חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אינאיינעם מיט עסקני הישוב באזוכן אין שטוב פון פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל (ארה"ב) שליט"א איבערצושמועסן עניני הכלל והפרט פון אינערהאלב די ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע.
אין די בילדער ווערט געזעהן: דער רב שליט"א, הרב עמרם הערצאג שליט"א מנהל רוחני מוסדות עץ חיים, הרב יצחק גראססמאן הי"ו מנהל גשמי מוסדות עץ חיים, הרב אלעזר דאנציגער הי"ו, הרב אברהם הערש ברייער הי"ו און הרב ראובן יוסף לעפקאוויטש הי"ו בונה ומקים פון די מקואות טהרה אין שטאט ועוד.
- - -
א הערליכע באזוך איז געווען ביי כ"ק מרן אדמו"ר מזוועהיל (ארה"ב) שליט"א ווען עסקני הישוב קאסא גראנדע המעטירה אינאיינעם מיטן רב שליט"א זענען אריבערגעקומען אפנעמען ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א און אדורכצושמועסן וויכטיגע ענינים בהקמת הישוב העומדים על הפרק.
דער רבי שליט"א וואס האט א פערזענליכע געפיל פארן נייעם ישוב אין קאסא גראנדע און האט אליין באזוכט אין שטאט דורכאויס דעם ווינטער, האט אויפגענומען דעם רב שליט"א מיט אן ספעציעלן ידידות און דערביי מכבד געווען מיט פירות. דער רבי שליט"א האט צוערשט פארציילט איבער זיין באזוך אין קאסא גראנדע און באוואונדערט די געוואלדיגע מעלות פונעם ישוב פאר היימישע אידן וואס ער האט אליין בייגעוואוינט, דער רבי שליט"א האט דערמאנט ווי ער האט פערזענליך אריבערגערופן צו זיך אין אכסניא אין קאסא גראנדע די תושבים וואס האבן מחמת סיבות שונות נישט געקענט קומען צום שלחן הטהור אז זיי זאלן אריבערקומען תיכף נאך קבלת שבת צו קידוש בבית האכסניא און דער רבי האט דערביי באדאנקט הרב אלעזר דאנציגער הי"ו פארן דאן ספעציעל אריבערקומען אינאיינעם מיט עטליכע אינגערלייט פון וואס ער האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח.
שפעטער האבן די עסקנים ארומגערעדט מיטן רבי'ן איבער דאס אוועקשטעלן דעם ישוב על אדני התורה והיראה, און אז ווי אין יעדע דבר טוב קומט עס נישט אן גרינג, דער רבי שליט"א וואס האט אסאך עוסק געווען במשך די לעצטע האלבע יאר ארויסצוהעלפן דעם ישוב האט געבעטן דעם רב שליט"א און די עסקנים צו ווייטער אנגיין און קוקן פאראויס, זיך אנרופענדיג 'מען דארף ארבעטן און פרובירן אז ווי מער משפחות זאלן זיך קובע זיין אינעם ישוב, אלע שוועריקייטן וועלן אי"ה אוועקגיין, איך האב טאקע פרובירט וואס איך האב געקענט און איך וועל זיך ווייטער משתדל זיין אבער דאס קוקט מיר אויס ווי די בעסטע וועג פאראויס צו אנגיין ווייטער און זיך נישט צוטוהן מאכן פון די אפהאלטונגען', דער שמועס האט זיך דאן פארקירעוועט צו דעם כלליות'דיגע ענין פון ארויסמופן צו נייע ישובים, דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט א לענגערע צייט מיט די עסקנים איבער מהלכים וויאזוי צו פארבעסערן און פארברייטערן דעם ישוב, און עצות והדרכה איבער ארויסהעלפן אידן זיך אריבערצוצוען קיין קאסא גראנדע.
באזונדער האט דער רבי שליט"א באוואונדערט די ארבעט פונעם רב שליט"א אין קאסא גראנדע, ארויסברענגענדיג ווי שטארק מען זעהט אן אויף די אינגערלייט די כוחות און פרישקייט וואס דער רב שליט"א לייגט אריין אינעם ישוב, די עסקנים האבן דאן געוויזן פארן רבי'ן די ספר פונעם רב שליט"א וואס איז ארויסגעקומען לרגל דעם גרויסן שבת התאחדות פרשת בא העעל"ט אין קאסא גראנדע, דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעבלעטערט דעם ספר זיך אפשטעלנדיג אויף עטליכע תשובות באוואונדערונג די קלארקייט פון די פסקים פונעם רב שליט"א.
ביים ענדע פונעם באזוך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן די עסקני הישוב צו קענען ווייטער אנגיין מיטן פארברייטערן די קהילה הקדושה, באזונדער האט דער רבי שליט"א געוואונטשן די ראשי העסקנים ר' אברהם הערש ברייער הי"ו און ר' ראובן יוסף לעפקאוויטש הי"ו וואס גיבן זיך אוועק לילות כימים די לעצטע פיר יאר אוועקצושטעלן אלע צרכי קאסא גראנדע על צד היותר טוב שלא על מנת לקבל פרס וכבוד.
דער רבי שליט"א האט דאן ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א וואונטשענדיג אז מען זאל קענען ווייטער אויפטוהן גדולות ונצורות אינעם ישוב, זאגנ'דיג 'עס קען טאקע זיין אז קאסא גראנדע איז די הצלה פאר די דירות קריזיס פון כלל ישראל אין ניו יארק, אבער דאס איז מיטאמאל זיכער אז מיטן רב שליט"א זעה איך א הערליכע עתיד אין קאסא גראנדע'.

פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די פעקלעך זענען שוין געפאקט און די יו באקסעס זענען שוין גרייט ארויסצופארן צו זייער נייע היים אין קאסא גראנדע אריזאנע.
- - -
ווען א מענטש מופט פון איין דירה צום צווייטן אינעם זעלבן שטאט, וועט מען געווענדליך נוצן א מאווינג קאמפעני אריבערצופירן אלע זאכן, מען פאקט זיך איין, באקסעס ליגן אנגעלייגט אין אלע זייטן, און אינעם טאג פון מופן קומט אן א מאווינג טראק מען פאקט אלעס אריין הכל בכל מכל, און אין דער זעלבע טאג ווערט אלעס אויסגעפאקט אינעם נייעם דירה דורך די מאווינג קאמפעני, געוויסע וועלן פרובירן צו שפארן אביסל געלט און אליין אריבערטראגן רוב זאכן מיטן אייגענע קאר צו די אנדערע דירה, וואס דאן דארף מען נאר הילף פון פראפעסיאנאלן פאר די פורניטשור וכדומה.
