לאמיר זיך נישט פאפן, יעדע שטיק צייט הערט מען פון נאך א גמ"ח וואס האט אנגעזעצטנאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 2:54 pmעס איז דא אפאר הונדערט גמ"ח'ן, און 3-4 וואס האבן אנגעזעצט.
מאך עס נאך נישט א דאפלט לשון. מאך נישט ארגער ווי עס איז.
ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1989
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6072
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
לייגט זיך נישט אויפן שכל.
כ'מיין גארנישט פערזענליך, אבער ס'איז נישט מסתבר, מ'רעדט נישט דא פון שיבע קטנה בחורים.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
דאס איז זיכער אז א געוויסע פראצענט הלוואות ווערן נישט אפגעצאלט, די שאלה איז וואס איז מער, דאס אדער די אינוועסמענט אינקאם.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 2:28 pm
דו ווייסט אזוי פאר א פאקט אדער דו זאגסט וואס דו האסט געהערט/שטעלסט זיך פאר?
איך האלט אז א גמח קען נאר אנהאלטן אויב האט עס פקדונות פון מיליאנען וואס ווערט נישט ארויסגענומען, צי נדבות אדער כמו נדבות. אז נישט ווי קען די עולם ארויסנעמען זייער געלט אין א רעגנדיגן טאג?
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 915
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 990
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
מיין געלט איז בעזר השם פארזיכערט ביי פעטער שמואל.תורה ויראה האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 9:09 amזאג מיר נאר אונטער וועלכע קישן דו האלטסט עסתינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 8:43 amלכתחילה אין א באנק (נישט מער ווי 250 טויזנט פער באנק), אויב קען מען נישט (וד"ל) דאן האלט עס אונטערן קושן.![]()
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1205
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3935
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
יאנטשי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 4:18 pmדאס איז זיכער אז א געוויסע פראצענט הלוואות ווערן נישט אפגעצאלט, די שאלה איז וואס איז מער, דאס אדער די אינוועסמענט אינקאם.Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 2:28 pm
דו ווייסט אזוי פאר א פאקט אדער דו זאגסט וואס דו האסט געהערט/שטעלסט זיך פאר?
איך האלט אז א גמח קען נאר אנהאלטן אויב האט עס פקדונות פון מיליאנען וואס ווערט נישט ארויסגענומען, צי נדבות אדער כמו נדבות. אז נישט ווי קען די עולם ארויסנעמען זייער געלט אין א רעגנדיגן טאג?
ער רעדט נישט בכלליות און פון הלוואות וואס קראכן, נאר ער טענה'ט אז ביי די ספעציפישע גמ"ח האט מען נישט געהאלטן געהעריג חשבון ווער עס בארגט.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
א גרויסע יישר כח פארן ברענגן פרטים.שלום האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:02 pm אין קורצן וואס עס גייט נישט פאר, די סכום וואס איז היינט ארומגעפארן איז פשוט ליגנט די עכטע סכום איז אסאך קלענער.
--
און קורצן וואס עס גייט יא פאר.
די גמ''ח איז געווען פון די גריסטע גמח'ן וואס זענען אנגעגאנגען פאר לאנגע לאנגע יארן און סערווירט יחודים און קהילות פון אלע שיכטן און קרייזן, וויזניץ האט צוגעשטעלט פארקינג (גראדע דאס אויך נישט).
אלעס איז געפארן גוט פיין און וואויל נאר עס איז א גאנצע צייט געוואקסן אלץ גרעסער און גרעסער מער פקדונות און מער הלוואות, די גמ''ח פלעגגט טשארדזשן א קליינע אפצאל פאר טשעקס אויסצוהאלטן די אפערעישנס און ארבעטער, אזוי אויך איז געווען ביזנעס אינוואלווד מיט דיעלס ווער עס האט געוואלט אריינלייגן גרעסערע געלטער ודו''ק.
--
וויאזוי ארבעט א גמ''ח.
מענטשן לייגן אריין פקדונות און מענטשן נעמען ארויס הלוואות, דהיינו ראובן לייגט אריין הינדערט טויזנט דאלער שמעון בארגט ארויס צוואנציג טויזנט מיט פעימענטס פאר פינף יאר בערך 300 דאלער א חודש, ווען ראובן דארף צוריק זיין געלט האפענטליך האט שוין שמעון צוריק געצאלט רוב און אנדערע האבן אריינגעלייט נאך פקדונות, און אזוי איז עס געפארן מיט די וואוקס פון באניצער זענען די פקדונות מיטגעוואקסן קעגן די הלוואות.
