- 20260112_223531.jpg (361.8 KiB) געזען געווארן 473 מאל
- 20260112_223620.jpg (360.29 KiB) געזען געווארן 473 מאל
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
מיט ריזיגע געלטער אויסצולייגן פאר די אלע שטודיעס.הבוחר בתורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:46 pmעס נעמט יארן, לכאורה וועט עס זיין אין 20 יאר ארום עפראווט....העלאו בעלאו האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:31 pm אז מען רעדט שוין פון די זאלבן קען איינער מסביר זיין פארוואס דאס איז נישט עפראווד ביי עף די עי און זאל ווערן געהעריג גענוצט אין שפיטאל? עס איז דאך פי כמה בעסער פון וואס די שפיטאל?
קודם דארף מען שטודיעס אויב עס ארבעט, נאכדעם וואס זענען די לאנג טערמינונגע סייד עפעקטס וכו וכו
האסט מסתמא רעכט.הבוחר בתורה האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 10:57 pmמען גייט נישט אוועק פון די זאלבן און נישט פון די יסורים.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 7:01 pm1) הצלה האט אים נישט געטראגן אין ערגעץ. ער איז געגאנגען צו יענעם איד און יענער האט געהייסן גיין צו א דאקטאר וכו'.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:57 pm
הצלה האט געטראגן צו יענעם דאקטער?
וואס האט דער מענטש געלייגט אין זיינע זאלבן וואס האט ממש אומגעברענגט דאס קינד?
2) דאס קינד איז נישט אוועק פון קיין זאלבן, נאר פון ווערן ביטער קראנק ל"ע פון די יסורים און נישט אנקומען אין שפיטאל פאר באהאנדלונג. (ס'איז געווען נישט סתם א ברי, נאר אויפ'ן גאנצן גוף אויף א שרעקליכע אופן).
די סכנה פון בריען, ספעציעל דריטע גראד, איז אז די מענטש האט נישט קיין הויט, ממילא קען אלע באקטעריעס וועלכע דרייען זיך אויפן וועלט אריינבאקומען אין מינוטן אינעם קערפער און גורם זיין שווערע אינפעקציעס ווי אויך סעפסי''ס רח''ל. דאס קען געשען סיי אין שפיטאל און סיי ווען מען ניצט די אלטערנעטיווע מהלך. ווי אויך קען מען גאר שנעל פארלירן די פלואיד'ס פונעם גוף און ווערן שנעל דיהיידערעיטעט רח''ל.
נארמאל ווען מען גייט און שפיטאל אדער ווען מען נוצט איינער מיט ערפארונג מיט די ארץ ישראל'דיגע מהלך, וועלן זיי זיכער מאכן אז עס ווערט נישט קיין אינפעקציעס.
ווידער אויב מען ניצט ביי א גאר ערנסטע בריה איינעם אן ערפארונג קען מען זיך שפילן מיטן לעבן רח''ל.
פונקט ווי נישט יעדער וועלכע האט זיך געלערנט ערשטע הילף קען ראטעווען א מענטש מיט א הארץ אטאקע, די זעלבע דארף מען וויסן אז נישט יעדער וואס קען לייגן ביי קליינע בריען די זאלבן, קען אויכעט קעיר נעמען פון לעבנס געפארפולע סיריעס בריען.
כמיין אז דאס איז נישט אמת.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm (למשל... כמובן... ער גיט צעטלעך פאר ווער ס'וויל נישט נעמען וואקסינען...)
דן ווייסט וועלכע דאקטור מען רעדט?ChatGPT האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 10:16 amכמיין אז דאס איז נישט אמת.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm (למשל... כמובן... ער גיט צעטלעך פאר ווער ס'וויל נישט נעמען וואקסינען...)
בכלליות זענט איר גערעכט אז מדארף אווערנעס אבער גראדע די נושא פון א ברי ווייסט יעדער אין הצלה אז פאטעיטא און האניג און מרת וויינשטאק וכדומה וועט מער העלפן ווי די מעדצינעןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm היינט אינדערפרי האט מיר איינער דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט ערשטע האנט, א שוידער פון א מעשה, וואס האט נארוואס פאסירט. פחדים.
איך נעם נישט קיין אחריות אז דאס איז א שלימות, ס'קען זיין אז ס'פעלט פרטים וואס קענען עפעס צוגעבן, אדרבה אויב איינער "ווייסט" אז עפעס פעלט זאל ער אריינפילן. (איין חלק לאז איך אליינס אויס, צוליב די הייקלקייט, און ס'מאכט נישט אויס אסאך צו די עצם מעשה).
