לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2208
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6873

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך נקודות טובות »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 1:58 pm @נקודות טובות דיין איידיע פון "לאמיר נישט רעדן וועגן וואוטשערס" איז ראנג. די פאקט יעצט איז אז אין די סיטי איז עס דא און אין אפסטעיט נישט. דאס מיינט לכאורה אז די קאסט פון די רענט צאלט זיך אויס מיט די נישט קאסט פון שכר לימוד.

ווען ס'וועט זיין א טויש וועט מען דעמאלס רעדן יעצט רעדט מען לויט יעצט.
how about אז דו ביסט ראנג פארן האלטן אז איך בין ראנג? האסט מיר געהערט א מעשה? איך האלט וואס איך האלט, און דו האלט וואס דו האלטסט. כל זמן איך האב מיין קאפ וועל איך טראכטן ווי אזוי מיין קאפ טראכט, און דו ווי אזוי דיין קאפ. אויב ביסט גרייט זיך צו טוישן קעפ מיט מיר קען מען שמועסן, אבער שיק מיר קודם אין אישי וועלכע קאליר האר דו האסט, און וועלכע סייז היט דו טראגסט. איך בין נישט גרייט זיך צו טוישן מיט אן אנאנימער סתם רענדאמלי...

(ובדרך אגב, איך בין נישט פון די הנהלה און נישט דער פותח הטעמע. ס'איז נישט דא קיין שום סיבה אז איך זאל קענען שטעלן סטאנדארטן אויף די טעמע. קיינער מוז מיך נישט פאלגן. איך פערזענליך האלט אז דאס קומט נישט אריין. אבער אז איר האלט אז יא, דאן בכבוד גדול)

די סיבה פארוואס איך וויל נישט רעדן פון וואוטשערס האב איך שוין אויבן געשריבן. די דיבאטע איז נישט היינט געבוירן, איך געדענק נאך די דיבאטע נאך אסאך פאר וואוטשערס האט עקזעסטירט. ווען עס האט זיך געטוהן די גרויסע געמופעכטס פון שטאט קיין מאנסי האב איך כסדר געהערט (בעיקר פון אזעלכע וואס האבן נאך 72 סיבות פארוואס מען דארף בלייבן וואוינען אין וויליאמסבורג...) די טענה אז עט די ענד אף די געים איז די קאסט אף לייף די זעלבע. דעמאלטס האט מען געשריגן קאר, קאר סערוויס, טייערע גראסערי, טייערער שכר לימוד, מיט נאך אנדערע אויסגעזויגענע דמיונות. איך האב אבער כסדר פארפירט ניתי ספר וניחזי, לאמיר זעהן די ביכער. ווייז מיר ציפערן! אבער פארשטייט זיך לית מאן דאשגיח בי, ווייל ס'איז געווען שטותים והבלים.

יעצט פלוצלינג איז אנגעקומען א פראגראם פון וואוטשערס האבן די אלטע וויליאמסבורגע פארפירער זיך ארויפגעכאפט אויף דעם, און מען שרייט חי וקיים אז מופן קיין קרית יואל איז א טעות. איך בין נישט מסכים דערצו! דו האקסט מיר אין קאפ שוין כאטש צען יאר אז די קאסט אף לייף איז די זעלבע אין אפסטעיט ווי אין די סיטי, און ווען איך וויל מאכן א ספרעד שיט ביסטו נישט צום האבן. און פלוצלינג וועקסטו זיך אויף מיט די וואוטשערס. ס'גוט, גיי צוריק שלאפן... העמיר רעדן ווען די וואוטשערס וועט אויסלויפן. ס'קוקט נישט אויס ווי ס'גייט מאריך ימים זיין, ווייל ווי געזאגט אז כפי השמועה הינקעט די פראגראם. ווען איינער וויל מאכן די דעסישן צו ער זאל מופן אדער בלייבן אין די סיטי, דארף ער אויך אין באטראכט נעמען אז די וואוטשערס קען אויסלויפן גענוי ווי אסאך אנדערע פראגראמען וואס איז אויסגעגאנגען די לעצטע פאר יאר. (בילן די אינשורענס פארן לערנען מיט בחורים וכדו') און אויב שטייט ער אין א מצב וואס אדער מופט ער "יעצט", אדער מופט ער בכלל נישט, דארף ער טראכטן אויפריכטיג.

