כת לב טהור אין גוואטעמאלע
תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.

-
יואל מארקוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 44
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
- Location: ארץ ישראל
- x 376
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
המשך לשונו הקדוש
- פיילס
-
- Screenshot_2025-11-10-12-48-53-272_com.android.chrome-edit.jpg (542.35 KiB) געזען געווארן 2293 מאל
-
יואל מארקוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 44
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
- Location: ארץ ישראל
- x 376
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
המשך לשונו הקדוש
(וההגהות תפתח הספר ותראה)
(וההגהות תפתח הספר ותראה)
- פיילס
-
- Screenshot_2025-11-10-12-53-58-046_com.android.chrome-edit.jpg (243.39 KiB) געזען געווארן 2293 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אוודאי קען מען מאכן א טעות אין א ספעציפישע מעשה אדער ביי א געוויסע משפחה ווי אזוי צו באהאנדלעןמענדי קעניג האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 6:08 pmסא וואס קומסטו מיר זאגן אז סאיז קיינמאל נישט געווען אזא זאך פון חילוקי דעות ציווישן רבנים אדער עסקנים?? מאך נישט נאריש. עס איז אייביג גיווען אייביג דא אייביג וועט זיין.אהא האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 4:37 pmמיט כבוד און הערכה וועל איך דיר מסביר זייןמענדי קעניג האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 4:29 pm
כהאב שוין פריער געשריבן אז איך פערסנאל האב נישט קיין מיינונג איבער סענס אף יומער ווייל ער איז בלויז גיווען א שליח און א שרייבער.
אבער כזעה נישט וואס איז נישט גירעכט צו קומען מיט טענות אויף עהם אדער אויף אנדערע וואס האבן גיווען אינוואלף אין א לאנגע חדשים'דיגע פייט סיי מיט שרייבן פארן פאבליק סיי מיט טוהן מעשים וואס האבן שטענדיג גענימען איין ספיציפיג זייט פון די מערכה.
אין מיין אויגן איז עס נישט מער ווי גירעכט.
כבין זיכער אז יעדער וואס אין האט גענימען איין זייט איז גיווען גרייט אויף טענות און דיס-אגריען פון אנדערע און נאך אלץ געטוהן וואס זיי האבן געטוהן גלייבענדיג אז דאס איז די ריכטיגע שריט.
עס איז נאר דא איין זייט און דאס איז די זייט פון די תורה!!
די זייט וואס פרעגט רבנים און טוט ווי די תורה הייסט כדי צו ראטאווען אידישע נשמות
אגב איינע פון די גרעסטע עסקנים אין דעיע מערכה האט מיר גיזאגט חדשים צוריק, אז ער פארשטייט צו לב טהור נושא אסאך ווייניגער פון איינעם וואס איז בכלל נישט גיווען אנגענומען אלץ א עסקן. וואס אין אנדערע ווערטער ער איז מודה אז ער איז אפן יעדן טאג צו טוהן טעותים, אדער מעשים וואס אנדרע וועלן האלטן אז ער טוהט ראנג.
סאיז זייער פשוט סהאט נישט צו טוהן מיט זיין א עסקן אדער א פייטער סהאט צו טוהן מיט פארשטיין די פארקרומטע פארדרייטע מציאות וואס איז דא פארגיגאנגן במשך די לעצטע יאר און פארדעם.
אין מיין אויגן איז עס אפילו א שבח ווייל דאס ווייזט מיט וויפיל שווערקייטן האט דעיע עסקן געדילט יעדן טאג + גיווען גרייט אז אנדערע וועלן נאך קומען מיט טענות צו עהם.
אבער אין די זעלבע צייט עס מיינט נישט צו זאגן אז אויב סאיז דא אזעלכע וואס קומען מיט טענות אז זיי זענען נישט גירעכט.
איך האב געמיינט אז דו מיינסט איין זייט פון צוברעכן לב טהור אויף דעם האב איך געזאגט אז עפי תורה איז נישטא קיין צוויטער זייט
אבער אוודאי דרכי הפעולה איז דא אסאך וועגן און אמאל איז מען טועה
כל טוב
- גארנישט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: קרית בבל החריבה
- x 1742
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@יואל מארקוס מאך זיך נישט תם'עוואטע, דו ווייסט גאנץ גוט אז די סור מרע ועשה טוב איז א זיוף...
(נישט קיין ווערטל אזוי האט מען געזאגט אין לב טהור)

ששש... איך האב גארנישט געזאגט
-
שעפעריש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 117
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
- Location: Monsey
- x 998
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שלום עליכם הרב @יואל מארקוס
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 977
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1898
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
פארוואס קומסטו נישט אריין מיטן אראנזשע ניק?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די עדמין דארף טוישן די קאליר פון זיין ניק.תורה ויראה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 9:51 am
שלום עליכם! שטארקע ווערטער דעיס,
פארוואס קומסטו נישט אריין מיטן אראנזשע ניק?
