כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
שמחה של מצוה
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:20 pm
x 86

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמחה של מצוה »

יואל מארקוס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 5:40 am
פערל פיסקעל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:04 pm לויט ווי הרב העכט האט שוין מסביר געווען אפאר מאל איז די עיקר שפיץ נקודה פון א קולט אז מען נעמט צו דיין דעת,
זאלסט נישט מאכן קיין שום החלטות
וואס דאס איז א סוויטש און מח און נאכדעם קען עס גיין ערגער און ערגער טויזענטער מדריגות
אבער סאיז נישט געמאסטען ווי ווייט די עיניום גייען דאס איז שוין אויף אן עקסטרעמע וועג,
די רגע וואס עס געפינט זיך אזא מקום וואס ווערט געפירט אויף אזא אופן אז מען געבט אויף די דעת
און מען ווערט פארשוואוירען פאר א פלאץ אויף א עקסטרעמע וועג, איז עס א פראבלעם
פארשטייט זיך אז עס איז א סכנה אנצוקומען צו די ערגסטע רח"ל אזוי ווי מען האט זיך איבערצייגט בעבר,
ביי אלע אנדערע קולטס אז און אנהייב איז עס נישט געווען אזוי געפערליך
נאר די יסוד איז די אויפגעבען די דעת און אויפהערן צו מאכן החלטות.
און וויבאלט עס געפינט זיך אפאר אזעלעכע מקומות בתוכינו צווישן אונזער היימישע עולם איז עס א פראבלעם.
אנטשולדיגט
נישט אינגאנצן גערעכט. דאס איז נאר איינע פון די עיקר סימפטאמס.
אבער עס פעהלט נאך אין דאס אליינס די גדר 'ווי ווייט'.

אויב נאר מיט דעם, איז יעדע איד א קולט, און אוודאי אזעלכע פלעצער ווי חבד'סקער בעלזער און נאך וואס זענען זייער שטארק מיט 'וואס די רבי האט געזאגט ' אויך א קולט.

אלא מאי, ס'איז דא א כלל ביי דעם. המקובל מפי רבותינו הקדושים.
(ולא דעת האומות , שלשיטתם אפילו א דיין אויף שמלה איז א קולט)
שלום עליכם!!!

גיב א קוק ווער ס'דא!
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

יואל מארקוס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 5:40 am אלא מאי, ס'איז דא א כלל ביי דעם. המקובל מפי רבותינו הקדושים.
איינע פון די שטארקע מקורות , מה דינו פון פאלגן / זיין נכנע צו א רבי

מספר 'סור מרע ועשה טוב' להרב הקדוש שר בית הזהר רבינו צבי הירש מזידיטשוב זיע"א
ועיין בהגהות מהרצ"א שם
פיילס
Screenshot_2025-11-10-12-47-05-649_com.android.chrome-edit.jpg
Screenshot_2025-11-10-12-47-05-649_com.android.chrome-edit.jpg (533.61 KiB) געזען געווארן 1882 מאל
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

המשך לשונו הקדוש
פיילס
Screenshot_2025-11-10-12-48-53-272_com.android.chrome-edit.jpg
Screenshot_2025-11-10-12-48-53-272_com.android.chrome-edit.jpg (542.35 KiB) געזען געווארן 1882 מאל
יואל מארקוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 12:27 pm
Location: ארץ ישראל
x 372

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יואל מארקוס »

המשך לשונו הקדוש

(וההגהות תפתח הספר ותראה)
פיילס
Screenshot_2025-11-10-12-53-58-046_com.android.chrome-edit.jpg
Screenshot_2025-11-10-12-53-58-046_com.android.chrome-edit.jpg (243.39 KiB) געזען געווארן 1882 מאל
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 6:08 pm
אהא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 4:37 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 4:29 pm

כהאב שוין פריער געשריבן אז איך פערסנאל האב נישט קיין מיינונג איבער סענס אף יומער ווייל ער איז בלויז גיווען א שליח און א שרייבער.
אבער כזעה נישט וואס איז נישט גירעכט צו קומען מיט טענות אויף עהם אדער אויף אנדערע וואס האבן גיווען אינוואלף אין א לאנגע חדשים'דיגע פייט סיי מיט שרייבן פארן פאבליק סיי מיט טוהן מעשים וואס האבן שטענדיג גענימען איין ספיציפיג זייט פון די מערכה.
אין מיין אויגן איז עס נישט מער ווי גירעכט.
כבין זיכער אז יעדער וואס אין האט גענימען איין זייט איז גיווען גרייט אויף טענות און דיס-אגריען פון אנדערע און נאך אלץ געטוהן וואס זיי האבן געטוהן גלייבענדיג אז דאס איז די ריכטיגע שריט.
מיט כבוד און הערכה וועל איך דיר מסביר זיין
עס איז נאר דא איין זייט און דאס איז די זייט פון די תורה!!
די זייט וואס פרעגט רבנים און טוט ווי די תורה הייסט כדי צו ראטאווען אידישע נשמות
סא וואס קומסטו מיר זאגן אז סאיז קיינמאל נישט געווען אזא זאך פון חילוקי דעות ציווישן רבנים אדער עסקנים?? מאך נישט נאריש. עס איז אייביג גיווען אייביג דא אייביג וועט זיין.

