פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
גאר שטארקע אינטערוויו.
https://www.yiddish24.com/interviews/12/139709

-
חאצקיל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 142
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 292
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
האט עמיצער געזעהן איינעם פון די רבנים פון התאחדות הרבנים ביי די עצרת מחאה:
הרה״צ פריימאנער רב
הרה״צ סערדעהעלער רב
הרה״צ גאלאנטער רב
הרה״צ פריימאנער רב
הרה״צ סערדעהעלער רב
הרה״צ גאלאנטער רב
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
יא איך האב געזען הרב מפריימאן ביי די 47טיגע גאס
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
-
עומד על תלת
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 216
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
- Location: Ny
- x 309
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
ער האט געלערנט אין סאטמאר,
ווען ער איז געגאנגען לערנען קיין ‘ט‘עלז האט אים זיך רביה‘‘ק זי‘‘ע געווערטילט מיט אים איבער א רש‘‘י כמיין אין פסחים, אז א ב‘ אין א ט‘ זענען זיך מתחלף, אין עכט האט ער געדארפט פאר‘ן קיין ‘ב‘עלזא...
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
למעשה האבן די ריזיגע נעצן ווי וואשינגטאן פאוסט און ניו יארק פאוסט און AP די זעלבע שורה קורצע קלארע ארטיקל, פאוסט האט בילדער אויך, ווי ס'שיינט האט מען געצאלט ס'זאל זיין די ריכטיגע פירסום.
דא לאקאל איז עס אויך געדעקט אויף CBS און ABC אויף זייער לאקאלע פלאטפארמע.
א שאד מ'האט נישט געמאכט קיין וועבזייטל מיט ווידיאו'ס, וואלט מען געקענט האבן א QR קאוד אויף די טאוולען מיט נאך בעסערע פי אר , חכם לאחר המעשה.
אבער ב"ה מ'לערנט זיך, תשע"ג איז עס נישט געווען דערמאנט ניטאמאל ברמז אין די מידיע (חוץ אז ס'איז דא טראפיק..) און יעצט איז עס שוין געדעקט אין די אלטמאדישע מידיע. אי"ה נעקסטע מאל וועט מען שוין האבן עטליכע סאושל מידיע יוטובער'ס האפענטליך וואס וועלן עס נאך מער פארשפרייטן.
וואס נאך? (דערווייל קען מען שרייען פוי)
אה, די ענגלישע דרשה איז אביסל בושות, אבער דער רעדנער האט געהאט גאר ווייניג צייט זיך צוצוגרייטן מילא בלעים איך אים נישט. אבער דאס וואלט לכאורה געדארפט זיין די עיקר פון די פראטעסט.

נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 837
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1350
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
נאך די כינוס הרבבות איז געווען א מאסיווע ארגאניזאציע פון PR, מיט אלעס אויפגעסעט.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
מיילן ווייט פון יעצט...הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 12:18 am נאך די כינוס הרבבות איז געווען א מאסיווע ארגאניזאציע פון PR, מיט אלעס אויפגעסעט.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
- פיילס
-
- Screenshot_20251020_002055_Chrome.jpg (206.52 KiB) געזען געווארן 1055 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
קידוש השם אין די קאמענטארן.......חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 12:20 am https://nypost.com/2025/10/19/us-news/t ... aft-rules/
- פיילס
-
- Screenshot_20251020_002339_Chrome.jpg (170.57 KiB) געזען געווארן 1047 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
18 בעלטער אויף גוגל מיט אויסטערלישע דעקונג צום פראטעסט https://www.google.com/search?q=new+yor ... =945&dpr=1
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2957
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6504
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
ברויך מיר האבען דרך ארץ פאר אייךירא השם האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 10:44 pm קיין איין פראטעסט וואס איך געדענק ביז 50 יאר צוריק איז נישט געדעקט געווארן דורך די מידיא וועלעכע זענן געווען אינטער די ציוניסטישע איינפלוס, ניטאמאל די טרפעק ראדיא האט געמאלדן פארוואס עס איז דא טרעפיק אויף 42 סטריט.