אויב פאסירט אין איין טאג נעמען זיך צאם אלע בעלי םפקדונות ארויסצונעמען דאס געלט, דאן קראכט די גמ''ח, זיי האבן נישט די געלט, איי וויל ליגט עס, עס ליגט ביי הינדערטע אידן וואס דארפן שטיצן די אידן וואס האבן פרנסה פון צושטעלן שיינע שמחות. און זיי מאכן פעימענטס חודשליך, מיט די בעסטע גוטע ווילן קען מען נישט צוריקצאלן אלעס און די גמ''ח דארף צומאכן.
נישט נאר א היימישע גמ''ח וואס איז נאט פאר פראפיט קען נישט אויסהאלטן ווען עס ווערט אן אנלויפעניש. איינער געדענק נאך סיגנעטשער בענק? איינער ווייסט וויפיל בענק האבן זיך פארמאכט אין אמעריקע אליינס די לעצטע פינף יאר?
נאר וואס א גמ''ח איז נישט קאווערד ביי די FDIC און ווען עס געשעהט אן אנלויפעניש איז עס מער ווייניגער דערנאך.
--
דא האט פאסירט אז די באנק וואס די גמ''ח האט געניצט פאר לאנגע יארן איז געווארן שטרענג פליצלינג נאכדעם וואס איינער נישט קיין גוי האט באוויזן ארויסצו'גנב'נען איבער א האלבע מיליאן דאלער פון די באנק צוליב זייער גוטע פאלעסיס (זיי פלעגן שנעל רעליסן אפי' ריזיגע טשעקס), און די גמ''ח וואס צו אפערירן דארפן זיי יא שנעלע סערוויס האט געטוישט בענק, די נייע באנק איז נישט געווען צוגעוואוינט צו זעהן אזעלכע טרענזעקשנס און זיי האבן געלייגט א האלד אויף די עקאונט צו רעוויאען, זיי האבן נישט געלאזט פשוט פארמאכן די עקאונט און טרענספערן דאס געלט ביפאר זיי ענדיגן עס האט גענימען א גוטע פאר וואכן, דערווייל האבן די טשעקס געקראכט ווייל זיי האבן נישט געקענט אריינלייגן נייע געלט, ווי לענגער עס האט גענימען האבן מער און מער מענטשן אנגעהויבן צו ווערן נערוועז און געקומען צו לויפן זעהן ווען די גמ''ח עפנט זיך צוריק, דאס האט געברענגט אז די גמ''ח האט זיך נישט געקענט צוריק עפענען.
--
די שווערע עקאנאמיע האט אויך געשפילט צו די זייט ברענגענדיג עס זאל זיין ווייניגער נייע פקדונות און מער שפעטע צאלונגען און מער מענטשן וואס זיכן צו בארגן.
--
די מענטשן וואס האבן ליגן שווערע מיליאנען אדער הינדערטע טויזנטע דאלארן זאלן ביטע מאכן א חשבון וויפיל זיי האבן פארדינט ביז יעצט, אזוי אויך זאלן זיי קאנטעקטן די עסקנים (פון זייערע קהילה וואס איז אינוואלווד אין די פרשה) צו זעהן וויאזוי זיי קענען די שנעלסטע צריק זעהן זייער ערליך פארדינטע געלטער.
גיין פארשפרייטן ליגנטס אויף אנדערע ווייל מען פילט צעהיצט איז נישט שיין און עס גייט דיר זיכער נישט העלפן צוריק זעהן דיין געלט.
א חלק ניכר דערפון איז אמת, די אנדערע חלק ליידער נישט.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
עס איז דא איין שטיקל טענה אז פילע פון די הלוואות ארויס איז געווען אן קיין ערבים, אבער רוב פון די מענטשן וואס האבן געהאלטן דארט געלט (מען קען זאגן אז אלע וואס האבן געהאלטן דארט גרויס געלט) האבן דאס גוט געוויסט.
די אלע חשבונות ווער עס איז שילדיג וואס איז אוודאי נישט אפען פאר די פאבליק, עס איז נישט יושר פאר די אידן וואס האבן געמיזט בארגן אז די איפאו זאל ארויסקומען בעת זיי שטייען שיין מיט זייער צאלונגען. עס איז נישט פאליק אינפאו
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
דאס סאיז בכלל נישט קיין גערעכטע טענה.שלום האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 8:46 pmעס איז דא איין שטיקל טענה אז פילע פון די הלוואות ארויס איז געווען אן קיין ערבים, אבער רוב פון די מענטשן וואס האבן געהאלטן דארט געלט (מען קען זאגן אז אלע וואס האבן געהאלטן דארט גרויס געלט) האבן דאס גוט געוויסט.
