how about אז דו ביסט ראנג פארן האלטן אז איך בין ראנג? האסט מיר געהערט א מעשה? איך האלט וואס איך האלט, און דו האלט וואס דו האלטסט. כל זמן איך האב מיין קאפ וועל איך טראכטן ווי אזוי מיין קאפ טראכט, און דו ווי אזוי דיין קאפ. אויב ביסט גרייט זיך צו טוישן קעפ מיט מיר קען מען שמועסן, אבער שיק מיר קודם אין אישי וועלכע קאליר האר דו האסט, און וועלכע סייז היט דו טראגסט. איך בין נישט גרייט זיך צו טוישן מיט אן אנאנימער סתם רענדאמלי...נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 1:58 pm @נקודות טובות דיין איידיע פון "לאמיר נישט רעדן וועגן וואוטשערס" איז ראנג. די פאקט יעצט איז אז אין די סיטי איז עס דא און אין אפסטעיט נישט. דאס מיינט לכאורה אז די קאסט פון די רענט צאלט זיך אויס מיט די נישט קאסט פון שכר לימוד.
ווען ס'וועט זיין א טויש וועט מען דעמאלס רעדן יעצט רעדט מען לויט יעצט.
(ובדרך אגב, איך בין נישט פון די הנהלה און נישט דער פותח הטעמע. ס'איז נישט דא קיין שום סיבה אז איך זאל קענען שטעלן סטאנדארטן אויף די טעמע. קיינער מוז מיך נישט פאלגן. איך פערזענליך האלט אז דאס קומט נישט אריין. אבער אז איר האלט אז יא, דאן בכבוד גדול)
די סיבה פארוואס איך וויל נישט רעדן פון וואוטשערס האב איך שוין אויבן געשריבן. די דיבאטע איז נישט היינט געבוירן, איך געדענק נאך די דיבאטע נאך אסאך פאר וואוטשערס האט עקזעסטירט. ווען עס האט זיך געטוהן די גרויסע געמופעכטס פון שטאט קיין מאנסי האב איך כסדר געהערט (בעיקר פון אזעלכע וואס האבן נאך 72 סיבות פארוואס מען דארף בלייבן וואוינען אין וויליאמסבורג...) די טענה אז עט די ענד אף די געים איז די קאסט אף לייף די זעלבע. דעמאלטס האט מען געשריגן קאר, קאר סערוויס, טייערע גראסערי, טייערער שכר לימוד, מיט נאך אנדערע אויסגעזויגענע דמיונות. איך האב אבער כסדר פארפירט ניתי ספר וניחזי, לאמיר זעהן די ביכער. ווייז מיר ציפערן! אבער פארשטייט זיך לית מאן דאשגיח בי, ווייל ס'איז געווען שטותים והבלים.
יעצט פלוצלינג איז אנגעקומען א פראגראם פון וואוטשערס האבן די אלטע וויליאמסבורגע פארפירער זיך ארויפגעכאפט אויף דעם, און מען שרייט חי וקיים אז מופן קיין קרית יואל איז א טעות. איך בין נישט מסכים דערצו! דו האקסט מיר אין קאפ שוין כאטש צען יאר אז די קאסט אף לייף איז די זעלבע אין אפסטעיט ווי אין די סיטי, און ווען איך וויל מאכן א ספרעד שיט ביסטו נישט צום האבן. און פלוצלינג וועקסטו זיך אויף מיט די וואוטשערס. ס'גוט, גיי צוריק שלאפן... העמיר רעדן ווען די וואוטשערס וועט אויסלויפן. ס'קוקט נישט אויס ווי ס'גייט מאריך ימים זיין, ווייל ווי געזאגט אז כפי השמועה הינקעט די פראגראם. ווען איינער וויל מאכן די דעסישן צו ער זאל מופן אדער בלייבן אין די סיטי, דארף ער אויך אין באטראכט נעמען אז די וואוטשערס קען אויסלויפן גענוי ווי אסאך אנדערע פראגראמען וואס איז אויסגעגאנגען די לעצטע פאר יאר. (בילן די אינשורענס פארן לערנען מיט בחורים וכדו') און אויב שטייט ער אין א מצב וואס אדער מופט ער "יעצט", אדער מופט ער בכלל נישט, דארף ער טראכטן אויפריכטיג.
וחוץ מזה וואס אויב רעדט מען פון וואוטשערס איז די גאנצע שמועס נישט רעלאוואנט. די חשבון איז זייער קלאר פאר יעדען איינעם צו מאכן פאר זיך אליינס. פונעם קעפל איז משמע אז מען רעד דא אין דזשענעראל.