כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
עמק השדים
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
Location: דאהי
x 30

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עמק השדים »

מקשין העולם האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 6:37 pm
עמק השדים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 12:59 pm
שעפעריש האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 12:48 pm
ער האט דאך געזאגט אז דאס איז נאר אויב די עולם וועט גענוג שטארק איינרייסן
נו,
האט ער דאך דאס געקענט זאגן אין קאורט אויך!!!
א גוי פארשטייט נישט וואס מיינט 'בחזקה'.
וואס הייסט?!
די מקור פון 'בחזקה' איז דאך פון גויים...
באמת ד"ת מרפא כל החסרונות, אך פעמים לומד האדם הרבה ואין לו שום ריוח ממנה והוא מעוות כמקדם מחמת שברוח חיים שלו במוחו ולבו שם יש לו חסרונות בתולדה ואינו מתקנם, ע"כ לא יועיל לו הד"ת, וצריך לראות לתקן מקדם חסרון זה ואז יוכל לקרב אל לבו ד"ת
הורקנוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
Location: Monsey
x 195

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הורקנוס »

עסקן נמרץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 1:13 pm סעודת הברית
ווערט געזען ר' נתן העלבראנץ
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 323

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

פערל פיסקעל האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 12:37 pm
עס איז דא ווארט פון צדיקים:
אז דער וואס ווייסט - רעט נישט, און דער וואס רעט - ווייסט נישט......
הנוגע לענינינו:
....וד"ל
פערל ווערטער פאסט פאר א פערל פיסקל

נוגע צו גאנץ אסאך פאסט'ס.....

[סליחה מחילה וכפרה פון ווער עס מיינט אז איך מיין איהם. ווייל איך מיין דעם וואס מיינט אז איהם מיין איך נישט. :roll:
]
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 323

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

עמק השדים האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 15, 2025 2:04 pm
וואס הייסט?!
די מקור פון 'בחזקה' איז דאך פון גויים...
לא הבנתי העומק.
בפשטות דין חזקה בש"ס ופוסקים. אלא מאי, שהתכוונת למשהו עמוק מזה
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

עסקן נמרץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 1:13 pm סעודת הוואך נאכט
פיילס
IMG-20251115-WA0133.jpg
IMG-20251115-WA0133.jpg (421.7 KiB) געזען געווארן 2576 מאל
IMG-20251115-WA0134.jpg
IMG-20251115-WA0134.jpg (180.89 KiB) געזען געווארן 2576 מאל
ההוא גברא
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 4:31 pm
x 10

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ההוא גברא »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 12:59 am
מטות מסעי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 8:02 pm
קבלת שבת קינדערלעך אין שעלטער
ביידע וועי דער ניגון קלינגט מיר פון ערגעץ, איינער ווייסט וואס דאס איז?
נישט יו"ט ערליך?
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

ההוא גברא האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 15, 2025 9:29 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 12:59 am
מטות מסעי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 8:02 pm
קבלת שבת קינדערלעך אין שעלטער
ביידע וועי דער ניגון קלינגט מיר פון ערגעץ, איינער ווייסט וואס דאס איז?
נישט יו"ט ערליך?
יא סאיז יום טוב עהרליך
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
ברוינפן אדער יין
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:38 am
Location: מאנסי
x 104

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוינפן אדער יין »

גארנישט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 7:34 am @יואל מארקוס מאך זיך נישט תם'עוואטע, דו ווייסט גאנץ גוט אז די סור מרע ועשה טוב איז א זיוף...
(נישט קיין ווערטל אזוי האט מען געזאגט אין לב טהור)
האהאהאהא

כ'הא מיך גוט דערשראקען פאר א סקונדע...
ברוינפן אדער יין
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:38 am
Location: מאנסי
x 104

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוינפן אדער יין »

פעסטער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 2:01 pm וואס טוט א מאן וואס זיין רעבעצין איז נאך אין די קולט? וכן להיפוך. האט ער א וועג וויאזוי איר מסביר צו זיין די זאך? געבט מען גענוג הדרכה פאר מענער וואס זייערע פרויען זענען נאך דארטן?
@לעכטיגע וועלט ?
ברוינפן אדער יין
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:38 am
Location: מאנסי
x 104

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוינפן אדער יין »

כבוד מלכים האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:22 am
לעכטיגע וועלט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 1:22 am
כבוד מלכים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 11:04 pm @לעכטיגע וועלט

זאג מיר ביטע, דיין ניק נאמען האט עפעס א ספעציעלע שייכות מיטן מקום ווי די האסט דיר געפונען וד"ל? אדער בלויז צוליב קאסובער רבי זצ"ל ווערטער?
איך כאפ נישט וואס די מיינסט..

