סדא א חילוק צווישן בארגן כפשוטו אדער אויסלייגן געלט וואס ליגט שוין אין אקאונט ריסיוועבל.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:42 amאין ק"י רופט מאיר הירש אויס ביים דינער א שכח פאר ווערצבערגער פון די גמ"ח פארן בארגן א מיליאן דאלאר פאר די מוסדות...אסעמבלימאן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:40 amדי גרויסע גמ''חן אין קרית יואל פארבאגן גרויסע געלטער פאר זייער קהילה/מסודות נאר למשל אויב זיי האבן נדבנים וואס האבן געגעבן העד-טשעקס פאר עטליכע יאר, אדער די קרעדט קארד לויפט יעדע חודש, וועט די גמ''ח אויסבארגן דעם סכום
דאס מיינט אזוי, די גמ''ח וועט פארבארגן די סכום וואס איז שוין געווארן צוגעזאגט דורכן נדבן, און דער נדבן האט שוין געגעבן העד-טשעקס אדער קרעדיט קארד חודשליך, וועט די גמ''ח אויסבארגן אז די קהילה/מוסד זאל שוין תיכף קענען נוצן דאס געלט
און אפילו אזוי, פארבארגן זיין נישט קיין 10 מיליאן, און נאר מיט באמת גוטע ערבים
די רייכסטע מוסד מסתם
פון די גרעסטע גמ"ח'ן
און מען דארף זיך בעטן פאר א מיליאן
ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
-
ChatGPT
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 288
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
- Location: סאן אנטאניע
- x 644
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן

יעדע אייינציגע גמ''ח מיט א קהלישע נאמען אויפן לעדערהעט באדייט אז די קהילה - מוסדות האט דערפון א טובת הנאה. בלי יוצא מן הכלל.אסעמבלימאן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:40 amדי גרויסע גמ''חן אין קרית יואל פארבאגן גרויסע געלטער פאר זייער קהילה/מסודות נאר למשל אויב זיי האבן נדבנים וואס האבן געגעבן העד-טשעקס פאר עטליכע יאר, אדער די קרעדט קארד לויפט יעדע חודש, וועט די גמ''ח אויסבארגן דעם סכוםאגד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:12 amעס איז סטאנדארט פאר א קהילה צו בארגן געלט פון זייער גמח, שטייצעך אויב עס איז אין פלאן צו באצאלן.משה נחמן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 8:14 am גמ"ח אהבת ישראל ויזניץ וואס באלאנגט פאר איגוד מוסדות ויזניץ
האט פושט רגל געווען אין אנגעזעצט איבער 50 מיליון יא מיט א "מ" דאללער
אבער וואס סקומט ארויס איז אז 10 מיליון דאללער פון דארט איז אריין צום קאסע פון בית ויזניץ כדי ציענדיגן די דערווייל אומפארענדיגטע בנין על סמך נדבות וואס גייט איינמאל אריין קומען
און נאך 3 מיליון דאללער ליגט ביי להחזיקם ולהחיותם וואס יעצט קענן זיי עפענן א ברענטש אין אמעריקא צי שטיצן די אלע וואס זען אנגעזעצט געווארן
ביי אונז אין קרית יוא' איז דער "סעילס פיטש" פון דעם נייעם גמח גאר עמטליך געווען אז זיי גייען בארגן געלט פאר די קהילה און די מוסדות ווען עס פעלט אויס.
דאס מיינט אזוי, די גמ''ח וועט פארבארגן די סכום וואס איז שוין געווארן צוגעזאגט דורכן נדבן, און דער נדבן האט שוין געגעבן העד-טשעקס אדער קרעדיט קארד חודשליך, וועט די גמ''ח אויסבארגן אז די קהילה/מוסד זאל שוין תיכף קענען נוצן דאס געלט
און אפילו אזוי, פארבארגן זיין נישט קיין 10 מיליאן, און נאר מיט באמת גוטע ערבים
צומאל מיט גרעסערע הלואות (מיט גוטע ערבים) צומאל לייגט מען אויס געלט צומאל מיט אנדערע זאכן וכו'
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
מען רעדט דא פון פיפציג מיליאן דאלער
האט די גמ"ח א פונקטליכע ליסטע ווי די גאנצע געלט איז אויסגעבארגט?