וחוץ מזה וואס אויב רעדט מען פון וואוטשערס איז די גאנצע שמועס נישט רעלאוואנט. די חשבון איז זייער קלאר פאר יעדען איינעם צו מאכן פאר זיך אליינס. פונעם קעפל איז משמע אז מען רעד דא אין דזשענעראל.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2208
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6873

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך נקודות טובות »

קאטשקע פלייש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:03 pm האלב אין ווילי האבן נישט קיין קארן ווען איך האב געדארפט נעמען א קאר האט עס מיין ארבעטס געבער געדארפט באצאלן אין ער צאלט מיך מער ווי ק'י וועגן טיקעטס פארקינג..
נאכאמאל? קוק מיר אריין אין אויגן. האלב ווילי האט נישט קיין קארס? סיריעסלי? האלב? אויף וואס בעיסטו דיינע נאמבער? דו ווילסט מיר זאגן אז האלב 35 יעריגע אינגעלייט וואס ארבעטן האבן נישט קיין קארס? און פארדעם מיטשעט מען זיך מיט פארקינג אין ווילי? (אפשר רעדסטו פון האלב דהיינו נאר די מענער, ווייל אין ווילי האבן די פרויען נישט קיין קארס. דאס מאכט שוין יא סענס)

יעצט ענטפער מיר נישט אז דו רעכענסט אויך אריין כלי קודש, שנה ראשונה אינגעלייט וכדו', ווייל איך האב זייער קלאר געשריבן אז איך רעד פון אינגעלייט מיט משפחות, וואס ארבעטן, און זענען העכער 25 (אז דו וועסט מיר בעטן וועל איך עס ארויפרוקן צו 30...)
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 474
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 728
פארבינד זיך:

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך הימל »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 9:05 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:46 pm אין די סיטי האט מען אויך וואטשערס פאר בעביסיטינג און פלעי גרופ וואס שפארט א געוואלד מיט געלט.

א
► Show Spoiler
► Show Spoiler
[/spoil]

בנוגע טעקס אויף דירות. ס'איז א גוטע וויץ די טעקס איבעיטמענטס, רוב היימישע עולם צאלט אריין גרויסע טעקסעס אין די סיטי, און דאס גייט נאר ארויף און ארויף למעלה ולמעלה. מען קען היינט אין די סיטי צאלן פאר א נייע קאנדאו 20 טויזענט דאלער א יאר פאר טעקס, אדער אפילו מער. די עלטערע צאלן טאקע וויניגער, אבער אלעס גייט ארויף. איך רעד פער יוניט! משא"כ אין קרית יואל איז די טעקסעס א דריטל דערפון.
► Show Spoiler
אויסער די הונדערטער מענטשן וואס צאלן 0 טעקס וועגן די טעקס עבעיטמענט, איז דא טויזענטער משפחות וואס וואוינען אין א בראונסטאון וואס די טעקס פאר אזא 3 שטאקיגע הויז איז צווישן 3 און 6 טויזענט דאלער א יאר, וואס דאס איז רוב מאל צוטיילט צווישן די 2 אדער 3 משפחות וואס וואוינען אינעם בנין...