דיע נאמען האב איך געגעבן ווייל איך בין דאן געווען אין א טונקעלע וועלט און היינט בין איך ב''ה אין א לעכטיגע..
אויב די כאפסט נישט וואס איך מיין, דאן רעדן מיר נישט פונעם זעלבן מקום.
קומטס ביידע אריין קלאר, אויב איז דער פלאץ נישט אויסגעהאלטן על פי תורה, איז אפשר כדאי צו מודיע זיין ברבים.

פארשטייט זיך קודם פרעגטס א שאלה... איך בין דאך נישט קיין דיין...
ברוינפן אדער יין
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:38 am
Location: מאנסי
x 104

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוינפן אדער יין »

לעכטיגע וועלט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 8:31 am
אהא האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 12, 2025 7:20 am @לעכטיגע וועלט


(נאכאמאל, דאס איז נאר ביי דעי איין צוויי גדולים וואס זענען נאך עפעס ווערט..)


@לעכטיגע וועלט אויב איך מעג פרעגן ווער זענען די איין צווי גדולים ?

אויך, כ'האב פארשטאנען פון איינע פון דיינע פאוסטס אז דו האסט געהאט שייכות מיט הרה"ק מקאסוב זי"ע. וואלט איך געווען זייער נייגעריג צו הערן וואס זיין ייחס צו דעם ראש הכת און די גאנצע כת וכו'..
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 323

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 1:33 pm דערמאנונג און קלארשטעלונג:

צוערשט א דערמאנונג, אז מען טאר נישט טראכטן שלעכטס אויף א איד. ביי א ת"ח שטייט 'שמא הרהור תשובה בלבו'. ביי א פשוטע איד איז דאס עכ"פ זיכער נוגע ווען ער/זיי האט/האבן זיכער א הרהור תשובה. כ"ש ווען מ'טוט מעשים בפועל צו תשובה טון.

דערנאך א קלארשטעלונג, אז ס'איז דא אויף דער וועלט גאלאנען פון אמת'ע ווייטאג, בארעכטיגטע ווייטאג, ריכטיגע טיפע ווייטאג, און קיין איינע פון די אלע האבן נישט זייער פלאץ אויף א ערליכע פארום ווי אידטיש. דאס נעמט גארנישט אוועק פון די ווייטאג, ס'איז נאר א מציאות אז די סארט ווייטאג באלאנגט נישט אויף א פובליק פארום. מיר האפן אלע אז די ווייטאג זאל זיך אויסגראדן, ווען די צייט וועט קומען פאר אלעמען זיך צו ערהוילן פונעם עבר אינגאנצן, קענען מפייס זיין וועמען מ'דארף, און זיך דורכקומען באהבה ואחוה ושלום וריעות.

דא אין דעם אשכול איז געווען אן אויסנאם פון רעדן אפן איבער עוולות פון יחידים, פאר איין איינציגע סיבה: ווייל דער דעת תורה האט געזאגט אז מ'דארף טון אלעס אין דער וועלט צו צוברעכן דעם מקום הרשע וואס הייסט "כת לב טהור". איינער וואס האט פארלאזט דעם כת, מיט גוטן אדער מיט בייזן, מיט'ן מחשבה אדער נאר מיט'ן מעשה, איז מצדינו - און מצד כלליות ישראל - אין א בחינה ווי דער רמב"ם זאגט עכשיו אהוב הוא וגו', מיר האבן אים ליב ווי יעדן איד, און דער היתר פון אויסגעבן ווייטאג ברבים איז אין קיין פאל מער נישט פארהאן. ווי געזאגט, מיר האפן אלע אז די ווייטאגן וועלן זיך אויסגראדן, נישט דורך אידטיש.

ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע שרייבער דא נישט צו ציען קיינעמס נערוון אויך נישט, מיט איבערגעטריבענע טיטלען וכדומה, ווייל דאס טריגערט אנדערע.

און ביטע מער נישט אויפברענגען די נושא הנ"ל בכלל, נאר באריכטן א פאוסט אויב פעלט זיך אויס.

ויה"ר אז דער זכות פון הצלת נפשות מישראל בס"ד זאל אונז אלע ביישטיין צום יום הדין, און אודאי די וועמען דער צוגאנג דא במשך די לעצטערע חדשים האט אזוי געשטערט הלמאי מען קאנטראלירט דא וויפיל מאל מען קען פרעגן א קושיא וכו'... איז דאך דער שוועריקייט זיכער א וואג אויפ'ן וואגשאהל... זאלן מיר אלע האבן א זיס יאר, תחל שנה וברכותיה.
@ברוינפן אדער יין און נאך. ...
רבי לעבן מען דארף פארשטיין מיט איינמאל זאגן !!!
איך זעה מען האט שוין דא געבעטן אזוי פיל מאל,
- נישט אריינמישן אנדערע זאכן (וואס מען איז זיך אליינס מתיר)
- נישט פראבירן צו דערגיין אידענטיטעט, פון מענטשן אדער קהילה וואס יענער וויל נישט זאגן.
- נישט צו זיך באציען אויפן @לעכטיגע וועלט ס (און אנדערע ) פריוואטע מעשה.
דא איז נישט די פלאץ צו ניצן א היתר אויף אנדערע לשון הרע'ס כיוון דהיתרא היתרא.
ע"פ ספר חפץ חיים איז דא אן איסור לשון הרע ביז עס איז נתגלה ברבים אדער געווען עדות בבית דין. און דארט איז אויך דא פרטי הלכות....
און דעמאָלט דארף מען אויך האבן שכל ווי איין ווי אויס. שכל דרכיך יהיו לשם שמים.
נישט יעדער קען מדמה זיין מלתא למלתא און זיך מתיר זיין.

ברעגנטס נישט דא אריין די ענין פון אנדערע קהילות וואס עטס האט טענות אויף זיי, ווייל אין לדבר סוף.
נישט יעדער וואס האט נישט נמצא חן געווען ביי דיינע השגות איז א קולט.
און אז עס וועט זיין קלאר אז יא, ע"פ תורה, זאל מען מאכן אן באזונדערע טעמא דערפאר.

אז די דיין האט דיר מתיר געווען צו פארן שבת וועגן פיקוח נפש, מעגסטו נאכנישט אנצינדן מוזיק אויפן וועג, אדער אפשר גאר כאפן א ציגאר (לאמיר אריינכאפן בהיתר) אפשר גאר כאפן א טיש ערגעץ ווי.

עס איז דא מענטשן וואס זענען דא לתועלת.
אבער אנדערע שמעקט עס ווי זיי האבן ליב צו פלאטשקענען אין די בלאטע ווען די מאמע לאזט שוין איינמאל.

איך מיין נישט דיר מיט דאס אלעס. נאר וויבאלד די ברענגסט נאכאמאל וואס מען האט געבעטן אז נישט. ניץ איך אויס די געלעגנהייט אריינגעבן פאר אנדערע וואס דארפן עס יא הערן...

בבקשת מחילה מכל הקהל הקודש
יואל מארקוס
עפר אני תחת כפות רגליכם
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 323

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

לכבוד כל הקהל הקודש
מחר יהיה האות הזה

זונטיג נאכט אור ליום שני כ"ו חשון 8:00
וועט פארקומען די סעודת הבר מצוה פון מיין זוהן
הבחור החשוב אשר לוי יצחק (אשר אנשיל) מארקוס ני"ו

בבית המדרש של ר' אברהם צבי לייפער [אדמו"ר מזלאטשיב] שליט"א

22 north Lorna, Monsey NY 10952
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

יואל מארקוס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:14 am
לכבוד כל הקהל הקודש
מחר יהיה האות הזה

זונטיג נאכט אור ליום שני כ"ו חשון 8:00
וועט פארקומען די סעודת הבר מצוה פון מיין זוהן
הבחור החשוב אשר לוי יצחק (אשר אנשיל) מארקוס ני"ו

