חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 7:40 pm זייער אינטערעסאנט, וויפיל קומט אויס פער באקס, ניו יארק>אריזאנע?
די פרייז איז איינגעטיילט אין עטליכע פאקטארן:

וויפיל באקסעס מ'נעמט, דאס הייסט אויב נעמסטו איין באקס רעדט מען פון ארום $1,500, ווען דו לייגסט צו נאך א יו-באקס איז עס $2,000, דריי באקסעס איז עס $2,400 א.א.וו.

די צייט אין יאר וואס מ'נעמט עס, למשל, ווען איך האב געמופט (יאנואר 2023) איז עס אויסגעקומען (עכ"פ אזוי קוקט מיר עס אויס יעצט, כ'קען אפשר נאכקוקן מער פונקטליך) צו ארום $3,500 פאר דריי באקסעס, הכל בכל מכל, אבער אויב לייגט מען היינט אריין א ארדער קוקט מיר אויס אז עס קומט אויס ארום $2,800, באלד א טויזענטער ווייניגער, עס קען זיין אז איך זעה עס בעפאר טעקס, אדער איז די פרייז פון א באקס פשוט אראפ, אדער ווענדזיך עס אין צייט פון יאר, איך בין נישט זיכער.

מען צאלט אויך פאר די סטארעדזש, דאס הייסט אז צו דינגען א יו-באקס איז אזוי ווי מ'דינגט א סטארעדזש קאנטעינאר, מען צאלט חודש'ליך פאר די קאנטעינאר, און ווען מ'נעמט עס ארויס דארף מען באצאלן פאר כאטש איין חודש היות מען האט עס פאר ארום א חודש (טאג צוויי צו אריינפאקן, בערך צוויי וואכן אויף די ראוד, טאג צוויי אויסצופאקן), במילא אויב איינער וויל מופן אבער וויל פור סאם ריזען באקומען זיינע זאכן נאר אין צוויי חדשים דארף ער פשוט צולייגן נאך עטליכע הונדערט דאלער צו סטארעדזשן די קאנטעינערס, בעצם די גאנצע זאך פון עס נוצן פאר מופן איז א אפציע אויף יו-באקס נישט דווקא די עיקר ביזנעס פון זיי (הגם יו-הואל איז בעצם א מאווינג קאמפעני).

נאכדעם הייבט זיך אן וויאזוי די יו-באקסעס קומען אן צו דיר, אויב ווילסטו זיי זאלן דאס דעליווערן (וואס איז וואס אלע היימישע אידן האבן געטוהן) איז דא א פרייז דערויף, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז עס ארום $100 (איך געדענק נישט אויב פאר יעדע באקס אדער בכלליות פאר די דעליווערי) און דו קענסט אויסוועלן פונקטליך ווען דו ווילסט אז זיי זאלן עס ברענגן, אדער קען מען אליין אראפגיין צו א יו-הואל פעסיליטי און אויפיקן די באקסעס (אויב האסטו א טרעילער...) אדער קען מען גאר נעמען אלע זאכן צו די יו-הואל פעסיליטי און דארט אריינפאקן אלעס אין די באקסעס וואס קען אפשר ארבעטן פאר איינער וואס האט נישט קיין גרויסע פורניטשור.

שפעטער גייען זיי דיר פרובירן צו אפערן אלע סארט מופן עקוויפמענט, באקסעס, טעיפ, בלענקעטס, באבל רעפ און וואס נישט, פארשטייט זיך אז עס איז אסאאאך ביליגער צו עס אליין קויפן אין עני געשעפט ווי צו קויפן די יו-הואל ברענד, באט העי, דא מאכן זיי די געלט...

אויך האבן זיי אפציעס פון מאווינג קאמפעניס וואס קענען דיר העלפן אריינפאקן/ארויספאקן אלעס פון די באקסעס, עס איז אבער נישט דווקא קיין ביליגע אפציעס און מיר איז אויסגעקומען בעסער און ביליגער צו נעמען א אידישע קאמפעני אויף אריינצופאקן, און אויספאקן האמיר אליין געטוהן מיט די הילף פון געטרייע תושבים וואס זענען אלץ גרייט ארויסצוהעלפן א צווייטע תושב.

פארשטייט זיך אז זיי פארקויפן אויך אינשורענס אויב עפעס ווערט דעמעדזשד אויפן וועג, נאך אפאר דאלער...

מיט דעם אלעם קומט עס נאך אלץ אויס אסאך ביליגער און פראקטישער, און עס איז טאקע ראטזאם קודם צו רעדן מיט איינער וואס האט עס שוין געטוהן וואס קען גייעדן וויאזוי עס צו באשטעלן און וואס קען זיין וויכטיג און וואס נישט, איינער וואס מופט איז געווענדליך סתם אזוי אין קאנטאקט מיט די אידן אינעם נייעם ישוב (סיי ווי אימער) וואס וועלן זיין מור זען העפי אים ארויסצוהעלפן דערמיט.

אזוי ווי יו-באקסעס איז אויך דא א קאמפעני 'פאדס', זיי קומען אבער אויס אביסל טייערער, און זייער באקסעס זענען אויך אסאך גרעסער און דערפאר שווערער אויסצורעכענען פונקטליך וויפיל מ'דארף.

דא האסטו א לינק צו יו-באקס, אויסצורעכענען וויפיל ס'וועט אויסקומען:
https://www.uhaul.com/UBox/
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

New-Header-elul-01 (1).jpg
New-Header-elul-01 (1).jpg (98.24 KiB) געזען געווארן 1370 מאל

פרישע אימעיל נייעס און אנטוויקלונגען אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ארויסגעשיקט געווארן עטליכע וואכן צוריק.
לינק צו די אימעיל ארויסגעשיקט דאן - נייעס און אנטוויקלונגען פון קאסא גראנדע אריזאנע

קענט איר אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צו די נייעס וועבזייטלעך אבער וואלטן געהאט א תועלת צו זעהן און באקומען די נייעס און אנטוויקלונגען פון קאסא גראנדע אריזאנע?
סיינט זיי ארויף אויף די אימעיל ליסטע צו באקומען די אנטוויקלונגען גלייך צו זייער אינבאקס.
https://subscribepage.io/KhalChasidim

נאוט: רוב נייעס וואס ווערט ארויסגעשיקט איז שוין געווען דא אויף אייוועלט בעפאר (הגם אמאל איז יא דא זאכן וואס זענען ארויסגעפאלן וכדומה), די סיבה וואס איך לייג עס דא ארויף איז צו דערמאנען אידן וואס האבן באקאנטע וואס זענען נישט דא אויף אייוועלט אבער וואלטן בענעפעטירט פון זעהן און באקומען די נייעס און אנטוויקלונגען צו אויפסיינען זייער באקאנטע און משפחה אויף די אימעיל ליסטע.
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

אלע צוזאמען האט געשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 12:16 am מודעה חשובה, לרגל די זומער וואכן האט מען גערוקט די זמן שחרית אין בית המדרש קהל חסידים אויף מקדאנעלד סט.


1000004192 (1).jpg
וויכטיגע מודעה פאר די חשובע געסט:

יעצט ווען די זומער איז פאריבער (ברוך השם מיט א שטארקע סוקסעס!) און חדר/סקול האט זיך צוריק אנגעהויבן ווי געהעריג, האט מען היינט צוריקגערוקט די זמן שחרית ווי געווענדליך צו 7:00AM.
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

ברוכים הבאים פאר א פרישע תושב אין קאסא גראנדע אריזאנע.

