
דערווייל איז צוגעקומען ביתי מכובד מצא טוב מיט כלה קאבינעט מיט אונטער 6 טויזנט דאלער דזשולערי מתנות פעקעדזשעס.נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 1:59 pm
מיין פראגע איז נישט געווען אויב מען מאכט איידיעס, איך זעה דאך די קעפלעך יעדע וואך, טאקע די וואך נאכאמאל ריזיג, איך פרעג וואס מען טוישט הלכה למעשה און צו מענטשן זעען עס. שרייבן קען איך דאך אויך....
אין די הלכה למעשה דעפארטמענט.
-
רואיגער-טיש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 49
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 8:40 am
- Location: מיטינג
- x 109
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
איך האב געכאפט א שמועס מיט איינע פון די גאר אקטיווע עסקנים, זיי לייגן אראפ גרויסע יסודות די זאך זאל קענען פארן, אימפלימענטן שטארקע נייע סערוויסעס וואס אינקלאד הייערן ארבעטער'ס' אופהייבן טעלעפאן קאל'ס, אופיסעס, א געוואלד מיט ארבעט וואס דער עולם כאפט נאך נישט וואס דא גייט פאר.
זיי עפענען פול מיט נייע ביזנעסער יעדן וואך,
איך האב עם געפרעגט וועגן די כלה גמ"ח אז דאס איז נישט גוט, לויט עם איז מען שוין געזיצן אפאר מאל מיט די עסקנים פון די כלה גאנ'ס, און מען ארבעט עס ארויף צו ברענגען & נאכמאכן די בארא פארק מאדעל.
מכובד האפן זיי אריין צו ברענגען ביליגער ווי 3000.. אייגענע קאך.
עס קומט צו נאך פרישע תנאים זאלן.
ארבעטן אקטיוו צו בויען נאך א כינוד דוד סטייל זאל.
אין נאך
זיי עפענען פול מיט נייע ביזנעסער יעדן וואך,
איך האב עם געפרעגט וועגן די כלה גמ"ח אז דאס איז נישט גוט, לויט עם איז מען שוין געזיצן אפאר מאל מיט די עסקנים פון די כלה גאנ'ס, און מען ארבעט עס ארויף צו ברענגען & נאכמאכן די בארא פארק מאדעל.
מכובד האפן זיי אריין צו ברענגען ביליגער ווי 3000.. אייגענע קאך.
עס קומט צו נאך פרישע תנאים זאלן.
ארבעטן אקטיוו צו בויען נאך א כינוד דוד סטייל זאל.
אין נאך
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
נישט פאר יעדע כלה קען ארבעטן א גמ״ח.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:47 pmס'איז זייער זייער מעגליך.זוכער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:31 pm פאר 40 אלפים איז נישט מעגליך
אויך נישט פאר 50 אלפים!
אבער אז מ׳פאמפעט פאר 40 וועט ווערן מעגליך חתונה מאכן פאר 55 אלפים. אזוי קלער איך!
מ׳דארף שרייען גענוג הויך א ציהל פון חתונה מאכן פאר 40 אלפים, אזוי וועלן מענטשן פרובירן זיך אריינצוקוועטשן אין א 55 אלפים באקס, וואס איז שוין יא מעגליך, נאר שווערליך!
עסקנים: ארבעטס אריין אן אויפהער. אזוי וועט עפעס ווערן בעזר הוי-ה!
פירניטשור פון מצא טוב, _6,000 א זייט. א כלה גאון פון די גמ"ח (אין ק"י איז די גמ"ח חרוב ונחרב, אין מאנסי איז דא א גמח פאר כלה קליידער, ברענד ניו ברענד נעים, הערליכע זאכן. אזוי אויך אין וומ"ס) געשוויסטער פון די כלה קען מען דינגען (איך ווייס פון מרת סטראלאוויטש אין וומ"ס וואס האט הערליכע נייע זאכן) אפלייענסעס קען מען אויך טרעפן פאר גוטע פרייזן.
