גיוס בני ישיבות

נייעס אין אונזער קווארטאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך הדסים »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 8:17 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 8:11 pm
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:52 pm

די איסור [לשיטת האוסרים] האט גארנישט מיט די קאאליציע. רוב ירן וואס סאטמארער רב האט געלעבט זענען די פרומע נישט געוועהן אין קאאליציע. חוץ אין די ערשטע קאאליציע, און בשנת תשל"ז.
אויב ס'שטעלט זיך נישט אויף קיין רעגירונג רעד איך (ווי ווייט איך געדענק איז נישט געווען אין יענער אז די פרומע זאלן זיין אין דער אפאזיציע).

די איסור לשיטת די וואס אסר'ן די בחירות איז צו זיצן אין כנסת, אפגעזען צו ס'דא א רעגירונג אדער נישט. אריינגיין אין קאאליציע איז אסור אפילו לויט טייל פון די מתירי הבחירות.
גערעכט איך האב געמיינט אז דער כנסת איז פארמאכט ווילאנג ס'איז נישטא קיין קאאליציע.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 122

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:38 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:27 pm אין גוטע נייעס פאר חסידי סאטמאר(...) האט דער שונא דת ליבערמאן געמאלדן אז ער וויל דורכפירן א געזעץ צו פארבאטן פון שטימען אין די בחירות די וואס זענען נישט געווען אין מיליטער.

די לינקע וועלן קיינמאל נישט מסכים זיין, ס'איז סתם דאמירן בעלמא.
ווען ס'איז געוועהן די תקופה פון די בחירות יעדע פאר חדשים, און די סאטמארער האבן גע'יובל'ט אז די מדינה גייט אונטער... האב איך גע'טענה'ט אז מ'דארף מאכן א יום תפילה. ס'טייטש יעדע פאר חדשים ווערן הונדערטער טויזנטער אידן נאכאמאל נכשל אין די הארבסטע עבירה...
כ׳פארשטיי נישט, דו ווילסט נישט אז די מדינה זאל אינטערגיין?
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 426
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 468

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך בקיצור »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 8:05 pm
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:48 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:43 pm

כ'מיין אז אין אלגעמיין דרייען זיך די לינקע מער ארויס פון מיליטער ווי די רעכטע (חוץ פרומע).

איך ווייס נישט ווער ס'האט גע'יובל'ט, איך האב געהאלטן פונקט ווי דיר.
ווער האט גע'יובל'ט? אלע "משפיעים", אין "משנתו, און אין "מאמר השקפה", וכו' וכו'.

כ'געדענק ווי טעללער האט געשריבן אז מ'זעהט די וואונדערליכע יד ה', אז גדולי ישראל האבן פאראויסגעזאגט אז די מדינה וועט חרוב ווערן ביז זיבעציג יאר, און יעצט איז פונקט זיבעציג יאר, און וואונדער איבער וואונדער, זיי קענען נישט אויפשטעלן א רעגירונג...
איך הבא מיר דעמאלס געוואונדערט פון ווי ער נעמט די גאטס, כ'מיין יעדער ווייסט אז אין די ענד אף די געים גייען זיי יא אויפשטעלן, אבער למעשה איינמאל מ'האט יא אויפגעשטעלט האט מען אנגעהויבן מיט פרישע סלאגאנען...

כ'ווייס נישט וואס טעללער האט געשריבן, אבער 'די סאטמארער' האבן נישט גע'יובל'ט. איך בין א סאטמארער, כ'דריי זיך צווישן סאטמארער, און קיינער האט נישט גע'יובל'ט. וואס יא, מען האט פרובירט צו ארבעטן צו איבערצייגן וואס מער אידן זיך צוריקצוהאלטן פון גיין שטימען.

דרך אגב, די סאטמארע שיטה איז אן הלכה'דיגע בירור, און איז בכלל נישט תלוי צו די מדינה גייט אונטער אדער ווערט גאר שטערקער. נאך די זעקס טאגיגע מלחמה האט סאטמארער רבי זי"ע פונקט אזוי פארפירט קעגן די מדינה און קעגן טיילנעמען אין איר ווירטשאפט ווי פאר דעם.
ריכטיג, סאטמארער רב האט געהאלטן אז ס'איז דא אזא מציאות פון הצלחת רשעים בעולם הזה, און דאס ברענט ארויף דעם פלא אויף די סלאגאן ביי די יעצטיגע מלחמה אין די סאטמארער פרעסע, די סלאגאן פון "והוא לא תצלח".

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 8:32 pm

אוודאי וויל איך אז די שלטון הכפירה אין א"י זאל אונטערגיין, אבער כ'לעב נישט אין דמיונות און אילוזיעס.
ווען דער אייבערשטער וועט אונז אויסלייזן, וועט ער נישט מורא האבן פון א "סטאבילע" מדינת ישראל רעגירונג, און ס'וועט נעלם געווארן אין א אויגנבליק.
מחפש שלווה
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדושה צפת (מחשבה טובה הקב''ה מצרף למעשה)
x 124

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך מחפש שלווה »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 8:32 pm
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:38 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:27 pm אין גוטע נייעס פאר חסידי סאטמאר(...) האט דער שונא דת ליבערמאן געמאלדן אז ער וויל דורכפירן א געזעץ צו פארבאטן פון שטימען אין די בחירות די וואס זענען נישט געווען אין מיליטער.

די לינקע וועלן קיינמאל נישט מסכים זיין, ס'איז סתם דאמירן בעלמא.
ווען ס'איז געוועהן די תקופה פון די בחירות יעדע פאר חדשים, און די סאטמארער האבן גע'יובל'ט אז די מדינה גייט אונטער... האב איך גע'טענה'ט אז מ'דארף מאכן א יום תפילה. ס'טייטש יעדע פאר חדשים ווערן הונדערטער טויזנטער אידן נאכאמאל נכשל אין די הארבסטע עבירה...
כ׳פארשטיי נישט, דו ווילסט נישט אז די מדינה זאל אינטערגיין?
מיט א פשטות פרעגט ער א קשיא....
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך Think and Thank »

בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 8:51 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 8:05 pm
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:48 pm

ווער האט גע'יובל'ט? אלע "משפיעים", אין "משנתו, און אין "מאמר השקפה", וכו' וכו'.

כ'געדענק ווי טעללער האט געשריבן אז מ'זעהט די וואונדערליכע יד ה', אז גדולי ישראל האבן פאראויסגעזאגט אז די מדינה וועט חרוב ווערן ביז זיבעציג יאר, און יעצט איז פונקט זיבעציג יאר, און וואונדער איבער וואונדער, זיי קענען נישט אויפשטעלן א רעגירונג...
איך הבא מיר דעמאלס געוואונדערט פון ווי ער נעמט די גאטס, כ'מיין יעדער ווייסט אז אין די ענד אף די געים גייען זיי יא אויפשטעלן, אבער למעשה איינמאל מ'האט יא אויפגעשטעלט האט מען אנגעהויבן מיט פרישע סלאגאנען...

כ'ווייס נישט וואס טעללער האט געשריבן, אבער 'די סאטמארער' האבן נישט גע'יובל'ט. איך בין א סאטמארער, כ'דריי זיך צווישן סאטמארער, און קיינער האט נישט גע'יובל'ט. וואס יא, מען האט פרובירט צו ארבעטן צו איבערצייגן וואס מער אידן זיך צוריקצוהאלטן פון גיין שטימען.