אגב איינע פון די גרעסטע עסקנים אין דעיע מערכה האט מיר גיזאגט חדשים צוריק, אז ער פארשטייט צו לב טהור נושא אסאך ווייניגער פון איינעם וואס איז בכלל נישט גיווען אנגענומען אלץ א עסקן. וואס אין אנדערע ווערטער ער איז מודה אז ער איז אפן יעדן טאג צו טוהן טעותים, אדער מעשים וואס אנדרע וועלן האלטן אז ער טוהט ראנג.
סאיז זייער פשוט סהאט נישט צו טוהן מיט זיין א עסקן אדער א פייטער סהאט צו טוהן מיט פארשטיין די פארקרומטע פארדרייטע מציאות וואס איז דא פארגיגאנגן במשך די לעצטע יאר און פארדעם.

אין מיין אויגן איז עס אפילו א שבח ווייל דאס ווייזט מיט וויפיל שווערקייטן האט דעיע עסקן געדילט יעדן טאג + גיווען גרייט אז אנדערע וועלן נאך קומען מיט טענות צו עהם.
אבער אין די זעלבע צייט עס מיינט נישט צו זאגן אז אויב סאיז דא אזעלכע וואס קומען מיט טענות אז זיי זענען נישט גירעכט.
אוודאי קען מען מאכן א טעות אין א ספעציפישע מעשה אדער ביי א געוויסע משפחה ווי אזוי צו באהאנדלען
איך האב געמיינט אז דו מיינסט איין זייט פון צוברעכן לב טהור אויף דעם האב איך געזאגט אז עפי תורה איז נישטא קיין צוויטער זייט
אבער אוודאי דרכי הפעולה איז דא אסאך וועגן און אמאל איז מען טועה
כל טוב
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

@יואל מארקוס מאך זיך נישט תם'עוואטע, דו ווייסט גאנץ גוט אז די סור מרע ועשה טוב איז א זיוף...
(נישט קיין ווערטל אזוי האט מען געזאגט אין לב טהור)
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 987

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

שלום עליכם הרב @יואל מארקוס
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 815

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תורה ויראה »

► Show Spoiler
שלום עליכם! שטארקע ווערטער דעיס,
פארוואס קומסטו נישט אריין מיטן אראנזשע ניק?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

תורה ויראה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 9:51 am
שלום עליכם! שטארקע ווערטער דעיס,
פארוואס קומסטו נישט אריין מיטן אראנזשע ניק?
די עדמין דארף טוישן די קאליר פון זיין ניק.

@אסמכתא בעלמא
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

לעכטיגע וועלט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:44 pm
יעקב דוד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 10:31 am
לעכטיגע וועלט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 7:38 am שלום עליכם חבירים, ידידים, קרובים.

איך בין 'ניי צום טיש'.

זייט די פרשה פון ל''ט, בין איך געוואר געווארן פון אידטיש. איך האב נאר געליינט אבער זיך נישט איינגעשריבן, ווייל איך זיך נישט סתם אזוי צו שרייבן.

אבער ווען @לויטערע הימל און @משה יוסף מנחם העלבראנץ האט אנגעהויבן צו שרייבן האב איך געזעהן אז רוב עולם פארשטייט נישט די נושא.. איך האב מיר דעמאלטס איינגעשריבן (דריי וואכן צוריק) און איך בין ערשט יעצט געווארן אפראווד..

איך קען זאגן אז איך בין פון די איינציגסטע דא אויפן טיש וואס פארשטייט זיך מיט יענע חברה, ווייל.. איך בין אויך געווען אין א קולט.. טאקע נישט ל''ט, אבער אן אנדערע קולט, און איך ווייס פונקטליך די מהלך ווי אזוי זיי פארדרייען די מח..

עס איז שווער צו שרייבן אויף זאכן וואס זענען געווען דריי וואכן צוריק. ממילא וועל איך קאמענטירן פון יעצט אויף ווייטער. און און אויב איינער האט א שאלה וואס ער וויל פארשטיין, 'ווי אזוי האט מען געקענט אזוי טראכטן' אדער 'עס איז חילול שבת' א. ד. ג. וועל איך פראבירן צו ענטפערן. נאכאמאל, 'ענטפערן' נישט 'פארענטפערן'. איך גיי נישט 'פארענטפערן' רשעות און אכזריות, איך קען אבער יא געבן צו 'פארשטיין' ווי אזוי עס ארבעט.
כגיי נישט אוועקמאכן אויב האסט זיך געשפירט באצוימט און א געוויסע קהילה אבער לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות אויב מען איך.

האט מען דיר געהונגערט?

איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?

און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?

האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?

איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?

ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד

אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?

וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
האט מען דיר געהונגערט?
געהונגערט? ניין. אבער יעדע זאך וואס איך האב געגעסן עקסטער האב איך געדארפט באצאהלן א קנס פאר העכערע פון מיר... תאוות אכילה..

אויך איז יעדע שטיק צייט ארויסגעקומען א נייע גזירה וואס מ'טאר נישט עסן ווייל ס'איז נישט כשר. ווי למשל פלייש, פיש, (פארשטייט זיך נאר ווער עס וויל זיין ערליך.. מ'צווינגט נישט קיינעם..)

איז דיין גאנצען געהאלט געגאנגען דירעקט און געצווינגען צום הנהלה?
ווער עס האט נישט געגעבן אסאך געלט האט געמיינט אז די 'אידישקייט' און די 'לעבן' איז אים נישט גענוג וויכטיג.. און ער גייט אנקומען אין נישט א גוטע פלאץ..