סא דאס אז רוב עולם אין די סיטי צאלט ביליג טעקסעס איז בכלל נישט קיין וויץ.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2957
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6504

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אפאר נקודהליך

די געברויך אויף וואס מ'ניצט געלט אויף חיי יומי איז, קאמפליטלי אנדערשט

'דאכט' זיך אז די נשים גייען טייערער אנגעטוהן אין ק"י ווי אין די סיטי (לאמיר נישט ווערן סטאק וועגן וואס די סיבות דערצו זענען) וכהנה רבות.
The evil is in the details

Down payment אין ק"י איז באבקעס Accordingly, ס'מאכט עס מער פאר א דבר מצוי צו האבען אן אייגען הויז. אויב די כלה'ס געלט נאך די חתונה איז אוועילעבעל, איז שוין דאן אסאך גרינגער צו משלים זיין צום פילען סכום, משא"כ אין ווילי פארט עס אריין אין די סטאק מארקעט/לייף אינשורענס (האפענטליך)

אין בכלל, זאכען וואס איז וויכטיג פאר די מענער אין די נשים (סטייל אף ליווינג - and the needs) אין די סיטי ווערסעס ק"י זענען אינו דומה זה לזה בכלל.
די פילאסאפי זענען נישט די זעלבע.

---
איך רעד מיר איין אז ס'איז דא מער ביזנעס מיינדעד פיפל אין די סיטי ווי אין ק"י,

די ארבעטער אין ק"י זענען ווייניגער אנגעדרייט צו שטייגען אין ראנג מיטן אימפראווען זייער קעפעביליטי'ס.
(ליידער, א מענטש דארף אייביג ארבעטען אין זיין קאנעקטעד מיטן זיך אין ארדער צו 'לעבן' אויף דעם עולם. איך 'מיין' אז די עולם אין ק"י בדרך כלל וועט זיכען נישט ארויס צו קאלערן, מ'זיכט נישט קיין אינווידולטי, אין ווער יא, בדרך כלל טוט עס ראנג)

(איך בין נאכנישט זיכער וואס ס'לוינט זיך ענדערשטער)
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2957
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6504

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך פשוט און גראד »

סתם א קרישקעלע דעטע פון צדק קאמפיין

ק"י האט מער דאנערס - וומ"ס מער געלט, נישט עפעס מויראדיג. אין ווייס איך נישט די טיעמס ווער ס'איז געווען ווי. אבער יא..
פיילס
Screenshot 2026-01-14 012320.png
Screenshot 2026-01-14 012320.png (40.15 KiB) געזען געווארן 596 מאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך Think and Thank »

@נקודות טובות וואוטשערס איז נישט קיין נייע פראגראם. אמאליגע צייטן איז געווען ערנסט יום טוב מיט עס, נאר דער עוכר ישראל בלומבערג ימ"ש האט עס געשניטן מיט א גסות חלף, בעיקר אין 2012, כאטש טייל שניטן זענען געווארן שפעטער צוריקגעשטעלט. דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז ארום 2023 ווען די סיטי האט אנגעהויבן מאכן גרויסע טשעינדזשעס, בעיקר מיט הייבן צוויי מאל די אינקאם לימיט ביז צו די יעצטיגע שטאפלען.

סאו די שמועס בנוגע וואוטשערס איז בעצם אלעמאל געווען נוגע, נאר צווישן 2012 און 2023 איז עס נישט געווען נוגע פאר אזוי סאך מענטשן ווי פאר 2012 אדער נאך 2023.
אגד
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 107

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך אגד »

פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 11:19 pm איך רעד מיר איין אז ס'איז דא מער ביזנעס מיינדעד פיפל אין די סיטי ווי אין ק"י,

די ארבעטער אין ק"י זענען ווייניגער אנגעדרייט צו שטייגען אין ראנג מיטן אימפראווען זייער קעפעביליטי'ס.
דאס איז לכאורה אמת, און לכאורה א תוצאה פון נידריגערע קאסט אף ליווינג.

דארט קען מען יא סורווייוון מיט א 9-5 דזשאב, און דארט נישט.


ווי איינער האט שוין געשריבן, א שיינע פראצענט אידן אין די נידריגע פערציגער צאלן אונטער 20 טויזנט א יאר האוזינג..
אגד
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 107

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך אגד »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:25 am סתם א קרישקעלע דעטע פון צדק קאמפיין

ק"י האט מער דאנערס - וומ"ס מער געלט, נישט עפעס מויראדיג. אין ווייס איך נישט די טיעמס ווער ס'איז געווען ווי. אבער יא..
ווארשיינליך האט צדק מער אנגעדרייט סמאל מאני רעיזערס אין קרית יואל, אנדערש קען פשוט נישט שטימען אז קרית יואל וואס האט היפש ווייניגער מענטשן זאל גאר האבן היפש מער דאנארס.