@אסמכתא בעלמא
ברלנד
- ז'וריקער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 94
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
- Location: אין גלות
- x 501
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הערט זיך אביסל אסאך ווי א פלאץ וואס איך קען, האבנדיג דארט נאנטע משפחה מיטגלידער, עס איז א פחד...לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:44 pmהאט מען דיר געהונגערט?יעקב דוד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 10:31 amכגיי נישט אוועקמאכן אויב האסט זיך געשפירט באצוימט און א געוויסע קהילה אבער לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות אויב מען איך.לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 7:38 am שלום עליכם חבירים, ידידים, קרובים.
איך בין 'ניי צום טיש'.
זייט די פרשה פון ל''ט, בין איך געוואר געווארן פון אידטיש. איך האב נאר געליינט אבער זיך נישט איינגעשריבן, ווייל איך זיך נישט סתם אזוי צו שרייבן.
אבער ווען @לויטערע הימל און @משה יוסף מנחם העלבראנץ האט אנגעהויבן צו שרייבן האב איך געזעהן אז רוב עולם פארשטייט נישט די נושא.. איך האב מיר דעמאלטס איינגעשריבן (דריי וואכן צוריק) און איך בין ערשט יעצט געווארן אפראווד..
איך קען זאגן אז איך בין פון די איינציגסטע דא אויפן טיש וואס פארשטייט זיך מיט יענע חברה, ווייל.. איך בין אויך געווען אין א קולט.. טאקע נישט ל''ט, אבער אן אנדערע קולט, און איך ווייס פונקטליך די מהלך ווי אזוי זיי פארדרייען די מח..
עס איז שווער צו שרייבן אויף זאכן וואס זענען געווען דריי וואכן צוריק. ממילא וועל איך קאמענטירן פון יעצט אויף ווייטער. און און אויב איינער האט א שאלה וואס ער וויל פארשטיין, 'ווי אזוי האט מען געקענט אזוי טראכטן' אדער 'עס איז חילול שבת' א. ד. ג. וועל איך פראבירן צו ענטפערן. נאכאמאל, 'ענטפערן' נישט 'פארענטפערן'. איך גיי נישט 'פארענטפערן' רשעות און אכזריות, איך קען אבער יא געבן צו 'פארשטיין' ווי אזוי עס ארבעט.
האט מען דיר געהונגערט?
איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?
און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?
האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?
איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?
ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד
אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?
וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
געהונגערט? ניין. אבער יעדע זאך וואס איך האב געגעסן עקסטער האב איך געדארפט באצאהלן א קנס פאר העכערע פון מיר... תאוות אכילה..
אויך איז יעדע שטיק צייט ארויסגעקומען א נייע גזירה וואס מ'טאר נישט עסן ווייל ס'איז נישט כשר. ווי למשל פלייש, פיש, (פארשטייט זיך נאר ווער עס וויל זיין ערליך.. מ'צווינגט נישט קיינעם..)
איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?
ווער עס האט נישט געגעבן אסאך געלט האט געמיינט אז די 'אידישקייט' און די 'לעבן' איז אים נישט גענוג וויכטיג.. און ער גייט אנקומען אין נישט א גוטע פלאץ..
און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?
איך בין נאכנישט אין די גיל פון טון שידוכים, אבער מענטשן דארטן טוען נישט קיין שידוך ביז מ'טרעפט איינעם פון 'דעם' פלאץ, אדער איינער וואס איז זייער נאנט צום פלאץ.. און נעבעך ווען איינער קען נישט ווארטן זייער לאנג און ער מאכט חתונה מיט א 'דרויסענדיגער' איז ער אראפגעקוקט און שפירט זייער נישט צופרידן מיט זיין חתן/כלה. ליידער האט ער 'געמוזט' נעמען איינער וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און ער האפט און מתפלל צום אויבערשטן אז יענער זאל איינזעהן די אמת..
האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?
אוועקנעמען בפועל נישט, אבער זאגן פאר מיר אז מיינע עלטערן זענען.. און זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זיי רעדן.. און אז איך זאל נישט רעדן צו זיי.. דאס יא!!
און זאגן פאר מיינע קינדער אז מ'טאר נישט אויסהערן די טאטע ווייל דאס וואס די טאטע זאגט איז נישט די אמת'ע וועג.. ווייל די טאטע האט נאכנישט גענוג אוועקגעלייגט די דעת.. דאס יא!!
איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?
אפיציעל טאר מען נישט קישן א קינד ווייל ס'איז תאוות.. אויב די קישט גייט מען דיר נישט ארויסווארפן אבער די ווערסט פון די נעבעכדיגע אראפגעקוקטע וואס גייען אנקומען אין גיהנום..
ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד
מלקות יא, (אסאך מאל), ברבים נישט. און איך קען אויך נישט אלעס שרייבן ברבים. יא תעניתי דיבור..
אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?
ווייטער די זעלבע זאך.. אויב מ'גייט נישט מיט %100 פראצענט גייט מען צום טויט און צום גיהנום און נעבעך נעבעך אז די קומסט נישט דאווענען דארט..
וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
ברוך ה' איך בין ארויס מיט מיין ווייב און קינדער אבער איך האב פארלוירן אלע חבירים און משפחה וואס זענען נאך דארט..
זיי זאגן מיר א גוט מארגן און גוטע נאכט וזה הוא.. חס ושלום צו רעדן מיט א חסיד שנפל.. און איינער וואס האט פארדרייטע השקפות..
איין זאך האב איך יא געוואלט צולייגן, אויב האב איך טאקע מכוון געווען צו די מקום וואס די רעדסט פון, איז דא נאך א ענדליכקייט צו לב טהור, און דאס איז אז די ראש דארט היט פארשטייט זיך נישט גארנישט פון די אלע מדריגות וואס מען פלוידערט דארט, און אויב עפעס פארקערט, ער פירט א היבש פראסטע לעבנס שטייגער, אבער אלע אנגעשלאסענע/גלויביגע דארפן חתמנען אז מען גייט נישט מהרהר זיין אחר רבו און ער איז זיכער מתקן אלעס פאר ביאת המשיח מיטן זיך אויפ'פירן אזוי...
אזוי ווי די זאגסט, א לב טהור כמו בימי ארז....
...Thank you for your attention to this matter
- ז'וריקער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 94
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
- Location: אין גלות
- x 501
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
און ווער זאגט אז ער איז עס??תורה ויראה האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 9:51 amשלום עליכם! שטארקע ווערטער דעיס,► Show Spoiler
פארוואס קומסטו נישט אריין מיטן אראנזשע ניק?
...Thank you for your attention to this matter
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קיינער האט עס נישט געזעהןממעמקים האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:54 amוואו האסטו געזעהן אז איינער דא איז יעצט נייגעריג צו פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס?לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 amאיך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)
איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.
איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
אזויפיל זעהט מען יא ווי מען טרייט אים אינטערצורייסן בלויז פארן חטא פון אהער קומען שרייבן.
-
לעכטיגע וועלט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 42
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
- Location: Upstairs
- x 241
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שכח פארן זיך אנעמען פאר מיר, עס מאכט מיר גוט אויפן הארץ.קרישקע האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:04 amקיינער האט עס נישט געזעהןממעמקים האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:54 amוואו האסטו געזעהן אז איינער דא איז יעצט נייגעריג צו פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס?לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 am
איך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)
איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.
איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
אזויפיל זעהט מען יא ווי מען טרייט אים אינטערצורייסן בלויז פארן חטא פון אהער קומען שרייבן.
אבער @ממעמקים האט מסתם געמיינט צו רעדן מיט אפשיי אקעגן די קולט פיהרער, אפשר האט ער געמיינט אז איך זיך צו מסביר זיין זייער צד..
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 428
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1405
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איז אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס א קולט מעמבער שפירט נישט ווען ער איז מצער א צווייטן?לעכטיגע וועלט האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 amאיך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)
איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.
איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שלום עליכם ר׳ יואל יהא בואכם לברכהיואל מארקוס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 5:40 amאנטשולדיגטפערל פיסקעל האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:04 pm לויט ווי הרב העכט האט שוין מסביר געווען אפאר מאל איז די עיקר שפיץ נקודה פון א קולט אז מען נעמט צו דיין דעת,
זאלסט נישט מאכן קיין שום החלטות
וואס דאס איז א סוויטש און מח און נאכדעם קען עס גיין ערגער און ערגער טויזענטער מדריגות
אבער סאיז נישט געמאסטען ווי ווייט די עיניום גייען דאס איז שוין אויף אן עקסטרעמע וועג,
די רגע וואס עס געפינט זיך אזא מקום וואס ווערט געפירט אויף אזא אופן אז מען געבט אויף די דעת
און מען ווערט פארשוואוירען פאר א פלאץ אויף א עקסטרעמע וועג, איז עס א פראבלעם
פארשטייט זיך אז עס איז א סכנה אנצוקומען צו די ערגסטע רח"ל אזוי ווי מען האט זיך איבערצייגט בעבר,
ביי אלע אנדערע קולטס אז און אנהייב איז עס נישט געווען אזוי געפערליך
נאר די יסוד איז די אויפגעבען די דעת און אויפהערן צו מאכן החלטות.
און וויבאלט עס געפינט זיך אפאר אזעלעכע מקומות בתוכינו צווישן אונזער היימישע עולם איז עס א פראבלעם.
נישט אינגאנצן גערעכט. דאס איז נאר איינע פון די עיקר סימפטאמס.
אבער עס פעהלט נאך אין דאס אליינס די גדר 'ווי ווייט'.
אויב נאר מיט דעם, איז יעדע איד א קולט, און אוודאי אזעלכע פלעצער ווי חבד'סקער בעלזער און נאך וואס זענען זייער שטארק מיט 'וואס די רבי האט געזאגט ' אויך א קולט.
אלא מאי, ס'איז דא א כלל ביי דעם. המקובל מפי רבותינו הקדושים.
