'מאמענט' מאגאזין

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 7:58 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 6:36 pm כ'וויל נישט מכשיר זיין דעם מאמענט, ווייל איך קויף עס נישט פאר מיין שטוב, צוליב די מהלך פון מאמענט צו שרייבן מער אויפגעלאזט און א נידריגערע לעוול ווי אלגעמיין.

אבער דעם משגיח קען איך, און ווי ס'זעט מיר אויס איז די סיבה פון נישט געבן קייןם עמטליכע השגחה טאקע די זעלבע - אדער בערך די זעלבע - סיבות וואס איך האב פאר מיר, און ער וויל נישט ס'זאל זיין אויף זיינע אחדיות. אבער זיין עצם השגחה איז הדק היטב, ס'קומט מיר אסאך מאל אויס עס צו מיטהאלטן. איך וואלט געזאגט אז מאמענט איז מצד אחד מער אויסגעשטעלט אבער מצד שני פיל מער אפגעהיטן פון אריינפאלן מיט נישט-אויסגעהאלטענע השקפות אין אלע הינזיכטן.

כ'מיין ס'איז נישטא נאך א היימישע אויסגאבע מיט א משגיח אויף דעם לעוול.

זעענדיג דא די שערוריא האב איך אים אנגערופן. בנוגע דעם ארטיקל איבער קעטאמין, האט ער טאקע נישט געלאזט לייגן נאר נאכ'ן אנפרעגן ביי א היימישער מומחא און אויך א חשובע רב, וואס האבן געזאגט אז דאס איז א אפראווטע זאך וואס מעג באשריבן ווערן פאזיטיוו. למעשה איז טאקע געקומען שטארקע טענות אז דאס קען פירן צו נעמען שריט אן קיין דאקטאר ח"ו, און זיי וועלן זיכער מאכן דאס צו פארעכטן מיט וואס נאר מעגליך.

בנוגע וויזשניץ, זאל מיר דער מעורר מוחל זיין... און שוין.
קעטאמין איז אן עוולה בגשמיות וברוחניות, וויזניץ איז סך הכל אן אנדייטונג אין וועלכע ריכטונג מאמענט פארט. לאו קלעס טשיפ וואטסעפפ גאסיפ.

און ביידע האט דער אנאנימער משגיח אפראווד וואס ווייזט אז זיין השגחה איז נישט עפעס ווייסעך וואס ווערד... (וואס לאזט ער נישט דורך?)
האסט מיר עפעס געענטפערט? אדער איבער גע'חזר'ט וואס דו האסט געזאגט בעפאר?

בנוגע וויזניץ, איך זע נישט די חידוש פאר מאמענט. מען רעדט פון א אלטע געשעעניש צווישן א גרויסער טאטע און זון, וועלכע האבן זיך שפעטער צוריק מקשר געווען, און ער לייגט עס אראפ די מערסטע פאזיטיוו צו מאכן היסטאריע פארשטענדליך און נישט קריגעריש. מיר שיינט עס העכסט נארמאל פאר מאמענט. שוין געווען דורך זיי אסאך מער געוואגטע ליניעס...

עגעין, זייער מהלך איז צו זיין מער אפן און לאוער קלעס, יא? בערך ווי אלע חרדישע מאגאזינען אין ארץ ישראל. דאס מאכן א מצב כאילו דא איז עפעס געפערליך שטאמט פון די איזאלירטע שוואנצאנעס באוועגונג, און שוין.
מים און עפר
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 9:22 am
x 59

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך מים און עפר »

פארוואס לאזט נישט נעט פרי עפענען Page 15?
NetFree logo - נטפרי לוגו
Oopss..
Our robot has detected improper content on this page.

Block details
טראכט אריין
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:08 am
x 24

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך טראכט אריין »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 2:42 am
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:57 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 9:47 pm פנחס גלויבער איז געווען אינטרעסאנט ווי ער רעדט פון די גדלות פון סאטמערע רבי א גאנצען אינטערוויו אבער דאך געמאכט אן עליה.
ס'איז יודע די סיבה פארוואס. ער דארף אפילו נישט מסביר זיין.

אז די ווייסט נישט זיי כאטש דן לכף זכות.