דאך האט מען זיך נישט אפגעהאלטן פון טון אונזער חוב און השתדלות, איז עס אייביג אנגעקומען צו די וואס האבן געדארפט הערן
פערצופאל נאך די וואשינטאן פראטעסט תשמ"א האט בעגין ימ"ש זיך אפגערעדט ביי א רעדע אין כנסת נאך וואס ער איז אהיימגעפארן אז די סאטמארע זענן אים נאכגעלאפן און נאכגעשריגן איבעראל
ווי באקאנט האט מען אים געכאפט ארויסגיין פון א אינטער טירל, און אים פערזענליך באשריגן ,איך האב אויך זוכה געווען צו זיין צווישן די שרייערס
צירוק צום נושא..
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 522
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 815
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
איד דעילי
ה' הוא מלכינו ולו אנו עבדים:
רבבות שרייען אויס וויי-געשריי קעגן העברת הדת אין מדינת ישראל
ביי היסטארישע מאסן דעמאנסטראציע בחוצות מאנהעטן
ניו יארק – רבבות חרדי'שע אידן פון לענגאויס גרעיטאר ניו יארק, ניו דזשערסי און ארום האבן נעכטן נאכמיטאג געמאכט א היסטארישן קידוש ה' וואס האט אפּגעקלונגען מסוף העולם ועד סופו, ביים ריזיגן עצרת מחאה אדירה אין די גאסן פון מאנהעטן, פארנט פונעם ציוניסטישן קאנסולאט אויף סעקאנד עוועניו, אויסשרייענדיג דעם וויי-געשריי קעגן דעם שרעקליכן העברת הדת וואס קומט פאר אין מדינת ישראל קעגן אחינו בני ישראל, מיט דער לעצטיגער ביטערער גזירה פון גיוס, היל"ת.
טראץ וואס דער עצרת איז געמאלדן געווארן פאר'ן יהדות החרדית אין אמעריקע אינעם סאמע לעצטן טאג פונעם פארלאפענעם יום טוב סוכות, און טראץ די גאר קורצע צייט וואס מען האט געהאט זיך צוצוגרייטן דערפאר, איז די מאסן דעמאנסטראציע געקרוינט געווארן מיט אן אומבאשרייבליכן סוקסעס. מ'האט באשיינפערליך אנגעזען ווי די רבבות האבן צוגעהערט דעם הייסן רוף פון די גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א און זענען ארויסגעקומען אנטיילנעמען פערזענליך ביים עצרת.
צו דער באשטימטער שעה, אינמיטן וואס די פילצאליגע באסעס פון אלע חרדישע געגנטער האבן נאך געהאלטן אינמיטן שטראמען אומאויפהערליך קיין מאנהעטן, האט צוגעטרעטן צום מיקראפאן הרה"ג פּה מפּיק מרגליות ר' יושע נחמן בערגער שליט"א, וועלכער האט געדינט אלס יושב ראש פונעם עצרת. ער האט איינגעלייטעט די ריזיגע דעמאנסטראציע און ארויסגעברענגט די קריטישקייט פונעם מצב, ווען מען שטייט ביי אזא סכנה פון שמד דורכ'ן ביטערן גזירת גיוס בני הישיבות.
עס זענען במשך די קומענדיגע פאר שעה געהערט געווארן הארציגע אויפטרייסלנדיגע דרשות, איינס נאכ'ן צווייטן בקול בוכים, דורך חשוב'ע רבנים ומגידים. אריינגערעכנט הרה"ג ר' דוד הירשלער שליט"א פון ארה"ק, הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א אבדק"ק חוות דעת סיגעיט און הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר. אלע האבן ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן חוב מחאה וואס ליגט אויף אחינו בני ישראל בגולה אויפצושטורעמען די וועלט און אקעגנקומען מיט הילף פאר אחינו בני ישראל בארץ הקודש זיי זאלן קענען באקעמפן די שרעקליכע גזירת הגיוס.