תושבי קאסא גראנדע באגריסן מיט פרייד די פרישע משפחה וואס האט געטוהן דעם בראווע שריט און זיך אריבערגעצויגן וואוינען אינעם היימישן חסידישן ישוב אין קאסא גראנדע יעצט צום נייעם לערן יאר.

א עקסטערע גרויסע קידוש איז פארגעקומען דעם שבת קודש ווי אלע תושבי קאסא גראנדע זענען געווען געלאדנט צו באגריסן און זיך באקענען מיט די פרישע משפחה, ווי מען איז געזעצן און פארברענגט אינאיינעם א לענגערע צייט, מוצאי שבת קודש איז געווען א געשמאקע מלוה מלכה אינעם עזרת נשים אויפצונעמען די פרישע משפחה ווי עס פאסט.

🌴🌵🌴🌵🌴🌵

דו אויך קענסט נאך זיין פון די נחשוני בוני הישוב און לעבן מיט הרחבת הדעת און רואיגקייט אינעם הערליכן ישוב.

רוף אריין דיירעקט צו איינער פון די עסקנים וואס וועלן אייך ענטפערן אלע אייער שאלות און פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט מעגליך.

ר' נחמן לעפקאוויטש (היימישע ריעל עסטעיט אגענט) - 845-422-2782
ר' יצחק גראססמאן (מנהל גשמי מוסדות עץ חיים) - 718-541-3051
ר' הלל ליכטענשטיין (עסקן בהישוב) - 845-655-9505

(אין קאסא גראנדע גיבט מען אכט אויף די ווילן פון די איינוואוינער, און מיר לייגן נאר ארויס א צעטל אין פאבליק ווען די פאמיליע איז באקוועם דערמיט, דאס מאל וועלן מיר נישט ארויסלייגן, ביטע נעמט אנטייל און רעספעקטירט די פריוואטקייט פון די איינוואוינער).
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

שיעור שבועי - ליל ששי פרשת כי תצא תשפ"ה - הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע - לפני מעריב בביהמ"ד קהל חסידים.

פארוואס האט פרעזידענט טראמפ געטוישט די נאמען פון די דעפארטמענט אוו דיפענס צו דיפארטמענט אוו וואר? כי תצא למלחמה!

https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... r/41981481

- - -

וועכנטליכע שיעור הלכה פון הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, זונטאג נאך שחרית אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע - פרשת כי תבא/י"ד אלול תשפ"ה.

שיעור אין הלכות עשרת ימי תשובה, המלך הקדוש ועוד

https://www2.kolhalashon.com/#//regular ... r/41981488
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

תפילין לייגן פאר הבה"ח יוסף שאול ני"ו בן ר' מנחם פאכטמאן הי"ו ממצויני תלמידי תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע אצל כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין ניו יארק.

שמחת הבר מצוה איז פארקומען אין קאסא גראנדע אריזאנע, מוצאי שבת קודש שבת שובה הבעל"ט.

באבוב תפילין..jpg
באבוב תפילין..jpg (312.31 KiB) געזען געווארן 1369 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 688

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

סארי טא דיסאפוינט יו הרב אלע צוזאמען, קיינער איז נישט אינטערסירט יעצט אין 50 פאוסטס פון שיעורים, זיכער נישט אלטע. אויב עפעס קענסטו לייגן אלעס אין איין פאוסט. העמער דיר עס מוחל זיין... חוץ אויב האסט א ציל צו פארדעקן איינעם אנדערש
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 699

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

די נייע זמני תפלה פאר ווינטער תשפ"ו הבעל"ט,

לתועלת הרבים גייט די מנין מנחה פארקומען אינאיינעם מיט די ילדי התלמוד תורה 4:30.

אינאיינוועגס איז שוין דא די אויפטוה אז מנחה וועט זיין פאר די שקיעה, לשביעת רצונם פון די וועלעכע זענען מקפיד צו דאווענען מנחה פאר די שקיעה.
פיילס
זמני ותיקין חול (1) 2025-10-05.jpg
זמני ותיקין חול (1) 2025-10-05.jpg (324.1 KiB) געזען געווארן 1346 מאל
ברוכים הבאים סירקוס 2025-10-05.jpg
ברוכים הבאים סירקוס 2025-10-05.jpg (442.89 KiB) געזען געווארן 1346 מאל
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

שיריים פונעם יום טוב: זיס בילד ווי משמח אלוקים ואנשים, הרב משה אברהם ברוין שליט"א, לערנט אויס די קינדער ווי צו פלעכטן און מאכן קיישעלעך, רינגלעך פאר די לולבים, בשמים האלטערס און נאך.
פיילס
IMG-20251016-WA0088~2.jpg
IMG-20251016-WA0088~2.jpg (175.21 KiB) געזען געווארן 1249 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 6340
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 51740

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך חלום חלמתי »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:56 pm

(אין קאסא גראנדע גיבט מען אכט אויף די ווילן פון די איינוואוינער, און מיר לייגן נאר ארויס א צעטל אין פאבליק ווען די פאמיליע איז באקוועם דערמיט, דאס מאל וועלן מיר נישט ארויסלייגן, ביטע נעמט אנטייל און רעספעקטירט די פריוואטקייט פון די איינוואוינער).
:lol: :lol: :lol:
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

איך האב באקומען אין אישי ריקוועסט'ס איבער צו לייגן א קלארע ווערזשען פון די עד'ס ווייל די קאנטאקט אינפארמאציע פון די עד'ס וואס אויף די פריערדיגע תגובה איז געווען אויף א שוואכערע רעזעלושן / אומליינבאר.

פאר עני הילף, אינפארמאציע איבער דעם ישוב רופט די אפיס פונעם ועד 520.535.1045
צו קויפן אדער דינגן א הויז רופט דעם היימישע ריעל עסטעיט עיזשענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן 520.556.2000
פיילס
IMG-20251009-WA0067(1).jpg
IMG-20251009-WA0067(1).jpg (236.29 KiB) געזען געווארן 1021 מאל
IMG-20250915-WA0040(2).jpg
IMG-20250915-WA0040(2).jpg (236.44 KiB) געזען געווארן 1021 מאל
IMG-20250908-WA0038(3).jpg
IMG-20250908-WA0038(3).jpg (345.06 KiB) געזען געווארן 1021 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:59 pm סארי טא דיסאפוינט יו הרב אלע צוזאמען, קיינער איז נישט אינטערסירט יעצט אין 50 פאוסטס פון שיעורים, זיכער נישט אלטע. אויב עפעס קענסטו לייגן אלעס אין איין פאוסט. העמער דיר עס מוחל זיין... חוץ אויב האסט א ציל צו פארדעקן איינעם אנדערש
שלום וברכה, אנטשולדיגט אויף די שוועריקייט, איך זעה עס האט אייך זייער געבאדערט, איך בין זייער זעלטן אויף אידטיש און מיין סדר איז די לעצטע איבער א האלבע יאר שוין צו ארויפלייגן די נייעס'לעך פונעם ישוב יעדע שטיק צייט ווען איך בין דא אויף איינמאל, יעצט איז עס אביסל לענגער במילא איז די נייעס אביסל עלטער, איך האלט אבער נאכאלס אז עס איז מן היושר אז די אידן וואס האלטן נאר דא מיט די נייעס זאלן אויך האבן אלע נייעס'לעך פונעם ישוב במילא לייג איך עס נאכאלס ארויף, יעצט לגבי די שיעורים (עס איז געווען דאכזיך פונעף צו זיין מער קארעקט מיט די נומבער), איז ווי איך האב לכתחילה געזעהן אז עס איז איין שיעור גלייך נאכן צווייטן האב איך עס צוזאמגעשטעלט, איך וועל אבער פרובירן זיך צו משתדל זיין עס זאל טאקע נישט זיין צו סאך דערפון, ואתכם הסליחה.

