► Show Spoiler
עסקן נמרץ האט געשריבן: ↑פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 12:57 pm
א גאר הערליכע שמחה האט אדורכגעריסן די קאנאדישע האריזאנט צווישן מאנטריאל און טאהש, לאמיר גיין אביסל על הסדר.
נעכטן נאכט איז פארגעקומען די שמחת הוואך נאכט אין טאהש קודש מיט די באטייליגונג פאר הונדערטע תושבים פון אלע עקן שטעטל, ווי די עולם האט זיך געשלענגלט אין לאנגע שורות איבערצוגעבן די ווארימע ברכות.
די וואך נאכט איז פארגעקומען אין שטוב פון האברך החשוב ר' אייזיק פרידמאן וואס האט בנדבת לבו הטוב צוגעשטעלט די גאנצע הויז מיט די צוגעהערן על צד היותר טוב.
א גאר רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן דורך האברך החשוב בנש"ק ר' משה לעבאוויטש וואס האט געהאט גאר א אינסטרומענטאלע חלק און ארויסהאלפן ר' יואל דוד'ן.
פייערליכע ריקודין האבן אויסגעבראכן פאר קרוב צו צווי שעה באגלייט דורך 'חברה זמרה', ווי יעדער האט אויסעגעבן זיינע הרגשים מיט ריקודין של מצוה בתופים ובמחולות.
אין א געשמאקע מינוט האט די בארימטע בדחן ר' שמעי' קליין גענומען די רשות הדיבור און משמח געווען דעם עולם בדברי חרוזים ובדחנות ביז אינמיטן די שפעטע נאכט שעות.
אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן א פלאטע פון יוצאים מיט עסקנים וואס זענען געקומען באשיינען די שמחה, ועל כולם הר"ר יצחק יואל קאשאני-שטערן וואס האלט יעצט אפ א בליץ באזוך אין קאנאדא צו באזוכן זיינע יוגנט פריינד.
באזונדער מיז דערמאנט ווערן די צוויי ראשי עסקנים אין קרית טאהש ה"ה ר' בערל קליין און ר' שלום פינחס באנדא וואס שטייען גרייט סיי ווען אימער ארויסצוהעלפן ר' יואל דוד מיט אלע אנדערע יוצאים.
א עקסטערע דאנק קומט זיך פאר ר' שמואל הערש טעלער וואס שטייט גרייט סיי ווען אימער צו העלפן וואס מ'קען נאר.
פאר די בא'חנ'טקייט פון די מעמד קומט זיך די פולע קרעדיט פאר ר' מרדכי ארגעל וואס האט אריינגעלייגט גאר א שטארקע שמחה אין די לופט.
אינמיטן די נאכט איז אנגעקומען א גאר חשובע גאסט לכבוד די שמחה, ה"ה ידידינו וידיד כל בית ישראל ספרא רבה ר' @שמואל פוקס וואס האט זיך מטריח געווען בטירחא דגופא צו זיין א חלק פון די שמחה.
היינט צופרי אום 8:15 האט זיך געשטעלט די ברית מנין אין ביהמ"ד סקווירא אין מאנטריאל מיט צענדליגע תושבי עיר מאנטריאל וואס זענען זיך געקומען באטייליגן אין די גרויסע שמחה.
די קינד איז אריין לבריתו של אברהם אבינו על ברכיו פון הגאון הגדול בעל חיי הלוי שליט"א, די מוהל איז געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, מיט די ברכות אין קריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הרה"ח ר' שלום אלטער שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'אברהם יצחק'.
דערנאך איז פארגעקומען א הערליכע סעודת ברית ווי די שמחה האט זיך שטארק דערקענט אויף אלע משתתפים.
ויהי"ר שמשמחה זו יושפע שפע רב לנו ולכל ישראל!!!
אה ווי נעמט מען די ווערטער צו באשרייבן די התרגשות'דיגע שמחה!!!
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!!1
תושבי קרית טאהש זענען מעיד אז אזא געהויבענע וואך נאכט איז נאך אין די היסטאריע פונעם שטעטל נישט געווען!!
מיט אירע הונדערטער משתתפים, רבנים ודיינים, געזאנגען און טענץ, בדחנות און גראמען, מאכלים ומשקאות, מתנות ונדבות, אלעס צוגעשטעלט פונעם שענסטן און בעסטן כאחד הנגידים אן דעם וואס דער בעל שמחה זאל דארפן זארגן אפילו איין זאך!
טרערן רינען מיר זיך דערמאנענדיג ווי מיט א קארגע פאר חדשים צוריק איז אן איינזאמע פארפאלק, אן א קרוב או גואל, אנגעקומען קיין קאנאדע, נישט וואוסנדיג פון די מינדעסטע, אבער איין זאך יא, זיי זענען גלייך געווארן ארומגענומען מיט ווארימע און געטרייע ברודער וואס האבן זיי פארזארגט מיט אלעם גוטן, מטה כסא שלחן ומנורה, און אלעס ארום, און ב''ה, יעצט שטייט מען דא ווען הונדערטער אידן פרייען זיך מיט, און יעדער וויל צולייגן א האנט און טוען וואס מ'קען ארויפצוברענגען א שמייכל אן א רואיגקייט פאר די גליקליכע עלטערן!!!
איך שפיר פאר א חיוב צו דערמאנען כאטש איין נאמען, הלא הוא העסקן הדגול הצדיק הגדול ר' אהרן הערש שרייבער הי''ו וואס יומם ולילה לא ישבות פאר די יוצאים בדמים תרתי משמע, ישלם ה' פעלו ותהי משכורתו שלמה מעם ה'!!
אן עקסטערע התרגשות איז געווען אין מאנטרעאל, וואו כמעשהו בטאהש כך מעשהו, ווי הונדערטער האבן געשטראמט צום שלו' זכר, שמחת הברית, ברית סעודה און זיך מיטגעפריידט בשמחה עילאה.
בלליבט נאר איבער צו וואונטשן פאר'ן אבי הבן ומשפ', שיזכו לגדלו ולחנכו לתורה לעבודה ''ולעבודת עבודה'' ולחופה ולמעשים טובים מתוך נחת והרחבת הדעת ושפע רב ברוחניות ובגשמיות!
(נ''א השי''ת זאל העלפן דאס קינד זאל זיין א מרכבה לשכינה, מיט אהבה ויראה, מיט ביקוש צו מקשר זיין צו די צדיקי אמת, ביטול צו צדיקי אמת, די אייגענע שכל לייגן אין מיסט, זיין דבוק אין די לימודים, אן קיין של''ה אדער בוךבוך רח''ל ונאמר אמן...)