מיט גאר געמאסטענע, רייכע און שארפע ווערטער אויף דער ענגלישער שפּראך האט אויפגעטרעטן הר"ר אהרן גרינבערג הי"ו, געבנדיג דעם קלארן מעסעדזש פונעם עצרת פאר די מידיא און די גוי'אישע גאס. צום שלוס האט הרה"ג ר' שבתי קעסטנבוים שליט"א אויפגעטרעטן און ביים ענדע פארגעליינט די רעזאלוציעס. כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א האט געשלאסן דעם עצרת מיט'ן פארזאגן די פּסוקים פון קבלת עול מלכות שמים מיט גרויס התעוררות, ווען דער ריזן ציבור רבבות זאגט מיט לענגאויס אלע גאסן.
אין לויף פונעם מעמד האט מען נאכאנאנד אפּגעשפּארט איין גאס און נאך א גאס, ביז צום פלאצירן דעם ריזיגן ציבור לענגאויס גאנצע צען גאסן, וואו מען איז געשטאנען צונויפגעפרעסט צווישן ספּעציעל-דעזיגנירטע באריקאדן אויף די אנווייזונגען פון די פּאליציי. צווישן די מאסן האבן באזונדער ארויסגעשיינט אויף יעדע איינציגע גאס באזונדער פילצאליגע גדולי הרבנים ואדמורי"ם שליט"א, ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס על פּיו יצאו אזויפיל רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר און האבן זיך משתתף געווען ביים גרויסן עצרת צוזאמען מיט די בני היהדות החרדית פון פילע קהילות הקודש אין ניו יארק.
דער קידוש ה' פונעם עצרת איז געווען אומגעהויער גרויס. פאר עלטערע אידן, תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע געדענקען נאך די גרויסע פּראטעסטן בראשות די פריערדיגע צדיקים ואדמורי"ם אין שפּיץ פון מרן רבינו הקוה"ט בעל ויואל משה מסאטמאר זי"ע, איז געקומען טרערן אין די אויגן צו זען ווי נצח ישראל לא ישקר. קושטא קאי. שלומי אמוני ישראל זענען ווייטער פאראייניגט צו פארטיידיגן די תורה הקדושה און זיך אננעמען פאר כבוד שמו יתברך צו האלטן מלחמה קעגן דער העברת הדת בארה"ק.
פון לאגיסטישן שטאנדפּונקט האבן די עסקנים געזאגט אז די מאסן דעמאנסטראציע איז אריבער מיט א גאר אויסנאמליכע און זעלטענע הצלחה. מ'האט געזען סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט. טראץ קאמפּליקאציעס מיט די פּערמיטן, הויכהילכער, אפּשפּארן די גאסן, באריקאדן, טראנספּארטאציע, בענקלעך פאר אדמורי"ם און עלטערע אידן און אזוי ווייטער, איז אלעס אריבער על צד היותר טוב.
דאס יהדות החרדית אין אמעריקע, מנער ועד זקן, איז ארויסגעקומען ברחובה של עיר אויסצושרייען דעם מי לה' אלי, וואס האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופה, אז ערליכע אידן אין חוץ לארץ שטייען קאמפסגרייט לטובת אונזערע ברידער אין ארצינו הקדושה אויף וועמען עס לאקערט אזא פינסטערע גזירה. אידישע קינדער זענען מתפּלל צום גרויסן באשעפער אז אונזערע פּעולות זאלן האבן אויפגעטאן, און אז די מלכות הרשעה זאל אונטערגיין בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן. ולה' הישועה!

AP נייעס אגענטור ציטירט הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה.