מה שאין כן ביג מאני איז נישט געווען אזא גרויסע חילוק ווארשיינליך.

(אז קרית יואל זאל כמעט מעטשן וויליאמסבורג מיט געלט ווייזט אויך בעצם אז דער קאמפיין איז געווען מער פאוקעסד דארט, ווילי'ס עקאנאמיע איז מסתמא צוויי מאל אזוי גרויס, האבנדיג מער מענטשן מיט מער אינקאם, די שאלה איז נאר אויב די מער עקספענסעס בעיקר דירה + זומער וועגט איבער די מער אינקאם געהעריג + וואוטשערס.)
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 474
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 728
פארבינד זיך:

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך הימל »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:25 am סתם א קרישקעלע דעטע פון צדק קאמפיין

ק"י האט מער דאנערס - וומ"ס מער געלט, נישט עפעס מויראדיג. אין ווייס איך נישט די טיעמס ווער ס'איז געווען ווי. אבער יא..
שאלה איז צו די וויליאמסבורגע אידן האבן געגעבן פאר די חברים אין קרית יואל וואס האבן געהאט פעידזשעס און די קרית יואל האבן געגעבן פאר די וויליאמסבורגע.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2957
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6504

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך פשוט און גראד »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:25 am סתם א קרישקעלע דעטע פון צדק קאמפיין

ק"י האט מער דאנערס - וומ"ס מער געלט, נישט עפעס מויראדיג. אין ווייס איך נישט די טיעמס ווער ס'איז געווען ווי. אבער יא..
אויב די אינפאו איז בכלל נוגע.

ס'איז סתם ס"ה א מינדערוויכטיגע/אינטערסאנטע (פאר מיר) שטיקל אינפאו, האב איך עס געשערט
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2682

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך שבת קודש »

א סלאגאן וואס מען הערט אסאך מאל אז לגבי פעיר פרעשע איז וומ''ס מער ווי ק''י איך האב נישט קיין אהנוג צו יש דברים בגוי
קאטשקע פלייש
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:03 pm
x 38

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך קאטשקע פלייש »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 9:42 pm
קאטשקע פלייש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 13, 2026 3:03 pm האלב אין ווילי האבן נישט קיין קארן ווען איך האב געדארפט נעמען א קאר האט עס מיין ארבעטס געבער געדארפט באצאלן אין ער צאלט מיך מער ווי ק'י וועגן טיקעטס פארקינג..
נאכאמאל? קוק מיר אריין אין אויגן. האלב ווילי האט נישט קיין קארס? סיריעסלי? האלב? אויף וואס בעיסטו דיינע נאמבער? דו ווילסט מיר זאגן אז האלב 35 יעריגע אינגעלייט וואס ארבעטן האבן נישט קיין קארס? און פארדעם מיטשעט מען זיך מיט פארקינג אין ווילי? (אפשר רעדסטו פון האלב דהיינו נאר די מענער, ווייל אין ווילי האבן די פרויען נישט קיין קארס. דאס מאכט שוין יא סענס)

יעצט ענטפער מיר נישט אז דו רעכענסט אויך אריין כלי קודש, שנה ראשונה אינגעלייט וכדו', ווייל איך האב זייער קלאר געשריבן אז איך רעד פון אינגעלייט מיט משפחות, וואס ארבעטן, און זענען העכער 25 (אז דו וועסט מיר בעטן וועל איך עס ארויפרוקן צו 30...)
איך אין זייער זיכער מיט וואס כהאב געשריבן איך אין גרייט צו גיין ציילן מיט דיך וויפיל יונגעלייט נוצן די טרעין סיטי באס טעגליך אין כבין גרייט דורך צו גיין מיט דיך מיינע 80+ שכינים וואס איבער האלב ארבעטן