מען קומט ניטאמאל אן צו $50,000 שוין מיט 10k פאר די חתונה נאכט, און א זאל פאר שבת שבע ברכות
נישטא קיין ברענד-ניו גמ״ח קליידער - נישטא אזא זאך.
כ׳רעד פון מאנסי און ווילי. ממילא גלויב נישט וואס מ׳זאגט דיר.
אין ווילי דארפן רוב מחותנים צאלן רענט 3-4 חדשים פאראויס א קיימא-לן פון 12 אלפים רענט.
אפלייענסעס קאסט נאך 6 אלפים.
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
נישט מיט ביתיזוכער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 3:39 pmנישט פאר יעדע כלה קען ארבעטן א גמ״ח.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:47 pmס'איז זייער זייער מעגליך.זוכער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:31 pm פאר 40 אלפים איז נישט מעגליך
אויך נישט פאר 50 אלפים!
אבער אז מ׳פאמפעט פאר 40 וועט ווערן מעגליך חתונה מאכן פאר 55 אלפים. אזוי קלער איך!
מ׳דארף שרייען גענוג הויך א ציהל פון חתונה מאכן פאר 40 אלפים, אזוי וועלן מענטשן פרובירן זיך אריינצוקוועטשן אין א 55 אלפים באקס, וואס איז שוין יא מעגליך, נאר שווערליך!
עסקנים: ארבעטס אריין אן אויפהער. אזוי וועט עפעס ווערן בעזר הוי-ה!
פירניטשור פון מצא טוב, _6,000 א זייט. א כלה גאון פון די גמ"ח (אין ק"י איז די גמ"ח חרוב ונחרב, אין מאנסי איז דא א גמח פאר כלה קליידער, ברענד ניו ברענד נעים, הערליכע זאכן. אזוי אויך אין וומ"ס) געשוויסטער פון די כלה קען מען דינגען (איך ווייס פון מרת סטראלאוויטש אין וומ"ס וואס האט הערליכע נייע זאכן) אפלייענסעס קען מען אויך טרעפן פאר גוטע פרייזן.
מען קומט ניטאמאל אן צו $50,000 שוין מיט 10k פאר די חתונה נאכט, און א זאל פאר שבת שבע ברכות
נישטא קיין ברענד-ניו גמ״ח קליידער - נישטא אזא זאך.
כ׳רעד פון מאנסי און ווילי. ממילא גלויב נישט וואס מ׳זאגט דיר.
אין ווילי דארפן רוב מחותנים צאלן רענט 3-4 חדשים פאראויס א קיימא-לן פון 12 אלפים רענט.
אפלייענסעס קאסט נאך 6 אלפים.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4685
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 33308
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
בעיני ראיתי. וואס זאגסטו מיר דא.זוכער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 3:39 pmנישט פאר יעדע כלה קען ארבעטן א גמ״ח.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:47 pmס'איז זייער זייער מעגליך.זוכער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 12, 2026 2:31 pm פאר 40 אלפים איז נישט מעגליך
אויך נישט פאר 50 אלפים!
אבער אז מ׳פאמפעט פאר 40 וועט ווערן מעגליך חתונה מאכן פאר 55 אלפים. אזוי קלער איך!
מ׳דארף שרייען גענוג הויך א ציהל פון חתונה מאכן פאר 40 אלפים, אזוי וועלן מענטשן פרובירן זיך אריינצוקוועטשן אין א 55 אלפים באקס, וואס איז שוין יא מעגליך, נאר שווערליך!
עסקנים: ארבעטס אריין אן אויפהער. אזוי וועט עפעס ווערן בעזר הוי-ה!