און שידוכים אויב וואלסטו אראפ געלייגט א פיס אויף א געוויסע שידוך אז סאיז דיר נישט נושא חן וואלט מען דיר אריינגעצווינגען אדער מעניש געוועהן?

איך בין נאכנישט אין די גיל פון טון שידוכים, אבער מענטשן דארטן טוען נישט קיין שידוך ביז מ'טרעפט איינעם פון 'דעם' פלאץ, אדער איינער וואס איז זייער נאנט צום פלאץ.. און נעבעך ווען איינער קען נישט ווארטן זייער לאנג און ער מאכט חתונה מיט א 'דרויסענדיגער' איז ער אראפגעקוקט און שפירט זייער נישט צופרידן מיט זיין חתן/כלה. ליידער האט ער 'געמוזט' נעמען איינער וואס איז נישט אויסגעהאלטן, און ער האפט און מתפלל צום אויבערשטן אז יענער זאל איינזעהן די אמת..

האט מען דיר געקענט אוועקנעמען פון דיין עלטערן? אדער פארקערט האט מען געקענט אוועקנעמען דיין קינדער פון דיר?
אוועקנעמען בפועל נישט, אבער זאגן פאר מיר אז מיינע עלטערן זענען.. און זיי ווייסן נעבעך נישט וואס זיי רעדן.. און אז איך זאל נישט רעדן צו זיי.. דאס יא!!

און זאגן פאר מיינע קינדער אז מ'טאר נישט אויסהערן די טאטע ווייל דאס וואס די טאטע זאגט איז נישט די אמת'ע וועג.. ווייל די טאטע האט נאכנישט גענוג אוועקגעלייגט די דעת.. דאס יא!!

איז עס געוועהן מותר דארט צו ליב האבן (און ארויסווייזן ליבשאפט) א קינד?
אפיציעל טאר מען נישט קישן א קינד ווייל ס'איז תאוות.. אויב די קישט גייט מען דיר נישט ארויסווארפן אבער די ווערסט פון די נעבעכדיגע אראפגעקוקטע וואס גייען אנקומען אין גיהנום..

ביסטו אדורך עינויים קשים ווי שווערע מלקות ברבים, תעניתי דיבור, נידיו? ועוד
מלקות יא, (אסאך מאל), ברבים נישט. און איך קען אויך נישט אלעס שרייבן ברבים. יא תעניתי דיבור..

אויב וואלסטו אלס אינגערמאן אנגעהויבן דאווענען תפילות און אנדערע ערטער וואלט מען דיר מחרים געוועהן און דיין משפחה זיך געזעצט שבעה וכדומה?

ווייטער די זעלבע זאך.. אויב מ'גייט נישט מיט %100 פראצענט גייט מען צום טויט און צום גיהנום און נעבעך נעבעך אז די קומסט נישט דאווענען דארט..

וויאזוי איז אדורך דיין אנטלויפן? האסט געדארפט לאזן אפאר קינדער דארט מיטן ווייב און חתמענען בשבועה חמורה אז די גייסט צוריקקומען און אויב נישט פאלירסט אלע דיינע רעכטן בזה ובבא? דיין משפה האט אפגעהאקט מיט דיר און ריפען דיר א גוי? די דארפסט יעצט זיך לערנען די פשוטע כללים פון אידישקייט און טרענירונג צו פארשטיין ווי אזוי אנצוגיין צוווישן אידן מיטן חיי יום יום?
ברוך ה' איך בין ארויס מיט מיין ווייב און קינדער אבער איך האב פארלוירן אלע חבירים און משפחה וואס זענען נאך דארט..

זיי זאגן מיר א גוט מארגן און גוטע נאכט וזה הוא.. חס ושלום צו רעדן מיט א חסיד שנפל.. און איינער וואס האט פארדרייטע השקפות..
הערט זיך אביסל אסאך ווי א פלאץ וואס איך קען, האבנדיג דארט נאנטע משפחה מיטגלידער, עס איז א פחד...

איין זאך האב איך יא געוואלט צולייגן, אויב האב איך טאקע מכוון געווען צו די מקום וואס די רעדסט פון, איז דא נאך א ענדליכקייט צו לב טהור, און דאס איז אז די ראש דארט היט פארשטייט זיך נישט גארנישט פון די אלע מדריגות וואס מען פלוידערט דארט, און אויב עפעס פארקערט, ער פירט א היבש פראסטע לעבנס שטייגער, אבער אלע אנגעשלאסענע/גלויביגע דארפן חתמנען אז מען גייט נישט מהרהר זיין אחר רבו און ער איז זיכער מתקן אלעס פאר ביאת המשיח מיטן זיך אויפ'פירן אזוי...

אזוי ווי די זאגסט, א לב טהור כמו בימי ארז....
...Thank you for your attention to this matter
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

תורה ויראה האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 9:51 am
► Show Spoiler
שלום עליכם! שטארקע ווערטער דעיס,
פארוואס קומסטו נישט אריין מיטן אראנזשע ניק?
און ווער זאגט אז ער איז עס??
...Thank you for your attention to this matter
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 189
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרישקע »

ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:54 am
לעכטיגע וועלט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 am
קרני פרה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 11:35 pm אונז ווארט מיר נאך אויף @לעכטיגע וועלט זאל מגלה טפח זיין אביסל פון זיין נייע קאלט, אז דער עולם איז אין די כוחות קען מען פון זיי מאכען די זעלבע ווי לב טהור נאך פאר זיי האלטן אזוי ווייט
איך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)

איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.

איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
וואו האסטו געזעהן אז איינער דא איז יעצט נייגעריג צו פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס?
קיינער האט עס נישט געזעהן
אזויפיל זעהט מען יא ווי מען טרייט אים אינטערצורייסן בלויז פארן חטא פון אהער קומען שרייבן.
לעכטיגע וועלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 12:09 pm
Location: Upstairs
x 234

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעכטיגע וועלט »

קרישקע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 10:04 am
ממעמקים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:54 am
לעכטיגע וועלט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 am
איך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)

איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.

איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
וואו האסטו געזעהן אז איינער דא איז יעצט נייגעריג צו פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס?
קיינער האט עס נישט געזעהן
אזויפיל זעהט מען יא ווי מען טרייט אים אינטערצורייסן בלויז פארן חטא פון אהער קומען שרייבן.
שכח פארן זיך אנעמען פאר מיר, עס מאכט מיר גוט אויפן הארץ.

אבער @ממעמקים האט מסתם געמיינט צו רעדן מיט אפשיי אקעגן די קולט פיהרער, אפשר האט ער געמיינט אז איך זיך צו מסביר זיין זייער צד..
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1287

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

לעכטיגע וועלט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 12:10 am
קרני פרה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 11:35 pm אונז ווארט מיר נאך אויף @לעכטיגע וועלט זאל מגלה טפח זיין אביסל פון זיין נייע קאלט, אז דער עולם איז אין די כוחות קען מען פון זיי מאכען די זעלבע ווי לב טהור נאך פאר זיי האלטן אזוי ווייט
איך בין נישט קיין קולט באסטער און איך זיך נישט צו צומאכן קולט'ס (הגם מ'דארף עס טון)

איך בין נאר דא צו העלפן דער עולם פארשטיין די זייט פון די קולט מעמבערס.

איך האב ביזדערווייל גענטפערט אויף יעדע שאלה. און איך בין גרייט אויף נאך!
איז אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס א קולט מעמבער שפירט נישט ווען ער איז מצער א צווייטן?
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1770

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

יואל מארקוס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 5:40 am
פערל פיסקעל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:04 pm לויט ווי הרב העכט האט שוין מסביר געווען אפאר מאל איז די עיקר שפיץ נקודה פון א קולט אז מען נעמט צו דיין דעת,
זאלסט נישט מאכן קיין שום החלטות
וואס דאס איז א סוויטש און מח און נאכדעם קען עס גיין ערגער און ערגער טויזענטער מדריגות
אבער סאיז נישט געמאסטען ווי ווייט די עיניום גייען דאס איז שוין אויף אן עקסטרעמע וועג,
די רגע וואס עס געפינט זיך אזא מקום וואס ווערט געפירט אויף אזא אופן אז מען געבט אויף די דעת
און מען ווערט פארשוואוירען פאר א פלאץ אויף א עקסטרעמע וועג, איז עס א פראבלעם
פארשטייט זיך אז עס איז א סכנה אנצוקומען צו די ערגסטע רח"ל אזוי ווי מען האט זיך איבערצייגט בעבר,
ביי אלע אנדערע קולטס אז און אנהייב איז עס נישט געווען אזוי געפערליך
נאר די יסוד איז די אויפגעבען די דעת און אויפהערן צו מאכן החלטות.
און וויבאלט עס געפינט זיך אפאר אזעלעכע מקומות בתוכינו צווישן אונזער היימישע עולם איז עס א פראבלעם.
אנטשולדיגט
נישט אינגאנצן גערעכט. דאס איז נאר איינע פון די עיקר סימפטאמס.
אבער עס פעהלט נאך אין דאס אליינס די גדר 'ווי ווייט'.

אויב נאר מיט דעם, איז יעדע איד א קולט, און אוודאי אזעלכע פלעצער ווי חבד'סקער בעלזער און נאך וואס זענען זייער שטארק מיט 'וואס די רבי האט געזאגט ' אויך א קולט.

אלא מאי, ס'איז דא א כלל ביי דעם. המקובל מפי רבותינו הקדושים.
(ולא דעת האומות , שלשיטתם אפילו א דיין אויף שמלה איז א קולט)
שלום עליכם ר׳ יואל יהא בואכם לברכה
מעלבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:12 pm
x 139

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעלבער »

עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין עפעס דא מיט לב טהור און מיט סתם קולטס:

יעדער מין האנושי אין די וועלט באלאנגט צו ווערן ברעינוואשט פון אלס קינד, אלע קינדער אין די וועלט ווערן געפייניגט דורך די עלטערן זיי מחנך צו זיין, איינער מער און איינער ווייניגער. דאס איז דער סדר הבריאה. אן אמעריקאנער וואקסט אויף אז דער רוסישער זענען רשעים, און אזוי אויך פארקערט. אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, ביז אז אין סאטמאר וואקסט מען אויף אז די ציונים זענען טריפה און ביי די ציונים וואקסט מען אויף אז די אנטי ציונים זענען טריפה.

