בולעטין נייעס — קורץ און שארף
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
עס זענען דא צוויי פאקטארן וועלכע טוען שניידן א טיפן שפאלט צווישן טראמפ און זיין מאגא באזע. איינס איז די עפשטיין פיילס געשיכטע. די צווייטע פאקטאר גייט אבער פיל טיפער און בארירט די סאמע פונדאמענטאלן ביים הארץ פון מאגא אנהענגער: טראמפ'ס יד אחת מיט עטליכע גרויסע טעכנאלאגישע ריזן, ארבעטנדיג אינאיינעם אויפצובויען עי-איי אינפראסטרוקטור און אריינברענגען די עי-איי טעכנאלאגיע אלע ווינקלען פון אמעריקאנער געזעלשאפט.
די פראבלעם וואס מאגא רעפובליקאנער האט מיט די עי-איי רעוואלוציע און טראמפ'ס אקטיווע ראלע דערין, איז פילפאכיג און קומט פון עטליכע ריכטונגען, פון דער טראדיציאנאלע קאפיטאליסטישער געדאנקנגאנג, ביז דעם פחד פאר א פול-פלעדזש קאמוניסטישע טיראניע אן א וועג צו אנטלויפן.
צוערשט, די איידיע פון דער עי-איי רעוואלוציע, קליקט נישט גוט מיט מאגא. עי-איי איז ערווארטעט צו פארציקן די דזשאבס וועלכע ווערן מאמענטאל געהאלטן דורך מענטשן, א פאקט וואס מען הייבט שוין אן זען, מיט עטליכע ריזיגע פירמעס וועלכע האבן לעצטנס געמאלדן איבער צענדליגער טויזנטער דזשאבס וועלכע זיי פלאנירן צו שניידן. דער דורכשניטליכער מאגא ארבעטער זעט דערין א געוואלדיגער געפאר צו זיין עתיד.
דערנאך קומט אריין די פאקט אז עי-איי איז א טעכנאלאגיע וועלכע קען סערווירן יעדן, אבער ווערט פאקטיש קאנטראלירט דורך געציילטע עליטע יחידים אין דער טעק אינדוסטריע, ווי אילאן מאסק, דזשעף בעזאס, סעם אלטמאן וכדומה. מאגא זעט דא אט דאס פון וואס רעפובליקאנער האבן אלעמאל מורא געהאט ווען זיי האבן גערעדט פון דעם געפאר פון די לינקע פראגרעסיוון - אז זיי זוכן צו פארכאפן קאנטראל אויף דער מענטשהייט דורך זייערע סאציאליסטישע, קולטורעלע און קלימאט פאליסיס. מאגא זעט אין די טעק עליט דעם טייוול זעלבסט. זיי הייבן אן איינצוזען אז די לינקע זענען מעגליך נישט די פון וועם זיי דארפן ציטערן, נאר טאקע פון אט די טעק ריזן. אילאן מאסק איז ניטאמאל לינק, ער איז פראו קליינע רעגירונג, ער איז פראו פרייהייט פון אויסדריק, ער איז בכלל מער ליבערטעריען געשטימט אויף אלעם. מאגא זעט אבער איין אז מיט עי-איי אין דיין קאנטראל, דארפסטו שוין נישט זיין לינק צו באקומען פאקטישע קאנטראל. דעמאלט קענסטו שוין אפילו האלטן אז די רעגירונג זאל זיין די קלענסטע שייך און אז יעדער מעג קענען זאגן וואס ער וויל. דו זיצט סיי ווי ביים רודער.
אסאך אין מאגא זעען טאקע אילאן מאסק אלס דער באהאלטענער אגענט אין דעם רעכטן לאגער, פאראויסצושטופן די טעק-עליט טעאקראטיע, אונטער'ן מאנטל פון רעכטיזם און אנטי וואוקיזם. מערערע סטעיטמענטס וועלכע מאסק האט געמאכט אין דער לעצטע תקופה, טוען אהערשטעלן א גאנץ קלארע אגענדע פון זיין זייט, וואס טוט היפש באשטעטיגן די מאגא פחדים פון די טעק עליט.