וואס טוט מען אבער ווען מ'מופט קראסס קאנטרי צו די אנדערע עק אמעריקע, א נסיעה מיט א טראק פון עטליכע טעג פון ניו יארק קיין אריזאנע? א זאך וואס רוב היימישע קאמפעניס קענען נישט צושטעלן און אויב יא קומט עס אויס זייער טייער.
אין די לעצטערע יארן ווען היימישע אידן האבן זיך ארויסגעצויגן קיין אריזאנע האט מען זיך א לענגערע צייט געמיטשעט איבער וויאזוי צו אריבערפירן די זעק און פעק פון ניו יארק קיין אריזאנע, געוויסע האבן יא פרובירט צו נעמען געהעריג א היימישע מאווינג קאמפעני, עס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט זייער זייער טייער, היות די קאמפעני דארף שפעטער צוריקפארן ליידיגערהייט, אנדערע האבן פרובירט זיך צוזאמצושטעלן און נעמען א טראק צוזאמען, און דאס האט מען טאקע געטוהן איינמאל ווען עס איז געווען א גרופע אינגערלייט וואס האבן צוזאמען ארויסגעמופט, אבער די וועג וויאזוי קאסא גראנדע האט זיך אויסגעשטעלט איז אז עס קומט געווענדליך איין משפחה אויף אמאל במילא איז דאס אויך נישט עכט קיין עצה.
עטליכע האבן אויך פרובירט מיט אלגעמיינע קאמפעניס אבער עס קומט אויך אויס גאנץ טייער און נישט די מערסטע פראקטיש, אני כשלעצמי האט פארן מופן זיך פארבינדן מיט קרוב צו צען אלגעמיינע מאווינג קאמפעניס און די פרייזן זענען געלאפן צווישן פונעף און צען טויזנט דאלער און דאס רעכנט נישט אריין פאקן די זאכן וכדומה.
עס איז געבליבן פון אלע מהלכים אז די גרינגסטע און פראקטישטע מהלך צו מופן קראס קאנטרי איז מיט יו-באקסעס, און טאקע רובא דרובא איינוואוינער וואס האבן געמופט אין די לעצטע צוויי דריי יאר האבן זיך באנוצט מיט דעם אויסוואל, יו-באקסעס איז א סערוויס פון די גרעסערע יו-הואל קאמפעני, זיי ברענגן דיר אראפ עטליכע גרויסע באקסעס (וואס איז בעצם א סקיט מיט א באקס דערויף) און זיי נעמען עס אפ ווען דו האסט עס אנגעפילט און דראפן עס אראפ ביי דיין נייע אדרעסס, און דארט דארפסטו עס אליין אויספאקן, עס קען טאקע אפשר אויסקומען אביסעלע שווערער היות מען דארף זייער אסאך אליין פאקן און אויספאקן, אבער דאס קען מען אויך אוועקנעמען דורך נוצן א לאקאלע מאווינג קאמפעני זאל דיר פאקן די זאכן אריין אין די באקסעס, און מען דארף אויך זייער גוט קענען שפילן טעטריס צו וויסן וויאזוי צו אויסנוצן די מאקסימום פלאץ.
יו-באקסעס פרייז גייט פאר יעדע באקס, לויט ווי סאך מייל מ'פארט, און וויפיל באקסעס מ'נוצט, ווען איך האב געמופט בין איך געווען זיכער אז איך גיי מוזן נוצן מינימום פיר באקסעס, למעשה אבער נאכן אריינפאקן אלע זעק און פעק (איך האב גענוצט א לאקאלע מאווינג קאמפעני צו אריינפאקן) האב איך נאר גענוצט צוויי א האלב באקסעס, אזש איך האב נאך געהאט גענוג פלאץ צו איינקויפן זאכן מיטצונעמען און אריינפאקן אינעם דריטן באקס, די מעלה איז אבער אז איך האב געהאט באשטעלט פיר באקסעס און נאר באצאלט פאר ווי סאך איך האב גענוצט, דאס הייסט אז דו קענסט באשטעלן ווי סאך דו טראכסט אז דו גייסט דארפן אבער מען צאלט נאר פאר די באקסעס וואס מ'נוצט טאקע.
עס דויערט אביסעלע לענגער ווי סתם א טראק אז עס זאל אנקומען, געווענדליך ארום צוויי וואכן, במילא געשעהט אסאך מאל אז איינוואוינער קומען אן פאר זייער זאכן, וואס איז נישט אזא פראבלעם היות רוב מענטשן קויפן סייווי נאך א פאר בעטן פאר א געסט צימער וכדומה, און ווען נישט איז דא גענוג איינוואוינער וואס וועלן זיך פרייען אריינצונעמען א נייע תושב ביי זיך אינדערהיים פאר עטליכע טעג, וכן נוהגין.
אזוי אויך איז דא געוויסע זאכן וואס איז שווער צו פאקן אין יו-באקסעס, ווי למשל, אויב נעמט איר מיט אפלייענסעס לאזן זיי לייגן נאר איין אפלייענס אין יעדע יו באקס, במילא אויב ברענגט איר מער אפלייענסעס וויפיל באקסעס איר דארפט, קענט איר אפשר האבן א שטיקל פראבלעם.
לסיכום:
אויב ווילט איר/פלאנט איר צו מופן, שיקט מיר אן אישי, איך וועל מיר פרייען אייך צו העלפן, עס איז דא אסאך וואס די איינוואוינער אין די נייע ישובים קענען אייך ארויסהעלפן, און יעדע איינער פון אונז איז גרייט ארויסצוהעלפן נאך אידן מאכן דעם מאוו.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די פרייז איז איינגעטיילט אין עטליכע פאקטארן:מאטל שניידער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 7:40 pm זייער אינטערעסאנט, וויפיל קומט אויס פער באקס, ניו יארק>אריזאנע?
וויפיל באקסעס מ'נעמט, דאס הייסט אויב נעמסטו איין באקס רעדט מען פון ארום $1,500, ווען דו לייגסט צו נאך א יו-באקס איז עס $2,000, דריי באקסעס איז עס $2,400 א.א.וו.
די צייט אין יאר וואס מ'נעמט עס, למשל, ווען איך האב געמופט (יאנואר 2023) איז עס אויסגעקומען (עכ"פ אזוי קוקט מיר עס אויס יעצט, כ'קען אפשר נאכקוקן מער פונקטליך) צו ארום $3,500 פאר דריי באקסעס, הכל בכל מכל, אבער אויב לייגט מען היינט אריין א ארדער קוקט מיר אויס אז עס קומט אויס ארום $2,800, באלד א טויזענטער ווייניגער, עס קען זיין אז איך זעה עס בעפאר טעקס, אדער איז די פרייז פון א באקס פשוט אראפ, אדער ווענדזיך עס אין צייט פון יאר, איך בין נישט זיכער.