און יעדער וואס קומט אן צו א פרעמדע ״דרויסנדיגע״ פלאץ קען מען זיך הרגנען פאר געלעכטער ווי נאריש און מצומצם ער האט געלעבט ביז יעצט, אז נאר דארט ווי ער לעבט איז די ריכטיגע.

אן אריינצוגיין אין די שאלה ״פון וואו ווייסט מען טאקע ווער עס איז גערעכט?״, דארף מען אבער וויסן אז עס איז אומעטיש און קעגן די חוקי הבריאה צוצונעמען קינדער, צעטיילן משפחות, פון וועם דו האלטסט אז זיי וואקסן אויף ראנג. ווייל אם כן אין לדבר סוף. באלד וועט די רעגירונג אוועקכאפן דיינע קינדער ווייל דו פייניגסט זיי, לשיטתם אז א ריכטיגע חינוך הייסט ווען מען לערנט ענגליש אגאנצן טאג.

יעדער האט רעכט צו ברעינוואשן זיינע קינדער, און יעדע פלאץ, ווי אינטערעסאנט און מאדנע זייערע שיטות זאלן זיין, האט רעכט צו עקזיסטירן.

די ״איינציגסטע״ פראבלעם איז, ווען מען פייניגט מיט רציחה ושפיכות דמים מיט ״אומדערהערטע״ עינויים אלס רעזולטאט פון די דעות. עס איז נישט קיין רוחניות׳דיגע פראבלעם, עס איז א גשמיות׳דיגע פראבלעם. דו נעמסט א בעל חי וואס איז פון מיין מין (מענטש) און דו פייניגסט אים מיט אומדערהערטע עינויים.

וואס מיינט אומדערהערט? פשוט, וואס מען טרעפט נישט ביי 90 פראצענט קולטורן פון די טויזנטער קולטורן אין די וועלט. וועסט מיר טרעפן אז אויף די בערג צווישן אינדיע און פאקסיטאן שנייד מען אפ פינגערס פון קינדער, וועט עס נאך אלץ הייסן געפייניגט. די מענטשהייט, רוב מענטשהייט - אן קיין שייכות צו זייער אפשטאם אדער רעליגיע - איז דער וואס באשלוסט וואס ס׳הייסט געפייניגט.

נישט לערנען די שפת המדינה טרעפט מען ביי טויזנטער קולטורן, טראכטן אז משיח גייט קומען נאר צו מיר איז אויך נישט קיין שום פראבלעם.

כאפט מען א שמועס מיט די יוצאי לב טהור, און ס׳ווערט נתגלה די עינויים דארט, וואס מען טרעפט נישט אין ערגעץ ביי דער בעל חי וואס הייסט ״מענטש״! דאס פארלאנגט אויסדרוקליך אוועקצוכאפן פון דארט די קינדער און עלטערן כל עוד נשמותיהם בם.

אלץ א פועל יוצא דארף מען חרוב מאכן די גאנצע אידעאלאיגע פון לב טהור, מאכן ליצנות דערפון בליצונותא דעבודה זרה, מגלה זיין פאר די וועלט די סודות פון דארט, און אפהאלטן יעדער וואס טראכט אהינצוגיין. נישט ווייל זיי טארן נישט האלטן וואס זיי ווילן, מיר זענען נישט בעל הבית אויף יענעמס דעות!

נאר ווייל די דעות האבן געברענגט די שרעקליכע רציחות ושפיכות דמים אויף אומשולדיגע נפשות, דארף מען די דעות עוקר מן השורש זיין.

מ׳דארף אבער געדענקען אז דאס ליצנות מאכן איז נישט די מטרה דא, ווייל די ליצנות קען מען אלעמאל אפפרעגן. ווען א סאטמארער קומט אן צו די מתנחלים לאכט מען אויך פון אים אז ער האט געמיינט אז נאר צו אים גייט משיח קומען...

די מטרה איז פשוט: זאל זיך ענדיגן די שפיכות דמים פון די לעצטע 30 יאר איינמאל פאר אלעמאל, אויף 1) מענטשן, 2) אידן, 3) וואס קומען פון היימישע שטובער!

אפרייסן די נעגל פון די רוצחים בצורת אדם פון אונזערע ברודער!
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

וואס טוט זיך מיט די צוויי טעכטער פון דער חכם? זייערע קאורט קעיס האט געדארפט צו זיין אין אקטאבאר. זענען זיי נאך אין די שעלטערס?
מבקש
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 29, 2025 9:17 am
x 65

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מבקש »

און וואס טוט זיך בכלל אינעם עיר הבירה בבל השמעטירה?
ווער צאלט די בילס?
ווער דאגה'ט אויף עסן?
ווער טראגט ארויס די גארבידזש?
געשמועסט האט מען אז איינמאל די דריי חברי הנהלה דעפעקטירן איז עס נאר א שאלה פון געציילטע טעג ביז דער גאנצע שטעטל פאלט טאטאל צאם.. האבן זיי טאקע דעפעקטירט ?
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

מבקש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:41 pm און וואס טוט זיך בכלל אינעם עיר הבירה בבל השמעטירה?
ווער צאלט די בילס?
ווער דאגה'ט אויף עסן?
ווער טראגט ארויס די גארבידזש?
געשמועסט האט מען אז איינמאל די דריי חברי הנהלה דעפעקטירן איז עס נאר א שאלה פון געציילטע טעג ביז דער גאנצע שטעטל פאלט טאטאל צאם.. האבן זיי טאקע דעפעקטירט ?
סאיז דא אנדער עסקים דארט אזוי י"ר מיט אנדערש
פעסטער
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 11:00 am
Location: new york
x 5