בבית המדרש של ר' אברהם צבי לייפער [אדמו"ר מזלאטשיב] שליט"א

22 north Lorna, Monsey NY 10952
וועט מען האבן די זכיה צו אייער אנוועזענהייט פון ארה"ק?
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 323

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

כבוד מלכים האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:51 am
► Show Spoiler
וועט מען האבן די זכיה צו אייער אנוועזענהייט פון ארה"ק?
ניין
מעשה שהיה בין איך דעפארטירט געווארן פון אמעריקע. מען דארף ארבייטען מיט א לויער צו קענען אריין אין אמעריקע. דאס איז נישט אזוי גרינג. פארשטייט זיך דאס מיינט אסאך געלט. און עס נעמט אויך צייט.
יעזור ה' כשיהי' ביכולתי לסדר אותו כן נזכה לעשותו.!!!
עמק השדים
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
Location: דאהי
x 30

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עמק השדים »

יואל מארקוס האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 15, 2025 8:01 pm
עמק השדים האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 15, 2025 2:04 pm
וואס הייסט?!
די מקור פון 'בחזקה' איז דאך פון גויים...
לא הבנתי העומק.
בפשטות דין חזקה בש"ס ופוסקים. אלא מאי, שהתכוונת למשהו עמוק מזה
אנטשולדיגט
כ'האב גערעדט פון
ויקראו אל ... בחזקה

וואס דער חכם הי"ו האט דערמאנט אין די ריקארדינג
נישט פון נביא מוחזק...
באמת ד"ת מרפא כל החסרונות, אך פעמים לומד האדם הרבה ואין לו שום ריוח ממנה והוא מעוות כמקדם מחמת שברוח חיים שלו במוחו ולבו שם יש לו חסרונות בתולדה ואינו מתקנם, ע"כ לא יועיל לו הד"ת, וצריך לראות לתקן מקדם חסרון זה ואז יוכל לקרב אל לבו ד"ת
עמק השדים
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
Location: דאהי
x 30

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עמק השדים »

יואל מארקוס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:14 am
לכבוד כל הקהל הקודש
מחר יהיה האות הזה

זונטיג נאכט אור ליום שני כ"ו חשון 8:00
וועט פארקומען די סעודת הבר מצוה פון מיין זוהן
הבחור החשוב אשר לוי יצחק (אשר אנשיל) מארקוס ני"ו

בבית המדרש של ר' אברהם צבי לייפער [אדמו"ר מזלאטשיב] שליט"א

22 north Lorna, Monsey NY 10952
מזל טוב,
אסאך אידיש נחת,
יה"ר אז ער זאל אויסוואקסן אן אמת'ע ערליכער איד, עובד השי"ת און תלמיד חכם
שטענדיג שמחות ביי אייך מיט א פרייליך הארץ
באמת ד"ת מרפא כל החסרונות, אך פעמים לומד האדם הרבה ואין לו שום ריוח ממנה והוא מעוות כמקדם מחמת שברוח חיים שלו במוחו ולבו שם יש לו חסרונות בתולדה ואינו מתקנם, ע"כ לא יועיל לו הד"ת, וצריך לראות לתקן מקדם חסרון זה ואז יוכל לקרב אל לבו ד"ת
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

יואל מארקוס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:14 am
לכבוד כל הקהל הקודש
מחר יהיה האות הזה

זונטיג נאכט אור ליום שני כ"ו חשון 8:00
וועט פארקומען די סעודת הבר מצוה פון מיין זוהן
הבחור החשוב אשר לוי יצחק (אשר אנשיל) מארקוס ני"ו

בבית המדרש של ר' אברהם צבי לייפער [אדמו"ר מזלאטשיב] שליט"א

22 north Lorna, Monsey NY 10952
מזל טוב זאלסט האבן אסאך יידישע נחת שיגדל לתורה לחופה למעשים טובים
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1349
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13846

