בולעטין נייעס — קורץ און שארף

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1690

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פעיק ניוז »

עס זענען דא צוויי פאקטארן וועלכע טוען שניידן א טיפן שפאלט צווישן טראמפ און זיין מאגא באזע. איינס איז די עפשטיין פיילס געשיכטע. די צווייטע פאקטאר גייט אבער פיל טיפער און בארירט די סאמע פונדאמענטאלן ביים הארץ פון מאגא אנהענגער: טראמפ'ס יד אחת מיט עטליכע גרויסע טעכנאלאגישע ריזן, ארבעטנדיג אינאיינעם אויפצובויען עי-איי אינפראסטרוקטור און אריינברענגען די עי-איי טעכנאלאגיע אלע ווינקלען פון אמעריקאנער געזעלשאפט.

די פראבלעם וואס מאגא רעפובליקאנער האט מיט די עי-איי רעוואלוציע און טראמפ'ס אקטיווע ראלע דערין, איז פילפאכיג און קומט פון עטליכע ריכטונגען, פון דער טראדיציאנאלע קאפיטאליסטישער געדאנקנגאנג, ביז דעם פחד פאר א פול-פלעדזש קאמוניסטישע טיראניע אן א וועג צו אנטלויפן.

צוערשט, די איידיע פון דער עי-איי רעוואלוציע, קליקט נישט גוט מיט מאגא. עי-איי איז ערווארטעט צו פארציקן די דזשאבס וועלכע ווערן מאמענטאל געהאלטן דורך מענטשן, א פאקט וואס מען הייבט שוין אן זען, מיט עטליכע ריזיגע פירמעס וועלכע האבן לעצטנס געמאלדן איבער צענדליגער טויזנטער דזשאבס וועלכע זיי פלאנירן צו שניידן. דער דורכשניטליכער מאגא ארבעטער זעט דערין א געוואלדיגער געפאר צו זיין עתיד.

דערנאך קומט אריין די פאקט אז עי-איי איז א טעכנאלאגיע וועלכע קען סערווירן יעדן, אבער ווערט פאקטיש קאנטראלירט דורך געציילטע עליטע יחידים אין דער טעק אינדוסטריע, ווי אילאן מאסק, דזשעף בעזאס, סעם אלטמאן וכדומה. מאגא זעט דא אט דאס פון וואס רעפובליקאנער האבן אלעמאל מורא געהאט ווען זיי האבן גערעדט פון דעם געפאר פון די לינקע פראגרעסיוון - אז זיי זוכן צו פארכאפן קאנטראל אויף דער מענטשהייט דורך זייערע סאציאליסטישע, קולטורעלע און קלימאט פאליסיס. מאגא זעט אין די טעק עליט דעם טייוול זעלבסט. זיי הייבן אן איינצוזען אז די לינקע זענען מעגליך נישט די פון וועם זיי דארפן ציטערן, נאר טאקע פון אט די טעק ריזן. אילאן מאסק איז ניטאמאל לינק, ער איז פראו קליינע רעגירונג, ער איז פראו פרייהייט פון אויסדריק, ער איז בכלל מער ליבערטעריען געשטימט אויף אלעם. מאגא זעט אבער איין אז מיט עי-איי אין דיין קאנטראל, דארפסטו שוין נישט זיין לינק צו באקומען פאקטישע קאנטראל. דעמאלט קענסטו שוין אפילו האלטן אז די רעגירונג זאל זיין די קלענסטע שייך און אז יעדער מעג קענען זאגן וואס ער וויל. דו זיצט סיי ווי ביים רודער.

אסאך אין מאגא זעען טאקע אילאן מאסק אלס דער באהאלטענער אגענט אין דעם רעכטן לאגער, פאראויסצושטופן די טעק-עליט טעאקראטיע, אונטער'ן מאנטל פון רעכטיזם און אנטי וואוקיזם. מערערע סטעיטמענטס וועלכע מאסק האט געמאכט אין דער לעצטע תקופה, טוען אהערשטעלן א גאנץ קלארע אגענדע פון זיין זייט, וואס טוט היפש באשטעטיגן די מאגא פחדים פון די טעק עליט.