ווען עמיצער אויף סאציאלע מידיא האט געפרעגט וויאזוי די מענטשן וועלכע וועלן גיין ארבעטסלאז אדאנק ראבאטן וועלן קענען לעבן, איז מאסק'ס ענטפער געווען ווי פאלגנד: "עס וועט זיין יוניווערסאל הויכע אינקאם פאר יעדן (נישט אפילו בעיסיק אינקאם). יעדער וועט באקומען די בעסטע מעדיקעל קעיר, עסן, הייזער, טראנספארט און אלע אנדערע זאכן" - בעיסיקלי אן איבערזעצונג פון די "באזיץ גארנישט און זיי צופרידן" אגענדע מיט וואס רעכטע פלעגן כסדר האקן קעגן די מערב-וועלט לינקע גלאבאליסטן.
דערנאך קומט אריין די פאקט אז טייל פון טראמפ'ס קליקע אין דער טעק וועלט, זענען די זעלבע וועלכע זענען נעכטן געווען בלוט-פיינט אין די אויגן פון מאגא. מען רעדט דא פון דזשעף בעזאס, מארק זוקערבערג, גוגל'ס סי-אי-או, טים קוק פון עפל וכו', די זעלבע וועלכע זענען נאר נעכטן געשטאנען ביים שפיץ פון דערשטיקן די ספיטש פון יעדן רעכטן מויל מאכער, אנגעהויבן ביי טראמפ. די פאקט אז זיי זענען היינט טראמפ'ס בעסטע פריינט און ארבעטן גאר אינאיינעם אויפצובויען אויטאמאציע - וואס וועט פילפאכיג פארשטערקערן זייער פאוער, האט אנגעצינדן א רויט לעמפל אין מאגא רייען. דארט קלערט מען אז טראמפ האט געשלאסן א בונט מיט'ן טייוול אליין, און אז ער איז סתם א נוצליכער אידיאט מיט'ן דינען די אינטערעסן פון די מאכטפולע טעק עליט, וואס מיינען ניטאמאל זיין טובה.
סטיוו בעננאן, פון טראמפ'ס געשוואוירענע פריינט און איינפלוסרייכער מאגא פערזאן, האט זיך נארוואס ארויסגעלאזט אין א מלחמה כבידה קעגן טראמפ'ס עי-איי אגענדע, ארויסברענגנדיג דערמיט די צעטיילנדע סענטימענטן אינערהאלב דעם מאגא לאגער.

בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20060
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
עפשטיין איז נאר די שפיץ פונעם אייזבארג פון קאנספיראציעס און אמעריקע פירסט ראדיקאליזם, געשטופט דורך טאקער וחבריו, מיטן משנה למלך אויף זייער זייט.
עפשטיין גייט זיי אויך נאר אן ווייל ער איז געווען טייל פון די קאנספיראציע מיט מדנ"י און די דיפ סטעיט. וכו'. זיי זענען נאר מאגא ווייל ער שטופט אמעריקע פירסט, אבער וויבאלד ער איז נישט קיין אידיאלאגיסט, נאר א פראגמאט, רעגט עס זיי אויף.
פאר גרין גייט נישט אן קיין עי-איי, נאר די אמעריקע פירסט אגענדע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
איך האב נישט גערעדט פון גרין לגבי עי-איי, און נישט נאר פאר טאקער וחבריו אינערהאלב מאגא גייט אן די עפשטיין זאך. אזוי אויך איז די 'דיפ סטעיט' זאך געווען טייל פון טראמפ'ס סיגנאטשור אישוס.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
נישט ווען ס'איז געווען א סתירה צו זיין פראגמאטיזם וכן מיט אמעריקע פירסט.
לאמיר נישט פארגעסן אז דער איניציאטאר פונעם מאדערנעם אמעריקע פירסט האט באמבאדירט סיריע ווייל זיי האבן געניצט כעמישע וואפן אויף זייערע אייגענע בירגער.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
איך גלייב נישט אז די עפשטיין פיילס זענען א סתירה צו זיין 'פראגמאטיזם'.
אזוי אויך איז די אישו מיט עי-איי גארנישט פארבינדן מיט 'אמעריקע פורסט'.
אזוי אויך איז די אישו מיט עי-איי גארנישט פארבינדן מיט 'אמעריקע פורסט'.