פנחס גלויבער איז אן אפיציעלער ציוניסט. א סאטמארער איז ער אבער אויך א פייערדיגער ציוניסט. ער שעמט זיך נישט דערמיט, און ער איז נישט דער איינציגסטער האבנדיג א מורה דרך וועמענ'ס שעטנז-השקפה האט נאך אנהענגער.
און ווער איז פינחס גלויבער'ס מורה דרך?
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 354

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך מיין מיינונג »

עס איז נערווירנד ווען ס'לויפן צוויי קאלומס זייט ביי זייט, ווי למשל די 'לב טהור' באשרייבונג, ווי אויף איין זייט בלאט איז אראפגעלייגט דער באזוך אין בבל, ווען אויף דער צווייטע זייט איז דער אינטערוויו וואס מנחם גאלד האט אפגעהאלטן. לייג ווי א מענטש איינס אונטערן צווייטן און פארמיש נישט די ליינער. אפגערעדט אז אסאך מאל (נישט ביי דעם ספעצישן פאל) איז שווער אפילו צו כאפן וואס עס איז א חלק פון דעם ארטיקל און וואס נישט. מאמענט האט בדרך כלל זייער א געשמאקע לעיאוט, אבער דאס מאכט מיר געפערליך נערוועז.

וואס איז דיין מיינונג?
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך חלום חלמתי »

מיין מיינונג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 08, 2025 9:44 pm עס איז נערווירנד ווען ס'לויפן צוויי קאלומס זייט ביי זייט, ווי למשל די 'לב טהור' באשרייבונג, ווי אויף איין זייט בלאט איז אראפגעלייגט דער באזוך אין בבל, ווען אויף דער צווייטע זייט איז דער אינטערוויו וואס מנחם גאלד האט אפגעהאלטן. לייג ווי א מענטש איינס אונטערן צווייטן און פארמיש נישט די ליינער. אפגערעדט אז אסאך מאל (נישט ביי דעם ספעצישן פאל) איז שווער אפילו צו כאפן וואס עס איז א חלק פון דעם ארטיקל און וואס נישט. מאמענט האט בדרך כלל זייער א געשמאקע לעיאוט, אבער דאס מאכט מיר געפערליך נערוועז.

וואס איז דיין מיינונג?
קודם געדארפט ליינען חיים אייזיק, צוריקמישן ליינען די אינטערוויו, און דאן די בילדער.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 06, 2025 2:45 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:04 pm ואשנה, פאר @Think and Thank אויך; כ'ווייס נישט וואס איז געווען בעפאר די טויש, אבער יעצט ווייס איך כלי ראשון אז דער משגיח איז עומד על המשמר און קוקט דורך יעדע ארטיקל און שניידט רעכטס און לינקס, אפי' זאכן וואס מ'קען דן זיין, צו זיין אויף די זיכערע זייט.

איך בין נישט אין מאמענט אפיס, און איך ווייס נישט וואס עס איז דיסקוסירט געווארן איבער די אדער יענע ספעציפישע ארטיקל, אבער באופן כללי האט ער א שטרענגע השגחה.
--
איך כאפ עפעס נישט די טענה איבער איינער וואס גיבט נישט ארויס זיין נאמען. מאמענט נעמט נישט קיין משגיח כדי מ'זאל אים אריינלאזן אין די גראסעריס... ער נעמט א השגחה כדי צו אפהיטן פון מכשולות, און דער משגיח דארף נישט זיין פארנומען ענטפערן טעלעפאן קאלס פון חסידי שוואנצנות איבער א ר' ישראל'טשע ארטיקל, און חסידי מהר"י איבער אן אינטערוויו מיט ר' מענדעלע... אויב טראסטו זיי נישט, קויף עס נישט.

נעמען אן השגחה פון א בן בלי שם כדי מונע צו זיין מכשולות איז גוט אינטערנעלי. אויב זאגסטו פאר די גאס אז 'מיר האבן א שטרענגע השגחה נאר מיר זאגן נישט אויס ווער' ביזטו דער חוזק, נישט זיי.

זאגסט אז דו ווייסט עס פון די נאנט? זאלסטו עס טאקע קויפן. אבער עס אויפברענגען אין א שמועס איבער די כשרות פון דעם מאגאזין צווישן מענטשן וואס קענען בשום אופן נישט געוואויר ווערן ווער דער בעל מכשיר איז איז געמאלן וואסער.
מאמענט האט געהאט קונים פארן אויפנעמען א משגיח... און האבן עס לכאורה טאקע נאר פאר אינטערנעל פורפוס. חלום חלמתי האט ארויפגעברענגט אן אלטע פאוסט פון פופצי און געפרעגט צי ס'ממש אזוי, האבעך געענטפערט וואס איך ווייס.
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 354