די אלע חשבונות ווער עס איז שילדיג וואס איז אוודאי נישט אפען פאר די פאבליק, עס איז נישט יושר פאר די אידן וואס האבן געמיזט בארגן אז די איפאו זאל ארויסקומען בעת זיי שטייען שיין מיט זייער צאלונגען. עס איז נישט פאליק אינפאו
מענטשן האבן זיך פארלאזט אויף אים, און ער האט אנגעזעצט, עס איז בכלל נישט קיין תירוץ אז מענטשן האבן געוואוסט אז מ'דארף נישט קיין ערבים, ווילאנג ער האט נישט ארויסגעלייגט א צעטיל דערוועגן איז עס נישט קיין גערעכטע טענה.
צווייטנ'ס, מענטשן האבן נישט דוקא געוואוסט, איך למשל האב געמיינט אז עס איז א שטארקע סיסטעמאטישע גמ"ח, און איך האב טאקע דערלייגט....
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
איך גיי זאגן א ווילדע סטעיטמענט אבער איך מיין מער די נקודה שבו.
הגונב מן הגנב פטור. דו האסט גע׳גמח׳ט פאר דיין אייגענע בענעפיט, און דו זאלסט פארהאקן דיין פיסק ווען זאכן גייען סאוט. מאך געלט ווי א נארמאלע מענטש און האלט עס אין באנק! האסט געהערט, דו גנב?
הגונב מן הגנב פטור. דו האסט גע׳גמח׳ט פאר דיין אייגענע בענעפיט, און דו זאלסט פארהאקן דיין פיסק ווען זאכן גייען סאוט. מאך געלט ווי א נארמאלע מענטש און האלט עס אין באנק! האסט געהערט, דו גנב?
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3104
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 15315
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
וואס רעדסטו שטותים?בן מלך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:58 pm איך גיי זאגן א ווילדע סטעיטמענט אבער איך מיין מער די נקודה שבו.
הגונב מן הגנב פטור. דו האסט גע׳גמח׳ט פאר דיין אייגענע בענעפיט, און דו זאלסט פארהאקן דיין פיסק ווען זאכן גייען סאוט. מאך געלט ווי א נארמאלע מענטש און האלט עס אין באנק! האסט געהערט, דו גנב?
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
וואספארא שטותים רעד איך? קום אריין קלאר.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:59 pmוואס רעדסטו שטותים?בן מלך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:58 pm איך גיי זאגן א ווילדע סטעיטמענט אבער איך מיין מער די נקודה שבו.
הגונב מן הגנב פטור. דו האסט גע׳גמח׳ט פאר דיין אייגענע בענעפיט, און דו זאלסט פארהאקן דיין פיסק ווען זאכן גייען סאוט. מאך געלט ווי א נארמאלע מענטש און האלט עס אין באנק! האסט געהערט, דו גנב?
-
סוחר
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 118
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 08, 2025 10:33 pm
- Location: אויפן מארק
- x 341
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
און רוהיגערע ווערטער מיינט ער צוזאגן אז מען קען נישט טאנצן אויף צוויי חתונות. ווילסט לעבן ווי אן ארימאן און נהנה זיין פון שטייערצאלער געלטער (פראגראמען למיניהם), איז נישט זיכער אז די קענסט האבן פארזיכערט דיינע אומריינע געלט?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:59 pmוואס רעדסטו שטותים?בן מלך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:58 pm איך גיי זאגן א ווילדע סטעיטמענט אבער איך מיין מער די נקודה שבו.
הגונב מן הגנב פטור. דו האסט גע׳גמח׳ט פאר דיין אייגענע בענעפיט, און דו זאלסט פארהאקן דיין פיסק ווען זאכן גייען סאוט. מאך געלט ווי א נארמאלע מענטש און האלט עס אין באנק! האסט געהערט, דו גנב?
גענוג קלאר?