פאר דעים איז קאר רענטעלס אזא שטארקע ביזנעס אין ווילי
קאטשקע פלייש
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:03 pm
x 38

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך קאטשקע פלייש »

זיכן פארקינג איז על פי רוב נאך 10:30 ביינאכט אדער ביי
AlterNet site
School zone
Construction zone
In my area
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 212
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 513

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך Headquarters »

"דער טרייבל" מיט א קלארקייט איבער די ביליגע לעבן אין די סיטי
פיילס
image.png
image.png (661.43 KiB) געזען געווארן 372 מאל
אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2682

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך שבת קודש »

לגבי די 'ריזיגע' עקספענס פון קאר סערוויס אין קרית יואל איז שטארק שטארק איבערגעטריבן
סיי ווייל דארט וואקט מען אויך אסאך חוץ צו זייער ווייטע פלעצער, אזוי אויך נוצן די פרויען רוב מאל די ווילדיזש באסעס צו ווייטע פלעצער
אין מאנסי איז לכאורה אנדערשט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Headquarters האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 2:18 pm "דער טרייבל" מיט א קלארקייט איבער די ביליגע לעבן אין די סיטי
אויסער וואס דער עד האט בכלל נישט געזאגט דאס וואס ער שרייבט, איז דער ארטיקל גארנישט מחדש אויסער אז ער נעמט די "וואוטשערס" און בלאזט עס אויף אלס עפעס וואס "אינאיינעם מיט אאאאלע אנדערע מעלות" מאכט עס די סיטי איינוואוינער לעבן ביליגער, נישט מיט חשבון, נאר מיט שווארץ אויף ווייסע קעפלעך און פאראגראפן...

איך ווייס נאכנישט גענוי וויפיל דער חילוק איז טאקע, אבער דא איז ער שוין מהפך הקערה על פיה X5.

ער זאגט מ'זאל מברר זיין וויפיל קאר סערוויס קאסט, און מ'וועט נשתומם ווערן!

לכאורה לכה"פ איז שתומם'קייט ווי ווען איך ליין דא אז קאנטרי און קעמפ קאסטן נישט 20 אלפים נאר אסאך מער.

נו גוט, לאמיך משתומם זיין. אלעס ליגט מיר אין אימעיל. איך האב א אקאונט ביי קאר סעיף, די משפחה נוצט עס "ווען מען דארף נאר", אויסער מוצאי שבת ווען איך בין אוועילעבל... און אויסער דאס רוב וואס דער "טראנזיט באס" טוט די דזשאב, לאמיר זען וויפיל מיין "אפען אקאונט" ביי קאר-סעיף רוקט ארויס פון מיין באנק אקאונט א חודש מיט רציחה, אן קיין רחמנות:

אקטאובער:
OCT.jpg
OCT.jpg (50.98 KiB) געזען געווארן 330 מאל
נאוועמבער:
NOV.jpg
NOV.jpg (49.47 KiB) געזען געווארן 330 מאל
דעצעמבער:
DEC.jpg
DEC.jpg (62.97 KiB) געזען געווארן 330 מאל
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 694

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך ChatGPT »

@תהלימ'ל לייג צו וויפיל מאל דו ביסט דער קאר סערוויס דרייווער.

נישט אז איך האלט אז דאס איז באמת די זעלבע קאסטן ווי קעמפ. אבער די מציאות איז אז אין ק''י "מוז" מען האבן א קאר (פארוואס??) אדער ניצט מען אסאך מער ק''ס ווי דיין משפחה. און וויליאמסבורג איז עס נישט קיין מוז און מען ניצט ווייניגער ק''ס.
מסתמא רעדט דער שרייבער פון קאר סערוויסעס וויבאלד ער דרייווט נישט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 3:16 pm @תהלימ'ל לייג צו וויפיל מאל דו ביסט דער קאר סערוויס דרייווער.
כ'האב געשריבן. מוצאי שבת. בעיקר פארוואס ס'איז ביליג איז ווייל זיי נוצן די טראנזיט באס.