מען צאלט אויך פאר די סטארעדזש, דאס הייסט אז צו דינגען א יו-באקס איז אזוי ווי מ'דינגט א סטארעדזש קאנטעינאר, מען צאלט חודש'ליך פאר די קאנטעינאר, און ווען מ'נעמט עס ארויס דארף מען באצאלן פאר כאטש איין חודש היות מען האט עס פאר ארום א חודש (טאג צוויי צו אריינפאקן, בערך צוויי וואכן אויף די ראוד, טאג צוויי אויסצופאקן), במילא אויב איינער וויל מופן אבער וויל פור סאם ריזען באקומען זיינע זאכן נאר אין צוויי חדשים דארף ער פשוט צולייגן נאך עטליכע הונדערט דאלער צו סטארעדזשן די קאנטעינערס, בעצם די גאנצע זאך פון עס נוצן פאר מופן איז א אפציע אויף יו-באקס נישט דווקא די עיקר ביזנעס פון זיי (הגם יו-הואל איז בעצם א מאווינג קאמפעני).
נאכדעם הייבט זיך אן וויאזוי די יו-באקסעס קומען אן צו דיר, אויב ווילסטו זיי זאלן דאס דעליווערן (וואס איז וואס אלע היימישע אידן האבן געטוהן) איז דא א פרייז דערויף, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז עס ארום $100 (איך געדענק נישט אויב פאר יעדע באקס אדער בכלליות פאר די דעליווערי) און דו קענסט אויסוועלן פונקטליך ווען דו ווילסט אז זיי זאלן עס ברענגן, אדער קען מען אליין אראפגיין צו א יו-הואל פעסיליטי און אויפיקן די באקסעס (אויב האסטו א טרעילער...) אדער קען מען גאר נעמען אלע זאכן צו די יו-הואל פעסיליטי און דארט אריינפאקן אלעס אין די באקסעס וואס קען אפשר ארבעטן פאר איינער וואס האט נישט קיין גרויסע פורניטשור.
שפעטער גייען זיי דיר פרובירן צו אפערן אלע סארט מופן עקוויפמענט, באקסעס, טעיפ, בלענקעטס, באבל רעפ און וואס נישט, פארשטייט זיך אז עס איז אסאאאך ביליגער צו עס אליין קויפן אין עני געשעפט ווי צו קויפן די יו-הואל ברענד, באט העי, דא מאכן זיי די געלט...
אויך האבן זיי אפציעס פון מאווינג קאמפעניס וואס קענען דיר העלפן אריינפאקן/ארויספאקן אלעס פון די באקסעס, עס איז אבער נישט דווקא קיין ביליגע אפציעס און מיר איז אויסגעקומען בעסער און ביליגער צו נעמען א אידישע קאמפעני אויף אריינצופאקן, און אויספאקן האמיר אליין געטוהן מיט די הילף פון געטרייע תושבים וואס זענען אלץ גרייט ארויסצוהעלפן א צווייטע תושב.
פארשטייט זיך אז זיי פארקויפן אויך אינשורענס אויב עפעס ווערט דעמעדזשד אויפן וועג, נאך אפאר דאלער...
מיט דעם אלעם קומט עס נאך אלץ אויס אסאך ביליגער און פראקטישער, און עס איז טאקע ראטזאם קודם צו רעדן מיט איינער וואס האט עס שוין געטוהן וואס קען גייעדן וויאזוי עס צו באשטעלן און וואס קען זיין וויכטיג און וואס נישט, איינער וואס מופט איז געווענדליך סתם אזוי אין קאנטאקט מיט די אידן אינעם נייעם ישוב (סיי ווי אימער) וואס וועלן זיין מור זען העפי אים ארויסצוהעלפן דערמיט.
אזוי ווי יו-באקסעס איז אויך דא א קאמפעני 'פאדס', זיי קומען אבער אויס אביסל טייערער, און זייער באקסעס זענען אויך אסאך גרעסער און דערפאר שווערער אויסצורעכענען פונקטליך וויפיל מ'דארף.
דא האסטו א לינק צו יו-באקס, אויסצורעכענען וויפיל ס'וועט אויסקומען:
https://www.uhaul.com/UBox/
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
פרישע אימעיל נייעס און אנטוויקלונגען אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע ארויסגעשיקט געווארן עטליכע וואכן צוריק.
לינק צו די אימעיל ארויסגעשיקט דאן - נייעס און אנטוויקלונגען פון קאסא גראנדע אריזאנע
קענט איר אידן וואס האבן נישט קיין עקסעס צו די נייעס וועבזייטלעך אבער וואלטן געהאט א תועלת צו זעהן און באקומען די נייעס און אנטוויקלונגען פון קאסא גראנדע אריזאנע?
סיינט זיי ארויף אויף די אימעיל ליסטע צו באקומען די אנטוויקלונגען גלייך צו זייער אינבאקס.
https://subscribepage.io/KhalChasidim
נאוט: רוב נייעס וואס ווערט ארויסגעשיקט איז שוין געווען דא אויף אייוועלט בעפאר (הגם אמאל איז יא דא זאכן וואס זענען ארויסגעפאלן וכדומה), די סיבה וואס איך לייג עס דא ארויף איז צו דערמאנען אידן וואס האבן באקאנטע וואס זענען נישט דא אויף אייוועלט אבער וואלטן בענעפעטירט פון זעהן און באקומען די נייעס און אנטוויקלונגען צו אויפסיינען זייער באקאנטע און משפחה אויף די אימעיל ליסטע.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וויכטיגע מודעה פאר די חשובע געסט:אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 02, 2025 12:16 am מודעה חשובה, לרגל די זומער וואכן האט מען גערוקט די זמן שחרית אין בית המדרש קהל חסידים אויף מקדאנעלד סט.
1000004192 (1).jpg
יעצט ווען די זומער איז פאריבער (ברוך השם מיט א שטארקע סוקסעס!) און חדר/סקול האט זיך צוריק אנגעהויבן ווי געהעריג, האט מען היינט צוריקגערוקט די זמן שחרית ווי געווענדליך צו 7:00AM.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ברוכים הבאים פאר א פרישע תושב אין קאסא גראנדע אריזאנע.
תושבי קאסא גראנדע באגריסן מיט פרייד די פרישע משפחה וואס האט געטוהן דעם בראווע שריט און זיך אריבערגעצויגן וואוינען אינעם היימישן חסידישן ישוב אין קאסא גראנדע יעצט צום נייעם לערן יאר.