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

יעיעיע האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 9:31 am הותר לפרסם
טיפיקל לב טהור פראפאגאנדע קעגן די עסקנים
נישט קיין חידוש, דאס גייט שוין אן די לעצטע יאר צייט.
די חידוש דא איז נאר אז דער פאשקעוויל שרייבער האט ניטאמאל פראבירט די שקרים זאלן האלבוועגס שטומען.
לדוגמא:
ר' יצחק טייכמאן און ר' שמעון פאזען ארבעטן שוין חדשים לאנג אינאיינעם, בפרט די גאנצע פסח פריעקט איז געווארן אנגעפירט בלויז דורך הרב כאירה, ר' שמעון, און ר' יצחק.
ר' אליעזר אבא זילבערשטיין איז אריינגעברענגט געווארן אין בילד דורך ר' יצחק טייכמאן.
הרב מזלאטשוב האט אנגעהויבן העלפן פונקטלעך איין וואך צוריק.
הרב כאירה שליט''א איז קיינמאל נישט געפארן אויף גווטאמאלא אן וואס הר''ר אברהם גרינהוט און הר''ר יואל יושע העשיל בלום האבן באצאלט אלע הוצאות.
ובכלל די גאנצע אראפמאלן כאילו עס זענען דא 2 זייטן, און וועם דער פאשקעוויל שרייבער האט באשלאסן צו לייגן אויף די 2 זייטן איז ממש א געלעכטער... (ר' בנציון יאקאבאויטש פרעגט פארוואס מען האט אים פונקט געלייגט אויף די מעליצער זייט, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט גערעדט צו מעליצער רבי...).
די שלום פלאן פון ר' יואל העניך און ר' יחזקאל קעניג... אינטערעסאנט פארוואס ער האט נישט צוגעלייגט דארט דאנאלד טראמפ...
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1349
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13846

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שטארק פאזיטיווע אנטוויקלונגען אינערהאלב יוצאי לב טהור אין אמעריקע:
שאק כוואליעס האבן איבערגענומען די עסקנים די וואך ווען דינסטאג איז געקומען א בקשה פון ר' יוסף בנימין ביינוש-הארוויץ מיט זיין שטוב אז זיי ווילן זיך טרעפן מיט די ראשי העסקנים פאר א זיצונג.

דאס איז געקומען נאך וואס ביז יעצט האבן זיי געארבעט מיט אזוי גערופענע עסקנים, וואס האבן זיך אהער געשטעלט אז זיי מיינען זייער טובה, און זיי קענען זיי העלפן, אבער ביים געריכט דא אין אמעריקע פון זייערע קינדער (וואו זיי זענען געקומען מיט א באצאלטע לויער פון אן אזויגערופענע עסקן, און זיי האבן אפגעזאגט די הילף פון די ראשי העסקנים), האט די געריכט אוועק גענומען די קינדער פון די עלטערן.

בשעת די זיצונג האבן די ראשי המשפחות זיך געטראפן מיט הר''ר אברהם גרינהוט הי''ו און הר''ר יואל גרינבוים הי''ו, אזוי אויך די חשובע מנהלת מרת קרויס פון ק"י (הרב יואל יושע העשיל בלום שליט"א האט צוליב א משפחה שמחה נישט געקענט זיך באטייליגן). זיי האבן זיך איבער געבעטען מיט די עסקנים, און געזאגט אז זיי ווילן זיך טוישן און אפלאזן די קולט, און אנהייבן א נייע לעבן. די אסיפה האט אנגעהאלטן פאר 3 שעה, די טאג דערנאך איז העסקן ר' אברהם בראווער הי''ו געגאנגען איינקויפן פרישע מלבושים פאר זיי, אלעס איז געווארן צוגעשטעלט און באצאלט דורך די ראשי העסקנים.

אבער די עסקנים האבן זיך נישט אפגעשטעלט מיט דעם, א מצוה דארף זיין מיט אלע הידורים, תיכף האבן די עסקנים פארגעשלאגען פאר די משפחת ר' הילל שמעון מלכא אז מען שטעלט זיי צו א שבת "המלכא" התוועדות און מעיפלוואד קאנטרי בנשיאות הר''ר אברהם גרינהוט הי''ו.

