אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8453
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20581
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 973
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 1088
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
און וואס האב איך געזאגט?פ. לאקס האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:45 pmאבער דאך איז דאס א מאושען צו דיסמיסן, נישט אן ענטפער צו די קלאגע.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:44 pmמען פרובירט אלס אויב מען קען ארויסווארפן די גאנצע קלאגע.פ. לאקס האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:39 pm
איך הער, אבער א געווענליכע געריכט קעיס ארבעט אז איינער געט אריין א קאמפלעינט, און די צווייטע זייט אן ענטפער, דאס האט נישט פאסירט.
זיי האבן אנשטאט געגעבן א מאושען - דאס איז ווי א קאנטער קלאגע - אז די גאנצע קלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן, און די "קלעגער" זענען די וואס דארפן יעצט "ענטפערן" פארוואס מען זאל זיי "נישט" ארויסווארפן...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פ. לאקס האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:39 pmאיך הער, אבער א געווענליכע געריכט קעיס ארבעט אז איינער געט אריין א קאמפלעינט, און די צווייטע זייט אן ענטפער, דאס האט נישט פאסירט.פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:32 pmגעכאפט מיט א דיוק...![]()
איך מיין גראדע עס איז היינו הך,
זיי "'ענטפערן" אויף די אנקלאגע מיט פארשידענע טענות פארוואס די אנקלאגע איז נישט אויסגעהאלטן, און אויף דעם יסוד גיבן זיי אריין א מאושען מען זאל ארויסווארפן די גאנצע קלאגע,
עס איז אבער נישט מעלה ומוריד.
זיי האבן אנשטאט געגעבן א מאושען - דאס איז ווי א קאנטער קלאגע - אז די גאנצע קלאגע זאל ארויסגעווארפן ווערן, און די "קלעגער" זענען די וואס דארפן יעצט "ענטפערן" פארוואס מען זאל זיי "נישט" ארויסווארפן...
לענ"ד (קען זיין איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט) איז א מאושען טו דיסמיסס נישט ממש קיין קאנטער קלאגע, עס איז א ענטפער מיט הסברים אז דיין גאנצע קלאגע איז נישט ריכטיג און הייבט זיך נישט אן,
די נאטיץ אף מאושען איז געבויט אויף די בייגעלייגטע מעמארענדום און עקזיביטס, וכלשון המאושען: לויט די מיטגעלייגט מעמארענדום אף לאו און די עקזיביטס, טוען מיר פארלאנגען אז דער געריכט זאל גענצליך ארויסווארפן די קאמפלעינט.
איך האב נאכנישט געליינט די מעמארענדום, אבער די נומער 2) וואס דו ברענגסט נאך איז זיכער א ענטפער אויף די אנקלאגע.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דא רעדט,
איינער וואס האט נישט מורא מודה צו זיין אז ער האט נישט גוט מדייק (ווען ער האט טאקע נישט גוט מדייק געווען)
אגב, האסט נאר געברענגט האלב פון מיינע ווערטער... האסט נישט געוואלט נאכברענגען מיינע איבריגע ווערטער אז לכאורה איז נישט קיין נפק"מ (עכ"פ עפעס וואס מאכט אויס למעשה) צווישן די צוויי
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אי נחתינן לדיוקא,פ. לאקס האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:24 pm אינעם מאושען טענה'ט די סטעיט אז
1) מען קען נישט קלאגן די סטעיט נאר אויב ספעציפישע שולעס קומען נישט נאך די געזעץ, נאר אויב א "גאנצע דיסטריקט" קומט נישט נאך די געזעץ,
2) די סטעיט קאנסטיטוציע פארלאנגט נישט אז די סטעיט דארף פארזיכערן א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן פאר יעדע קינד, נאר דארף בלויז פארזיכערן אז עס איז דא א "מעגליכקייט" פאר יעדע קינד צו באקומען אזא עדיוקעישן - און דאס איז די סטעיט יוצא מיט די פובליק סקולס.
וואלסטו געדארפט שרייבן "אינעם מעמארענדום אף לאו"
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
אינעם מאושען טו דיסמיס האט די סטעיט געבעטן א ריטוירן דאטום פון פעברואר 6 - דאס קומט אויס פרייטאג יתרו, און אז די קלעגער האבן ביז פרייטאג בשלח צו ענטפערן אויף די פאפירן.פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 21, 2025 1:32 pmאינעם געריכט סקעדשול ליגט שוין אריין געשטעלט א הירינג אויף מיטוואך תצוה-זכור, ח' אדר, א וואך בעפאר פורים, ולמספ' פעברואר 25 פאר איבער די מאושען צו אינטערווינירן.
אויך ווי שוין געזאגט ליגט אינעם סקעדשול יאנואר 30 - פרייטאג בשלח - שירה, די אפגעשטופטע פרעלימינערי קאנפרענס הירינג וואו מען וועט באשליסן די סקעדשול פונעם געריכט.
למעשה האט די געריכט באשטימט פעברואר 25 - מיטוואך בעפאר פורים, אז דעמאלט וועלן פארקומען ביידע הירינגס אין געריכט, סיי פון די מאושען טו אינטערווין דורך די מוסדות התורה מיט'ן אדוואקאט בארשאוו, און סיי פונעם מאושען טו דיסמיס דורך די סטעיט.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
נישט ממש, ווייל א מעמא אוו לאו קומט איז סך הכל א צוגאב פאפיר צו א מאושען, משא"כ א מאושען טו דיסמיס איז נישט קיין "ענטפער" אויף די קלאגע.פארטריבן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 16, 2026 2:04 pmאי נחתינן לדיוקא,פ. לאקס האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:24 pm אינעם מאושען טענה'ט די סטעיט אז
1) מען קען נישט קלאגן די סטעיט נאר אויב ספעציפישע שולעס קומען נישט נאך די געזעץ, נאר אויב א "גאנצע דיסטריקט" קומט נישט נאך די געזעץ,
2) די סטעיט קאנסטיטוציע פארלאנגט נישט אז די סטעיט דארף פארזיכערן א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן פאר יעדע קינד, נאר דארף בלויז פארזיכערן אז עס איז דא א "מעגליכקייט" פאר יעדע קינד צו באקומען אזא עדיוקעישן - און דאס איז די סטעיט יוצא מיט די פובליק סקולס.
וואלסטו געדארפט שרייבן "אינעם מעמארענדום אף לאו"![]()
אז ווילסט א ביישפיל פון אן ענטםער זע די פארגעשלאגענע "ענטפער" וואס בארשאוו האט מיטגעלייגט ממטן מאושען טו אינטערווין
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו פרשת וארא
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דאס איז ווערט אוועק צו לייגן.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:30 pm
די פערלס פסק זאגט די סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ איז דער וועג וויאזוי מען פארפילט די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פאר "אלע" קינדער אפילו וואס גייען נישט אין פובליק סקול, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מען זעהט אין דעם פערלס פסק (און זיי זענען דאס נישט מחדש און דארפן דאס נישט מחדש זיין). און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס די קלאגע ברענגט דעם פסק אזוי ווי זיי שרייבן קלאר.
און דעריבער טענה'ט די קלאגע (אזוי ווי זיי האבן שוין עטליכע מאל געטענה'ט בעבר) אז היות די סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ איז דער דער פלאץ ווי עס איז נכלל די קאנסטיטוציאנעלע רעכט און חיובים פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, מוז די סובסטענשאל עקוויוועלענט חיובים פארזיכערן די דאזיגע קאנסטיטוציאנעלע רעכט, און די יעצטיגע סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ לאזט זיין סובסטענשאל עקוויוועלענט אהן דעם וואס מען זאל פארפילן די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן וואס ער ברענגט נאך פון זיין CFE פסק און אהן זיין באמת סובסטענשאל עקוויוועלענט צום פובליק סקול, און ממילא דארף מען אפווארפן און אנולירן די דערמאנטע סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעצן.
אין אידיש זענט איר מודה אז די פערלס אורטייל האט קלאר געשריבן אז די סובסטענטשעל עקוויווילענט געזעץ איז די מהלך וויאזוי מען פארפילט די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פאר "אלע" קינדער, - למשל די וואס לערנען אין פריוואטע שולעס.
די סטעיט פראבירט אין די יעצטיגע געריכט פאפירן צו טענה'ן אנדערש, און זיי דארפן זיך ספראווען מיט דעם אורטייל...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
לאמיר ברענגען א שנעלע סך הכל פון די קלאגע, און וואס די סטעיט ענטפערט אצינד (@פארטריבן איך האב ספעציעל געשריבן "ענטפערט" פאר דיר...)
טענה1)
פאקט 1) די ניו יארקער קאנסטיטוציע פארלאנגט די רעגירונג זאל צושטעלן א סיסטעם פון פרייע שולעס וואו אלע קינדער אינעם סטעיט זאלן קענען ערצויגן ווערן"
פאקט 2) די קאורט אוו אפיעלס האט דאס אויסגעטייטשט אז דאס באדייט אז זיי דארפן פארזיכערן אז עס איז דא אוועיליבל פאר יעדע קינד א "סאונד בעיסיק עדיוקעישאן".
פאקט 3) די קאורט אוו אפיעלס האט אויך געגעבן א פונקטליכע באדייט פאר די טערמין "סאונד בעיסיק עדיוקעישאן" וואס ענטהאלט אסאך פארלאנגען.
אצינד דרוקט די קלאגע נאכאמאל פאקט 1 און דרוקט די ווארט "אלע" קינדער פון די סטעיט.
פאקט 4) אינעם פערלס אורטייל האט די קאורט אוו אפיעלס קלאר געאורטיילט אז די קאנסטיטוציאלע פליכט פאר "אלע" קינדער פון די סטעיט באדייט אויך פאר די וואס לערנען אין די פריוואטע שולעס.
דעריבער, אזויווי 1) די ניו יארקער קאנסטיטוציע פארזיכערט א סיסטעם פון שולעס, און 2) די געריכט האט דאס אויסגעטייטשט אז מען דארף פארזיכערן אן עדיוקעישאן פאר "אלע" קינדער פון די סטעיט, און 3) עס איז דא א פונקטליכע באדייט פאר די טערמין "סאונד בעיסיק עדיוקעישאן", און 4) די געריכט האט קלאר געזאגט אז די קאנסטיטוציעלע פארלאנג פאר די חינוך איז אויך חל אויף פריוואטע שולעס = אז מיט פארוואסערן די פארלאנגען פאר די שולעס האט די סטעיט פארלעצט די קאנסטיטוציעלע רעכטן פון די קינדער.
טענה 2)
די נייע אמענדמענט איז נישט שכל'דיג.
סיבה 1) עס ערלויבט נאכצוקומען די געזעץ בלויז מיטן געבן טעסטס, עס מאכט נישט אויס אויב מען קען עס.
סיבה 2) עס ערלויבט נוצן טעסטס פון אנדערע סטעיטס וואס האבן מעגליך אנדערע קאנסטיטוציעלע רעכטן פאר זייערע קינדער.
סיבה 3) עס פארלאנגט נישט קיין טעסטס אין היסטאריע, סאושעל סטאדיס, און סיוויקס.
באזונדער באשולידעגן זיי אז די פעיז אין פעריאדע איז נישט שכל'דיג ווייל די געזעצן עקזיסטירן שוין לאנגע יארן.
באזונדער באשולדיגט עס אז אלע 7 מהלכים אינעם געזעץ זענען נישט שכל'דיג ווייל זיי פארלאנגען נישט א פולשטענדיגע אינספעקציע פון יעדע איינציגסטע מוסד און ערלויבט טייל זיך ארויס צו דרייען.
און אין צוגאב באשלדיגן זיי איז די פעלדער געזעץ אויך אומ'שכל'דיג ווייל עס געט נישט קיין ראציאנאלע סיבה פארוואס די געזעץ זאל אזוי זיין.
טענה 3)
די פעלדער און נייע אמענדמענטס זענען זייער אומקלאר און ברייט געשריבן, און דעריבער גארנישט ווערט.
די דריי סארט טענות זענען באזונדער ארויסגעשריבן אלץ 6 באזונדערע קלאגעס.
קלאגע 1) דורך נישט פארלאנגען אלע לימודים פון די מוסדות האבן די אנגעקלאגטע פארלעצט די קאנסטיטוציעלע רעכט פון די קינדער פאר א מעגליכקייט צו באקומען א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן.
קלאגע 2) דורך נישט פארלאנגען אלע לימודים פון די מוסדות האבן די אנגעקלאגטע פארלעצט די רעכט פון די קינדער פאר א מעגליכקייט צו באקומען א סובסטענשעל עקוויווילענט עדיוקעישאן.