א עקסטערע גרויסע קידוש איז פארגעקומען דעם שבת קודש ווי אלע תושבי קאסא גראנדע זענען געווען געלאדנט צו באגריסן און זיך באקענען מיט די פרישע משפחה, ווי מען איז געזעצן און פארברענגט אינאיינעם א לענגערע צייט, מוצאי שבת קודש איז געווען א געשמאקע מלוה מלכה אינעם עזרת נשים אויפצונעמען די פרישע משפחה ווי עס פאסט.

דו אויך קענסט נאך זיין פון די נחשוני בוני הישוב און לעבן מיט הרחבת הדעת און רואיגקייט אינעם הערליכן ישוב.
רוף אריין דיירעקט צו איינער פון די עסקנים וואס וועלן אייך ענטפערן אלע אייער שאלות און פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט מעגליך.
ר' נחמן לעפקאוויטש (היימישע ריעל עסטעיט אגענט) - 845-422-2782
ר' יצחק גראססמאן (מנהל גשמי מוסדות עץ חיים) - 718-541-3051
ר' הלל ליכטענשטיין (עסקן בהישוב) - 845-655-9505
(אין קאסא גראנדע גיבט מען אכט אויף די ווילן פון די איינוואוינער, און מיר לייגן נאר ארויס א צעטל אין פאבליק ווען די פאמיליע איז באקוועם דערמיט, דאס מאל וועלן מיר נישט ארויסלייגן, ביטע נעמט אנטייל און רעספעקטירט די פריוואטקייט פון די איינוואוינער).

שיעור שבועי - ליל ששי פרשת כי תצא תשפ"ה - הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע - לפני מעריב בביהמ"ד קהל חסידים.
פארוואס האט פרעזידענט טראמפ געטוישט די נאמען פון די דעפארטמענט אוו דיפענס צו דיפארטמענט אוו וואר? כי תצא למלחמה!
https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... r/41981481
- - -
וועכנטליכע שיעור הלכה פון הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, זונטאג נאך שחרית אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע - פרשת כי תבא/י"ד אלול תשפ"ה.
שיעור אין הלכות עשרת ימי תשובה, המלך הקדוש ועוד
https://www2.kolhalashon.com/#//regular ... r/41981488
פארוואס האט פרעזידענט טראמפ געטוישט די נאמען פון די דעפארטמענט אוו דיפענס צו דיפארטמענט אוו וואר? כי תצא למלחמה!
https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... r/41981481
- - -
וועכנטליכע שיעור הלכה פון הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, זונטאג נאך שחרית אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע - פרשת כי תבא/י"ד אלול תשפ"ה.
שיעור אין הלכות עשרת ימי תשובה, המלך הקדוש ועוד
https://www2.kolhalashon.com/#//regular ... r/41981488
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
תפילין לייגן פאר הבה"ח יוסף שאול ני"ו בן ר' מנחם פאכטמאן הי"ו ממצויני תלמידי תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע אצל כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין ניו יארק.
שמחת הבר מצוה איז פארקומען אין קאסא גראנדע אריזאנע, מוצאי שבת קודש שבת שובה הבעל"ט.
שמחת הבר מצוה איז פארקומען אין קאסא גראנדע אריזאנע, מוצאי שבת קודש שבת שובה הבעל"ט.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 252
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 637
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
סארי טא דיסאפוינט יו הרב אלע צוזאמען, קיינער איז נישט אינטערסירט יעצט אין 50 פאוסטס פון שיעורים, זיכער נישט אלטע. אויב עפעס קענסטו לייגן אלעס אין איין פאוסט. העמער דיר עס מוחל זיין... חוץ אויב האסט א ציל צו פארדעקן איינעם אנדערש
-
וכן נוהגין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 210
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
- x 705
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די נייע זמני תפלה פאר ווינטער תשפ"ו הבעל"ט,
לתועלת הרבים גייט די מנין מנחה פארקומען אינאיינעם מיט די ילדי התלמוד תורה 4:30.
אינאיינוועגס איז שוין דא די אויפטוה אז מנחה וועט זיין פאר די שקיעה, לשביעת רצונם פון די וועלעכע זענען מקפיד צו דאווענען מנחה פאר די שקיעה.

- פיילס
-
- זמני ותיקין חול (1) 2025-10-05.jpg (324.1 KiB) געזען געווארן 1094 מאל
-
- ברוכים הבאים סירקוס 2025-10-05.jpg (442.89 KiB) געזען געווארן 1094 מאל
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
שיריים פונעם יום טוב: זיס בילד ווי משמח אלוקים ואנשים, הרב משה אברהם ברוין שליט"א, לערנט אויס די קינדער ווי צו פלעכטן און מאכן קיישעלעך, רינגלעך פאר די לולבים, בשמים האלטערס און נאך.
- פיילס
-
- IMG-20251016-WA0088~2.jpg (175.21 KiB) געזען געווארן 997 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 2848
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 13665
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:56 pm
(אין קאסא גראנדע גיבט מען אכט אויף די ווילן פון די איינוואוינער, און מיר לייגן נאר ארויס א צעטל אין פאבליק ווען די פאמיליע איז באקוועם דערמיט, דאס מאל וועלן מיר נישט ארויסלייגן, ביטע נעמט אנטייל און רעספעקטירט די פריוואטקייט פון די איינוואוינער).
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך האב באקומען אין אישי ריקוועסט'ס איבער צו לייגן א קלארע ווערזשען פון די עד'ס ווייל די קאנטאקט אינפארמאציע פון די עד'ס וואס אויף די פריערדיגע תגובה איז געווען אויף א שוואכערע רעזעלושן / אומליינבאר.