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
עפשטיין נישט, עי-איי יא.
עי-איי איז דער צוקונפט פון אמעריקע צי מ'וויל צי נישט. וואס זאל טראמפ טון אויב נישט מאכן די רעגולאציעס ווי ס'שמעקט אים און פרובירן אויסשטעלן זאכן לטובת זיין פארטיי?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
רעדנדיג פון AI
(@פעיק ניוז ביטע עפען א טעמע צו דיסקוסירן ווייטער די קאנע די האסט נארוואס געעפענט)
עמעזאן וועט אינוועסטירן 50 ביליאן דאלאר צו פארשטערקערן זייערע עי איי
(@פעיק ניוז ביטע עפען א טעמע צו דיסקוסירן ווייטער די קאנע די האסט נארוואס געעפענט)
עמעזאן וועט אינוועסטירן 50 ביליאן דאלאר צו פארשטערקערן זייערע עי איי
- פיילס
-
- IMG_20251124_182257_735.jpg (91.63 KiB) געזען געווארן 352 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טראנספארטאציע סעקרעטאר שאן דאופי גיבט אנווייזונגען שטייעדיג בעפאר די טענקסגיווינג טרעוול סעזאן.
לאמיר זאגן ישר כח פאר די פילאטן, און קומסט אנגעטון נערמאל צום עירפארט.. קומט נישט מיט פידזשאמעס.
לאמיר זאגן ישר כח פאר די פילאטן, און קומסט אנגעטון נערמאל צום עירפארט.. קומט נישט מיט פידזשאמעס.
- פיילס
-
- Screenshot_20251124_182702_Telegram.jpg (145.43 KiB) געזען געווארן 345 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
א ראבאט אין כינע האט געבראכן די רעקארד מיטן כאפן א דריי טאג ברציפות שפאציר
- פיילס
-
- Screenshot_20251124_183038_Telegram.jpg (136.68 KiB) געזען געווארן 342 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טעסלע האט ארויסגעגעבן א נייע וואסער פלעשל וואס מעטשט מיט זייער אינטעריער..
- פיילס
-
- IMG_20251124_183247_749.jpg (46.16 KiB) געזען געווארן 339 מאל
- כאטש טראץ אפי'
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
- x 517
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
לכאורה AWS (אמאזאן וועב סערוויס) וואס איז גענצליך אן אנדערע זאך פון די אמאזאן וואס אונז קענען, און איז אויך דער הויפט קוואל פון אינקאם זייערעחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 6:26 pm רעדנדיג פון AI
(@פעיק ניוז ביטע עפען א טעמע צו דיסקוסירן ווייטער די קאנע די האסט נארוואס געעפענט)
עמעזאן וועט אינוועסטירן 50 ביליאן דאלאר צו פארשטערקערן זייערע עי איי
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
צום נייעם יאר וועט ספאטעפיי נאכאמאל העכערן די פרייזן ווי זייער פרומיום סובסקריבשן
- פיילס
-
- images (5).jpeg (21.33 KiB) געזען געווארן 305 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
גינעס וועלט אוו רעקארד...
- פיילס
-
- Screenshot_20251124_195204_X.jpg (113.17 KiB) געזען געווארן 279 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
טראמפ האט אינטערגעשריבן א עקסעקוטיוו ארדער וואס באשטימט די 'מסלומענע ברודערהאד' אלס א טעראר ארגאניזאציע
- פיילס
-
- IMG_20251124_195359_710.jpg (41.41 KiB) געזען געווארן 276 מאל
-
נאסע שמאטעס
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 714
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
- x 1761
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
כהאב קיינמאל נישט געכאפט אז אונזער זונטאג געפאלט ביי די גויים מאנטאג...