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך מיין מיינונג »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 08, 2025 10:01 pm
מיין מיינונג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 08, 2025 9:44 pm עס איז נערווירנד ווען ס'לויפן צוויי קאלומס זייט ביי זייט, ווי למשל די 'לב טהור' באשרייבונג, ווי אויף איין זייט בלאט איז אראפגעלייגט דער באזוך אין בבל, ווען אויף דער צווייטע זייט איז דער אינטערוויו וואס מנחם גאלד האט אפגעהאלטן. לייג ווי א מענטש איינס אונטערן צווייטן און פארמיש נישט די ליינער. אפגערעדט אז אסאך מאל (נישט ביי דעם ספעצישן פאל) איז שווער אפילו צו כאפן וואס עס איז א חלק פון דעם ארטיקל און וואס נישט. מאמענט האט בדרך כלל זייער א געשמאקע לעיאוט, אבער דאס מאכט מיר געפערליך נערוועז.

וואס איז דיין מיינונג?
קודם געדארפט ליינען חיים אייזיק, צוריקמישן ליינען די אינטערוויו, און דאן די בילדער.
ממש דאס געטון און ס'האט מיר נאך אלס נערוועז געמאכט. קענסט דיך פארשטעלן?
נאו לעיבל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 886
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:47 pm
x 2296

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך נאו לעיבל »

מעכטיגע סוכות מאמענט!

לדעתי איז די וויזניץ ארטיקל א עוולה, ווי גוט עס מאכט אויסזעהן די רבי אזוי שלעכט מאכט עס אויסזעהן זיין טאטע.
you think so
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 10, 2025 1:06 am
Location: ביים רב
x 8

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך you think so »

נאו לעיבל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 2:01 am מעכטיגע סוכות מאמענט!

לדעתי איז די וויזניץ ארטיקל א עוולה, ווי גוט עס מאכט אויסזעהן די רבי אזוי שלעכט מאכט עס אויסזעהן זיין טאטע.
עגרי צו דיר.
די ארטיקל האט איבערגעלאזט מער קשיות ווי ענטפערס.. מיט אסאך זאצן וואס ער האט נישט פארענדיגט מפני הכבוד.. ער האט געלאזט די עולם זיך אליין דארפן נאכפרעגן און אויסמשל'ן וואס דארט איז פארגעקומען..
זיי קלוג, נישט גערעכט..
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Moment Magazine 560 Cover.jpeg
Moment Magazine 560 Cover.jpeg (260.65 KiB) געזען געווארן 937 מאל
Moment Plus 560 Cover.jpeg
Moment Plus 560 Cover.jpeg (245.34 KiB) געזען געווארן 937 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נעקסט לעוול.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך חלום חלמתי »

נייגעריג צו דער בעסקין האט אפילו געשאקלט זיין פינגער צו העלפן די דיעל, אדער מען האט אים פלעין ארויפגעברענגט ווייל מאמענט איז שוין לאנג נישט געווען קאנטערווערסיאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 25, 2025 11:46 pm נייגעריג צו דער בעסקין האט אפילו געשאקלט זיין פינגער צו העלפן די דיעל, אדער מען האט אים פלעין ארויפגעברענגט ווייל מאמענט איז שוין לאנג נישט געווען קאנטערווערסיאל
וויקי:

במהלך מלחמת חרבות ברזל מילא בסקין תפקיד מרכזי בתיווך לא-רשמי בין הממשל האמריקני לבין חמאס. ארצות הברית העבירה באמצעות בסקין הצעה לחמאס, להסכם כולל לשחרור כל החטופים, חיים ומתים, בתמורה לסיום המלחמה בעזה. המסרים נמסרו לו משליח הבית הלבן סטיב וויטקוף. בסקין שימש כצינור להעברת מסרים בין שליח הבית הלבן סטיב וויטקוף לבין חמאס. וויטקוף השתמש בבסקין – שנמצא בקשר עם בכיר חמאס ראזי חמד, כדי להעביר הצעה לעסקה כוללת: שחרור כל החטופים בתמורה לסיום המלחמה[6].
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Moment Magazine 561 Cover.jpeg
Moment Magazine 561 Cover.jpeg (383.61 KiB) געזען געווארן 661 מאל
Moment Plus 561 Cover.jpeg
Moment Plus 561 Cover.jpeg (307.03 KiB) געזען געווארן 661 מאל
Moment Magazine 561 - NYC Elections.jpg
Moment Magazine 561 - NYC Elections.jpg (448.44 KiB) געזען געווארן 661 מאל
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:53 pm Moment Magazine 561 Cover.jpegMoment Plus 561 Cover.jpegMoment Magazine 561 - NYC Elections.jpg
אינטרעסאנט אז זאהראן מאמדאני 'אדרעסירט אונזערע פראגעס' און קורטיס סליווא איז 'אין א היציגע שמועס מיט מאמענט'. סקוקט אויס א די מאמאנט האט ליב פרו פלסטין פרו חמאסניק ישראל מאיר הירש גרשון בסקין און יעצט מאמדני
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך בודקע »

