ס'דא דא ניקס וואס האבן מיר געסעיווד און זיי קענען וויסן... קען גאר זיין דו אויך נאר די ווייסט פשוט נישט אז אין בין עס געווען...נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 1:02 pmזייער שיין פון דיר, אבער פון וואו וועל איך וויסן אויב אין א האלבע יאר פון יעצט האסטו עס צוריק געפענט? געב מיר דיין פאון נאמבער, און איך וועל פראבירן אין עטליכע חדשים אויב דיין אקאונט איז אקטיוו.... סתם פאוסטן אין פאבליק מאכט נישט שווערער צו צוריקדרייען....שמח האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:45 am אז אין ליכט פון קבלות טובות ביי ר' שמעון אין מירון און לכבוד חנוכה האמער היינט פארמעקט די וואצעפפ אקאונט און פארמעקט די עפפ.
כשרייב עס דא ברבים משום כמה סיבות:
1) כ'זאל עס האבן געזאגט ברבים און ס'זאל מיר זיין שווערער צוריקצודרייען אין צייט פון נסיון.
2) אויב דאס וועט געבן חיזוק פאר אנדערע, יעדער לויט זיין מצב און מדריגה.
אגב. דו האסט ביז יעצט געהאט וואטסעפ פאר פרנסה, אדער סתם פאר ליידיגיין? איך ווייס אז ווען מען האט וואטסעפ ניצט מען עס "אויך" פאר פרנסה, מיין שאלה איז פארוואס דו הסאט עס "געפענט" און פארוואס האסטו עס "געניצט". מוזט נישט ענטפערן, אבער אז דו פאוסט עס ברבים מעג איך פרעגן ברבים...
אויסער דעם, ס'מאכט ''מיר'' שווערער עס צוריק צו עפענען ווייל כ'פראביר אין לעבן צו זיין א ווארטס מענטש, אפגעזעהן צו איינער וועט וויסן אדער נישט - אויב כ'האב געטון ווי כ'האב געזאגט, און דאס אז כ'האב עס געזאגט ברבים געט עס א שטארקייט ביי מיר אין מח אז ס'איז געווען אן החלטה און נישט סתם אבי געטון, אינטערסאנט מענטש דער @שמח...
דער אמת איז כ'האב עס ''נישט'' געדארפט אזוי וויכטיג פאר פרנסה, און כ'קען באמת פארשטיין אז ס'דא מענטשן וואס סאיז זיי זיכער אסאך אסאט שווערער ווי פאר מיר עס צו אויפגעבן.
די פראבלעם וואס האט מיר געשטערט פון וואצעפפ איז געווען דאס אז כ'האב זיך געטראפן צומאל אומווילנדיג אריינטשעקן אנדערע צייטן וואס כ'האב געוואלט קוקן, ווייל סטאטוס איז אויסגעשטעלט צו מאכן א שטארקע פפפ* וויבאלד עס ווערט פארלוירן נאך א געוויסע סכום שעות, משא''כ ביי אנדערע זאכן וואס כ'קוק אין מיינע צייטן ווען ס'איז מיר גוט.
למען ה'פונקטליכקייט כ'האב נישט געהאט קיין סאך סטאטוס צו קוקן.
כ'קען ווען בעטן זיי זאלן צוריק בלאקירן נאר די סטאטוס, אבער כ'האב זיך דורכגעטראכט אז ס'פעלט מיר באמת נישט שטארק אויס פאר די פרנסה כעת, און כ'קען נאך יעצט גרינגער אראפגיין דערפון, איז א שאד צו ווארטן ביז ס'ווערט נאך שווערער...
האפענטליך וועט מען מיט די צייט מינעמייזן נאך זאכן, דערווייל איז עס געווען וואצעפפ וואס כ'האב אויך אנגעהויבן שפירן אז כ'באקום נאך און נאך ''שיעבודים'' דערצו וואס דאס האט מיר געשטערט.
*פפפ פחד פון פאַרפּאַסן.
FOMO - Fear Of Missing Out