יישר כח פאר די קאנסטראקטיוו קריטיק.
נ.ב. איר האט שוין באקומען די תשובה איבער די היטלעך?
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

עטליכע תושבי קאסא גראנדע פארברענגן אינאיינעם ביים שליח חב"ד פון קאסא גראנדא אינדערהיים, ליל ששי פרשת כי תבא, ח"י אלול תשפ"ה, יום הולדת הבעש"ט.

חי אלול (1) (1).jpg
חי אלול (1) (1).jpg (324.11 KiB) געזען געווארן 964 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

ברכת השנה פון הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט”א אב"ד קהל חסידים אריינגייענדיג אינעם נייעם יאר הבעל”ט.

א גוט יאר.

ברכת השנה תשפו-01 (1).png
ברכת השנה תשפו-01 (1).png (404.35 KiB) געזען געווארן 964 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

איד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 1:29 am האט די צווייטע קהילה געהאט א אייגענע מנין ר''ה?
א באריכט וואס א צווייטער האט ארויסגעלייגט אויף אנדערע פלאטפארמעס, אני הקטן בין נישט געווען אין שטאט אויף ראש השנה.

- - -

מה נהדר היה.

שטייענדיג נאך אז געהויבענעם ראש השנה תשפ''ו, וואס מ'האבן מיר אינאיינעם געפראוועט בשבת אחים, איז פשוט מן הנכון צו פארשרייבן א שטיקעלע באריכט כפי אשר ישיג יד הקולמוס, אז אונזערע פריינט מריחוק מקום וקירוב הלב זאלן אויך הערן אין וויסן.

אנדערש ווי רוב אנדערע מועדי ה', איז געווען דא אין קאסא גראנדע א רעלאטיוו קליינער עולם, געסט קומען בד''כ נאכנישט אויף ר''ה, א א חלק ניכר פון די תושבים זענען געווען אוועקגעפארן, סיי קיין ניו יארק, און אויך האט קאסא גראנדע א שטארקע אנוועזנהייט און אומן הקדוש מיט א שיינע צאל איינוואוינער וועלכע לעבן אין תורת רבי נחמן זי''ע. איז געבליבן א קלענערע עולם און מער אן אינטימישער אטמאספערע, ווי מ'האט געדאוונט, געזונגען און געטאנצן בשבת אחים.

ר' יצחק גראסמאן - דער מנהל גשמי פון די מוסדות דאהי אין קאסא גראנדע, האט אריינגעברענגט דעם יו''ט מיט תפילת ערבית. בקולו הנעים און דעם הייליגן סקווירא נוסח האט ער ענטפאנגען דעם נייעם יאר, אריינציענדיג דעם ציבור אין א ימים נוראים'דיגער ווארעמקייט.

מיט שחרית איז מכובד געווארן דער מכבד ה' מגרונו ר' שמואל ב''ר שרגא פאזען הי''ו.
די דורות-לאנגע שאפראנער דינאסטיע פון בעלי תפלה האט זיך ארויסגעזינגען אין אירע שענסטע קאלירן, מיטן טעם עליון וואס משפחת פאזען הנכבדה איז געבענטשט מיט.

רחמנא אמר תקעו - בערך איינס נאכמיטאג האט מען זיך געשטעלט מקיים זיין מצות היום, ווי אנשים נשים וטף זענען געקומען הערן תקיעת שופר כאיש אחד ובלב אחד. ר' בנציון גאטהייל הי''ו - גבאי נאמן דבית מדרשינו האט משמש געווען אלץ בעל תוקע, און הרב מרדכי מיללער הי''ו אלץ בעל מקריא.

באתי לעמוד ולהתחנן - צו מוסף איז צוגעגאנגען מו''ה ר' מנחם פאכטמאן הי''ו, וועלכע האט מיט זיין ווארעמער אויטענטישער נוסח לבית באבוב הק' אריינגעברענגט א התעוררות און ווארעמקייט בישראל עם קדושים אז ס'האט זיך צוגאסן אין די ביינער.

ארום דריי-דרייסיג האט מען זיך געשטעלט מנחה, ווי ר' הילל ליכטענשטיין האט אריינגעברענגט אן אומאנ'דיגע אטמאספערע, ווי מען האט געזונגען און געטאנצן בשבח לא-ל בורא עולם אויפן ברסלב'ן נוסח על שיוציא לאור דיננו.

שובו לכם לאהליכם - נאך תפילת מנחה איז דער ציבור זיך צוגאגענגען אהיים.
ארום אכט אויף דער נאכט איז מען זיך צוזאמגעקומען פאר תפילת ערבית, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו ביו''ט שני.

מוצאי יום טוב נאך מעריב האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין פרייליכע געטענץ פאר עטליכע לאנגע מינוטן. אונז האבן אלע מיטגעלעבט אזא שיינעם ראש השנה בלע''ה, אז ס'איז שווער געווען זיך צו שיידן דערפון.

יום טוב היה עושה בצאתו.
א גמר חתימה טובה.

👈 צו ווייטער מיטהאלטן נייעס און באריכטן פון קאסא גראנדע אריזאנע, דריקט (לייכט) דעם לינק.
https://chat.whatsapp.com/GFQ4QsHNpYUKB ... ems_copy_t
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

לוח השנתי וואס קומט שוין ארויס צום צווייטן יאר, ארויסגעגעבן דורך די קהילה און די מוסדות, איך לייג עס אויך אין א גוגל דרייוו היות אויב איינער דארף די זמנים איז עס נישט אזוי קלאר צוליב די ריסייזן, אזוי אויך סיי ווער עס איז אין קאסא גראנדע קען עס באקומען אין בית המדרש.
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

א באריכט פון שבת שובה וואס איך האב אפגעשריבן אויף איינער פון די פלאטפארמעס.

ברוך השם אלע אינגערלייט וואס זענען געווען דעם יאר ראש השנה אין אומאן פון קאסא גראנדע זענען שוין געווען צוריק אים פרייטאג אין שטאט, טראץ האבן א לענגערע וועג איז ב"ה נישט געווען קיין דילעיס און דער ציבור האט עס צוריק געמאכט אין צייט, און אזוי אויך די אינגערלייט וואס זענען געפארן צו די רביים אין ניו יארק וועלן שוין זיין צוריק אי"ה אויף יום כיפור אין שטאט.

שבת קודש שבת שובה איז געווען א ספעציעלע שבת אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע מיטן שמחת הבר מצוה פון הבה"ח מחשובי תלמידי תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע יוסף שאול הלוי פאכטמאן ני"ו זוהן פונעם לעגענדארן ראש וראשון לכל דבר שבקדושה ר' מנחם פאכטמאן הי"ו, צום שבת זענען געקומען פארן עטליכע געסט פון ניו יארק צום שמחת הבר מצוה, אויף שבת האט מען זיך שוין אריינגעצויגן אינעם פארברייטערן בית המדרש לקראת יום הקדוש און די ימי חג הסוכות הבעל"ט.

