ליינענדיג די סטעיט פאפירן האב איך דערזעהן אז דאס האט מיך איינגעשפארט היבש ארבעט אויף א נושא וואס מיר האבן נאך געפלאנט צוריקצוקומען מסביר זיין, און יעצט האבן זיי שוין געטוהן די דזשאב אנשטאט אונז.
דהיינו וואס מען קען ליינען אין זייערע פרישע פאפירן, וואו עס ווערט קלאר מבואר פארוואס די רעבעלל קלאגע איז נישט \און וואלט נישט געקענט זיין\ בלויז אויף די CFE קעיס, און די איינציגע וועג וויאזוי די קלאגע האט געקענט אויפבויען א קאנסטיטושאנעל קלאגע איז נאר נאך דעם לעצטן פערלס קאורט אף אפיעלס וואס איז דער לעצטער שלב פונעם אויפבויען די קאנסטיטושאנעל קלאגע, וויבאלד די פערלס פסק טוט 'צום ערשטן מאל' צוזאמבינדען די קאנסטיטושאנעל התחייבות פון סאונד בעסיק עדיוקעשאן מיט די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענסי וואס גייט אן ביי 'נאנפאבליק' סקולס [=דהיינו ישיבות].
און עס ווערט דערמיט אויך קלאר פארשטענדליך פארשידענע דיוקים און פירכות וואס
@מיטב הגיון האט פרובירט צו מדייק זיין בנוגע די CFE קעיס, אז באמת איז די עיקר קלאגע פון רעבעלל געבויט נאר אויף די CFE קעיס, און די סיבה פארוואס ער צייכנט אן די פערלס פסק איז נאר צוליב וואס זיי טוען נאכברענגען די CFE קעיס,
די מציאות איז אבער, אז אלע דריי CFE קעיסעס, האבן זיך נאר גערעדט בנוגע די קאנסטיטושאנעל התחייבות וואס ליגט אויף די סטעיט צוצושטעלן אומזיסטע 'פאבליק סקולס', וואס דארט דארפען זיי צושטעלן די מעגליכקייטן אז יעדעס קינד זאל אומזיסט באקומען א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', און די קעיסעס האבן געצילט צו מחייב זיין די סטעיט רעגירונג צו העכערן פאנדינג אין 'פאבליק סקולס' געבויט אויף די טענה מכח די דערמאנטע סטעיט'ס קאנסטיטושאנעל התחייבות.
זעהט אויף פעידזש 16 פון די סטעיט קאורט פאפירן

- PAGE_16.jpg (60.47 KiB) געזען געווארן 1219 מאל
און וויבאלד די אלע דריי CFE קעיסעס זענען געווען אויסדרוקליך בלויז איבער א נושא פון 'פאבליק סקולס', און עס ווערט ניטאמאל דערמאנט דארט קיין ווארט איבער 'פריוואטע סקולס', (ווי די סטעיט שמועסט דאס אויס אין זייערע יעצטיגע פאפירן), דעריבער וואלט רעבעלל קיינמאל נישט געקענט ברענגען קיין קאנסטיטושאנעל קלאגע אויף די סטעיט בנוגע סאבסטענשאל עקוויוועלענסי וואס איז נוגע נאר 'פריוואטע סקולס' געבויט בלויז אויף די CFE קעיסעס וואס שמועסט אויס די קאנסטיטושאנעל התחייבות פון 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' וואס רעדט נאר כלפי 'פאבליק סקולס', ופשוט הוא.
און טאקע נאר צוליב די פערל'ס קאורט אף אפיעל פסק, וואס האט 'צום ערשטן מאהל' צוזאמגעשטעלט די קאנסטיטושאנעל התחייבות וואס די סטעיט דארף צושטעלן א 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן', אז דאס נעמט אריין אין זיך אויך די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט אויף 'פריוואטע סקולס', האט רעבעלל געקענט זיך ארויפכאפן און אויפבויען א קאנסטיטושאנעל קלאגע אקעגן די סטעיט, אז מיט דעם וואס טוען פארגרינגערן די סאבסטענשאל עקוויוועלענסי התחייבות פון די מוסדות, טוען זיי דערמיט פארלעצן זייער קאנסטיטושאנעל התחייבות צוצושטעלן די מעגליכקייטן פאר 'יעדע' קינד צו באקומען א סאונד בעסיק עדיוקעשאן, און זיי פארלעצן דערמיט די רעכטן פון די קינדער.
און עס ווערט ווידעראמאל קלארגעשטעלט דאס וואס דורותינו (פר' נח) האט דאן באריכטעט אז די רעבעלל קעיס כאפט זיך ארויף און אויפגעבויט די קאנסטיטושאנעל קלאגע טאקע דייקא אויף די פערלס קאורט אף אפיעלס פסק.