סוי אז ער בעט מ'זאל טשעלענדזשען סיי וועמען:
Screenshot 2026-01-15 143123.png
Screenshot 2026-01-15 143123.png (23.46 KiB) געזען געווארן 272 מאל
האב איך אזוי געטון, און כ'האב טאקע נישט געגלייבט וואס מיינע אויגן זעען...

ס'קאסט מיר א בלוטיגע 20 ביז 80 דאלאר א חודש.
אגד
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 107

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך אגד »

@דער תהלים איד, ווען איר וואוינט אין ווילי מיט דעם אפיס ארום די קארנער, האט איר דען א קאר?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך יאנטשי »

מיין ווייב נעמט א טעקסי אין עווערידש 2 מאל א וואך, פרייטאג נאכמיטאג און מוצ"ש בין איך אוועלעבל אלס טעקסי, אן דעם וואלט עס געווען נאך 2-3 טריפס.

מאכץ אליינס דעם חשבון.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אגד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 3:59 pm @דער תהלים איד, ווען איר וואוינט אין ווילי מיט דעם אפיס ארום די קארנער, האט איר דען א קאר?
ניין, אבער קאר סערוויס צו ארלעדיגן זאכן איבער די וואך וואלט מיר לכאורה געקאסט היבש געלט. אויך קאר רענטעלס אין ימים טובים און זומער וואלט געקאסט געלט.

סוי כ'ווייס נישט וויפיל דער טאטעל איז. אויך ווייס איך נישט פארוואס מיין ברודער אין וומסב"ג דרייווט יא... ער, און נאך טויזנטער מענטשן דארט.

ווידער ווען ס'קומט צו קאנטרי, דארט ווערט דער ארטיקל עפעס ממש אומוויסנד אויף פארקערט... דאס גאנצע פארן איז עפעס א קליינטשיגע מיעוט מענטשן וואס פארן אפשר מעגליך אין קאנטרי און די שטאט ווערט עטוואס א קליין ביסל ליידיגער וכו'... אין די צייט וואס יעדן איינציגן שבת זוכן מיינע ברודער פון שטאט וואו צו פארן ווייל בלייבן אין שטאט פילט ווי א אנזעץ פאר טאטע מאמע און קינדער.

סוי, מ'קען דעבאטירן א נושא, אבער נישט איבערדרייען פאקטן מהיפך להיפך מיט שיינע ווערטער.
Screenshot 2026-01-15 143031.png
Screenshot 2026-01-15 143031.png (11.7 KiB) געזען געווארן 233 מאל
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך יאנטשי »

אגד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 3:59 pm @דער תהלים איד, ווען איר וואוינט אין ווילי מיט דעם אפיס ארום די קארנער, האט איר דען א קאר?
וויפיל % 'געסעטעלטע' אידן אין ווימ"ס האבן א קאר?
אגד
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2025 9:08 am
x 107

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך אגד »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 4:08 pm
אגד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 3:59 pm @דער תהלים איד, ווען איר וואוינט אין ווילי מיט דעם אפיס ארום די קארנער, האט איר דען א קאר?
וויפיל % 'געסעטעלטע' אידן אין ווימ"ס האבן א קאר?
דער תהילים איד סטיל תהילים אידן האבן דארט נישט דאכציך..

--------

ער עגריעט דערצו, ווייזט אבער אן אויף אנדערע רעלעוואנטע פאקטן.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: לעבנס קאסט אין קרית יואל ווס וומסב"ג

פאוסט דורך חלום חלמתי »

משוגע מעטארע מען גייט יעצט שטיין און דעבאטירן דעם שרייבער וואס איז א מומחה עצום און פארדרייען און אויפבלאזן פאקטן צו מאכן מענטשן שפרינגען.

בד"וו יעדעס ווארט אין יענעם ארטיקל איז דירעקט געצילט פאר אידטיש.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
שרייב פאוסט