שבת צופרי איז פארגעקומען א הערליכע רייכע קידוש צוגעשטעלט דורך ר' מנחם וואס איז ברייט באקאנט מיט זיינע געשמאקע מאכלים פירנ'דיג דעם סאלט ענד פעפער היימישע קעטערינג אין קאסא גראנדע (520-789-6511), ווי דער ציבור איז געזעצן און פארברענגט אינאיינעם, צווישן אנדערע האט ר' הלל ליכטענשטיין הי"ו גערעדט עטליכע מינוט ווי ער האט בשם כל הקהל הקודש באדאנקט ר' מנחם פאר זיינע פולע לייסטונגען לטובת הקהילה והישוב, דערנאך האט מען אינאיינעם געזינגן ניגוני שבת ושירות ותשבחות.

מוצאי שבת קודש איז דער ציבור זיך צוזאמגעקומען צום הערליכן רייכן סעודת הבר מצוה וסעודת מלוה דמלכה, עס האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דיבורים א ברודער פון ר' מנחם און דערנאך האט דער חתן הבר מצוה געזאגט דעם פשעטל כנהוג, דער ציבור האט אינאיינעם פארברענגט א לענגערע צייט, וואונטשנדיג דערביי ר' מנחם מיט שמחת ונחת פון זיינע קינדער געזונטערהייט.

זונטאג צופרי נאך סליחות ותפילת שחרית אין בית מדרשינו איז פארגעקומען די וועכנטליכע שיעור פונעם רב שליט"א ווען צוערשט האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער שבת שובה און עניני תיקון המעשים.

https://www2.kolhalashon.com/#//regular ... r/42003586

נ.ב. איך האף צובאקומען בילדער פונעם מלוה מלכה, דערווייל האב איך דאס נאכנישט במילא לייג איך ארויף דעם באריכט אזוי.
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

ברכת מזל טוב פאר חברינו העסקן ר׳ הילל ליכטענשטיין הי”ו לרגל הולדת הבת תחי׳.

קריאת השם איז פארגעקומען דעם יום הקדוש אין בית מדרשינו אין קאסא גראנדע.

שמחת הקידושא רבא איז געפראוועט געווארן שבת קודש צווישן יום הקדוש און סוכות אין בית מדרשינו קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע (מקדאנעלד סטריט).

1000004839 (1).jpg
1000004839 (1).jpg (262.46 KiB) געזען געווארן 986 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

א געזונטן ווינטער! א פרייליכע לעכטיגע זיסע יאר!

א הערליכע ירח האיתנים איז פאראיבער אויף תושבי קאסא גראנדע און די געסט וואס האבן געוויילט אין שטאט, אנגעהויבן פון די דערהויבענע ימים נוראים און די המשכה אריין צו די פרייליכע סוכות טעג ביזן קלימאקס פונעם היינטיגן אתה הראת און שמחה׳דיגע טענץ פאר לאנגע שעות, צוענדיגנ׳דיג מיט א געוואלדיגע נעילת החג.

דורכאויס די יום טוב טעג איז מיר ממש געווען אוממעגליך צו באריכטן פארן ציבור דאהי אויפן וועלטל און צו ענטפערן אויף די שאלות, פריער'דיגע יארן פלעגט מיר זיין גרינגער היות איך בין נישט געווען אין שטאט, אבער דאס מאל וועט עס אויך זיין א כלי ראשונ׳דיגע באריכט, האפענטליך אין די קומענדיגע טעג וועט מען מאכן צייט דערפאר אויף וויפיל מ׳געדענקט, בילדער איז כמעט נישטא דאס יאר היות מען פרובירט ווי ווייניגער צו דיסטרעקטן דעם עולם אין דעם הינזיכט, כ׳וועל פרובירן צו טרעפן עד שידי מגעת.

און די זעלבע צייט וואס מען נעמט צוזאם די סוכות, און מען פאקט איין די יום טוב, גרייטן זיך תושבי קאסא גראנדע אין די קומענדיגע וואכן צו אנהויבן ענטפאנגן די הונדערטער געסט וואס קומען יאר יערליך דורכאויס די ווינטער חדשים אויף אפרוה אין קאסא גראנדע, בא יבא ברינה.

אויב האט איר סיי וועלכע ספעציפישע שאלות סיי איבערן יום טוב בפרטיות און איבער קאסא גראנדע בכלליות פילט פריי אנצופרעגן און מיר וועלן פרובירן דאס צו אדרעסירן אין די קומענדיגע טעג.

אוי ווי מ׳נעמט די הייליגע טעג, זיי זענען אוועקגעגאנגען, מיר דארפן זיי צוהאלטן, מיט אייזערנע צוואנגען...
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
אלע צוזאמען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
Location: קאסא גראנדע אריזאנע
x 754

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך אלע צוזאמען »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:52 pm א באריכט פון שבת שובה וואס איך האב אפגעשריבן אויף איינער פון די פלאטפארמעס.

ברוך השם אלע אינגערלייט וואס זענען געווען דעם יאר ראש השנה אין אומאן פון קאסא גראנדע זענען שוין געווען צוריק אים פרייטאג אין שטאט, טראץ האבן א לענגערע וועג איז ב"ה נישט געווען קיין דילעיס און דער ציבור האט עס צוריק געמאכט אין צייט, און אזוי אויך די אינגערלייט וואס זענען געפארן צו די רביים אין ניו יארק וועלן שוין זיין צוריק אי"ה אויף יום כיפור אין שטאט.

שבת קודש שבת שובה איז געווען א ספעציעלע שבת אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע מיטן שמחת הבר מצוה פון הבה"ח מחשובי תלמידי תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע יוסף שאול הלוי פאכטמאן ני"ו זוהן פונעם לעגענדארן ראש וראשון לכל דבר שבקדושה ר' מנחם פאכטמאן הי"ו, צום שבת זענען געקומען פארן עטליכע געסט פון ניו יארק צום שמחת הבר מצוה, אויף שבת האט מען זיך שוין אריינגעצויגן אינעם פארברייטערן בית המדרש לקראת יום הקדוש און די ימי חג הסוכות הבעל"ט.

שבת צופרי איז פארגעקומען א הערליכע רייכע קידוש צוגעשטעלט דורך ר' מנחם וואס איז ברייט באקאנט מיט זיינע געשמאקע מאכלים פירנ'דיג דעם סאלט ענד פעפער היימישע קעטערינג אין קאסא גראנדע (520-789-6511), ווי דער ציבור איז געזעצן און פארברענגט אינאיינעם, צווישן אנדערע האט ר' הלל ליכטענשטיין הי"ו גערעדט עטליכע מינוט ווי ער האט בשם כל הקהל הקודש באדאנקט ר' מנחם פאר זיינע פולע לייסטונגען לטובת הקהילה והישוב, דערנאך האט מען אינאיינעם געזינגן ניגוני שבת ושירות ותשבחות.

מוצאי שבת קודש איז דער ציבור זיך צוזאמגעקומען צום הערליכן רייכן סעודת הבר מצוה וסעודת מלוה דמלכה, עס האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דיבורים א ברודער פון ר' מנחם און דערנאך האט דער חתן הבר מצוה געזאגט דעם פשעטל כנהוג, דער ציבור האט אינאיינעם פארברענגט א לענגערע צייט, וואונטשנדיג דערביי ר' מנחם מיט שמחת ונחת פון זיינע קינדער געזונטערהייט.