איז דא איינער מטעם הגמ"ח וואס פרובירט צו קאלעקטן די געלט יעצט?
האט יעדער געדארפט האבן ערבים?
האט מען שוין געטרייט צו איינמאנען פון די ערבים?
איז נאך יעצט דא א חלק פון די געלט עוועילעבל צו צוריק צאלן?(פארשטייט זיך מיט א בי"ד וואס וועט פסק'ענען וויפיל פאר וועים ערשט וכדומה)
איז דא א וועד הרבנים וואס האט איבער גענומען אחריות אויף די סיטואציע?
אויב נישט איס עס אזוי ווי מיין ניק מיט מיין אונטער שריפט

איך פרוביר עס צו מסדר זיין
געב עס אפאר יאר
געב עס אפאר יאר
- מערכת אידטיש
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 29, 2025 10:27 pm
- Location: אידטיש
- x 147
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
אל כבוד הציבור החשוב. אונז האמיר באקומען ווענדונגען אז מען בארעדט דא אומדירעקט יחידים וואס האבן געפירט א גמ"ח, בלויז פאר צדקות, צו העלפן אידן, און עס האט בשוגג אדער באונס אנגעזעצט. מען קען מאכן אווערנעס איבער די נושא אבער נישט מיט קיין באשולדיגונגען אויף קיינעם ביטע.
לויט ווי מען האט אונז דערציילט, איז די מעשה געשען 6 חדשים צוריק אז עפעס א חשבון האט אויפגעהערט שטימען, עס האט געפעלט געלט, און ווען מענטשן האבן געהערט דערפון איז מען געלאפן ארויסנעמען גרויסע פקדונות, אזוי איז געווארן א טאטאלער קראך. די גאנצע געשעעניש האט נישט געהאט צוטון מיט קיין שום קהלישע הלוואות.
ווי געזאגט, די אווערנעס איז איין זאך, אבער באשולדיגן דעם אדער יענעם - וואס איז אגב מסתמא אומשולדיג - דאס זאל ביטע נישט זיין דא.

דער ניק ווערט געמאניטערט דורך אלע חברי המערכת
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
הוילע פאנטאזיע'ס, סקווירא ברויך נישט צוקומען צו וויזשניצע גמ"ח זיך צו איינהאנדלען נייע גארביטש טראק'ס.מחנה ישראל האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 12:19 pmגעהערט אז די גאנצע סקווירא ווילעדזש עקזיסטירט נאר דורך די וויזשניצע גמ"ח, אלע נייע גארבידזש טראקס קויפן זיי מיט די גמ"ח געלט
די נייע אמבולאנס האט מען געקויפט דורך די גמ"ח..
זייער אלע בנינים אין ארץ ישראל, מאנסי, בארא פארק, שטיבלעך, חדרים, סקול'ס, ישיבות אלעס האט מען נאר געקויפט דורך די וויזשניצע גמ"ח
כהאב אויך געהערט אז בעצם איז דאס א סקווירא גמ"ח סליגט נאר אויף א וויזשניצע נאמען אז זיי זאלן קענען האבן פוד סטעמפס..
די גאנצע שייכות פון סקווירא מיט די גמ"ח איז, אז זיי האבן געהאט א לאקאל אין שיכון סקווירא, און צענדליגע יונגעלייט האבן דארט געהאלטן זייער געלט, און זענען יעצט אנגעזעצט, וזה הא.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
די פאל איז בכלל נישט א שיגרא'דיגע זאך
ס'דא גוטע גמח'ן וואס האבן שוין א רעפוטאציע פון צענדליגער יארן טראסט, און אין די צייט קען מיט די געלט מחי' זיין יחידים און מוסדות צוגלייך
איך בין נישט געווארן באזארגט
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
יא און ניין!
