איך ווייס נישט פארוואס דו האסט פארשטאנען אז מ'רעדט פון איינער וואס "שטערט". כ'האב ניטאמאל קיין איידיע ווער עס שטערט און וויאזוי. כקעניש די פארט פון די מעשה. ובכן האב איך נישט גערעדט פון אזא איינעם.פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:38 pmאיינער וואס שטערט די עסקנים פון אויספירן זייער ארבעט בשלימות, בפרט שוין נאכן פראוון אז די יעצטיגע עסקנים באווייזן אותות ומופתים וואס קיינער פריער האט נישט געקענט, איז א לב טהור סימפאטיקער. איך וואלט עס יענעם געזאגט אין פנים אויך.חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 6:53 pm![]()
![]()
@נאסע שמאטעס דו ווייסט וויפיל משפחות וואינען אין סיטי???
אונטער וועמענ'ס קאסטעדי גענוי???
א ווארט איבער סימפאטיע פאר לב-טמא. ווען איבער דער וועלט האט נאך "רימנוב" געמיינט א שושלת פון שרפי מעלה, האבן טייל עסקני קודש סיי דאהי און בכלל, זיך אויסגעטוהן פאר יוצאי לב-טמא, און געקעמפט מיט ציין און נעגל צו ראטעווען וויפיל ס'געווען שייך. נוצן א ווארט ווי "לב-טהור סימפאטיקער" אויף זיי, איז סאדיסטיש.
דאס אז ער האט אמאל געהאלפן יוצאי לב טהור און געקעמפט קעגן לב טהור, איז זייער חשוב, און אויב זאל ער נישט שטערן יעצט וועט ער מיט רעכט באטראכט ווערן ווי איינער פון די מסירת נפש'דיגע עסקנים.
אבער אויב יעצט שטערט ער, שטעלט זיך ארויס אז ער האט נישט געמיינט דעם ריינעם ציל, און אויב אזוי איז ער נישט בעסער ווי דער אפגעפארענער אינג וואס האט יארן צוריק געדאוונט ערליך און געלייגט תפילין יעדן טאג.
ואתכם איימסארי.
זאגן פאר ארומיגע אז זיי האלטן אז פלוני אלמוני איז זיך טועה וכו' איז אן אנגענומענע זאך אין דעמאקראטיע.