זונטאג צופרי נאך סליחות ותפילת שחרית אין בית מדרשינו איז פארגעקומען די וועכנטליכע שיעור פונעם רב שליט"א ווען צוערשט האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער שבת שובה און עניני תיקון המעשים.

https://www2.kolhalashon.com/#//regular ... r/42003586

נ.ב. איך האף צובאקומען בילדער פונעם מלוה מלכה, דערווייל האב איך דאס נאכנישט במילא לייג איך ארויף דעם באריכט אזוי.
איידער איך הייב אן שרייבן איבער די ווייטער'דיגע ימים נוראים טעג און שפעטער די פרייליכע סוכות טעג, לאמיר קודם ארויפלייגן אביסעלע בילדער וואס איך האב באקומען פון איינער פון די אינגערלייט פונעם הערליכן בר מצוה וואס איז פארגעקומען מוצאי שבת שובה אין קאסא גראנדע פאר הבחור החשוב יוסף שאול בן ר' מנחם פאכטמאן ני"ו.

אין די בילדער ווערט געזעהן די הערליכע בר מצוה, דער ציבור, דער בר מצוה בחור ביים זאגן די פשעטל, א ברודער פון ר' מנחם ביים געבן הדרכה פארן חתן הבר מצוה, זמירות, בענטשן ועוד.

בר מצוה.jpg
בר מצוה.jpg (347.83 KiB) געזען געווארן 985 מאל
🌴🌵 🌴 🌵🌴🌵
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 688

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:50 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:59 pm סארי טא דיסאפוינט יו הרב אלע צוזאמען, קיינער איז נישט אינטערסירט יעצט אין 50 פאוסטס פון שיעורים, זיכער נישט אלטע. אויב עפעס קענסטו לייגן אלעס אין איין פאוסט. העמער דיר עס מוחל זיין... חוץ אויב האסט א ציל צו פארדעקן איינעם אנדערש
שלום וברכה, אנטשולדיגט אויף די שוועריקייט, איך זעה עס האט אייך זייער געבאדערט, איך בין זייער זעלטן אויף אידטיש און מיין סדר איז די לעצטע איבער א האלבע יאר שוין צו ארויפלייגן די נייעס'לעך פונעם ישוב יעדע שטיק צייט ווען איך בין דא אויף איינמאל, יעצט איז עס אביסל לענגער במילא איז די נייעס אביסל עלטער, איך האלט אבער נאכאלס אז עס איז מן היושר אז די אידן וואס האלטן נאר דא מיט די נייעס זאלן אויך האבן אלע נייעס'לעך פונעם ישוב במילא לייג איך עס נאכאלס ארויף, יעצט לגבי די שיעורים (עס איז געווען דאכזיך פונעף צו זיין מער קארעקט מיט די נומבער), איז ווי איך האב לכתחילה געזעהן אז עס איז איין שיעור גלייך נאכן צווייטן האב איך עס צוזאמגעשטעלט, איך וועל אבער פרובירן זיך צו משתדל זיין עס זאל טאקע נישט זיין צו סאך דערפון, ואתכם הסליחה.

יישר כח פאר די קאנסטראקטיוו קריטיק.
נ.ב. איר האט שוין באקומען די תשובה איבער די היטלעך?
איך בין אויפגעסיינט צו באקומען נאטיפיקאציעס פון די אשכול. כעל מיך גערן אראפסיינען אבער לאמעך ביטע וויסן דא ברבים ווען דו ביסט פארטיג מיט אלע שיעורים און בר מצות און חב"ד שולן און געבוירעאנע מיידלעך פון די לעצטע האלבע יאר.
אוועיטער
באלאנס
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 8:43 pm
x 62

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך באלאנס »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:50 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:59 pm סארי טא דיסאפוינט יו הרב אלע צוזאמען, קיינער איז נישט אינטערסירט יעצט אין 50 פאוסטס פון שיעורים, זיכער נישט אלטע. אויב עפעס קענסטו לייגן אלעס אין איין פאוסט. העמער דיר עס מוחל זיין... חוץ אויב האסט א ציל צו פארדעקן איינעם אנדערש
שלום וברכה, אנטשולדיגט אויף די שוועריקייט, איך זעה עס האט אייך זייער געבאדערט, איך בין זייער זעלטן אויף אידטיש און מיין סדר איז די לעצטע איבער א האלבע יאר שוין צו ארויפלייגן די נייעס'לעך פונעם ישוב יעדע שטיק צייט ווען איך בין דא אויף איינמאל, יעצט איז עס אביסל לענגער במילא איז די נייעס אביסל עלטער, איך האלט אבער נאכאלס אז עס איז מן היושר אז די אידן וואס האלטן נאר דא מיט די נייעס זאלן אויך האבן אלע נייעס'לעך פונעם ישוב במילא לייג איך עס נאכאלס ארויף, יעצט לגבי די שיעורים (עס איז געווען דאכזיך פונעף צו זיין מער קארעקט מיט די נומבער), איז ווי איך האב לכתחילה געזעהן אז עס איז איין שיעור גלייך נאכן צווייטן האב איך עס צוזאמגעשטעלט, איך וועל אבער פרובירן זיך צו משתדל זיין עס זאל טאקע נישט זיין צו סאך דערפון, ואתכם הסליחה.

יישר כח פאר די קאנסטראקטיוו קריטיק.
נ.ב. איר האט שוין באקומען די תשובה איבער די היטלעך?
די שיעורים קענען גיין אין אן עקסטערע אשכול.
קיינער קומט נישט אריין דא פאר שיעורי תורה. מען קומט צו זעהן נייעס פון קאסא גראנדא.
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

איך גלייך זייער נישט די קינדישקייט וואס איז געשעהן די לעצטע עטליכע בלעטער פון דעם אשכול. עס פאסט נישט פאר ערוואקסענע מענטשן, מען דארף זיך אויפפירן גרעסער פון דעם. לאמיר פראבירן צוריקגיין צום נארמאלע סדר,

איך @ישוב החדש רעפרעזענטיר די אריגינעלע ארגעניזאציע/קהילה וואס איך האב אויפגעשטעלט אין קאסא גראנדע גלייך ווען איך האב אהערגעמופט אליין מיט מיין משפחה, סיון תש"פ, איך האב גארנישט מיט די נייע ארגעניזאציע/קהילה וואס רופט זיך די זעלבע נאמען ווי די ארגעניזאציע/קהילה וואס איך האב אויפגעשטעלט, איך ווייס אז דאס טוט שטארק צומישן די ליינער, כש"כ ווען תגובות ווערן געברענגט נישט אין סדר נאר גאר חודשים שפעטער אא"וו, זעט אויס אז די לעצטע קנאקעדיגע נייעסער ביי אונז אין די קהילה (קען זיין די נייעס אז הר"ר שמעון ראלניצקי האט געמופט) האט אביסל געגריזשעט פאר געוויסע, וואס האבן עס געזוכט צו פארדעקן. אבער ככה זה דרכו של עולם, לאמיר זיך נישט צוקראצן נאר גיין ווייטער.

