מקשין העולם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2025 2:03 pm
אז מ'רעדט שוין ווידער פון ערב רב, איז כדאי צו וויסן אז די שבתאים און פראנקיסטן ימ"ש שר"י האבן בימיהם אויך באטיטלט די ערליכע אידן אלס 'ערב רב'. יעצט קוק צוריק ווער איז געווען גערעכט?
לפניך העתקות מספר מגילת ספר להגה"ק ר' יעקב עמדין זצ"ל ומספר ציצית נובל צבי (צנ"צ) להגה"ק ר' יעקב ששפורט זצ"ל.
► Show Spoiler
מיהו ערב רב 2.pngמיהו ערב רב 3.pngמיהו ערב רב.png
ווייל די יסוד פון 'די לימודים' אויף וואס לב טהור איז געשטעלט געווארן (נאך פאר די עסן און די קליידונג), איז די זעלבע יסוד אויף וואס כת ש"ץ, און דערפאר זענען זיי אנגעקומען ווי זיי זענען אנגעקומען.
Screenshot 2025-11-27 231018.png
ועיין מענין זה (אבל לא על כת ש"ץ) בספר עבודת עבודה אמרות קודש פר' ויקרא.
וזה גם תשובה לאלו שרוצים לעיין בספריו, תדעו שכמו שהזהרו על כת ש"ץ כן לעניינו צריך להיזהר מלעיין בדבריו, אל תאמין בעצמך. שמא ימשך...
פרש דבריך ביטע, צו וועלכע חלק באציט איר זיך? איר רעדט פון די דרך צו משיג זיין רוח הקודש בפועל דורך יחודים ווי די ספרי ר‘ אברהם אבולפיה און שערי קדושה לרבינו חיים ויטאל?
ריכטיג!
אעתיק קצת מתחילת דבריו כדי שלא יקשה לך
באתי אחי למעט לדבר בזה ...שלא תלמוד זאת החכמה בכדי להשיג איזה השגה כמו רוח הקודש ונבואה. והנה באמת מצינו אשר קדמונינו עשו פעולות לרוח הקודש על ידי יחודים, כמבואר בשער הקדושה ובדברי הרמב"ם ז"ל. אבל תלמוד בשער הקדושה למהרח"ו ז"ל ותקיים, ואז תעשה היחודים להשגת רוח הקודש כמבואר בשער היחודים.
כלומר אחר שתקיים הזהרות מהרח"ו ז"ל .... עיין בהמשך דבריו שמסביר הכלל האיך ומה ומתי. (הבאתי כל העמוד לעיל באידישיט). והרי כל הספר 'סור מרע ועשה טוב' מיוסד על הקדמת מהרח"ו ז"ל אלו, כשמו 'הדרכה ודרך לעץ החיים'.
וליתר שאת אעתיק מהערות בספר עבודת עבודה (הנ"ל) [כל הסיפור המובא שם תלמוד בעצמך בפנים הספר]
בספה"ק אוצר החיים להרה"ק רבינו מהרי"א מקאמארנא זי"ע פרשת בחקתי (דף רצ"ג ע"ב) כותב כעין מעשה זו וזלה"ק:
ושמעתי ממורי חמי, הצדיק המפורסם מו"ה אברהם מרדכי מפינטשוב זצ"ל, שסיפר לי משם מרן אלהי הבעש"ט זצ"ל, שפעם אחד ראה איש צדיק אחד, ואמר [הבעש"ט הק'] "שבעולם התמורות משחקין מאיש זה, כי איש צדיק זה היה מפליא בצדקתו ובפרישות וסגופים והארות נפלאות, אבל נתערב בו כוונה שיזכה לרוח הקודש, ועל ידי כוונה דקה זאת שלא לשם שמים, הלכו מעשיו לעולם התמורות ושוחקין שם עליו וכו' ". ואם תאמר עבד שרבו מדקדק עמו כל כך מה תקנה יש לו, אל תאמר כך חלילה, אלא חזק ואמץ בתורה ומעשים טובים ותפלה ותשמור נפשך הרבה בבדיקה יתירה בחיפוש אחר חיפוש שיהיו כל מעשיך לשם שמים, ואז דיבור קטן מבהיק כל העולמות וכו', ודיבור אחד כראוי יעלה כל הדברים שנעשו בתמורה, כטעם והיה הוא ותמורתו יהיה קודש,
- נ"ב.