פירניטשור פון מצא טוב, _6,000 א זייט. א כלה גאון פון די גמ"ח (אין ק"י איז די גמ"ח חרוב ונחרב, אין מאנסי איז דא א גמח פאר כלה קליידער, ברענד ניו ברענד נעים, הערליכע זאכן. אזוי אויך אין וומ"ס) געשוויסטער פון די כלה קען מען דינגען (איך ווייס פון מרת סטראלאוויטש אין וומ"ס וואס האט הערליכע נייע זאכן) אפלייענסעס קען מען אויך טרעפן פאר גוטע פרייזן.
מען קומט ניטאמאל אן צו $50,000 שוין מיט 10k פאר די חתונה נאכט, און א זאל פאר שבת שבע ברכות
נישטא קיין ברענד-ניו גמ״ח קליידער - נישטא אזא זאך.
כ׳רעד פון מאנסי און ווילי. ממילא גלויב נישט וואס מ׳זאגט דיר.
אין ווילי דארפן רוב מחותנים צאלן רענט 3-4 חדשים פאראויס א קיימא-לן פון 12 אלפים רענט.
אפלייענסעס קאסט נאך 6 אלפים.
און צווייט מאל געניצט זוממערמאן גאון איז אויך נישט אוועקצומאכן.
אפלייענסעס בלעק פריידעי איז פיר אלפים.
און איך האלט נאכנישט ביי $25k
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2917
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 9062
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
ווי זאגט מיר איינער?
ער האט געזעהן פרייטאג צונאכטס א גאנצע רייע חתנים גייען אריבער און דער רבי געבט פאר יעדעם א פרי מיט אזא ברייטע שמייכל וצהלת פנים, רופט זיך אן מיין חבר "אזויפיל חתונות גייט מען יעצט דארפן צאמשטעלן...?" א ביטער געלעכטער...

היום יום היינט
- פיילס
-
- Screenshot 2026-02-17 084324.png (73.04 KiB) געזען געווארן 254 מאל
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
די מהלך וואס די עסקנים האבן גענומען איז לכאורה די איינציגסטע אפעקטיווע מהלך, משטעלט צו סערוויסעס פאר ווער סוויל חתונה מאכן ווי א נארמאלע מענטש, תקנות האט זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט אין די לאנגע טערמין סווערט א גאנצע זאך ווי מקען עס אויסשפילען, אבער ווען משטעלט צו אז ווער סוויל זאל האבן די מעגליכקייט איז נישטא בעסערס פון דעם,
-
אינטערן טיש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 122
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 2:55 pm
- x 255
Re: פרישע חתונה סטאנדארטן אין קרית יואל - ריזיגע חידושים צום טיש
סאיז כדאי מגיב צו זיין פאר די וואס ווייסן נישט, טאמער געהערסטו טאקע צו בני יואל ,ווייסטו טאקע נישט, און איך זע אז די האסט 7 לייקס ,אייוועלט רעדט מען אויך דערפון, און די מאמענט האט שוין געהאט א דעקל דערפון, און אזוי אויך לעזער קרויס איז ביזי דערמיט ,שטעלט זיך ארויס אז סאיז געבויעט אויף פשוט'ע שקר, אן וויסן די מציאות כהיום, און באמת אשאד זיך צו טענה'ן מיט זיי ,זיי זענען דא צו כאפן העדליינס אזוי ווי טיילער להבדיל ...זיי זיכן קאנטרעווערשעל נושאים, צו סאיז יא אמת אדער נישט.בני יואל האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 8:53 am די מהלך וואס די עסקנים האבן גענומען איז לכאורה די איינציגסטע אפעקטיווע מהלך, משטעלט צו סערוויסעס פאר ווער סוויל חתונה מאכן ווי א נארמאלע מענטש, תקנות האט זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט אין די לאנגע טערמין סווערט א גאנצע זאך ווי מקען עס אויסשפילען, אבער ווען משטעלט צו אז ווער סוויל זאל האבן די מעגליכקייט איז נישטא בעסערס פון דעם,
די מודעה וואס דא איז געברענגט איז די זעלבע יא/נישט תקנות פון וואס די רעדסט פון אמאל, סאיז די זעלבע וועד החתונה ווי דא, אפשר דעמאלטס האט מען עס אויך גערופן "תקנות" , וועגן יענע צייטן האט מען אלעס גערופן תקנות, היינט צוטאגס איז "תקנות" א שרעקעדיגע ווארט ...נוצט מען עס שוין נישט,וועגן עס ברענגט טראומאו פאר געוויסע מענטשן .