קלאגע 3) דורך אדורכפירן די פעלדער געזעץ האבן די אנגעקלאגטע פארלעצט די קאנסטיטוציעלע רעכט פון די קינדער פאר א מעגליכקייט צו באקומען א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן.
קלאגע 4) דורך אדורכפירן די פעלדער און נייע בודשעט אמענדמענט האבן די אנגעקלאגטע פארלעצט די רעכט פון די קינדער פאר א מעגליכקייט צו באקומען א סובסטענשעלי עקוויווילענט עדיוקעישאן.
קלאגע 5) דורך די אומקלארע און ברייטע שפראך פון די צוויי געזעצן האבן די אנגעקלאגטע פארלעצט די רעכטן פון די קלעגער צו באקומען אן אויפריכטיגע לעגאלע פארטיידיגונג איידער מען נעמט אוועק זייערע (פראפערטי אדער פרייהייט) רעכטן.
קלאגע 6) דורך נישט געבן גענוג מאכט און געלט פאר די עדיוקעישאן דעפארטמענט אויסצופירן אירע גזירות האבן די אנגעקלאגטע פארלעצט די רעכטן פון די קלעגער צו באקומען א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן.

וואס ענטפערט די סטעיט אצינד?
די סטעיט פארלאנגט פונעם געריכט ארויס צו שליידערן די קלאגעס פאר 4 סיבות.
סיבה 1)
א)
די קלעגער'ס טענות ווייזן נישט אן אויף קיין שום זאך וואס די סטעיט זאל האבן געטון קעגן די קאנסטיטוציע אדער עדיוקעישאן געזעץ פאר עטליכע סיבות.
די איינציגסטע קאנסטיטוציעלע רעכט וואס די קלעגער באשולדיגן אז מען האט פארלעצט איז די עדיושעיקאן סעיף.
די קאורט אוו אפיעלס האט געאורטיילט אז די קאנסטיטוציע פארזיכערט אז "יעדע קינד אינעם סטעיט דארף באקומען א מעגליכקייט פאר א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן".
1) די קאורט אוו אפיעלס האט געאורטיילט אז צו ברענגען סיי וועעלכע קלאגע אונטער די דאזיגע קאנסטיטוציעלע רעכט דארף מען באשולדיגן און אויפווייזן אז,
1) באווייז אז די רעגירונג "לייגט נישט אריין" גענוג א גוטע ארבעט, און דוקא די דאזיגע פאקט אז זיי לייגן דאס נישט אריין האט "געפירט" צו "ספעציפישע שלעכטע אוטקאמס".
2) באווייז אז די שלעכטע אוטקאמס איז פארבינדן מיט די שלעכטע אינפוט.
3) מען דארף באשולדיגן אז א "גאנצע סקול דיסטריקט" טוט די דערמאנטע זאכן, און דערמיט פארלעצן זיי די קאנסטיטוציעלע רעכט.
דעריבער, בלויז פאר די פאקט אז זיי באשולדיגן נישט א גאנצע סקול דיסטריט איז שוין גענוג ארויס צו שליידעגרן די קלאגע - און זיי ברענגען דערויף א קאורט אוו אפיעלס אורטייל, חוץ מזה האבן די קלעגער נישט אויפגעוויזן קיין שום פארבינדונג צווישן די אנגעקלאגטע געזעצן און די שוואכע ערציאונג - פארקערט, זיי זענען מודה אז די שוואכע חינוך האט עקזיסטירט זאך איידער די געזעצן, דעריבער קענען זיי טיטאמאל אנצייגן אז די נייע געזעצן האבן געפירט צו שוואכע חינוך און קאנסטיטוציעלע פארלעצונגען.
2) מען קען נישט קלאגן די חינוך אין א פריוואטע שולע אונטער די קאנסטיטוציע.
די קאנסטיטוציע פארלאנגט די רעגירונג זאל צושטעלן א סיסטעם פון "אומזיסטע שולעס" - דאס באדייט פובליק שולעס.
דעריבער ווען די קאורט אוו אפיעלס האט באשטימט אז דאס באדייט אז יעדע קינד איז בארעכטיגט פאר א מעגליכקייט פאר א "סאונד בעיסיק עדיוקעישאן" איז דאס אויך נאר חל אויף די פובליק שולעס.
די איינציגסטע זאך וואס די קאנסטיטוציע פארלאנגט איז אז יעדע קינד אין די סטעיט זאל האבן א "מעגליכקייט" צו גיין אין א "פובליק שולע" און דארט באקומען א "סאונד בעיסיק עדיוקעישאן".
עלטערן האבן א רעכט צו באשליסן אז זיי ווילן נישט זייערע קינדער זאלן גיין אין פובליק סקול, אבער דאס באדייט נישט אז די קאנסטיטוציע רעדט אויך פון פריוואטע שולעס.
(אין א פוטנאוט ברענגען זיי אראפ די פערלס אורטייל וואו די קאורט אוו אפיעלס האט יא צאמגעשמאלצן די קאנסטיטוציע, סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, און פריוואטע שולעס, און טענה'ט אז די געריכט האט נישט דאס געמיינט, און דאס איז נאר "דיקטע" (דהיינו די טענות זענען נישט געווען איבער דעם, און קיינער האט נישט געקלאגט אונטער די קאנסטיטוציע, דעריבער איז די אורטייל אויך נישט איבער די קאנסטיטוציע)
3) א געזעץ ווערט פאררעכנט אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע סיידן מען קען אויפווייזן אז עס איז נישטא קיין שום מהלך וויאזוי דאס שטימט מיט די קאנסטיטוציע.
ב)
די קלעגער פראבירן צו קלאגן אונטער די עדיוקעישאן געזעץ, זיי האבן נישט די רעכט דערצו.
(הסבר: די קלעגער זאגן אז מען פארלעצט זייערע רעכטן צו א "סובסטענטשעלי עקוויווילענט עדיוקעישאן", די דאזיגע "רעכט" ליגט אינעם עדיוקעישאן געזעץ.)
1) סטודענטן און עלטערן קענען נישט קלאגן אונטערן עדיוקעישאן געזעץ (צוליב א קאמפליצירטע לעגאלע סיבה).
2) די עדיוקעישאן געזעץ וויאזוי עס שטייט יעצט ווערט נישט פארלעצט, פארקערט, די קלעגער טענה'ן אז די מוסדות און דערמיט אויך זיי און זייערע קינדער וועלן "יא" נאכקומען די געזעץ.