(ולא דעת האומות , שלשיטתם אפילו א דיין אויף שמלה איז א קולט)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין עפעס דא מיט לב טהור און מיט סתם קולטס:
יעדער מין האנושי אין די וועלט באלאנגט צו ווערן ברעינוואשט פון אלס קינד, אלע קינדער אין די וועלט ווערן געפייניגט דורך די עלטערן זיי מחנך צו זיין, איינער מער און איינער ווייניגער. דאס איז דער סדר הבריאה. אן אמעריקאנער וואקסט אויף אז דער רוסישער זענען רשעים, און אזוי אויך פארקערט. אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, ביז אז אין סאטמאר וואקסט מען אויף אז די ציונים זענען טריפה און ביי די ציונים וואקסט מען אויף אז די אנטי ציונים זענען טריפה.
און יעדער וואס קומט אן צו א פרעמדע ״דרויסנדיגע״ פלאץ קען מען זיך הרגנען פאר געלעכטער ווי נאריש און מצומצם ער האט געלעבט ביז יעצט, אז נאר דארט ווי ער לעבט איז די ריכטיגע.
אן אריינצוגיין אין די שאלה ״פון וואו ווייסט מען טאקע ווער עס איז גערעכט?״, דארף מען אבער וויסן אז עס איז אומעטיש און קעגן די חוקי הבריאה צוצונעמען קינדער, צעטיילן משפחות, פון וועם דו האלטסט אז זיי וואקסן אויף ראנג. ווייל אם כן אין לדבר סוף. באלד וועט די רעגירונג אוועקכאפן דיינע קינדער ווייל דו פייניגסט זיי, לשיטתם אז א ריכטיגע חינוך הייסט ווען מען לערנט ענגליש אגאנצן טאג.
יעדער האט רעכט צו ברעינוואשן זיינע קינדער, און יעדע פלאץ, ווי אינטערעסאנט און מאדנע זייערע שיטות זאלן זיין, האט רעכט צו עקזיסטירן.
די ״איינציגסטע״ פראבלעם איז, ווען מען פייניגט מיט רציחה ושפיכות דמים מיט ״אומדערהערטע״ עינויים אלס רעזולטאט פון די דעות. עס איז נישט קיין רוחניות׳דיגע פראבלעם, עס איז א גשמיות׳דיגע פראבלעם. דו נעמסט א בעל חי וואס איז פון מיין מין (מענטש) און דו פייניגסט אים מיט אומדערהערטע עינויים.
וואס מיינט אומדערהערט? פשוט, וואס מען טרעפט נישט ביי 90 פראצענט קולטורן פון די טויזנטער קולטורן אין די וועלט. וועסט מיר טרעפן אז אויף די בערג צווישן אינדיע און פאקסיטאן שנייד מען אפ פינגערס פון קינדער, וועט עס נאך אלץ הייסן געפייניגט. די מענטשהייט, רוב מענטשהייט - אן קיין שייכות צו זייער אפשטאם אדער רעליגיע - איז דער וואס באשלוסט וואס ס׳הייסט געפייניגט.
נישט לערנען די שפת המדינה טרעפט מען ביי טויזנטער קולטורן, טראכטן אז משיח גייט קומען נאר צו מיר איז אויך נישט קיין שום פראבלעם.
כאפט מען א שמועס מיט די יוצאי לב טהור, און ס׳ווערט נתגלה די עינויים דארט, וואס מען טרעפט נישט אין ערגעץ ביי דער בעל חי וואס הייסט ״מענטש״! דאס פארלאנגט אויסדרוקליך אוועקצוכאפן פון דארט די קינדער און עלטערן כל עוד נשמותיהם בם.
אלץ א פועל יוצא דארף מען חרוב מאכן די גאנצע אידעאלאיגע פון לב טהור, מאכן ליצנות דערפון בליצונותא דעבודה זרה, מגלה זיין פאר די וועלט די סודות פון דארט, און אפהאלטן יעדער וואס טראכט אהינצוגיין. נישט ווייל זיי טארן נישט האלטן וואס זיי ווילן, מיר זענען נישט בעל הבית אויף יענעמס דעות!
נאר ווייל די דעות האבן געברענגט די שרעקליכע רציחות ושפיכות דמים אויף אומשולדיגע נפשות, דארף מען די דעות עוקר מן השורש זיין.
מ׳דארף אבער געדענקען אז דאס ליצנות מאכן איז נישט די מטרה דא, ווייל די ליצנות קען מען אלעמאל אפפרעגן. ווען א סאטמארער קומט אן צו די מתנחלים לאכט מען אויך פון אים אז ער האט געמיינט אז נאר צו אים גייט משיח קומען...
די מטרה איז פשוט: זאל זיך ענדיגן די שפיכות דמים פון די לעצטע 30 יאר איינמאל פאר אלעמאל, אויף 1) מענטשן, 2) אידן, 3) וואס קומען פון היימישע שטובער!
אפרייסן די נעגל פון די רוצחים בצורת אדם פון אונזערע ברודער!

וואס טוט זיך מיט די צוויי טעכטער פון דער חכם? זייערע קאורט קעיס האט געדארפט צו זיין אין אקטאבאר. זענען זיי נאך אין די שעלטערס?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
און וואס טוט זיך בכלל אינעם עיר הבירה בבל השמעטירה?