אויף שבת זענען געקומען צופארן משפחת ר' יוסף בנימין ביינוש-הארוויץ, משפחת דינקעל, משפחת ר' נחמן מלכא פון לעיקוואד, משפחת ר' דוד דוב בער מלכא פון מאנסי, משפחת ר' יחזקאל מתתיהו משה מלכא פון מאנסי, משפחת ר' ישראל מלכא פון מאנסי, הב' מנחם מענדל (בן ר' מאיר יואל) מלכא פון לעיקוואד, (משפחת ר' ניסן יושע יודא מלכא מריחוק מקום וקירוב הלב פון גווטעמאלא...)

אינאיינעם מיט די ראשי העסקנים הר''ר אברהם גרינהוט הי''ו, הרב יואל יהושע העשיל בלום שליט''א.
ווי אויך איז געקומען משפחת הרב ישראל קרויס פון ק"י וואס זיי געבן זיך אוועק פאר משפחת הארוויץ 24 שעה א טאג במלוא מובן המילא.
אריין קומענדיג פרייטאג צונאכטס און ביהמ"ד האט מען געקענט וויינען פאר שמחה זענדיג די שיינע פירות בחסדי השם. מען האלט טאקע אינטער א יאר אין די פרשה, אבער עס האט געקאסט ביטערע שווערע ארבעט.

באטראכטנדיג אלע עלטערן, אינאיינעם מיט די לעכטיגע באחן'נטע ערליכע קינדערלעך, גייט אדורך א שוידער נאר צו טראכטן ווי די קינדער זענען געווען ווייניגער ווי א יאר צוריק, וואס עס וואלט זיי געווארט אין זייער לעבן אויב די מקום טמא וואלט נאך געשטאנען, ברוך שעשה נס!

די גאנצע משפחה האט געגעסען פאר זיך ביידע סעודות ווי יעדער איינער האט געגעסען פון אלע הייליגע שבת'דיגע מאכלים אזוי ווי אלע אידישע קינדער, (אפי' מאכלים וואס זענען ח''ו טריפה לפי יעקב נחום וויינגארטן), מען האט פארברענגט לאנגע שעות צוזאמען באהבה ואחווה ושלום וריעות, א זאך וואס זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט טועם געווען. דער שבת איז געווען איין שטיק אחדות קדושה ותענוג.

אויף הבדלה האט מען געהאט די זכי' אז כ''ק אדמו''ר מקהל חסידי ירושלים שליט''א וועלעכע האט געפראוועט שבת אין די געגענט איז אריבער געקומען צום שטוב פון הר''ר אברהם גרינהוט הי''ו און געמאכט הבדלה. נאך הבדלה האט דער רבי שליט''א גאר שיין אנגעווינטשן די חשוב'ע משפחות יוצאי לב טהור, אזוי אויך האט דער רבי ארומגעשמועסט מיט די ראשי העסקנים איבער די הצלחה פון די טייערע יוצאים.

די משפחות זענען אהיימגעפארן מיט א העכערן געפיל נאך אזא אנגעפילטע געשמאקע דערהויבענע שבת. בפרט משפחת בייניש-הורוויץ החשובה וועלעכע האט אנגעהויבן א נייע לעכטיגע עתיד בעז''ה.

עס ברענגט נאר נאכאמאל און נאכאמאל ארויס אז די ראשי העסקנים זענען די ריכטיגע שלוחים דרחמנא, וואס פארשטייען ווי אזוי צו צוברעכן די קולט, אפילו עס קומט אסאך מאל מיט עגמת נפש, אין די זעלבע צייט קוקט מען ארויס מיט האפענונג אז אנדערע פון די חבורה וועלן דאס נאך טון, און לעבן א ערליך אידיש לעבן, און אין די זעלבע צייט איז צום האפן אז די אזויגערופענע עסקנים זאלן גיין פארשלאגן זייער הילף פאר אנדערע אידן, און נישט פאר די מיטגעמאכטע קינדערלעך, וואס האבן שוין גענוג מיטגעמאכט, און מען טאר נישט אונטער א שלייער פון הילף צוברעכן און אפהאלטן די היילונג פון די חשובע יוצאים.
פיילס
Capture.PNG
Capture.PNG (2.59 MiB) געזען געווארן 1534 מאל
attachment (14).jpg
attachment (14).jpg (170.37 KiB) געזען געווארן 1561 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 923