די טענה אז מען האט זיי אוועקגענומען די "רעכט" צו א סובסטעשטעלי עקוויווילענט עדיוקעישאן איז נישט קיין טענה, הפה שאסר הוא הפה שהתיר, די זעלבע לעגוסלאטאר וואס האט לכתחלה "געמאכט" די סובסטענטשעל עקוויווילענט געזעץ האט עס יעצט געטוישט, און זיי האבן די רעכט צו טוישן געזעצן.
סיבה 2) די קלאגע איז די געזעץ איז "צו ברייט און אומקלאר" איז נישט קיין טענה.
1) די קלעגער באשולדיגן נישט אז מען האט פארלעצט זיעערע רעכטן צו "לעבן, פרייהייט אדער פראפערטי", און נאר דאס איז זייערע רעכטן אונטער אזא טענה.
סיי וועלכע רעכטן מען האט זיי יא אוועקגענומען איז בלויז רעכטן וואס די געזעץ אליין האט זיי געגעבן, און אזעלכע רעכטן קען די געזעץ זיי אויך צוריק אוועקנעמען.
2) נאר איינער וואס די געזעץ אפעקטירט "זיינע" מעשים קען קלאגן אז די געזעץ איז צו ברייט.
די גאנצע מושג פון קלאגן אז א געזעץ איז אומקלאר איז נאר אז א מענטש זאל זיך קענען פארזיכערן אז מען גייט נישט נוצן א ברייטע געזעץ אים אנצוקלאגן, אבער אויב די געזעץ רעדט בכלל נישט פון וואס דו טוסט, און עס איז דיר נישט נוגע, קענסטו נישט קלאגן.
די געזעצן וואס זיי קלאגן רעדן סך הכל איבער מוסדות, נישט קינדער אדער עלטערן, דעריבער זענען זיי פארזיכערט אז קיינער וועט זיי נישט אונקלאגן אונטער די געזעצן.
3) אפילו לו יהא זיי האבן יא רעכט צו קלאגן, די דאזיגע ווערטער גענוצט אין די געזעצן הייסן נישט "ברייט".
סיבה 3) איין ספעציפישע קלעגער האט נישט קיין שום סטענדינג זינט ער האט שוין גראדואירט און האט נישט קיין קינדער אין די מוסדות, דעריבער גייט אן אורטייל גארנישט אפעקטירן זיינע רעכטן.
סיבה 4) גארווערנער האוקול, אסעמבלי פירער העיסטי, און סענאט פירער קאוזינס, קענען נישט אנגעקלאגט ווערן פאר זאכן וועלכע זיי האבן אדורכגעפירט.

מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 276
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 18, 2026 1:10 pmדאס איז ווערט אוועק צו לייגן.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:30 pm
די פערלס פסק זאגט די סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ איז דער וועג וויאזוי מען פארפילט די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פאר "אלע" קינדער אפילו וואס גייען נישט אין פובליק סקול, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מען זעהט אין דעם פערלס פסק (און זיי זענען דאס נישט מחדש און דארפן דאס נישט מחדש זיין). און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס די קלאגע ברענגט דעם פסק אזוי ווי זיי שרייבן קלאר.
און דעריבער טענה'ט די קלאגע (אזוי ווי זיי האבן שוין עטליכע מאל געטענה'ט בעבר) אז היות די סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ איז דער דער פלאץ ווי עס איז נכלל די קאנסטיטוציאנעלע רעכט און חיובים פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, מוז די סובסטענשאל עקוויוועלענט חיובים פארזיכערן די דאזיגע קאנסטיטוציאנעלע רעכט, און די יעצטיגע סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעץ לאזט זיין סובסטענשאל עקוויוועלענט אהן דעם וואס מען זאל פארפילן די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן וואס ער ברענגט נאך פון זיין CFE פסק און אהן זיין באמת סובסטענשאל עקוויוועלענט צום פובליק סקול, און ממילא דארף מען אפווארפן און אנולירן די דערמאנטע סובסטענשאל עקוויוועלענט געזעצן.
אין אידיש זענט איר מודה אז די פערלס אורטייל האט קלאר געשריבן אז די סובסטענטשעל עקוויווילענט געזעץ איז די מהלך וויאזוי מען פארפילט די קאנסטיטוציאנעלע רעכטן פאר "אלע" קינדער, - למשל די וואס לערנען אין פריוואטע שולעס.
די סטעיט פראבירט אין די יעצטיגע געריכט פאפירן צו טענה'ן אנדערש, און זיי דארפן זיך ספראווען מיט דעם אורטייל...
כ'וועל עס מאכן קורץ.
2 זאכן
איך באציה מיר צו די טענות וואס די (רעבעלל) קלעגער זאגן, איך פרוביר נישט מיט מיינע ווערטער שולל צו זיין יעדע מעגליכע אפטייטש און פארדרייעניש אין מיין אדער סיי וועמענס ווערטער, מיין איינציגסטע זאך וואס איך וויל, איז שולל זיין דאס אז דער פערלס פסק בעצם אדער דער וועג וויאזוי די רעבעלל קלעגער לערנען דאס אפ, אדער די סיבה פארוואס זיי ברענגן דעם פסק איז צוליב וואס עס לייגט אריין געוויסע לימודים אין סאונד בעיסיק. (דאס איז אויסער וואס די גאנצע פערלס קעיס איז איבער צו די רעגולאציעס זענען זיך סותר מיט די קאנסטיטוציע, און נישט אז די קאנסטיטוציע איז מחייב, ווי אויך אז דאס אז די סטעיט פארפילט מיט דעם דעם חיוב איז נישט פשט אז די קאנסטיטוציע איז דאס מחייב אז די זאלסט קענען האבן א קאנסטיטושענעל קלעים, וכו' וכו')
2) די סטעיט פראבירט יעצט נישט צו טענה'ן אנדערש, די סטעיט זאגט אז מען קען נישט אויף דעם ברענגען קיין קאנסטיטושענעל קלעים, ווייל די איינציגסטע זאך וואס די קאנסטיטושען איז מחייב די סטעיט צו טוהן צוליב דעם חיוב פון אז א יעדע קינד האט א רעכט צו האבן א סאונד בעיסיק חינוך איז האבן אומזיסטע פובליק סקולס וואס שטעלן צו סאונד בעיסיק עדיוקעשאן אוועילבעל פאר יעדן קינד, במילא איז די איינציגסטע קאנסטיטושענעל קלעים קעגן די סטעיט איז נאר אויב זיי שטעלן נישט צו אזוינע אומזיסטע פובליק סקולס, ווי אויך אז צו קענען ברענגן אזא קאנסטיטושענעל קלעים מוז זיין אז אין די גאנצע דיסטריקט איז נישט דא קיין גוטע פובליק סקול, און פונקט ווי דאס אז מען קען נישט קלאגן קיין קאנסטיטושענעל קלעים אויב איז עס נישט קיין דיסטריקט-ווייד פראבלעם מיינט נישט אז די סטעיט זאגט יעצט אז אן איינציגער פובליק סקול מעג זיין נישט סאונד בעיסיק, מיינט עס אויך נישט אזוי כלפי פריוואטע סקולס\עלטערן. וקל להבין ופשוט הוא.