דרך אגב, די סאטמארע שיטה איז אן הלכה'דיגע בירור, און איז בכלל נישט תלוי צו די מדינה גייט אונטער אדער ווערט גאר שטערקער. נאך די זעקס טאגיגע מלחמה האט סאטמארער רבי זי"ע פונקט אזוי פארפירט קעגן די מדינה און קעגן טיילנעמען אין איר ווירטשאפט ווי פאר דעם.
ריכטיג, סאטמארער רב האט געהאלטן אז ס'איז דא אזא מציאות פון הצלחת רשעים בעולם הזה, און דאס ברענט ארויף דעם פלא אויף די סלאגאן ביי די יעצטיגע מלחמה אין די סאטמארער פרעסע, די סלאגאן פון "והוא לא תצלח".

דו ווייסט אפשר די ערשטע מקור פון די א.ג. 'סלאגאן'?

ברענגסט מיר ארויף ווייטאג.. והיא לא תצלח איז א טשוואק וואס אפאר אידן האבן אריינגענומען אין קאפ און עס ארויפגעלייגט אויף סאטמאר רב'ס קאפ...

א האלבע על הגאולה איז געבויט מסביר צו זיין וויאזוי רשעים קענען האבן הצלחה און פאר סאם ריזען איז נטרונא געווארן CBS פאר חרדים און מ'לערנט אריין דוחקים מיט נארישקייטן פארוואס יעדע הצלחה איז א דורכפאל. מיין שאלה איז אייביג; וואס וועסטו זאגן אויב ס'וועט יא זיין הצלחות דארט אפילו לויט די לינקע? אויב דיין גאנצע שטארקייט איז געבויט אויף אפאר שקרים למחצה ביסטו אין טראבל.

איך האב נישט קיין פראבלעם צו זען הצלחת הרשעים און בכ"ז נישט טוישן מיין מיינונג, ווער ס'האט יא א פראבלעם זאל נישט מיטהאלטן די נייעס. שרייען הויך או-נאו איז נישט דער מהלך.

איי והיא לא תצלח? דאס מיינט דען אז מ'דארף יעדע רגע זען ווי עפעס גייט שלעכט? אויב די לופטפעלד גייט אן און די כנסת איז ליידער נישט איינגעפאלן איז עס דען א סתירה צום והיא לא תצלח? בעולם הזה איז דא הסתרה און שטנא נצח, אבער קיין ענדגילטיגע הצלחה וועט בעז"ה נישט זיין.

(דער טעות נעמט זיך לכאורה פון ווען ס'איז באמת געגאנגען שלעכט דארט און מ'האט געזאגט 'והיא לא תצלח' האבן געוויסע געמיינט אז ס'איז א תנאי אין דער שיטה..)
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
צולייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 329

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך צולייגער »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 1:34 pm
לכל קהלא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:41 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 12:45 am כ'גלייב די מדינה האט שוין חרטה פארן זיך אנהייבן מיט רב סורוצקין...

יעצט דרייעט ער אן א ריזן מחאה מיט אלע קהילות..
מען דארף עם עמערדשענסי צוזאם שטעלן מיט הנגיד רבי יואלי פון ווילי..

הרב סורוצקין פארשטייט ריזיג צו PR, ער שאפט לכאורה מער געלט יעדעס יאר ווי יואלי לאנדא גיבט...
(ס'איז אודאי נישט קיין פארגלייך געבן פון אייגענעם טאש צו שאפן פון נדבנים.)
ער שאפט זיבעציג רעדלעך א יאר.

צו ער קען זיך בדרך הטבע באגיין אָן די מדינה'ס געלט? שווער צו זאגן. אבער אויב איז דא איינער וואס קען מצליח זיין צו קאנווינסן עשירים (די סארט עשירים וועלכע זענען בדרך כלל בכלל נישט קאנווינסד אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער...) מ'זאל אים אנפולן די לאך, איז עס ער...
ר' יונה
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:01 am
x 26

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך ר' יונה »

בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:48 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:43 pm
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:37 pm

די לינקע ווען יא מסכים זיין.
אבער ס'וועט קיינמאל נישט זיין פאר דעם א רוב אין כנסת.
כ'מיין אז אין אלגעמיין דרייען זיך די לינקע מער ארויס פון מיליטער ווי די רעכטע (חוץ פרומע).
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 7:38 pm