פארהאן עטליכע גמחים וועלכע האבן געהאט א גוטע רעפוטאציע פאר יארן, און עס איז געווען אין באנוץ דורך צענדליגע וועלכע האבן הנאה געהאט דערפון, אבער אין די לעצטערע שטיק צייט האט זיך עס פארמאכט.
די סיבה דערפון ווייס איך נישט, אבער אזוי איז די פאקט.
דעריבער איז נישט רעקאמענדירט צו האלטן געלט אין א גמ"ח וואס קען זיך יעדע ליאדע מינוט פארמאכן, נישט ח"ו מחמת שלעכטיקייט אדער נישט ערליכקייט פון די פירער, נאר פשוט צוליב דעם וואס עס איז א חסידישע מעשה, און עס טוט זיך בארגעראציעס אויף א גרויסע פארנעם.
עס איז זייער ווייטאגליך צו זען ווי יונגעלייט וועלכע האבן אוועקגעלייגט זיין שפארזאמע געלט אין גמ"ח, און זיך מיטאמאל געטראפן בערם ובחסר כל.

איז דא איינער וואס האט ענטפערס? אפי נאר אויף א חלק וועט זיין עפרישיעיטעדבאלאגאן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 1:04 pm מען רעדט דא פון פיפציג מיליאן דאלער
האט די גמ"ח א פונקטליכע ליסטע ווי די גאנצע געלט איז אויסגעבארגט?
איז דא איינער מטעם הגמ"ח וואס פרובירט צו קאלעקטן די געלט יעצט?
האט יעדער געדארפט האבן ערבים?
האט מען שוין געטרייט צו איינמאנען פון די ערבים?
איז נאך יעצט דא א חלק פון די געלט עוועילעבל צו צוריק צאלן?(פארשטייט זיך מיט א בי"ד וואס וועט פסק'ענען וויפיל פאר וועים ערשט וכדומה)
איז דא א וועד הרבנים וואס האט איבער גענומען אחריות אויף די סיטואציע?
אויב נישט איס עס אזוי ווי מיין ניק מיט מיין אונטער שריפט
איך פרוביר עס צו מסדר זיין
געב עס אפאר יאר
געב עס אפאר יאר
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
וויפיל גמחים האבן זיך פארמאכט? ווי אויך וועלכע סארט גמח'ן? - פריוואטע, קהל'ישע, גרויסע, קליינעאיטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:45 pmיא און ניין!
פארהאן עטליכע גמחים וועלכע האבן געהאט א גוטע רעפוטאציע פאר יארן, און עס איז געווען אין באנוץ דורך צענדליגע וועלכע האבן הנאה געהאט דערפון, אבער אין די לעצטערע שטיק צייט האט זיך עס פארמאכט.
די סיבה דערפון ווייס איך נישט, אבער אזוי איז די פאקט.
דעריבער איז נישט רעקאמענדירט צו האלטן געלט אין א גמ"ח וואס קען זיך יעדע ליאדע מינוט פארמאכן, נישט ח"ו מחמת שלעכטיקייט אדער נישט ערליכקייט פון די פירער, נאר פשוט צוליב דעם וואס עס איז א חסידישע מעשה, און עס טוט זיך בארגעראציעס אויף א גרויסע פארנעם.
עס איז זייער ווייטאגליך צו זען ווי יונגעלייט וועלכע האבן אוועקגעלייגט זיין שפארזאמע געלט אין גמ"ח, און זיך מיטאמאל געטראפן בערם ובחסר כל.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
פארהאן איין קהילה וואס האט ארויסגעבארגט פון די גמ"ח בערך 15 מיליאן דאלער, און די איבריגע איז פארבארגט געווארן פאר עטליכע מענטשן וואס האבן ביי זיך גרויסע מיליאנען.באלאגאן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:52 pmאיז דא איינער וואס האט ענטפערס? אפי נאר אויף א חלק וועט זיין עפרישיעיטעדבאלאגאן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 1:04 pm מען רעדט דא פון פיפציג מיליאן דאלער
האט די גמ"ח א פונקטליכע ליסטע ווי די גאנצע געלט איז אויסגעבארגט?
איז דא איינער מטעם הגמ"ח וואס פרובירט צו קאלעקטן די געלט יעצט?
