דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 6:36 pm
כ'וויל נישט מכשיר זיין דעם מאמענט, ווייל איך קויף עס נישט פאר מיין שטוב, צוליב די מהלך פון מאמענט צו שרייבן מער אויפגעלאזט און א נידריגערע לעוול ווי אלגעמיין.
אבער דעם משגיח קען איך, און ווי ס'זעט מיר אויס איז די סיבה פון נישט געבן קייןם עמטליכע השגחה טאקע די זעלבע - אדער בערך די זעלבע - סיבות וואס איך האב פאר מיר, און ער וויל נישט ס'זאל זיין אויף זיינע אחדיות. אבער זיין עצם השגחה איז הדק היטב, ס'קומט מיר אסאך מאל אויס עס צו מיטהאלטן. איך וואלט געזאגט אז מאמענט איז מצד אחד מער אויסגעשטעלט אבער מצד שני פיל מער אפגעהיטן פון אריינפאלן מיט נישט-אויסגעהאלטענע השקפות אין אלע הינזיכטן.
בנוגע וויזניץ, איך זע נישט די חידוש פאר מאמענט. מען רעדט פון א אלטע געשעעניש צווישן א גרויסער טאטע און זון, וועלכע האבן זיך שפעטער צוריק מקשר געווען, און ער לייגט עס אראפ די מערסטע פאזיטיוו צו מאכן היסטאריע פארשטענדליך און נישט קריגעריש. מיר שיינט עס העכסט נארמאל פאר מאמענט. שוין געווען דורך זיי אסאך מער געוואגטע ליניעס...
עגעין, זייער מהלך איז צו זיין מער אפן און לאוער קלעס, יא? בערך ווי אלע חרדישע מאגאזינען אין ארץ ישראל. דאס מאכן א מצב כאילו דא איז עפעס געפערליך שטאמט פון די איזאלירטע שוואנצאנעס באוועגונג, און שוין.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 11:04 pm
ואשנה, פאר @Think and Thank אויך; כ'ווייס נישט וואס איז געווען בעפאר די טויש, אבער יעצט ווייס איך כלי ראשון אז דער משגיח איז עומד על המשמר און קוקט דורך יעדע ארטיקל און שניידט רעכטס און לינקס, אפי' זאכן וואס מ'קען דן זיין, צו זיין אויף די זיכערע זייט.
איך בין נישט אין מאמענט אפיס, און איך ווייס נישט וואס עס איז דיסקוסירט געווארן איבער די אדער יענע ספעציפישע ארטיקל, אבער באופן כללי האט ער א שטרענגע השגחה.
--
איך כאפ עפעס נישט די טענה איבער איינער וואס גיבט נישט ארויס זיין נאמען. מאמענט נעמט נישט קיין משגיח כדי מ'זאל אים אריינלאזן אין די גראסעריס... ער נעמט א השגחה כדי צו אפהיטן פון מכשולות, און דער משגיח דארף נישט זיין פארנומען ענטפערן טעלעפאן קאלס פון חסידי שוואנצנות איבער א ר' ישראל'טשע ארטיקל, און חסידי מהר"י איבער אן אינטערוויו מיט ר' מענדעלע... אויב טראסטו זיי נישט, קויף עס נישט.
נעמען אן השגחה פון א בן בלי שם כדי מונע צו זיין מכשולות איז גוט אינטערנעלי. אויב זאגסטו פאר די גאס אז 'מיר האבן א שטרענגע השגחה נאר מיר זאגן נישט אויס ווער' ביזטו דער חוזק, נישט זיי.
זאגסט אז דו ווייסט עס פון די נאנט? זאלסטו עס טאקע קויפן. אבער עס אויפברענגען אין א שמועס איבער די כשרות פון דעם מאגאזין צווישן מענטשן וואס קענען בשום אופן נישט געוואויר ווערן ווער דער בעל מכשיר איז איז געמאלן וואסער.
מאמענט האט געהאט קונים פארן אויפנעמען א משגיח... און האבן עס לכאורה טאקע נאר פאר אינטערנעל פורפוס. חלום חלמתי האט ארויפגעברענגט אן אלטע פאוסט פון פופצי און געפרעגט צי ס'ממש אזוי, האבעך געענטפערט וואס איך ווייס.