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 839
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1354
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך האב הערשט יעצט דורכגעלאפן די לעצטע פאר בלעטער דא און אינעם שוועסטער אשכול...
ס'איז הפלא ופלא וויאזוי פון אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור, איז דאס טראנספארמירט געווארן אויף אלעס ארום וואס איך האב געזאגט אז דו האסט געזאגט, און דו האסט געזאגט אז איך האב געזאגט, און ווען איך וואלט דאס געזאגט וואלסטו נישט געזאגט אז איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט. נעבעך.
ס'איז הפלא ופלא וויאזוי פון אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור, איז דאס טראנספארמירט געווארן אויף אלעס ארום וואס איך האב געזאגט אז דו האסט געזאגט, און דו האסט געזאגט אז איך האב געזאגט, און ווען איך וואלט דאס געזאגט וואלסטו נישט געזאגט אז איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט. נעבעך.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
גארנישט מיט את והב בסופה, סך הכל האב איך נישט קיין פראבלעם דיר דאס נאכצוגעבן...
הגם טעכניש איז עס א מאושען טו דיסמיס און נישט קיין וועריפייד ענסער וכדומה...
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
ליינענדיג די סטעיט פאפירן האב איך דערזעהן אז דאס האט מיך איינגעשפארט היבש ארבעט אויף א נושא וואס מיר האבן נאך געפלאנט צוריקצוקומען מסביר זיין, און יעצט האבן זיי שוין געטוהן די דזשאב אנשטאט אונז.
דהיינו וואס מען קען ליינען אין זייערע פרישע פאפירן, וואו עס ווערט קלאר מבואר פארוואס די רעבעלל קלאגע איז נישט \און וואלט נישט געקענט זיין\ בלויז אויף די CFE קעיס, און די איינציגע וועג וויאזוי די קלאגע האט געקענט אויפבויען א קאנסטיטושאנעל קלאגע איז נאר נאך דעם לעצטן פערלס קאורט אף אפיעלס וואס איז דער לעצטער שלב פונעם אויפבויען די קאנסטיטושאנעל קלאגע, וויבאלד די פערלס פסק טוט 'צום ערשטן מאל' צוזאמבינדען די קאנסטיטושאנעל התחייבות פון סאונד בעסיק עדיוקעשאן מיט די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענסי וואס גייט אן ביי 'נאנפאבליק' סקולס [=דהיינו ישיבות].
און עס ווערט דערמיט אויך קלאר פארשטענדליך פארשידענע דיוקים און פירכות וואס @מיטב הגיון האט פרובירט צו מדייק זיין בנוגע די CFE קעיס, אז באמת איז די עיקר קלאגע פון רעבעלל געבויט נאר אויף די CFE קעיס, און די סיבה פארוואס ער צייכנט אן די פערלס פסק איז נאר צוליב וואס זיי טוען נאכברענגען די CFE קעיס,
די מציאות איז אבער, אז אלע דריי CFE קעיסעס, האבן זיך נאר גערעדט בנוגע די קאנסטיטושאנעל התחייבות וואס ליגט אויף די סטעיט צוצושטעלן אומזיסטע 'פאבליק סקולס', וואס דארט דארפען זיי צושטעלן די מעגליכקייטן אז יעדעס קינד זאל אומזיסט באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און די קעיסעס האבן געצילט צו מחייב זיין די סטעיט רעגירונג צו העכערן פאנדינג אין 'פאבליק סקולס' געבויט אויף די טענה מכח די דערמאנטע סטעיט'ס קאנסטיטושאנעל התחייבות.
זעהט אויף פעידזש 16 פון די סטעיט קאורט פאפירן
און וויבאלד די אלע דריי CFE קעיסעס זענען געווען אויסדרוקליך בלויז איבער א נושא פון 'פאבליק סקולס', און עס ווערט ניטאמאל דערמאנט דארט קיין ווארט איבער 'פריוואטע סקולס', (ווי די סטעיט שמועסט דאס אויס אין זייערע יעצטיגע פאפירן), דעריבער וואלט רעבעלל קיינמאל נישט געקענט ברענגען קיין קאנסטיטושאנעל קלאגע אויף די סטעיט בנוגע סאבסטענשאל עקוויוועלענסי וואס איז נוגע נאר 'פריוואטע סקולס' געבויט בלויז אויף די CFE קעיסעס וואס שמועסט אויס די קאנסטיטושאנעל התחייבות פון 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' וואס רעדט נאר כלפי 'פאבליק סקולס', ופשוט הוא.
און טאקע נאר צוליב די פערל'ס קאורט אף אפיעל פסק, וואס האט 'צום ערשטן מאהל' צוזאמגעשטעלט די קאנסטיטושאנעל התחייבות וואס די סטעיט דארף צושטעלן א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', אז דאס נעמט אריין אין זיך אויך די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט אויף 'פריוואטע סקולס', האט רעבעלל געקענט זיך ארויפכאפן און אויפבויען א קאנסטיטושאנעל קלאגע אקעגן די סטעיט, אז מיט דעם וואס טוען פארגרינגערן די סאבסטענשאל עקוויוועלענסי התחייבות פון די מוסדות, טוען זיי דערמיט פארלעצן זייער קאנסטיטושאנעל התחייבות צוצושטעלן די מעגליכקייטן פאר 'יעדע' קינד צו באקומען א סאונד בעסיק עדיוקעשאן, און זיי פארלעצן דערמיט די רעכטן פון די קינדער.