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
די וואס לערנען תורתך האבן היינט געלערנט די גמרא פון מטה שייחדו למעותתורה ויראה האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 9:09 amזאג מיר נאר אונטער וועלכע קישן דו האלטסט עסתינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 8:43 amלכתחילה אין א באנק (נישט מער ווי 250 טויזנט פער באנק), אויב קען מען נישט (וד"ל) דאן האלט עס אונטערן קושן.![]()
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
איך האב געשריבן א לאנגע תגובה וואס האט זיך פארמעקט. כאניש קיין געדולד עס איבערצושרייבן… אבער אין קורצן,
גמ״ח עסקנים טוען עס צו העלפן מענטשן. נותנים און מקבלים. די וואס אינוועסטירן טוען עס אדער צו צוריקבאקומען פארלוירענע געלטער וואס איז בהכרח אז עס פאסירט, אפילו ביי בענק, אדער צו האבן עפעס טובת הנאה פון זיצן מיט אזויפיל געלט און האבן אזויפיל שלאפלאזע נעכט ווייל דו זאלסט קענען אראפלייגן א דאונפעימענט אן דארפן צאלן וואס דו וואלסט בעצם געדארפט אין א נארמאלע געשעפט.
בענק קענען נישט סורווייווען א בענק ראן, און גמ״ח׳ן זיכער נישט.
דיין אלטערנאטיוו איז לייגן געלט אין באנק, אדער לאזן די גמ״ח רעפארטן יעדן דאלער וואס דו לייגסט אריין. אויב ביסטו נישט גרייט פאר דעם, shut up
גמ״ח עסקנים טוען עס צו העלפן מענטשן. נותנים און מקבלים. די וואס אינוועסטירן טוען עס אדער צו צוריקבאקומען פארלוירענע געלטער וואס איז בהכרח אז עס פאסירט, אפילו ביי בענק, אדער צו האבן עפעס טובת הנאה פון זיצן מיט אזויפיל געלט און האבן אזויפיל שלאפלאזע נעכט ווייל דו זאלסט קענען אראפלייגן א דאונפעימענט אן דארפן צאלן וואס דו וואלסט בעצם געדארפט אין א נארמאלע געשעפט.
בענק קענען נישט סורווייווען א בענק ראן, און גמ״ח׳ן זיכער נישט.
דיין אלטערנאטיוו איז לייגן געלט אין באנק, אדער לאזן די גמ״ח רעפארטן יעדן דאלער וואס דו לייגסט אריין. אויב ביסטו נישט גרייט פאר דעם, shut up
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3104
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 15315
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
און א גמ"ח וואס ניצט די ציבור'ס געלט צו האנדלען און וואנדלען, לייען פאר צווייפלהאפטיגע פלעצער, און נישט שטיין אן טאפ פון אנדערע מענטשן'ס געלט?
עסקן, שמש, בעל גמ"ח, די האסט אנדערע מענטשן'ס האב און גוטס וויין נישט ווען זיי דארפן עס צוריק, קריי נישט אז מען דרייט דיר אראפ א קאפ פאר זייער חי' יום
עסקן, שמש, בעל גמ"ח, די האסט אנדערע מענטשן'ס האב און גוטס וויין נישט ווען זיי דארפן עס צוריק, קריי נישט אז מען דרייט דיר אראפ א קאפ פאר זייער חי' יום
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
און דאס איז אפגערעדט פון די פאקט אז ווען נישט גמ״ח׳ן וואלט א דריטל, אויב נישט האלב כלל ישראל געווען אינמיטן אדער נאך א הארץ אטאקע ביים חתונה מאכן.
הערט אויף פארגיסן בלוט פון זיי!
הערט אויף פארגיסן בלוט פון זיי!
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
@בן מלך, עס זענען דא גאר אסאך מענטשן וואס האלטן דארט יא 100% כשרע געלט, און רוב פון די וואס נישט כאפן אפילו נישט ווער עס טוט וועמען א גרעסערע טובה...
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
פאר דו שרייבסט טראכט א מינוט:
א גרויסע פראצענט היימישע עולם מאכט חתונה און קויפן הייזער נאר אדאנק גמח'ן,
ממש כמעט יעדע גמ"ח איז אחריות'דיג און זעצט נישט אן,
מאך נישט קאלט אנדערע פון האלטן געלט אין גמח'ן!!!
יא, אווערנעס צו האלטן די געלט אין א פארלעסליך פלאץ דארף זיין,
אבער ווארפן א שמאטע אז 'גמחן' בלשון רבים זעצן אן,
איז א גרויסע אחריות,
ביי.