שוין געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 3:14 pm

שוין א אלטע זאך.. א חלק פון די אינקאם פון מאמענט גייט פאר שטיצע פאר די פרא פאלעסטיין פראטעסטן...
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שוין געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 3:14 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:53 pm Moment Magazine 561 Cover.jpegMoment Plus 561 Cover.jpegMoment Magazine 561 - NYC Elections.jpg
אינטרעסאנט אז זאהראן מאמדאני 'אדרעסירט אונזערע פראגעס' און קורטיס סליווא איז 'אין א היציגע שמועס מיט מאמענט'. סקוקט אויס א די מאמאנט האט ליב פרו פלסטין פרו חמאסניק ישראל מאיר הירש גרשון בסקין און יעצט מאמדני
מאמענט האט ליב קאנטראווערסיע, אבער דאס איז שוין א בריסקער דיוק.
שלמה
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:24 pm
x 48

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שלמה »

שוין געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 3:14 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:53 pm Moment Magazine 561 Cover.jpegMoment Plus 561 Cover.jpegMoment Magazine 561 - NYC Elections.jpg
אינטרעסאנט אז זאהראן מאמדאני 'אדרעסירט אונזערע פראגעס' און קורטיס סליווא איז 'אין א היציגע שמועס מיט מאמענט'. סקוקט אויס א די מאמאנט האט ליב פרו פלסטין פרו חמאסניק ישראל מאיר הירש גרשון בסקין און יעצט מאמדני
פון סליווע איז דא אסאך ווי ער רעדט קעגן אונז היימישע אידן
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 3:32 pm
שוין געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 3:14 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:53 pm Moment Magazine 561 Cover.jpegMoment Plus 561 Cover.jpegMoment Magazine 561 - NYC Elections.jpg
אינטרעסאנט אז זאהראן מאמדאני 'אדרעסירט אונזערע פראגעס' און קורטיס סליווא איז 'אין א היציגע שמועס מיט מאמענט'. סקוקט אויס א די מאמאנט האט ליב פרו פלסטין פרו חמאסניק ישראל מאיר הירש גרשון בסקין און יעצט מאמדני
מאמענט האט ליב קאנטראווערסיע, אבער דאס איז שוין א בריסקער דיוק.
א תלמיד פון א תלמיד פון מרן הגאון רבי אברהם יהושע עפעס גייט אריבער
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שוהם »

כ'קען נישט גלייבן (אדער אפשר יא...) אז מאמענט איז געפאלן פארן מאמדאני סקעם.
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך בודקע »

שוהם האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 4:37 pm כ'קען נישט גלייבן (אדער אפשר יא...) אז מאמענט איז געפאלן פארן מאמדאני סקעם.
וואס הייסט?? ער לויפט נישט עכט פאר מעיאר??.....
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך הדסים »

בודקע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 4:59 pm
שוהם האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 4:37 pm כ'קען נישט גלייבן (אדער אפשר יא...) אז מאמענט איז געפאלן פארן מאמדאני סקעם.
וואס הייסט?? ער לויפט נישט עכט פאר מעיאר??.....
כ'מעג אויך ענטפערן?

ער לויפט נישט פאר אנטיסעמיט, דאס איז א סקעם געמאכט צו פארדעקן זיינע סאציאליסטישע פאליסיס וואס וועלן אונטערברענגען דער שטאט וואו זיי וועלן זיך אויסארבעטן.

איך בין נישט אינטערעסירט אין זיין מיינונג אויף עזה אדער אינטיפאדא און איך דארף נישט זיינע פארדאמונגען, ער זאל מוחל זיין ארויסברענגען פון וועמענ'ס קאסע ער פלאנט צו דעקן פרי באסעס, ער קען אויך מסביר זיין ווער ס'גייט נאך וועלן בויען דירות אין ברוקלין מיט זיינע צערודערטע געזעצן, ווער ס'וועט זיין אחריות ווען א משוגענער וועט האלטן א ביקס, וויפיל נאך פון מיין אויסגעהארעוועטער פעי-טשעק איך וועל זיין מחויב אראפצוגעבן פאר עפעס א שטריק וואס האלט נישט ביים ארבעטן, פארוואס נאך הונדערטער עקסידענטן דורך עלעקטריק בייקס מעג נאך אלץ די פאליציי גארנישט טון, פארוואס איך ברויך זיצן שעות אין טרעפיק פאר עפעס א פארשטינקענע קלימאטן טויש רעגולאציע, פארוואס און פארוואס... און פארוואס... און פארוואס פאר א שווארץ קאפל לאכט ער נאך אלץ מיט זיין גרויליגן שמייכל וואס דערמאנט די אלמאכאדן?!
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:57 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 4:59 pm
שוהם האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 4:37 pm כ'קען נישט גלייבן (אדער אפשר יא...) אז מאמענט איז געפאלן פארן מאמדאני סקעם.
וואס הייסט?? ער לויפט נישט עכט פאר מעיאר??.....
כ'מעג אויך ענטפערן?