האט יעדער געדארפט האבן ערבים?
האט מען שוין געטרייט צו איינמאנען פון די ערבים?
איז נאך יעצט דא א חלק פון די געלט עוועילעבל צו צוריק צאלן?(פארשטייט זיך מיט א בי"ד וואס וועט פסק'ענען וויפיל פאר וועים ערשט וכדומה)
איז דא א וועד הרבנים וואס האט איבער גענומען אחריות אויף די סיטואציע?
אויב נישט איס עס אזוי ווי מיין ניק מיט מיין אונטער שריפט
עס איז געגרינדעט געווארן א וועד וואס וועט זען וויאזוי מ'קען איינמאנען די געלט.
מ'האט נישט געדארפט ערבים צו בארגן.
מ'האט שוין פרובירט אויף געוויסע אופנים צו איינמאנעם, אבער ליידער האלט מען נאך אין ערגעץ נישט.
יעצט אויפן מינוט איז נישט דא קיין דאלער.
עס אזי דא א וועד הרבנים צוזאמגעשטעלט פון עטליכע קהילות, צווישן זיי, סאטמאר, בעלזא, סקווירא.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
פארוואס די ועד הרבנים ווערט צוזאמגענומען נאר נאך די קראך, און נישט ווען די גמח אפערירט נאך געהעריג זיכער צו מאכן אז עס געשעט נישט קיין קראך, ווייסט איינער?
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
ער איז סארקאסטיש אבוויעסליאיטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 1:56 pmהוילע פאנטאזיע'ס, סקווירא ברויך נישט צוקומען צו וויזשניצע גמ"ח זיך צו איינהאנדלען נייע גארביטש טראק'ס.מחנה ישראל האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 12:19 pmגעהערט אז די גאנצע סקווירא ווילעדזש עקזיסטירט נאר דורך די וויזשניצע גמ"ח, אלע נייע גארבידזש טראקס קויפן זיי מיט די גמ"ח געלט
די נייע אמבולאנס האט מען געקויפט דורך די גמ"ח..
זייער אלע בנינים אין ארץ ישראל, מאנסי, בארא פארק, שטיבלעך, חדרים, סקול'ס, ישיבות אלעס האט מען נאר געקויפט דורך די וויזשניצע גמ"ח
כהאב אויך געהערט אז בעצם איז דאס א סקווירא גמ"ח סליגט נאר אויף א וויזשניצע נאמען אז זיי זאלן קענען האבן פוד סטעמפס..
די גאנצע שייכות פון סקווירא מיט די גמ"ח איז, אז זיי האבן געהאט א לאקאל אין שיכון סקווירא, און צענדליגע יונגעלייט האבן דארט געהאלטן זייער געלט, און זענען יעצט אנגעזעצט, וזה הא.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
אפשר געב א געדאנק ווי יא צו האלטן די געלט?איטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:45 pmיא און ניין!
פארהאן עטליכע גמחים וועלכע האבן געהאט א גוטע רעפוטאציע פאר יארן, און עס איז געווען אין באנוץ דורך צענדליגע וועלכע האבן הנאה געהאט דערפון, אבער אין די לעצטערע שטיק צייט האט זיך עס פארמאכט.
די סיבה דערפון ווייס איך נישט, אבער אזוי איז די פאקט.
דעריבער איז נישט רעקאמענדירט צו האלטן געלט אין א גמ"ח וואס קען זיך יעדע ליאדע מינוט פארמאכן, נישט ח"ו מחמת שלעכטיקייט אדער נישט ערליכקייט פון די פירער, נאר פשוט צוליב דעם וואס עס איז א חסידישע מעשה, און עס טוט זיך בארגעראציעס אויף א גרויסע פארנעם.
עס איז זייער ווייטאגליך צו זען ווי יונגעלייט וועלכע האבן אוועקגעלייגט זיין שפארזאמע געלט אין גמ"ח, און זיך מיטאמאל געטראפן בערם ובחסר כל.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
אין קורצן וואס עס גייט נישט פאר, די סכום וואס איז היינט ארומגעפארן איז פשוט ליגנט די עכטע סכום איז אסאך קלענער.