פאר עני הילף, אינפארמאציע איבער דעם ישוב רופט די אפיס פונעם ועד 520.535.1045
צו קויפן אדער דינגן א הויז רופט דעם היימישע ריעל עסטעיט עיזשענט ר' שמואל זאנוויל וויינגארטן 520.556.2000

- IMG-20251009-WA0067(1).jpg (236.29 KiB) געזען געווארן 769 מאל
-
- IMG-20250915-WA0040(2).jpg (236.44 KiB) געזען געווארן 769 מאל
-
- IMG-20250908-WA0038(3).jpg (345.06 KiB) געזען געווארן 769 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
שלום וברכה, אנטשולדיגט אויף די שוועריקייט, איך זעה עס האט אייך זייער געבאדערט, איך בין זייער זעלטן אויף אידטיש און מיין סדר איז די לעצטע איבער א האלבע יאר שוין צו ארויפלייגן די נייעס'לעך פונעם ישוב יעדע שטיק צייט ווען איך בין דא אויף איינמאל, יעצט איז עס אביסל לענגער במילא איז די נייעס אביסל עלטער, איך האלט אבער נאכאלס אז עס איז מן היושר אז די אידן וואס האלטן נאר דא מיט די נייעס זאלן אויך האבן אלע נייעס'לעך פונעם ישוב במילא לייג איך עס נאכאלס ארויף, יעצט לגבי די שיעורים (עס איז געווען דאכזיך פונעף צו זיין מער קארעקט מיט די נומבער), איז ווי איך האב לכתחילה געזעהן אז עס איז איין שיעור גלייך נאכן צווייטן האב איך עס צוזאמגעשטעלט, איך וועל אבער פרובירן זיך צו משתדל זיין עס זאל טאקע נישט זיין צו סאך דערפון, ואתכם הסליחה.זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:59 pm סארי טא דיסאפוינט יו הרב אלע צוזאמען, קיינער איז נישט אינטערסירט יעצט אין 50 פאוסטס פון שיעורים, זיכער נישט אלטע. אויב עפעס קענסטו לייגן אלעס אין איין פאוסט. העמער דיר עס מוחל זיין... חוץ אויב האסט א ציל צו פארדעקן איינעם אנדערש
יישר כח פאר די קאנסטראקטיוו קריטיק.
נ.ב. איר האט שוין באקומען די תשובה איבער די היטלעך?
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
עטליכע תושבי קאסא גראנדע פארברענגן אינאיינעם ביים שליח חב"ד פון קאסא גראנדא אינדערהיים, ליל ששי פרשת כי תבא, ח"י אלול תשפ"ה, יום הולדת הבעש"ט.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ברכת השנה פון הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט”א אב"ד קהל חסידים אריינגייענדיג אינעם נייעם יאר הבעל”ט.
א גוט יאר.
א גוט יאר.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א באריכט וואס א צווייטער האט ארויסגעלייגט אויף אנדערע פלאטפארמעס, אני הקטן בין נישט געווען אין שטאט אויף ראש השנה.
- - -
מה נהדר היה.
שטייענדיג נאך אז געהויבענעם ראש השנה תשפ''ו, וואס מ'האבן מיר אינאיינעם געפראוועט בשבת אחים, איז פשוט מן הנכון צו פארשרייבן א שטיקעלע באריכט כפי אשר ישיג יד הקולמוס, אז אונזערע פריינט מריחוק מקום וקירוב הלב זאלן אויך הערן אין וויסן.
אנדערש ווי רוב אנדערע מועדי ה', איז געווען דא אין קאסא גראנדע א רעלאטיוו קליינער עולם, געסט קומען בד''כ נאכנישט אויף ר''ה, א א חלק ניכר פון די תושבים זענען געווען אוועקגעפארן, סיי קיין ניו יארק, און אויך האט קאסא גראנדע א שטארקע אנוועזנהייט און אומן הקדוש מיט א שיינע צאל איינוואוינער וועלכע לעבן אין תורת רבי נחמן זי''ע. איז געבליבן א קלענערע עולם און מער אן אינטימישער אטמאספערע, ווי מ'האט געדאוונט, געזונגען און געטאנצן בשבת אחים.
ר' יצחק גראסמאן - דער מנהל גשמי פון די מוסדות דאהי אין קאסא גראנדע, האט אריינגעברענגט דעם יו''ט מיט תפילת ערבית. בקולו הנעים און דעם הייליגן סקווירא נוסח האט ער ענטפאנגען דעם נייעם יאר, אריינציענדיג דעם ציבור אין א ימים נוראים'דיגער ווארעמקייט.
מיט שחרית איז מכובד געווארן דער מכבד ה' מגרונו ר' שמואל ב''ר שרגא פאזען הי''ו.
די דורות-לאנגע שאפראנער דינאסטיע פון בעלי תפלה האט זיך ארויסגעזינגען אין אירע שענסטע קאלירן, מיטן טעם עליון וואס משפחת פאזען הנכבדה איז געבענטשט מיט.
רחמנא אמר תקעו - בערך איינס נאכמיטאג האט מען זיך געשטעלט מקיים זיין מצות היום, ווי אנשים נשים וטף זענען געקומען הערן תקיעת שופר כאיש אחד ובלב אחד. ר' בנציון גאטהייל הי''ו - גבאי נאמן דבית מדרשינו האט משמש געווען אלץ בעל תוקע, און הרב מרדכי מיללער הי''ו אלץ בעל מקריא.
באתי לעמוד ולהתחנן - צו מוסף איז צוגעגאנגען מו''ה ר' מנחם פאכטמאן הי''ו, וועלכע האט מיט זיין ווארעמער אויטענטישער נוסח לבית באבוב הק' אריינגעברענגט א התעוררות און ווארעמקייט בישראל עם קדושים אז ס'האט זיך צוגאסן אין די ביינער.
ארום דריי-דרייסיג האט מען זיך געשטעלט מנחה, ווי ר' הילל ליכטענשטיין האט אריינגעברענגט אן אומאנ'דיגע אטמאספערע, ווי מען האט געזונגען און געטאנצן בשבח לא-ל בורא עולם אויפן ברסלב'ן נוסח על שיוציא לאור דיננו.
שובו לכם לאהליכם - נאך תפילת מנחה איז דער ציבור זיך צוגאגענגען אהיים.
ארום אכט אויף דער נאכט איז מען זיך צוזאמגעקומען פאר תפילת ערבית, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו ביו''ט שני.
מוצאי יום טוב נאך מעריב האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין פרייליכע געטענץ פאר עטליכע לאנגע מינוטן. אונז האבן אלע מיטגעלעבט אזא שיינעם ראש השנה בלע''ה, אז ס'איז שווער געווען זיך צו שיידן דערפון.
יום טוב היה עושה בצאתו.
א גמר חתימה טובה.
https://chat.whatsapp.com/GFQ4QsHNpYUKB ... ems_copy_t
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
לוח השנתי וואס קומט שוין ארויס צום צווייטן יאר, ארויסגעגעבן דורך די קהילה און די מוסדות, איך לייג עס אויך אין א גוגל דרייוו היות אויב איינער דארף די זמנים איז עס נישט אזוי קלאר צוליב די ריסייזן, אזוי אויך סיי ווער עס איז אין קאסא גראנדע קען עס באקומען אין בית המדרש.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א באריכט פון שבת שובה וואס איך האב אפגעשריבן אויף איינער פון די פלאטפארמעס.
ברוך השם אלע אינגערלייט וואס זענען געווען דעם יאר ראש השנה אין אומאן פון קאסא גראנדע זענען שוין געווען צוריק אים פרייטאג אין שטאט, טראץ האבן א לענגערע וועג איז ב"ה נישט געווען קיין דילעיס און דער ציבור האט עס צוריק געמאכט אין צייט, און אזוי אויך די אינגערלייט וואס זענען געפארן צו די רביים אין ניו יארק וועלן שוין זיין צוריק אי"ה אויף יום כיפור אין שטאט.