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

האברך החשוב ישראל הורוויץ ביים נעמען א ברכה פון הגה"ק רב דקהל חסידי ירושלים שליט"א יעצט מוצאי שבת בבית הרבני הנגיד הרב אברהם גרינהוט שליט"א, ווערט געזעהן העסקן הרב יואל יהושע העשיל בלום ביים פארלייגן פאר'ן רבי'ן די פרטים איבער ישראל ני"ו און די רבי האט שטארק מחזק געווען ישראל מיט די ראשי העסקנים
image000000 (15).jpg
image000000 (15).jpg (149.03 KiB) געזען געווארן 1435 מאל
צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 2:12 pm
x 96

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צום טיש »

לעכטיגע וועלט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 3:07 pm
למשל יצחק אבינו האט אויך אויסגעפונען סוף פון זיין לעבן אז ער האט געמאכט א שטיקל (בחינת) טעות מיטן האלטן אז עשיו איז די קומענדיגע "אבינו".. און ער איז געווען 'גבורה'.. וואס א משהו פון א טעות ביי א 'גבורה מענטש' איז עק וועלט.. און וואס האט ער געזאגט ווען ער האט אויסגעפונען? "גם ברוך יהיה".. ער האט געזעהן גהינום פתוח תחתיו ווען עשיו איז אריין, האט שוין פארשטאנען אז א גאנץ לעבן האט ער געלעבט אין א ויאהב את עשיו.. און אויף דעם האט ער געזאגט גם ברוך יהיה.. דער אייבישטער האט אזוי געוואלט מיין לעבן.. איז עס אויך געבענטשט..

און מ'זעהט אז ס'איז טאקע ארויסגעקומען אסאך תורה פון עשיו, גאנץ תורה שבעל פה קומט פון ר' עקיבא (ר' שמעון בר יוחאי'ס רבי), אונקלוס, שמעיה ואבטליון.. קען מען זאגן אז דאס איז געווען פון יצחק'ס כח וואס ער האט אריינגעלייגט אגאנץ לעבן צו מחנך זיין עשיו און בעטן פאר עם..

בקיצור, דער אייבישטער האט מיר געוויזן אזא אהבה ב"ה אז איך קען זאגן פון צייט צו צייט "גם ברוך יהיה"..
עס האט נשיט אוזי שייכות מיטן טעמע אבער כקען זיך נישט איינהאלטן

אזא שטיקעל איז ווערד גינגאלד! סאיז א מוראדיג שטארק! גם ברוך יהיה!
איך לערן שוין חומש זייט די זיבען און כהאב נאכקיינמאל גהערט די געדאנק..

עס שטימט זייער גוט אריין, אבער אפי' נישט, די געדאנק איז דאך א לויטער אמת און מען קען שעפן אסאך חיזוק
ישר כח פאר די טייטש, עס האט א מקור אין ספרים?
פערל פיסקעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:35 pm
x 44

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פערל פיסקעל »

שוין געגאנגען האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 15, 2025 9:29 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 1:13 pm סעודת הוואך נאכט
דער וואס זיצט אויבנאן לינקס איז ר' שלום ?
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 777
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3143

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

עסקן נמרץ האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 14, 2025 12:57 pm א גאר הערליכע שמחה האט אדורכגעריסן די קאנאדישע האריזאנט צווישן מאנטריאל און טאהש, לאמיר גיין אביסל על הסדר.

נעכטן נאכט איז פארגעקומען די שמחת הוואך נאכט אין טאהש קודש מיט די באטייליגונג פאר הונדערטע תושבים פון אלע עקן שטעטל, ווי די עולם האט זיך געשלענגלט אין לאנגע שורות איבערצוגעבן די ווארימע ברכות.

די וואך נאכט איז פארגעקומען אין שטוב פון האברך החשוב ר' אייזיק פרידמאן וואס האט בנדבת לבו הטוב צוגעשטעלט די גאנצע הויז מיט די צוגעהערן על צד היותר טוב.

א גאר רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן דורך האברך החשוב בנש"ק ר' משה לעבאוויטש וואס האט געהאט גאר א אינסטרומענטאלע חלק און ארויסהאלפן ר' יואל דוד'ן.