ווער צאלט די בילס?
ווער דאגה'ט אויף עסן?
ווער טראגט ארויס די גארבידזש?
געשמועסט האט מען אז איינמאל די דריי חברי הנהלה דעפעקטירן איז עס נאר א שאלה פון געציילטע טעג ביז דער גאנצע שטעטל פאלט טאטאל צאם.. האבן זיי טאקע דעפעקטירט ?

שוין געגאנגען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 313
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
- Location: Ny
- x 608
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סאיז דא אנדער עסקים דארט אזוי י"ר מיט אנדערשמבקש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:41 pm און וואס טוט זיך בכלל אינעם עיר הבירה בבל השמעטירה?
ווער צאלט די בילס?
ווער דאגה'ט אויף עסן?
ווער טראגט ארויס די גארבידזש?
געשמועסט האט מען אז איינמאל די דריי חברי הנהלה דעפעקטירן איז עס נאר א שאלה פון געציילטע טעג ביז דער גאנצע שטעטל פאלט טאטאל צאם.. האבן זיי טאקע דעפעקטירט ?
-
פעסטער
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 11:00 am
- Location: new york
- x 5
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס טוט א מאן וואס זיין רעבעצין איז נאך אין די קולט? וכן להיפוך. האט ער א וועג וויאזוי איר מסביר צו זיין די זאך? געבט מען גענוג הדרכה פאר מענער וואס זייערע פרויען זענען נאך דארטן?
-
פערל פיסקעל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 27
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:35 pm
- x 62
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געהערט אז די אב"ד מיט די ר"מ זענען און כנישתא חדאמבקש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:41 pm און וואס טוט זיך בכלל אינעם עיר הבירה בבל השמעטירה?
ווער צאלט די בילס?
ווער דאגה'ט אויף עסן?
ווער טראגט ארויס די גארבידזש?
געשמועסט האט מען אז איינמאל די דריי חברי הנהלה דעפעקטירן איז עס נאר א שאלה פון געציילטע טעג ביז דער גאנצע שטעטל פאלט טאטאל צאם.. האבן זיי טאקע דעפעקטירט ?
איינער האט מער פרטים?
-
ברוך אברהם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 109
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
- x 437
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קען זיין....פערל פיסקעל האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 2:03 pmגעהערט אז די אב"ד מיט די ר"מ זענען און כנישתא חדאמבקש האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:41 pm און וואס טוט זיך בכלל אינעם עיר הבירה בבל השמעטירה?
ווער צאלט די בילס?
ווער דאגה'ט אויף עסן?
ווער טראגט ארויס די גארבידזש?
געשמועסט האט מען אז איינמאל די דריי חברי הנהלה דעפעקטירן איז עס נאר א שאלה פון געציילטע טעג ביז דער גאנצע שטעטל פאלט טאטאל צאם.. האבן זיי טאקע דעפעקטירט ?
איינער האט מער פרטים?
נעכטן האב איך משלים געווען מנין אין בבל, מיטן ריש מתיבתא און די אב"ד צוזאמען.
-
ברוך כבוד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 109
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
- Location: קעטסקילס
- x 417
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נו... @ברוך אברהם וואס ביסטו שטיל?... קום אריין מיט א פולע און ברייטע באריכט!!!ברוך אברהם האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 2:07 pmקען זיין....► Show Spoiler
נעכטן האב איך משלים געווען מנין אין בבל, מיטן ריש מתיבתא און די אב"ד צוזאמען.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א איד רעדט נישט אזוי, די געדאנקענגאנג איז געבויט אויף ליבעראלע כפירה יסודותמעלבער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:08 pm עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין עפעס דא מיט לב טהור און מיט סתם קולטס:
יעדער מין האנושי אין די וועלט באלאנגט צו ווערן ברעינוואשט פון אלס קינד, אלע קינדער אין די וועלט ווערן געפייניגט דורך די עלטערן זיי מחנך צו זיין, איינער מער און איינער ווייניגער. דאס איז דער סדר הבריאה. אן אמעריקאנער וואקסט אויף אז דער רוסישער זענען רשעים, און אזוי אויך פארקערט. אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, ביז אז אין סאטמאר וואקסט מען אויף אז די ציונים זענען טריפה און ביי די ציונים וואקסט מען אויף אז די אנטי ציונים זענען טריפה.
און יעדער וואס קומט אן צו א פרעמדע ״דרויסנדיגע״ פלאץ קען מען זיך הרגנען פאר געלעכטער ווי נאריש און מצומצם ער האט געלעבט ביז יעצט, אז נאר דארט ווי ער לעבט איז די ריכטיגע.
