silent האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 3:54 pm
פלאם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 1:44 pm
silent האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 1:05 pm
סתם פאר אינטערסאנטקייט וואלט איך געוואלט פרעגן דעם ציבור אויב די מעשה וואלט געווען אנדערש ווי אזוי מען וואלט עס אנגעקוקט
די וואך שבת האט איינער גערופן הצלה אין וויזניץ ביהמ''ד ווען הצלה איזה אנגעקומען האט זיי די וויזניץ'ע דיין נישט אריינגעלאזט
פאר מ'גייט די וויזניץ vs הצלה, קודם זיי מסביר די התיר פאר א איד אויסצולעשן אן אלארם, נאכדעם וועט מען פראבירן דן צו זיין צו זיי דארפן פאלגן די הוראה פון א רב ביי זיי אין ביהמ"ד [ווען מ'האט זיי נישט גערופן, כגון אין נייטרא און בעבר אין ראחמיסטריווקא].
די מעשה וואס די שרייבסט בנוגע הצלה אום שבת, האט שוין פאסירט אינעם עבר, ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצוק"ל האט נישט געלאזט אריינפירן חולים אין שפיטאל כנגד די הוראה פון די הצלה מעמבערס, און וכך הוה.
די נקודה וואס איך זאג איז אז א פרעמדע רב האט נישט וואס אריינצורעדן בשעת מעשה ווען די ארגעניזאציע ווערט געפירט דורך אנדערע רבנים
ס'קוקט נישט אויס אז איר פארשטייט אליינס וואס איר זאגט אבער לאמיר עס נאכמאל זאגן:
חילול שבת האט א באדייט, דאס הייסט טוען א מלאכה וכדו' בשבת, אויסלעשן אן אלארם ווערט געטוען דורך עלעקטריק, און ס'איז לכל הפחות אן איסור דרבנן.
פיקוח נפש איז דוחה שבת, באקוועמליכקייט נישט, אויסלעשן אן אלארם גייט אריין אין וועלכע גדר?
קומט א בויטישק און הערט נישט צו צום רב וואס זאגט אים ס'איז אסור, מיטן טענה אז ער האט א רב וואס איז מתיר, ווער איז די רב? און וואס איז די היתר? - בנוסף לזה איז דאס א חוצפה פארן רב באתרא דמר.
און ס'איז א פלא אז די נייטרא רב [פון די וועד הרבנים...] ווייסט נישט צוזאגן אז ס'ווערט געפירט דורך א רב, ווען לדבריך איז דא רבנים.