און עס ווערט ווידעראמאל קלארגעשטעלט דאס וואס דורותינו (פר' נח) האט דאן באריכטעט אז די רעבעלל קעיס כאפט זיך ארויף און אויפגעבויט די קאנסטיטושאנעל קלאגע טאקע דייקא אויף די פערלס קאורט אף אפיעלס פסק.
און די סטעיט האט טאקע מיט דעם א פראבלעם, און זיי פרובירן דאס אוועקצומאכן אינעם פוטנאוט, אז די פערלס פסק האט נישט ממש צוזאמגעבינדן די סאבסטענשאל עקוויוועלענסי געזעץ אויף 'פריוואטע סקולס' מיט די קאנסטיטושאנעל התחייבות, נאר זיי האבן אויך גערעדט פון 'פאבליק סקולס'.
ווי אויך ווערט קלאר פארשטענדליך די אנדערע פאלגענדע דיוקים,
די זעלבע זאך איז מיט די 'שטארק נאכגעפאלגטע קעיס' [וואס מאיזה סיבה האט מען דעמאלס מורא געהאט צו זאגן אפן וועלכע קעיס דאס איז, ווארשיינליך וויבאלד מען וועט גלייך זעהן אז דאס איז א קעיס בנוגע פאבליק סקולס], וואס ווערט גערופן IntegrateNYC (דערמאנט אויך יעצט אין די סטעיט פאפירן), וואס איז אויך געווען א קאנסטיטושאנעל קלאגע אקעגן די סטעיט נאר בנוגע 'פאבליק סקולס', און דעריבער איז זעלבסט פארשטענדליך אז אין אזא קעיס האט נישט קיין שום זין צו דערמאנען אפילו א ווארט בנוגע די פערלס פסק וואס איז געציהלט אויף א קלאגע בנוגע 'פריוואטע סקולס', און עס וואלט נישט געהאט קיין שום פשט דא יא צו ברענגען, נישט אינעם פסק, נישט אינעם דיסענט, און נישט אין רעבעלל'ס אמיקוס.
- -
יעצט וועט מען דארפן זעהן וויאזוי וועט רעבעלל צוריקקומען און צוריק'טענה'ן אז די פערלס פסק פון קאורט אף אפיעלס האט יא קלאר געמיינט צוזאמצושמעלצן די קאנסטיטושאנעל התחייבות פון 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' מיט די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט אויף 'פריוואטע סקולס',
און לאמיר האפן און מתפלל זיין, אז דער אויסגאנג פונעם געריכט זאל זיין לטובת חינוך בנינו ודורותינו, און דער פערלס פסק זאל נישט ווערן פארזיגלט אלץ א בכי' לדורות, אז דאס זאל טאקע האבן באשטעטיגט אז עס ווערט צוזאמגעשמאלצן די צוויי זאכן, וואס דאן וועט די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט אויף 'פריוואטע סקולס' ווערן א קאנסטיטושאנעל התחייבות אויף די סטעיט היל"ת.

מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:30 pm א שטארק נאכגעפאלגטע קעיס אין קאורט אוו אפיעלס וואוו עס איז שטארק אויסגעשמועסט געווארן וואס עס מיינט סאונד בעיסיק עדיוקעשאן, וואוו דער קאורט אוו אפיעלס האט ארויסגעגעבן זייער פסק 4 חדשים נאך די פערלס פסק, ווערט גאר שטארק אראפגעברענגט און אויסגעשמועסט וואס זענען די חיובים פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, און די גאנצע זאך וואס ווערט אראפ געברענגט איז די CFE פסק און דאס איז אייגנטליך דער גאנצער זאך אויף וואס די פסק באציהט זיך, וואונדער איבער וואונדער איז נישט דא דארט קיין איין ווארט איבער די אזויגערופענע נייע חיובים פון זייער פערלס פסק, קיין ווארט נישט איבער די נייע סובסטענשאל עקוויוועלענט לימודים וואס זיי האבן אקארשט אריינגעלייגט אין זייער פסק... נאר די נארישע CFE פסק וואס שטייט גארנישט...
download/file.php?id=57573
נאכמער אפילו אין די דיסענט (וואס איז דער זעלבער ווי דער שרייבער פון די פערלס פסק) וואס זוכט מער אויסצושמועסן און מאכן שטערקער די פארלאנגען פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, סך הכל ברענגט ער מער אראפ די CFE פסק... און ווייסט אויך בכלל נישט פון די פערלס פסק.
download/file.php?id=57572
ווי אויך א חודש פארן פסק דאס טייטשט 3 חדשים נאכן פערלס פסק האט דער זעלבער לאיער פון די קלאגע (רעבעלל) אריינגעגעבן אן אמיקוס אין דעם קעיס, און צו אלעמענס וואונדער ווייסט ער נישט דארט צו ציטירן דעם פערלס פסק...
download/file.php?id=57574

מיינסט צו זאגן אז טעכניש איז נישטא קיין שום נפק"מ למעשה צי עס איז א מאושען אדער א ענטפער...
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 276
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
עטליכע פונקטן האב איך שוין אדרעסירט אויבן פאר לאקס'ן.פארטריבן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 19, 2026 2:56 pm ליינענדיג די סטעיט פאפירן האב איך דערזעהן אז דאס האט מיך איינגעשפארט היבש ארבעט אויף א נושא וואס מיר האבן נאך געפלאנט צוריקצוקומען מסביר זיין, און יעצט האבן זיי שוין געטוהן די דזשאב אנשטאט אונז.
דהיינו וואס מען קען ליינען אין זייערע פרישע פאפירן, וואו עס ווערט קלאר מבואר פארוואס די רעבעלל קלאגע איז נישט \און וואלט נישט געקענט זיין\ בלויז אויף די CFE קעיס, און די איינציגע וועג וויאזוי די קלאגע האט געקענט אויפבויען א קאנסטיטושאנעל קלאגע איז נאר נאך דעם לעצטן פערלס קאורט אף אפיעלס וואס איז דער לעצטער שלב פונעם אויפבויען די קאנסטיטושאנעל קלאגע, וויבאלד די פערלס פסק טוט 'צום ערשטן מאל' צוזאמבינדען די קאנסטיטושאנעל התחייבות פון סאונד בעסיק עדיוקעשאן מיט די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענסי וואס גייט אן ביי 'נאנפאבליק' סקולס [=דהיינו ישיבות].
און עס ווערט דערמיט אויך קלאר פארשטענדליך פארשידענע דיוקים און פירכות וואס @מיטב הגיון האט פרובירט צו מדייק זיין בנוגע די CFE קעיס, אז באמת איז די עיקר קלאגע פון רעבעלל געבויט נאר אויף די CFE קעיס, און די סיבה פארוואס ער צייכנט אן די פערלס פסק איז נאר צוליב וואס זיי טוען נאכברענגען די CFE קעיס,
די מציאות איז אבער, אז אלע דריי CFE קעיסעס, האבן זיך נאר גערעדט בנוגע די קאנסטיטושאנעל התחייבות וואס ליגט אויף די סטעיט צוצושטעלן אומזיסטע 'פאבליק סקולס', וואס דארט דארפען זיי צושטעלן די מעגליכקייטן אז יעדעס קינד זאל אומזיסט באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און די קעיסעס האבן געצילט צו מחייב זיין די סטעיט רעגירונג צו העכערן פאנדינג אין 'פאבליק סקולס' געבויט אויף די טענה מכח די דערמאנטע סטעיט'ס קאנסטיטושאנעל התחייבות.
זעהט אויף פעידזש 16 פון די סטעיט קאורט פאפירן
PAGE_16.jpg
און וויבאלד די אלע דריי CFE קעיסעס זענען געווען אויסדרוקליך בלויז איבער א נושא פון 'פאבליק סקולס', און עס ווערט ניטאמאל דערמאנט דארט קיין ווארט איבער 'פריוואטע סקולס', (ווי די סטעיט שמועסט דאס אויס אין זייערע יעצטיגע פאפירן), דעריבער וואלט רעבעלל קיינמאל נישט געקענט ברענגען קיין קאנסטיטושאנעל קלאגע אויף די סטעיט בנוגע סאבסטענשאל עקוויוועלענסי וואס איז נוגע נאר 'פריוואטע סקולס' געבויט בלויז אויף די CFE קעיסעס וואס שמועסט אויס די קאנסטיטושאנעל התחייבות פון 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' וואס רעדט נאר כלפי 'פאבליק סקולס', ופשוט הוא.
און טאקע נאר צוליב די פערל'ס קאורט אף אפיעל פסק, וואס האט 'צום ערשטן מאהל' צוזאמגעשטעלט די קאנסטיטושאנעל התחייבות וואס די סטעיט דארף צושטעלן א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', אז דאס נעמט אריין אין זיך אויך די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט אויף 'פריוואטע סקולס', האט רעבעלל געקענט זיך ארויפכאפן און אויפבויען א קאנסטיטושאנעל קלאגע אקעגן די סטעיט, אז מיט דעם וואס טוען פארגרינגערן די סאבסטענשאל עקוויוועלענסי התחייבות פון די מוסדות, טוען זיי דערמיט פארלעצן זייער קאנסטיטושאנעל התחייבות צוצושטעלן די מעגליכקייטן פאר 'יעדע' קינד צו באקומען א סאונד בעסיק עדיוקעשאן, און זיי פארלעצן דערמיט די רעכטן פון די קינדער.
און עס ווערט ווידעראמאל קלארגעשטעלט דאס וואס דורותינו (פר' נח) האט דאן באריכטעט אז די רעבעלל קעיס כאפט זיך ארויף און אויפגעבויט די קאנסטיטושאנעל קלאגע טאקע דייקא אויף די פערלס קאורט אף אפיעלס פסק.
און די סטעיט האט טאקע מיט דעם א פראבלעם, און זיי פרובירן דאס אוועקצומאכן אינעם פוטנאוט, אז די פערלס פסק האט נישט ממש צוזאמגעבינדן די סאבסטענשאל עקוויוועלענסי געזעץ אויף 'פריוואטע סקולס' מיט די קאנסטיטושאנעל התחייבות, נאר זיי האבן אויך גערעדט פון 'פאבליק סקולס'.
ווי אויך ווערט קלאר פארשטענדליך די אנדערע פאלגענדע דיוקים,
מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:30 pm א שטארק נאכגעפאלגטע קעיס אין קאורט אוו אפיעלס וואוו עס איז שטארק אויסגעשמועסט געווארן וואס עס מיינט סאונד בעיסיק עדיוקעשאן, וואוו דער קאורט אוו אפיעלס האט ארויסגעגעבן זייער פסק 4 חדשים נאך די פערלס פסק, ווערט גאר שטארק אראפגעברענגט און אויסגעשמועסט וואס זענען די חיובים פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, און די גאנצע זאך וואס ווערט אראפ געברענגט איז די CFE פסק און דאס איז אייגנטליך דער גאנצער זאך אויף וואס די פסק באציהט זיך, וואונדער איבער וואונדער איז נישט דא דארט קיין איין ווארט איבער די אזויגערופענע נייע חיובים פון זייער פערלס פסק, קיין ווארט נישט איבער די נייע סובסטענשאל עקוויוועלענט לימודים וואס זיי האבן אקארשט אריינגעלייגט אין זייער פסק... נאר די נארישע CFE פסק וואס שטייט גארנישט...
download/file.php?id=57573
נאכמער אפילו אין די דיסענט (וואס איז דער זעלבער ווי דער שרייבער פון די פערלס פסק) וואס זוכט מער אויסצושמועסן און מאכן שטערקער די פארלאנגען פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, סך הכל ברענגט ער מער אראפ די CFE פסק... און ווייסט אויך בכלל נישט פון די פערלס פסק.
download/file.php?id=57572
ווי אויך א חודש פארן פסק דאס טייטשט 3 חדשים נאכן פערלס פסק האט דער זעלבער לאיער פון די קלאגע (רעבעלל) אריינגעגעבן אן אמיקוס אין דעם קעיס, און צו אלעמענס וואונדער ווייסט ער נישט דארט צו ציטירן דעם פערלס פסק...
download/file.php?id=57574
די זעלבע זאך איז מיט די 'שטארק נאכגעפאלגטע קעיס' [וואס מאיזה סיבה האט מען דעמאלס מורא געהאט צו זאגן אפן וועלכע קעיס דאס איז, ווארשיינליך וויבאלד מען וועט גלייך זעהן אז דאס איז א קעיס בנוגע פאבליק סקולס], וואס ווערט גערופן IntegrateNYC (דערמאנט אויך יעצט אין די סטעיט פאפירן), וואס איז אויך געווען א קאנסטיטושאנעל קלאגע אקעגן די סטעיט נאר בנוגע 'פאבליק סקולס', און דעריבער איז זעלבסט פארשטענדליך אז אין אזא קעיס האט נישט קיין שום זין צו דערמאנען אפילו א ווארט בנוגע די פערלס פסק וואס איז געציהלט אויף א קלאגע בנוגע 'פריוואטע סקולס', און עס וואלט נישט געהאט קיין שום פשט דא יא צו ברענגען, נישט אינעם פסק, נישט אינעם דיסענט, און נישט אין רעבעלל'ס אמיקוס.