--
און קורצן וואס עס גייט יא פאר.
די גמ''ח איז געווען פון די גריסטע גמח'ן וואס זענען אנגעגאנגען פאר לאנגע לאנגע יארן און סערווירט יחודים און קהילות פון אלע שיכטן און קרייזן, וויזניץ האט צוגעשטעלט פארקינג (גראדע דאס אויך נישט).
אלעס איז געפארן גוט פיין און וואויל נאר עס איז א גאנצע צייט געוואקסן אלץ גרעסער און גרעסער מער פקדונות און מער הלוואות, די גמ''ח פלעגגט טשארדזשן א קליינע אפצאל פאר טשעקס אויסצוהאלטן די אפערעישנס און ארבעטער, אזוי אויך איז געווען ביזנעס אינוואלווד מיט דיעלס ווער עס האט געוואלט אריינלייגן גרעסערע געלטער ודו''ק.
--
וויאזוי ארבעט א גמ''ח.
מענטשן לייגן אריין פקדונות און מענטשן נעמען ארויס הלוואות, דהיינו ראובן לייגט אריין הינדערט טויזנט דאלער שמעון בארגט ארויס צוואנציג טויזנט מיט פעימענטס פאר פינף יאר בערך 300 דאלער א חודש, ווען ראובן דארף צוריק זיין געלט האפענטליך האט שוין שמעון צוריק געצאלט רוב און אנדערע האבן אריינגעלייט נאך פקדונות, און אזוי איז עס געפארן מיט די וואוקס פון באניצער זענען די פקדונות מיטגעוואקסן קעגן די הלוואות.
אויב פאסירט אין איין טאג נעמען זיך צאם אלע בעלי םפקדונות ארויסצונעמען דאס געלט, דאן קראכט די גמ''ח, זיי האבן נישט די געלט, איי וויל ליגט עס, עס ליגט ביי הינדערטע אידן וואס דארפן שטיצן די אידן וואס האבן פרנסה פון צושטעלן שיינע שמחות. און זיי מאכן פעימענטס חודשליך, מיט די בעסטע גוטע ווילן קען מען נישט צוריקצאלן אלעס און די גמ''ח דארף צומאכן.
נישט נאר א היימישע גמ''ח וואס איז נאט פאר פראפיט קען נישט אויסהאלטן ווען עס ווערט אן אנלויפעניש. איינער געדענק נאך סיגנעטשער בענק? איינער ווייסט וויפיל בענק האבן זיך פארמאכט אין אמעריקע אליינס די לעצטע פינף יאר?
נאר וואס א גמ''ח איז נישט קאווערד ביי די FDIC און ווען עס געשעהט אן אנלויפעניש איז עס מער ווייניגער דערנאך.
--
דא האט פאסירט אז די באנק וואס די גמ''ח האט געניצט פאר לאנגע יארן איז געווארן שטרענג פליצלינג נאכדעם וואס איינער נישט קיין גוי האט באוויזן ארויסצו'גנב'נען איבער א האלבע מיליאן דאלער פון די באנק צוליב זייער גוטע פאלעסיס (זיי פלעגן שנעל רעליסן אפי' ריזיגע טשעקס), און די גמ''ח וואס צו אפערירן דארפן זיי יא שנעלע סערוויס האט געטוישט בענק, די נייע באנק איז נישט געווען צוגעוואוינט צו זעהן אזעלכע טרענזעקשנס און זיי האבן געלייגט א האלד אויף די עקאונט צו רעוויאען, זיי האבן נישט געלאזט פשוט פארמאכן די עקאונט און טרענספערן דאס געלט ביפאר זיי ענדיגן עס האט גענימען א גוטע פאר וואכן, דערווייל האבן די טשעקס געקראכט ווייל זיי האבן נישט געקענט אריינלייגן נייע געלט, ווי לענגער עס האט גענימען האבן מער און מער מענטשן אנגעהויבן צו ווערן נערוועז און געקומען צו לויפן זעהן ווען די גמ''ח עפנט זיך צוריק, דאס האט געברענגט אז די גמ''ח האט זיך נישט געקענט צוריק עפענען.