שבת קודש שבת שובה איז געווען א ספעציעלע שבת אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע מיטן שמחת הבר מצוה פון הבה"ח מחשובי תלמידי תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע יוסף שאול הלוי פאכטמאן ני"ו זוהן פונעם לעגענדארן ראש וראשון לכל דבר שבקדושה ר' מנחם פאכטמאן הי"ו, צום שבת זענען געקומען פארן עטליכע געסט פון ניו יארק צום שמחת הבר מצוה, אויף שבת האט מען זיך שוין אריינגעצויגן אינעם פארברייטערן בית המדרש לקראת יום הקדוש און די ימי חג הסוכות הבעל"ט.
שבת צופרי איז פארגעקומען א הערליכע רייכע קידוש צוגעשטעלט דורך ר' מנחם וואס איז ברייט באקאנט מיט זיינע געשמאקע מאכלים פירנ'דיג דעם סאלט ענד פעפער היימישע קעטערינג אין קאסא גראנדע (520-789-6511), ווי דער ציבור איז געזעצן און פארברענגט אינאיינעם, צווישן אנדערע האט ר' הלל ליכטענשטיין הי"ו גערעדט עטליכע מינוט ווי ער האט בשם כל הקהל הקודש באדאנקט ר' מנחם פאר זיינע פולע לייסטונגען לטובת הקהילה והישוב, דערנאך האט מען אינאיינעם געזינגן ניגוני שבת ושירות ותשבחות.
מוצאי שבת קודש איז דער ציבור זיך צוזאמגעקומען צום הערליכן רייכן סעודת הבר מצוה וסעודת מלוה דמלכה, עס האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דיבורים א ברודער פון ר' מנחם און דערנאך האט דער חתן הבר מצוה געזאגט דעם פשעטל כנהוג, דער ציבור האט אינאיינעם פארברענגט א לענגערע צייט, וואונטשנדיג דערביי ר' מנחם מיט שמחת ונחת פון זיינע קינדער געזונטערהייט.
זונטאג צופרי נאך סליחות ותפילת שחרית אין בית מדרשינו איז פארגעקומען די וועכנטליכע שיעור פונעם רב שליט"א ווען צוערשט האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער שבת שובה און עניני תיקון המעשים.
https://www2.kolhalashon.com/#//regular ... r/42003586
נ.ב. איך האף צובאקומען בילדער פונעם מלוה מלכה, דערווייל האב איך דאס נאכנישט במילא לייג איך ארויף דעם באריכט אזוי.

ברכת מזל טוב פאר חברינו העסקן ר׳ הילל ליכטענשטיין הי”ו לרגל הולדת הבת תחי׳.
קריאת השם איז פארגעקומען דעם יום הקדוש אין בית מדרשינו אין קאסא גראנדע.
שמחת הקידושא רבא איז געפראוועט געווארן שבת קודש צווישן יום הקדוש און סוכות אין בית מדרשינו קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע (מקדאנעלד סטריט).
קריאת השם איז פארגעקומען דעם יום הקדוש אין בית מדרשינו אין קאסא גראנדע.
שמחת הקידושא רבא איז געפראוועט געווארן שבת קודש צווישן יום הקדוש און סוכות אין בית מדרשינו קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע (מקדאנעלד סטריט).
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א געזונטן ווינטער! א פרייליכע לעכטיגע זיסע יאר!
א הערליכע ירח האיתנים איז פאראיבער אויף תושבי קאסא גראנדע און די געסט וואס האבן געוויילט אין שטאט, אנגעהויבן פון די דערהויבענע ימים נוראים און די המשכה אריין צו די פרייליכע סוכות טעג ביזן קלימאקס פונעם היינטיגן אתה הראת און שמחה׳דיגע טענץ פאר לאנגע שעות, צוענדיגנ׳דיג מיט א געוואלדיגע נעילת החג.
דורכאויס די יום טוב טעג איז מיר ממש געווען אוממעגליך צו באריכטן פארן ציבור דאהי אויפן וועלטל און צו ענטפערן אויף די שאלות, פריער'דיגע יארן פלעגט מיר זיין גרינגער היות איך בין נישט געווען אין שטאט, אבער דאס מאל וועט עס אויך זיין א כלי ראשונ׳דיגע באריכט, האפענטליך אין די קומענדיגע טעג וועט מען מאכן צייט דערפאר אויף וויפיל מ׳געדענקט, בילדער איז כמעט נישטא דאס יאר היות מען פרובירט ווי ווייניגער צו דיסטרעקטן דעם עולם אין דעם הינזיכט, כ׳וועל פרובירן צו טרעפן עד שידי מגעת.
און די זעלבע צייט וואס מען נעמט צוזאם די סוכות, און מען פאקט איין די יום טוב, גרייטן זיך תושבי קאסא גראנדע אין די קומענדיגע וואכן צו אנהויבן ענטפאנגן די הונדערטער געסט וואס קומען יאר יערליך דורכאויס די ווינטער חדשים אויף אפרוה אין קאסא גראנדע, בא יבא ברינה.
אויב האט איר סיי וועלכע ספעציפישע שאלות סיי איבערן יום טוב בפרטיות און איבער קאסא גראנדע בכלליות פילט פריי אנצופרעגן און מיר וועלן פרובירן דאס צו אדרעסירן אין די קומענדיגע טעג.
אוי ווי מ׳נעמט די הייליגע טעג, זיי זענען אוועקגעגאנגען, מיר דארפן זיי צוהאלטן, מיט אייזערנע צוואנגען...

איידער איך הייב אן שרייבן איבער די ווייטער'דיגע ימים נוראים טעג און שפעטער די פרייליכע סוכות טעג, לאמיר קודם ארויפלייגן אביסעלע בילדער וואס איך האב באקומען פון איינער פון די אינגערלייט פונעם הערליכן בר מצוה וואס איז פארגעקומען מוצאי שבת שובה אין קאסא גראנדע פאר הבחור החשוב יוסף שאול בן ר' מנחם פאכטמאן ני"ו.אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:52 pm א באריכט פון שבת שובה וואס איך האב אפגעשריבן אויף איינער פון די פלאטפארמעס.
