טעמע: "אלקותו" בקהל חסידים?!
איך וויל נישט דארט איבערהאקן, אבער די נושא איז ברייט. הגאון רבי משה איז דאך באקאנט מיט זיינע גאר שארפע פסקים איבער די ריפארמער, שארפער ווי אסאך אנדערע. כאפ א בליק אין אגרות משה אבן העזר א' סימן ע"ו. ער רעדט פון א מציאות וואו עס זענען דא כשר'ע אידן ביים חופה, אבער פאר עדות ניצט מען ריפארמער. און דער מסדר איז א ראביי. פסק'ענט ער אז די קידושין איז קיין קידושין נישט, און מען קען חתונה האבן אן א גט! משא"כ אויב דער מסדר קידושין וואלט געווען אן ערליכער רב, דן אפילו די עדים זענען מחללי שבתות קען מען זיך פארלאזן אויף אנדערע כשרים וואס זענען דארט אויפן פלאץ!Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:46 pmמסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:44 am איר ווייסט אז עובדה ידענה פון היינטיגע צייטן אז די אונגארישע היימישע רבנים האבן פה אחד מתיר געווען א ממזרת וועלכע איז געבוירן פון א צווייטע מאן על סמך אז די ערשטע קידושין איז נישט קיין קידושין ווייל סאיז געמאכט געווארן דורך א ריפארם ראביי וואס איז לדעתינו אויסגעשלאסן פון כלל ישראל על סמך זאת האט זיין סידור קידושין נישט געהאט קיין שום תוקף
כ'וואלט געוואלט וויסן מער איבער די עובדא, היות כדי קידושין זאל חל זיין דארף בכלל נישט זיין קיין מסדר קידושין.
אולי איז די מעשה געווען אז די עדים זענען געווען רעפארם? אויב יא האט עס נישט מיט אויסשליסן פון כלל ישראל היות א מחלל שבת בפרהסיא איז אויך פסול לעדות.
אן אינטערעסאנטע תשובה. טיפיקעל רבי משה.
איך ווייס נישט פון וועלכע מציאות @מסתמא האט גערעדט, אבער די תשובה קען דיר זיין אינטערעסאנט.