אן אריינצוגיין אין די שאלה ״פון וואו ווייסט מען טאקע ווער עס איז גערעכט?״, דארף מען אבער וויסן אז עס איז אומעטיש און קעגן די חוקי הבריאה צוצונעמען קינדער, צעטיילן משפחות, פון וועם דו האלטסט אז זיי וואקסן אויף ראנג. ווייל אם כן אין לדבר סוף. באלד וועט די רעגירונג אוועקכאפן דיינע קינדער ווייל דו פייניגסט זיי, לשיטתם אז א ריכטיגע חינוך הייסט ווען מען לערנט ענגליש אגאנצן טאג.
יעדער האט רעכט צו ברעינוואשן זיינע קינדער, און יעדע פלאץ, ווי אינטערעסאנט און מאדנע זייערע שיטות זאלן זיין, האט רעכט צו עקזיסטירן.
די ״איינציגסטע״ פראבלעם איז, ווען מען פייניגט מיט רציחה ושפיכות דמים מיט ״אומדערהערטע״ עינויים אלס רעזולטאט פון די דעות. עס איז נישט קיין רוחניות׳דיגע פראבלעם, עס איז א גשמיות׳דיגע פראבלעם. דו נעמסט א בעל חי וואס איז פון מיין מין (מענטש) און דו פייניגסט אים מיט אומדערהערטע עינויים.
וואס מיינט אומדערהערט? פשוט, וואס מען טרעפט נישט ביי 90 פראצענט קולטורן פון די טויזנטער קולטורן אין די וועלט. וועסט מיר טרעפן אז אויף די בערג צווישן אינדיע און פאקסיטאן שנייד מען אפ פינגערס פון קינדער, וועט עס נאך אלץ הייסן געפייניגט. די מענטשהייט, רוב מענטשהייט - אן קיין שייכות צו זייער אפשטאם אדער רעליגיע - איז דער וואס באשלוסט וואס ס׳הייסט געפייניגט.
נישט לערנען די שפת המדינה טרעפט מען ביי טויזנטער קולטורן, טראכטן אז משיח גייט קומען נאר צו מיר איז אויך נישט קיין שום פראבלעם.
כאפט מען א שמועס מיט די יוצאי לב טהור, און ס׳ווערט נתגלה די עינויים דארט, וואס מען טרעפט נישט אין ערגעץ ביי דער בעל חי וואס הייסט ״מענטש״! דאס פארלאנגט אויסדרוקליך אוועקצוכאפן פון דארט די קינדער און עלטערן כל עוד נשמותיהם בם.
אלץ א פועל יוצא דארף מען חרוב מאכן די גאנצע אידעאלאיגע פון לב טהור, מאכן ליצנות דערפון בליצונותא דעבודה זרה, מגלה זיין פאר די וועלט די סודות פון דארט, און אפהאלטן יעדער וואס טראכט אהינצוגיין. נישט ווייל זיי טארן נישט האלטן וואס זיי ווילן, מיר זענען נישט בעל הבית אויף יענעמס דעות!
נאר ווייל די דעות האבן געברענגט די שרעקליכע רציחות ושפיכות דמים אויף אומשולדיגע נפשות, דארף מען די דעות עוקר מן השורש זיין.
מ׳דארף אבער געדענקען אז דאס ליצנות מאכן איז נישט די מטרה דא, ווייל די ליצנות קען מען אלעמאל אפפרעגן. ווען א סאטמארער קומט אן צו די מתנחלים לאכט מען אויך פון אים אז ער האט געמיינט אז נאר צו אים גייט משיח קומען...
די מטרה איז פשוט: זאל זיך ענדיגן די שפיכות דמים פון די לעצטע 30 יאר איינמאל פאר אלעמאל, אויף 1) מענטשן, 2) אידן, 3) וואס קומען פון היימישע שטובער!
אפרייסן די נעגל פון די רוצחים בצורת אדם פון אונזערע ברודער!
מיר קומען אלס אידן צו העלפן אידן וואס האבן באמת געוואלט מיט אן אמת דינען דעם אייבערשטען מיט מסירות נפש און זענען ליידער אזוי פארנארט געווארען מיט גאר קרומע דרכים
די שפיכות דמים האט נאר געעפענט א פתח אנצוקומען צו זיי בשעת צרתם און זיי צו העלפן. אבער אוודאי ווען וועלט איז וועלט, און די רבנים חכמי הדור האבן ווען די כח הראוי להם על פי תורתינו הק׳ דארף מען ווען טון די זעלבע צו אלע אנדערע כתות מסוכנות בתוכינו
ולבער קוצים מכרם בית ישראל
-
העלאו בעלאו
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 200
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
- Location: Brooklyn
- x 393
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך דיסעגרי שטארק מיט דיין מיינונג וואס די פראבלעם איז דא.מעלבער האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:08 pm עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין עפעס דא מיט לב טהור און מיט סתם קולטס:
יעדער מין האנושי אין די וועלט באלאנגט צו ווערן ברעינוואשט פון אלס קינד, אלע קינדער אין די וועלט ווערן געפייניגט דורך די עלטערן זיי מחנך צו זיין, איינער מער און איינער ווייניגער. דאס איז דער סדר הבריאה. אן אמעריקאנער וואקסט אויף אז דער רוסישער זענען רשעים, און אזוי אויך פארקערט. אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, ביז אז אין סאטמאר וואקסט מען אויף אז די ציונים זענען טריפה און ביי די ציונים וואקסט מען אויף אז די אנטי ציונים זענען טריפה.
