צעבראכן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 4:37 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 4:17 pm
גארילע האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 4:09 pm
כשר'ע טק פאון וואס זיי האבן מתיר געווען נאר ווייל ס'איז א שוואכע פאון וואס גייט נישט אינטער ברענגען פאם...
#נעבעך
רעב תהילים איד, די פארענטפערס טאקע זייער גוט, אבער דאס וואס די עולם שרייבט דא, איז וואס די אלגעמיינע עולם פילט און טראכט.
ביטע טראכט איבער אייער מהלך און זייט קליג און נישט גערעכט ַ
ערשטנס, איך ענטפער נארמאל פאר יעדן וואס האט א שאלה, זייער גערן.
אבער ווען א ביזנעסמאן, א קאמפאטישן צו פאם, קומט ארויס מיט א נארישע באשולדיגונג, אין די צייט וואס ער איז געזיצן מיט די רבני הועד און זיי האבן זייער נארמאל מסביר געווען זייער העכסט-פשוט'ע רול, און זיין איינציגסטע וועג ארויס איז צו שיסן אזא נארישע לאטקע אז די רבנים אפראוון נאר שוואכע פאונס, קען איך נישט זאגן עפעס מער ווי וואס כ'האב געזאגט.
צווייטנס, דער "עולם" פון וואס דו רעדסט איז נישט דער "עולם" אין די אלגעמיינע גאס. ס'איז דא אסאך עולמות דאהי... אלגעמיינע מענטשן האבן בכלל נישט די קאנספיראציעס. ס'איז א סעקטע מענטשן וואס האבן ליב אלעס צו וויסן און האבן א מיינונג אויף אלעם.
בד"וו, איך בין פון די סעקטע. ס'איז א טבע. איך בין נישט פון די רוב.