- -
יעצט וועט מען דארפן זעהן וויאזוי וועט רעבעלל צוריקקומען און צוריק'טענה'ן אז די פערלס פסק פון קאורט אף אפיעלס האט יא קלאר געמיינט צוזאמצושמעלצן די קאנסטיטושאנעל התחייבות פון 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' מיט די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט אויף 'פריוואטע סקולס',
און לאמיר האפן און מתפלל זיין, אז דער אויסגאנג פונעם געריכט זאל זיין לטובת חינוך בנינו ודורותינו, און דער פערלס פסק זאל נישט ווערן פארזיגלט אלץ א בכי' לדורות, אז דאס זאל טאקע האבן באשטעטיגט אז עס ווערט צוזאמגעשמאלצן די צוויי זאכן, וואס דאן וועט די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט אויף 'פריוואטע סקולס' ווערן א קאנסטיטושאנעל התחייבות אויף די סטעיט היל"ת.
אבער סך הכל ברענגט די סטעיט ארויס פארקערט פון וואס דו און דורותינו האבן געשריבן, אז מען האט נישט געוואוסט וואס עס מיינט סאונד בעיסיק, און מען איז עס יעצט געוואר געווארן דורכן זאגן אז עס מיינט סובסטענשאל עקוויוועלענט, מיט נאך שעדליכע פארלאנגען. אנשטאט שרייבן אז סאונד בעיסיק מיינט געפערליכע זאכן נאר ביז היינט האט מען געמיינט אז עס גייט נאר ארויף אויף פובליק סקול און יעצט האט די פערלס קאורט געזאגט צום ערשטן מאל אז די שעדליכע סאונד בעיסיק גייט אויך ארויף אויף פריוואטע סקולס ווייל די פערלס געריכט האט געזאגט מום ערשטן מאל אז סובסטענשאל עקוויוועלענט מיינט אויך די שעדליכע זאכן פון סאונד בעיסיק, וואס ווען עטס שרייבטס דעיס, וואלט דאס אויך געווען א ליגנט אבער די סטרוקטור וואלט געשטימט, נאר עס וואלט אפגעפרעגט אלע ענקערע טענות פון ביז היינט אז ביז היינט האט סובסטענשאל עקוויוועלענט שוין געמיינט עפעס געפערליך נאר יעצט צום ערשטן מאל הייבט עס אהן צו זיין א פראבלעם...
"אלע" קלאגעס פון יאפפעד ביז היינט האבן אדרעסירט CFE און סאונד בעיסיק, און אויף "דעם" איז געבויעט זייער עיקר קלאגעס.
אזוי אויך ביי די צעהלימער קעיס איז אקוראט וואס מען בעט דא אהן פערלס.
און די סטעיט האט קיינמאל נישט געענטפערט אז עס גייט נאר ארויף אויף פובליק סקולס און נישט אויף פריוואטע סקולס, (און דעמאלטס איז נאך בכלל נישט געווען קיין פערלס פסק) די סיבה דערפון איז אין מיין אויבנדערמאנטע תגובה.
אבער דאס איז אויך אמת אז רעבעלל גייט יעצט אויך פארקירעווען אז כאילו די סטעיט האט געזאגט אז די חיובים פון CFE גייט נישט ארויף בכלל אויף פריוואטע סקולס, און ער גייט שרייען אז יא (און די זעלבע מיט פערלס).
והעיקר, די סטעיט זאגט אז די קלעגער טענה'ט אז CFE גייט ארויף אויך אויף פריוואטע סקולס (אהן פערלס), נאר זיי זענען נישט גערעכט עס גייט נישט ארויף אויף פריוואטע סקולס, (אין די קאנטעקסט וואס די סטעיט רעדט, ווי געשריבן אויבן).
דאס איז טאטאל אנדערש ווי ענק האבן געשריבן אז די קלעגער טענה'ן נישט CFE.
סך הכל לויט דעם איז פעלדערס סאונד בעיסיק גאר א שעדליכע זאך.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
@מיטב הגיון איך מיין אז דו (מיט רעבבעל) מישן אביסל צאם סובסטענשעל עקוויווילענט מיט סאונד בעיסיק, דאס איז צוויי באזונדערע זאכן.
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 276
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
בעצם באציה איך מיר א גאנצן צייט כמעט נאר אויף רעבעלל , ווייל דורותינו רעדט פון וואס רעבעלל זאגט, but I wouldn't mind if you will elaborate.
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 276
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
איך רעדט פון פארטריבן.totty האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 19, 2026 8:38 pmדאס פאסט שוין פאר פארטריבן...מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 19, 2026 5:55 pm [
סך הכל לויט דעם איז פעלדערס סאונד בעיסיק גאר א שעדליכע זאך.
נאר יא...
-
מיטב הגיון
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
- x 276
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
יאפפעד האט אריינגעגעבן פרישע פאפירן אין אפעלאט געריכט פארגאנגענעם פרייטאג.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 2:21 pm
פאלגענד איז אן אויסשניט פון די לעצטע געריכטליכע אנקלאגע פון יאפפעד אנטקעגן די קאמישאנער צוליבן אפווארפן זייער פולע אנקלאגעס בנוגע גזירת החינוך.
מיר ווייסן נישט ווי ווייט דאס וואס די קאמישאנער ווארפט אפ די אנקלאגעס איז צוליב גוטסקייט אדער מורא, וויסנדיג אז די אנדערע זייט איז אויך fully equipped פאר א מלחמה, פונקט ווי מיר ווייסן נישט פארקערט לגבי זייער אויפפירונג איבער די רעגולאציעס איז צוליב שלעכטקייט אדער מורא, וויסנדיג אז די אנדערע זייט איז אויך fully equipped פאר א מלחמה.
Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק
דורותינו גליון קי”א ערש”ק פ’ בא תשפ”ו לפ”ק
-
מקולות מים רבים
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 10:39 am
- x 12