למעשה איז אזוי
די אלע אידן וואס לאזן זיך העלפן ווען אנדערע ווילן העלפן, און מאכן חתונה לויט יענע וועד החתונה /תקנות שע"י קהלות סאטמאר מהר"א,
קאסט זיי די ביליגסטע די חתונות פון גאנץ כלל ישראל ,איינס נאך יואל ראטה, דאס איז די פאקטישע מציאות, דאס איז וואס שפילט זיך אפ טאג טעגליך אין קרית יואל.
נאך איין פאקט אז די אלע אידן וואס פאסט נישט צו גיין לויט וועד החתונות, און נישט געפאסט די לעצטע 20 יאר און פאסט נישט חתונה צו מאכן אין כינור דוד ,
זיי גייען נישט רופן די האט ליין היינט !!!
וועגן זיי זענען צופרידן אז מען חובת'ט זיך אן און שפילן עושר, און קומען שרייען אין בית המדרש און שרייבן אין מאמענט אז תקנות ארבעט נישט , תקנות ארבעט פיין פאר ווער עס איז נישט קיין אויבער חכם און לאזט זיך העלפן, די גאנצע וועד החתונות איז דא צו העלפן דעם ציבור .
אין פאקט די אלע 3000 מחותנים פון 1500 חתונות אין כינור דוד די לעצטע 15+ יאר שטייען און לאכן פון די אלע מענטשן , זיי קאסט יעצט א חתונה ארום 40 טויזענט ,עספעשעלי זייט דירות האבן געטראסקעט די פרייזן און מען קען דינגען חתן כלה דירות מיט פורניטשער.
די גאנצע מאוומענט פון די מענטשן וואס שרייען הויעך אז יעדע תקנוצ אז מען וויל זיי פייניגען ,זיי שרייען אזוי אויף יעדע גוטע זאך פון זייער קהילה איבער חתונה מאכן, אבער ביי חתונה מאכן איז עס אויך אלע בעל בעטישע מענטשן וואס ווילן שפילן עושר .
סאיז גוט אז די אינגע דור זאל וויסן און סתם מענטשן זאלן וויסן אז אידן אין קרית יואל מאכן חתונה יעצט פאר ביליג אן קיין פרישע וועד החתונה. , זיי נוצן אלע סערוויסעס פון די קהילה, געוויסע רופן עס תקנות, איך ווייס מעשות און איך גלייב יעדע מהר"א חסיד קען מעשות, פון מחותנים וואס פאסט נישט צו חתונה מאכן ביליג, און נישט יעדער קען אראפשטעלן א פיס מיט זיין נייע מחותן, עס האט נישט מיט די נאמען תקנות אדער וועד החתונה, ליידער איז דער עולם ערענסט קראנק , הנקרא פיער פרעשור ,וואס איז א שרעקליכע עדיקשען וואס הרג'עט אונזער דור לעבעדיגערהייט , זיי גייען נישט רופן די טעלע קאנפרענס, זיי גייען חוזק מאכן מארגן אין בית המדרש דערפון ,
סאיז כדאי דער עולם זאל וויסן אז יא סאיז דא הונדערטע קלוגע מחותנים פון חסידי סאטמאר מהר"א קרית יואל וואס פאלגט און נוצט אויס אלע סערוויסעס פון די וועד החתונה /תקנות פון די קהילה און מאכן יעצט חתונה ביליג, נישט ווי די אלע מענטשן אויף סאשעל מידיע וואס ווייסן פשוט נישט די בלויזע מציאות, עס זעט שוין באלד אויס ווי טיילער להבדיל