ווען עמיצער אויף סאציאלע מידיא האט געפרעגט וויאזוי די מענטשן וועלכע וועלן גיין ארבעטסלאז אדאנק ראבאטן וועלן קענען לעבן, איז מאסק'ס ענטפער געווען ווי פאלגנד: "עס וועט זיין יוניווערסאל הויכע אינקאם פאר יעדן (נישט אפילו בעיסיק אינקאם). יעדער וועט באקומען די בעסטע מעדיקעל קעיר, עסן, הייזער, טראנספארט און אלע אנדערע זאכן" - בעיסיקלי אן איבערזעצונג פון די "באזיץ גארנישט און זיי צופרידן" אגענדע מיט וואס רעכטע פלעגן כסדר האקן קעגן די מערב-וועלט לינקע גלאבאליסטן.

דערנאך קומט אריין די פאקט אז טייל פון טראמפ'ס קליקע אין דער טעק וועלט, זענען די זעלבע וועלכע זענען נעכטן געווען בלוט-פיינט אין די אויגן פון מאגא. מען רעדט דא פון דזשעף בעזאס, מארק זוקערבערג, גוגל'ס סי-אי-או, טים קוק פון עפל וכו', די זעלבע וועלכע זענען נאר נעכטן געשטאנען ביים שפיץ פון דערשטיקן די ספיטש פון יעדן רעכטן מויל מאכער, אנגעהויבן ביי טראמפ. די פאקט אז זיי זענען היינט טראמפ'ס בעסטע פריינט און ארבעטן גאר אינאיינעם אויפצובויען אויטאמאציע - וואס וועט פילפאכיג פארשטערקערן זייער פאוער, האט אנגעצינדן א רויט לעמפל אין מאגא רייען. דארט קלערט מען אז טראמפ האט געשלאסן א בונט מיט'ן טייוול אליין, און אז ער איז סתם א נוצליכער אידיאט מיט'ן דינען די אינטערעסן פון די מאכטפולע טעק עליט, וואס מיינען ניטאמאל זיין טובה.

סטיוו בעננאן, פון טראמפ'ס געשוואוירענע פריינט און איינפלוסרייכער מאגא פערזאן, האט זיך נארוואס ארויסגעלאזט אין א מלחמה כבידה קעגן טראמפ'ס עי-איי אגענדע, ארויסברענגנדיג דערמיט די צעטיילנדע סענטימענטן אינערהאלב דעם מאגא לאגער.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5663
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20060

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 5:49 pm
עפשטיין איז נאר די שפיץ פונעם אייזבארג פון קאנספיראציעס און אמעריקע פירסט ראדיקאליזם, געשטופט דורך טאקער וחבריו, מיטן משנה למלך אויף זייער זייט.

עפשטיין גייט זיי אויך נאר אן ווייל ער איז געווען טייל פון די קאנספיראציע מיט מדנ"י און די דיפ סטעיט. וכו'. זיי זענען נאר מאגא ווייל ער שטופט אמעריקע פירסט, אבער וויבאלד ער איז נישט קיין אידיאלאגיסט, נאר א פראגמאט, רעגט עס זיי אויף.

פאר גרין גייט נישט אן קיין עי-איי, נאר די אמעריקע פירסט אגענדע.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1690

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פעיק ניוז »

איך האב נישט גערעדט פון גרין לגבי עי-איי, און נישט נאר פאר טאקער וחבריו אינערהאלב מאגא גייט אן די עפשטיין זאך. אזוי אויך איז די 'דיפ סטעיט' זאך געווען טייל פון טראמפ'ס סיגנאטשור אישוס.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2387
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5119

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך הדסים »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 6:01 pm איך האב נישט גערעדט פון גרין לגבי עי-איי, און נישט נאר פאר טאקער וחבריו אינערהאלב מאגא גייט אן די עפשטיין זאך. אזוי אויך איז די 'דיפ סטעיט' זאך געווען טייל פון טראמפ'ס סיגנאטשור אישוס.
נישט ווען ס'איז געווען א סתירה צו זיין פראגמאטיזם וכן מיט אמעריקע פירסט.

לאמיר נישט פארגעסן אז דער איניציאטאר פונעם מאדערנעם אמעריקע פירסט האט באמבאדירט סיריע ווייל זיי האבן געניצט כעמישע וואפן אויף זייערע אייגענע בירגער.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1690

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פעיק ניוז »

איך גלייב נישט אז די עפשטיין פיילס זענען א סתירה צו זיין 'פראגמאטיזם'.

