פארוואס זאגסטו אז איך ענטפער נישט, ווען איך האב נעכטן פארברענגט מיין טאג דא צו ענטפערן איינמאל און נאכאמאל?trust האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 11:49 pm@דער תהלים איד אויף אלעס ענטפערסטו חוץ אויף וואס ס'איז אביסל שווער צו ענטפערן... וואס איז די חילוק צווישן די טק און די טראסט פאון? לשיטתך טאר נישט זיין קיין אפענע ווערסיע פון די זעלבע מאדעל סא אויב איז די טק א נייע בריאה ווייל מען האט ארומגעטוישט די באטאנס און די בעק קאווער פארוואס זאל די טראסט פאון וואס מען האט געטון אקוראט די זעלבע זאך זיין אנדערש?ארי גרינפעלד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:02 pmיא!דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 5:01 pm @ארי גרינפעלד סוי זיי האבן פאבריצירט א גענצליך אייגענע מאדעל וואס איז עקסקלוסיוו פאר טק. יא?
טא וואס דרייט ער א קאפ?
אזוי ווי די נייע מאדעל קעט פאר א כשרע פירמע.
היינט גיי איך אי"ה נישט ענטפערן אזויפיל, איך האב ב"ה א פארנומענע פרנסה און איך טאר נישט ווערן אזוי אריינגעשלעפט. אבער וואוסנדיג מאכן וועל איך מיך:
איך פארשטיי באמת נישט וויאזוי דו אליינס האסט דא ארויפגעלייגט א בילד, וואס שרייט אויס פאר יעדן בר דעת פארוואס ועד הקהילות האט נישט אפראווד צו נעמען א "סמארטפאון" קעט פאון און עס כשר'ן, ווייל די גאנצע אויפטו פון ועד הקהילות איז אז ס'זאל זיך לוינען פאר היימישע פירמעס צו מאכן "אייגענע היימישע פאונס", וואס זאל זיין ניכר פאר יעדן אז ס'איז היימיש.
יא, אמת, דו האסט געהאט א גוטע כוונה, און האסט שטארק פרובירט צו טון השתדלות, אבער די גוי'אישע קאמפאני האט דיר נישט געוואלט טוישן דעם פאון נאר דוקא לאזן אויף זייער מאדעל, נאר טוישן קאליר.
ממילא האט עס ועד הקהלות נישט אפראווד, נישט אלס סורפרייז נאר אלס אל"ף בי"ת. איך פארשטיי דיר זייער גוט אז דו ווילסט נישט דערלייגן וועגן דעם, און ביסט גרייט צו אינוועסטירן צו ווערן אקצעפטירט אן דעם, דורכ'ן שטיצן דעם עסקן הרב היימליך וואס האלט אז קווין דארף יא באקומען א הכשר. מסכים. פרוביר דיינס.
אבער קומסט אראפרייסן די ועד? זיי האבן דיר עפעס בא'עוולה'ט? אויב עפעס האסטו זיי.
קומסט אראפרייסן פאם? ער האט דיר עפעס שלעכטס געטון? אויב עפעס טוסטו אים שלעכטס מיט'ן פארשפרייטן דעם סקעם קאנספיראציע אויף אים, פאר זיין חטא אז ער האט יא אינוועסטירט די געלט און כוחות צו מאכן א אייגענע פאון.
און די זעלבע טוסטו מיט טק, א וואוילער עסקן און איוועסטירער. ער האט דיר עפעס שלעכטס געטון אז דו לייגסט ארויס א נאסע ליילעך כאילו ער האט גענומען א סמארטפאון און גע'כשר'ט, בזמן וואס ער האט אינוועסטירט שווערע געלטער און כוחות צו מאכן אלעס אליינס ברענד ניו? און באשולדיגסט אים אויך אלס א דזשאנק פאון, פארוואס, ווייל והא ראי' די ועד האט אים געגעבן א הכשר...?
ביטע!
און אדרבה איך לייג דא איבער דיין בילד, זאל יעדער דא אליינס זאגן צו ס'איז עפעס שווער פארוואס ועד הקהילות גיט נישט קיין הכשר דערויף, און די מוסדות גייען עס נישט אפראוון. (עגעין, איך שעץ דיין גוטן רצון יא צו מאכן א גענצליך נייע זאך. אבער ס'איז ליידער נישט געווען באשערט ס'זאל קענען געשען).
די טונקעלע איז א סמארטפאון קעט, און די לעכטיג בלויע איז די טראסט פאון: