פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 706

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך גרינגראז »

גאר שטארקע אינטערוויו.
https://www.yiddish24.com/interviews/12/139709
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 292

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך חאצקיל »

האט עמיצער געזעהן איינעם פון די רבנים פון התאחדות הרבנים ביי די עצרת מחאה:

הרה״צ פריימאנער רב
הרה״צ סערדעהעלער רב
הרה״צ גאלאנטער רב
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 706

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך גרינגראז »

חאצקיל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 11:42 pm האט עמיצער געזעהן איינעם פון די רבנים פון התאחדות הרבנים ביי די עצרת מחאה:

הרה״צ פריימאנער רב
הרה״צ סערדעהעלער רב
הרה״צ גאלאנטער רב
:roll: :roll:

#התאחדות ברענגט אפשר פינף מענטשן....
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3528

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך דעת קדשי »

חאצקיל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 11:42 pm האט עמיצער געזעהן איינעם פון די רבנים פון התאחדות הרבנים ביי די עצרת מחאה:

הרה״צ פריימאנער רב
הרה״צ סערדעהעלער רב
הרה״צ גאלאנטער רב
יא איך האב געזען הרב מפריימאן ביי די 47טיגע גאס
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 216
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 309

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך עומד על תלת »

עריק האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 10:11 pm וואס איז פשט אז סאטמער האט מכבד געווען הרב יעקב הורוויץ חבר המועצת מיט א דרשה?
ער האט געלערנט אין סאטמאר,
ווען ער איז געגאנגען לערנען קיין ‘ט‘עלז האט אים זיך רביה‘‘ק זי‘‘ע געווערטילט מיט אים איבער א רש‘‘י כמיין אין פסחים, אז א ב‘ אין א ט‘ זענען זיך מתחלף, אין עכט האט ער געדארפט פאר‘ן קיין ‘ב‘עלזא...
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3528

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך דעת קדשי »

אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

למעשה האבן די ריזיגע נעצן ווי וואשינגטאן פאוסט און ניו יארק פאוסט און AP די זעלבע שורה קורצע קלארע ארטיקל, פאוסט האט בילדער אויך, ווי ס'שיינט האט מען געצאלט ס'זאל זיין די ריכטיגע פירסום.

דא לאקאל איז עס אויך געדעקט אויף CBS און ABC אויף זייער לאקאלע פלאטפארמע.

א שאד מ'האט נישט געמאכט קיין וועבזייטל מיט ווידיאו'ס, וואלט מען געקענט האבן א QR קאוד אויף די טאוולען מיט נאך בעסערע פי אר , חכם לאחר המעשה.

אבער ב"ה מ'לערנט זיך, תשע"ג איז עס נישט געווען דערמאנט ניטאמאל ברמז אין די מידיע (חוץ אז ס'איז דא טראפיק..) און יעצט איז עס שוין געדעקט אין די אלטמאדישע מידיע. אי"ה נעקסטע מאל וועט מען שוין האבן עטליכע סאושל מידיע יוטובער'ס האפענטליך וואס וועלן עס נאך מער פארשפרייטן.

וואס נאך? (דערווייל קען מען שרייען פוי)

אה, די ענגלישע דרשה איז אביסל בושות, אבער דער רעדנער האט געהאט גאר ווייניג צייט זיך צוצוגרייטן מילא בלעים איך אים נישט. אבער דאס וואלט לכאורה געדארפט זיין די עיקר פון די פראטעסט.
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 837
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1350

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

נאך די כינוס הרבבות איז געווען א מאסיווע ארגאניזאציע פון PR, מיט אלעס אויפגעסעט.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 12:18 am נאך די כינוס הרבבות איז געווען א מאסיווע ארגאניזאציע פון PR, מיט אלעס אויפגעסעט.
מיילן ווייט פון יעצט...
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

פיילס
Screenshot_20251020_002055_Chrome.jpg
Screenshot_20251020_002055_Chrome.jpg (206.52 KiB) געזען געווארן 1054 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 12:20 am https://nypost.com/2025/10/19/us-news/t ... aft-rules/
קידוש השם אין די קאמענטארן.......
פיילס
Screenshot_20251020_002339_Chrome.jpg
Screenshot_20251020_002339_Chrome.jpg (170.57 KiB) געזען געווארן 1046 מאל
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 472

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך totty »

18 בעלטער אויף גוגל מיט אויסטערלישע דעקונג צום פראטעסט https://www.google.com/search?q=new+yor ... =945&dpr=1
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2957
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6504

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך פשוט און גראד »

ירא השם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 10:44 pm קיין איין פראטעסט וואס איך געדענק ביז 50 יאר צוריק איז נישט געדעקט געווארן דורך די מידיא וועלעכע זענן געווען אינטער די ציוניסטישע איינפלוס, ניטאמאל די טרפעק ראדיא האט געמאלדן פארוואס עס איז דא טרעפיק אויף 42 סטריט.

דאך האט מען זיך נישט אפגעהאלטן פון טון אונזער חוב און השתדלות, איז עס אייביג אנגעקומען צו די וואס האבן געדארפט הערן

פערצופאל נאך די וואשינטאן פראטעסט תשמ"א האט בעגין ימ"ש זיך אפגערעדט ביי א רעדע אין כנסת נאך וואס ער איז אהיימגעפארן אז די סאטמארע זענן אים נאכגעלאפן און נאכגעשריגן איבעראל

ווי באקאנט האט מען אים געכאפט ארויסגיין פון א אינטער טירל, און אים פערזענליך באשריגן ,איך האב אויך זוכה געווען צו זיין צווישן די שרייערס
ברויך מיר האבען דרך ארץ פאר אייך

צירוק צום נושא..
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 815

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך תורה ויראה »

איד דעילי
unnamed (23).jpg
unnamed (23).jpg (120.95 KiB) געזען געווארן 774 מאל

ה' הוא מלכינו ולו אנו עבדים:

רבבות שרייען אויס וויי-געשריי קעגן העברת הדת אין מדינת ישראל
ביי היסטארישע מאסן דעמאנסטראציע בחוצות מאנהעטן

ניו יארק – רבבות חרדי'שע אידן פון לענגאויס גרעיטאר ניו יארק, ניו דזשערסי און ארום האבן נעכטן נאכמיטאג געמאכט א היסטארישן קידוש ה' וואס האט אפּגעקלונגען מסוף העולם ועד סופו, ביים ריזיגן עצרת מחאה אדירה אין די גאסן פון מאנהעטן, פארנט פונעם ציוניסטישן קאנסולאט אויף סעקאנד עוועניו, אויסשרייענדיג דעם וויי-געשריי קעגן דעם שרעקליכן העברת הדת וואס קומט פאר אין מדינת ישראל קעגן אחינו בני ישראל, מיט דער לעצטיגער ביטערער גזירה פון גיוס, היל"ת.

טראץ וואס דער עצרת איז געמאלדן געווארן פאר'ן יהדות החרדית אין אמעריקע אינעם סאמע לעצטן טאג פונעם פארלאפענעם יום טוב סוכות, און טראץ די גאר קורצע צייט וואס מען האט געהאט זיך צוצוגרייטן דערפאר, איז די מאסן דעמאנסטראציע געקרוינט געווארן מיט אן אומבאשרייבליכן סוקסעס. מ'האט באשיינפערליך אנגעזען ווי די רבבות האבן צוגעהערט דעם הייסן רוף פון די גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א און זענען ארויסגעקומען אנטיילנעמען פערזענליך ביים עצרת.

צו דער באשטימטער שעה, אינמיטן וואס די פילצאליגע באסעס פון אלע חרדישע געגנטער האבן נאך געהאלטן אינמיטן שטראמען אומאויפהערליך קיין מאנהעטן, האט צוגעטרעטן צום מיקראפאן הרה"ג פּה מפּיק מרגליות ר' יושע נחמן בערגער שליט"א, וועלכער האט געדינט אלס יושב ראש פונעם עצרת. ער האט איינגעלייטעט די ריזיגע דעמאנסטראציע און ארויסגעברענגט די קריטישקייט פונעם מצב, ווען מען שטייט ביי אזא סכנה פון שמד דורכ'ן ביטערן גזירת גיוס בני הישיבות.

עס זענען במשך די קומענדיגע פאר שעה געהערט געווארן הארציגע אויפטרייסלנדיגע דרשות, איינס נאכ'ן צווייטן בקול בוכים, דורך חשוב'ע רבנים ומגידים. אריינגערעכנט הרה"ג ר' דוד הירשלער שליט"א פון ארה"ק, הגה"צ ר' אשר אנשיל אשכנזי שליט"א אבדק"ק חוות דעת סיגעיט און הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר. אלע האבן ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן חוב מחאה וואס ליגט אויף אחינו בני ישראל בגולה אויפצושטורעמען די וועלט און אקעגנקומען מיט הילף פאר אחינו בני ישראל בארץ הקודש זיי זאלן קענען באקעמפן די שרעקליכע גזירת הגיוס.

מיט גאר געמאסטענע, רייכע און שארפע ווערטער אויף דער ענגלישער שפּראך האט אויפגעטרעטן הר"ר אהרן גרינבערג הי"ו, געבנדיג דעם קלארן מעסעדזש פונעם עצרת פאר די מידיא און די גוי'אישע גאס. צום שלוס האט הרה"ג ר' שבתי קעסטנבוים שליט"א אויפגעטרעטן און ביים ענדע פארגעליינט די רעזאלוציעס. כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א האט געשלאסן דעם עצרת מיט'ן פארזאגן די פּסוקים פון קבלת עול מלכות שמים מיט גרויס התעוררות, ווען דער ריזן ציבור רבבות זאגט מיט לענגאויס אלע גאסן.

אין לויף פונעם מעמד האט מען נאכאנאנד אפּגעשפּארט איין גאס און נאך א גאס, ביז צום פלאצירן דעם ריזיגן ציבור לענגאויס גאנצע צען גאסן, וואו מען איז געשטאנען צונויפגעפרעסט צווישן ספּעציעל-דעזיגנירטע באריקאדן אויף די אנווייזונגען פון די פּאליציי. צווישן די מאסן האבן באזונדער ארויסגעשיינט אויף יעדע איינציגע גאס באזונדער פילצאליגע גדולי הרבנים ואדמורי"ם שליט"א, ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס על פּיו יצאו אזויפיל רבבות תלמידי וחסידי סאטמאר און האבן זיך משתתף געווען ביים גרויסן עצרת צוזאמען מיט די בני היהדות החרדית פון פילע קהילות הקודש אין ניו יארק.

דער קידוש ה' פונעם עצרת איז געווען אומגעהויער גרויס. פאר עלטערע אידן, תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע געדענקען נאך די גרויסע פּראטעסטן בראשות די פריערדיגע צדיקים ואדמורי"ם אין שפּיץ פון מרן רבינו הקוה"ט בעל ויואל משה מסאטמאר זי"ע, איז געקומען טרערן אין די אויגן צו זען ווי נצח ישראל לא ישקר. קושטא קאי. שלומי אמוני ישראל זענען ווייטער פאראייניגט צו פארטיידיגן די תורה הקדושה און זיך אננעמען פאר כבוד שמו יתברך צו האלטן מלחמה קעגן דער העברת הדת בארה"ק.

פון לאגיסטישן שטאנדפּונקט האבן די עסקנים געזאגט אז די מאסן דעמאנסטראציע איז אריבער מיט א גאר אויסנאמליכע און זעלטענע הצלחה. מ'האט געזען סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט. טראץ קאמפּליקאציעס מיט די פּערמיטן, הויכהילכער, אפּשפּארן די גאסן, באריקאדן, טראנספּארטאציע, בענקלעך פאר אדמורי"ם און עלטערע אידן און אזוי ווייטער, איז אלעס אריבער על צד היותר טוב.