בס"ד
איך וויל מיטטיילן די עולם מיט א וויכטיגע חלק פון מיין איבערלעבניש די לעצט פאר יאר. לתועלת אז אפשר וועט איינער קענען זיין די ריכטיגע שליח אונז ארויסצוהעלפן בס"ד.
ווי לייגט מען ארויף אזא טעמע?
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 6:59 am
- נ"ב.
בס"ד
איך וויל מיטטיילן די עולם מיט א וויכטיגע חלק פון מיין איבערלעבניש די לעצט פאר יאר. לתועלת אז אפשר וועט איינער קענען זיין די ריכטיגע שליח אונז ארויסצוהעלפן בס"ד.
ווי לייגט מען ארויף אזא טעמע?
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 8:07 am
יואל מארקוס האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 28, 2025 6:59 am
- נ"ב.
בס"ד
איך וויל מיטטיילן די עולם מיט א וויכטיגע חלק פון מיין איבערלעבניש די לעצט פאר יאר. לתועלת אז אפשר וועט איינער קענען זיין די ריכטיגע שליח אונז ארויסצוהעלפן בס"ד.
ווי לייגט מען ארויף אזא טעמע?
נאכן אויסהערן, פרעג פון די ל"ט פארבליבענע, צו זיי גלייבן נישט זייער רבי, וואס זאגט קלאר אז יעדער קען פאלן. אפילו די גרעסטע צדיק. (אויך קען מען 'אביסל' פארשטיין די שפראך און מהלך און די 'לימודים')
סך הכל פון די היינטיגע טאג איז געווען $3,549.46
[/size]
איך האב וואס אריינצורעדן אין די נושא, און איך וויל זאגן מיינע צוויי סענט דערויף:
איך ווייס פון וועמען מען רעדט, איך קען דעם יונגערמאן, זיין גאנצע משפחה, בעקראונד און דער גאנצער ארום. איך בין באקאנט מיט די קאמפיין, און דעריבער וויל איך זאגן, דאס וואס איך האב צו זאגן דערויף.
אזוי ווי אין יעדע קהילה בישראל, איז אויך אין לב-טהור פארהאן מענטשן פון אלע סארט. צווישן דעם עולם איז פארהאן, געלונגענערע און שלמזלנים, חשוב'ערע און ווייניגער חשוב, נארמאלע און משוגעים... , עס איז דאך א קהילה און אלעס איז פארהאן אין איר, פון אלע קאטעגאריעס.
ווען עס קומט צו העלפן אידן פון לב-טהור, קוקן מיר נישט געווענליך אויף דער קוואליטעט פון דעם איד וועמען מיר העלפן. אלע זענען אידישע קינדער און אלע זענען בני-מלכים, מיר העלפן אלע גלייך. צווישן די מענטשן פאר וועמען מען האט בעבר קאמפיינט דא אויף אידטיש, זענען געווען אזעלכע, וואס זייער אידישקייט איז געשטאנען אויף א האר, אדער אמאל אויף שווערע רחמנות'דיגע קעיסעס, וואס זיי דארפן רחמי שמים אז זיי זאלן בלייבן בכלל נארמאלע מענטשן. מיר האבן נישט געקוקט דערויף, און עם ישראל נתבעים ונותנים האבן געעפנט זייערע הערצער און טעשער, און געגעבן מיט צוגעמאכטע אויגן, נישט קוקנדיג פאר וועמען מען גיבט און וואס מען גיבט.
יעמדו להם זכותם לעד!
דא איז אבער עפעס אנדערש!
א געניטער ביזנעסמאן, גייט צו אזא עסק מיט פארזיכטיגקייט. ער פרעגט זיך די שאלה: "פאר וועמען בין איך משקיע? - וואס גייען זיין די פירות פון מיין השקעה, און וואס איז די וועליא פון מיין נתינה"? - א קאלטער ביזנעסמאן, וועלכער וויל זען די נומערן אויף די פאפירן, וויל וויסן וואו ער לייגט איין זיין געלט און וואס עס גייט אים ברענגען אויפן עתיד.
ריכטיג, ווען עס קומט צו צדקה מאכן מיר נישט די חשבונות. אבער איך וויל אצינד ענטפערן און זיך באציען אויף די דאזיגע פראגע.