--
די שווערע עקאנאמיע האט אויך געשפילט צו די זייט ברענגענדיג עס זאל זיין ווייניגער נייע פקדונות און מער שפעטע צאלונגען און מער מענטשן וואס זיכן צו בארגן.
--
די מענטשן וואס האבן ליגן שווערע מיליאנען אדער הינדערטע טויזנטע דאלארן זאלן ביטע מאכן א חשבון וויפיל זיי האבן פארדינט ביז יעצט, אזוי אויך זאלן זיי קאנטעקטן די עסקנים (פון זייערע קהילה וואס איז אינוואלווד אין די פרשה) צו זעהן וויאזוי זיי קענען די שנעלסטע צריק זעהן זייער ערליך פארדינטע געלטער.
גיין פארשפרייטן ליגנטס אויף אנדערע ווייל מען פילט צעהיצט איז נישט שיין און עס גייט דיר זיכער נישט העלפן צוריק זעהן דיין געלט.

אנשטאט א גמ''ח איז לכאורה קליגער צו פארבארגן פאר נאנטע משפחה וואס מען געטרויט מיט גוטע טערמינען.טיר האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:52 pmאפשר געב א געדאנק ווי יא צו האלטן די געלט?איטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:45 pmיא און ניין!
פארהאן עטליכע גמחים וועלכע האבן געהאט א גוטע רעפוטאציע פאר יארן, און עס איז געווען אין באנוץ דורך צענדליגע וועלכע האבן הנאה געהאט דערפון, אבער אין די לעצטערע שטיק צייט האט זיך עס פארמאכט.
די סיבה דערפון ווייס איך נישט, אבער אזוי איז די פאקט.
דעריבער איז נישט רעקאמענדירט צו האלטן געלט אין א גמ"ח וואס קען זיך יעדע ליאדע מינוט פארמאכן, נישט ח"ו מחמת שלעכטיקייט אדער נישט ערליכקייט פון די פירער, נאר פשוט צוליב דעם וואס עס איז א חסידישע מעשה, און עס טוט זיך בארגעראציעס אויף א גרויסע פארנעם.
עס איז זייער ווייטאגליך צו זען ווי יונגעלייט וועלכע האבן אוועקגעלייגט זיין שפארזאמע געלט אין גמ"ח, און זיך מיטאמאל געטראפן בערם ובחסר כל.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
בארגן איז גאר א גרויסע מצוה ווער ס'קען אדרבה זאל עס טון, אבער פון פאר בארגן בפרט פאר נאנטע מיין איך האב שוין מער מענטשן אנגעזעצטשלום האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 11:07 pmאנשטאט א גמ''ח איז לכאורה קליגער צו פארבארגן פאר נאנטע משפחה וואס מען געטרויט מיט גוטע טערמינען.טיר האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:52 pmאפשר געב א געדאנק ווי יא צו האלטן די געלט?איטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:45 pm
יא און ניין!
פארהאן עטליכע גמחים וועלכע האבן געהאט א גוטע רעפוטאציע פאר יארן, און עס איז געווען אין באנוץ דורך צענדליגע וועלכע האבן הנאה געהאט דערפון, אבער אין די לעצטערע שטיק צייט האט זיך עס פארמאכט.
די סיבה דערפון ווייס איך נישט, אבער אזוי איז די פאקט.
דעריבער איז נישט רעקאמענדירט צו האלטן געלט אין א גמ"ח וואס קען זיך יעדע ליאדע מינוט פארמאכן, נישט ח"ו מחמת שלעכטיקייט אדער נישט ערליכקייט פון די פירער, נאר פשוט צוליב דעם וואס עס איז א חסידישע מעשה, און עס טוט זיך בארגעראציעס אויף א גרויסע פארנעם.
עס איז זייער ווייטאגליך צו זען ווי יונגעלייט וועלכע האבן אוועקגעלייגט זיין שפארזאמע געלט אין גמ"ח, און זיך מיטאמאל געטראפן בערם ובחסר כל.
