אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 1:33 pm
דערמאנונג און קלארשטעלונג:
צוערשט א דערמאנונג, אז מען טאר נישט טראכטן שלעכטס אויף א איד. ביי א ת"ח שטייט 'שמא הרהור תשובה בלבו'. ביי א פשוטע איד איז דאס עכ"פ זיכער נוגע ווען ער/זיי האט/האבן זיכער א הרהור תשובה. כ"ש ווען מ'טוט מעשים בפועל צו תשובה טון.
דערנאך א קלארשטעלונג, אז ס'איז דא אויף דער וועלט גאלאנען פון אמת'ע ווייטאג, בארעכטיגטע ווייטאג, ריכטיגע טיפע ווייטאג, און קיין איינע פון די אלע האבן נישט זייער פלאץ אויף א ערליכע פארום ווי אידטיש. דאס נעמט גארנישט אוועק פון די ווייטאג, ס'איז נאר א מציאות אז די סארט ווייטאג באלאנגט נישט אויף א פובליק פארום. מיר האפן אלע אז די ווייטאג זאל זיך אויסגראדן, ווען די צייט וועט קומען פאר אלעמען זיך צו ערהוילן פונעם עבר אינגאנצן, קענען מפייס זיין וועמען מ'דארף, און זיך דורכקומען באהבה ואחוה ושלום וריעות.
דא אין דעם אשכול איז געווען אן אויסנאם פון רעדן אפן איבער עוולות פון יחידים, פאר איין איינציגע סיבה: ווייל דער דעת תורה האט געזאגט אז מ'דארף טון אלעס אין דער וועלט צו צוברעכן דעם מקום הרשע וואס הייסט "כת לב טהור". איינער וואס האט פארלאזט דעם כת, מיט גוטן אדער מיט בייזן, מיט'ן מחשבה אדער נאר מיט'ן מעשה, איז מצדינו - און מצד כלליות ישראל - אין א בחינה ווי דער רמב"ם זאגט עכשיו אהוב הוא וגו', מיר האבן אים ליב ווי יעדן איד, און דער היתר פון אויסגעבן ווייטאג ברבים איז אין קיין פאל מער נישט פארהאן. ווי געזאגט, מיר האפן אלע אז די ווייטאגן וועלן זיך אויסגראדן, נישט דורך אידטיש.
ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע שרייבער דא נישט צו ציען קיינעמס נערוון אויך נישט, מיט איבערגעטריבענע טיטלען וכדומה, ווייל דאס טריגערט אנדערע.
און ביטע מער נישט אויפברענגען די נושא הנ"ל בכלל, נאר באריכטן א פאוסט אויב פעלט זיך אויס.
ויה"ר אז דער זכות פון הצלת נפשות מישראל בס"ד זאל אונז אלע ביישטיין צום יום הדין, און אודאי די וועמען דער צוגאנג דא במשך די לעצטערע חדשים האט אזוי געשטערט הלמאי מען קאנטראלירט דא וויפיל מאל מען קען פרעגן א קושיא וכו'... איז דאך דער שוועריקייט זיכער א וואג אויפ'ן וואגשאהל... זאלן מיר אלע האבן א זיס יאר, תחל שנה וברכותיה.
@ברוינפן אדער יין און נאך. ...
רבי לעבן מען דארף פארשטיין מיט איינמאל זאגן !!!
איך זעה מען האט שוין דא געבעטן אזוי פיל מאל,
- נישט אריינמישן אנדערע זאכן (וואס מען איז זיך אליינס מתיר)
- נישט פראבירן צו דערגיין אידענטיטעט, פון מענטשן אדער קהילה וואס יענער וויל נישט זאגן.
- נישט צו זיך באציען אויפן
@לעכטיגע וועלט ס (און אנדערע ) פריוואטע מעשה.
דא איז נישט די פלאץ צו ניצן א היתר אויף אנדערע לשון הרע'ס כיוון דהיתרא היתרא.
ע"פ ספר חפץ חיים איז דא אן איסור לשון הרע ביז עס איז נתגלה ברבים אדער געווען עדות בבית דין. און דארט איז אויך דא פרטי הלכות....
און דעמאָלט דארף מען אויך האבן שכל ווי איין ווי אויס. שכל דרכיך יהיו לשם שמים.
נישט יעדער קען מדמה זיין מלתא למלתא און זיך מתיר זיין.
ברעגנטס נישט דא אריין די ענין פון אנדערע קהילות וואס עטס האט טענות אויף זיי, ווייל אין לדבר סוף.
נישט יעדער וואס האט נישט נמצא חן געווען ביי דיינע השגות איז א קולט.
און אז עס וועט זיין קלאר אז יא, ע"פ תורה, זאל מען מאכן אן באזונדערע טעמא דערפאר.
אז די דיין האט דיר מתיר געווען צו פארן שבת וועגן פיקוח נפש, מעגסטו נאכנישט אנצינדן מוזיק אויפן וועג, אדער אפשר גאר כאפן א ציגאר (לאמיר אריינכאפן בהיתר) אפשר גאר כאפן א טיש ערגעץ ווי.
עס איז דא מענטשן וואס זענען דא לתועלת.
אבער אנדערע שמעקט עס ווי זיי האבן ליב צו פלאטשקענען אין די בלאטע ווען די מאמע לאזט שוין איינמאל.
איך מיין נישט דיר מיט דאס אלעס. נאר וויבאלד די ברענגסט נאכאמאל וואס מען האט געבעטן אז נישט. ניץ איך אויס די געלעגנהייט אריינגעבן פאר אנדערע וואס דארפן עס יא הערן...
בבקשת מחילה מכל הקהל הקודש
יואל מארקוס
עפר אני תחת כפות רגליכם