דאס יהדות החרדית אין אמעריקע, מנער ועד זקן, איז ארויסגעקומען ברחובה של עיר אויסצושרייען דעם מי לה' אלי, וואס האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופה, אז ערליכע אידן אין חוץ לארץ שטייען קאמפסגרייט לטובת אונזערע ברידער אין ארצינו הקדושה אויף וועמען עס לאקערט אזא פינסטערע גזירה. אידישע קינדער זענען מתפּלל צום גרויסן באשעפער אז אונזערע פּעולות זאלן האבן אויפגעטאן, און אז די מלכות הרשעה זאל אונטערגיין בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן. ולה' הישועה!
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 685

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך א טויב »

https://apnews.com/article/orthodox-jew ... 8b5435fb0a
Screenshot 2025-10-20 094426.png
Screenshot 2025-10-20 094426.png (324.44 KiB) געזען געווארן 696 מאל
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 685

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך א טויב »

AP נייעס אגענטור ציטירט הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה.

Screenshot 2025-10-20 095130.png
Screenshot 2025-10-20 095130.png (47.39 KiB) געזען געווארן 687 מאל
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 503

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך ירא השם »

לענ"ד א גרויסע חלק פון די הצלחה און ערשטמאליגע צאמארבעט פון די צוויי סאטמארס איז אז די קהלישע צייטונגען זענן נישט ארויסגעקומען פארן פראטעסט, אזוי האבן ביידע נישט געשטיפט זייער אגענדע וואס וואלט פארמיטן מענטשן פון ביידע קהילות צו קומען

אויב זעט איר די דעילי דער איד, און אזוי וועט מען זען מסתמא אין ביידע אויסגאבעס און מאגאזינען, אז לאחר המעשה וועלן אלע שרייבן לויט זייערע אינטערעסן

ב"ה אז עס איז נישט געווען פאר דעים, און עס איז געווען באחדות א געוואלדיגע קידוש השם
משזר עריכה
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:46 pm
Location: ירושלים
x 79

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך משזר עריכה »

ירא השם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 9:56 am לענ"ד א גרויסע חלק פון די הצלחה און ערשטמאליגע צאמארבעט פון די צוויי סאטמארס איז אז די קהלישע צייטונגען זענן נישט ארויסגעקומען פארן פראטעסט, אזוי האבן ביידע נישט געשטיפט זייער אגענדע וואס וואלט פארמיטן מענטשן פון ביידע קהילות צו קומען

אויב זעט איר די דעילי דער איד, און אזוי וועט מען זען מסתמא אין ביידע אויסגאבעס און מאגאזינען, אז לאחר המעשה וועלן אלע שרייבן לויט זייערע אינטערעסן

ב"ה אז עס איז נישט געווען פאר דעים, און עס איז געווען באחדות א געוואלדיגע קידוש השם
פארוואס רופט איר דאס 'ערשטמאליגע' צאמארבעט?
זוכט איר א מגיה/עורך?
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.

929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 503

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך ירא השם »

ווען איז געווען אמאל אזא סמאט צאמארבעט?
משזר עריכה
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:46 pm
Location: ירושלים
x 79

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך משזר עריכה »

ירא השם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:21 am ווען איז געווען אמאל אזא סמאט צאמארבעט?
כ'געדענק פון אן ערך פון 10-15 יאר צוריק, דעמאלט האט עס ר' יעקב הורוויץ אנגעפירט.
זוכט איר א מגיה/עורך?
א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים שטייען גרייט פאר אייך, פאר א צוגענגליכע פרייז!
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון וכדו'.