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 25, 2025 11:46 pm
נייגעריג צו דער בעסקין האט אפילו געשאקלט זיין פינגער צו העלפן די דיעל, אדער מען האט אים פלעין ארויפגעברענגט ווייל מאמענט איז שוין לאנג נישט געווען קאנטערווערסיאל
וויקי:
במהלך מלחמת חרבות ברזל מילא בסקין תפקיד מרכזי בתיווך לא-רשמי בין הממשל האמריקני לבין חמאס. ארצות הברית העבירה באמצעות בסקין הצעה לחמאס, להסכם כולל לשחרור כל החטופים, חיים ומתים, בתמורה לסיום המלחמה בעזה. המסרים נמסרו לו משליח הבית הלבן סטיב וויטקוף. בסקין שימש כצינור להעברת מסרים בין שליח הבית הלבן סטיב וויטקוף לבין חמאס. וויטקוף השתמש בבסקין – שנמצא בקשר עם בכיר חמאס ראזי חמד, כדי להעביר הצעה לעסקה כוללת: שחרור כל החטופים בתמורה לסיום המלחמה[6].
איך בין נישט אינטערעסירט אין זיין מיינונג אויף עזה אדער אינטיפאדא און איך דארף נישט זיינע פארדאמונגען, ער זאל מוחל זיין ארויסברענגען פון וועמענ'ס קאסע ער פלאנט צו דעקן פרי באסעס, ער קען אויך מסביר זיין ווער ס'גייט נאך וועלן בויען דירות אין ברוקלין מיט זיינע צערודערטע געזעצן, ווער ס'וועט זיין אחריות ווען א משוגענער וועט האלטן א ביקס, וויפיל נאך פון מיין אויסגעהארעוועטער פעי-טשעק איך וועל זיין מחויב אראפצוגעבן פאר עפעס א שטריק וואס האלט נישט ביים ארבעטן, פארוואס נאך הונדערטער עקסידענטן דורך עלעקטריק בייקס מעג נאך אלץ די פאליציי גארנישט טון, פארוואס איך ברויך זיצן שעות אין טרעפיק פאר עפעס א פארשטינקענע קלימאטן טויש רעגולאציע, פארוואס און פארוואס... און פארוואס... און פארוואס פאר א שווארץ קאפל לאכט ער נאך אלץ מיט זיין גרויליגן שמייכל וואס דערמאנט די אלמאכאדן?!
א געשמאקע ווארט "אלמאכאדן", איך האב נישט קיין מושג ווער ס'איז, אבער איך קען אים ממש שמעקן, הע,,, עך, שרעקעדיג און גרויליג ביינאזאם, עפעס אזוי שווארץ,,, ממש א מאמדאני
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 30, 2025 12:02 am
א געשמאקע ווארט "אלמאכאדן", איך האב נישט קיין מושג ווער ס'איז, אבער איך קען אים ממש שמעקן, הע,,, עך, שרעקעדיג און גרויליג ביינאזאם, עפעס אזוי שווארץ,,, ממש א מאמדאני
דאכצעך זיי זענען געווען ראדיקאלע מוסולמענער, אין די ערשטע צייטן נאך מוכאמעד, אויב כ'געדענק גוט אין די צייטן פון דער רמב"ם. @הדסים
אין קורצן, די פארגייער פון די היינטיגע דזשיהאדיסטן, מאמדאני'ס פרענדס.
אופס, אףף טאפיק...
יא, בארבארישע מוסלעמענער אריגינעל פון די אטלאס בערג, דער רמב"ם איז אנטלאפן פון קארדאווא קיין מאראקא וועגן זיי, למעשה זענען זיי דארט אויך אנגעקומען (זיי זענען בעצם געקומען מתחילה פון צפון אפריקע נאר מעגליך אז מאראקא איז נאך נישט געווען דאן בידיהם, אפשר @קרני פרה) איז ער אנטלאפן קיין מצרים.
אויף יענער תקופה האט דער רמב"ם געשריבן דעם אגרת השמד.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.