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פעסטער »

וואס טוט א מאן וואס זיין רעבעצין איז נאך אין די קולט? וכן להיפוך. האט ער א וועג וויאזוי איר מסביר צו זיין די זאך? געבט מען גענוג הדרכה פאר מענער וואס זייערע פרויען זענען נאך דארטן?
אוועיטער
פערל פיסקעל
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 8:35 pm
x 52

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פערל פיסקעל »

מבקש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:41 pm און וואס טוט זיך בכלל אינעם עיר הבירה בבל השמעטירה?
ווער צאלט די בילס?
ווער דאגה'ט אויף עסן?
ווער טראגט ארויס די גארבידזש?
געשמועסט האט מען אז איינמאל די דריי חברי הנהלה דעפעקטירן איז עס נאר א שאלה פון געציילטע טעג ביז דער גאנצע שטעטל פאלט טאטאל צאם.. האבן זיי טאקע דעפעקטירט ?
געהערט אז די אב"ד מיט די ר"מ זענען און כנישתא חדא
איינער האט מער פרטים?
ברוך אברהם
פרישער באניצער
פאוסטס: 92
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 398

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

פערל פיסקעל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 2:03 pm
מבקש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:41 pm און וואס טוט זיך בכלל אינעם עיר הבירה בבל השמעטירה?
ווער צאלט די בילס?
ווער דאגה'ט אויף עסן?
ווער טראגט ארויס די גארבידזש?
געשמועסט האט מען אז איינמאל די דריי חברי הנהלה דעפעקטירן איז עס נאר א שאלה פון געציילטע טעג ביז דער גאנצע שטעטל פאלט טאטאל צאם.. האבן זיי טאקע דעפעקטירט ?
געהערט אז די אב"ד מיט די ר"מ זענען און כנישתא חדא
איינער האט מער פרטים?
קען זיין....
נעכטן האב איך משלים געווען מנין אין בבל, מיטן ריש מתיבתא און די אב"ד צוזאמען.
ברוך כבוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 103
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 397

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

ברוך אברהם האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 2:07 pm
► Show Spoiler
קען זיין....
נעכטן האב איך משלים געווען מנין אין בבל, מיטן ריש מתיבתא און די אב"ד צוזאמען.
נו... @ברוך אברהם וואס ביסטו שטיל?... קום אריין מיט א פולע און ברייטע באריכט!!!
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1770

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

מעלבער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:08 pm עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין עפעס דא מיט לב טהור און מיט סתם קולטס:

יעדער מין האנושי אין די וועלט באלאנגט צו ווערן ברעינוואשט פון אלס קינד, אלע קינדער אין די וועלט ווערן געפייניגט דורך די עלטערן זיי מחנך צו זיין, איינער מער און איינער ווייניגער. דאס איז דער סדר הבריאה. אן אמעריקאנער וואקסט אויף אז דער רוסישער זענען רשעים, און אזוי אויך פארקערט. אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, ביז אז אין סאטמאר וואקסט מען אויף אז די ציונים זענען טריפה און ביי די ציונים וואקסט מען אויף אז די אנטי ציונים זענען טריפה.

און יעדער וואס קומט אן צו א פרעמדע ״דרויסנדיגע״ פלאץ קען מען זיך הרגנען פאר געלעכטער ווי נאריש און מצומצם ער האט געלעבט ביז יעצט, אז נאר דארט ווי ער לעבט איז די ריכטיגע.

אן אריינצוגיין אין די שאלה ״פון וואו ווייסט מען טאקע ווער עס איז גערעכט?״, דארף מען אבער וויסן אז עס איז אומעטיש און קעגן די חוקי הבריאה צוצונעמען קינדער, צעטיילן משפחות, פון וועם דו האלטסט אז זיי וואקסן אויף ראנג. ווייל אם כן אין לדבר סוף. באלד וועט די רעגירונג אוועקכאפן דיינע קינדער ווייל דו פייניגסט זיי, לשיטתם אז א ריכטיגע חינוך הייסט ווען מען לערנט ענגליש אגאנצן טאג.

יעדער האט רעכט צו ברעינוואשן זיינע קינדער, און יעדע פלאץ, ווי אינטערעסאנט און מאדנע זייערע שיטות זאלן זיין, האט רעכט צו עקזיסטירן.

די ״איינציגסטע״ פראבלעם איז, ווען מען פייניגט מיט רציחה ושפיכות דמים מיט ״אומדערהערטע״ עינויים אלס רעזולטאט פון די דעות. עס איז נישט קיין רוחניות׳דיגע פראבלעם, עס איז א גשמיות׳דיגע פראבלעם. דו נעמסט א בעל חי וואס איז פון מיין מין (מענטש) און דו פייניגסט אים מיט אומדערהערטע עינויים.