929-373-1139 (call only)
אימעיל: mistxediting@gmail.com
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3598
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 19345

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך חלום חלמתי »

משזר עריכה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:30 am
ירא השם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 20, 2025 10:21 am ווען איז געווען אמאל אזא סמאט צאמארבעט?
כ'געדענק פון אן ערך פון 10-15 יאר צוריק, דעמאלט האט עס ר' יעקב הורוויץ אנגעפירט.
נע, יעדע ווארט צווישן ביידע צדדים האט געדארפט דורכגיין א מיטל מענטש, מיט שטותים און נערישע פייטס יעדע צד א רעדנער, וויפל מינוט מיין רעדנער באקומט. אזעלכע בילדער פון יעצט יואלי לאנדא מיט אייזיק דאסקאל, נפתלי משה אינדיג מיט שמואל מרדכי שטערן האסטו דעמאלטס נישט געהאט.

ב"ה די בעלי מחלוקת זענען נישט געווען אינוואלווד בכלל, והכל על מקומו בשלום
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ברוך המקדש שמו ברבים!!!

ס'איז נישטא די ווערטער ביי קיינעם אויסצודרוקן התרגשות פון די גרויסע הצלחה. שווערע טויזנטער אידן, יעדער מיט א פאלגזאמע רואיגקייט, פייערדיגע דרשות וואס האבן געשניטן און אנגעווארעמט, און: א פאראייניגטע כח העסקנות אויף א זעלטענעם פארנעם.

אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן במשך די לעצטע טעג, קען איך זאגן אז ס'איז יא היסטאריש "די ערשטע מאל"! אזא עכטע געשמאקע צוזאמענארבעט. איך האב מיטגעהאלטן טעלעפאן קאלס דעם מוצאי שבת ביינאכט/פארטאגס צווישן (יעדער זאל זיך נעמען זיינע טיטלען...): יואל ברמ"ד לאנדא, אייזיק דאסקאל, אהרן יוסל פריעדמאן, ברוך כ"ץ, רבי אברהם יוסף פריעדמאן, חיים שלמה פישער, הג"ר בנציון לאוב, משה שווארץ, הג"ר יעקב בער טייטלבוים מסיגוט, נפתלי משה אינדיג, שמואל מרדכי שטערן, שמשון מיטלמאן, ישכר בעריש לאבין, ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש, ר' ישכר ראזענבערג, ר' משה קליין, הבחור [-] פון ק"י, הבחור [-] פון קווינס, איך קאן אייך גארנישט זאגן וויאזוי דאס האט אויסגעזען!

"די צעטלעך אין קרית יואל הענגען בחורים פון ק"י, קווינס וועט הענגען אין וומסב"ג?"

"לאנדא פליז קאל חיים שלמה בנוגע די בענקלעך, מ'דארף אפשמועסן וועלכע גאס אונזער רבי וועט זיין".

"אקעי קווינס נעמט אלע וומסב"ג עוועוניוס! קרית יואל קען נעמען די פאולס ביי בתי מדרשים?"

"אייזיק, די באסעס פון קרית יואל סקול דיסטריקט זענען מסודר, קאל משה אלי' צו ארלעדיגן אמת און דרכי יושר באסעס".

"נאר 2 בחורים פון קרית יואל זענען אוועילעבל צו קלעבן אין בארא פארק! קווינס קען אפשר אהין שיקן 3 בחורים מיט 4 סטעיפלערס? אקעי מ'גייט"!

"רבי יוסך חיים איז הייזעריג. וועמען נאך קען מען מכבד זיין?"

איך שיס סתם נארישע דוגמאות, אבער עכטע...

און אזוי איז קיין וואונדער אז אזא קידוש השם האט פאסירט. און איבער אלעם טאקע די ווערטער פון הג"ר שבתי קעסטנבוים איבער די מטרה פון א הפגנה, וואס האט אזוי אפגעדונערט און אויסגעקלארט יעדן איבער'ן מטרה און איבער "טף למה באו"! יעדער איז אהיים מיט א שטאלץ שזכה לקדש שם שמים, און אויסצורופן פאר יענעם און פאר זיך אליינס דעם אין לנו חלק ונחלה במדינה של גיהנום!