צוריק צו באריכטן איבער דעם הערליכע יישוב אין קאסא גראנדע

אינטרעסאנט אז איינע פון די אפט געפרעגטע שאלות וואס מענטשן פרעגן מיר כסדר איז ווי מען קויפט פיש אין קאסא גראנדע אריזאנע, און וועלעכע סארט פיש איז דא צו באקומען, דעם פארגאנגענעם ערב סוכות האב איך מחליט געווען אז ווען איך גיי קויפן פיש וועל איך כאפן בילדער און פארשפרייטן פארן עולם צו זען אז מיטן זיך אריבערציען קיין קאסא גראנדע אריזאנע דארף נישט זיין קיין נחית דרגא.

זעט די בילדער פון די ריזיגע פעטע קאנאדישע סעלמאן פיש וואס איך האב געקויפט אויף יום טוב, זיבן פיש, אלע האבן געוואויגן צווישן זעכצן ביז אכטצן פונט, (צו פארשטיין; געווענטליכע גרויסע סעלמאן וואס מען קויפט וועגט 10/12 פונט), די פיש זענען מער פעט ווי געווענטליכע קלענערע פיש, זיי מאכן די פיש פילעי אויפן פלאץ מיט מיין מעסער, אדער ווען איך זע ווי זיי וואשן גוט אפ זייער מעסער און די גאנצע פלאץ ווי זיי בעארבייטן די פישן. (אויב זיי ניצן די אייגענע מעסער וועל איך לחומרא נאכאמאל אפוואשן די פיש).

איבער אלעס זעט די פרייז וואס מען צאלט פאר די פילעי סעלמאן, $7.99 א פונט!

איך קויף פיש אין די פיש מארקעט וואס איז אביסל מער פון א האלבע שעה דרייוו פון קאסא גראנדע, אבער אנדערע זענען מוותר אויף די גוטע פיש און קויפן ביי די לאקאלע גרויסע געשעפטן ווי וואלמארט, סעיפוועי און פריי'ס וואס אלע פארקויפן פילעי סעלמאן, די פרייזן זענען צווישן $7.00 ביז $11.00 א פונט.

ווער עס וויל דוקא בעבי סעלמאן (טראויט) קען עס קויפן אין Costco אדער קען ער קויפן א נישט קאלירטע סעסי סעלמאן (טראויט) אין די אויבענדערמאנטע פיש מארקעט פאר א נישטיגע $5 א פונט. אויך קען מען קויפן סי-בעס פיש אין Costco פאר אסאך ביליגער ווי אין ניו יארק.

צום שלוס, פאר די וועלעכע זענען מהדר אין דעם ענין פון פיש לכבוד שבת איז קאסא גראנדע גאר א הידור ווען מען קען האבן גאר גוטע פיש פאר ביליגער ווי מען קויפט אין די לאקאלע געשעפטן אין ניו יארק

ביי חסידים איז מען מקפיד אז אפילו אויב די גוי זאגט אז דאס איז א כשר'ע פיש, נאכאלץ זאל מען מהדר זיין צו זען מיט די אייגענע אויגן כאטש איינע פון די סימנים, דערפאר אויב קויפסטו געשניטענע פיש ביי א גוי, מאך זיכער אז עס האט כאטש איינע פון די סימני כשרות. למשל די הויט ווי מען קען זען די שיפן.

אבער אויב ווילסטו פארן א רואיגע וועקעשין צוגעשטעלט די בעסטע, רייכסטע סעודות, שבת און וואכן, פרישטאג, מיטאג, נאכטמאל, איינגעפאקט פאר די קאוד טריפ א.ד.ג דאן באשטעלט די "געשמאק"סטע מיעל'ס מיט גוטע מעניו'ס פון א מהודרדיגע קאך, מיט די חשוב'ע לאקאלע קהילה הכשר.

רופט שוין געשמאק 520.540.1431 Orders@GeshmakinArizona.com

קויף איין אלא כשר'ע גראסעריס אזוי ווי אינדערהיים, ביי די היימישע כשר'ע גראסערי "קאוישער קעניאן" אין קאסא גראנדע, זיי דעליווערן אייער ארדער צו גאנץ אריזאנע, Kosher Canyon Grocery (Formerly Kosher Palace) https://share.google/ED4rMaSUdVbnfaoIz
פיילס
IMG-20250120-WA0062.jpg
IMG-20250120-WA0062.jpg (273.8 KiB) געזען געווארן 492 מאל
IMG-20251019-WA0015.jpg
IMG-20251019-WA0015.jpg (289.76 KiB) געזען געווארן 514 מאל
IMG-20251017-WA0037~2.jpg
IMG-20251017-WA0037~2.jpg (44.54 KiB) געזען געווארן 514 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 937

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

באריכט פונעם צווייטן האלב יום טוב אין קאסא גראנדע.

ווי געשריבן פריער איז די ערשטע האלב יום טוב אריבער לעילא ולעילא, ווען דער עולם שעפט זיך אן מיט שמחה פון יום טוב פאר א גאנץ יאר, אבער די ליינער דא ווילן דאך זיכער נישט בלייבן נאר מיט די ערשטע האלב פון די מעשה, נאר ווילן הערן די המשך וויאזוי עס האט אויסגעקוקט די צווייטע האלב פונעם זמן שמחתנו אינעם נייעם ישוב "קאסא גראנדע אריזאנע", גארטעלט אייך אן און לאמיר גיין.

אויסער וואס א גרויסע טייל תושבי קאסא גראנדע זענען שוין (ווי באריכטעט אין א פריערדיגע באריכט) געווען אוועקגעפארן אויף די ערשטע האלב יום טוב, זענען נאך דריי משפחות ברוכות ילדים חסידי סקווירא געפארן צו מיטהאלטן שמחת תורה אצל רבים ומאורם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. זונטאג יום ד' חול המועד זענען זיי אוועקגעפארן לאזענדיג א קלענערע עולם ווי די ערשטע טעג. פון די אנדערע זייט זענען געבליבן עטליכע געסט וועלכע האבן אזוי הנאה געהאט די ערשטע טעג אז זיי האבן אפּגעמאכט אז קשה עלי פרידתכם און געבליבן ביז נאך די צווייטע טעג.

ווי גייט נאר די שפריך ווארט, ווי קלענער דער עולם אלץ גראסערי די שמחה... און אט אזוי האט טאקע אויסגעזען שמחת תורה, מלא שמחה וואס ווער עס האט נישט מיטגעהאלטן א יום טוב אין קאסא גראנדע קען עס נישט פארשטיין, וואס דאס מיינט א יום טוב מיט א רואיגקייט, אן די אלע אנגעצויגענקייטן וואס מען גייט אריבער יעדע ערב און יום טוב אין די גרויסע שטעט.

ווי שוין דערמאנט פריער ביי ערב יוה"ק אז אין קאסא גראנדע באקומט מען צו אזויפיל צייט. מען קען שחט'ן די כפּרות, זיי כשר מאכן, און מאכן ביידע סעודות, גיין אין מקוה, אנרופן אלע באקאנטע און נאענטע און נאך אלץ האבן עטליכע שעה זיך צו גרייטן ווי ס'פּאסט זיך פאר'ן הייליגסטן טאג פון יאר. און טאקע הושענא רבא ביינאכט האט איינער פון די נייע איינוואוינערס אנגעוויזן אז ס'איז דאס ערשטע מאל וואס ער האט געקענט עסן די יום טוב'דיגע סעודה מיט א רואיגקייט און נאך גיין צו משנה תורה און אויסזאגן גאנץ תהילים. און אלעס אן קיין ראש און אן זיך יאגן. אין קאסא גראנדע איז זמן שמחתנו אויסגעמישט מיט זמן חרותינו נישט נאר פסח נאר יעדע יום טוב אפילו יום כיפור, און זיכער שמחת תורה.

