ס'איז טאקע א פראבלעם אויב ס'איז נאכנישט דא קיין פלאץ פאר יעדן. איך האף אז דער גרויסער בנין וואו דער דעוועלאפער איז מנדב 25 מיליאן + א לאט, וועט זיך שנעל אויפבויען. און אלע פראבלעמען און עגמ"נ וואס ער האט אויפ'ן וועג זאל זיך שנעל מסדר זיין.סוחר האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 3:44 amזעה איך שוין אז איינער איז עס שוין מעיר איבער 2 יאר צוריקגראסערי האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:38 pm שטארקע פוינט אבער סאיז נישט אינגאנצען די זעלבע
אין וו'מס האסטו די פילסטע רעכט צו בויען וויפלן שולן די ווילסט ביי אלע גאסן ארום סאך הכול האלט נישט די דעוולאפער ביים דאס צושטלען
אין שוימ איז נישט דא קיין מעגליכקייט פאר קיינעם צו בויען א שול אין די גאנצע אומגעגענט
אבער די טענה וועגן "ער אוינט די גאנצע שטח" איז קיין טענה. דושינסקיא אין וומסב"ג אוינט אויך גאנצע ריזיגע שטחים און ער גיט נישט קיין שול, נישט קיין 5 מיליאן און אודאי נישט קיין 35 מיליאן ווי אין שכונת ויואל משה.
בני יואל האט א גרויסע לאט קאנעקטעד צו שכונת ויואל משה, ר' אלימלך דייטש האט 2 לאטס, ר' יואל מאנן האט א לאט אויבן, אויב א רביש קינד אדער די תושבים ווילן זיך בויען אליינס האבן זיי דא וואו צו קויפן שטחים און בויען, פונקט ווי - אדער מער ווי - אין וומסב"ג. זיי קענען אויך אפקויפן דירות פון א גאנצע בילדינג, ממש פונקט ווי אין ומסב"ג, קיין שום אונטערשייד אין קיין איין וועג.
איין גרויסע אונטערשייד איז יא דא, אז ער וועט זיך אנשטאלפערן אין שכנים. אין וומסב"ג איז דער עולם נישט אזוי געספוילט און (כמעט) קיינער שטערט נישט צו עפענען בתי מדרשים נעבן זיך, אינעם זעלבן בנין. משא"כ אין קרית יואל נעמען עס מענטשן זייער שווער. איך זאג עס נישט צו באשולדיגן איינעם, נאר סתם איך זאג די מציאות וואס איך זע.