אשרי העם שככה לו.
חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 229
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 377

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך חיים יוסף »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 6:12 pm הרה"ג רבי שבתי שליט"א:

"ס'איז דא נאך וואס פראטעסטירן. אבער אונזער אייגנארטיגקייט איז, אז מיר באהאלטן זיך נישט, מיר זענען דא ביים ציוניסטישן קאנסול, און מיר זאגן קלאר: דער פראבלעם איז נישט בלויז די גזירה, דער פראבלעם איז די עצם המדינה, וואס זיי זענען קעגן השי"ת! לעקור את הכל!"

"אונזער ווייטאג איז נישט בלויז אויף בני ישיבות, נאר יעדע נשמה וואס פאלט אריין דארט! דער מיליטער איז געמאכט צו אפקילן אידישקייט, נישט בלויז במעשה, נישט בלויז ווייל מ'טוט מעשים אסורים ר"ל, נאר במחשבה! דער פלאץ איז פסול!"
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 6:20 pm המשך הגאון רבי שבתי:

"מיר דארפן געדענקען אויך צו טון וואס ס'שייך למעשה, ווען מ'בעט געלט פאר די וואס ראטעווען די בחורים, זאל מען געבן מיט א גוט הארץ, ווייל מ'קען אסאך ראטעווען!"

ליינט יעצט פאר די רעזאלוציעס.

אן אינטערעסאנטע קרישקעלע דערציילט העסקן ר' יואל לאנדא איבער די גאר געלונגענע דרשה,

אז ווען מען האט מכבד געווען הגאון רבי שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א עטליכע שעה איידערן מעמד האט עם ר' יואל ציגעצייכנט אז ער געדענקט א פרט פון א גאר יסודותדיגע דרשה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א איידערען גיין צו איינע פון די פראטעסטן ווען ר' יואל איז געווען א בחור אין ישיבה

ר' שלמה שבתי האט געריפן דעם רעבן איבער פרעגן דעם פרט, און די רבי האט אים אנגעהויבן אראפזאגן א גאנצע דרשה וואס דער ציל פון אזא מחאה איז, און דאס האט רבי שבתי געזאגט!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

4de48215-a85c-5f09-8ba3-80bbc8f3f911__h1279_w1920.jpg
4de48215-a85c-5f09-8ba3-80bbc8f3f911__h1279_w1920.jpg (346.07 KiB) געזען געווארן 455 מאל
3f14379e-df1c-5958-b872-38315c43fb2b__h1280_w1920.jpg
3f14379e-df1c-5958-b872-38315c43fb2b__h1280_w1920.jpg (281.04 KiB) געזען געווארן 455 מאל
0fe2106a-dcd6-50ff-ba45-c47368bf7eb8__h1279_w1920.jpg
0fe2106a-dcd6-50ff-ba45-c47368bf7eb8__h1279_w1920.jpg (338.75 KiB) געזען געווארן 455 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: פראטעסט א' נח תשפ"ו ~ קעגן דעם איזרעלי קאנסולאט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

35cc3afa-0822-5a42-bd5a-fb6c61f0294d__h1280_w1920.jpg
35cc3afa-0822-5a42-bd5a-fb6c61f0294d__h1280_w1920.jpg (321.68 KiB) געזען געווארן 746 מאל
8abaadef-5581-5b40-8290-644cb1f3c722__h1280_w1920.jpg
8abaadef-5581-5b40-8290-644cb1f3c722__h1280_w1920.jpg (276.29 KiB) געזען געווארן 746 מאל
7cda9cfc-ab73-5d41-958a-d88b591b4df6__h1280_w1920.jpg
7cda9cfc-ab73-5d41-958a-d88b591b4df6__h1280_w1920.jpg (263.6 KiB) געזען געווארן 746 מאל
שרייב פאוסט