פייערליכע ריקודין האבן אויסגעבראכן פאר קרוב צו צווי שעה באגלייט דורך 'חברה זמרה', ווי יעדער האט אויסעגעבן זיינע הרגשים מיט ריקודין של מצוה בתופים ובמחולות.

אין א געשמאקע מינוט האט די בארימטע בדחן ר' שמעי' קליין גענומען די רשות הדיבור און משמח געווען דעם עולם בדברי חרוזים ובדחנות ביז אינמיטן די שפעטע נאכט שעות.

אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן א פלאטע פון יוצאים מיט עסקנים וואס זענען געקומען באשיינען די שמחה, ועל כולם הר"ר יצחק יואל קאשאני-שטערן וואס האלט יעצט אפ א בליץ באזוך אין קאנאדא צו באזוכן זיינע יוגנט פריינד.

באזונדער מיז דערמאנט ווערן די צוויי ראשי עסקנים אין קרית טאהש ה"ה ר' בערל קליין און ר' שלום פינחס באנדא וואס שטייען גרייט סיי ווען אימער ארויסצוהעלפן ר' יואל דוד מיט אלע אנדערע יוצאים.

א עקסטערע דאנק קומט זיך פאר ר' שמואל הערש טעלער וואס שטייט גרייט סיי ווען אימער צו העלפן וואס מ'קען נאר.

פאר די בא'חנ'טקייט פון די מעמד קומט זיך די פולע קרעדיט פאר ר' מרדכי ארגעל וואס האט אריינגעלייגט גאר א שטארקע שמחה אין די לופט.

אינמיטן די נאכט איז אנגעקומען א גאר חשובע גאסט לכבוד די שמחה, ה"ה ידידינו וידיד כל בית ישראל ספרא רבה ר' @שמואל פוקס וואס האט זיך מטריח געווען בטירחא דגופא צו זיין א חלק פון די שמחה.

היינט צופרי אום 8:15 האט זיך געשטעלט די ברית מנין אין ביהמ"ד סקווירא אין מאנטריאל מיט צענדליגע תושבי עיר מאנטריאל וואס זענען זיך געקומען באטייליגן אין די גרויסע שמחה.

די קינד איז אריין לבריתו של אברהם אבינו על ברכיו פון הגאון הגדול בעל חיי הלוי שליט"א, די מוהל איז געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, מיט די ברכות אין קריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הרה"ח ר' שלום אלטער שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'אברהם יצחק'.

דערנאך איז פארגעקומען א הערליכע סעודת ברית ווי די שמחה האט זיך שטארק דערקענט אויף אלע משתתפים.

ויהי"ר שמשמחה זו יושפע שפע רב לנו ולכל ישראל!!!
מאנטריאל-טאהש האט עס!

ווען עס קומט צו העלפן די יוצט לב טהור, די עולפ שפאנט זיך איין מיט אזא ברייטקייט און גוט'סקייט.

נישט צו גלייבן!

מ'העלפט איבעראל, אבער מיט קנאת סופרים זאגן מיר אלע, נאבאדי ביט'ס דעם!!!

זיי מיט אנרישן און צושטעלען וואס מ'דארף סיי מיט באזארגן פרנסות בדרך כבוד!!!

פראצענטיש ווייז צי היימישע קהילות וואס וואוינען דארט, האבן זיי לכאורה די מערסטע יוצאים.

מיט דעם אלעם זיי ווערן נישט מיד פון גארנישט.

דעי דא איט די בעסט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 777
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3143

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

יואל מארקוס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 3:14 am
לכבוד כל הקהל הקודש
מחר יהיה האות הזה

זונטיג נאכט אור ליום שני כ"ו חשון 8:00
וועט פארקומען די סעודת הבר מצוה פון מיין זוהן
הבחור החשוב אשר לוי יצחק (אשר אנשיל) מארקוס ני"ו

בבית המדרש של ר' אברהם צבי לייפער [אדמו"ר מזלאטשיב] שליט"א

22 north Lorna, Monsey NY 10952
פון טיפן הארץ וואוינטשען מיר צוזאמען מיט כלל ישראל מזל טוב, זאלסט שטענדיג האבן נחת מיט א פרייליכע הארץ.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
שרייב פאוסט