ומעשה שהי' כך הי':
א קינד איז געבוירן געווארן למז"ט לעצטע יאר זומער. אפאר חדשים שפעטער איז געווען א מעשה, אז דאס קינד האט זיך מיאוס אפגעבריהט אויף א גאר שווער פארנעם רח"ל. כמובן האט מען גערופן הצלה, און ווי אלעמאל ווען עס קומט צו בריען ל"ע איז רעקאמאנדירט צו גיין צו א געוויסע גרופע אינגעלייט וואס טוען אין די נושא פון בריען, מיט אסאך הצלחה, מער ווי דזשענעראל דאקטוירים וואס זענען נישט דוקא באקאנט מיט היילן בריען ספעציפיש אויף אזא פארנעם ווי זיי (איך האב שוין אליינס געהאט - נישט מער געדאכט - א גוטע עקספיריענס ב"ה מיט א קינד).
זייענדיג אבער א גאר שווערע ברי, האט מען אים גע'עצה'ט צו פארן פון ק"י קיין וומסב"ג וואס דארט וואוינט איינער וואס איז די גרעסטע אין די ליין. אנקומענדיג צו יענעם איד האט ער געזאגט אז דער ברי איז שרעקעדיג, ער קען עס נישט נעמען אויף זיך בשו"א, דאס דארף א געהעריגע דאקטאר. אז ער האט א דאקטאר וואס נעמט קעיר, קען ער צולייגן זיינע קריעמס וכו'.
וואס טוט מען דא? האט איינער געגעבן א גוטע עצה, אז דא אין וומסב"ג איז דא א גרויסע דאקטאר, וואס האט ברייטע פלייצעס, (למשל... כמובן... ער גיט צעטלעך פאר ווער ס'וויל נישט נעמען וואקסינען...), און ער ריזיקירט צו נעמען אויף זיך אפילו קעיסעס וואס באלאנגען אין שפיטאל. איז מען געגאנגען צו אים, און ער זאגט נאו פראבלעם, גיי צו יענעם זאל באשמירן דאס קינד אויף מיין אחריות, און אלעס איז פיין.
אפאר טעג שפעטער האבן די עלטערן געזען אז דאס קינד אטעמט ממש שווער, און רעדט פאני, זיי זענען געווארן דערשראקן, און אריינגעפארן אין שטאט אריין צו יענעם דאקטאר, ער קוקט אן דאס קינד און זאגט "ס'איז גוט, די קינד וועט זיך אויסרוען ביז אינדערפרי און וועט אויפשטיין אקעי מיט א גוטע אטעם".
די עלטערן זענען אהיימגעפארן, וכך לא הוה, ליידער. דאס קינד האט זיך אויסגערוהט אויפדערנאכט, אזש ביז צו די אייביגע רוה, און מער נישט אויפגעשטאנען. צוריקגעגעבן די נשמה צום אויבערשטן צום ערשיטערונג און שאק פון אלעמען.
דער צובראכענער טאטע איז זייער ביטער פארווייטאגט וועגן די עצה געבערס, אבער ליידער קען איך נאך ענליכע מעשיות. ה"י רח"ל.
ממילא, ווען מען זוכט א דאקטאר וואס האט ברייטע פלייצעס, נאטורליך געשטימט בלא בלא, זאל מען זיין זייער געווארנט אז ברייטע פלייצעס קען מיינען צו ברייט. אפילו ווען אלע פרענדס ווייסן פאר זיכער אז יענער איז מעכטיג און ריזיג.
איך שרייב עס לתועלת, ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידי.
יא.יאנטשי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 10:28 amדן ווייסט וועלכע דאקטור מען רעדט?ChatGPT האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 10:16 amכמיין אז דאס איז נישט אמת.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm (למשל... כמובן... ער גיט צעטלעך פאר ווער ס'וויל נישט נעמען וואקסינען...)
כמעט גארנישט ווערט עפראווד נאר ווען עס איז דא גרויסע געלטער עס צו שטופן, און עפעס וואס א קאמפעני גייט נישט מאכן קיין געלט איז נישטא ווער עס זאל עס שטופן. אונזער וויאוילטעטיגע געזונטהייט אגענטורן גייען נישט ארום זוכן וועלכע זאכן קענען העלפן.העלאו בעלאו האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:31 pm אז מען רעדט שוין פון די זאלבן קען איינער מסביר זיין פארוואס דאס איז נישט עפראווד ביי עף די עי און זאל ווערן געהעריג גענוצט אין שפיטאל? עס איז דאך פי כמה בעסער פון וואס די שפיטאל?