אזוי אויך איז די אישו מיט עי-איי גארנישט פארבינדן מיט 'אמעריקע פורסט'.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2387
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5119

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך הדסים »

פעיק ניוז האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 6:08 pm איך גלייב נישט אז די עפשטיין פיילס זענען א סתירה צו זיין 'פראגמאטיזם'.

אזוי אויך איז די אישו מיט עי-איי גארנישט פארבינדן מיט 'אמעריקע פורסט'.
עפשטיין נישט, עי-איי יא.

עי-איי איז דער צוקונפט פון אמעריקע צי מ'וויל צי נישט. וואס זאל טראמפ טון אויב נישט מאכן די רעגולאציעס ווי ס'שמעקט אים און פרובירן אויסשטעלן זאכן לטובת זיין פארטיי?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

רעדנדיג פון AI
(@פעיק ניוז ביטע עפען א טעמע צו דיסקוסירן ווייטער די קאנע די האסט נארוואס געעפענט)

עמעזאן וועט אינוועסטירן 50 ביליאן דאלאר צו פארשטערקערן זייערע עי איי
פיילס
IMG_20251124_182257_735.jpg
IMG_20251124_182257_735.jpg (91.63 KiB) געזען געווארן 354 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

טראנספארטאציע סעקרעטאר שאן דאופי גיבט אנווייזונגען שטייעדיג בעפאר די טענקסגיווינג טרעוול סעזאן.

לאמיר זאגן ישר כח פאר די פילאטן, און קומסט אנגעטון נערמאל צום עירפארט.. קומט נישט מיט פידזשאמעס.
פיילס
Screenshot_20251124_182702_Telegram.jpg
Screenshot_20251124_182702_Telegram.jpg (145.43 KiB) געזען געווארן 347 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

א ראבאט אין כינע האט געבראכן די רעקארד מיטן כאפן א דריי טאג ברציפות שפאציר
פיילס
Screenshot_20251124_183038_Telegram.jpg
Screenshot_20251124_183038_Telegram.jpg (136.68 KiB) געזען געווארן 344 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

טעסלע האט ארויסגעגעבן א נייע וואסער פלעשל וואס מעטשט מיט זייער אינטעריער..
פיילס
IMG_20251124_183247_749.jpg
IMG_20251124_183247_749.jpg (46.16 KiB) געזען געווארן 341 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 6:26 pm רעדנדיג פון AI
(@פעיק ניוז ביטע עפען א טעמע צו דיסקוסירן ווייטער די קאנע די האסט נארוואס געעפענט)

עמעזאן וועט אינוועסטירן 50 ביליאן דאלאר צו פארשטערקערן זייערע עי איי
לכאורה AWS (אמאזאן וועב סערוויס) וואס איז גענצליך אן אנדערע זאך פון די אמאזאן וואס אונז קענען, און איז אויך דער הויפט קוואל פון אינקאם זייערע
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

צום נייעם יאר וועט ספאטעפיי נאכאמאל העכערן די פרייזן ווי זייער פרומיום סובסקריבשן
פיילס
images (5).jpeg
images (5).jpeg (21.33 KiB) געזען געווארן 307 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

גינעס וועלט אוו רעקארד...
פיילס
Screenshot_20251124_195204_X.jpg
Screenshot_20251124_195204_X.jpg (113.17 KiB) געזען געווארן 281 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

טראמפ האט אינטערגעשריבן א עקסעקוטיוו ארדער וואס באשטימט די 'מסלומענע ברודערהאד' אלס א טעראר ארגאניזאציע
פיילס
IMG_20251124_195359_710.jpg
IMG_20251124_195359_710.jpg (41.41 KiB) געזען געווארן 278 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1763

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 7:53 pm גינעס וועלט אוו רעקארד...
כהאב קיינמאל נישט געכאפט אז אונזער זונטאג געפאלט ביי די גויים מאנטאג...
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 7:56 pm טראמפ האט אינטערגעשריבן א עקסעקוטיוו ארדער וואס באשטימט די 'מסלומענע ברודערהאד' אלס א טעראר ארגאניזאציע
מרת לומער שטרייכט אונטער אז די געשרייבאכטס נעמט נישט אריין די עיקר, קאטאר און טערקיי, די גרעסטע פאנדער'ס און דאונערס פאר דעם גרופע.