און די סטעיט האט טאקע מיט דעם א פראבלעם, און זיי פרובירן דאס אוועקצומאכן אינעם פוטנאוט, אז די פערלס פסק האט נישט ממש צוזאמגעבינדן די סאבסטענשאל עקוויוועלענסי געזעץ אויף 'פריוואטע סקולס' מיט די קאנסטיטושאנעל התחייבות, נאר זיי האבן אויך גערעדט פון 'פאבליק סקולס'.
ווי אויך ווערט קלאר פארשטענדליך די אנדערע פאלגענדע דיוקים,
מיטב הגיון האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 4:30 pm
א שטארק נאכגעפאלגטע קעיס אין קאורט אוו אפיעלס וואוו עס איז שטארק אויסגעשמועסט געווארן וואס עס מיינט סאונד בעיסיק עדיוקעשאן, וואוו דער קאורט אוו אפיעלס האט ארויסגעגעבן זייער פסק 4 חדשים נאך די פערלס פסק, ווערט גאר שטארק אראפגעברענגט און אויסגעשמועסט וואס זענען די חיובים פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, און די גאנצע זאך וואס ווערט אראפ געברענגט איז די CFE פסק און דאס איז אייגנטליך דער גאנצער זאך אויף וואס די פסק באציהט זיך, וואונדער איבער וואונדער איז נישט דא דארט קיין איין ווארט איבער די אזויגערופענע נייע חיובים פון זייער פערלס פסק, קיין ווארט נישט איבער די נייע סובסטענשאל עקוויוועלענט לימודים וואס זיי האבן אקארשט אריינגעלייגט אין זייער פסק... נאר די נארישע CFE פסק וואס שטייט גארנישט...
download/file.php?id=57573
נאכמער אפילו אין די דיסענט (וואס איז דער זעלבער ווי דער שרייבער פון די פערלס פסק) וואס זוכט מער אויסצושמועסן און מאכן שטערקער די פארלאנגען פון א סאונד בעיסיק עדיוקעישאן, סך הכל ברענגט ער מער אראפ די CFE פסק... און ווייסט אויך בכלל נישט פון די פערלס פסק.
download/file.php?id=57572
ווי אויך א חודש פארן פסק דאס טייטשט 3 חדשים נאכן פערלס פסק האט דער זעלבער לאיער פון די קלאגע (רעבעלל) אריינגעגעבן אן אמיקוס אין דעם קעיס, און צו אלעמענס וואונדער ווייסט ער נישט דארט צו ציטירן דעם פערלס פסק...
download/file.php?id=57574
די זעלבע זאך איז מיט די 'שטארק נאכגעפאלגטע קעיס' [וואס מאיזה סיבה האט מען דעמאלס מורא געהאט צו זאגן אפן וועלכע קעיס דאס איז, ווארשיינליך וויבאלד מען וועט גלייך זעהן אז דאס איז א קעיס בנוגע פאבליק סקולס], וואס ווערט גערופן IntegrateNYC (דערמאנט אויך יעצט אין די סטעיט פאפירן), וואס איז אויך געווען א קאנסטיטושאנעל קלאגע אקעגן די סטעיט נאר בנוגע 'פאבליק סקולס', און דעריבער איז זעלבסט פארשטענדליך אז אין אזא קעיס האט נישט קיין שום זין צו דערמאנען אפילו א ווארט בנוגע די פערלס פסק וואס איז געציהלט אויף א קלאגע בנוגע 'פריוואטע סקולס', און עס וואלט נישט געהאט קיין שום פשט דא יא צו ברענגען, נישט אינעם פסק, נישט אינעם דיסענט, און נישט אין רעבעלל'ס אמיקוס.
- -
יעצט וועט מען דארפן זעהן וויאזוי וועט רעבעלל צוריקקומען און צוריק'טענה'ן אז די פערלס פסק פון קאורט אף אפיעלס האט יא קלאר געמיינט צוזאמצושמעלצן די קאנסטיטושאנעל התחייבות פון 'סאונד בעסיק עדיוקעשאן' מיט די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט אויף 'פריוואטע סקולס',
און לאמיר האפן און מתפלל זיין, אז דער אויסגאנג פונעם געריכט זאל זיין לטובת חינוך בנינו ודורותינו, און דער פערלס פסק זאל נישט ווערן פארזיגלט אלץ א בכי' לדורות, אז דאס זאל טאקע האבן באשטעטיגט אז עס ווערט צוזאמגעשמאלצן די צוויי זאכן, וואס דאן וועט די עדיוקעשאן געזעץ פון סאבסטענשאל עקוויוועלענט אויף 'פריוואטע סקולס' ווערן א קאנסטיטושאנעל התחייבות אויף די סטעיט היל"ת.