אינאיינעם מיט'ן נייע תושב הר"ר שמעון ראלניצקי האט מען געפראוועט הושענא רבא און שמחת תורה מיט איבער צוויי מניינים בנוסף צו נאך א צוויי מניינים בחורים און קינדער קע"ה.

הושענא רבא ביינאכט ארום 10:00 אזייגער האט דינוב'ער רבי שליט"א פארגעליינט משנה תורה כמנהג אבותיו צו ליינען פון א ספר תורה. און דערנאך מעביר סדרה געווען און געזאגט תהלים ביז די שפעטע שעות פונעם הייליגע נאכט.

הושענא רבא בייטאג האט מען זיך געשטעלט דאווענען ברוב עם 8:30. ווי דער מנהג האט מען געדאוונט פון אדון עולם ביז שמונה עשרה מיט'ן נוסח פון די ימים נוראים. דער רב שליט"א איז צוגעגאנגען צום עמוד ביז "המלך" ווען דינוב'ער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען פון "המלך" ביז נאך די הושענות. אויך האט דינוב'ער רבי געבלאזן שופר צווישן יעדע הקפה תשר"ת תש"ת תר"ת כמנהג אבותיו. מען האט געענדיגט מוסף צוואנציג צו צוועלף פארמיטאג. ווי ס'איז נוסח קאסא גראנדע און נוסח דינוב אויסגעמישט, איז די קהלה ארויס פון וועג צו אקאמאדירן אלע איינוואוינערס מיט זייערע מנהגים.

ווי שוין געשריבן איז היי-יאר געווען אן אויסנאמס-יאר אז ס'האט גערעגנט די צווייטע העלפט פונעם יום טוב, וואס פאר קאסא גראנדע איז עס ממש אומדערהערבאר, ווייל כאטש ס'איז דא א מאנסון סעזאן איינמאל א יאר, געפאלט עס געווענליך אויס ענדע זומער. יעצט איז עס געקומען שוין אינעם הערבסט. היות אז נאכן דאווענען איז געגאנגן א שלאק-רעגן, און דער וועטער נביא האט פארגעזאגט רעגן פארן גאנצן טאג, זענען געווען אזעלעכע וואס האבן געגעסן די סעודה מחוץ לסוכה, ווייל אין אריזאנע בויעט מען דאך נישט קיין שלאק (אפשר קומענדיגע יאר וועלן שוין יא זיין ווער עס וועט בויען א שלאק). אנדערע האבן יא געווארט ביז ארום 3:00 מיטאג ווען עס האט נאכגעלאזט אביסל די רעגן פאר עטליכע שעה.

פינף מינוט איידער דעם זמן מנחה ערב שמחת תורה האט זיך אראפגעלאזט אזא שווערע רעגן, ווי צו זאגן אז אז מען זאל אים האבן צו געדענקען. די רעגן איז געווען אזוי שטארק אפהאלטענדיג מענטשן פון אנקומען צו מנחה אין צייט, ווען נאר איין מנין אידן זענען דערווייל געווען אין ביהמ"ד, בלית ברירה האט מען זיך געשטעלט מנחה אן די אנדערע האלב ציבור, וואס איז נאכגעקומען אביסל שפעטער און געמאכט א צווייטע מנין מנחה, צום זמן פון רבינו תם איז צוגעגאנגען צו מעריב הרב משה אברהם ברוין שליט"א, דער בארימטער משמח אלוקים ואנשים, בנעימת קולו הערב, אריינברענגענדיג א שמחת יום טוב ביים ציבור.

צו אתה הראת איז צוגעגאנגען דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א וועלעכע האט געפראוועט די הקפות כמנהג בית אבותיו לבית ראפשיץ, פארזאגענדיג די חרוזים פאר יעדע הקפה, די הקפות האבן געדויערט בערך אנדערטהאלבן שעה, מען האט געענדיגט די הקפות 8:50 ווען די עולם איז אהיים פראווען די יום טוב'דיגע סעודות, איש כמתנת ידו כברכת ה' אלוקיך אשר נתן לך.

א קרישקעלע אין די זייט קען נישט שאטן: צו די הקפות איז אנגעקומען א גאסט, א לאקאלער גוי (אנגעטון יום טוב'דיג) וועלכער איז אזוי באאיינדרוקט געווארן פון די אידישע איינוואוינער אין שטאט אז ער האט אנגעפאנגען צו לערנען איבער אידישקייט. ער קומט שוין פאר עטליכע יאר איינקויפן אלע כשר'ע פראדוקטן אין די קאוישער קעניאן גראסערי אין קאסא גראנדע, זיך באקענענדיג מיט תושבי קאסא גראנדע, און ער ריקט זיך אלץ נענטער דורכצוגיין א גיור. דערווייל פארשטייט זיך איז מען אים מדחה, ווי די הלכה זאגט. ער איז געקומען צו זען וויאזוי עס זעט אויס אידישע הקפות, עס איז אים זייער שטארק געפאלן, אז שמחת תורה בייטאג איז אויך געקומען זיין פלונית'טע (געווען אין ווייבער שול אנגעטוהן בצניעות ווי עס פאסט) אויך האט דער גוי געברענגט במתנה עטליכע פלעשער כשר'ע וויין (מבושל) און ער אין מענער שול און זי אין ווייבער שול זענען געזעצן און צוגעקוקט די התנהגות פון אנהייב שחרית ביז נאך די קידוש. ס'איז וויכטיג צו באדאנקן אלע נשים צדקניות וועלעכע האבן איר העפליך אויפגענומען מאכנדיג א גרויסן קידוש השם. דער גוי הערט נישט אויף צו רעדן ווי שיין די אידישע רעליגיע איז אז ביי אידן ווען מען טרינקט אביסעלע משקה און וויין איז מען מוסיף שמחה און קדושה, וואס איז אינגאנצן אנדערש ווי וואס ער איז געווען געוואוינט ביז יעצט, וואס ווען מען טרינקט זיך אן טוט מען דאס פארקערטע, מען ווערט אינגאנצן צעלאזט און ווילד.

כנוסח דינוב און נאך קהילות האט מען שמיני עצרת בייטאג געפראוועט קורצע הקפות ווען מען זאגט אלע הקפות אויף איינמאל אן זינגען א ניגון נאך יעדע הקפה, און נאר נאך די לעצטע הקפה האט מען געטאנצן מיט גרויס התרגשות אויפן ניגון אחד יחיד ומיוחד. צו תפילת גשם איז צוגעגאנגען דינוב'ע רבי שליט"א, דער רבי האט געהייסן אויסרופן צו זאגן משיב הרוח ומוריד הגשם ביי שטילע שמונה עשרה.