ס׳דא א חלק. כצ״ל. און טאקע די לייגן עס אריין לשם מצווה אז מען זאל נוצן די געלט פאר הלוואות. און זיי שטייען נישט אין ליניעס יעדע וואך ביים פענסטערל מיט א באשטעלונג פון טשעקס…
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 915
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 990
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
מען דארף אויסדרוקלעך מאכן קאלט דעם עולם פון האלטן געלט אין גמ"ח.טראפקעלע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 1:56 am פאר דו שרייבסט טראכט א מינוט:
א גרויסע פראצענט היימישע עולם מאכט חתונה און קויפן הייזער נאר אדאנק גמח'ן,
ממש כמעט יעדע גמ"ח איז אחריות'דיג און זעצט נישט אן,
מאך נישט קאלט אנדערע פון האלטן געלט אין גמח'ן!!!
יא, אווערנעס צו האלטן די געלט אין א פארלעסליך פלאץ דארף זיין,
אבער ווארפן א שמאטע אז 'גמחן' בלשון רבים זעצן אן,
איז א גרויסע אחריות,
ביי.
עס ברויך קומען מיט די זעלבע דיסקלעימאר ווי סטאק אינוועסטמענטס.
Investing in Gemach involves risk, including the potential loss of principal.
Past performance is not a guarantee or a reliable indicator of future results
Past performance is not a guarantee or a reliable indicator of future results
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1205
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3935
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 4:04 am מען דארף אויסדרוקלעך מאכן קאלט דעם עולם פון האלטן געלט אין גמ"ח.
עס ברויך קומען מיט די זעלבע דיסקלעימאר ווי סטאק אינוועסטמענטס.
Investing in Gemach involves risk, including the potential loss of principal.
Past performance is not a guarantee or a reliable indicator of future results
מיט די ערשטע חלק ביזטו נישט גערעכט, מיט די צווייטע חלק יא. עס איז א גרויסע מצוה, א דאורייתא פון אם כסף תלוה את עמי, צו האלטן געלט אין א גמ"ח כדי אנדערע אידן זאלן קענען בארגן. מען דארף אבער אין די זעלבע צייט וויסן אז געלט אין גמ"ח, נישט קיין חילוק וועלכע, איז 'נישט' פארזיכערט, און ווי קלוגע מענטשן טוען ביי סטאקס זאל מען דארט נאר אריינלייגן געלט וואס מ'קען זיך ערלויבן צו פארלירן.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
די לעצטע תקופה איז דא מענטשן וואס בארגן געלט פון גמ"ח אן קיין פלאן צו באצאלן
סנעמט אסאך צייט בוז די ערבים באצאלן אין אמאל איז עס א גיהינום בוז די געלט קומט אן
אין ס‘איז דא ערבים וואס כאפן נישט די חומר הענין אין באצאלן נישט
די לעצטע יאר איז געווארן זייער שווער צו בארגן גרויס געלט פון די גמ"ח וועגן די סיבה
ס‘איז א גרויסע ווייטאג אויף די אידן וואס זענען גורם צו דעם
סנעמט אסאך צייט בוז די ערבים באצאלן אין אמאל איז עס א גיהינום בוז די געלט קומט אן
אין ס‘איז דא ערבים וואס כאפן נישט די חומר הענין אין באצאלן נישט
די לעצטע יאר איז געווארן זייער שווער צו בארגן גרויס געלט פון די גמ"ח וועגן די סיבה
ס‘איז א גרויסע ווייטאג אויף די אידן וואס זענען גורם צו דעם
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
אן אריינגיין אינעם עצם דיסקאשען.בן מלך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 11:58 pm איך גיי זאגן א ווילדע סטעיטמענט אבער איך מיין מער די נקודה שבו.
הגונב מן הגנב פטור. דו האסט גע׳גמח׳ט פאר דיין אייגענע בענעפיט, און דו זאלסט פארהאקן דיין פיסק ווען זאכן גייען סאוט. מאך געלט ווי א נארמאלע מענטש און האלט עס אין באנק! האסט געהערט, דו גנב?
כ'זיך נאך א מקור אויף גונב מן הגנב איז פטור! אויב געדענק איך גוט איז ער ס''ה פטור פון צאלן כפל.
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2894
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6278
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
חברים
דא איז נישט קיין דיינונג רום ווי מ‘קען זיך האלטען לויז. עספעשעלי מיט אינזער חבר אי עיי.
האסט א גערעכטע פוינט אף וויו, געוואלדיג. מאך א מסיבת מרעים אין לופטער עס.

אמת. אבער שפיכת דמים איז פיל ערגער.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 9:01 am חברים
דא איז נישט קיין דיינונג רום ווי מ‘קען זיך האלטען לויז. עספעשעלי מיט אינזער חבר אי עיי.
האסט א גערעכטע פוינט אף וויו, געוואלדיג. מאך א מסיבת מרעים אין לופטער עס.