און יעדער וואס קומט אן צו א פרעמדע ״דרויסנדיגע״ פלאץ קען מען זיך הרגנען פאר געלעכטער ווי נאריש און מצומצם ער האט געלעבט ביז יעצט, אז נאר דארט ווי ער לעבט איז די ריכטיגע.
אן אריינצוגיין אין די שאלה ״פון וואו ווייסט מען טאקע ווער עס איז גערעכט?״, דארף מען אבער וויסן אז עס איז אומעטיש און קעגן די חוקי הבריאה צוצונעמען קינדער, צעטיילן משפחות, פון וועם דו האלטסט אז זיי וואקסן אויף ראנג. ווייל אם כן אין לדבר סוף. באלד וועט די רעגירונג אוועקכאפן דיינע קינדער ווייל דו פייניגסט זיי, לשיטתם אז א ריכטיגע חינוך הייסט ווען מען לערנט ענגליש אגאנצן טאג.
יעדער האט רעכט צו ברעינוואשן זיינע קינדער, און יעדע פלאץ, ווי אינטערעסאנט און מאדנע זייערע שיטות זאלן זיין, האט רעכט צו עקזיסטירן.
די ״איינציגסטע״ פראבלעם איז, ווען מען פייניגט מיט רציחה ושפיכות דמים מיט ״אומדערהערטע״ עינויים אלס רעזולטאט פון די דעות. עס איז נישט קיין רוחניות׳דיגע פראבלעם, עס איז א גשמיות׳דיגע פראבלעם. דו נעמסט א בעל חי וואס איז פון מיין מין (מענטש) און דו פייניגסט אים מיט אומדערהערטע עינויים.
וואס מיינט אומדערהערט? פשוט, וואס מען טרעפט נישט ביי 90 פראצענט קולטורן פון די טויזנטער קולטורן אין די וועלט. וועסט מיר טרעפן אז אויף די בערג צווישן אינדיע און פאקסיטאן שנייד מען אפ פינגערס פון קינדער, וועט עס נאך אלץ הייסן געפייניגט. די מענטשהייט, רוב מענטשהייט - אן קיין שייכות צו זייער אפשטאם אדער רעליגיע - איז דער וואס באשלוסט וואס ס׳הייסט געפייניגט.
נישט לערנען די שפת המדינה טרעפט מען ביי טויזנטער קולטורן, טראכטן אז משיח גייט קומען נאר צו מיר איז אויך נישט קיין שום פראבלעם.
כאפט מען א שמועס מיט די יוצאי לב טהור, און ס׳ווערט נתגלה די עינויים דארט, וואס מען טרעפט נישט אין ערגעץ ביי דער בעל חי וואס הייסט ״מענטש״! דאס פארלאנגט אויסדרוקליך אוועקצוכאפן פון דארט די קינדער און עלטערן כל עוד נשמותיהם בם.
אלץ א פועל יוצא דארף מען חרוב מאכן די גאנצע אידעאלאיגע פון לב טהור, מאכן ליצנות דערפון בליצונותא דעבודה זרה, מגלה זיין פאר די וועלט די סודות פון דארט, און אפהאלטן יעדער וואס טראכט אהינצוגיין. נישט ווייל זיי טארן נישט האלטן וואס זיי ווילן, מיר זענען נישט בעל הבית אויף יענעמס דעות!
נאר ווייל די דעות האבן געברענגט די שרעקליכע רציחות ושפיכות דמים אויף אומשולדיגע נפשות, דארף מען די דעות עוקר מן השורש זיין.
מ׳דארף אבער געדענקען אז דאס ליצנות מאכן איז נישט די מטרה דא, ווייל די ליצנות קען מען אלעמאל אפפרעגן. ווען א סאטמארער קומט אן צו די מתנחלים לאכט מען אויך פון אים אז ער האט געמיינט אז נאר צו אים גייט משיח קומען...
די מטרה איז פשוט: זאל זיך ענדיגן די שפיכות דמים פון די לעצטע 30 יאר איינמאל פאר אלעמאל, אויף 1) מענטשן, 2) אידן, 3) וואס קומען פון היימישע שטובער!
אפרייסן די נעגל פון די רוצחים בצורת אדם פון אונזערע ברודער!
לפענ"ד דעפיינד מען א קולט ביי איין שורה, ווי באלאנגט דיין מוח? צו לאזט מען דיך אליינס טראכטן? אדער לערנט מען דיך אויס נישט צו טראכטן.
יעדע חסידות האט זיך זיינע שיטות און זיינע מהלכים אבער זענען דיך עס מסביר אויף א לאגישע מהלך סאטמאר איז מסביר די פראבלעם פון ציונית געבויט אויף ספרים ברסלו טענה'ט אז שמחה איז די זאך געבויט אויף זייערע ראיות.