נאכ'ן אהיימגיין עסן א סעודה איז דער עולם צוריקגעקומען זיך גרייטנדיג מיט גרויס התרוממות צו די פרישע הקפות שמחת תורה ביינאכט. די הקפות זענען ווידעראמאל צוגעגאנגען גאר לעבעדיג און מיט נאכמער התלהבות. דורכאויס די הקפות זענען פון צייט צו צייט אריינגעקומען אידן וועלכע האבן געוואלט מיטהאלטן די גאר ווארעמע און פרייליכע הקפות אין דינוב. מען האט זיי אויפגענומען מיט די טיפּישע קאסא גראנדע ברידערליכקייט און אריינגעשלעפּט אינעם רינג און געגעבן א ספר תורה צו טאנצן.

דער עולם האט אריינגעטאנצן נישט וועלענדיג אויפהערן פאר כמעט צוויי א האלב שעה, ביז 9:30. נאך די הקפות האט מען כמנהג בית דינוב געליינט די תורה פינף עליות, געבענדיג די ערשטע צוויי עליות פאר צוויי סקווירא חסידים וועלעכע האבן נישט געקענט פארן אויף יום טוב צום רבי'ן, אבער צו מחזק זיין זייער מנהג (אין סקווירא איז יעדער עולה סיי ביינאכט און סיי בייטאג) האט מען זיי מכבד געווען מיט עליות ווען די כהנים האבן עס מוחל געווען לכבודם און אזוי ארום זאל מען קענען פארקויפן די אנדערע עליות. שלישי האט געקויפט ר' חיים מאיר סנה פאר זיין קאזין בן ר' יואל טארים תושב קאסא גראנדע, וואס זיי ביידע זענען געקומען מיטהאלטן די הקפות.

הר"ר שמעון ראלניצקי האט איינגעפירט א שיינע ענין אז ביי הקפה ו' האט מען געטאנצן די הקפה ניגונים פון די קרייזן פון אלע מתפּללים וואס האבן זיך באטייליגט ביי די הקפות אין קאסא גראנדע, אריינגערעכנט סאטמאר, סקווירא, ויזניץ, דינוב און קאסאן, כדי צו מאכן יעדן פּילן אינדערהיים.

שמחת תורה בייטאג האט מען זיך געשטעלט 9:00 אזייגער שחרית. דער רב האט נישט געדאווענט פארן עמוד כדרכו, ווייל כמנהג אבותיו לבית קאסאן דאווענט מען שמחת תורה ביי שחרית גאר שנעל. מען האט פארקויפט אתה הראת, און עס איז געקויפט געווארן פאר'ן רב. וואס האט עס פארגעזאגט מיט גרויס נעימות, די הקפות זענען פארגעזאגט געווארן דורכן דינוב'ער רבי בנוסח בית ראפשיץ און די ניגונים זענען אנגעפירט געווארן גאר געניט דורך דעם הר"ר משה אברהם ברוין וועלכער איז בארימט מיט זיין טאלאנט צו הייבן אן עולם דורך אריינבלאזן שמחה מיט אלטע חסיד'ישע ניגונים, וואס ווי באקאנט איז ער א ידען נפלא אין דעם היכל הנגינה. מען האט אויך געזונגען צווישן די הקפות די חרוזים פון ויאתיו כה לעבדיך, האדרת והאמונה, אין כאלוקינו, אין אדיר, און נאך, און ווי אויך מארשן פון מאדזשיץ, גור, סטאלין און נאך.

כמעשהו בלילה כך מעשהו ביום, הר"ר שמעון ראלניצקי האט ביי הקפה ששי גענומען די זאך אין די האנט און געמאכט זיכער אז מען זינגט אין טאנצט לויט די הקפה ניגונים פון אלע קרייזן וואס האבן געהאט פון זייערע מענטשן ביי די הקפות אין קאסא גראנדע, אזוי האט מען געטאנצן און געשפרינגן לכבוד התורה עד כלות פון 10:30 ביז 12:40, ווען מען האט אנגעהויבן קריאת התורה.

עס איז געווען זייער זיס צו זעהן אז מיט די קינדער פון משפחת ראלניצקי בנוסף צו הר"ר חיים מאיר הכהן פערל ומשפחתו זענען געווען אזויפיל כהנים אז יעדער כהן האט געדארפט עולה זיין צוויי מאל איינמאל פאר כהן און איינמאל במקום לוי, היות ס'איז נישט געווען קיין לוי.

ביי אלע הקפות האט מען געטאנצן מיט התלהבות חסיד'ישע ניגונים מיט א ברען, וינועו אמות הסיפים. בעפאר מוסף האט דער רב גערעדט קורצע דיבורים פון הארץ ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע שמחה פון די גאנצע קהילה אז מען איז אריבער אזעלכע הייליגע טעג מיט אזויפיל הצלחה און נאר מיט גרויס סייעתא דשמיא, און ער האט נאכגעברענגט פון צדיקים אז מיט דעם מוסף שמחת תורה איז מען מעלה אלע תפילות פון די גאנצע הייליגע טעג, און גערופן דעם ציבור אויסצוניצן די צייט ווי ס'באדארף צו זיין.

צו מוסף איז צוגעגאנגען דער דינוב'ע רבי. ס'איז געווען אזא געהויבענע אטמאספערע אין שול אז דער רבי האט באלד מחליט געווען אז די כהנים וואס האבן נישט געטרינקן זאלן דוכנ'ען ביי מוסף, ווי מען טוט טאקע אין זייער אסאך קהילות ישראל.

נאך מוסף איז פארגעקומען א ברייטע קידוש, צוגעשטעלט דורכ'ן מרא דאתרא שליט"א, וועלכער האט עולה געווען חתן תורה כמנהג אבותיו און לכבוד דעם געגעבן קידוש חתן תורה, מיט פרישע האליפשעץ עקסטערע געמאכט פון בהמה פלייש און עקסטער פון טשיקן פאר די וועלעכע עסן נישט קיין בהמה פלייש.

נאכן קידוש האט מען געדאווענט מנחה בערך 3:00 מיטאג, ווען די עולם איז אהיימגעגאנגן עסן די סעודת היום כמצווה עלינו.

6:30 איז מען זיך צוזאמגעקומען און געפרעוועט א נעילת החג טיש וואס האט זיך געצויגן ביז נאכן זמן מוצאי ווען דער עולם איז ארויס אין א טאנץ נישט וועלענדיג ענדיגן מיט'ן געהויבענעם יום טוב אזוי שנעל.
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
תורה הקדושה
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:37 am
Location: Monsey
x 24

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך תורה הקדושה »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:53 pm
► Show Spoiler
איידער איך הייב אן שרייבן איבער די ווייטער'דיגע ימים נוראים טעג און שפעטער די פרייליכע סוכות טעג, לאמיר קודם ארויפלייגן אביסעלע בילדער וואס איך האב באקומען פון איינער פון די אינגערלייט פונעם הערליכן בר מצוה וואס איז פארגעקומען מוצאי שבת שובה אין קאסא גראנדע פאר הבחור החשוב יוסף שאול בן ר' מנחם פאכטמאן ני"ו.

אין די בילדער ווערט געזעהן די הערליכע בר מצוה, דער ציבור, דער בר מצוה בחור ביים זאגן די פשעטל, א ברודער פון ר' מנחם ביים געבן הדרכה פארן חתן הבר מצוה, זמירות, בענטשן ועוד.


בר מצוה.jpg
איז דער רב הרב ראבינאוויטש אב"ד קהל חסידים געווען ביי די בר מצוה? פארוואס זעט מען אים נישט אויף די בילדער? איז דאס געווען די ערשטע בר מצוה אין זיין קהילה?
שרייב פאוסט