וואס מיינט אומדערהערט? פשוט, וואס מען טרעפט נישט ביי 90 פראצענט קולטורן פון די טויזנטער קולטורן אין די וועלט. וועסט מיר טרעפן אז אויף די בערג צווישן אינדיע און פאקסיטאן שנייד מען אפ פינגערס פון קינדער, וועט עס נאך אלץ הייסן געפייניגט. די מענטשהייט, רוב מענטשהייט - אן קיין שייכות צו זייער אפשטאם אדער רעליגיע - איז דער וואס באשלוסט וואס ס׳הייסט געפייניגט.

נישט לערנען די שפת המדינה טרעפט מען ביי טויזנטער קולטורן, טראכטן אז משיח גייט קומען נאר צו מיר איז אויך נישט קיין שום פראבלעם.

כאפט מען א שמועס מיט די יוצאי לב טהור, און ס׳ווערט נתגלה די עינויים דארט, וואס מען טרעפט נישט אין ערגעץ ביי דער בעל חי וואס הייסט ״מענטש״! דאס פארלאנגט אויסדרוקליך אוועקצוכאפן פון דארט די קינדער און עלטערן כל עוד נשמותיהם בם.

אלץ א פועל יוצא דארף מען חרוב מאכן די גאנצע אידעאלאיגע פון לב טהור, מאכן ליצנות דערפון בליצונותא דעבודה זרה, מגלה זיין פאר די וועלט די סודות פון דארט, און אפהאלטן יעדער וואס טראכט אהינצוגיין. נישט ווייל זיי טארן נישט האלטן וואס זיי ווילן, מיר זענען נישט בעל הבית אויף יענעמס דעות!

נאר ווייל די דעות האבן געברענגט די שרעקליכע רציחות ושפיכות דמים אויף אומשולדיגע נפשות, דארף מען די דעות עוקר מן השורש זיין.

מ׳דארף אבער געדענקען אז דאס ליצנות מאכן איז נישט די מטרה דא, ווייל די ליצנות קען מען אלעמאל אפפרעגן. ווען א סאטמארער קומט אן צו די מתנחלים לאכט מען אויך פון אים אז ער האט געמיינט אז נאר צו אים גייט משיח קומען...

די מטרה איז פשוט: זאל זיך ענדיגן די שפיכות דמים פון די לעצטע 30 יאר איינמאל פאר אלעמאל, אויף 1) מענטשן, 2) אידן, 3) וואס קומען פון היימישע שטובער!

אפרייסן די נעגל פון די רוצחים בצורת אדם פון אונזערע ברודער!
א איד רעדט נישט אזוי, די געדאנקענגאנג איז געבויט אויף ליבעראלע כפירה יסודות

מיר קומען אלס אידן צו העלפן אידן וואס האבן באמת געוואלט מיט אן אמת דינען דעם אייבערשטען מיט מסירות נפש און זענען ליידער אזוי פארנארט געווארען מיט גאר קרומע דרכים

די שפיכות דמים האט נאר געעפענט א פתח אנצוקומען צו זיי בשעת צרתם און זיי צו העלפן. אבער אוודאי ווען וועלט איז וועלט, און די רבנים חכמי הדור האבן ווען די כח הראוי להם על פי תורתינו הק׳ דארף מען ווען טון די זעלבע צו אלע אנדערע כתות מסוכנות בתוכינו
ולבער קוצים מכרם בית ישראל
העלאו בעלאו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 349

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

מעלבער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:08 pm עס איז זייער וויכטיג צו פארשטיין עפעס דא מיט לב טהור און מיט סתם קולטס:

יעדער מין האנושי אין די וועלט באלאנגט צו ווערן ברעינוואשט פון אלס קינד, אלע קינדער אין די וועלט ווערן געפייניגט דורך די עלטערן זיי מחנך צו זיין, איינער מער און איינער ווייניגער. דאס איז דער סדר הבריאה. אן אמעריקאנער וואקסט אויף אז דער רוסישער זענען רשעים, און אזוי אויך פארקערט. אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער, ביז אז אין סאטמאר וואקסט מען אויף אז די ציונים זענען טריפה און ביי די ציונים וואקסט מען אויף אז די אנטי ציונים זענען טריפה.

און יעדער וואס קומט אן צו א פרעמדע ״דרויסנדיגע״ פלאץ קען מען זיך הרגנען פאר געלעכטער ווי נאריש און מצומצם ער האט געלעבט ביז יעצט, אז נאר דארט ווי ער לעבט איז די ריכטיגע.

אן אריינצוגיין אין די שאלה ״פון וואו ווייסט מען טאקע ווער עס איז גערעכט?״, דארף מען אבער וויסן אז עס איז אומעטיש און קעגן די חוקי הבריאה צוצונעמען קינדער, צעטיילן משפחות, פון וועם דו האלטסט אז זיי וואקסן אויף ראנג. ווייל אם כן אין לדבר סוף. באלד וועט די רעגירונג אוועקכאפן דיינע קינדער ווייל דו פייניגסט זיי, לשיטתם אז א ריכטיגע חינוך הייסט ווען מען לערנט ענגליש אגאנצן טאג.

יעדער האט רעכט צו ברעינוואשן זיינע קינדער, און יעדע פלאץ, ווי אינטערעסאנט און מאדנע זייערע שיטות זאלן זיין, האט רעכט צו עקזיסטירן.