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
לענ"ד א גרויסע חלק פון די הצלחה און ערשטמאליגע צאמארבעט פון די צוויי סאטמארס איז אז די קהלישע צייטונגען זענן נישט ארויסגעקומען פארן פראטעסט, אזוי האבן ביידע נישט געשטיפט זייער אגענדע וואס וואלט פארמיטן מענטשן פון ביידע קהילות צו קומען
אויב זעט איר די דעילי דער איד, און אזוי וועט מען זען מסתמא אין ביידע אויסגאבעס און מאגאזינען, אז לאחר המעשה וועלן אלע שרייבן לויט זייערע אינטערעסן
ב"ה אז עס איז נישט געווען פאר דעים, און עס איז געווען באחדות א געוואלדיגע קידוש השם

משזר עריכה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:46 pm
- Location: ירושלים
- x 79
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
פארוואס רופט איר דאס 'ערשטמאליגע' צאמארבעט?ירא השם האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:56 am לענ"ד א גרויסע חלק פון די הצלחה און ערשטמאליגע צאמארבעט פון די צוויי סאטמארס איז אז די קהלישע צייטונגען זענן נישט ארויסגעקומען פארן פראטעסט, אזוי האבן ביידע נישט געשטיפט זייער אגענדע וואס וואלט פארמיטן מענטשן פון ביידע קהילות צו קומען
אויב זעט איר די דעילי דער איד, און אזוי וועט מען זען מסתמא אין ביידע אויסגאבעס און מאגאזינען, אז לאחר המעשה וועלן אלע שרייבן לויט זייערע אינטערעסן
ב"ה אז עס איז נישט געווען פאר דעים, און עס איז געווען באחדות א געוואלדיגע קידוש השם
זוכט איר א מגיה/עורך?
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.
929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.
929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
ווען איז געווען אמאל אזא סמאט צאמארבעט?
-
משזר עריכה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:46 pm
- Location: ירושלים
- x 79
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
כ'געדענק פון אן ערך פון 10-15 יאר צוריק, דעמאלט האט עס ר' יעקב הורוויץ אנגעפירט.
זוכט איר א מגיה/עורך?
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.
929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.
929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3598
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 19345
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
נע, יעדע ווארט צווישן ביידע צדדים האט געדארפט דורכגיין א מיטל מענטש, מיט שטותים און נערישע פייטס יעדע צד א רעדנער, וויפל מינוט מיין רעדנער באקומט. אזעלכע בילדער פון יעצט יואלי לאנדא מיט אייזיק דאסקאל, נפתלי משה אינדיג מיט שמואל מרדכי שטערן האסטו דעמאלטס נישט געהאט.משזר עריכה האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:30 amכ'געדענק פון אן ערך פון 10-15 יאר צוריק, דעמאלט האט עס ר' יעקב הורוויץ אנגעפירט.
ב"ה די בעלי מחלוקת זענען נישט געווען אינוואלווד בכלל, והכל על מקומו בשלום
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8376
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 20249
Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט
ברוך המקדש שמו ברבים!!!
ס'איז נישטא די ווערטער ביי קיינעם אויסצודרוקן התרגשות פון די גרויסע הצלחה. שווערע טויזנטער אידן, יעדער מיט א פאלגזאמע רואיגקייט, פייערדיגע דרשות וואס האבן געשניטן און אנגעווארעמט, און: א פאראייניגטע כח העסקנות אויף א זעלטענעם פארנעם.
אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן במשך די לעצטע טעג, קען איך זאגן אז ס'איז יא היסטאריש "די ערשטע מאל"! אזא עכטע געשמאקע צוזאמענארבעט. איך האב מיטגעהאלטן טעלעפאן קאלס דעם מוצאי שבת ביינאכט/פארטאגס צווישן (יעדער זאל זיך נעמען זיינע טיטלען...): יואל ברמ"ד לאנדא, אייזיק דאסקאל, אהרן יוסל פריעדמאן, ברוך כ"ץ, רבי אברהם יוסף פריעדמאן, חיים שלמה פישער, הג"ר בנציון לאוב, משה שווארץ, הג"ר יעקב בער טייטלבוים מסיגוט, נפתלי משה אינדיג, שמואל מרדכי שטערן, שמשון מיטלמאן, ישכר בעריש לאבין, ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש, ר' ישכר ראזענבערג, ר' משה קליין, הבחור [-] פון ק"י, הבחור [-] פון קווינס, איך קאן אייך גארנישט זאגן וויאזוי דאס האט אויסגעזען!