ער לויפט נישט פאר אנטיסעמיט, דאס איז א סקעם געמאכט צו פארדעקן זיינע סאציאליסטישע פאליסיס וואס וועלן אונטערברענגען דער שטאט וואו זיי וועלן זיך אויסארבעטן.

איך בין נישט אינטערעסירט אין זיין מיינונג אויף עזה אדער אינטיפאדא און איך דארף נישט זיינע פארדאמונגען, ער זאל מוחל זיין ארויסברענגען פון וועמענ'ס קאסע ער פלאנט צו דעקן פרי באסעס, ער קען אויך מסביר זיין ווער ס'גייט נאך וועלן בויען דירות אין ברוקלין מיט זיינע צערודערטע געזעצן, ווער ס'וועט זיין אחריות ווען א משוגענער וועט האלטן א ביקס, וויפיל נאך פון מיין אויסגעהארעוועטער פעי-טשעק איך וועל זיין מחויב אראפצוגעבן פאר עפעס א שטריק וואס האלט נישט ביים ארבעטן, פארוואס נאך הונדערטער עקסידענטן דורך עלעקטריק בייקס מעג נאך אלץ די פאליציי גארנישט טון, פארוואס איך ברויך זיצן שעות אין טרעפיק פאר עפעס א פארשטינקענע קלימאטן טויש רעגולאציע, פארוואס און פארוואס... און פארוואס... און פארוואס פאר א שווארץ קאפל לאכט ער נאך אלץ מיט זיין גרויליגן שמייכל וואס דערמאנט די אלמאכאדן?!
א געשמאקע ווארט "אלמאכאדן", איך האב נישט קיין מושג ווער ס'איז, אבער איך קען אים ממש שמעקן, הע,,, עך, שרעקעדיג און גרויליג ביינאזאם, עפעס אזוי שווארץ,,, ממש א מאמדאני
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:02 am א געשמאקע ווארט "אלמאכאדן", איך האב נישט קיין מושג ווער ס'איז, אבער איך קען אים ממש שמעקן, הע,,, עך, שרעקעדיג און גרויליג ביינאזאם, עפעס אזוי שווארץ,,, ממש א מאמדאני
דאכצעך זיי זענען געווען ראדיקאלע מוסולמענער, אין די ערשטע צייטן נאך מוכאמעד, אויב כ'געדענק גוט אין די צייטן פון דער רמב"ם. @הדסים

אין קורצן, די פארגייער פון די היינטיגע דזשיהאדיסטן, מאמדאני'ס פרענדס.

אופס, אףף טאפיק...
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: 'מאמענט' מאגאזין

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 1:31 am
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:02 am א געשמאקע ווארט "אלמאכאדן", איך האב נישט קיין מושג ווער ס'איז, אבער איך קען אים ממש שמעקן, הע,,, עך, שרעקעדיג און גרויליג ביינאזאם, עפעס אזוי שווארץ,,, ממש א מאמדאני
דאכצעך זיי זענען געווען ראדיקאלע מוסולמענער, אין די ערשטע צייטן נאך מוכאמעד, אויב כ'געדענק גוט אין די צייטן פון דער רמב"ם. @הדסים

אין קורצן, די פארגייער פון די היינטיגע דזשיהאדיסטן, מאמדאני'ס פרענדס.

אופס, אףף טאפיק...
יא, בארבארישע מוסלעמענער אריגינעל פון די אטלאס בערג, דער רמב"ם איז אנטלאפן פון קארדאווא קיין מאראקא וועגן זיי, למעשה זענען זיי דארט אויך אנגעקומען (זיי זענען בעצם געקומען מתחילה פון צפון אפריקע נאר מעגליך אז מאראקא איז נאך נישט געווען דאן בידיהם, אפשר @קרני פרה) איז ער אנטלאפן קיין מצרים.

אויף יענער תקופה האט דער רמב"ם געשריבן דעם אגרת השמד.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שרייב פאוסט