ברוך השם אלע אינגערלייט וואס זענען געווען דעם יאר ראש השנה אין אומאן פון קאסא גראנדע זענען שוין געווען צוריק אים פרייטאג אין שטאט, טראץ האבן א לענגערע וועג איז ב"ה נישט געווען קיין דילעיס און דער ציבור האט עס צוריק געמאכט אין צייט, און אזוי אויך די אינגערלייט וואס זענען געפארן צו די רביים אין ניו יארק וועלן שוין זיין צוריק אי"ה אויף יום כיפור אין שטאט.
שבת קודש שבת שובה איז געווען א ספעציעלע שבת אינערהאלב קהל חסידים ד'קאסא גראנדע מיטן שמחת הבר מצוה פון הבה"ח מחשובי תלמידי תלמוד תורה עץ חיים ד'קאסא גראנדע יוסף שאול הלוי פאכטמאן ני"ו זוהן פונעם לעגענדארן ראש וראשון לכל דבר שבקדושה ר' מנחם פאכטמאן הי"ו, צום שבת זענען געקומען פארן עטליכע געסט פון ניו יארק צום שמחת הבר מצוה, אויף שבת האט מען זיך שוין אריינגעצויגן אינעם פארברייטערן בית המדרש לקראת יום הקדוש און די ימי חג הסוכות הבעל"ט.
שבת צופרי איז פארגעקומען א הערליכע רייכע קידוש צוגעשטעלט דורך ר' מנחם וואס איז ברייט באקאנט מיט זיינע געשמאקע מאכלים פירנ'דיג דעם סאלט ענד פעפער היימישע קעטערינג אין קאסא גראנדע (520-789-6511), ווי דער ציבור איז געזעצן און פארברענגט אינאיינעם, צווישן אנדערע האט ר' הלל ליכטענשטיין הי"ו גערעדט עטליכע מינוט ווי ער האט בשם כל הקהל הקודש באדאנקט ר' מנחם פאר זיינע פולע לייסטונגען לטובת הקהילה והישוב, דערנאך האט מען אינאיינעם געזינגן ניגוני שבת ושירות ותשבחות.
מוצאי שבת קודש איז דער ציבור זיך צוזאמגעקומען צום הערליכן רייכן סעודת הבר מצוה וסעודת מלוה דמלכה, עס האט אויפגעטרעטן מיט ווארימע דיבורים א ברודער פון ר' מנחם און דערנאך האט דער חתן הבר מצוה געזאגט דעם פשעטל כנהוג, דער ציבור האט אינאיינעם פארברענגט א לענגערע צייט, וואונטשנדיג דערביי ר' מנחם מיט שמחת ונחת פון זיינע קינדער געזונטערהייט.
זונטאג צופרי נאך סליחות ותפילת שחרית אין בית מדרשינו איז פארגעקומען די וועכנטליכע שיעור פונעם רב שליט"א ווען צוערשט האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער שבת שובה און עניני תיקון המעשים.
https://www2.kolhalashon.com/#//regular ... r/42003586
נ.ב. איך האף צובאקומען בילדער פונעם מלוה מלכה, דערווייל האב איך דאס נאכנישט במילא לייג איך ארויף דעם באריכט אזוי.
אין די בילדער ווערט געזעהן די הערליכע בר מצוה, דער ציבור, דער בר מצוה בחור ביים זאגן די פשעטל, א ברודער פון ר' מנחם ביים געבן הדרכה פארן חתן הבר מצוה, זמירות, בענטשן ועוד.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 252
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 637
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך בין אויפגעסיינט צו באקומען נאטיפיקאציעס פון די אשכול. כעל מיך גערן אראפסיינען אבער לאמעך ביטע וויסן דא ברבים ווען דו ביסט פארטיג מיט אלע שיעורים און בר מצות און חב"ד שולן און געבוירעאנע מיידלעך פון די לעצטע האלבע יאר.אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:50 pmשלום וברכה, אנטשולדיגט אויף די שוועריקייט, איך זעה עס האט אייך זייער געבאדערט, איך בין זייער זעלטן אויף אידטיש און מיין סדר איז די לעצטע איבער א האלבע יאר שוין צו ארויפלייגן די נייעס'לעך פונעם ישוב יעדע שטיק צייט ווען איך בין דא אויף איינמאל, יעצט איז עס אביסל לענגער במילא איז די נייעס אביסל עלטער, איך האלט אבער נאכאלס אז עס איז מן היושר אז די אידן וואס האלטן נאר דא מיט די נייעס זאלן אויך האבן אלע נייעס'לעך פונעם ישוב במילא לייג איך עס נאכאלס ארויף, יעצט לגבי די שיעורים (עס איז געווען דאכזיך פונעף צו זיין מער קארעקט מיט די נומבער), איז ווי איך האב לכתחילה געזעהן אז עס איז איין שיעור גלייך נאכן צווייטן האב איך עס צוזאמגעשטעלט, איך וועל אבער פרובירן זיך צו משתדל זיין עס זאל טאקע נישט זיין צו סאך דערפון, ואתכם הסליחה.זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:59 pm סארי טא דיסאפוינט יו הרב אלע צוזאמען, קיינער איז נישט אינטערסירט יעצט אין 50 פאוסטס פון שיעורים, זיכער נישט אלטע. אויב עפעס קענסטו לייגן אלעס אין איין פאוסט. העמער דיר עס מוחל זיין... חוץ אויב האסט א ציל צו פארדעקן איינעם אנדערש
יישר כח פאר די קאנסטראקטיוו קריטיק.
נ.ב. איר האט שוין באקומען די תשובה איבער די היטלעך?
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
די שיעורים קענען גיין אין אן עקסטערע אשכול.אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:50 pmשלום וברכה, אנטשולדיגט אויף די שוועריקייט, איך זעה עס האט אייך זייער געבאדערט, איך בין זייער זעלטן אויף אידטיש און מיין סדר איז די לעצטע איבער א האלבע יאר שוין צו ארויפלייגן די נייעס'לעך פונעם ישוב יעדע שטיק צייט ווען איך בין דא אויף איינמאל, יעצט איז עס אביסל לענגער במילא איז די נייעס אביסל עלטער, איך האלט אבער נאכאלס אז עס איז מן היושר אז די אידן וואס האלטן נאר דא מיט די נייעס זאלן אויך האבן אלע נייעס'לעך פונעם ישוב במילא לייג איך עס נאכאלס ארויף, יעצט לגבי די שיעורים (עס איז געווען דאכזיך פונעף צו זיין מער קארעקט מיט די נומבער), איז ווי איך האב לכתחילה געזעהן אז עס איז איין שיעור גלייך נאכן צווייטן האב איך עס צוזאמגעשטעלט, איך וועל אבער פרובירן זיך צו משתדל זיין עס זאל טאקע נישט זיין צו סאך דערפון, ואתכם הסליחה.זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 5:59 pm סארי טא דיסאפוינט יו הרב אלע צוזאמען, קיינער איז נישט אינטערסירט יעצט אין 50 פאוסטס פון שיעורים, זיכער נישט אלטע. אויב עפעס קענסטו לייגן אלעס אין איין פאוסט. העמער דיר עס מוחל זיין... חוץ אויב האסט א ציל צו פארדעקן איינעם אנדערש
יישר כח פאר די קאנסטראקטיוו קריטיק.