ווען ס'איז געוועהן די תקופה פון די בחירות יעדע פאר חדשים, און די סאטמארער האבן גע'יובל'ט אז די מדינה גייט אונטער... האב איך גע'טענה'ט אז מ'דארף מאכן א יום תפילה. ס'טייטש יעדע פאר חדשים ווערן הונדערטער טויזנטער אידן נאכאמאל נכשל אין די הארבסטע עבירה...
איך ווייס נישט ווער ס'האט גע'יובל'ט, איך האב געהאלטן פונקט ווי דיר.
ווער האט גע'יובל'ט? אלע "משפיעים", אין "משנתו, און אין "מאמר השקפה", וכו' וכו'.

כ'געדענק ווי טעללער האט געשריבן אז מ'זעהט די וואונדערליכע יד ה', אז גדולי ישראל האבן פאראויסגעזאגט אז די מדינה וועט חרוב ווערן ביז זיבעציג יאר, און יעצט איז פונקט זיבעציג יאר, און וואונדער איבער וואונדער, זיי קענען נישט אויפשטעלן א רעגירונג...
איך הבא מיר דעמאלס געוואונדערט פון ווי ער נעמט די גאטס, כ'מיין יעדער ווייסט אז אין די ענד אף די געים גייען זיי יא אויפשטעלן, אבער למעשה איינמאל מ'האט יא אויפגעשטעלט האט מען אנגעהויבן מיט פרישע סלאגאנען...
ווי @הדסים זאגט: "כ'זע דו קענסט די סאטמאר'ע גליונות בעסער ווי מיר.."

סקוקט אויס דו ליינסט עס בקביעות גמור, אינטערסאנט פארוואס ס'איז דיר אזוי אינטערסאנט, קוקט אויס ס'איז דיר שטארק נוגע אז דו ביסט אזוי באקאנט דערין.

[כ'מיין מ'האט דאן צוגעברענגט צפי ספרים סופרים אז א קליפה קען אנגיין אפיציר ווי 70 יאר דורך דעם וואס באקומט כוחות פון די קדושה]

נקוט הי כללא בידך: ווען דו פארשטייסט נישט וואס הרב טעללער זאגט איז עס ס''ה א 'הארבע' שטיקל הרב טעללער. די דעת תורה פון הרה''ק מסאטמאר ווערט נאכנישט אפגעפרעגט אדער שוואכער ווען דו האסט נישט ארויס הרב טעללער, ס''ה איז @בקיצור נישט אזוי קלאר דערין, שוין געהערט אזאנס.

כ'גלייב דו פארשטייסט עס אויך, כ'וויל פשוט אויסקלארן.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 426
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 468

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך בקיצור »

"למה אתם עוברים את פי השם והיא לא תצלח", איז א פסוק נצחי פון די הייליגע תורה.
די סאטמארע מידיא קאנאלן [משנתו, בלאט, איד, טועמיה, וואכנשריפט, טועמיה, איבערבליק, שופר, בחצרות סאטמאר, קול התאחדותנו וכל שם וחניכא דאית להו] האבן מחליט געוועהן אז דאס טייטשט אז רשעים - אין אונזער פאל די ציונים - קענען נישט מצליח זיין.
און לויט דעם "פשט", טייטשן זיי אויס יעדע מלחמה ווי א "מעכטיגע דורכפאל" פאר די ציונים. ס'איז דא מאל ווען ס'איז אמת. ווי למשל אין א געוויסע זין די יעצטיגע מלחמה אין עזה, און ס'איז דא מאל ווי ס'איז שקר, ווי די מלחמה מיט איראן און כיזבאלא.
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 578
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 781

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך שמייכלדיג »

בקיצור האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 11:13 am "למה אתם עוברים את פי השם והיא לא תצלח", איז א פסוק נצחי פון די הייליגע תורה.
די סאטמארע מידיא קאנאלן [משנתו, בלאט, איד, טועמיה, וואכנשריפט, טועמיה, איבערבליק, שופר, בחצרות סאטמאר, קול התאחדותנו וכל שם וחניכא דאית להו] האבן מחליט געוועהן אז דאס טייטשט אז רשעים - אין אונזער פאל די ציונים - קענען נישט מצליח זיין.
און וויאזוי טייטשן די סאטמארע מדוע דרך רשעים צלחה?