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
מרת לומער שטרייכט אונטער אז די געשרייבאכטס נעמט נישט אריין די עיקר, קאטאר און טערקיי, די גרעסטע פאנדער'ס און דאונערס פאר דעם גרופע.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 7:56 pm טראמפ האט אינטערגעשריבן א עקסעקוטיוו ארדער וואס באשטימט די 'מסלומענע ברודערהאד' אלס א טעראר ארגאניזאציע
זעה דא
- פיילס
-
- IMG_20251124_195758_991.jpg (296.82 KiB) געזען געווארן 261 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
און די אפיציעלע אקאונט לייקענט שוין לגמרי....חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 23, 2025 10:18 pmדער דאוזדש מיניסטער ענפערט אז די ציל און אויפגאבע פון די עפישנסי דעפארטמענט גייט ווייטער אן, מען שפארט ווייטער און מען סטאפט די אביוז און שווענדעריי.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:19 pm רויטער'ס: דעפארטמענט אוו גאווערמענט עפישנסי (דאוזש) איז שוין פארמאכט. שטייענדיג 8 חדשים בעפאר ס'האט זיך געזאלט שליסן.
די ס"ה סכום וואס זיי האבן באוויזן צו שפארן איז - לויט זייער וועבזייטל - גאנצע 214 ביליאן דאלער...
קעי, ס'האט אים גענומען א טאג צו טרעפן די לאגין...
- פיילס
-
- IMG_20251124_204941_280.jpg (197.06 KiB) געזען געווארן 219 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
פאם באנדי מעלדט אז די יוסטיץ דעפארטמענט וועט אפילן דעם פסק.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 1:08 pm געריכט ארויסגעשליידערט קלאגע קעגן טראמפ' שונאים
viewtopic.php?p=221947#p221947
- פיילס
-
- 3000.jpg (192.73 KiB) געזען געווארן 216 מאל
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 8:10 pmמרת לומער שטרייכט אונטער אז די געשרייבאכטס נעמט נישט אריין די עיקר, קאטאר און טערקיי, די גרעסטע פאנדער'ס און דאונערס פאר דעם גרופע.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 24, 2025 7:56 pm טראמפ האט אינטערגעשריבן א עקסעקוטיוו ארדער וואס באשטימט די 'מסלומענע ברודערהאד' אלס א טעראר ארגאניזאציע
זעה דא
בעסער אן עדזשוקעיטעד חכם ווי איידער אן אנעדזשוקעיטעד שוטה
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
עריק טראמפ ברענגט אינז א גריס פון אמעריקע ביטקוין מינע. א גרויסע פעסילעטי ווי צענדליגע סערווערס פראדעצירן ביטקוין
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די פענטאגאן וויל שטעלן סענאטער קעילי פאר א מיליטערישע געריכט, פארן זאגן אזעלכע שרעקליכע דיבוריםחלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:11 pm א ענגע גרופע פון 5 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט, וועטעראנען פון די נעווי, ארמיי, עיר פארס, און CIA האבן רעקארדירט א קורצע ווידיאו בעטענדיג די זעלנער און שפיאנאזש אגענטן צו דורכשוויצן די שווערע צייט וואס זיי גייען דורך, מיט אן אדמיניסטראציע וואס צווינגט זיי צו רודפן די פשוטע בירגער, און זיי רופן צו איגנארירן באפעלן.
- פיילס
-
- IMG_20251124_220214_837.jpg (195.86 KiB) געזען געווארן 159 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
סי ען ען דערציילט אז די טראמפ אדמיניסטראציע וויל פון פריש אינטערוויוען 235,000 אימיגראנטן וואס זענען אריינגעקומען לעגאל אינטער ביידען
- פיילס
-
- images (8).jpeg (5.65 KiB) געזען געווארן 118 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די האוזינג מיניסטעריום האט היינט אנאנסירט א פרישע האטליין ווי מענטשן קענען פאר'מסר'ן אימיגראנטן אדער סיי וועלכע קרימינאלע אקטן אין פאבליק האוזינג.
- פיילס
-
- HUD-Logo.jpg (45.19 KiB) געזען געווארן 116 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
אין מאניאמאר האט די רעגירונג אריינגעווארפן בנינים וואס איז געניצט געווארן צו דורכפירן אנליין סקעמס.
- פיילס
-
- Screenshot_20251124_233334_Telegram.jpg (147.39 KiB) געזען געווארן 114 מאל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4995
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 37093
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
די פרעזידענט מיט א קלארע טבלה אז אלע תלמידים זאלן פארשטיין...
- פיילס
-
- 20251124_214653.jpg (126.99 KiB) געזען געווארן 111 מאל