זעה דא
פיילס
IMG_20251124_195758_991.jpg
IMG_20251124_195758_991.jpg (296.82 KiB) געזען געווארן 263 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 10:18 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:19 pm רויטער'ס: דעפארטמענט אוו גאווערמענט עפישנסי (דאוזש) איז שוין פארמאכט. שטייענדיג 8 חדשים בעפאר ס'האט זיך געזאלט שליסן.


די ס"ה סכום וואס זיי האבן באוויזן צו שפארן איז - לויט זייער וועבזייטל - גאנצע 214 ביליאן דאלער...
דער דאוזדש מיניסטער ענפערט אז די ציל און אויפגאבע פון די עפישנסי דעפארטמענט גייט ווייטער אן, מען שפארט ווייטער און מען סטאפט די אביוז און שווענדעריי.
און די אפיציעלע אקאונט לייקענט שוין לגמרי....


קעי, ס'האט אים גענומען א טאג צו טרעפן די לאגין...
פיילס
IMG_20251124_204941_280.jpg
IMG_20251124_204941_280.jpg (197.06 KiB) געזען געווארן 221 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 1:08 pm געריכט ארויסגעשליידערט קלאגע קעגן טראמפ' שונאים

viewtopic.php?p=221947#p221947
פאם באנדי מעלדט אז די יוסטיץ דעפארטמענט וועט אפילן דעם פסק.
פיילס
3000.jpg
3000.jpg (192.73 KiB) געזען געווארן 218 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1690

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך פעיק ניוז »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 8:10 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 7:56 pm טראמפ האט אינטערגעשריבן א עקסעקוטיוו ארדער וואס באשטימט די 'מסלומענע ברודערהאד' אלס א טעראר ארגאניזאציע
מרת לומער שטרייכט אונטער אז די געשרייבאכטס נעמט נישט אריין די עיקר, קאטאר און טערקיי, די גרעסטע פאנדער'ס און דאונערס פאר דעם גרופע.

זעה דא
👌
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

עריק טראמפ ברענגט אינז א גריס פון אמעריקע ביטקוין מינע. א גרויסע פעסילעטי ווי צענדליגע סערווערס פראדעצירן ביטקוין



טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:11 pm א ענגע גרופע פון 5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וועטעראנען פון די נעווי, ארמיי, עיר פארס, און CIA האבן רעקארדירט א קורצע ווידיאו בעטענדיג די זעלנער און שפיאנאזש אגענטן צו דורכשוויצן די שווערע צייט וואס זיי גייען דורך, מיט אן אדמיניסטראציע וואס צווינגט זיי צו רודפן די פשוטע בירגער, און זיי רופן צו איגנארירן באפעלן.
די פענטאגאן וויל שטעלן סענאטער קעילי פאר א מיליטערישע געריכט, פארן זאגן אזעלכע שרעקליכע דיבורים
פיילס
IMG_20251124_220214_837.jpg
IMG_20251124_220214_837.jpg (195.86 KiB) געזען געווארן 161 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

סי ען ען דערציילט אז די טראמפ אדמיניסטראציע וויל פון פריש אינטערוויוען 235,000 אימיגראנטן וואס זענען אריינגעקומען לעגאל אינטער ביידען
פיילס
images (8).jpeg
images (8).jpeg (5.65 KiB) געזען געווארן 120 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די האוזינג מיניסטעריום האט היינט אנאנסירט א פרישע האטליין ווי מענטשן קענען פאר'מסר'ן אימיגראנטן אדער סיי וועלכע קרימינאלע אקטן אין פאבליק האוזינג.
פיילס
HUD-Logo.jpg
HUD-Logo.jpg (45.19 KiB) געזען געווארן 118 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אין מאניאמאר האט די רעגירונג אריינגעווארפן בנינים וואס איז געניצט געווארן צו דורכפירן אנליין סקעמס.
פיילס
Screenshot_20251124_233334_Telegram.jpg
Screenshot_20251124_233334_Telegram.jpg (147.39 KiB) געזען געווארן 116 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5004
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 37237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

פאוסט דורך חלום חלמתי »

די פרעזידענט מיט א קלארע טבלה אז אלע תלמידים זאלן פארשטיין...
פיילס
20251124_214653.jpg
20251124_214653.jpg (126.99 KiB) געזען געווארן 113 מאל


טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן - 2026
פופציגער האט געשריבן:דינסטאג מערץ 10, 2026 1:16 am
יעדער זאל דאס לייגן אין די אונטערשריפט
שרייב פאוסט