"די צעטלעך אין קרית יואל הענגען בחורים פון ק"י, קווינס וועט הענגען אין וומסב"ג?"
"לאנדא פליז קאל חיים שלמה בנוגע די בענקלעך, מ'דארף אפשמועסן וועלכע גאס אונזער רבי וועט זיין".
"אקעי קווינס נעמט אלע וומסב"ג עוועוניוס! קרית יואל קען נעמען די פאולס ביי בתי מדרשים?"
"אייזיק, די באסעס פון קרית יואל סקול דיסטריקט זענען מסודר, קאל משה אלי' צו ארלעדיגן אמת און דרכי יושר באסעס".
"נאר 2 בחורים פון קרית יואל זענען אוועילעבל צו קלעבן אין בארא פארק! קווינס קען אפשר אהין שיקן 3 בחורים מיט 4 סטעיפלערס? אקעי מ'גייט"!
"רבי יוסך חיים איז הייזעריג. וועמען נאך קען מען מכבד זיין?"
איך שיס סתם נארישע דוגמאות, אבער עכטע...
און אזוי איז קיין וואונדער אז אזא קידוש השם האט פאסירט. און איבער אלעם טאקע די ווערטער פון הג"ר שבתי קעסטנבוים איבער די מטרה פון א הפגנה, וואס האט אזוי אפגעדונערט און אויסגעקלארט יעדן איבער'ן מטרה און איבער "טף למה באו"! יעדער איז אהיים מיט א שטאלץ שזכה לקדש שם שמים, און אויסצורופן פאר יענעם און פאר זיך אליינס דעם אין לנו חלק ונחלה במדינה של גיהנום!
אשרי העם שככה לו.

דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 6:12 pm הרה"ג רבי שבתי שליט"א:
"ס'איז דא נאך וואס פראטעסטירן. אבער אונזער אייגנארטיגקייט איז, אז מיר באהאלטן זיך נישט, מיר זענען דא ביים ציוניסטישן קאנסול, און מיר זאגן קלאר: דער פראבלעם איז נישט בלויז די גזירה, דער פראבלעם איז די עצם המדינה, וואס זיי זענען קעגן השי"ת! לעקור את הכל!"
"אונזער ווייטאג איז נישט בלויז אויף בני ישיבות, נאר יעדע נשמה וואס פאלט אריין דארט! דער מיליטער איז געמאכט צו אפקילן אידישקייט, נישט בלויז במעשה, נישט בלויז ווייל מ'טוט מעשים אסורים ר"ל, נאר במחשבה! דער פלאץ איז פסול!"
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 6:20 pm המשך הגאון רבי שבתי:
"מיר דארפן געדענקען אויך צו טון וואס ס'שייך למעשה, ווען מ'בעט געלט פאר די וואס ראטעווען די בחורים, זאל מען געבן מיט א גוט הארץ, ווייל מ'קען אסאך ראטעווען!"
ליינט יעצט פאר די רעזאלוציעס.
אן אינטערעסאנטע קרישקעלע דערציילט העסקן ר' יואל לאנדא איבער די גאר געלונגענע דרשה,
אז ווען מען האט מכבד געווען הגאון רבי שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א עטליכע שעה איידערן מעמד האט עם ר' יואל ציגעצייכנט אז ער געדענקט א פרט פון א גאר יסודותדיגע דרשה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א איידערען גיין צו איינע פון די פראטעסטן ווען ר' יואל איז געווען א בחור אין ישיבה
ר' שלמה שבתי האט געריפן דעם רעבן איבער פרעגן דעם פרט, און די רבי האט אים אנגעהויבן אראפזאגן א גאנצע דרשה וואס דער ציל פון אזא מחאה איז, און דאס האט רבי שבתי געזאגט!