נאר ווי @הדסים האט פריער מסביר געווען זיי האבן נישט קיין לאנג טערמיניגע הצלחה נאר צייטווייליגע דמיונות נצחונות
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1336

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פ. לאקס »

די וניא לא תצלח נוצט מען ווען נאך יעדע אקציע אדער צוזאג פון די ציונים אז "דאסמאל" האט מען "טאקע" "עכט" "איינמאל פאר אלעמאל" "מסדר געווען" כאמאס וכו' און ותשקוט הארץ ארבעים שנה, ברענגט מען אויף די מציאות אז שוין 70 יאר וואס מען שרייט די סלאגאן און דערווייל שטייט מען שטאנדהאפטיג ביי א מציאות פון "והוא לא תצלח"
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 426
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 468

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך בקיצור »

פ. לאקס האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 1:25 pm די וניא לא תצלח נוצט מען ווען נאך יעדע אקציע אדער צוזאג פון די ציונים אז "דאסמאל" האט מען "טאקע" "עכט" "איינמאל פאר אלעמאל" "מסדר געווען" כאמאס וכו' און ותשקוט הארץ ארבעים שנה, ברענגט מען אויף די מציאות אז שוין 70 יאר וואס מען שרייט די סלאגאן און דערווייל שטייט מען שטאנדהאפטיג ביי א מציאות פון "והוא לא תצלח"
ס'זענען געוועהן נצחונות וואס האלטן אן עד היום.
למשל די נצחון ביים זעקס טעג מלחמה [המכונה בתקשורת הסאטמאראי "ששת ימי האפילה"] האט גורם געוועהן ביים יום כיפור מלחמה אז ירדן זאל זיך נישט באטייליגן. און די נצחון ביים יום כיפור מלחמה האט געברענגט מצרים צום פארהאדלונגס טיש.
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1336

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פ. לאקס »

די זעקס טאגיגע מלחמה האט ארויסגענומען עזה פון אונטער עגיפטן... און יעצט עסט מען נאכאלץ די שיריים פון יענע "געווינס"
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 1336

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פ. לאקס »

אפגערעדט אז יו מיסד די פוינט, איך בין אויך מודה אז די "געווינס" פון אומברענגען א טעראר פירער האלט אן אויף אייביג, ווייל יענער טעראריסט בלייבט טויט.

קומט אבער א צווייטער און נעמט אים איבער...

"רואיגקייט" און אן "ענדע צו טעראר" איז נאכנישט געשען, און זעט זיך ליידער נישט אן אויפן האריזאנט אינעם נאנטן צוקונפט.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

דער וואס קען נישט הערן ווי מען נוצט דעם שלאג ווארט והיא לא תצלח, ווערט לכאורה אויך נערוועז ווען מען נוצט דעם שלאג ווארט אין איזראעל "ס'איז געשען נסים".