ופשוט הוא אז די געזונטהייט אגענטורן זענען דא צו דיס-אפראוון זאכן וואס זענען נישט פארזיכערט.Who knows האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 13, 2026 12:50 pmכמעט גארנישט ווערט עפראווד נאר ווען עס איז דא גרויסע געלטער עס צו שטופן, און עפעס וואס א קאמפעני גייט נישט מאכן קיין געלט איז נישטא ווער עס זאל עס שטופן. אונזער וויאוילטעטיגע געזונטהייט אגענטורן גייען נישט ארום זוכן וועלכע זאכן קענען העלפן.העלאו בעלאו האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 11:31 pm אז מען רעדט שוין פון די זאלבן קען איינער מסביר זיין פארוואס דאס איז נישט עפראווד ביי עף די עי און זאל ווערן געהעריג גענוצט אין שפיטאל? עס איז דאך פי כמה בעסער פון וואס די שפיטאל?
און דאס מיינט אז זאכן וואס זענען נישט אפראווד קענען ארבעטן נאך אזוי גוט אדער בעסער ווי זאכן וואס זענען יא אפראוודדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:33 am ופשוט הוא אז די געזונטהייט אגענטורן זענען דא צו דיס-אפראוון זאכן וואס זענען נישט פארזיכערט.
זיי זענען בכלל נישט עוסק אין טרעפן רפואות, וואס באלאנגט צו די איניווערסיטעטן, און כמובן צו די וואס מאכן געלט פון די ערפינדונג, ווי דער רבוש"ע האט איינגעשטעלט דעם עולם העשי'.
ס'קען. אויסדרוקליך. בימי חז"ל איז אויך געווען רפואות.Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 12:02 pmאון דאס מיינט אז זאכן וואס זענען נישט אפראווד קענען ארבעטן נאך אזוי גוט אדער בעסער ווי זאכן וואס זענען יא אפראוודדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:33 am ופשוט הוא אז די געזונטהייט אגענטורן זענען דא צו דיס-אפראוון זאכן וואס זענען נישט פארזיכערט.
זיי זענען בכלל נישט עוסק אין טרעפן רפואות, וואס באלאנגט צו די איניווערסיטעטן, און כמובן צו די וואס מאכן געלט פון די ערפינדונג, ווי דער רבוש"ע האט איינגעשטעלט דעם עולם העשי'.
איך רעדט פון א ספעציפישע רפואה אויף בריען וואס איז א פאקט אז עס ארבעט און געבעקט ביי הצלה וואס געווענליך פאלן נישט פאר קיין אלטערנעטיווע מעדיצינען.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 1:15 pmס'קען. אויסדרוקליך. בימי חז"ל איז אויך געווען רפואות.Who knows האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 12:02 pmאון דאס מיינט אז זאכן וואס זענען נישט אפראווד קענען ארבעטן נאך אזוי גוט אדער בעסער ווי זאכן וואס זענען יא אפראוודדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:33 am ופשוט הוא אז די געזונטהייט אגענטורן זענען דא צו דיס-אפראוון זאכן וואס זענען נישט פארזיכערט.
זיי זענען בכלל נישט עוסק אין טרעפן רפואות, וואס באלאנגט צו די איניווערסיטעטן, און כמובן צו די וואס מאכן געלט פון די ערפינדונג, ווי דער רבוש"ע האט איינגעשטעלט דעם עולם העשי'.
אבער, דו טרעטסט אריין אין א וועלט פון סקעם.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 12, 2026 6:43 pm ווי אלעמאל ווען עס קומט צו בריען ל"ע איז רעקאמאנדירט צו גיין צו א געוויסע גרופע אינגעלייט וואס טוען אין די נושא פון בריען, מיט אסאך הצלחה, מער ווי דזשענעראל דאקטוירים וואס זענען נישט דוקא באקאנט מיט היילן בריען ספעציפיש אויף אזא פארנעם ווי זיי (איך האב שוין אליינס געהאט - נישט מער געדאכט - א גוטע עקספיריענס ב"ה מיט א קינד).