א קהילה וואס קומט זאגן אז די מנהיג האט אזוי באשלאסן אז היינט גייט מען אזוי אפיציעל מיט לייגט מען ארויס א סיבה אבער ווען מען טשעלענטשט עס קומט א סעריע מעניפילעשן נישט קיין חילוק וועלכע פארעם, צו דורך ליצנות צו דורך כאריזמאטשקייט צו דורך טעראר, דאס איז א קולט! דיין מוח רעדט נישט אריין און דיין לעבן! מען לאזט דיך נישט טראכטן! אפילו די קולט פירער איז א וואוילער מענטש און נוצט נישט טעראר איז עס פונקט אזוי א ריזיגע פראבלעם, וויבאלד איינמאל ער איז באלבוס אויף דיין מוח און דו האסט פארגעסן וויאזוי מען נוצט אליינס די שכל קען ער מארגן אנהייבן צו טון טעראר און קיינער גייט נישט אוועקגיין, אדער אנהייבן גיין קעגן דו תורה און יעדער גייט דארט בלייבן.
געווענליך גייט א קולט פראמאטען סטופיד זאכן וואס מען קוקט אפיציעל אויס ווי א חוזק ווען מען טוט עס און מען מוז האבן א אונטערלאנער אז איך פאלג אים, ווייל אליינס מאכט עס נישט קיין סענס נאר איז בושות.
כמעט יעדע קולט האט זיך אנגעהויבן אן טעראר אבער מיט די נקודה אז דו הער אויף טראכטן, און נאר שפעטער האט זיך עס געטוישט צו טעראר.
און גראדע דו נקודה פון נישט טראכטן איז אליינס א ריזיגע פראבלעם פאר זיך אפילו עס קומט קיינמאל נישט צו קיין טעראר, עס איז כאילו מען הרגעט די מענטש גייסטיש.
-
דעתי
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 21, 2025 4:42 pm
- Location: Williamsberg
- x 19
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
רבותי Cult איז א ווארט פאר גוים, אונז אידן האבן א תורה (שבכתב ובעל פה ומסורה) פונם אייבערשטער מיט פינקלעכע אינסטראקשענז פאר אונזערע יארן אויף דער וועלט, פינטל.
עס אוז דא א כלל אז ווען מען האט א ספק אויף א פירונג קוקט מען אויף די תוצאות, ווייל עבירה גוררת עבירה. דא ביי ל"ט האט מען גאר גיט געזען ל"ע די גוררת עבירה,די זעלבע דארף מען קוקן אויף א אלע גרופעס וואס מען האט נאך א ספק.
עס אוז דא א כלל אז ווען מען האט א ספק אויף א פירונג קוקט מען אויף די תוצאות, ווייל עבירה גוררת עבירה. דא ביי ל"ט האט מען גאר גיט געזען ל"ע די גוררת עבירה,די זעלבע דארף מען קוקן אויף א אלע גרופעס וואס מען האט נאך א ספק.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אט אזוי! נישט געקענט בעסער זאגן.דעתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 3:30 pm רבותי Cult איז א ווארט פאר גוים, אונז אידן האבן א תורה (שבכתב ובעל פה ומסורה) פונם אייבערשטער מיט פינקלעכע אינסטראקשענז פאר אונזערע יארן אויף דער וועלט, פינטל.
עס אוז דא א כלל אז ווען מען האט א ספק אויף א פירונג קוקט מען אויף די תוצאות, ווייל עבירה גוררת עבירה. דא ביי ל"ט האט מען גאר גיט געזען ל"ע די גוררת עבירה,די זעלבע דארף מען קוקן אויף א אלע גרופעס וואס מען האט נאך א ספק.
קולט איז נישט א כישוף-ווארט וואס איז מתיר אלעס, עס איז א גוטע ווארט פאר די לעקסיקאן צו פארשטיין וואס ס׳גייט פאר, אבער ווען עס קומט צו טון מעשים פירט מען זיך וויאזוי מען דארף זיך פירן.
סאטמאר האט קיינמאל נישט (עכ״פ אפעציעל...) געחלומט פון גיין צו אלע ציונים און אוועקנעמען קינדער פון דארט... הלמאי, ממש עבודה זרה! די תורה האט געהייסן בטל מאכן עבודה זרה... (איך רעד נישט פון פרשת יוסעלע שוכמאכער וואס דארט זענען געווען צוויי צדדים אין א משפחה פייט). זייט מיר זענען אין גלות איז דער חיוב מחיית עמלק נישט קיין פיזישער חיוב...
עס קומט דא שטארק אריין דעם פשוט׳ן חיוב וואס גוים פארשטייען אויך, פון ראטעווען מענטשן וואס דערטרינקען זיך. דאס איז פשוט ישוב העולם וויאזוי דער אויבערשטער האט באשאפן זיין וועלטל, אז מענטשן זאלן זיך מוזן העלפן.
אבער אפשר האב איך נישט גענוג ארויסגעברענגט, אז מיר אידן האבן דאך א ספעציעלע חיוב פון מציל זיין א נפש מישראל פון רוצחים. און דאס איז וואס מען דארף טון בכל חומר הדין.