ודו"ק, וק"ל, ולא תשכח
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בני תורה גייט נישט צום פראטעסט/ עצרת,
פיילס
הפלס.jpg
הפלס.jpg (114.34 KiB) געזען געווארן 428 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:07 am פארטאגס אין א"י, מ'הייבט אן מיט די הכנות צום גרויסן 'עצרת המיליאן' פאריפן דורך די מועצת גדולי התורה - אגודת ישראל און דגל התורה, און מועצת חכמי התורה
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 6:52 pm בני תורה גייט נישט צום פראטעסט/ עצרת,
כ'אב נישט געוויסט אז ס'איז שוין דא א פאליטיק..
פיילס
המבט.jpg
המבט.jpg (155.56 KiB) געזען געווארן 355 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 513
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1067

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 1:08 am
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 6:52 pm בני תורה גייט נישט צום פראטעסט/ עצרת,
כ'אב נישט געוויסט אז ס'איז שוין דא א פאליטיק..
דאס זענען די מער קנאישע. רבי צבי פרידמן. זייער אינטערסאנט אז זיי גייען יא און די אנדערע נישט. אבער בעצם זענען זיי א קליינע פראצענט.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 426
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 468

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך בקיצור »

ס'דא א תופעה אין די היימשיע גאס, אז צומאל וועלן די "גאר קנאי'שע" מער מקיל זיין ווי די "מעסיגע קנאי'שע" ודו"ק.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

1012503824_optimized.jpg
1012503824_optimized.jpg (101.83 KiB) געזען געווארן 172 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:58 pm ירושלים פייערט דעם פריידיגן באפרייאונג, אינאיינעם מיט'ן גרויסן זיידן דער משכנות הרועים רבי שליט"א, און דער מציל פונעם געשיכטע הרב שמעון שישא שליט"א:

image.png
הרב שמעון שישא מיט'ן באפרייטער אסיר ציון הר"ר אריה מרדכי רבינוביץ שליט"א, ביים בית דין העדה החרדית:
DSCF0105.JPG
DSCF0105.JPG (207.11 KiB) געזען געווארן 167 מאל

דער אסיר ציון רבי ארי' מרדכי באזוכט אינעם אפיס פון "מרכז עזרה ויעוץ" אפצוגעבן דעם יישר כח פאר די באפרייאונג בס"ד:
DSCF0041.JPG
DSCF0041.JPG (206.21 KiB) געזען געווארן 167 מאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 543
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 389

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך פארטריבן »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:58 pm ירושלים פייערט דעם פריידיגן באפרייאונג, אינאיינעם מיט'ן גרויסן זיידן דער משכנות הרועים רבי שליט"א, און דער מציל פונעם געשיכטע הרב שמעון שישא שליט"א:

image.png
הרב שמעון שישא מיט'ן באפרייטער אסיר ציון הר"ר אריה מרדכי רבינוביץ שליט"א, ביים בית דין העדה החרדית:

DSCF0105.JPG

דער אסיר ציון רבי ארי' מרדכי באזוכט אינעם אפיס פון "מרכז עזרה ויעוץ" אפצוגעבן דעם יישר כח פאר די באפרייאונג בס"ד:

DSCF0041.JPG

באצאלטער אנאנס: דורך 'מרכז עזרה ויעוץ'.
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 474

Re: גיוס בני ישיבות

פאוסט דורך totty »

פארטריבן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:30 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 12:58 pm ירושלים פייערט דעם פריידיגן באפרייאונג, אינאיינעם מיט'ן גרויסן זיידן דער משכנות הרועים רבי שליט"א, און דער מציל פונעם געשיכטע הרב שמעון שישא שליט"א:

image.png
הרב שמעון שישא מיט'ן באפרייטער אסיר ציון הר"ר אריה מרדכי רבינוביץ שליט"א, ביים בית דין העדה החרדית:

DSCF0105.JPG

דער אסיר ציון רבי ארי' מרדכי באזוכט אינעם אפיס פון "מרכז עזרה ויעוץ" אפצוגעבן דעם יישר כח פאר די באפרייאונג בס"ד:

DSCF0041.JPG

באצאלטער אנאנס: דורך 'מרכז עזרה ויעוץ'.
איינער באצאלט אייך צי גיין קעגן א מסירת נפש ארגענעזאציע וואס איז די איינציגע אויפן פראנט קעגן די רשעים צי ראטעווען אלע בחורי ישראל?
שרייב פאוסט