נ.ב. איר האט שוין באקומען די תשובה איבער די היטלעך?
קיינער קומט נישט אריין דא פאר שיעורי תורה. מען קומט צו זעהן נייעס פון קאסא גראנדא.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך גלייך זייער נישט די קינדישקייט וואס איז געשעהן די לעצטע עטליכע בלעטער פון דעם אשכול. עס פאסט נישט פאר ערוואקסענע מענטשן, מען דארף זיך אויפפירן גרעסער פון דעם. לאמיר פראבירן צוריקגיין צום נארמאלע סדר,
איך @ישוב החדש רעפרעזענטיר די אריגינעלע ארגעניזאציע/קהילה וואס איך האב אויפגעשטעלט אין קאסא גראנדע גלייך ווען איך האב אהערגעמופט אליין מיט מיין משפחה, סיון תש"פ, איך האב גארנישט מיט די נייע ארגעניזאציע/קהילה וואס רופט זיך די זעלבע נאמען ווי די ארגעניזאציע/קהילה וואס איך האב אויפגעשטעלט, איך ווייס אז דאס טוט שטארק צומישן די ליינער, כש"כ ווען תגובות ווערן געברענגט נישט אין סדר נאר גאר חודשים שפעטער אא"וו, זעט אויס אז די לעצטע קנאקעדיגע נייעסער ביי אונז אין די קהילה (קען זיין די נייעס אז הר"ר שמעון ראלניצקי האט געמופט) האט אביסל געגריזשעט פאר געוויסע, וואס האבן עס געזוכט צו פארדעקן. אבער ככה זה דרכו של עולם, לאמיר זיך נישט צוקראצן נאר גיין ווייטער.
צוריק צו באריכטן איבער דעם הערליכע יישוב אין קאסא גראנדע
אינטרעסאנט אז איינע פון די אפט געפרעגטע שאלות וואס מענטשן פרעגן מיר כסדר איז ווי מען קויפט פיש אין קאסא גראנדע אריזאנע, און וועלעכע סארט פיש איז דא צו באקומען, דעם פארגאנגענעם ערב סוכות האב איך מחליט געווען אז ווען איך גיי קויפן פיש וועל איך כאפן בילדער און פארשפרייטן פארן עולם צו זען אז מיטן זיך אריבערציען קיין קאסא גראנדע אריזאנע דארף נישט זיין קיין נחית דרגא.
זעט די בילדער פון די ריזיגע פעטע קאנאדישע סעלמאן פיש וואס איך האב געקויפט אויף יום טוב, זיבן פיש, אלע האבן געוואויגן צווישן זעכצן ביז אכטצן פונט, (צו פארשטיין; געווענטליכע גרויסע סעלמאן וואס מען קויפט וועגט 10/12 פונט), די פיש זענען מער פעט ווי געווענטליכע קלענערע פיש, זיי מאכן די פיש פילעי אויפן פלאץ מיט מיין מעסער, אדער ווען איך זע ווי זיי וואשן גוט אפ זייער מעסער און די גאנצע פלאץ ווי זיי בעארבייטן די פישן. (אויב זיי ניצן די אייגענע מעסער וועל איך לחומרא נאכאמאל אפוואשן די פיש).
איבער אלעס זעט די פרייז וואס מען צאלט פאר די פילעי סעלמאן, $7.99 א פונט!
איך קויף פיש אין די פיש מארקעט וואס איז אביסל מער פון א האלבע שעה דרייוו פון קאסא גראנדע, אבער אנדערע זענען מוותר אויף די גוטע פיש און קויפן ביי די לאקאלע גרויסע געשעפטן ווי וואלמארט, סעיפוועי און פריי'ס וואס אלע פארקויפן פילעי סעלמאן, די פרייזן זענען צווישן $7.00 ביז $11.00 א פונט.
ווער עס וויל דוקא בעבי סעלמאן (טראויט) קען עס קויפן אין Costco אדער קען ער קויפן א נישט קאלירטע סעסי סעלמאן (טראויט) אין די אויבענדערמאנטע פיש מארקעט פאר א נישטיגע $5 א פונט. אויך קען מען קויפן סי-בעס פיש אין Costco פאר אסאך ביליגער ווי אין ניו יארק.
צום שלוס, פאר די וועלעכע זענען מהדר אין דעם ענין פון פיש לכבוד שבת איז קאסא גראנדע גאר א הידור ווען מען קען האבן גאר גוטע פיש פאר ביליגער ווי מען קויפט אין די לאקאלע געשעפטן אין ניו יארק
ביי חסידים איז מען מקפיד אז אפילו אויב די גוי זאגט אז דאס איז א כשר'ע פיש, נאכאלץ זאל מען מהדר זיין צו זען מיט די אייגענע אויגן כאטש איינע פון די סימנים, דערפאר אויב קויפסטו געשניטענע פיש ביי א גוי, מאך זיכער אז עס האט כאטש איינע פון די סימני כשרות. למשל די הויט ווי מען קען זען די שיפן.
אבער אויב ווילסטו פארן א רואיגע וועקעשין צוגעשטעלט די בעסטע, רייכסטע סעודות, שבת און וואכן, פרישטאג, מיטאג, נאכטמאל, איינגעפאקט פאר די קאוד טריפ א.ד.ג דאן באשטעלט די "געשמאק"סטע מיעל'ס מיט גוטע מעניו'ס פון א מהודרדיגע קאך, מיט די חשוב'ע לאקאלע קהילה הכשר.
רופט שוין געשמאק 520.540.1431 Orders@GeshmakinArizona.com
קויף איין אלא כשר'ע גראסעריס אזוי ווי אינדערהיים, ביי די היימישע כשר'ע גראסערי "קאוישער קעניאן" אין קאסא גראנדע, זיי דעליווערן אייער ארדער צו גאנץ אריזאנע, Kosher Canyon Grocery (Formerly Kosher Palace) https://share.google/ED4rMaSUdVbnfaoIz

- IMG-20250120-WA0062.jpg (273.8 KiB) געזען געווארן 243 מאל
-
- IMG-20251019-WA0015.jpg (289.76 KiB) געזען געווארן 265 מאל
-
- IMG-20251017-WA0037~2.jpg (44.54 KiB) געזען געווארן 265 מאל