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 915
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 990
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
לכתחילה אין א באנק (נישט מער ווי 250 טויזנט פער באנק), אויב קען מען נישט (וד"ל) דאן האלט עס אונטערן קושן.טיר האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:52 pmאפשר געב א געדאנק ווי יא צו האלטן די געלט?איטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:45 pmיא און ניין!
פארהאן עטליכע גמחים וועלכע האבן געהאט א גוטע רעפוטאציע פאר יארן, און עס איז געווען אין באנוץ דורך צענדליגע וועלכע האבן הנאה געהאט דערפון, אבער אין די לעצטערע שטיק צייט האט זיך עס פארמאכט.
די סיבה דערפון ווייס איך נישט, אבער אזוי איז די פאקט.
דעריבער איז נישט רעקאמענדירט צו האלטן געלט אין א גמ"ח וואס קען זיך יעדע ליאדע מינוט פארמאכן, נישט ח"ו מחמת שלעכטיקייט אדער נישט ערליכקייט פון די פירער, נאר פשוט צוליב דעם וואס עס איז א חסידישע מעשה, און עס טוט זיך בארגעראציעס אויף א גרויסע פארנעם.
עס איז זייער ווייטאגליך צו זען ווי יונגעלייט וועלכע האבן אוועקגעלייגט זיין שפארזאמע געלט אין גמ"ח, און זיך מיטאמאל געטראפן בערם ובחסר כל.
-
תורה ויראה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 420
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 652
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
זאג מיר נאר אונטער וועלכע קישן דו האלטסט עסתינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 10, 2025 8:43 amלכתחילה אין א באנק (נישט מער ווי 250 טויזנט פער באנק), אויב קען מען נישט (וד"ל) דאן האלט עס אונטערן קושן.טיר האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 9:52 pmאפשר געב א געדאנק ווי יא צו האלטן די געלט?איטשע האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:45 pm
יא און ניין!
פארהאן עטליכע גמחים וועלכע האבן געהאט א גוטע רעפוטאציע פאר יארן, און עס איז געווען אין באנוץ דורך צענדליגע וועלכע האבן הנאה געהאט דערפון, אבער אין די לעצטערע שטיק צייט האט זיך עס פארמאכט.
די סיבה דערפון ווייס איך נישט, אבער אזוי איז די פאקט.
דעריבער איז נישט רעקאמענדירט צו האלטן געלט אין א גמ"ח וואס קען זיך יעדע ליאדע מינוט פארמאכן, נישט ח"ו מחמת שלעכטיקייט אדער נישט ערליכקייט פון די פירער, נאר פשוט צוליב דעם וואס עס איז א חסידישע מעשה, און עס טוט זיך בארגעראציעס אויף א גרויסע פארנעם.
עס איז זייער ווייטאגליך צו זען ווי יונגעלייט וועלכע האבן אוועקגעלייגט זיין שפארזאמע געלט אין גמ"ח, און זיך מיטאמאל געטראפן בערם ובחסר כל.
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
אויב די קענסט אריין קומען מיט אביסל מער פרטים
איז די באנק עקאונט שוין געווארן אויפגעלאזט?
אויב יא האט מען שוין אויסגעטיילט די געלט?
וויפיל איז געווען דארט?
וכו
איך פרוביר עס צו מסדר זיין
געב עס אפאר יאר
געב עס אפאר יאר
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
The problem is that the loans they gave out are not documented properly and there are very little info about the loans
Who borrowed
what are the terms
etc
that's were the money is missing
Who borrowed
what are the terms
etc
that's were the money is missing
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1205
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3935
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
דו ווייסט אזוי פאר א פאקט אדער דו זאגסט וואס דו האסט געהערט/שטעלסט זיך פאר?
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1989
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6072
Re: ווייטאגליכע נושא גמ”ח’ן וואס זעצן אן
צום קעפל: וואס איז די דאפעלטע לשון?
ווייטאגליכע נושא: "גמ"ח'ן"
כצ"ל
ווייטאגליכע נושא: "גמ"ח'ן"
כצ"ל
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
-
נאסע שמאטעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 419
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 866