קענענדיג דעם יונגערמאן, זיינע עלטערן און זיינע פעטערס און קרובים פון ביידע זייטן, אינאיינעם מיט זיין מצב המשפחתי וכל המסתעף, וויל איך באטאנען מיט א קלארקייט, אז עס זענען פארהאן ווייניג אזעלכע וועליוד קעיסעס ווי די דאזיגע פאל. מען רעדט אצינד פון די חשוב'סטע שטיבער יוצאי לב-טהור, וואס ווערן אצינד אוועקגעשטעלט פון פריש. דאס איז פון די מערסט געזעצטע, נארמאלסטע, בעלי-דעת'דיגע משפחות וואס ווערן אצינד אוועקגעשטעלט. א השקעה אויף דעם ארט, איז א השקעה אין א הערליכע אידישע שטוב, נארמאלע עלטערן בעלי-דעת, שכל'דיגע צוגאנג צו יעדע זאך ועוד ועוד. דארט איז די פלאץ צו משקיע זיין.
דעריבער וועל איך בעטן פערזענליך פון יעדן איינעם, צו קומען צו הילף לידידי "עסקן נמרץ", אשר כשמו כן הוא (באמת וואלט זיין נאמען געדארפט זיין "הצנע לכת נמרץ" - זיין שטילע באשיידנהייט דעקט איבער זיינע משונה'דיגע פעולות און לייסטונגען לטובת יוצאי לב-טהור - מען קען דאס גארנישט אראפמאלן...).
מאכט דעם ריכטיגן אינוועסטמענט, און העלפט א הערליכע משפחה בישראל, זיך אויפבוייען און זיך ווידער אריבערפלאנצן צווישן אנשי-שלומינו, בטוב ובנעימים.
(נ.ב. איך ווייס נישט פארוואס מיין פאוסט איז אויסגעקומען באלד. איך האב עס געוואלט מאכן געהעריג און איך כאפ נישט וואס איך דארף טון דאס צוריקצומאכן געהעריג. גם ברוך יהיה.)
אויב איז דא איינער דא וואס וויל קויפן א קנין נצחי אין העלפן א אידישע שטוב זיך אוועקשטעלן על דרך התורה ויראה ומסורה, קען מען נעמען א חלק אין די געוואלדיגע פעולות, און זיין א גלייכע שותף און אלע פעולות הצלה פאר אונזערע לעכטיגע ברודער.
זיך משתתף צו זיין קען מען קומען פריוואט און נעמען א חלק, ביטע זיך נישט שטיפן עס זאל נישט צוקומען צו קיין סכנת נפשות, ובשכר זה זאל מען זוכה זיין צו די ברכה פון אם אתה משמח את שלי אני משמח את שלך, ונזכה כולנו לקבל פני משיח צדקינו באנפין נהירין בעגלא ובזמן קריב ומלכינו בראשינו במהרה בימינו אמן.
נאכן אויסהערן, פרעג פון די ל"ט פארבליבענע, צו זיי גלייבן נישט זייער רבי, וואס זאגט קלאר אז יעדער קען פאלן. אפילו די גרעסטע צדיק. (אויך קען מען 'אביסל' פארשטיין די שפראך און מהלך און די 'לימודים')
נאכן אויסהערן, פרעג פון די ל"ט פארבליבענע, צו זיי גלייבן נישט זייער רבי, וואס זאגט קלאר אז יעדער קען פאלן. אפילו די גרעסטע צדיק. (אויך קען מען 'אביסל' פארשטיין די שפראך און מהלך און די 'לימודים')
ער דערמאנט א פסוק
ממרה לאמו בן כסיל
אוואו קען מען דאס טרעפן?
להבלחט''א זיין רעביצין תחי' איז א מלומדת אין פסוקים איינס אין דער וועלט, פאר וועם עס איז נאר אמאל אויסגעקומען צו רעדן מיט די רעביצין, זי קראצט אפיר פסוקים און מאמרי חז''ל פון די פארשטופסטע מראה מקומות אזש מ'קען ממש ארויסגיין פון די כלים.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
נאכן אויסהערן, פרעג פון די ל"ט פארבליבענע, צו זיי גלייבן נישט זייער רבי, וואס זאגט קלאר אז יעדער קען פאלן. אפילו די גרעסטע צדיק. (אויך קען מען 'אביסל' פארשטיין די שפראך און מהלך און די 'לימודים')