די ״איינציגסטע״ פראבלעם איז, ווען מען פייניגט מיט רציחה ושפיכות דמים מיט ״אומדערהערטע״ עינויים אלס רעזולטאט פון די דעות. עס איז נישט קיין רוחניות׳דיגע פראבלעם, עס איז א גשמיות׳דיגע פראבלעם. דו נעמסט א בעל חי וואס איז פון מיין מין (מענטש) און דו פייניגסט אים מיט אומדערהערטע עינויים.

וואס מיינט אומדערהערט? פשוט, וואס מען טרעפט נישט ביי 90 פראצענט קולטורן פון די טויזנטער קולטורן אין די וועלט. וועסט מיר טרעפן אז אויף די בערג צווישן אינדיע און פאקסיטאן שנייד מען אפ פינגערס פון קינדער, וועט עס נאך אלץ הייסן געפייניגט. די מענטשהייט, רוב מענטשהייט - אן קיין שייכות צו זייער אפשטאם אדער רעליגיע - איז דער וואס באשלוסט וואס ס׳הייסט געפייניגט.

נישט לערנען די שפת המדינה טרעפט מען ביי טויזנטער קולטורן, טראכטן אז משיח גייט קומען נאר צו מיר איז אויך נישט קיין שום פראבלעם.

כאפט מען א שמועס מיט די יוצאי לב טהור, און ס׳ווערט נתגלה די עינויים דארט, וואס מען טרעפט נישט אין ערגעץ ביי דער בעל חי וואס הייסט ״מענטש״! דאס פארלאנגט אויסדרוקליך אוועקצוכאפן פון דארט די קינדער און עלטערן כל עוד נשמותיהם בם.

אלץ א פועל יוצא דארף מען חרוב מאכן די גאנצע אידעאלאיגע פון לב טהור, מאכן ליצנות דערפון בליצונותא דעבודה זרה, מגלה זיין פאר די וועלט די סודות פון דארט, און אפהאלטן יעדער וואס טראכט אהינצוגיין. נישט ווייל זיי טארן נישט האלטן וואס זיי ווילן, מיר זענען נישט בעל הבית אויף יענעמס דעות!

נאר ווייל די דעות האבן געברענגט די שרעקליכע רציחות ושפיכות דמים אויף אומשולדיגע נפשות, דארף מען די דעות עוקר מן השורש זיין.

מ׳דארף אבער געדענקען אז דאס ליצנות מאכן איז נישט די מטרה דא, ווייל די ליצנות קען מען אלעמאל אפפרעגן. ווען א סאטמארער קומט אן צו די מתנחלים לאכט מען אויך פון אים אז ער האט געמיינט אז נאר צו אים גייט משיח קומען...

די מטרה איז פשוט: זאל זיך ענדיגן די שפיכות דמים פון די לעצטע 30 יאר איינמאל פאר אלעמאל, אויף 1) מענטשן, 2) אידן, 3) וואס קומען פון היימישע שטובער!

אפרייסן די נעגל פון די רוצחים בצורת אדם פון אונזערע ברודער!
איך דיסעגרי שטארק מיט דיין מיינונג וואס די פראבלעם איז דא.

לפענ"ד דעפיינד מען א קולט ביי איין שורה, ווי באלאנגט דיין מוח? צו לאזט מען דיך אליינס טראכטן? אדער לערנט מען דיך אויס נישט צו טראכטן.

יעדע חסידות האט זיך זיינע שיטות און זיינע מהלכים אבער זענען דיך עס מסביר אויף א לאגישע מהלך סאטמאר איז מסביר די פראבלעם פון ציונית געבויט אויף ספרים ברסלו טענה'ט אז שמחה איז די זאך געבויט אויף זייערע ראיות.

א קהילה וואס קומט זאגן אז די מנהיג האט אזוי באשלאסן אז היינט גייט מען אזוי אפיציעל מיט לייגט מען ארויס א סיבה אבער ווען מען טשעלענטשט עס קומט א סעריע מעניפילעשן נישט קיין חילוק וועלכע פארעם, צו דורך ליצנות צו דורך כאריזמאטשקייט צו דורך טעראר, דאס איז א קולט! דיין מוח רעדט נישט אריין און דיין לעבן! מען לאזט דיך נישט טראכטן! אפילו די קולט פירער איז א וואוילער מענטש און נוצט נישט טעראר איז עס פונקט אזוי א ריזיגע פראבלעם, וויבאלד איינמאל ער איז באלבוס אויף דיין מוח און דו האסט פארגעסן וויאזוי מען נוצט אליינס די שכל קען ער מארגן אנהייבן צו טון טעראר און קיינער גייט נישט אוועקגיין, אדער אנהייבן גיין קעגן דו תורה און יעדער גייט דארט בלייבן.

געווענליך גייט א קולט פראמאטען סטופיד זאכן וואס מען קוקט אפיציעל אויס ווי א חוזק ווען מען טוט עס און מען מוז האבן א אונטערלאנער אז איך פאלג אים, ווייל אליינס מאכט עס נישט קיין סענס נאר איז בושות.

כמעט יעדע קולט האט זיך אנגעהויבן אן טעראר אבער מיט די נקודה אז דו הער אויף טראכטן, און נאר שפעטער האט זיך עס געטוישט צו טעראר.

און גראדע דו נקודה פון נישט טראכטן איז אליינס א ריזיגע פראבלעם פאר זיך אפילו עס קומט קיינמאל נישט צו קיין טעראר, עס איז כאילו מען הרגעט די מענטש גייסטיש.
שרייב פאוסט